וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 14, 2020 1:50 pm

איך וואלט געוואלט הערן וואס די עולם זאגט וויפיל דארף קאסטן פאר א נורמאלע משפחה צו לעבן

איך וועל גיין פתיחה און זעהן וואס דער עולם זאגט

איך וועל גיין פער וואך אדער חודש און מען קען אליינס מאכן די חשבון

גראסערי ארדער איינמאל א וואך קאסט מיר 400 דולר
פלאס א קליינע לאקאל גראסערי פאר פרישע ברויט סאלאטן וכדו' וואס מען דארף יעדן טאג נאך 200 דולר א וואך
פרוכט ארדער נאך 100 דולר
פלייש 100 דולר א וואך
פיש פופציג דולר א וואך
טאטעל א וואך 850 און חודשליך בערך 3400

שכר לימוד א חודש 1500 דולר

מארטגעזש 1500 דולר א חודש

טאטעל 6400

טאטעל א יאר 76800

פלאס קעמפ א צענער אבער דאס צאלט זיך אויס פון אנקעל סעם וואס געבט איינמאל א יאר א צענער

פארשטייט זיך עס קומט צו קליידער און אנדערע זאכן וואס איך נאך 3 טויזענט א יאר

בערך טאטעל 80 טויזענט א יאר

איך רעד א שטילע יאר אהן קיין בר מצוות מיט חתונות וואס דאס איז א שמועס פאר זיך

וואס זאגט דער עולם ? יישר כח

המלאך הגואל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 10:10 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך המלאך הגואל » דינסטאג יולי 14, 2020 1:56 pm

וואס טוט זיך מיט געז, לעקטער, טעלעפאנס, וואסער, מעינטענעס, אויך ווענד זיך אסאך וועלכער סייז משפחה איר האט, אויבנאויף האט איר קליינע השגות!!!
לעצט פאראכטן דורך המלאך הגואל אום דינסטאג יולי 14, 2020 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג יולי 14, 2020 1:57 pm

וועלכע סייז פאמיליע רעדט איר?

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 14, 2020 2:00 pm

גערעכט
געז עלעקטעריק און וואסער נאך 5 טויזענט א יאר

איך רעד א משפחה מיט צען קינדער וואס דאס איז עווערעז

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג יולי 14, 2020 2:01 pm

עשית קוגעל גדול מאוד
1) ווענט זיך אין וועלכע סטעידש אינעם לעבן איר זענט
2) ווענט זיך וויפיל קינדער איר האט
3) ווענט זיך וועלכע שטאט אדער געגנט איר וואוינט
4) ווענט זיך וואספארא לייפ סטייל איר לעבט.
5) ווען איר קריגט צוריק פון אנקעל סעם. מיינט נישט אז סקאסט נישט.ווייל דיין חבר קריגט עס נישט צוריק דאס זעלבע איז מיט אלע גאווערמענט פראגרעמס..

דער עיקר איז. אז אויף פען און פעפער שטומט נישט קיינעמס חשבון. ממילא לאז געמאכט

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג יולי 14, 2020 2:12 pm

ווי צאלסטו 1500 א חודש מארטגעידזש? דאס רעכענט אריין פראפערטי טעקס? אויב נישט, דארפט איר צולייגען פראפערטי טעקס. ווי אויך זעה איך נישט זאלסט האבען געלייגט אינקאום טעקס, מילא זעה צו שרייבען אז מען רעדט פון נאך טעקס געלט.

3000 א יאר פאר קליידינוג פאר א משפחה פון 10, איך מיין אז די חלומס׳ט, זאלסט אדורכגיין דיין באנק אנקאוט און קרעדיט קארדס, וועסטו זען אז ס׳איז אסאך מער.

די עיקר פון דיין בודזשעט האסטו אויסגעלאזט, און דאס איז קליין געלט וואס מען געבט אויס בלי חשבון, איך האב אמאל געמיינט אז דאס איז נישט קיין סאך, ביז איך האב מיך אוועקגעזעצט מיט מיין באנק אקאונט און קרעדיט קארדס, און איך בין געוואויר געווארען אז דאס קומט אויס צעווישען $1000 און $1500 א חודש.

