מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א שיינעם דאנק פאר ביז אהער, פאר די קומענדיגע וועט מען זיך עקסטער באדאנקן אי"ה!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ברכי נפשי האט געשריבן:העי לאז אטעמען......

איי עגרי

דו נעמסט אונז געהעריג אהין דארטן. לאז אביסל אפאטעמען פון די דארטיגע היצן...
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

געלעגער האט געשריבן:זייער זייער הנאה געהאט ביז אהער. מיר ווארטן אויף ווייטער

קא(ל)דנט עגרי מאור!
איך האב יעצט אלעס געליינט צטום ערשטן מאל אטעם פארכאפענד!
הערליך איז דאס ווארט.... אזוי שיין צונומען, די שפראך און אלעס, עס גלוסט זיך מיר אהינצעפליען, מי יתן לי אבר אעופה.........
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

מארגן האט געשריבן:ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג?

דער ארטיקל איז שוין איבערגעצויגן מיט ברעד קראמבס.... כ'ווארט נאר די טאפ זאל הייס ווערן.....
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

אן א סיריעס נאוט
וואס וויל דער עולם ענדערש, קורצערע ארטיקלען אפטער, אדער לענגערע ארטיקלען נישט אזוי אפט (איין מאל א וואך - 5 טעג)?
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ברכי נפשי האט געשריבן:אן א סיריעס נאוט
וואס וויל דער עולם ענדערש, קורצערע ארטיקלען אפטער, אדער לענגערע ארטיקלען נישט אזוי אפט (איין מאל א וואך - 5 טעג)?

קורצערע ארטיקלען, אבער אפטער.
---
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

זייער אינטערעסאנט! אויב קום איך אמאל אריין דארט אין ביהמ"ד דארף שוין קיינער נישט זאגן זייער נאמען, איך קען שוין יעדעם.

ברכי נפשי האט געשריבן:אן א סיריעס נאוט
וואס וויל דער עולם ענדערש, קורצערע ארטיקלען אפטער, אדער לענגערע ארטיקלען נישט אזוי אפט (איין מאל א וואך - 5 טעג)?

וועלכע עס איז דיר גרינגער, די עיקר איז גיי אן ווייטער און ווייטער.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

בשבילי נברא האט געשריבן:קורצערע ארטיקלען, אבער אפטער.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:קורצערע ארטיקלען, אבער אפטער.

גא"מ
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

@ברכי: ווי אזוי עס איז גרינגער פאר דיר
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

קאפיטל 5
ישאו הרים שלום לעם


אפגעדאווענט מנחה מעריב, גענומען שלום ביים רב און ביים עולם וועלכע האט זיך שטארק געפרייט צו אונז, טייל שוהל מעמבערס האבן אונז געדענקט פון פאריגע מאל וואס מיר האבן דארט געוויילט, געהערט דעם קורצע דבר תורה פון רב און מיר זענען אויפ'ן וועג צוריק צום ישוב.

עס איז אין די פריע נאכט שעה'ן, מען לייגט זיך פרי ווייל די מנין שחרית איז נישט שפעטער ווי 6:45, נישטא קיין מנינים סענטער אויב מען פארשלאפט...
אינדערפרי האט אונז אפגעווארט א פיינע ווארימע מקווה, וואס רב ווייס'ס בחור'ל האט קעיר גענומען דערפון דורכאויס יו"ט. די נייע מקווה טהרה אין ישוב האט מען געהאלטן אינמיטן בויען, און טאקע דעם ווינטער איז געווען בילדער פון די חנוכת הבית, השתתפות הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל וועלכע וויילט דארט אין די ווינטער.

