מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך יולי 01, 2020 6:13 pm

א גוט מארגן, א גוט יאר.

מיר זענען אלע היינט אויפגעשטאנען צו א נייער מארגן, מיט א מציאות וואס איז א טריקענע פאקט. יא, נעכטן נאכט ערגעצוואו נאך 3 האט מען דערקלערט אז פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידערוויילונג, און פארטיג. גיימער האבן נאך 4 יאר טראמפ.

בעצם איז דער חידוש נישט נאר דער פאקט אז טראמפ האט געווינען ווידערוויילונג, נאר עס איז אויך דער פאקט אז מיר האבן שוין נעכטן נאכט געוויסט די רעזולטאטן, לויט ווי אלע מיינונג זאגער האבן געקוויטשקעט די לעצטע צוויי וואכן האט מען געקענט מיינען אז צוליב די מעיל אין בעלאטס וועט געדויערן כאטש צוויי וואכן צו הערן אז ביידען - אדער ווי מען קען אים יעצט רופן מיט רעכט, מיט טראמפ'ס לעצטע ניק פאר אים 'לאזינג דזשאו' - האט געווינען, און למעשה שטיי מיר יעצט מיטוואך צופרי, און מיר ווייסן שוין אז פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידערוויילונג.

באמת האט @נקדימון געבעטן אז נישט יעדער זאל עפענען א עקסטערע אשכול פאר זיינע געפילן איבער די עלעקשן נאכט, נאר מען זאל עס שרייבן אינעם ספעציעלן "עלעקשן נאכט אנאליזן אשכול" אבער אזוי ווי איך פלאן נישטא צו שרייבן א טיפיקל אנאליז פארוואס למעשה האט טראמפ יא געווינען, ווייל פון דעם איז שוין ב"ה דא גענוג אין יענעם אשכול (אגב אז מען רעד מיר שוין פון יענעם אשכול וויל איך מודיע זיין אז נראה לי אז דער טעם פון זיין געווינס איז כדברי @צל, עיין שם) נאר אזוי ווי איך וויל שרייבן איבער א אנדערע נושא, האב איך יא געפענט א עקסטערע אשכול.

אבער פאר איך גיי צו צו מיין ענין וויל איך מיר קודם באדאנקען פאר אלע וואס האבן אונז אזוי מהנה געווען נעכטן נאכט, קודם פאר די געטרייע הנהלה וואס טראץ וואס דער סייט האט נעכטן געזען א רעקאד פון 2,450 באניצער ביי איר הויכפונקט 10:33 ביינאכט, דאך איז אלעס געגאנגען ווי געשמירט, און מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן שטאטן סייט, און מיר פארשטייען אז דאס קומט נישט צופיס, נאר עס האט געקאסט אסאך כוחות, ממילא זאגן מיר שכוח פאר אלע וואס האבן געארבעט דערויף.

דערנאך פאר @הכל הבל פאר די מינוט'ליכע אפדעיטס איבער די רעזולטאטן, @צל עובר פאר די אפדעיטס און בילדער און טוויטס, און בעיקר פאר די כסדר'דיגע אנאליזן מיט דיין ברייטע ידיעה איבער כמעט יעדע קליינע קאונטי און דיסטריקט אין אמעריקע, @נקדימון פארן ברענגען כסדר די אויסצוגן פון זיסע טוויטס, און פאר די מאפעס, און בעיקר פארן קאלן דער ערשטער עטליכע שטאטן מיט הרב וואסערמאנ'ס "שוין געזען גענוג" סלאגאן, @טשאדעלע, פאר די זיסע גע'כשר'טע קליפס פון ביידע רעדע'ס, און ווי אזוי די נייעס ווערט אנאלעזירט אויף די נעטווארקס, @לכאורה פארן מסכים זיין נאך גאר פרי אין די נאכט צו אוועק געבן אונזער אנגעגרייטע לחיים פארן צד שבכנגד, @אסדר פארן שוין פרעדיקטן דעם אויסגאנג 6 שעה פאר די נעטווארקס!

