אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

געווען איז דאס אין א טיפישער זונטאג אינדערפרי, ווען מיט פארקלעפטע אויגן און וואקעלדיגע טריט שלייך איך זיך אריין אינעם הונטערשטן שטאק פון גרויסן ביהמ"ד דא ביינונז אין קרית יואל, ריכטענדיג מיינע טריט גלייך צום מקוה וואו מען גייט זיך בעז"ה מטהר זיין און אויפלעבן די פארשלאפענע געמיטער מיט א הייסן בור און א קנאקעדיגער שויער,

מיין תפילין בייטל לאז איך איבער אויפן טישל אינדרויסן נעבן די מקוה איד'ס שטובל, און איך שפאן מיט שנעלע טריט אריין אינעם טיר צום טורנסטייל מקוה אריינגאנג, און… טראפיק!

פארנט פון מיר שטייט א אינגערמאנשיקל, א שנה ראשונה אפרוח, א פרישער תושב דא אין שטעטל, זיין געזיכט איז מיר שוין גראדע באקאנט, נישט איינער וואס איז באשענקט געווארן מיט עפעס א ספעציעלע גרעסע דאזע פון קלוגשאפט, און עפעס גיבט ער זיך נישט קיין עצה דארט מיט דעם סאפיסטיקירטן פינגער-פרינט מאשינקע,

ער דרוקט, קוועטשט, האקט, בלאזט, שאקלט, און עפעס איז ער נישט צופרידן, קוקט פון אונטן, שלעפט פון די זייטן, אבער ער טרעפט נישט וואס ער זוכט! ער זעהט אויס סיריעס פארצווייפלט…

זעענדיג ווי איך שטיי אזוי אומגעדולדיג אונטער אים, פרעגט ער מיר 'זאג, דו נוצט אויך דעי מקוה יעדן טאג? דו קענסטיך אויס מיט דעם צודרייטן מאשין דא?...' למען האמת, כווייס ניטאמאל וועלכע שפראך יענע מאשין רעדט, נאר אזויפיל אז ווען איך לייג צו מיין פינגער ווערט די לייט גרין און ער ווייזט אז איך קען אריינגיין, אבער זעענדיג זיין פארלעגנהייט האב איך באשלאסן אז איך האב נישט צו דערלייגן מיטן אים פרובירן צו העלפן, און אויב איז דער מאשין טאקע צובראכן זעמיר דאך טאקע ביידע אין פעקל, נו העט עס זיין עפעס א צרת רבים ברוב עם,

פרעג איך אים וואס דער פראבלעם איז,
הייבט ער מיר אן מסביר זיין וואס נעמט אים אזוי ארויס פון די כלים;

'האלאו, דו האסט שוין אמאל אריינגעטראכט וואס דא קומט פאר?' - פרעגט ער בשעת ער רוקט ארויף די הוט און שלעפט ארויס די קאפל פון אונטער דעם גראד ארויף אויפן שטערן - 'דער מקוה איד שטייט אויף יעדן טאג נאך אינמיטן די נאכט, קומט אריבער אין מקוה, און מאכט זיכער אלעס איז גרייט, די האנטוכער זענען צאמגעלייגט אויפן פלאץ, די זייפלעך ביי די שאוערס, די בורות פיל מיט פרישע ריינע וואסער, די ערד גערייניגט, די סטים אנגעצינדן, די לעקטערס ארבעטן, אלע בענק ציכטיג און זויבער, און הערשט דאן הייבט ער אן זיין שווערע ארבעט פון סערווירן דעם עולם ביי זיין פענסטערל און פארקויפן קעמלעך מיט שעמפו וכדו', דא טוט זיך א ריזיגע אפעראציע יעדן צופרי מיט שעות ארבעט!