מען דאווענט אן אשכנז'ישע שחרית, דאס דאווענען געדויערט היבש לענגער וואו דאהי, נאכ'ן זאגט מען עטליכע קאפיטלעך תהילים מיט אחינו כל בית ישראל.
עס איז דאנערשטאג ערב בדיקת חמץ, דער רב זאגט עטליכע הלכות אין דיני בדיקה ומכירת חמץ אין דעם קורצן שיעור נאך שחרית; געענדיגט דאווענען האבן מיר בערך אכטע. איראניש, אז טראץ דעם וואס דארטן איז דריי שעה שפעטער וואו אין ניו יארק זענען נאך דא א באדייטנדע צאל אידן וואס האלטן נאך פארן דאווענען אין ניו יארק….. וואס הייסט סי נאך קוים עלעווע….
מען עסט פת שחרית פון דעם "חמץ באקס" וואס מיר האבן מיט געברענגט, און 10 אזייגער לאזט מען זיך ארויס צו סאבינא קעניאן, וועלכע געפונט זיך הארט נעבן דער שטאט טוסאן.

בילד
די אריינגאנג צום בארג


סאבינא קעניאן געפונט זיך אין די סאנטא קאטאלינע מאונטענס, וועלכע רוהט מזרח פון טוסאן, מיט עטליכע גרויסע שפיצן, די העכסטע פון זיי די 9000 פיסיגע מאונט לעמאן, וועלכע מיר האבן אויך באזוכט ווי געשילדערט און א קומענדיגע קאפיטל.
סאבינא איז א גאר שיינע קעניאן - שטיינערנע פעלז, באוואקסן מיט די סאנארע דעזערט געוויקסן, עטליכע ריינע קוועלער פליסן דארט, וואס פון זיי פארמירן זיך טייכלעך וואו מען קען זיך א טינק געבן, זיך אפצוקילן אביסל פון די ברענענדיגע מדבר זון, וועלכע בריעט און בראט אנע רחמנות.
די בארג איז זייער געזונט פאר הויט פראבלעמען ליידענדע, ווי עקזימע, סורייסיס און נאך, אזוי אויך פאר אסטמא ליידענדע. באלד ביים ארויפשפאצירן שפירט מען א שוועבל גערוך אין די לופט, מען פילט באשיינפערליך א טויש אין די לופט.

די וועג ארויף קען מען מאכן צופיס, אדער דורך די לעגענדארע טראלי וועלכע נעמען ארויף די באזוכער, און שטעלן זיך אפ ביי פארשידענע פונקטן אויפ'ן בארג וועלכע דינען אלס סטאנציעס, ווי מענטשן שטייגן אפ און זעצן פאר צופיס, אדער כאפט מען דעם טראלי פאר די וועג אראפ.
די טראלי, און בכלל דאס פלאץ, ווערט געפירט דורך די נאציאנאלע פארעסט סערוויס, אן אגענטור וואס גיבט זיך אפ מיט פארשידענע וועלדער לענגאויס אמעריקע, די ארבייטערס דא ביי סאבינא זענען מיינסטנס לאקאלע עלטערע פענסיאנירטע סעניארן, וואס האבן נישט בעסערס וואס צו טוהן אויסער קריספי ווערן אונטער די זון, און מאכן דעם וועג ארויף און אראפ ענדלאזע מאל מיט'ן אפענעם טראלי טרעקל/באס.
דער דרייווער דרש'נט אין א מיקראפאן דאס גאנצע וועג ארויף, מען הערט כמעט נישט קיין איין ווארט וואס ער זאגט, צוליב די גרידער פון דעם טראלי.

ער רעדט וועגן די היסטאריע פון דער בארג, און די היסטאריע פון די נעשינעל פארעסט סערוויס, די אגענטור איז איינע פון עטליכע, וועלכע זענען געגרידעט געווארן אונטער די פרעזידענטשאפט פון דער לעגענדארער פרעזידענט, און נאטור ליבהאבער טעדי רוזוועלט.

פרעזידענט רוזוועלט האט אסאך געלייסטעט פאר די נאטור, וויילדלייף, און ווילדע לאנדשאפט לענגאויס אמעריקע. אונטער זיין קאדענץ האבן זיך געגרינדעט עטליכע אגענטורן, וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די מיליאנען אקערלאנד שטרעקעס, אסאך פון די פארקס וועלכע מיר קענען, זענען געשאפן געווארן דורך די אדער אנדערע אגענטורן.
פרעזידענט רוזוועלט זעלבסט איז לעגענדאר באוואוסט פאר זיין אויסטערלישע ליבשאפט צו די נאטור, און עס זענען פארבליבן עטליכע לעגענדארע ציטאטן, וואס ער האט געזאלט האבן געזאגט אנבאלאנגט דער מיסיע פון אפהיטן, און פרעזערווירן די נאטור.