שוין, כ'מיין כ'האב יעדן אפגע'שכוח'ט, ווער נישט זאלמיר מוחל זיין, נאר 4 שעה געשלאפן די נאכט, אבער לאמיר צוגיין צום ענין.

עס איז געווען נעכטן נאכט ארום האלב 3, ווען עס איז מער און מער קלאר געווארן אז טראמפ האט עס, און ער האט צום צווייטן מאל דערלאנגט א שטויס פאר די ווארט "אנקעטעס" "אנאליסטן" "מידיע" מיטן גאנצן קראפט, און זיכער געמאכט אז זיי ציען איין פאר לאנגע יארן, און יענע מינוטן ווען איך בין נאך געזיצן אין אפיס און געווארט אז די פארמעסט זאל אפיציעל געקאלט ווערן האב איך באשלאסן איבערצוקוקן מיינע תגובות פון די לעצטע אנדער האלבן יאר, זינט די פריימערי ביי די דעמאקראטן איז געווארן מער אקטיוו.

וואס זאלעך אייך זאגן? מיין פנים פלאמט פאר בושה, איך האב געליינט מיינע שלעגערייען נאך די ערשטע דעמעקראטישע דעבאטע צי ביידען האט יא גוט אויסגענומען, וכן נאך די צווייטע, דריטע, פערדע, וכו'. מיינע שלעגערייען נאך אייאווע, ניו העמפשיר, צי ביידען האט נאך יא טשאנסן צי נישט, מיינע כסדר'דיגע טענה'ריין לכל אורך הדרך אז ביידען קאלעכט נישט, און ווי פריילעך איך בין געווען ווען ביידען האט געראקט אין די אנקעטעס. איך האב געליינט מיינע שאלונגען נאך ביידען'ס ערשטע דעבאטע מיט טראמפ ווען ביידען האט געזאגט דעם באקנטן "מר. פרעזידענט מיין נאמען איז נישט דזשעב בוש, און אויך נישט דאנאלאד טראמפ" סטעיטמענט, און אזוי ווייטער ביז די לעצטע דעבאטע ווען טראמפ האט געסנעפט אינמיטן די דעבאטע און געזאגט אז ער גייט אינוועסטיגעיטן צי די מאדערעטערס האבן נישט געשעירט מיט ביידען זייערע פראגן. איך בין דאן זיכער געווען אז עס איז דערנאך. ביידען האט עס. בפרט אז די אנקעטעס ליעדן שוין פאר 4 חדשים אין "אלע" סווינג סטעיטס.

איך האב געטראפן מיינע טענה'רייען אין גוגל טשעט מיט @בוידעם ווען איך האב אים געשיקט כל מיני מאפעס און אנקעטעס, גע'טענה'ט אז ביידען איז פריש ווי גליות מיט שמשון הגיבור, מיינע אישי'ס מיט אנדערע טראמפ שטיצער. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז עס איז אקעגן די מציאות אז טראמפ זאל עס מאכן.

למעשה... ווייסט שוין יעדער ווי אזוי עס האט זיך נעכטן נאכט גענדיגט די עלעקשן נאכט...

עס האט מיר געכאפט אזא בושה, אזוי האב איך פארברענגט די לעצטע יאר? נישט אז עס איז א פראבלעם זיך צו ליפטערן אויף אייוועלט מיט פאליטיק, אבער האסט דאך עס גענומען אזוי פערזענליך, ביזט דאך אזוי זיכער געווען מיט ביידען, האסט אזוי נישט געקענט דערליידן די טראמפ שטיצער וועלכע האבן געהאלטן ער האט נאך א שאנס, פארוואס האסטו עס גענומען פערזענליך? כדי יעצט זאל די עס פראסקענען אין פנים?

נאכאמאל, צו זיין קלאר, נישט אז עס איז א פראבלעם צו זיך ליפטערן און האבון א מיינונג, אבער פארוואס האסטו עס גענומען פערזענליך, כדי אז דו זאלסט יעצט זיין לעקיש.