אצינד, - גיבט ער מיר א כאפ אן ביים ארעם כדי שיכנסו החיצים בי ווי עס ברויך צו געהערן - האלב צעהנע, אומגעפעהר זעקס שעה שפעטער! קום איך צוקריכן ווי א ברייטער מחותן, אויסגעשלאפן ווי א בער, און איך לייג צו מיין פינגער צום מאשין, און איך ראול אריין אין מקוה! דו כאפסט וואדא קומט פאר? יעדן טאג דער זעלבער מעשה! דער טיר איז פארשפארט, איך קום מיט מיין פינגער און ער עפנט זיך!!! יעדן טאד די זעלבע פינגער! לכאורה גייט עפעס פאר מיט דעם מאשין אז ער געדענקט נישט פון נעכטן, אבער הייסט דאס נישט אביוזט די סיסטעם??? ווי קען איך מיטן זעלבן פינגער אריינגיין יעדן טאג און געניסן פון זיינע שעות ארבעט???

ווי לאנג מיינסטו גיי איך קענען אנגיין מיט דעם??? עס וועט קומען דער טאג וואס די 'חברה' וועלן כאפן דעם שווינדל, האלאו, דעי חברה זענען קלוגער ווי מען מיינט!

דער טאג וועט ווארשיינליך קומען, און מ'וועט זיך נעמען איבער מיינע ביינער, דעמאלס וועט נישט העלפן קיינע געוויינערייען! דער גאנצער שטאט וועט רודערן! איך גיי מיך שעמען ארויסצוגיין אויפן גאס!!! מיינע קינדער וועלן ווערן גערודפ'ט אין חדר און מיין ווייב דורך די שכנים, אלעס ווייל איך בין געווען א אויבער חכם! ווי וועל איך קענען קוקן מיין ווייב און קינדער אין פנים אריין נאכן זיי אנברענגען אזאנע בזיונות?...'

דער איד שטייט דארט אזוי צובראכן מיט פארגלייזטע אויגן זיך אויסמשל'ענדיג דער בילד וואו מען טראגט אים מיט געבינדענע הענט און פוס אין טורמע אריין, קליינע אומוועלנדיגע טרערעלעך באווייזן זיך אויף זיינע פארשלאפענע בעקעלעך, און ער הייבט נישט אן צו כאפן פארוואס איך קוק אים אן מיט אזעלכע גרויסע אויגן...! ער פרעגט מיר 'וואס איז דיין מהלך? וויאזוי ספראוועסטו זיך מיט דעם פראבלעם?...'

איך קוק אים אן פארווינדערט, און ער האט גלייך געכאפט ברוב חכמתו וואס איך ווינדער זיך אזוי, ווארום איך האב טאקע נישט קיין עצה! זעמיר ביידע אויף צרות!

'הער מיך צו! - רופט ער זיך אן מיט עטוואס א זיכערערע שטימע - דאס איז וואס איך פרוביר דא צו טון! איך פרוביר צו פראגרעמען די פינגער פון מיין פוס זאלן אויך ארבעטן אויף דעי מאשין, אזוי זאל איך האבן צוואנציג מינע פינגער-פרינטס אן פייל און נישט אזוי אביוזן די סיסטעם!! לאמיר עס אינאיינעם דערגיין און מסדר זיין, און זיך אזוי איינשפארן די אלע עגמת נפש און בזיונות אין די פיוטשער!...'

כאניש קיינאנונג וויאזי דער יוקל איז למעשה ארויסגעקראכן פון זיין פלאנטער, אפשר האט ער געפראגרעמט זיין נאז אויכעט, און אפשר האט מען אים טאקע ארעסטירט, ווער ווייסט…

*

נאך א אינטערסאנטע עפיזאד האב איך געהאט, פארנדיג אמאל מיט א קאר סערוויס דרייווער אויף א לאנג דיסטענס טריפ, ווייזט ער מיר א זעקל, און ער זאגט מיר אז ער גייט מיר פארטרויען דעם סוד וואס איז דעם זעקל ליגט, אבער בתנאי אז איך גיי פאר קיינעם אויף דער וועלט נישט איבערדערציילן!

איך זעץ מיך אויף, און מיט א פרעסטידזשפולע שאקל מיטן קאפ זאג איך אים צו אז איך בין א טראסטבארע מענטש, און ער עפנט דעם זעקל און ווייזט מיר מיט א ברייטן שמייכל א גאנצער זאק מיט איזי-פעסס מאשינקעס!

