אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha הי"ד.

א גוטן רבי זאלץ וואסער, הנקרא בלשון חיבה זאלצי.
איר זענט שוין דא אויפן וועלטל אכט יאר, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל אכט יאר צוריק?


איך פלעג אלס שרייבן, און אוועקווארפן מיינע ארטיקלען, איך האב נישט געהאט ווער ס'זאל עס לייענען, אמאל פאר משפחה אדער חברים, אבער גארנישט מער.
איינמאל האט איינער פון מיינע גוטע פריינט מיר געפרעגט פארוואס איך לייג נישט מיינע זאכן אויף אייוועלט... איך האב נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער זיך שנעל באקוועם געמאכט ב"ה.

און וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען זאלץ וואסער, עס איז געווען פסח צייט?...

ס'איז געווען אמאל נאך בעפאר מיינע צייטן אויף אייוועלט ווען א איד האט מיר געבעטן צו ריספאנדן צו עפעס אויף אן אנדערן סייט, איך האב געזוכט א שנעלע נאמען, און געפרעגט דעם איד וויאזוי איך זאל עס טון, און ער האט זיך געגעבן א רוף אן: וואס א חילוק, זאל זיין סיי וואס אפי' חרוסת. האב איך דוקא געזאגט פארקערט און געגעבן א נאמען זאלץוואסער...
איך האב גראדע נאכדעם שוין געטראפן רמזים וואס מענטשן האבן געמאכט אויף דעם נאמען ווי איך בין מרומז דערין, אבער דאס איז שוין הימליש און קבלה, איך וועל דאס נישט מגלה זיין צו א יונגע גרופע אויף אייוועלט.... פיין, אפשר איין טאג ווען איך וועל ווערן עלטער...

איר דרייט זיך דא אזויפיל יארן, רוב ניקס פון יענע צייטן זענען שוין לאנג נישט בין החיים, וויאזוי האט איר באוויזן איבערצולעבן ביז היינטיגן טאג?

איך בין כמעט נישט דא, הגם איך וואלט הנאה געהאט דא צו זיין מער, פארשטייט זיך אז נישט אין אלע אשכולות אבער אין געוויסע איז דא ממש א גן עדן.
די סיבה פארוואס איך קום נאך אריין אמאל איז ווייל מיין סעטינגס אויף געוויסע פון מיינע ארטיקלען איז אנגעשטעלט נאך פון אמאל צו מיך לאזן וויסן א הודעה אז איינער האט מגיב געווען, און ס'מאכט מיך נייגעריג צו זעהן וואס יענער שרייבט און איך קוק מיך אים.
אדער ווען איינער שיקט מיר א אישי, וואס קומט ווייטער אן צו מיין אימעיל און שלעפט מיך צוריק.
אבער קיין גרויסע ארטיקלען האב איך שוין לאנג נישט געשריבן דא, אמאל אמאל פאלט נאך אריין.

*
אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?

אין קרית יואל, געמופט פון וויליאמסבורג קנאפע 10 יאר צוריק

און וועלכע יארגאנג זענט איר?

צווישן 35-70

ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?

יא, יעדער כמעט, און מיינע קינדער קענען מיין ניק, זיי ווייסן אז אויף מיין מציבה בין איך מסכים עס צו לייגן איינגערינגלט. איך שעם זיך נישט ב"ה מיט גארנישט וואס איך שרייב, דערפאר דארף איך נישט באהאלטן.
די סיבה פאר וויפיל איך האב יא באהאלטן אדער פארוואס איך לייג נישט דעם נאמען זאלץוואסער אויף מיין טלית בייטל איז צו גיין כפי מנהג המקום אז גילוי איז נישט ערלויבט.

וויפיל ניקס דא קענסטו פערזענליך?

אסאך, און שוין פארגעסן אסאך, שווער צו געבן א נומער.

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?

שוין געהאט גאר אינטערסאנטע מעשיות. איך קען נאר אזויפיל זאגן, אז איך האב אנגעהויבן שרייבן ווייל ס'איז געווען א האבי צו שרייבן, אבער וואס האט מיך געהאלטן ביים שרייבן איז געווען די ביזנעס און וויכטיגע רילעישאנשיפס וואס איך האב געבויט דורך אייוועלט און האט מיר געברענגט גוטע געשעפטן ב"ה.
געווען פעלער ווען איך האב רעקאמענדירט אלס זאלץוואסער אז איינער זאל זיך טרעפן מיט מיר (מיין עכטע נאמען) ווען יענער האט נישט געוואוסט אז איך בין דער זעלבער מענטש.
פארשטייט זיך אז אויב האבן מיר גערעדט תכלית און געטון געשעפטן האב איך יענעם געלאזט וויסן אז איך בין עס, נאר נישט פאר איך האב געוואוסט ווער יענער איז...
אסאך אזוינע גאר אינטערסאנטע עפיזאדן געווען. איך וועל עס פארציילן ווען איך ריטייער אי"ה.

פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז די זעסט זייער תגובה איז עס דיר אינטערעסאנט צו ליינען?

איך קען באמת נישט די היינטיגע ניקס, איך לייען נאר דארט ווי מ'אינווייט מיך אריין, אויסער די ארטיקלען פון די נייעס אין די אידישע שטעט ווי וויליאמסבורג קר"י און מאנסי, אויך די ארטיקלען איבער די סענאט און קאנגרעס אפדעיטס, די ברוך דיין האמת, און די שידוכים וכו'.
איך לייען אבער נישט מיט די ניק פאר די אויגן (אמאל פלעג איך יא שפירן ווי דער בעל המימרא איז עומד כנגדי, היינט איז אנדערש).