פארוואס טו איך מיר דא אויס נאקעט און איך שרייב מיין פערזענליכע חשבון הנפש, פאר איין סיבה. אז פאר די קומעדיגע וואלן אויב @עכט היימיש, אדער א צווייטע ניק וועט עפעס נעמען פערזענליך, זאל מען אים ארויפברענגען דעם אשכול און ווייזן לא תמות כדרך שמת, און ליין וואס @עכט היימיש האט געשריבן א טאג נאך וואס טראמפ האט געווינען ווידערערוויילונג.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך יולי 01, 2020 6:19 pm

דריי וואכן שפעטער:

נאכ'ן אנהייבן ציילן מער עבסענטי בעלאטס שטעלט זיך ארויס, אז למעשה האט ביידען יא געוואונען. ס'איז מעגליך אז ווען אלעס וועט זיין אפגעציילט וועט מען זען אז ער האט גאר באזיגט טראמפ נאציאנאל מיט דאבל דידזשיטס.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך יולי 01, 2020 6:44 pm

עכט היימיש האט געשריבן:א

אתה אחד בכל דמיונות
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך יולי 01, 2020 6:55 pm

ויתן לך האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:א

אתה אחד בכל דמיונות

צ"ל "הִנְּךָ" אחד בכל דמיונות

האמת הצפון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך האמת הצפון » מיטוואך יולי 01, 2020 6:56 pm

2 חדשים שפעטער מען האט געמאכט א פרישע ראנאף און יא עכט היימיש האט זיך נישט געפאפט למעשה האט טראמפ ווידער געוואנען!
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יולי 01, 2020 6:59 pm

פיין האמיר הנאה געהאט פון דעם עכט היימישע געבעקס! קיעפ דעם קאמינג.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 01, 2020 7:11 pm

מעיזינג!!!!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 01, 2020 7:15 pm

פארוואס טוהסטו דאס צו מיר? הא? איך האב דיר עפעס וויי געטוהן?

אגב, די "לחיים" בלייבט ביי אונז!
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך יולי 01, 2020 7:19 pm

זייער גוט!

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 01, 2020 7:32 pm

פאנטאסטיק!
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך יולי 01, 2020 7:41 pm

העי דו, קום שוין אריבער קיין דייטשלאנד! עס פעלט אויס אזאנער בעלי דמיונות ווי דיר דארט.
באשעפער, ווער האט זיך נאך פארגעשטעלט אז איין טאג גייט בעל דמיון זיין א קאמפלימענט?? אבער דא איז עס שוין איינמאל!
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך יולי 01, 2020 9:25 pm

האמיר פיין הנאה געהאט.
גוט אריינגעפירט אין עולם הדמיון.

בלייבט נאר צום האפן דיינע נבואות זאלן פארווירקלכט ווערן...

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך יולי 01, 2020 9:39 pm

דערמאנט מיר שטארק די ארטיקל אין מאמענט פון דער איד וואס געענדיגט ש"ס וועגן מיט ראמני האט פארלוירן די וואלן...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יולי 01, 2020 9:40 pm

אמעיזינג!!!!


פיין הנאה געהאט!!



זאל עס נאר בלייבן ביי דמיונות...
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re:

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יולי 01, 2020 9:41 pm

סטיטשינער האט געשריבן:העי דו, קום שוין אריבער קיין דייטשלאנד! עס פעלט אויס אזאנער בעלי דמיונות ווי דיר דארט.
באשעפער, ווער האט זיך נאך פארגעשטעלט אז איין טאג גייט בעל דמיון זיין א קאמפלימענט?? אבער דא איז עס שוין איינמאל!

גא"מ.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך יולי 01, 2020 10:11 pm

קענטאקי האט געשריבן:האמיר פיין הנאה געהאט.
גוט אריינגעפירט אין עולם הדמיון.

בלייבט נאר צום האפן דיינע נבואות זאלן פארווירקלכט ווערן...

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יולי 01, 2020 10:13 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:האמיר פיין הנאה געהאט.
גוט אריינגעפירט אין עולם הדמיון.

בלייבט נאר צום האפן דיינע נבואות זאלן פארווירקלכט ווערן...

גא"מ
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 01, 2020 10:13 pm

סופער סופער בעל דמיון!! @עכט איך האב נישט געוואוסט אז דו טויגסט אזוי גוט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 01, 2020 10:15 pm

+++A

גאר גוט!

