טרעפט זיך מיט אייער ניק! (#1)
אחראי: אחראי
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3292
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
טרעפט זיך מיט אייער ניק! (#1)
בס"ד
*דיסקלעימער אונטן
פון וואס איז די רעדע?
די רעדע איז פונעם קרעטשמע.
דאס איז די גאנצע?!?... ווייסטע דען נישט וויפיל שרייב-פעדערן זענען שוין צעבראכן געווארן דערויף? קומסט יעצט מיט א פרישקייט עפעס מחדש זיין?
נו וואדע! ס'דאך אזוי די פעשען... בארואיגט-אייך! רואיג!
קודם איינס, אחת ואחת, לכאורה האב איך טאקע מחשב געווען, מאן יימר איך קען דא עפעס מחדש זיין? כ'בין עפעס אן אלטער פארשלאפענער קלאצקאפ העכער די זיבעציג, וואס מיינט אז בשבילי נברא העולם, און כאניש ווא'סטיטשין? אדער אפילו א יונגער2020 אור אייניקל וואס קומט דא ווי א גאנצער וויכטיג מאכער צו קריכן אויף א הויכן לייטער? וואס עפעס? סך הכל בין איך נאך איינער פון די בני ישראל, אן איינפאכער איד, ניטאמאל א קנאפער ידען, סתם א מענטש צווישן מענטשן, עפעס אזא פלטיאל מונאוויטש...
געוואלד געשריגן! דער???!? מה שמו? ער קומט זיך אן מיט א תמימות'דיגער בלעכענעם פנים, דאס פענע איז אים שטומפיג אינגאנצן, ער האט אויף געבלאזן די פאקטען ווי א גרויסער עם הארץ... שטעל דיך פאר א לעגאו מענטשעלע ווערט א טראק דרייווער אויפן פאלעסיידס... ער העטעך אויסקוקן ווי בערל קראקאווער דער פערדס מיניסטער אויפן וואגן מיט שיעלע בהמה און אלעקסיי (דער דריטער) ווען ער האט זיך פארפלאנטערט אויפן דרך המלך קיין קאוונע...
זאלעך זיך נעמען שיסן פעיק נוז מיט מיין גאלדענע פעדער? אזא טשאדעלע באדעלע, אדער די מעשה פון די לעבעדיגע בערעלע, סתם דאמירן בעלמא?... נאכדעם וועט מען דארפן א הענדימען זאל זען וואס טוט זיך... בעסער איז - זאג גארנישט!
כ'מיין קאם אן! יש בו נשמת השכל? דערנאך וועט ער מיר אנטלויפן אזוי כצל עובר, און אונז איבערלאזן ווי א דריידל אין א דממה דקה כחוח בין השושנים...
אה, האסט א פראבלעם? פרוביר אויך! ס'א חילוק אויב ער איז א ברוקלינער אינגערמאן אדער א מאנסי געבוירענער? ער קען אפילו זיין וועלט'ס פארשטייער אדער סאטמארער ווארטזאגער! די עיקר איז די נקודה'לע פונעם נפש'ל...
זאג מיר נישט איי עם ביזי, (האהא! גראמט מיט בן בוזי...) און זיי נישט אזוי לעיזי. ביסטעך א סמארט גאי, אן איש מבקש, און א פיינע מענטש, פיר זיך אויף לייטיש, נישט ווי א ליידיג גייער... קום אריין אין ספרים שטוב ווי אן אורח הכבוד, זעץ דיך אויפן בענקעל מיט ישוב הדעת, נישט סתם סארקאזי'ם... לייג דעם טישטוך, נעם אראפ פון בוידעם פרישע קוגל, (יש ברירה, ס'דא אויך פארפרוירן...), טשאלנט מיט חמרא טבא, וויאזוי שטייט הלשון? 'טוב לב משתה תמיד'. זאל זיין צו געזונט!
קענסטעך מאכן געהעריג אסדר לסעודתא מיט סעלצער, עכט היימיש'ע חלה לכבוד שבת, און שליו ודגים וכל מטעמים! אפילו קרעמער'ש קעיק, אלעס בהשגחת אחד הרבנים פון סאכדעס!
ווילסט אפילו צולייגן זאלץ וואסער? נו גוט נו שוין... כ'בין נישט אזא דייקן און ישרן... די עיקר, מיט שמחה!
ביסט דאך א בעל מנוחה, ווילסט אלעס אוועקלייגן אויף מארגן? ניין און יא / אדער יא. מעיבי נאט?
דערווייל זיי מקיים דעם ארחיקה נדד, ווייל סוף כל סוף, אן ארטיקל ארויף, שמארטיקל אראפ... יא אמת נישט אמת, קען זיין ס'איז א טעריע וואס לעבט, אבער טראכט אביסל טיפער מיט אמונה פשוטה... הכל הבל!
ביזט ברוגז? קענסט בלאזן מיט א גרויסן טראמבאן פון בארא פארק ביז קענטאקי, און אפילו ביז די אונגארישע הייזער! יעך בין שוין גרויס - קראך ווי א ניס קראכער!
--------------------------------------------
טענו בחטין והודו לזכר קדשו...
צ/ק - שוין פארראכטן.
------
מ'האקט
שיק עניוועיס...
*דיסקלעימער: נישט מעגליך נאכצוגיין אלע ניקס, און כ'האב קיינעם נישט אויסגעלאזט צוליב א ספעציעל סיבה. בעיקר האב איך גענוצט אקטיווע אין פארברענגן אדער נייעס.
אדרבה, מ'קען אלס צולייגן נאך נעמען.

