אוועק מיט די שדכנים!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

א נייע מעשה דאס? - א שדכן דארף מען האבן?! - צו וואס?

ווען איר זוכט א חברותא, וואס טוט איר? - איר הויבט אויף א טעלעפאן צו אייער ידיד, בערך אזוי גייט צו דער שמועס:
"א גוטן ר' משה, וואס הערט זיך? - כ'הער אז איר לערנט אויך דף-היומי, אפשר קענען מיר לערנען צוזאמען? - איר האלט אז ס'וואלט געווען פאסיג?"

שטיל.

"נו, וואס האלט איר?"

"המם.. איך ווייס, איך לערן מער בעיון... די צייטן שטימען נישט... אפשר קומענדיגע וואך..."

"אקעי" (ער פארשטייט שוין דעם רמז...)

אויפצומארגנס רופט ער אן א צווייטן חבר, און יענער איז מסכים בשמחה רבה... נאך עטליכע טעג זעט מען די נייע חברותא זיצן אין היכל-התורה און האקן שטיקער...

פארוואס קען נישט שידוכים צוגיין מיטן זעלבן סיסטעם. א איד האט א בחור, הויבט ער אויף א טעלפאן צו א צווייטן איד: "א גוטן, איך הער אז איר האט א פיינעם טאכטער, אפשר מאכט מען עפעס א שידוך? - געווענליך וועט יענער ענטפערן אז ער דארף זיך אריינלייגן דערין. נאך עטליכע טעג וועט מען ווידער רופן, אדער וועט זיין די ענטפער אז יא, אדער וועט מען אויסבעבקען עפעס א תירוץ, "די נעמען שטימען נישט", "איך האלט אינמיטן עפעס אנדערש", "מיין בני-בית וויל נישט"... מ'וועט כאפן אויפן וואונק.

איך פארשטיי אז אין דער אלטער היים, האט יעדער געוואוינט אין זיין דערפל, מען האט געקענט די זעלבע צען מענטשן, איז געווען א שדכן וואס האט געקענט א ברייטערע וועלט און ער האט אנגעטראגן מענטשן פון איין שטאט צום צווייטן. אבער פארוואס דארף מען בלייבן מיט דעם אלטן סיסטעם? - א סיסטעם וואס ארבעט סיי ווי נישט... זאל זיך דער עולם צוזאמענפארן ווי מענטשן, אן דעם וואס א שדכן זאל זיין אריינגעמישט.

וועלן מענטשן שרייען אז עס פעלט אין צניעות... וואס ווען וואו? - פונקט ווי מען קען זיך צונויפרעדן בנוגע חברותות, פונקט אזוי קען מען רעדן שידוכים... איך זעה נישט פארוואס עס איז געבליבן טראדציאנעל אז מען מוז דווקא האבן א שדכן.
...
אלס המשך צו דעם געדאנק, קען מען מאכן א שידוכים מארק. אין די ליטווישע וועלט איז אנגענומען, אנהויב זמן, אז מען קומט זיך צוזאמען אין פארנט פון ישיבה, בחורים זוכן חברותות, מען שמועסט איינע מיטן צווייטן און מען מאכט דארט חברותות. פונקט אזוי קען מען מאכן א שידוכים עקספא. אידן קומען זיך צוזאמען פון איבעראל, דו האסט א זוהן, איך האב א טאכטער, אפשר קען מען עפעס מאכן?! - אין דער אלטער היים איז אויך פארגעקומען אזעלכע מעשיות.