נאט אייך איינע פון זיי:

“Leave it as it is. The ages have been at work on it and man can only mar it.”
― Theodore Roosevelt

זיינע לייסטונגען פאר די נאטור, און נאך, זענען פאראייביגט און אויסגעקריצט אויף מאונט ראשמאר, ווי זיין געזיכט פיגורירט פראמינענט צווישן אנדערע געערטע אמעריקאנע פרעזידענטן.
בילד
מאונט ראשמאר, פרעזידענט רוזוועלט איז דער צווייטער פון רעכטס


קריכן מיר ווייטער בארג ארויף, די וועג איז פאנטאסטיש שיין, די טראלי שלענגלט זיך אויף דעם שמאלע שטעגל, ווען צו ביידע זייטן הייבן זיך די כמעט גראדע ווענט פון שטיין, באוואקסן מיט קאקטוס געוויקסן בעיקר די אייקאנישע סאגווארא קאקטוס געוואוקס, וועלכע קען גרייכע א 40 פיסיגע הייעך.

מיט זייערע אויסגעשטרעקטע ארעמס געבן זיי דעם אויסקוק ווי לחיים פאכענדיגע חסידים, די שיפע בארג מאכט דעם איינדרוק ווי פארענטשעס, פון זעהן אזא פאנאראמע ביז זיך זעהן אלס דער רבי זעלבסט איז קיין ווייטע מהלך…..
אין דמיון דינערט אפ א קול רינה וישועה, בעת מיר ווייזן צוריק פאר די פילע חסידים, ולעומתם ברוך יאמרו….
ב"ה עס הערשט שטארקע ארדענונג, קיינער שטיפט נישט, קיין ספק עס איז צו פארדאנקען די געטרייע סדרנים באטשיס פון די נעשינעל פארעסט סערוויס..
בילד
דער בארג הייבט זיכט פון ביידע זייטן דער שטראז אינדערמיט


פאקטן גערעדט, א דורכשניטליכע סאגווארא וואס מען זעהט מיט עטליכע ארעמס, איז בערך 150 יאר.
זיי וואקסן גאר שטייט און געלאסן, א סאגווארא וועט ארויסגעבן זיין ערשטע ארעם הערשט ביי די עלטער פון 50-70 יאר, עס וועט זיך אנהייבן אלס א ווארצל אויפ'ן צענטער סאגווארא שטאם, און וועט זיך אויסברייטערן אלס מעכטיגע ארעמס, אזעלכע ארעמס קענען מאכן דעם קיימא לן וואג פון דער גאנצער סאגווארא צו זעקס טאן!!

די ארעמס זייערע וואקסן געווענליך אויף ארויף, אבער אפטמאל זעהט מען אזעלכע מיט ארעמס געוואנדן צו אלע זייטן.
בילד
אן אינטערסאנטע סאגווארא מיט פארקרומטע ארעמס


סאגווארא איז א בוים ווי אלע ביימער, מיט טיפע ווארצלען אונטער די ערד, די ווארצלען נעץ ערמעגליכט אים צו שלעפן וואסער פון ווייט אוועק, ער שלעפט צוזאם גאלאנען וואסער, און היט זיי אפ אין ספעציעלע רעזעוון אויף הייסע טעג ווען עס רעגנט נישט פאר וואכן און א צי.

זיי געבן ארויס פרוכט ווי אלע ביימער, מען זאגט אז די באקאנטע סאברעס וואקסן אויף זיי, די אויסערליכע צודעק איז א ווייכע, רעלאטיוו צו אנדערע געווענליכע ביימער, וואס וועלן פארמאגן א הארטע שיכט.