פון וואס האסטו די מערסטע הנאה, תורה, ידיעות, מוזיק, נייעס, פארברענגען וכו'?

אין רעגולערן לעבן האב איך די מערסטע הנאה פון תורת הקבלה און תיקון חצות, אבער אויף אייוועלט האב איך די מערסטע הנאה פון די נייעס רובריקן, איך לייען נישט עפעס אנדערש ווי אדער קאממענטס אויף מיינע ארטיקלען און נייעס דא און דארט.

וואס האלסטו דארף זיך אייוועלט פארבעסערן?

אייוועלט איז א גוטער פלאץ, איך האלט אז דער ענין פון הסתרה און גילוי דארף זיך ענדיגן. ווען יעדער זאל וויסן ווער יעדער איז וואלט יעדער גערעדט וואס מ'דארף און נישט גערעדט אזויפיל שטותים. מענטשן כאפן נישט אז מ'ווערט סוף סוף געוואויר ווער מ'איז, און די בושות וועלן זיין גרויס.
איך האב אמאל געשריבן א ארטיקל אויף אייוועלט דערוועגן, קענסט צוברענגען דעם לינק אויב דו ווייסט פון וואס איך רעד, ס'איז שוין געווען נאך מיינע שרייבן יארן דא, און איך האב סתם געשפירט אמאל ווען איך בין דא אריינגעקומען אז דאס איז צריך תיקון.
מאכטס א תקנה אז מ'דארף קומען מיטן עכטן נאמען, און ס'וועט זיין א געהעריגע שינוי צורה אין דעם זייטל צום גוטן.

און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?

כה לחי!!! ברענגטס אריין חיות ביי אידן, און מאכטס זיכער נישט צו טשעפען קיינעם, עס קומט צוריק מיט פראצענטן....
לאמיר זיך האלטן אינג און פריש, און דינען דעם אויבערשטן באהבה ושמחה.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שכח זאלצי, זייער אינטערסאנט
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

בלעכענער פנים האט געשריבן:שכח זאלצי, זייער אינטערסאנט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אין רעגולערן לעבן האב איך די מערסטע הנאה פון תורת הקבלה און תיקון חצות.

זאלצי איך הייב מיך הונטער פאר דיר!!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שכח זאלצי. (די שכח פאר שמחה און עם הארץ דארף איך דאך נישט איבערשרייבן..)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח זאלץ, זייער א געשמאקע אינטערוויו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אין רעגולערן לעבן האב איך די מערסטע הנאה פון תורת הקבלה און תיקון חצות.

זאלצי איך הייב מיך הונטער פאר דיר!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

טיפיקל זאלצי, מ'קען הערן יעדע ווארט ווי מיט דיין קול טאקע...

כ'האף דו באקומסט א זענדונג ביי יעדע רעאקציע צו דעם אשכול
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זאצלי, האסט מיר כמעט איבערגערעדט אז איך זאל מיר שוין מגלה זיין...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך האב נישט באקומען קיין זענדונגען, און געמיינט אז די אינטערוויו וואס איך האב געהאט מיט איינעם א לאנגע צייט צוריק איז געגאנגען דארט וואו מיינע אמאליגע ארטיקלען פלעגן גיין. נישקשה.
נעכטן ביי א חתונה קומט מיר צו א אינגערמאן זאגן אז וויבאלד ער האט געזעהן איך בין נישט מקפיד אויף גילוי, און אויף מיין מציבה וועט שטיין קלאר געשריבן מיין ניק, קומט ער מיר זאגן ישר כח פארן אינטערוויו.

בין איך געוואויר געווארן אז מ'האט עס געלייגט, און געקומען ליינען צו איך האב גערעדט צופיל שטותים.

דניאל אויערבאך ווערט נתפעל פון מיין תיקון חצות און קבלה, זעהט אויס אז ביי אים בין איך נאך נישט געהעריג מגולה...
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

זאלץוואסער האט געשריבן: זעהט אויס אז ביי אים בין איך נאך נישט געהעריג מגולה...

ביי מיר אויך נישט.. הגם אונז האבן שוין געהאט א לאנגע שמועס אין אישי..
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זאלצי! פיינע נייעס דער אינטערוויא! ווי אזוי וואלט קרעטשמע אויס געזען ווען זאלצי איז נאך פעסט אקטיוו מיט אוינז?...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אלטער האט געשריבן:זאלצי! פיינע נייעס דער אינטערוויא! ווי אזוי וואלט קרעטשמע אויס געזען ווען זאלצי איז נאך פעסט אקטיוו מיט אוינז?...


יישר כח. ס'וואלט אויסגעזעהן אלט און פארזעסן. ב"ה ס'איז דא נייע כוחות דא.

דער עולם זאל זיך נאר האלטן צו די מינימאלע כללים אין פארום שרייבעריי און דאס פלאץ וועט זיין א גן עדן פאר שרייבער און ליינער.

אייוועלט איז איינס פון די גאר גוטע אויפטוען ביי כלל ישראל אין די לעצטע 20 יאר, לאמיר אכט געבן עס נישט צו ריאונירן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

געטראפן די מקור.

viewtopic.php?p=2196096#p2196096
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - זאלץ וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א זאלציג ארטיקל האט אלעמאל געהאט דין קדימה, אן אינטערוויאו ביותר, זייער שיין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”