״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

עס האט זיך אראפגעלאזט אויפן וועלט א מבול פון צעמישעניש, א פארפלייצונג פון לופטיגע נארישקייטן אזש די מענטשהייט ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו, וואס איז אמת וואס איז פאלטש, וואס איז ריכטיג וואס איז פראפעגאנדע, וואס דארף מען טון וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון, וועם מעג מען גלייכן צו דארף מען גאר האסן. א מענטש איז נאר א מענטש מיט זיין שכל. ומותר האדם מן הבהמה אז מען קען זאגן ׳ניין׳, וואס מאכט דעם מבול א קאטאסטראפע אין די ערגסטע פראפארציעס צוליב וואס עס אפעקטירט דעם מוח און גייסטישן צושטאנד פונעם מענטש אסאך מער ווי די פיזישע.

ניין מען דארף ברוך השם אין מערסטנטייל נישט קיין אקסעזשין אדער ח״ו רעספירעיטארס, מען דארף רוב מאל אפילו נישט צוקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונגען. אבער דאס איז גאר א חלק פונעם פראבלעם, צו גאר א פאקטאר וואס פארערגעט דעם מצב. דער מענטש, ווען ער ווייסט שוין יא אז עס איז פארהאן א מבול וואס אפעקטירט זיין גייסטישן, מענטשליכן צושטאנד, האט נישט קיין ערנסטן הייל מיטל מיט וואס זיך צו טרייסטן און אויסקורירן סיידן ער קען שלום מאכן מיטן מצב און נעמען די זעלבע ווי די אנערקענטע נערוון ליידענדע.

דערפאר, נאך איידער די מצב דערקייקלט ארויס פון קאנטראל, האב איך באשלאסן זיך צו אנגארטלען די לענדן, לויפן פארן קעניג און אויסשרייען פארן גאנצן געמיינדע דעם איינעם היילונג אינעם פארפלייצונג: דעם אלעמען-גוט-אלט-פארצייטישען אמת!

יא, דאנעלד טראמפ איז א רייכער, שיטערע-טראכטענדע, מושחת׳דיגער גוי וואס וואלט ווען קיינמאל דעם אמעריקאנעם פרעזידענטליכן שטיל געדארפט באטרעטן.

יא, באראק אבאמא איז אן אומערפארענע, מארקסיסטישע אידיאלאג געווען וואס וואלט ווען קיינמאל דעם אמעריקאנעם פערזידענטליכען שטיל געדארפט באטרעטן.

יא, לינקע און לינק-גענויגטע פערזענליכקייטן דאמינירן די אמעריקאנע מידיע נעצן -כולל טעלעוויזיע, צייטונגען, און ענטערטעימענט קוועלער- אין וועלכע זיי האבן פאר לאנגע יארן עדיטאריעלייזט זייער דעקונג לינקערהייט באגראבנדיג און באשמוצענדיג רעכטע צו רעכט-גענויגטע מיינונגען און אנשויאונגען.

יא, די שווארצע געמיינדע איז פאר יארן ערלויבט און געמוטירט געווארן -און גרויסטייל אינדזשענירט דורך דעמאקראטישע פאליטיקאנטן- צו אדאפטירן א נידעריגע לעבנס שטייגער וועלכע איז מער ווי דריי-פערטל פראצענט שולדיג אין די געמיינדעס׳ הויעכע קרימינאלע ראטעס און אלגעמיינע שלעכטע אויפפירונג.

ניין, איר זענט נישט א ראסיסט ווען איר גייט אויפן גאס און ציטערט ווען א שווארצע פארשוין אדער גרופע קומט אייך אנטקעגן.

ניין, איר זענט נישט א ראסיסט אויב איר האלט אז אלץ א כלל מאכט יעדע מענטשליכע לעבן אויס.

ניין, איר זענט נישט פאר טיראניע אדער פאר מער טויטע שווארצע אויב איר האלט אז שניידן און/אדער אוועקנעמען פאליציי פון די גאסן איז א נארישקייט.

יא, די מידיע אפאראט דורכאויסן לאנד האט זיך גערישט און געגארט אויף א קלינטאן געווינס אין 2016 און באשלאסן נאך טראמפ׳ס געווינס אים צו דערגיין די פרעזידענטשאפט מיט וואס נאר אימער, אפי׳ מיטן אינגאנצן אונטערברענגען דאס לאנד.

יא, די מידיע פערזענליכקייטן און דעמאקראטישע פאליטיקאנטן האבן אין די ערשטע חדשים געשניטן שטיקער פונעם פרעזידענט אלץ ראסיסט פארן אפשטעלן טרעפיק פון טשיינע און דערנאך אן רויט ווערן געמאכט א 180 און געצווינגען דעם פרעזידענט צו פארשפארן די וועלט׳ס גרעסטע עקאנאמיע פאר א קרענק מיט פאטאליטעט ראטע ענליך צו די פלו.

יא, די מידיע פערזענליכקייטן און איינגעגעסענע רעגירונג׳ס באאמטע האבן אין די ערשטע חדשים ביז אין מערץ אריין אפגעלאכט פון דאס באנוצן און באניץ פון מאסקעס און גאר באפוילן דעם עולם נישט צו איינצוקויפן די פראדוקטן.

יא, די אפיצילע תירוץ פארן אפשפארן איז געווען צו ׳נידערן די קארוו׳ אז די שפיטעלער זאלן זיך קענען כאפן דעם אטעם, אבער דאס גייט נישט נעמען מער ווי צוויי וואכן.

יא, די ניו יארקע שפיטעלער זענען מיאוס דורכגעפאלן און האבן בידים אין פארשעמענדע פאניק דערהארגערט פילצאליגע פאציענטן וועלכע וואלטן זיך נאך געדארפט דרייען צווישן אונז היינט.

יא, די קאלטע קאמוניסטישע כינעזער האבן געוויסט פון דעם פראבלעם אסאך איידער זיי האבן געלאזט די וועלט וויסן און גאר עלימינירט די ערליכע דאקטורים וועלכע האבן פראבירט צו איינמעלדן דעם פובליק וואס אזאנס קען פאסירן.

יא, די מידיע האט געפירט א קאמף לטובת אט די רעזשים און קעגן דעם אמריקאנעם פרעזידענט נישט אנצורופן דעם אנשיקענישט מיט זייער נאמען.

יא, מעיאר ביל דעבלאזיאו איז א סאציאליסטישע רשע מרושע וואס האט קיין שום פראבלעם נישט געהאט צו סטראשען צו פארשפארן שולן פאר אייביג קעגן נארמאלקייט און קעגן די אמעריקאנע קאנסטיטוציע, שיקן פאליציי צו שטערן לויות און אליין אראפקומען שטערן לויות, אבער האט די זעלבע פאליציי נישט ערלויבט איינצואצוימען צעיושעטע מאסן פראטעסטירער, ראיאטירער און וואנדאלן.

יא, ג-א-וו-ע-נ-ע-ר ק-א-ו-מ-א איז אן אינקאמפעטענטע בעל גאוה וועלכע איז שרעקליך דורכגעפאלן דעם פירערשאפט פראבע דורכאויס דעם קריזיס, און יא עס איז די מידיע וואס פארפירט און פראפעגאנדירט מיטן אים באשיצן -און גאר רימען- און באמוסטיגן דעם שטילן, אבער געלונגענע גאווערנאר פון פלארידע.

יא, די ׳בלעק לייווס מעטער׳ ארגעניזאציע איז נידעריג לינקע ארגעניזאציע מיט א ערקלערטע ציל פון דאס און ערגסטע און ערגער.

יא, סיי וואס אדער ווער שטעלט אדער זאגט-אפ מענטשן פון פאזיציעס -באצאלטע צו אומבאצאלטע- בלויז צוליב ראסע פארשידענהייטן איז א ראסיסט.

יא, זיצן אין קאר מיט א מאסק איז א שטומפדיגע נארישקייט ווען אויף גאנצע עצם געדאנק פון גיין מיט מאסקעס יעצט קענען זיך קלוגע מענטשן מחולק זיין.