לענ״ד איז נישט מעגליך אן לכה״פ 150 אלפים בעפאר טעקס.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 14, 2020 2:23 pm

ביסט גערעכט לאמיר צו לייגן נאך פינעף טויזענט פאר קליידער און נאך צען טויזענט פאר פראפערטי טעקס אדער פאר די וואס צאלן מער פאר רענט
בסך הכל קומט עס אויס צו הונדרעט טויזענט א יאר
איך רעד ציוישען די עלטער פון דרייסיג ביז זעכציג
ווייל ביי העכער פערציג קאסט מער די איידעמעס און שנירען וואס קומען אבער עס גייט אראפ די שכר לימוד
איך האב געזעהן מענטשען שרייבן עס קאסט הונדרעט פופציג ווויל איך וויסן וואס איז די חשבון
און דאס איז חוץ וואס רוב באקומען פוד סטעמפ און די אכטע חלק וואס איך האב נישט אריינגערעכנט

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג יולי 14, 2020 2:33 pm

העלט אינשורענס איז עכ״פ $750 א חודש = $8000 א יאר , און אויב וואוינט מען אין א פלאץ ווי מען מוז האבן א קאר, קומט א קאר (ליעס + אינשורענס + געז + טאללס) אויס צו בערך $6000 א יאר. קליין געלט פאר א משפחה פון 10 איז עכ״פ $750 א חודש = $8000 א יאר, האלט מען שוין ביי 122 טויזענט 28 אלפים פאר טעקס צעווישען סטעיט און פעדערעל איז קליין גערעדט.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 14, 2020 2:48 pm

יא אבער איך רעד פון א ארבערטער וואס באקומט צוויי אלפים א וואך און דער בעה''ב צאלט זיינע טעקסעס און אינשארענס קען ער לעבן בריוח לויט דעם חשבון וייל הונדרעט א יאר דארף לכאורה קאווערן אלעס

די זאך איז נאר אז יעדער וואס האט קע''ה א משפחה מאכט זיך דאך אלעמאל שמחות אדער בריתן מיט קידישים אדער חתונות מיט בר מצוות אבער אלס די קביעותדיגע ראניניג ווי מען רופט עס דארף א הונדערטער זיין גענוג

KMW
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך KMW » דינסטאג יולי 14, 2020 3:06 pm

שױן געװען 10 אשכולות װעגן דעם נושא אפילו מיט אנקעטעס

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג יולי 14, 2020 3:06 pm

העלאו האט געשריבן:יא אבער איך רעד פון א ארבערטער וואס באקומט צוויי אלפים א וואך און דער בעה''ב צאלט זיינע טעקסעס און אינשארענס קען ער לעבן בריוח לויט דעם חשבון וייל הונדרעט א יאר דארף לכאורה קאווערן אלעס

די זאך איז נאר אז יעדער וואס האט קע''ה א משפחה מאכט זיך דאך אלעמאל שמחות אדער בריתן מיט קידישים אדער חתונות מיט בר מצוות אבער אלס די קביעותדיגע ראניניג ווי מען רופט עס דארף א הונדערטער זיין גענוג


וועלעכער ארבייטער באצאלט זיין בעה״ב זיין טעקסעס? די מיינסט צו זאגן אז אויב ער באקומט $2000 נאך׳ן אראפנעמען די טעקסעס. געווענליך ווען מען רעדט פון וועידזשעס, רעדט מען פון בעפאר טעקסעס. און ער קען לעבן בצומצום, נישט בריוח.

איך וויל איבערגיין דער חשבון טאמער מען איז נאך אויף די זעלבע פעידזש:

חודשליכע הוצאות
  • רענט/מארטגעידזש + פראפערטי טעקס = $3000
  • שכר לימוד, עכ״פ $200 פאר 8 קינדער = $1600
  • גראסערי + עסן, עכ״פ $850 א וואך = $3400
  • געז + וואסער + עלעקטריק + פאון + סעל = $500
  • קאר + אינשורענס + געז + טאלל = $500
  • קליין געלט עכ״פ $750

סך הכל חודש׳ליך $9750 = 117 טויזענט
קליידונג + ניסן + תשרי = עכ״פ 10 טויזענט
סך הכל עכ״פ 127 אלפים.