די ווייכע שיכט איז ווי א ספאנדזש אנגעזאפט מיט וואסער, אז מען געט א גוטן דריק מיט'ן פינגער דערויף קען מען אויסקוועטשן אביסל פייכטקייט, אויף די דרויסנדיגע שיכט וואקסן מסודר'דיגע רייעס פון דערנער\שטעכערס.

נאך א גוטע פאר הונדערט יאר וועט אנהייבן אויסטריקענען די דרויסענדיגע שיכט, עווענטועל וועט דאס גאנצע בוים איינגיין, און וואס עס וועט בלייבן איז די האלצערנע סטרוקטור פון די סאגווארא, ווען איר זעהט אזא סארט סקעלעטן, קענט איר זיכער זיין אז ער האט נאך געלעבט אין די צייטן פון דער בעל שם טוב….
בילד
אן אויסגעטריקענטע סאגווארא בוים מיט די האלצערנע סקעלעט אלס איבערבלייבעניש


זינט די שיכט אינדרויסן איז ווייעך, טוען פארשידענע עקזאטישע מדבר פייגל, און באשעפענישן אויסבויערן לעכער אין די סאגוואראס פאר זייער נעסט, אפט מאל קען מען זעהן פייגלעך פליען אריין און ארויס פון די לעכער, זיי הוילן אויס א שטוב אינעם סאגווארא און דארט וואוינען זיי.

די שידוך צווישן די סאגווארא און די פייגל גיבט צו זייער חלק אינעם עקא סיסטעם, אזוי מאכן זיי די סאגוואראס זאלן זיך פארשפרייטן, און פראדוצירן פרישע ביימער

זעה דא

און דא

מיר גרייכן דעם שפיץ וואו מיר שטייגן אפ, און מען הייבט אן א שפאציר וואס בארואיגט דעם נפש רוח ונשמה ביינאזאם, מען קלעטערט צווישן די שטיינערנע וועגן, דא דארט כאפט מען א שטאך פון א חוצפה'דיגער דארן וואס שטעקט אריין א נאז אין דעם דרך המלך, די פאנאראמעס זענען עפעס אויסנאם, מען קען קלאצן אויף זיי און נישט זאט ווערן.
בילד

אפיציעל איז דער בארג געמאכט פאר הייקינג, מיט פילע טרעילס צו אלע זייטן, דא דארט זענען דא שילדן וועלכע ווארענען פון מאונטען לייען וועכע דרייען זיך פון א געוויסער הייעך און ווייטער, אז מען זאל אוועקשטיין און נישט גיין ווייטער. (אונטן אינעם וויסיטינג צענטער איז געווען א שילד מיט אנווייזונגען אין פאל מען ווערט געביסן דורך א שלאנג) אבער מיר זענען דא מער ווייניגער זיך אויסצוליפטערן נישט צו הייקן, וועלן מיר אויס ליבערשט זיך צו דרייען דארט אינעם געגנט, נישט צו ווייט פון די טראלי סטאנציע.
בילד
א בליק פון הויעך אויפ'ן בארג קוקנדיג צום טראלי סטאנציע



בילד
אידן אין מדבר....


די היץ איז אויסטערליש, אן א זוהן שיץ היטל איז זייער נישט בא'טעמ'ט, דאס ערשטע מאל וואס איך האב גוט פארשטאנען וואס מיינט השותה מים לצמאו מברך שהכל נהיה בדברו….. אאאאהההה כי השביע נפש שוקקה ונפש רעבה מלא טוב.

נאכן פארברענגן א וויילע און נאכן כאפן העלישע בילדער, ווענדן מיר זיך אויפ'ן וועג אראפ, אבער נישט פארן זיך אפשטעלן ביי איינע פון די ריינע קוועלער אביסל זיך אפצוקילן,
ורחץ….. מען טוט זיך אויס די שיך און זאקן, מען קאטשעט ארויף די הויזן, און מען מען לאזט זיך וואוילגיין לכבוד המאורע……