יא, די לינקע טרייבן איבער די פראבלעמען און פרייען זיך מיט יעדן נייעם פאל טראץ וואס עס צייגט גארנישט נאך א קורצן איבערזיכט אלעס מיטן קלארן ציל פון אונטערברענגן זייער בלוט-שונא דעם פרעזידענט.

אום יוני 8, 1949 למספרם, האט א שרייבער מיטן צונאמען דזשארדזש ארוועל אראפגעשריבן א שרעקעדיגע באבסקע געשיכטע מיטן נאמען 1984. אינעם געשיכטע שילדערט ער וויאזוי געזעלשאפט זעהט אויס אינעם למספרם יאר 1984 . אין יענע מציאות איז נאר דא איין שפראך וואס מען מעג רעדן גערופן ׳ניו-ספיק׳, עס איז דא א ״טראכטן פאליציי״ וואס מאכט זיכער אז יעדער אין שטאט טראכט נאר וואס מען מעג, און דער פירער ׳ביג בראדער׳ וועם קיינעם קען נישט און מוז אפילו נישט זיין אין עקזיסטענץ איז פארהייליגט ביי אלעמען און אוי פאר דעם וואס טראכט נאר אנדערש.

פאר דאס רוב מענטשליכע היסטאריע הערן זיך נישט אזאנע מציאות׳ן צו שרעקוועדיג. דאס איז געווען מעשים בכל יום אונטער די שלעכטע דיקטאטורישע הערשאפטן אומעטום ווי נאר די בייזוויליגע קאפריזן פונעם קעניג האט אויסגענומען פלאץ. אבער פאר אונז געפיעטשע אמעריקאנע קינדער וואס זענען געוואוינט צו די ברייטסטע פרייהייטן סיי ווען פארהאן הערן זיך אזאנע ווערטער גענוי פון ווי זיי שטאמען: באבסקע מעשיות. און דאס איז אבער ליידער וואס די יעצטיגע פארפלייצונג פארווירקליכט אונז פארנט פון די אויגן און דרויעט אומצואווארפן די פרייע אמעריקע אין וועלכע מיר לעבן זיך אזוי באקוועם די לעצטע שטיק צייט. און די איינציגסטע מיטל וואס וועט עס האלטן איז זיך כסדר האלטן ביים אמת מיט איבערקייען די פשוטע פאקטן וואס זעהן אויס פשוטע אלף בית נאכאמאל און נאכאמאל און זיך נישט לאזן פון די ׳ביג בראדער׳ קארפאראציעס מיט זייערע געלטער און די ׳טראכטן פאליציי׳ אין די אלגעמיינע פרעסע. אל יבוש מפני המלעיגים אויפן שווערסטן לעוועל. נאר דאס איז די היילונג!

וואס האלטסטו יאנקל, בלעק לייוו מעטער? ״אויסדריקלעך נישט! אל לייווס מעטער!״

וואס האלטסטו יאנקל, גייסט וואוטן פאר טראמפ? ״זיכער אזוי! מעיק אמעריקע גרעיט עגעין!״

וואס האלטסטו יאנקל, די וועלט האט נישט מער ווי 10 יאר צו שטיין אויסער אויב אונז גיי מיר צוריק צו פערד און וועגענער און נעמיר צו אלע געלט פון די רייכע, אמת? ״דו שוטה טיפוש, ניין! ריין שקר!״

אאוו. אפגעזעהן צו מען האלט טאקע אזוי, פשוט צוריקצושטופן קעגן די ׳ניו-ספיק׳ ערפינדער וואס ווילן אראפבינדן יעדן יחיד צו זייערע מיסט וואס טוישט זיך יעדען טאג פיר מאל. אונז האלט מיר נישט ווי ענק, אונז וויל מיר נישט דאס וואס עטץ ווילטס, יעדער קען האלטן וואס ער וויל, זאגן וואס ער וויל, און עס גייט אונז גארנישט אן.

אין איינע פון די לענדער אינערהאלב די סאוויעטישע פאראיין איז אמאל פארגעקומען א פאראדע פארן דעם פירער און מאסן מערדער סטאלין ימש״ו. נאך א לענגערע פראצעדור איז דער קעניג אליין מכובד געווארן צו האלטן א רעדע. יעדער שטעלט זיך אויף און פאטשט און פאטשט און פאטשט. ביז איין עלטערע מענטש האט שוין נישט קיין כוח, זעצט זיך אראפ און הערט אויף פאטשן. אזוי צעביסלעך זעצט זיך די איבעריגע עולם אויף אראפ. נאכן רעדע קומען צו צוויי דזשאנדארן און טראגן דעם אלטן אפ אין די סיבירישע גולאגס! דער אלטער שטוינט, ״וואס האב איך שוין געטאן?״ וויינט ער מיט טרערן. ״האסט נישט געדארפט זיין דער ערשטער אויפצוהערן פאטשן,״ איז געקומען די קאלטע אנטווארט. יעדער ציטערט, אלע רעפובליקאנער שרעקן זיך פונעם אייגענעם שאטן, פירן דורך מאסיווע בעילאוטס אן א חשבון פון ווי מען גייט עס צאלן און לויפן אדורכפירן פעדעראלע פאליציי בילס אלעס ווייל די ׳ניו-ספיק׳ חברה רידערן. קיינער וויל נישט זיין דער וואס וועט ערשט אויפהערן פאטשן..

אבער איך, איך האב עס שוין געהאט ביז דא. איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן! איך שריי אויס הויעך, ״איר אלע נידעריגע, ביליגע, אנטי-אמעריקאנע קאמוניסטישע טיראנען שטעלט אייך אין א גראדע רייע און מארשירט פאנצער-גרופע סטיל גלייך קיין כינע און צפון קארעא! מיר מאראלישע, פרייהייט-גלייכענדע באזעסענע איינוואוינער האבן מיט אייך גארנישט און ווארפן קאטעגאריש אפ אייערע הוילע נארישקייטן פאר אייביגע אייביגקייטן!״

--
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום זונטאג יולי 12, 2020 3:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום מאנטאג יולי 13, 2020 2:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

בדוו, וואוטס פאר מיר פאר ראש הקהל.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

;l;p-
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אההה... כמים קרים על נפש רעבה.
יעצט קען איך אויך אויפהערן פאטשן...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הנאה געהאט.

יואב מארץ.... כ'מיין אמת מארץ תצמח
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק יואב! קנאקעדיג געשריבען אווי אלעמאל. דו האסט מיר צומישט מיינע פלענער מיט דיין אריינטאנצען. איך לייג אפ מיין אינדארסירונג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ווען יואב שרייבט מיט זיין רייכן "עדיטאריאליסטישן" פעדער, פאטשט יעדער...

איי מיסד יו...

העי, דו ביזט אויך געפאלן אינעם נעץ פון די אזוי גערופענע וואלן?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

הנאה געהאט
קום אריין עפטער מיט דיין רייכע פעדער
אז יענער קען קענסטו אויך
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

מעכטיג! זיך באלעקט מיט יעדן ווארט.
פארפאלן, קיינער קען נישט וואס יואב קען.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7266
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מטעמים האט געשריבן:א דאנק יואב! קנאקעדיג געשריבען אווי אלעמאל. דו האסט מיר צומישט מיינע פלענער מיט דיין אריינטאנצען. איך לייג אפ מיין אינדארסירונג.

כ'ווייס נישט אויב דו מיינסט עס ערנסט, אבער ער קען עני וועיס נישט לויפן, ער האט נישט 80 תגובות די לעצטע 6 חדשים.



און צו דיר יואב, געוואלדיגע ארטיקל.

הגם איך דיסעגרי מיט א שיין רוב פון עס, אבער א רייכע פעדער האסטו.
נאדיר, ;l;p-.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

יואב! ווי מיסד יו.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מיססד יו. באט סיריעסלי?

ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, מען קען זיך אויף יעדן פאראגראף כמעט דינגען און אפשרייבן תילי תילים פון ארגומענטן. אבער כדי נישט צו זיין פון די ספיטש רעגולירער וועל מיר לאזן דיינע ווערטער צו רו און זיך בלויז באציען צום קאנצעפט

עס איז לעצטנס נתפרסם געווארן אין ראולינג סטאון אז פילע רעפובליקאנער אינסיידערס אפילו וואס זענען קעגנער בשיטה צו טראמפ וועלן דאך זיין אין זיין קאלום וויבאלד ער פארטרעט די אנטי ניו ספיק באוועגונג אזוי צו זאגן.

אזוי אויך איז בכלל דא א שטארקע אויפוואכונג איבער די פראבלעם פון קענסעל קולטור דורך פילע איינפלוס רייכע מענטשן. און אויבנאויף איז טאקע דא א אישו.

למעשה האט מען אבער געהערט פון פילע מענטשן אז בעצם קענסעל קולטור גייט שוין אן לאנגע יארן. מענטשן וואס האבן זיך געוואגט צו זאגן אנטי עסטאבלישמענט געדאנקען ווען עס איז געקומען למשל זיך אנצונעמען פאר פאלעסטינער רעכטן זענען שוין איינמאל רעגולירט געווארן דורך די ניו ספיק פאליציי. אין פאקט, די איינציגע וואס פרובירן ארויף צו לייגן קענסעל קולטור אויף די געזעץ ביכער זענען די פרא איזרעאל געזעץ געבער מיט די אנטי בי די עס געזעצן.

און מען הערט עפעס נישט פון די אלע פונעם רעכטן לאגער וואס קרעכצן און באנעבעכן אזוי די געליטענע אז זיי זאלן האבן א פראבלעם דערמיט. עס קומט ארויס זייער קלאר אז די קאנצעפט פון ניו ספיק באדערט זיי גאנץ קנאפ. עס באדערט זיי פשוט די פאקט אז די לאנד האט זיך געטוישט און די ניו ספיק פאליציי רעגולירט זיי גאר אנשטאט רעגולירן 'די אנדערע'.

ספעיר מי די קראקאדיל טיערס און שטעק נישט אן אנדערע אומשילדיגע מענטשן מיט די אומשעדליכע וויירוס כדי "צו ווייזן פאר די ניו ספיק פאליציי אז דו הערסט אויף צו פאטשן".
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שטארק שטארק!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

ברוך הטוב והמיטב, פליס סטעי הער א ליטעל מאר
@יואב, זייער שטארק געשריבן, די פוינט איז, אז מ'איז פארנומען צו ארגומענט יעדע פוינט עקסטער,
וואס ווען מ'ברענגט אלעס צוזאם, זעהט מען דעם גאנצן פיקטשער,

עניוועי,
איך מיין אז יואב איז געווען די שר צבא ביי דוד המלך, ווי קומט דאס צו זיין ראש הקהל?
(קום אין אישי, די פעיק נוז קאמפיין האט געציילטע אבער גוטע פאזיציעס אוועקגעלייגט)
The Divided States Of America
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7266
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יואב איז א שטארקע קאנסערוואטיוו.
ער ליינט אפ די קאנסטיטוציע אזוי ווי ס''איז.
ער גייט נישט גיין טרעטן אויפן קאנסטיטוציע און לויפן פאר ראש הקהל.. כ'זאג דיר..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

זייער זייער הנאה געהאט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואאאאף!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דזשאסט שכח יואב.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

שקויעך
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

יאך האב געלייענט דעם ארטיקל און שטארק הנאה געהאט, טראץ דיס-עגרימענט'ס.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צוריקגעברענגט די אריגינעלע תגובה מיט די הילף פון גוגעל
https://webcache.googleusercontent.com/ ... t%3D43467+
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

דער ווארפט צוזאם א געוואלד
זייער שטארק ארויסגעברענגט
שכח'
הצלחה
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ״איך זעץ מיך אראפ און איך הער אויף פאטשן!״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איך זיך א בענקל זיך אראפצוזעצן. שיין געשריבן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”