וואאאס?? איזי-פעסס??? וואס מיינט דאס??

ער לייגט די פינגער אויפן מויל, שששש... און ער איז מיר מסביר דער פשט;

'איך פאר כמעט טעגליך אריבער געוויסע בריקן אין דא אין ניו יארק, און אנשטאט צאלן די בריקן שטייערן, ווייז איך זיי מייין איזי-פעס און זיי לאזן מיך אדורך, זיי האבן טויזענטער קארס יעדן טאג, און זיי געדענקען נישט פונקטליך אז איך בין שוין נעכטן דא געווען מיט דעם זעלבן איזי-פעס, און אזוי גייט עס דורך יעדן טאג,

ביז איין טאג האב איך מיך געכאפט ביים קאפ וואסערע אומ'אחריות'דיגער שפיל דאס איז, דו ווייסטעך היינט גייט אלעס דורכן קאמפיוטער און מען קען מיט איין קנעפל זען אלעס, עס וועט קומען דער טאג וואס מען וועט זיך נעמען איבער מיר און מען וועט קומען אויף מיינע שפורן, און איך וויל אפילו נישט טראכטן וואס גייט דעמאלס געשען, איך גיי פאר אייביג בלייבן א קרימינאל!! אזוי אויסצופאפן די גאווערמענט??? דו מיינסט מען קען עפעס יעדן טאג ווייזן די זעלבע איזי-פעס פון נעכטן און אייערנעכטן???

האלאו! איך בין קלוגער פון דעם! איך האב זיבעציג שטיק! איך האלט מיין רעקארד קלין!!!

קלוג, הא?

*

מיינע טייערע חברים,

אמאל דארף מען זיך אליינס אנקוקן צו מיר שפילן נישט גאנץ אפט אויס די טריקס פון די צוויי חכמים, אין אונזערע ראמען,

מאכט זיך אפט ווען מען טענה'ט זיך מיט איינעם, און עס קומט אויף א טענה וואס דער בעל הטענה שפורט פאר וויכטיג מיטצושיסן מיט זיין טענה עפעס אזא מין סטעיטמענט ווי 'אהה... גייסט יעצט קומען מיט די זעלבע תירץ וואס דו ענטפערסט אייביג....'

און?...

בום! דיין תירץ איז שוין נישט רעלאווענט! פארוואס? ווייל האסט עס שוין נעכטן גענוצט!

בפרט ווען מען רעדט אינאיינעם מענטשן וואס קענען זיך נישט אויף אזא פארום ווי אייוועלט, ווען אין געוויסע פעלער איז דער בעל הטענה איינער וואס הערשט נעכטן האט ער געשריגן די זעלבע זאך מיט אנדערע ווערטער (אונטער א צווייטער ניק...) און היינט איז ער ווידער דא מיט א פרישקייט און גייט פתיחה מיט די טענה פון נעכטן - אבער פארזיכערט זיך אז ענטפערן זאל מען אים נישט קענען...

אלזא לאמיר זיין קלאר, ווילאנג איך האלט אז מיין טענה איז אמת ווועל איך עס איבערזאגן און איבערזאגן, אפגעזען וויפיל מאל דו גייסט מיט פארווארפן און אויף וויפיל סארט אויסלייגן דיין טענה וועט זיין אויסגעשטעלט,

איבערנוצן א תירץ ווען דו נוצט איבער דיין קשיא איז דער זעלבער גניבה ווי איבערנוצן א מקוה קארטל און א איזי-פעס!

אויב איז עס פאר דיר זייער שווער צו פארשטיין, און דו פילסט יא אז דו האסט ליב איבערצוקייען דיין טענה כדי יענעם צו צומישן, (און דו האסט נישט ליב ווען יענער קייט איבער זיין תשובה), זייט וויסן אז דו ביסט דער וואס מאכט אז ביי יעדע שמועס וואו דו קומסט אן, אין ביהמ"ד אין מקוה צו אויף אייוועלט, זאל זיך דער עולם צולויפן!

זייטס אלע געזונט און פריש!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

גוט געלאכט
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

פופציגער איז און די כלים היינט
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

פיינע נייעס...
כ'מיין אז די זאלסט פאסטן יעדען טאג...
ס'רינט סחורה ווי מצה וואסער!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

האלא, דו פופציגער!

מאך נאר אויף דיין זעקל דארט און לאמיך זעהן וויפיל שטיק דו האסט נאך דארטן, הא?!

ניין! נישט וויפיל איזי פעססעס, וויפיל ארטיקלען האסטו נאך??!!

דער איז עפעס געוואלדיג!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זאג, דו האסט א בוים וואו ס'וואקסן ארטיקלען?
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

פרישע קוגל האט געשריבן:פיינע נייעס...
כ'מיין אז די זאלסט פאסטן יעדען טאג...
ס'רינט סחורה ווי מצה וואסער!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דו געסט פאר'ן עולם צו עסן פיינע זאכן אינמיטן א תענית
פעטער ליפא
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער ליפא »

כמותך ירבו בישראל נאך אפאר אזעלכע שרייבערס אויף אייוועלט וואלט נישט געשאדט אזעלכע זאפטיגע ארטיקלען מיט אזא גוטע שפראך
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

פעטער ליפא האט געשריבן:כמותך ירבו בישראל נאך אפאר אזעלכע שרייבערס אויף אייוועלט וואלט נישט געשאדט אזעלכע זאפטיגע ארטיקלען מיט אזא גוטע שפראך
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח אייך!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דאס דארף זיין די ערשטע תגובה דיינע, נאכן מנהג אייוועלט, אז דער ערשטער אשכול איז איבער מקוה

קען מען זאגן אז אלעס ביז דעם איז נאר געווען א הכנה

גיי אן ווייטער, דער עולם האט זייער הנאה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שמו האט געשריבן:דאס דארף זיין די ערשטע תגובה דיינע, נאכן מנהג אייוועלט, אז דער ערשטער אשכול איז איבער מקוה

קען מען זאגן אז אלעס ביז דעם איז נאר געווען א הכנה

גיי אן ווייטער, דער עולם האט זייער הנאה

;l;p-
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יעצט אנגעקומען, ס'עפעס משונה'דיג געשמאק צו לעזן דיינע ווערק
יישר כח פארן מהנה זיין, האלט אנגעצינדן!
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

פופציגער האט געשריבן:מיין תפילין בייטל לאז איך איבער אויפן טישל אינדרויסן נעבן די מקוה איד'ס שטובל,

זאג נאר די ביזט נאך א בחור??? פון דיינע אנדערע ארטיקלען האט יא אויסגעקוקט אז די ביסט שוין א אינגערמאן.

עניוועיס א ריזיגע ש'כח, ביזט דאך ממש מחי' נפשות יבשות מיט דיינע האנט ווערק, זעה צו שרייבן נאך אסאך
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

געזען אינעם שרייבער

אנבעליוועבל.....
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p- ;l;p-
שטארק..!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פיין געשריבן. פיין געלאכט.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

:lol: :lol: :lol:
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

:lol:
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך קוק אהער און אהין, פופציגער שרייבט א מאסיווער פאני ארטיקל און נאך מיט א מוסר השכל אין א ’דאנערשטאג’? מיר ווייסן דאך אלע אז זיינע פיינע ווארע איז רעזערווירט פאר זונטאגס....

אה, ס’איז אן אלטער ארטיקל. אה דאס איז שוין א טריעט.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יאנאש האט געשריבן:איך קוק אהער און אהין, פופציגער שרייבט א מאסיווער פאני ארטיקל און נאך מיט א מוסר השכל אין א ’דאנערשטאג’? מיר ווייסן דאך אלע אז זיינע פיינע ווארע איז רעזערווירט פאר זונטאגס....

אה, ס’איז אן אלטער ארטיקל. אה דאס איז שוין א טריעט.

ווען וועלט אינאך געווען וועלט... געווען אמאל צייטן מיט שבוע שכולו זונטאג...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

גיט איז גיט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שקויעח
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אלערט! מיין ווארט האט עקספייערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יעדע מאל מען קומט אן צו א עקספייערעישאן דעיט ווערט דער אשכול אפגעשטויבט...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”