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך יולי 01, 2020 10:24 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:דריי וואכן שפעטער:

נאכ'ן אנהייבן ציילן מער עבסענטי בעלאטס שטעלט זיך ארויס, אז למעשה האט ביידען יא געוואונען. ס'איז מעגליך אז ווען אלעס וועט זיין אפגעציילט וועט מען זען אז ער האט גאר באזיגט טראמפ נאציאנאל מיט דאבל דידזשיטס.



און פונדעסנוועגן איז @עכט היימיש גערעכט מיט די פאלגענדע:

עכט היימיש האט געשריבן:עס האט מיר געכאפט אזא בושה, אזוי האב איך פארברענגט די לעצטע יאר? נישט אז עס איז א פראבלעם זיך צו ליפטערן אויף אייוועלט מיט פאליטיק, אבער האסט דאך עס גענומען אזוי פערזענליך, ביזט דאך אזוי זיכער געווען מיט ביידען, האסט אזוי נישט געקענט דערליידן די טראמפ שטיצער וועלכע האבן געהאלטן ער האט נאך א שאנס, פארוואס האסטו עס גענומען פערזענליך? כדי יעצט זאל די עס פראסקענען אין פנים?

נאכאמאל, צו זיין קלאר, נישט אז עס איז א פראבלעם צו זיך ליפטערן און האבון א מיינונג, אבער פארוואס האסטו עס גענומען פערזענליך, כדי אז דו זאלסט יעצט זיין לעקיש.

פארוואס טו איך מיר דא אויס נאקעט און איך שרייב מיין פערזענליכע חשבון הנפש, פאר איין סיבה. אז פאר די קומעדיגע וואלן אויב @עכט היימיש, אדער א צווייטע ניק וועט עפעס נעמען פערזענליך, זאל מען אים ארויפברענגען דעם אשכול און ווייזן לא תמות כדרך שמת, און ליין וואס @עכט היימיש האט געשריבן א טאג נאך וואס טראמפ האט געווינען ווידערערוויילונג.


--------------------------------


אויפן ארטיקל זעלבט:
הערליך איז יא דאס ווארט
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך יולי 01, 2020 10:30 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:דערמאנט מיר שטארק די ארטיקל אין מאמענט פון דער איד וואס געענדיגט ש"ס וועגן מיט ראמני האט פארלוירן די וואלן...

כ'האב געטראכט די זעלבע
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 01, 2020 10:45 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:דערמאנט מיר שטארק די ארטיקל אין מאמענט פון דער איד וואס געענדיגט ש"ס וועגן מיט ראמני האט פארלוירן די וואלן...

דאס איז א סיבה פארוואס איך זאל יא ווייטער מיטהאלטן דא, ווייל אזוי וועל איך כאטש קענען עפעס ווען טראמפ פארלירט.


אבער וואס טו איך אויב טראמפ געווינט יא?....

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך גרשון » מיטוואך יולי 01, 2020 10:57 pm

Wow! דאס איז סופער גוט! עכט היימיש אבער פראפעסיאנאל!
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:51 am

א זיסע רייד געווען.

@כוירע, דו גייסט ארויס טשעקן עלעווע אויפדערנאכט, אונטערברומענדיג בניגון הידוע "ער גייט אין ערגעץ נישט".. וגעו כל העם בבכיה..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מיין קאנסעשן רעדע אויף דער ביידען - טראמפ פארמעסט

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:16 am

עכט היימיש האט געשריבן:א גוט מארגן, א גוט יאר.

מיר זענען אלע היינט אויפגעשטאנען צו א נייער מארגן, מיט א מציאות וואס איז א טריקענע פאקט. יא, נעכטן נאכט ערגעצוואו נאך 3 האט מען דערקלערט אז פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידערוויילונג, און פארטיג. גיימער האבן נאך 4 יאר טראמפ.