בילד
דער טייכל אין וואס מיר האבן פארברענגט


די קינדער פלאטשקען א מחיה, און מיר רוען זיך אפ אויף א שטיין אונטערן שאטן פון א בוים מיט די פיס אין טייכל, (א זעלטנהייט דארט אויפ'ן מדבר'דיגע אויפ'ן בארג, ווארשיינליך צוליב וואס עס געפונט זיך הארט נעבן א קוואל, איז עס אן עץ שתול על פלגי מים, און נאר אזוי דערהאלט ער זיך)
בילד
אפגעשפרינגן אביסעלע אין וואסער, ווענדט מען זיך צום הויפט שטראז אויף צו כאפן דעם טראלי פאר די פארבליבענע וועג אראפ, מיר ווענדן זיך צום קאר, מען דארף זיך אביסל אונטעריאגן…. נישט פארגעסן, עס איז בדיקת חמץ היינט נאכט…….
לעצט פארראכטן דורך ברכי נפשי אום מאנטאג יולי 13, 2020 1:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

הערליך!!!
גיי ווייטער אן מיר זענען זיך מחי' מיט יעדע ארטיקל באזונדער
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער שיין!

אבער די בילדער קען מען ווידער נישט זעהן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ביזט דאך אייזן גוט ברכי, ווען נישט קאראנע וואלט איך שוין יעצט באשטעלט טיקעטס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לחיים לחיים!!
איי ... ימים על ימי מלך תוסיף..
פאטשט! פאטשט! לעבענדיג

האסט געהערט די תורה?! ס'עפעס מוראדיג די נפלאות הבורא , אז מ'הערט עס נישט פון רבי'ן אליין קען מען עס נישט פארשטיין
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הערליך שיין.

כאטש איך זע נישט די בילדער וואס דו שטעלסט ליגן זיי מיר נאך אין מוח קעמערל.

איך דיסעגרי מיט אייך, אויב דו גייסט נישט אויף קיין הייק אויף די שטעגלען האסטו היבש פארפאסט.

עפעס שטעכער'ס געכאפט פון די געוואוקסן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט אבער די בילדער
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

פאראכטן.....
א גרויסן שקויעך פאר אלע וואס האבן מיר אויפמארקזאם געמאכט דא און אין אישי
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ייש"כ פאר'ן פארעכטן!
אינו דומה שמיעה (-קריאה) לראיה
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

wow amazing
keep it up
אז יענער קען קענסטו אויך
העד פירסט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העד פירסט »

געוואלדיג! הערליך! דיין ספעציעלער מיקס פון מאכן שפורן כאילו מיר זענען ממש יעצט דארט אויפן פלאץ, צוזאמען מיט די הומאריסטישע טידבידס איז געוואלדיג!

(צוויי קליינע טעכנישע הערות אויב מ'מעג, די "ג" אין סאגווארא איז סיילענט, אויף די קליפ וואס דו האסט געלייגט הערט מען טאקע ר' דוד'ן זאגן "סאווארא", והשנית, דו שרייבסט אז זיי האבן טיפע ווארצלען אונטער די ערד, אזוי פארנדיג אויפן לעגענדארן טראלי האב איך זיך אנגעשטרענגט צו הערן וואס דער דרייווער דרש'נט דארט, האט ער געזאגט אז זיי דארפן נישט מער ווי 4 אינטשעס (!) ערד צו וואקסן, ר' דוד אויפן קליפ זאגט אויך אז זיי האבן א SHALLOW ROOT SYSTEM, וואס מיינט לכאורה אז זייערע ווארצלען גייען ווייט אבער נישט טיף,
שוין, כ'האף אז כ'האב נישט געשטערט...)
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א דאנק ברכי נפשי

זאפטיג ווי שמאלץ, זיס ווי ציקער!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

א שמועס מיט הרב בעקער נעכטן אויף קול מבשר וועגן די לעצטיגע אויפשטייג פון קאראנא וויירוס פעלער אין אריזאנע
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

א ריזן ייש"כ פאר די הערליכע באשרייבונג און בפרט פאר די לעצטע, האסט זיכער אריינגעלייגט אן עבודה דערין, זייער געשמאק צו ליינען!
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”