נישט אלעס וואס איז געווען אמאל, צוליב סיבות פון אמאל, דארף מען ווייטער אנהאלטן, אפילו ווען עס מאכט נישט קיין סענס.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

אנשטאט האבן א פיזישע מארק איז דא א ווירטואלע מארק אנגעפירט דורך די שדכן'ס טעלפאון ווי ער טראגט כסדר אן בחורים און מיידלעך פאר מענטשען וואס קענען זיך נישט (און רוב מאל באקומט ער א ניין אויפ'ן פלאץ)

איי וועסטו פרעגן פארוואס דארף מען דעם שדכן מ'קען דאך ארויסגעבן א בוך יעדע יאר פון אלע וואס זיכן שידוכים אויף דעם איז די תירוץ אז אמאל דארף איינער א שטיפ און דאס איז וואס א שדכן טוט

נאך א וויכטיגע נקודה זיך אנטראגן דירעקט וואלט אנגעמאכט אסאך ווייטאג (פאר וואס וויל יענער נישט?) כנהוג אצל חברותות (וואס לעיסט נישט לאנג ווייל ס'איז נישט קיין גרויסע זאך יעדער טרעפט סייווי א אנדערע)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חסדי אבות האט געשריבן:
וועלן מענטשן שרייען אז עס פעלט אין צניעות... וואס ווען וואו? - פונקט ווי מען קען זיך צונויפרעדן בנוגע חברותות, פונקט אזוי קען מען רעדן שידוכים... איך זעה נישט פארוואס עס איז געבליבן טראדציאנעל אז מען מוז דווקא האבן א שדכן.


צדיקים האבן מקפיד געווען אז ס'זאל דייקא זיין דורך א שדכן! צדיקים האבן געזאגט (כ'וועל בל"נ נאכזוכן די מקור) אז דארט ווי ס'איז נישט דא קיין שדכן, איז דער בעל דבר דער שדכן!
און לכאורה איז די טעם טאקע וועגן צניעות, ווייל נעקסט סטעפ קומט אז א עלטערע בחור וועט שוין אליינס צונויפרעדן, פארוואס דארף עס גיין דורכ'ן טאטע? וההמשך מובן מאליו.

ובאותו ענין, איז געווען א רביש אייניקל וואס איז געווען גאנץ א "פשוטע" יוד, און ער פלעגט זיך דרייען ביי ש"ב הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע אין ת"א, ווען זיין זון איז א "חתן" געווארן, וואוסנדיג אז דער רב ז"ל וועט איהם פרעגן ווער ס'איז געווען שדכן, האט ער גלייך מודיע געווען פארן רב 'רבי ס'איז געווען א שדכן, כוויל אבער נישט זאגן ווער'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

אויב קען מען ווען טוישן זיווג, אזוי וואו מען טוישט חברותות, וואלט דיין פלאן גע'ארבעט...
בילד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פומפדותא האט געשריבן:אויב קען מען ווען טוישן זיווג, אזוי וואו מען טוישט חברותות, וואלט דיין פלאן גע'ארבעט...

;l;p-
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

חסדי אבות האט געשריבן:
נישט אלעס וואס איז געווען אמאל, צוליב סיבות פון אמאל, דארף מען ווייטער אנהאלטן, אפילו ווען עס מאכט נישט קיין סענס.

זאג נאר? בדיקת חמץ מאכסטו מיט א ליכט אדער א פלעש לייט?
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

טראכט אין די פארקערטע ריכטונג, כהיום איז שוין דא גאנצע חברותא שדכנים, איי געס אז א שדכן איז יא ווערטפול.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

רוב שידוכים ווערן היינט טאקע אהן שדכנים דער מחותן שיקט אונטער איינעם און אזוי ווערט עס נישט אז מען זיצט און מען ווארט אויפן שדכן אזוי ווי עס פלעגט אמאל זיין
אבער אליינס גיין זיך אנטראגען דאס איז נישט מומלץ פאר קיינעם פשוט עס איז נישט געשמאק צו הערן א ניין און מען לייגט אריין יענעם אין א אומאנגענעמע פאזיציע
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חסדי אבות האט געשריבן:אלס המשך צו דעם געדאנק, קען מען מאכן א שידוכים מארק.

דאס איז שוין גאר אן אלטער געדאנק. דער "מארק" פלעגט פארקומען צוויי מאל א יאר: חמשה עשר באב און יום כיפור, ווי ס'ברענגט געברענגט אין תענית כו, ב.

אלס דעם עצם געדאנק, כ'זע נישט וואו שדכנים שטייען אין וועג. איך קען פערזענליך א צאל שידוכים וואס די מחותנים האבן אליין אנגעהויבן דעם שידוך, ניצנדיג א שדכן בלויז פאר'ן ענין שבו און ווייל ס'איז למעשה פראקטישער צו האבן א פארמיטלער. אלזא, ווער ס'וויל מוז נישט נעמען א שדכן, אבער רוב שידוכים קענען זיך נישט די מחותנים פארדעם און דער שדכן פארט זיי צוזאם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

.1 חז"ל קראו שושבין גם לשדכן .2 הקב"ה היה שדכן לאדם הראשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

ויביאה אל האדם מלמד שעשה הקב״ה שושבינות לאדם הראשון מכאן לגדול שיעשה שושבינות לקטן ואל ירע לו – ערובין יח:‏
*זה מקור ראשונה בתולדות האדם לשדכנות*
דחז"ל קראו שושבין גם לשדכן והקב"ה היה שדכן
ועין בשאלות ותשובות הרב"ז ח"א סי' פא אות א שהעיר מבראשית רבה סוף פרק ח
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 3340770704
דאמרי' מיכאל וגבריאל הם היו שושביניו של אדם הראשן
ועי' בעירובין דף יח פרק שני ויביאה אל האדם
מלמד שעשה הקב"ה שושבינות לאדם הראשן מכאן לגדול שיעשה שושבינות לקטן ואל ירע לו
ופירש"י שושבינות שנשתדל בחיתונו לשמחו ולהתעסק בצרכי סעודת חופה
ועי' ברכות סא מלמד שנעשה הקב"ה שושבין לאדם
ועי' ברש"י שושבין משתדל בחופתו ובזיווגו
וכן הוא בילקוט בראשית רמז כ ובאבות דרבי נתן פרק ראשון פעם אחת נעשה הקב"ה שושבין לאדם
ותירוץ דב' מיני שושבינין יש
דחז"ל קראו שושבין גם לשדכן והקב"ה היה שדכן
ומקור ענין השדכנות הוא מזה שנעשה הקב"ה שושבין לאדם הראשון בגן עדן.
ומה שאמרו שמיכאל וגבריאל היו השושבינין היינו כעין שאמרו בכתובות יב שהיו מעמידים להם ב' שושבינין
*שושבינין הוא שמעודים את החתן והכלה. ונוהגים שהחתן והכלה אינם הולכים לבדם לחופה, אלא משני אנשים מצודם אחד מימין החתן ואחד משמאלו*
וגם האבודרהם שכתוב שהיו הקב"ה כשושבינין

והמלאכים מרקדין ומזמרין לפניו ממקור לשון משנה בחז"ל
אטעטשמענטס
אבודרהם.png
אבודרהם.png (93.73 KiB) געזען 468 מאל
לעצט פארראכטן דורך aal אום דינסטאג יוני 07, 2022 3:33 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

גרשון האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:אלס המשך צו דעם געדאנק, קען מען מאכן א שידוכים מארק.

דאס איז שוין גאר אן אלטער געדאנק. דער "מארק" פלעגט פארקומען צוויי מאל א יאר: חמשה עשר באב און יום כיפור, ווי ס'ברענגט געברענגט אין תענית כו, ב.

אלס דעם עצם געדאנק, כ'זע נישט וואו שדכנים שטייען אין וועג. איך קען פערזענליך א צאל שידוכים וואס די מחותנים האבן אליין אנגעהויבן דעם שידוך, ניצנדיג א שדכן בלויז פאר'ן ענין שבו און ווייל ס'איז למעשה פראקטישער צו האבן א פארמיטלער. אלזא, ווער ס'וויל מוז נישט נעמען א שדכן, אבער רוב שידוכים קענען זיך נישט די מחותנים פארדעם און דער שדכן פארט זיי צוזאם.

ומורגל בעולם לומר ששדכן הוא ר"ת שקר דובר כסף נוטל..
וזו מציאות היתר..!
מותר לשקר שיצא שידוך לפועל
וידוע המעשה עם מרן הגרי"ד סאלאוויציק זצ"ל שבימי חייו שימש כשדכן לשלושת בחירי תלמידיו, ובשלושתם הזיווג לא עלה יפה....
וכנשאל על כך, נענה הגרי"ד 'שדכן צריך להיות עם ראש עקום כנראה שהראש לי מידי ישר'
אבל שדכן מוצלח יודע לעגל פינות, לדבר חלקות, לשכנע את המדובר לרדת מהעץ
ולא להתעקש על שטויות, ויתכן שזה נראה לפעמים כשקר,
ממעשיות אמיתיים שהיה אבל הם מלא משטותים והבלים
ויתכן שזה אולי נראה לפעמים כשקר,
אבל הם משקרים סיפורים האמיתיים שהיה ברם שמלאים משטותים והבלים
אבל לא להתעקש לשקר שטויות, כמעשי הבל דלא היה בכלל
שקר ברור ששקר בעניינים מהותיים לאחד מהצדדים הוא עוולה גדולה ולא ינקה מעוון
כי זה לא בקשת האמת למה שצרכים שדכן
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

אביאסף האט געשריבן: ב' מאי 18, 2015 5:49 pm
בירושלמי שקלים פ"ג ה"ב
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 3340770704
מוזכר חכם בשם גמליאל זוגא ובפי' תלמיד הר"ש בר שניאור גרס גמלא זווגא ופי' גמלא שם חכם זווגא עסוק לזוויג איש ולשדך אשה,, וכבר העיר ר"י תמר בעלי תמר שם שפירוש זה מיוסד על ההנחה שכבר היה מקצוע של שדכנות בימי התלמוד עיי"ש.
לעצט פארראכטן דורך aal אום דינסטאג יוני 07, 2022 3:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

שדה צופים קידושין
אטעטשמענטס
SDY TZOYFIM KEDISHEN.gif
SDY TZOYFIM KEDISHEN.gif (15.9 KiB) געזען 466 מאל
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

חסדי אבות האט געשריבן:...א איד האט א בחור, הויבט ער אויף א טעלפאן צו א צווייטן איד: "א גוטן, איך הער אז איר האט א פיינעם טאכטער, אפשר מאכט מען עפעס א שידוך? -


איך האב פאר אייך א בעסערע עצה - זאל דער בחור אליין צוגיין צו די צד השני און פרעגן... ח”ו.


כ’ווייס נישט פארוואס מ’האט יעצט אויפגעוועקט די אשכול, אבער פאקט איז אז ס’דא געוויסע מקח’ס וואס דארפן א בראוקער ווי ריעל עסטעיט וכדו’
(אזויווי ריעל עסטעיט איז דא יחידים וואס קאט’ן די בראוקער ווייל זיי האבן די טאלאנטן וואס מ’דארף ווי למשל קענען געזעצן, קענען גוט רעדן און זיך מתווכח זיין איבער די פרייז וכדו’ - אבער רוב ציבור ניצט א מיטל מענטש)
ביי שידוכים איז עס אבער פיל וויכטיגער ווייל סאיז זייער האקל און מדארף שטארק אכטונג געבן נישט צו וויי טוהן דעם אנדערן (ביי ריעל עסטעיט ווער איך נישט פערסאנאל געטשעפעט ווען יענער וויל מיך נישט פארקויפן די הויז....)

נ.ב. 1: סאיז ניכר אז דו ביסט א מענטש מיט געלונגענע טאלאנטן און רילעישןשיפ מיט אנדערע ב”ה, אבער טראכט פון ; שטילע, גערעגטע, תמימים, גאר ווייכע וכ”ו, וואס וועלן דאס נישט קענען באווייזן וכדו’.

נ.ב. 2: אלעס ביז אהער האב איך געשריבן מפני הכבוד, ווייל איך האלט אז דו האסט עס געשריבן כדי מזאל דיר דא באפאלן און זאל ארויסקומען דאס פארקערטע פון דיין ’מכלומרשע’ אדשענדע וד”ל, אבער ביי דעי נושא האלט איך איז עס א געפערליכע ריסק ווייל מענטשן קענען ח”ו זיך משכנע זיין און אוועקמאכן שדכנים (ובפרט מיט אזא שרעקליכע קעפל פאר דעי אשכול), וואס דאס איז זייער נישט גוט בפרט בעת כזאת ווען עס פעלט שטארק... וד”ל וד”ל וד”ל...
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: אוועק מיט די שדכנים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:...א איד האט א בחור, הויבט ער אויף א טעלפאן צו א צווייטן איד: "א גוטן, איך הער אז איר האט א פיינעם טאכטער, אפשר מאכט מען עפעס א שידוך? -


איך האב פאר אייך א בעסערע עצה - זאל דער בחור אליין צוגיין צו די צד השני און פרעגן... ח”ו.
נ.ב. 1: סאיז ניכר אז דו ביסט א מענטש מיט געלונגענע טאלאנטן און רילעישןשיפ מיט אנדערע ב”ה, אבער טראכט פון ; שטילע, גערעגטע, תמימים, גאר ווייכע וכ”ו, וואס וועלן דאס נישט קענען באווייזן וכדו’.
נ.ב. 2: אלעס ביז אהער האב איך געשריבן מפני הכבוד, ווייל איך האלט אז דו האסט עס געשריבן כדי מזאל דיר דא באפאלן און זאל ארויסקומען דאס פארקערטע פון דיין ’מכלומרשע’ אדשענדע וד”ל, אבער ביי דעי נושא האלט איך איז עס א געפערליכע ריסק ווייל מענטשן קענען ח”ו זיך משכנע זיין און אוועקמאכן שדכנים (ובפרט מיט אזא שרעקליכע קעפל פאר דעי אשכול), וואס דאס איז זייער נישט גוט בפרט בעת כזאת ווען עס פעלט שטארק... וד”ל וד”ל וד”ל...

חסדי אבות האט געשריבן:אגב, די שפילער און זינגער ארבעטן נישט בלויז אכט שעה, זיי דארפן זיצן א גאנצן טאג, הערן אלע נייע ניגונים וואס קומען ארויף אויפן מארק, זיי דארפן זיין אפ טא דעיט.
פונקט אזוי איז א שדכן, ער ארבעט נישט בלויז די 40 שעה, ס'איז אויך עמאושנל סטרעס פון ביידע זייטן. פונקט ווי דו פארשטייסט אז א טוען אדער א דיין נעמט מער, ער נעמט נישט בלויז פאר די שעות וואס ער זיצט אויף דעם קעיס אדער שידוך. כך הוא דרכו של עולם.
כ'בין נאך אלס איינשטימיג איבער דעם ענין פון מוזיק, אז ס'דארף א תיקון, אבער איך האב בלויז ארויפגעברענגט א נקודה למחשבה. מיט שדכנים דארף מען זיך רעכענען. ס'איז דא א מאנגל אין שדכנים און די גאנצע שדכנים ביזנעס איז טיף אין דער ערד, עס דארף א תיקון גדול.

די הייליגע זיידע'ס שמעקען גיט..
דא האט איר זיידע, וואס חסדי אבות האט געשריבען מיט גאנצע פיר יאר צוריק, ער איז גוט PRO שדכנים.. און
''חסדי אבות'' דיין שרייבעריי האט זיך למעשה גאנץ גוט אויס אויגעצאלט, הגם מיט גאנצע צווי יאר שפעטער, ווייל
ר' aal האט יעצט צוגעברענגט גאנץ שארפע שיינע-''טאקע אויף די פארקערטע זייט אבער מיט'' -פיינע הוכחת פון ספרים צו קלארע חז"ל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”