בעצם איז דער חידוש נישט נאר דער פאקט אז טראמפ האט געווינען ווידערוויילונג, נאר עס איז אויך דער פאקט אז מיר האבן שוין נעכטן נאכט געוויסט די רעזולטאטן, לויט ווי אלע מיינונג זאגער האבן געקוויטשקעט די לעצטע צוויי וואכן האט מען געקענט מיינען אז צוליב די מעיל אין בעלאטס וועט געדויערן כאטש צוויי וואכן צו הערן אז ביידען - אדער ווי מען קען אים יעצט רופן מיט רעכט, מיט טראמפ'ס לעצטע ניק פאר אים 'לאזינג דזשאו' - האט געווינען, און למעשה שטיי מיר יעצט מיטוואך צופרי, און מיר ווייסן שוין אז פרעזידענט טראמפ האט געווינען ווידערוויילונג.

באמת האט @נקדימון געבעטן אז נישט יעדער זאל עפענען א עקסטערע אשכול פאר זיינע געפילן איבער די עלעקשן נאכט, נאר מען זאל עס שרייבן אינעם ספעציעלן "עלעקשן נאכט אנאליזן אשכול" אבער אזוי ווי איך פלאן נישטא צו שרייבן א טיפיקל אנאליז פארוואס למעשה האט טראמפ יא געווינען, ווייל פון דעם איז שוין ב"ה דא גענוג אין יענעם אשכול (אגב אז מען רעד מיר שוין פון יענעם אשכול וויל איך מודיע זיין אז נראה לי אז דער טעם פון זיין געווינס איז כדברי @צל, עיין שם) נאר אזוי ווי איך וויל שרייבן איבער א אנדערע נושא, האב איך יא געפענט א עקסטערע אשכול.

אבער פאר איך גיי צו צו מיין ענין וויל איך מיר קודם באדאנקען פאר אלע וואס האבן אונז אזוי מהנה געווען נעכטן נאכט, קודם פאר די געטרייע הנהלה וואס טראץ וואס דער סייט האט נעכטן געזען א רעקאד פון 2,450 באניצער ביי איר הויכפונקט 10:33 ביינאכט, דאך איז אלעס געגאנגען ווי געשמירט, און מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן שטאטן סייט, און מיר פארשטייען אז דאס קומט נישט צופיס, נאר עס האט געקאסט אסאך כוחות, ממילא זאגן מיר שכוח פאר אלע וואס האבן געארבעט דערויף.

דערנאך פאר @הכל הבל פאר די מינוט'ליכע אפדעיטס איבער די רעזולטאטן, @צל עובר פאר די אפדעיטס און בילדער און טוויטס, און בעיקר פאר די כסדר'דיגע אנאליזן מיט דיין ברייטע ידיעה איבער כמעט יעדע קליינע קאונטי און דיסטריקט אין אמעריקע, @נקדימון פארן ברענגען כסדר די אויסצוגן פון זיסע טוויטס, און פאר די מאפעס, און בעיקר פארן קאלן דער ערשטער עטליכע שטאטן מיט הרב וואסערמאנ'ס "שוין געזען גענוג" סלאגאן, @טשאדעלע, פאר די זיסע גע'כשר'טע קליפס פון ביידע רעדע'ס, און ווי אזוי די נייעס ווערט אנאלעזירט אויף די נעטווארקס, @לכאורה פארן מסכים זיין נאך גאר פרי אין די נאכט צו אוועק געבן אונזער אנגעגרייטע לחיים פארן צד שבכנגד, @אסדר פארן שוין פרעדיקטן דעם אויסגאנג 6 שעה פאר די נעטווארקס!

שוין, כ'מיין כ'האב יעדן אפגע'שכוח'ט, ווער נישט זאלמיר מוחל זיין, נאר 4 שעה געשלאפן די נאכט, אבער לאמיר צוגיין צום ענין.

עס איז געווען נעכטן נאכט ארום האלב 3, ווען עס איז מער און מער קלאר געווארן אז טראמפ האט עס, און ער האט צום צווייטן מאל דערלאנגט א שטויס פאר די ווארט "אנקעטעס" "אנאליסטן" "מידיע" מיטן גאנצן קראפט, און זיכער געמאכט אז זיי ציען איין פאר לאנגע יארן, און יענע מינוטן ווען איך בין נאך געזיצן אין אפיס און געווארט אז די פארמעסט זאל אפיציעל געקאלט ווערן האב איך באשלאסן איבערצוקוקן מיינע תגובות פון די לעצטע אנדער האלבן יאר, זינט די פריימערי ביי די דעמאקראטן איז געווארן מער אקטיוו.