לעצט פארראכטן דורך זאג א גוטס אום זונטאג יולי 05, 2020 10:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
איך האב דאך עם געבעטן זאג א גוטס!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
WOW!!!
דער זאגט דאך טאקע א גוטס
דער זאגט דאך טאקע א גוטס
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
גוט גוט גוט סופער!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
מאסיוו!!
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- האסט נייעס
- שר האלף
- תגובות: 1101
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
- לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
wow מעכטיג!
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3292
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
גרשון האט געשריבן::-(
#1 די דיסקלעימער.
#2 נעמען איז שווערער אריינצופושן...
- הודו להשם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4704
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
- לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
- פארבינד זיך:
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
קוקט אויס כ'דארף שרייבן אפטער...
--
ווייסטע וואס? כ'על עס איבערליינען נאכאמאל, אפשר האב איך עס בטעות אויסגעלאזט.
--
אוועראלל"
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
פיין...
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
ש'כח פאר'ן מיר אינזין האבן...
-
- שר האלף
- תגובות: 1760
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
מאסיווע ארבעט
-
- שר האלף
- תגובות: 1444
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
- לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8352
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
פשיהא... האמיר געהאט די זכי' נזכר צו ווערן בספרן של הניקס!
זעהסט נישט צום סוף 'והודו' לזכר קדשו...?!
הודו להשם האט געשריבן::-(
קוקט אויס כ'דארף שרייבן אפטער...
--
ווייסטע וואס? כ'על עס איבערליינען נאכאמאל, אפשר האב איך עס בטעות אויסגעלאזט.
;

לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3292
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
הבהרה:
די דיסקלעימער איז געהעריג א חלק פון די זאך, עס אנטהאלט אלע ניקס וועלכע זענען בטעות ארויסגעפאלן פונעם ערשטן מהדורה..
די דיסקלעימער איז געהעריג א חלק פון די זאך, עס אנטהאלט אלע ניקס וועלכע זענען בטעות ארויסגעפאלן פונעם ערשטן מהדורה..
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
הודו להשם האט געשריבן::-(
קוקט אויס כ'דארף שרייבן אפטער...
--
ווייסטע וואס? כ'על עס איבערליינען נאכאמאל, אפשר האב איך עס בטעות אויסגעלאזט.
--
אוועראלל"
ביסט דאך שוין נישט דא...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
א קוגל פון @כאניש און @סטוטשי, גאונות!
וויאזוי האסטו געקענט פארגעסן פון @נשמה?
שטעל דיר פאר ווען די לייגסט צו יד"נ און נד"נ.
וויאזוי האסטו געקענט פארגעסן פון @נשמה?
שטעל דיר פאר ווען די לייגסט צו יד"נ און נד"נ.
-
- שר האלף
- תגובות: 1297
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24631
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6639
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
- לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם
Re: טרעפט זיך מיט אייער ניק!
דאס איז טאלאנט!
אז איז מיר א כבוד צו זיין די אכסניא פאר יש ברירה'ס קוגל.

רצונינו לעשות רצוניך.