א נייע מהלך צו באהאנדלען לאו קאנפידענס

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

א נייע מהלך צו באהאנדלען לאו קאנפידענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

נאכן הערן אסאך קריטיק אז מיין פתיחה איז נישט קלאר, האב איך עס יעצט פאראכטן (סנאכנישט באריכות בתכלית השלימות אבער סאיז די בעסטע וואס כהאב געקענט יעצט)

קודם א פיצי הקדמה. געווענדליך ווען איך שרייב דא איז עס גוט דורכגעטראכט, משא"כ היינט ווי כוויל שרייבן עפעס וואס איך ביניש זיכער און איך שרייב עס דיירעקט צו הערן די צד שכנגד.

הקדמה


איז לאמיר אביסעלע קלאר מאכן מיינע רייד. איך מיין אז די נאטורליכע סטאטוס פון א מענטש איז קאנפידענטס. זעלבסט זיכערקייט מיינט אז מ'האט נישט דעם שטער פון אומזיכערקייט, ס'איז אבער נישט קיין געפיל.

אויב זע איך א מענטש וואס איז נישט קאנפידענט, ווייס איך אז עפעס האט מיט אים פאסירט, עפעס איז אנדערש מיט אים, וואס דאס איז מעורר די אומקאנפידעס אין אים. איך ווייס אז סהערט זיך אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג, אבער דאס מיינט נישט אז סנישט אמת.

[לאמיך שרייבן א ראשונישע הכרח. אויב זענען ביידע געפילן סיי קאנפידענס און סיי אומקאנפידעס, וואלט געדארפט זיי ערגעץ א פארווע און כידוע איז דאס נישט דא, אדער האלטסטו ביים עס טון אדער נישט (נישט אריינמישן גאווה וואס איז טאקע יא א געפיל און ס'איז טאקע דא א פארעווע נישט גאווה נישט ענווה.)]

מיין ציל מיט דעם אשכול איז אויפצוברענגען א אלטערנאטיוו, איך האב אבער קודם געוואלט זיכער מאכן אז משטייט אויף איין פעדש מיט די הקדמה, וואס דאס איז אז די געפיל איז אמקאנפידענס, און אנשטאט בויען די קאנפידענס דארף מען אוועקנעמען די אומקאנפידענס.

די מתנה פון אומקאנפידענס


לדעתי איז די געפיל פון אומקאנפידענס א מתנה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר א מענטש ער זאל פילן א העזיטעישן ווילאנג ער טראכט נישט גוט דורך וויאזוי דאס וואס ער וויל זאגן אדער טון גייט אויסנעמען ביי מענטשן.

ס'דא אמאל וואס ס'גייט צו ווייט און ס'שטערט פון אנגיין אין לעבן, א שטייגער ווי חז"ל זאגן לא הביישן למד, אבער די וועג וויזוי מבאהאנדלט דאס היינט איניש גוט לדעתי, איך וויל אונטערשטרייכן אז איך רעד נישט דא פון קיין פראבלעם קעיסעס איך רעד פון דורכשניטליכע יונגעלייט.

לא טוב


אין איינע פון די בתי מדרשות וואו איך דריי זיך האט זיך לעצטענס געדרייט א עידשענט פאר איינע פון די קורסן למיניהם (איך האק נישט יעצט אויף די קורסן) און א שיינע פאר יונגעלייט זענען געגאנגען און זיי האבן פארלוירן די בושה און געווארן גרויסע פגעים. ער האט זיך אזוי פיל אנגעהערט אז מדארף האבן קאנפידענס, אז ער האט פון זיך אראפגעווארפן די גאנצע יאך פון דורכטראכטן זיינע מעשים, ער איז געשטאנען יעדן אינדערפרי און גערעדט צום שפיגל ווי חשוב ער איז. ער האט פארלוירן די מתנה פון אומקאנפידענס וואס מפילט ווען מאיניש זיכער וויזוי עפעס גייט ווערן אויפגענומען.

ואתה תחזה


ביז אהער מיטן לא טוב, יעצט לאמיר גיין צו ואתה תחזה, וואס יא? רוב מענטשן וואס מאנגלען אין קאנפידענס (כרעד נישט פון קיעסעס נאר פון די דורכשניטליכע אינגעלייט וואס גייען צו די קורסן) איז עס א שוועריקייט צו מאכן באשלוסן, וואס דאס איז גורם א שוועריקייט אין מחליט זיין אויב וואס מוויל טון אדער זאגן גייט ווערן גוט אויפגענומען.

דאס איז וואס מ'דארף באהאנדלען, און ווען מ'באהאנדלט דאס בלייבט ער ווייטער מיטן מתנה פון העזיטעישן פארן טון, און ער טראכט עס גוט דורך און ער קומט צום באשלוס און טוט וואס ער האט צוטון.
לעצט פארראכטן דורך פיק ניק אום דינסטאג יולי 14, 2020 10:40 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

עפעס זאגסטו.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דו רעדסט פון א תורה'דיגן פערספעקטיוו?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

א געפיל אפשר טאקע נישט

אזא זאך איז אבער דא
דוק וטישטיך
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך האלט אז יא . רעדט צו א אכטער וועסטע הערן ער האט א געפיל פון קאנפידענט . שטארקייט בלע"ז
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דו רעדסט פון א תורה'דיגן פערספעקטיוו?

סעפעס?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך גיי מיר נישט טענה'ן.. איך וויל פשוט פאָרלייגן די אנדערע צד, און טראכט עס איבער פאר דו פרעגסט עס אפ...

כ'טראכט אז מ'קען שפירן "קאנפידענס". פארוואס נישט? מ'שפירט זיכער אז מ'קען אויספירן וואס מ'וויל.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:א געפיל אפשר טאקע נישט

אזא זאך איז אבער דא
דוק וטישטיך

וואדע איך האב נאר געזאגט אז סאיז א סטאטוס נישט געפיל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואס מיינסטו מיט "געפיל פון קאנפידענס"?


@מחשב, אוודאי אזוי אז מ'קען שפירען קאנפידענס.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

fiena nieas האט געשריבן:איך האלט אז יא . רעדט צו א אכטער וועסטע הערן ער האט א געפיל פון קאנפידענט . שטארקייט בלע"ז

אויף דיר האביך טאקע געווארט, זיי ביטע מסביר
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בדרך כלל איז קאנפידענט א סטאטוס אבער קען זיין א געפיל אויך
וויאזוי רופסטו אהן ווען דער מענטש קאנטשעסלי פילט גיט מיט זיך, איז עס נישט א געפיל?
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

צום פוה"א, אויב איך פארשטיי וואס דו מיינסט וויל איך צולייגן מיינע צוויי צענט,
א יעדע מענטש האט גוטע געפילן און שלעכטע געפילן מיום היות עלי אדמות,
ווען א מענטש פילט שלעכט אדער האט א קאמפלעקס אויף עני זאך דארף ער אריין קוקן וואס פיל איך און ווען ער ווייסט שוין וואס ער פילט דארף ער עס עקסעפטן און עס פעיסן אז יא דאס איז מיין הרגש און עס איז נאר א הרגש נישט א פאקט,
נאכדעם ווען ער האט קלאר ארויס זיין הרגש פאלט אטאמאטיש אוועק זיין נישט קאנפידענס און באקומט א נאטורליכע שטארקייט צו טון וואס ער האלט פאר ריכטיג.

לפי"ז איז פשוט וואס דו זאגסט אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי נישט קאנפידענס נאר עס איז זיין אינערליכע כללית'דיגע געפיל וואס זאגט אים אז ער טויג נישט וכדו'
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פיק ניק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איך האלט אז יא . רעדט צו א אכטער וועסטע הערן ער האט א געפיל פון קאנפידענט . שטארקייט בלע"ז

אויף דיר האביך טאקע געווארט, זיי ביטע מסביר

איז שרייבן גוט א געפיל? איז גראמען גוט א געפיל ארויסהאבן א זאך איז א געפיל?
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

@פיק ניק די זאגסט עס מסתם ווייל קאנפידענטס ביי דיך מיינט א מענטש וואס האט קיינמאל נישט קיין שוואכי געפיל וואס אזא מענטש איז מן הסתם טאקי נישט דא און דאס איז א סטאטא וואס נאר א שוואכי מענטש וואל אנקומען דערצו קיינמאל נישט צו האבען קיין שלעכטע געפיל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

Haklal האט געשריבן:בדרך כלל איז קאנפידענט א סטאטוס אבער קען זיין א געפיל אויך
וויאזוי רופסטו אהן ווען דער מענטש קאנטשעסלי פילט גיט מיט זיך, איז עס נישט א געפיל?

דאס איז שטאלץ/גאוה/זעלבסט רעספעקט. זעלבסט זיכערקייט מיינט ס"ה אז מ'האט נישט דעם שטער פון אומזיכערקייט, ס'איז אבער נישט קיין געפיל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די גאנצע עסק פון קאנפידענץ איז אפגעפרעגט על פי תורה..
טויזענטער ביכער און שטודיעס, עקספערימענטן און אנאליזן איז שוין פארשווענדעד געווארן אויף דעם נושא פון בויען קאנפידענטס...

די תורה לערנט אינז איין ווארט. ביזט פינקט אזוי ווערד צי די שפירסט דיך שטארק מיט דיר צי נישט. קאנפידענץ איז אירעלעווענט

זייטס מיר אלע געזינט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

@הרב סטאוו אפשר גיבסטו א שיעור ווי קומט מען צו צו אזא שטארקע לעוועל פון קאנפידענס ווי אייך?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די גאנצע עסק פון קאנפידענץ איז אפגעפרעגט על פי תורה..
טויזענטער ביכער און שטודיעס, עקספערימענטן און אנאליזן איז שוין פארשווענדעד געווארן אויף דעם נושא פון בויען קאנפידענטס...

די תורה לערנט אינז איין ווארט. ביזט פינקט אזוי ווערד צי די שפירסט דיך שטארק מיט דיר צי נישט. קאנפידענץ איז אירעלעווענט

זייטס מיר אלע געזינט

א שטיקל לאקשן קוגל...

אפשר וועט די תגובה אביסל קלארער מאכן. דא האב איך פרובירט מסביר צו זיין די חילוק פון סעלף עסטיעם מיט סעלף קאנפידענס און סעלף עפישענסי, פאר ווער ס'איז נייגעריג.

viewtopic.php?p=2122246#p2122246
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די גאנצע עסק פון קאנפידענץ איז אפגעפרעגט על פי תורה..
טויזענטער ביכער און שטודיעס, עקספערימענטן און אנאליזן איז שוין פארשווענדעד געווארן אויף דעם נושא פון בויען קאנפידענטס...

די תורה לערנט אינז איין ווארט. ביזט פינקט אזוי ווערד צי די שפירסט דיך שטארק מיט דיר צי נישט. קאנפידענץ איז אירעלעווענט

זייטס מיר אלע געזינט


דער דא האט קאנפידענס ב"ה
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בעל מנוחה האט געשריבן:@הרב סטאוו אפשר גיבסטו א שיעור ווי קומט מען צו צו אזא שטארקע לעוועל פון קאנפידענס ווי אייך?

המממ ווער זאגט דיר איך האב? באמת לא איכפת לי צי איך האב צי נישט... איך דאובט מיר נישט אפי' איך זאל זיין א שוואכלינקער...
בס"ד אין די סעריע שיעורים אין לובלינער הויף ווערן די נושאים אויסגעקלארט.
ווי אויך האף מיר בקרוב אנציהייבן מיט אן אשכול בתורת רבנו ירוחם הלוי ווי זאכן וועלן ווערן בעזר השם אויסגעקלארט אויף ר' ירוחם'ס נוסח

די אינטערשטע שורה איז אז דאס וואס ראביי דר. עי. דשעי. טווערסקי האט געזאגט אז נאכן שרייבן צענדליגע ביכער אויף די נושא און פארשווענדן טויזענטער שעות מחשבה, איז ער נאך אלץ נישט ארויסגעקומען מיט קיין כי הוא זה לעזונג וויאזוי מען באשאפט א האר קאנפידענץ ביי איינעם וואס האט עס נישט... שרייען מיר הויעך אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו ... אין די תורה פארנעמט די נושא נישט קיין ארט... ווייל קאנפידענץ איז נישט מעלה אדער מוריד אין קיין שום הינזוכט...!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מחשב האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די גאנצע עסק פון קאנפידענץ איז אפגעפרעגט על פי תורה..
טויזענטער ביכער און שטודיעס, עקספערימענטן און אנאליזן איז שוין פארשווענדעד געווארן אויף דעם נושא פון בויען קאנפידענטס...

די תורה לערנט אינז איין ווארט. ביזט פינקט אזוי ווערד צי די שפירסט דיך שטארק מיט דיר צי נישט. קאנפידענץ איז אירעלעווענט

זייטס מיר אלע געזינט

א שטיקל לאקשן קוגל...

אפשר וועט די תגובה אביסל קלארער מאכן. דא האב איך פרובירט מסביר צו זיין די חילוק פון סעלף עסטיעם מיט סעלף קאנפידענס און סעלף עפישענסי, פאר ווער ס'איז נייגעריג.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2122246

פארשטייט זיך אליינס שאם בחכמים נפלה שלהבת ... כ'גיי אי"ה מאכן צייט צי ליינען דיינע ארטיקלען... אבער ס'איז ראוי אז דו זאלסט פארשטיין אויב דו ביזט אויפן אנגענומענעם קו פון די אלגעמיינע חכמה בגוים וואס איז אויך דער מיינונג ביי רוב היימישע פסיכילאגן אשר שתו ממי הרעל ולא שמו על לבם כלל ללך אחר דרך התורה כי דבקו במאמר החכמה בגוים תאמין וזה לבד שמו נר לרגלם... כ'גלייב שווער זאלסט עפעס מחדש זיין מער ווי די חכמים וואס האבן שוין ציבראכן הינדערטער טויזענטער קולמוסים און מיט גארנישט ארויסגעקומען... כ'האף צי האבן א טעות און קענען עפעס מקבל זיין ווי ס'דארף צי זיין פון דיר...

אויב אבער נעמסטו דיינע דעות פון אינזערע ספרים, דעמאלטס דארף נישט זיין קיין נושא צי ארויסהייבן סעלף קאנפידענטס וואס איז נישט נוגע פאר גארנישט!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך האב נישט דארט געשריבן קיין מיינונג. נאר לויט דיינע ווערטער האט מיר אויסגעקוקט אז ס'פעלט הבנה אין די מושגים. ואם טעיתי תמחול לי.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

באמת וואלט איך מיר נישט ערלויבט ציעפענען דעם פישקע מיט ווערים אן זיך משעבד זיין צי ענטפערן געמוטליך און רואיג בטוב טעם ודעת אויף אלע וואס קוקן מיר אן ווי א ווילד מאדנער בעל שיטה וואס שיסט אזאנע מאדנע סטעיטמענטס אנטקעגן די שטארק אנגענומענע מהלך... אם לאו דער פותח האשכול האט געעפענט דעם דעבאטע מיט קורצע פראזן אן מסביר זיין קלאר זיינע זייטן, האב איך אויך גענומען לצדי דעם וועג און נאר געשאסן די קעפלעך... ואידך פירושא זיל וגמור... מיטן אייבערשטנס הילף זעמיר דא און די נושא גייט ווערן אויסגעקלארט במשך הזמן... א גוטע נאכט ליבע ברודער!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

לכאורה ביזטו גערעכט קאנפידענס איז בעיקר דער מהלך המחשבה און אנאליז אין מוח, פארשטייטסעך אז ס׳מעורר געפילן נאכדעם...

@הרב סטאוו, וועלכע טייטש פון קאנפידענס פליקסטו אזוי אראפ?
למשל אויב וואקסט א קינד אויף אז מ׳זאגט אים כסדר אז ער קען נישט זינגען און האט נישט קיין שיינע קול, אפילו ער וועט אויפוואקסן א צדיק וירא שמים, וועט ער זיך נישט צוכאפן צום ברעטל... אפילו ער קען באמת יא...

אויב האט מען היפש אוועקגעמאכט א קינד ווען ער האט אויפגעמאכט זיין מויל, העטער זיך נישט טראסטן אויף דער עלטער און זיך ארומדרייען מיט ספיקות... (זאל ער אפילו ווערן א גרויסע למדן, האט די וועלט נישט די זכי׳ נהנה צו זיין פון זיין שכל הישר)

איינער וואס מ׳האט אים איבערצייגט אז ער האט צוויי לינקע הענט, וועט ניטאמאל פראבירן צו בויען א סוכה (אפילו ער איז א צדיק גמור און ער ווייסט אז מצוה בו יותר מבשלוחו...)

און קורצן: ׳קאנפידענ׳ס׳ (לויט ווי איך טייטשעס - מעגליך כ׳בין ראנג) איז דער (סוב-קאנטשוס) בליק וויזוי מ׳קוקט אן א זאך און בעיקר איזעס באופן וואס מ׳האט אים געלערנט און די יוגענט; אויב איז ער אויפגעוואקסן מיט א פאלשן הנחה איז שייך צו טוישן דעם בליק...
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: איז דא אזא זאך ווי קאנפידענס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

פארוואס קען עס נישט זיין ביידע.

ווייל פונקט ווי ווייניג קאנפידענס איז נישט גוט פאר א מענטש, די זעלבע צופיל קאנפידענס איז אויך נישט די בעסט, סא א מענטש וואס וויל מצליח זיין דארף ארבייטען אויף זיין זעלבסט-זיכערקייט, און ווי אזוי דאס צו אקאמפלישען איז דא מער ווי איין וועג, אבער וואס געשעהט צו איינעם וואס האט ווייניג איז אז זיינע מחשבות און טראכטונגען נעמען איהם פשוט איבער אין ער איז נישט מצליח און זיין לעבען ווי ער וואלט ווען געקענט אדער בעסער געזאגט געברויכט ווען אנקומען.

סא אוודאי איז עס א פיעלינג אבער אויך א וועג אפצושאצען די מענטש׳ס סטאטוס.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”