טאגבוך: ער איז מיר א יחיד געווארן
געשריבן: מאנטאג אפריל 14, 2008 12:26 am
אור ליום ב' אחרי, ט' ניסן, תשס"ח לפ"ק
די נר-מצוה כשר (קאשער) טאפ אנגעפולט מיט וואסער קאכט זיך יעצט אויפן ברענער, הארט דערנעבן גליהט זיך די נר-מצוה שטיינדל וואס איז אין כינע אריינגעצוימט געווארן אונטער דינע אייזערנע גראטעס, זעהנדיג דעם אייזן רויט ווערן האב איך זיך דערמאנט פונעם גיהנום, א פחד א שרעק. עס איז צום האפן אז די עבודת הקודש פון די קשר"ק וואס מען לייגט אריין דיזע טעג אין די הייליגע מצוות היום וועלן מגין זיין אויף אונז דארט אויבן.
עפעס אנדערש צו טאן איז דא איבערגענוג, אבער וויפיל קען דען איין מענטש טאן אין איין מעת לעת, בפרט ווען יעדע נאכט לייגט מען זיך ארום צוויי אזייגער (נעכטן מוצש"ק האלב פיר, כאילו די נאכמיטאג שלאף איז געלונגען, אבערוואז, די ילדים אינעם בעק-יארד מיט די אייגענע פאר אויף די פאדערשטע פענסטער האבן פרובירט זעהן ווער עס וועט מצליח זיין איבערצואוועקן דעם אלטן בער שנעלער, אמאל איז עס געלונגען פאר די פרעמדע און די אנדערע מאל פאר די אייגענע, אויף אלע מיינע שונאים [שאינן בני ברית] געוואונטשן א לאנגע שבת נאכמיטאג מיט אן איבערגעהאקטע שינת צהרים, רחמנא לישזבן), זעצט מען זיך אוועק אין קרעטשמע איבערקייען אביסל פארן עולם די איבערלעבענישן פונעם פארלאפענעם טאג.
זונטאג איז זונטאג, דאס איז לית מאן דפליג, און אפילו אויב לאמיר זאגן עס וועט זיך מאכן אן אפיקורס ערגעץ וואו אויפן כדור העולם וואס וועט זאגן אז דער טאג רופט זיך מאנטאג אדער כדומה לזה, וועט ער אבער אויך מוזן בעל כרחו מודה זיין אז די פארכמורעטקייט פונעם טאג האט דוקא מיט יומא דקגרים, העכסטנס רופט זיך דער יומא דמפגרי ביי אים "מאנטאג".
כלפי מה הדברים אמורים (ביי-די-וועי, איך זאג שוין צופיל מאל ביי-די-וועי אינעם טאג-טעגליכן, איך זוך א וועג ארויס, הילף געזוכט. אבער אגב, האב איך היינט שפרייזנדיג אין גאס געקלערט בדרך הלצה: "פליק אח בלאטאט" מאי עמא דבר) אז מען האט געדארפט שווער ארבעטן צו קענען אנגיין מיטן ארבעט (וואס?) פון פסח מאכן, דאס טייטש ארויסרוימען דעם חמץ און אריינברענגן דעם פסח. צום ערשטן מאל אין די נייע דירה (דאס מיינט גאר אסאך. עס באדייט פרישע קאונטער טאפס, אן עבודה פון אינדזשענירונג אויף די הארטע פלעסטיג עס זאל אויסקומען פונקטליך לויט די מאס פון די קאונטערס און דעם קאך טיש. אויך מיינט עס אז רוב סעודות וועט מען אי"ה עסן אינדערהיים, און דאס איז אויסער די הוצאות פון פיש פלייש וכדומה, אויך אן עבודה פון באשטעלן און אנריכטן די צוגעהערן) ברוך השם (נישט די נייע ניק).
אויפגעשטאנען איז מען נאך א 5 שעה שלאף בערך, געלערנט אביסל אין שטוב, די קאווע (וואס האט זיך געווארעמט אינעם לאנדרי צימער, ווייל אין קאך טאר מען נישט יעצט נוצן הייסווארג צוליב די הכנה ל'כשר'ן) איז געטרונקן געווארן אין א פאום גלעזל (ווייל די אנדערע זענען שוין אויסגעוואשן געווארן אויף פסח. אגב, פון די סעט פון 8, האבן מיר זיך היי יאר דערזעהן מיט 4. איך האלט אז די ערלית שארט יעדע שטיק אריין א גלעזל אין גרויסן פאקעט-בוק און טראגט אפ דערמיט, וואס זאגט איר?), צושפאצירט צום שוהל טיעף אינמיטן פארמיטאג, אזוי אז נאך די מקוה האט מען זיך תיכף געדארפט שטעלן דאווענען כדי נישט צו פארפאסן דעם (צווייטן) סוף זמן תפילה.
דאס דאווענען איז גאנץ פיין געווען, אויסער די פאקט (אויך נישט די ניק) אז א יונג בחור'ל וואס האט זיך אים אויסגעדוכטן אז ער געפונט זיך אין ישיבה האט געפונען זיין ארט ביים ברעטל, און ווען איך האב שוין געהאלטן ביי יוצר המאורות, האט ער נאך געזונגן וכרות. [פאר די רעקארד: יעצט האט מען גע'כשר'ט די לייכטער טאץ, און די פיסל פונעם לייכטער, ווי אויך האט מען דארט איינגעטונקן אין די בריעדיגע וואסער די רינגלעך און ברעיסלעט, און אנגעשטעלט א פרישע קעסל פאר די סינקס].
בעפאר איך האב געוואנדן מיינע טריט אהיים, האב איך זיכער געמאכט צו לערנען די טעגליכע שיעורים, ווי דער סדר פון די ערב-פסח טעג וואס מען ווייסט נישט אויב עס וועט זיך מאכן איבריגע צייט במשכ'ן טאג. דאן האב איך אפגעשטאט א באזוך אין די לאקאלע גראסעריי וואו איך האב געזוכט מיט ליכט (גוזמא קתני) א פריש פעקל ברויט, אבער נאר געפונען האול-וויעט אדער האמבורגער באנס (געקויפט דאס שפעטערדיגע). טונא איז אויך אהיימגענומען געווארן אויף פרישטאג, אינאיינעם מיט א פלעשל ג'ומפ וואס איך קויף טעגליך פאר די פארהארעוועטע נפשות אין די יעצטיגע טעג.
נאך פרישטאג האט שוין דער זייגער געקלאפט איינס. דא האב איך זיך פעסט אריינגעווארפן אין דער ארבעט. די היינטיגע טאג איז געווען באשטימט אויף די קאמפיוטער מיט אלע אירע קלאפער-געצייג, וכן הוה. איך האב אויפגעהויבן א שיינע פאר קנעפלעך פונעם לעפ-טאפ קאמפיוטער (צום ערשטן מאל אין 3 יאר), און דער ציפער 8 קנעפל האט זיך ליידער איבערגעבראכן, ער לאזט זיך נישט צוריקלייגן אויפן פלאץ געהעריג, עפעס הענגט ער אין די לופטן, עס האט זיך אבער געלוינט, ווייל איך האב ארויסגעקליבן פון אונטער די קנעפלעך א האלבע טאן שטויב מיט א גאנצע (אומצוזאמגעדרייטע) בארד... עס איז צום האפן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיך די קנעפלעך גרינגער און שנעלער לאזן אראפדרוקן.
פארטיג געווארן מיט אלע ווייערלעך (ימח שמם פון די וואס האבן איינגעפירט אז יעדע ווייער זאל פארמאגן אזעלכע שמוץ-כאפער ליניעס, כ'א מזל איך האב פרייטאג איבערגעלאזט די נעגל, אנדערש וואלט מיר דאס גאל אויסגעגאנגען אויף די פאר'עקשנ'טע ברעקלעך צווישן די ווייער קנייטשן), האט מען זיך אראפגעזעצט אביסל דעם אטעם כאפן (לאנטש האב איך בטעות פארגעסן צו עסן היינט, א זאך וואס מאכט זיך בערך איינמאל א יאר!), שפעטער האבן מיר גע'סאפער'ט און ארויסגעלאזט זיך אויף די יארכע.
נאכן אפדראפן די שמות זעקל אויפן וועג, האט מען אויסגעצויגן די פיס אין ריכטונג פון קליימער סטריט געגענט אין וויליאמסבורג, וואו מיר האבן מיט יארן צוריק זיך איינגעהאנדעלט עפעס א ספעציעלע סארט טעיפ ריקארדער וואס האט זיך לעצטנס צובראכן, מה עשה הקב"ה? יענע געשעפט איז אפן געווען, אבער ווי נאר איך האב אויפגעמאכט דעם טיר מיט א שפאלט, שרייט מיר דער פארקויפער אז זיי זענען שוין פארמאכט (שקר!). איך גיי זיי נישט מסביר זיין אז איך קום דא ספעציעל צו שפאצירן פון א מייל אוועק (בלי שום גוזמאות), איך שפאן אריין אין ביהמ"ד סאטמאר פון קליימער סטריט דאווענען א מנחה'לע (עס האבן זיך מיר ערוועקט זכרונות פון די ערשטע 2 יאר נאך חתונה נמ"ג וואס איך פלעג דארט דאווענען שחרית אינדערוואכן).
נאך מנחה זענען זיי שוין באמת געווען פארשפארט, האב איך בלית ברירה געמאכט מיין וועג צוריק אראפ ליע עוועניו (וואו איך האב ביי אססא [סארא ווארט איז דאס] געפונען מיין פריינט SALADS פון די קרעטשמע, און א פריינטליכע שמועס האט זיך אנטוויקלט). איך בין אריין אין איינהארן ספרים געשעפט, און איינגעהאנדלט דעם פסח ביכל וואס איז אמאל באהאנדעלט געווארן בין כותלי קרעטשמאתיינו "איך וועל דיר ראטעווען" [איך חכם האב נישט געדענקט דעם נאמען, אבער דער געניטער ספרים פארקויפער האט פארשטאנען דעם ווינק ווען איך האב געמורמעלט עפעס "איך וועל זיי אויסלייזן"...] איך האף אז איך וועל אזוי הנאה דערפון ווי דער עולם האט עס אראפגעשטעלט (איך האב עס נאר געקויפט צוליב אייערע קאמענטארן דערויף).
א שפאציר אריין אין גראסעריי האט אונז געגעבן א פרישע "מעלות" (איך האב א שטיקל טענה צו זיי: די פרייז איז ארויף אויף 6 דאלער אן קיין שום מעלדונג. ביים סקענען דעם ביכל אין גראסערי שרייבט זיך אויף "חזק", די נאמען פון זייער אדר שני אויסגאבע, אבער אויפן דעקל שטייט נישט קיין ווארט איבער די פרישע פרייז פון א "מעלות") וואס ליגט שוין אוועקגעלייגט אויף פסח.
אויס נייגער האב איך אנגערופן מיין חברותא וואס זיינע פלענער זענען, האט ער מיר אנטפלעקט אז ער קווענקעלט אויב ער זאל קומען צום נעכטליכן שיעור, ווייל ער דארף גיין צוזאמשטעלן א פסח ארדער אינעם הארדווער געשעפט. מארגן קומט ער זיכער נישט, ווייל ער דארף כשר'ן. האבן מיר דאך נישט וואס צו זוכן אין וויליאמסבורג, נעמען מיר דעם 11'ער באס אהיים קיין בעד-סטיי.
אנגעקומען אין שוהל פונקט צו 60. א מנין מעריב שטעלט זיך אונטן ווי געווענליך אין דער צייט. דא האט פאסירט די עפיזאד וואס האט מיר געמאכט שרייבן די גאנצע געשיכטע: דער אינגערמאן וואס האט זיך אראפגעשטעלט ביים באלעמער נעבן מיר אויף תפילת ערבית, האלט זיך פאר א יחיד! יא, ער האט אנגעקומען קריאת שמע מיט "א-ל מלך נאמן" וואס אין מיין סידור שטייט אז דאס באלאנגט אויסשליסליך פאר יחידים...
גיי ווייס.