באמת
גאלדענע פעדער האט געשריבן: אז מען מוז אוועקלייגען חתונה צו מאכן


קומט אויס נאך 25 אלפים אוועקצולייגען פאר חתונה מאכן. מילא האלט מען שוין ביי 150 אלפים.

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 14, 2020 3:13 pm

KMW האט געשריבן:שױן געװען 10 אשכולות װעגן דעם נושא אפילו מיט אנקעטעס


אדרבה אויב איינער קען ברענגען ? יישר כח

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך דונש » דינסטאג יולי 14, 2020 3:16 pm

פאר א משפחה פון 8-10 קינדער
90-100 אלפים א יאר

שטייצעך אז אויפן פאפיר שטימט עס סייווי נישט
זוכט איר דוי?

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג יולי 14, 2020 3:21 pm

KMW האט געשריבן:שױן געװען 10 אשכולות װעגן דעם נושא אפילו מיט אנקעטעס

באדעם ליין איינער שרייט עס קאסט 300 אלפים א יאר.
אנעם קאסט מיט די זעלבע סאך קינדער 80 א יאר.
ווענט זיך וועלכע לעבן מען לעבט, און וויפיל הילף פין די שטאט מען באקומט.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג יולי 14, 2020 3:31 pm

IMBZ האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:שױן געװען 10 אשכולות װעגן דעם נושא אפילו מיט אנקעטעס

באדעם ליין איינער שרייט עס קאסט 300 אלפים א יאר.
אנעם קאסט מיט די זעלבע סאך קינדער 80 א יאר.
ווענט זיך וועלכע לעבן מען לעבט, און וויפיל הילף פין די שטאט מען באקומט.


אדרבה, ווייז מיר א ריעלסטישע חשבון פון 80 א יאר. אויב באקומעט מען פון דער שטאט, איז דאס אן אינקאם, נישט קיין ווייניגער הוצאה.

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יולי 14, 2020 3:42 pm

דונש האט געשריבן:פאר א משפחה פון 8-10 קינדער
90-100 אלפים א יאר

שטייצעך אז אויפן פאפיר שטימט עס סייווי נישט

90-100 אלפים א יאר אן פראגראמען אן טעקס ריפאנד (ווייל ער מאכט שוין צו סאך)?
גייט נאך אראפ מינומום 20 טויזענט פאר שטייערן פון זיין פעיראל
נישט מעגליך אויסצולעבן די וואך
לעצט פאראכטן דורך ברוקלינער יונגערמאן אום דינסטאג יולי 14, 2020 3:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יולי 14, 2020 3:44 pm

העלאו האט געשריבן:איך וואלט געוואלט הערן וואס די עולם זאגט וויפיל דארף קאסטן פאר א נורמאלע משפחה צו לעבן

1) $1500 שכ"ל פאר א משפחה מיט אכט קינדער? סאך סאך מער
2) קלינינג ערל'טע נאך $5000 א יאר

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך להודות » דינסטאג יולי 14, 2020 5:32 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:90-100 אלפים א יאר אן פראגראמען אן טעקס ריפאנד (ווייל ער מאכט שוין צו סאך)?
גייט נאך אראפ מינומום 20 טויזענט פאר שטייערן פון זיין פעיראל


פאר 100 אלפים מיט 10 קינדער צאלט ער נאר סאשעל סיקיאריטי
און באקומט נאך א שיינע ריפאנד
לעצט פאראכטן דורך להודות אום דינסטאג יולי 14, 2020 6:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 14, 2020 5:36 pm

סארקאזי האט געשריבן:דער עיקר איז. אז אויף פען און פעפער שטומט נישט קיינעמס חשבון. ממילא לאז געמאכט

אט אזוי! זאג עס איבער אסאך מאל, און טאקע הויך, ביז דו וועסט אליין גלייבן אין דעם קלוגן מהלך המחשבה!

זאלסט אוודאי אויך אויסלערנען דאס פאר דיינע קומענדיגע דורות.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך להודות » דינסטאג יולי 14, 2020 5:44 pm

עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 14, 2020 7:45 pm



זייער שיין פארן ברענגען אבער די אלע זענען שוין פון בערך 12 יאר צירוק זייט דעמאלטס איז די הוצאות ארויף דאפעלט און אזוי אויכעט די וועיזשעס די עולם וויל וויסן וויפיל קאסט היינט אין 2020 צו לעבן

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג יולי 14, 2020 8:07 pm

די אנטקעטע פין 10 יאר צוריק
האט געוויזען אז די עווריטש קאסט צום לעבן א חודש איז 2800
עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווי עס האלט יעצט.
קען עס איינער אובערמאכן

ישעילע
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך ישעילע » דינסטאג יולי 14, 2020 8:17 pm

איך לייג דא ארויף מיין עקסעל פייל וואס איך האב מיר געמאכט יעצט ביי די ליידיגע קראנע טעג, איך בין א טאטע פאר 3 לעכטיגע קינדער איך ארבעט פאר מיר אליין און איך האב אריין געלייגט די בעסיקס expenses פון מיין טאג טעגליך לעבען.

סאיז מסדר לויט די וואך, חודש, און יאר, אזוי קען איך האלטן א גרינגע חשבון ווי איך האלט אויף די וועלט.

די גרינע און פורפעל אונטען איז וואס איך טריי, באט ביז דערווייל נישט עכט מצליח געווען צו אוועקלייגען.


9F8B0E30-5527-4800-AE10-FDF21E523A3D.jpeg
9F8B0E30-5527-4800-AE10-FDF21E523A3D.jpeg (260.45 KiB) געזעהן 887 מאל

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג יולי 14, 2020 8:26 pm

ישעילע האט געשריבן:איך לייג דא ארויף מיין עקסעל פייל וואס איך האב מיר געמאכט יעצט ביי די ליידיגע קראנע טעג, איך בין א טאטע פאר 3 לעכטיגע קינדער איך ארבעט פאר מיר אליין און איך האב אריין געלייגט די בעסיקס expenses פון מיין טאג טעגליך לעבען.

סאיז מסדר לויט די וואך, חודש, און יאר, אזוי קען איך האלטן א גרינגע חשבון ווי איך האלט אויף די וועלט.

די גרינע און פורפעל אונטען איז וואס איך טריי, באט ביז דערווייל נישט עכט מצליח געווען צו אוועקלייגען.


9F8B0E30-5527-4800-AE10-FDF21E523A3D.jpeg

די לייגסט פעטע שכ״ל. 475 א קינד.
אין וויאמסבורג בעט מען דעי פרייז נאר פין די גאר רייכע.
לעצט פאראכטן דורך IMBZ אום דינסטאג יולי 14, 2020 8:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ישעילע
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

Re: וויפיל קאסט פאר א משפחה צו לעבן א יאר ?

תגובהדורך ישעילע » דינסטאג יולי 14, 2020 8:27 pm

IMBZ האט געשריבן:
ישעילע האט געשריבן:איך לייג דא ארויף מיין עקסעל פייל וואס איך האב מיר געמאכט יעצט ביי די ליידיגע קראנע טעג, איך בין א טאטע פאר 3 לעכטיגע קינדער איך ארבעט פאר מיר אליין און איך האב אריין געלייגט די בעסיקס expenses פון מיין טאג טעגליך לעבען.

סאיז מסדר לויט די וואך, חודש, און יאר, אזוי קען איך האלטן א גרינגע חשבון ווי איך האלט אויף די וועלט.

די גרינע און פורפעל אונטען איז וואס איך טריי, באט ביז דערווייל נישט עכט מצליח געווען צו אוועקלייגען.


9F8B0E30-5527-4800-AE10-FDF21E523A3D.jpeg

די צאלסט פעטע שכ״ל. 475 א קינד.
אין וויאמסבורג בעט מען דעי פרייז נאר פין די גאר רייכע.


איך פיל מיך גיט צו צאלן א פעטע פרייז, עס זעט זיך אן ב״ה אויף מיינע קינדערלעך


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot און 2 געסט