וואס זאלעך אייך זאגן? מיין פנים פלאמט פאר בושה, איך האב געליינט מיינע שלעגערייען נאך די ערשטע דעמעקראטישע דעבאטע צי ביידען האט יא גוט אויסגענומען, וכן נאך די צווייטע, דריטע, פערדע, וכו'. מיינע שלעגערייען נאך אייאווע, ניו העמפשיר, צי ביידען האט נאך יא טשאנסן צי נישט, מיינע כסדר'דיגע טענה'ריין לכל אורך הדרך אז ביידען קאלעכט נישט, און ווי פריילעך איך בין געווען ווען ביידען האט געראקט אין די אנקעטעס. איך האב געליינט מיינע שאלונגען נאך ביידען'ס ערשטע דעבאטע מיט טראמפ ווען ביידען האט געזאגט דעם באקנטן "מר. פרעזידענט מיין נאמען איז נישט דזשעב בוש, און אויך נישט דאנאלאד טראמפ" סטעיטמענט, און אזוי ווייטער ביז די לעצטע דעבאטע ווען טראמפ האט געסנעפט אינמיטן די דעבאטע און געזאגט אז ער גייט אינוועסטיגעיטן צי די מאדערעטערס האבן נישט געשעירט מיט ביידען זייערע פראגן. איך בין דאן זיכער געווען אז עס איז דערנאך. ביידען האט עס. בפרט אז די אנקעטעס ליעדן שוין פאר 4 חדשים אין "אלע" סווינג סטעיטס.

איך האב געטראפן מיינע טענה'רייען אין גוגל טשעט מיט @בוידעם ווען איך האב אים געשיקט כל מיני מאפעס און אנקעטעס, גע'טענה'ט אז ביידען איז פריש ווי גליות מיט שמשון הגיבור, מיינע אישי'ס מיט אנדערע טראמפ שטיצער. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז עס איז אקעגן די מציאות אז טראמפ זאל עס מאכן.

למעשה... ווייסט שוין יעדער ווי אזוי עס האט זיך נעכטן נאכט גענדיגט די עלעקשן נאכט...

עס האט מיר געכאפט אזא בושה, אזוי האב איך פארברענגט די לעצטע יאר? נישט אז עס איז א פראבלעם זיך צו ליפטערן אויף אייוועלט מיט פאליטיק, אבער האסט דאך עס גענומען אזוי פערזענליך, ביזט דאך אזוי זיכער געווען מיט ביידען, האסט אזוי נישט געקענט דערליידן די טראמפ שטיצער וועלכע האבן געהאלטן ער האט נאך א שאנס, פארוואס האסטו עס גענומען פערזענליך? כדי יעצט זאל די עס פראסקענען אין פנים?

נאכאמאל, צו זיין קלאר, נישט אז עס איז א פראבלעם צו זיך ליפטערן און האבון א מיינונג, אבער פארוואס האסטו עס גענומען פערזענליך, כדי אז דו זאלסט יעצט זיין לעקיש.

פארוואס טו איך מיר דא אויס נאקעט און איך שרייב מיין פערזענליכע חשבון הנפש, פאר איין סיבה. אז פאר די קומעדיגע וואלן אויב @עכט היימיש, אדער א צווייטע ניק וועט עפעס נעמען פערזענליך, זאל מען אים ארויפברענגען דעם אשכול און ווייזן לא תמות כדרך שמת, און ליין וואס @עכט היימיש האט געשריבן א טאג נאך וואס טראמפ האט געווינען ווידערערוויילונג.


יעצט וואס איז מיט די אנדערע (קאנסעשאן) רעדע וואס איך בין זיכער איהר האט אהנגעגרייט, זייזשע מוחל נעמט עס ארויס פון ביזעם טאש און פאנגט אן צו ליינען, מיר קענען קוים ווארטען... :roll:


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט