מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

הערליך!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אויפן תעודה א מציון +......
פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייסט? »

זייער אינטרעסאנט, שכח ברכי נפשי.

נאך א מזל אז מברויך נישט וואויטען וואס איז בעסער די טעמע אדער די שפראך...
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

זייער אינטערסאנט, קיפ איט אפ!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח פארן פארעכטען די בילדער
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

זייער שיין דעיס.
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

ברכי נפשי האט געשריבן:
ברכי נפשי האט געשריבן:צו אלע וואס האבן פראבלעמען מיט זעהן די בילדער, די אימעדזש אדרעסס וואס איך האב אריינגעלייגט איז פון גוגל פאטאס מעגליך אז דאס איז דער פראבלעם. איך וועל עס פרובירן איבערלייגן

האמער עפעס ארומגעבאבערט
איך האף אז עס איז פאראכטן

יאפ יישר כח
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

קאפיטל 4
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה


א האלבע שעה פאר די שקיעה דאוונט מען מנחה אין חפץ חיים שול בנשיאות הרב בעקער, די שול געפונט זיך בערך 2 מייל פון דער ישוב.

דא איז דאס פלאץ אביסל אריינצוגיין אין די נושא פון אידישקייט אין טוסאן.

אין שטאט איז פארהאן עטליכע אידישע צענטערן שוואכע אין שוואכערע, חב"ד, קאנסערוואטיוו און רעפארם, היברו דעי סקולס, וכו'.

אבער דאס מערסטע שיינט ארויס לכאורה די חפץ חיים סענטער וועלכע שטייט בנשיאת הרב ישראל זאב בעקער הי"ו. אן ערליך פרומער רב פון ליטווישן חדר, א שטארקע בן תורה, און ענערגישע ארבעטער פאר יהדות סאוט וועסט יונייטעד סטעיטס.
בילד
רב ישראל זאב בעקער

פון די "דא דארט שמועסן" וואס מיר האבן געפירט מיט אים האבן מיר ארויסגעהאט אזוי: ער האט זיך געצויגן קיין אריזאנע פאר פרנסה עטליכע צענדליג יארן צוריק נאכן ערהאלטן סמיכה. (אויב בין איך זיך נישט טועה פון ר' משה פיינשטיין זצ"ל) פאר אים האט זיך עס שטארק געלוינט. דער עולם דארט איז זייער א פשוט אבער ערליך, מיט מינימאלע ידיעות אין יהדות. קיין גרויסע לומדים זענען זיי נישט, אז מען זאגט זיי נאך א געדאנק אין פרקי אבות זענען זיי העכסט צופרידן.

זיי באדערן נישט אזוי שטארק מיט שאלות, אלעס וואס נעמט אריין איז; געבן א שמועס נאכן דאווענען יעדן טאג, פאר יעדע יומא דפגרא ארומרעדן פון דער בעפארשטייענדע טאג, אויב עס פעלט זיך אויס מאכן אויפמערקזאם צו די הלכות וואס זענען נוגע די ימים טובים, אזוי ארום קען ער זיצן און לערנען אן קיין שטערונגען.
פון די אנדערע זייט, זענען זיי דארשטיג פאר יעדעס ביסל אידישקייט, זיי קומען מיט אפענע הערצער לשמוע את דבר ה' ווי מיר האבן דאס צוגעזעהן פון דער נאנט, און דאס געט אים שטארקע סיפוק צו ארבעטן מיט זיי.
עס איז פאר אים ממש א שטיק חיות זעענדיג ווי א צווייטע דור וואקסט אונטער, וואס זייערע טאטעס האט ער שוין נענטער געברענגט צו אידישקייט. ותורה מחזרת לאכסניא שלה, און זיי פירן זיך ערליך אויף זייער השגות.


בילד
בילד
בילד
ערשטע בילד איז די אריינגאנג- 2,א בליק אין שול-3,בנין המקווה

רב בעקער איז א ווארימע מענטש, און א געוועלדיגע בעל הרגש, די תפילות זיינע זענען בקול רעש גדול, זיינע שמועסן זענען גלעטנדיג, אבער מאנענדיג אין די זעלבע צייט.
ער לאזט נישט נאך, ווי געשילדערט און א שפעטערדיגע קאפיטל האבן מיר מיטגעהאלטן זיין יד החזקה ווען עס קומט צו עומד זיין בפרץ.
(ער האט אויך א שטיקל קנאות'דיגע שמעק. צ.ב.ש. ווען מען האט געמאכט דעם מי שברך יו"ט נאכן ליינען פאר די חיילי מדינת ישראל מיליטער פלעגט ער ארויסגיין. עס קען זיין אז איז אזוי צוליב ווייל גראד נאכדעם גיבט ער א שמועס און ער גייט ברענגן זיינע נאטיצן, אבער דאס רוב פון זיינע שמועסן ווערן געזאגט אויף אויסנווייניג גראד פון הארץ ארויס, אזוי אז צעטליך זענען גענצליך איבעריג. עכ"פ אזא הרגשה האב איך געהאט...)

אויב מעגליך, וואלט איך זייער געוואלט, ווער עס האט סיי וועלכע פרטים צו ערגענצן זיין פראפיל זאל אריינקומען.


לא רעב ולא צמא כי אם לשמוע


זיין שול באשטייט פון א קאלירפולע ציבור, וואוילער און ערליכע, אבער שטארק פשוט'ע אידן. אזעלבע וואס דער בארדיטשובער וואלט זיך מיט זיי פאסמאקעוועט... איך וועל פרובירן דורך צו גיין עטליכע פון זיי וואס איך געדענק:

מעקס לאזאר - מעקס איז לדעתי דאס שפיגעלע פון די קהילה, און א מעניפעסטאציע פון רב בעקער'ס אויפטוען אין שטאט.
מעקס איז אן עלטערע איד אין די הויכע גבורות, צוגעלאזן און פריינטליך, שייף עייל ונפיק, זיצט ביים ווינקל אין מערב מיט זיין שטענדער "פולי עקוויפטעט" מיט פעדערס, מארקערס, היי לייטערס, סקאטש טעיפ, טישוס, און א תפילין שפיגעלע. אזוי אז אפי' ער זאגט אייך נישט, ווייסט איר אליין אז ער איז דער שמש הקהילה…. ער איז אלט אבער ווערט נאר יונגער. ער גייט מיט גרויסע ווייסע סניקערס און א מעטשינג פאר העמד/הויזן, אנגעטוהן ציכטיג און צוזאמגענומען, אפגעגאלט אזש א פאטש אויף די באק וואלט אפגעהילכט, מיט א שאקלדיגע דאבל טשין.
ווען מען ענדיגט דאווענען טוט ער זיך אן די זון ברילן און און זון היטל און באדאנקט זיך הערצליך פארן רב for the vort. בקיצור דער סארט תהילים איד וואס איר טרעפט דאהי, איז ער דארט.

בילד
מערקט מעקס צו רב בעקער'ס רעכטע זייט מיט זיין פלאץ בעקלעפט מיט צעטלעך און "וויכטיגע מודעות"


ער איז אויפגעוואקסן גענצליך פריי ניטאמאל וויסענדיג אז ער איז א איד. ביי דע 50 יאר האט ער זיך דערוואוסט פון זיי אידישער אפשטאם, און באשלאסן צו ווערן פרום. ער האט זיך אנגעטשעפעט אין רב בעקער, וועלכע האט אים געמאכט פאר א בעל תשובה.
לויט ווי מעקס זעלבסט האט אונז פארציילט, האט ער אנגעהוין פון א' אין פולן זין פון ווארט. ער האט קיין צורת אות נישט געקענט, רב בעקער האט מיט אים געלערנט אלף בית, עברי, חומש, און נאך.
ווען מיר זענען דארט געווען דאס ערשטע מאל, האט רב בעקער אויסגערופן ערב יו"ט אז מעקס גייט מאכן א סיום בכורות אויף מסכת גיטין. איך האב געמיינט אז מען רעדט פון גמרא, למעשה איז דאס געווען א סיום אויף משניות גיטין וואס מעקס האט געלערנט בחברותא מיט'ן רב פאר עטליכע יאר!
בילד
מעקס לערנענדיג מיט'ן רב

דאס צווייטע מאל מיר זענען דארט געווען, איז געווען נאך א סיום מסכת משניות, (געדענק שוין נישט וועלכע) ווען רב בעקער און מעקס שטייען ווי חתני התורה אינדערמיט, ופניהם מזהירים כזוהר הרקיע... רב בעקער זאגט דעם הדרן, ודמעות נושרים מריסי עיניו, זעענדיג א איד וועלכע ער האט ממש מכניס געווען תחת כנפי השכינה, און ביז די 50 יאר נישט געוואוסט פון קיין אידישקייט צו זאגן, איז זוכה צו ענדיגן א מסכת…. ואני הקטן בין אויך געשטאנען פון די זייט און פארווישט א טרער..

די קלימאקס איז געווען ווען יו"ט ביינאכט, ליל התקדש החג אינמיטן מנחה, שפאצירט אריין א אינגערמאן.. ש'מער ש'ווייניגער מיט א שטריימל!

וואאאאס?!? נאך א היימישע משפחה איז דא? א אינגעלע מיט לאנגע פיאות פאלגט נאך…די נייגער פלאצט..

גלייך נאך מנחה האט מען גע'שלום עליכמ'ט, פון וואנעט קומט א איד?.. דער אינגערמאן קומט פון ירושלים, א סלונימער חסיד, און ער איז דא ביי זיין זיידן אויף יו"ט...אייגענטליך זיין ווייב'ס זיידע ..
אזוי?.... זייער שיין... ווי איז אייער זיידע? דער איד ביים ווינקל… יא יא……. דער איד ביים ווינקל איז געווען מעקס……

דאס הארץ איז פארטעפט מיט געפילן... א איד וואס דאס רוב פון זיינע יארן האט ער נישט געוואוסט אז ער איז א איד בכלל, האט אייניקלעך מיט לאנגע פיאות…. אשרי עין ראתה זאת!



מענדל בעקער - זוהן פון רב בעקער, וואוינט אין קווינס, א יושב אוהל, א כולל יונגערמאן.
גאר געשמאק, מיר האבן אסאך פארברענגט מיט אים דורך אויס די צייט דארט, ער האט אונז שטארק ארויסגעהאלפן און גע'עצה'ט מיט די פארשידענע אטראקציעס וואס מיר האבן באזוכט.
בילד
מענדל בעקער

אסאך פון די אינפארמאציע אויף זיין טאטע האבן מיר גענאשט פון אים, (דאס ערשטע יאר איז ער געווען 4 יאר נאך די חתונה אנע קינדער ל"ע דאס צווייטע מאל איז ער געקומען מיט א ליכטיגע מיידעלע ב"ה) אין זיינע יונגע יארן האט אים זיין טאטע געשיקט אין פאבליק סקול, עס איז אים געווען מער ניחא ער זאל לערנען מיט גוים, ווי איידער צו לערנען אין אן אזויגערופענעם היברו סקול, ווי די טיטשער אויף אלף בית איז געווען א גוי'אישע פרוי.

זיין טאטע'ס מיינונג: ענדערש גיין אין פאבליק סקול, און וויסן אז ער איז אנדערש, ווי איידער גיין אין היברו סקול ווי מען לערנט אידישקייט פון נישט ריינע מקורות. (אגב, דער מהלך איז געווען אנגענומען ביי אסאך חסיד'שע אידן וואס האבן געוואוינט אין פארשטיפטע מקומות)
למעשה, זיין טאטע האט מיט אים געלערנט יעדע נאכט ביז ווען ער איז עלטער געווארן, האט מען אים געשיקט קיין באקא ראטאן פלארידע, ווי זיין שוואגער -אן איידעם ביי רב בעקער- דינט אלס מנהל אין א מוסד. שפעטער האט ער געלערנט אין א"י, היינט איז נישט צום דערקענען אז אט דער יונגערמאן איז א טוסאנער פרי...


מרדכי אדעלשטיין - רב בעקער'ס אייניקל, וואוינט אין בית שמש אין די אמעריקאנע ליטווישע געגנט דארט, לערנט אין א ישיבה אין ניו יארק, זייער בא'חנ'ט און קוקט אויס ווי א כלי.
ער האט גערעדט עטליכע מאל דורכאויס דעם יו"ט, וואס האט אונז שטארק באאיינדרוקט.
ער האט געהאט פראבלעמען און קאמפליקאציעס מיט די מיליטער און א"י, לויט ווי ער זאגט האט רב שישא פון מרכז עזרה ויעוץ אים שטארק געהאלפן, און ער איז נתפעל פון סאטמאר'ס חסדים. זיין מעשה איז געלופטערט געווארן אין די משנתו גליון, אנבאלאנגט די מערכות וועגן גיוס בני ישיבות, וואס קומט ארויס דורך חסידי סאטמאר מהר"א.


סטיעוו - א פארוואגלטע נשמה מיט א ברייט צושויבערטע בארד, קוקט נישט אויס ווי ער איז מיט אונז אינגאנצן. ער ענטפערט די אמנים מיט א באסאווע שטימע, יעדע וויילע הערט זיך זיין "בריק הא"..... (בריך הוא) ווי אויך דעם שקויעך פאר'ן רב גייט בקול רעש גדול.

אברעימל - א טשיקאווער פערזאן, ער גיבט אן איינדרוק ווי א בריסקער מיט דיקע געהאקטע פיאות וואס רינט איבער פון די אויערן, שמאל לענגליכע אויגן, אלס מיט א ווייסע העמד... אינטערסאנט וואס ער זוכט דארט. אויפ'ן בליק זעהט ער עס ווי א טיפישער ליטוואק, אבער גיי ווייס פארוואס ער וואוינט דארט.

בילד
אברעימל איז דער איד מיט'ן גרויען בארד

זכאי - א שמייכלדיגע תימני, שארף און באווירצט, אנגעבליך וואוינט ער דארט צוליב די קלימאט וואס ענדלט גאר שטארק צו זיין היימלאנד תימן.
הויעך און שלאנק, א פעך שווארצע בארד, מיט דינע געלאקטע פיאות -ווארשיינליך דער איינציגסטער מיט לאנגע פיאות אין טוסאן- שמייכלדיגע קלוגע אויגן, בארוועסע פוס מיט סאנדאלן דערויף, ער קומט נישט יעדער טאג אין שול זינט ער וואוינט ווייט, אבער ווען ער קומט איז פרייליך אין שטעטל.


דער פרעזידענט - ווי פון די ביכער ארויס…. די נאמען דענק איך נישט, אבער דעם פיגור ליגט פאר די אויגן.
א רינדיגע געשטעל, מיט א כרס אויף פראנאויס, רויטליכע האר, א וואנץ אלס שומר אויפ'ן פיסק, מיט א פין פאר די קאפל.
ער נעמט זיינע פליכטן אלס פרעזידענט גאר ערנסט, ערווארט זיין פארדינטע כבוד וועלכע ער לעקט אויס מיט די ביינער. ער דינט אויך אלס אויסרופער פון די עליות, און ווייזט ארויס צו יעדע צייט גאר ברייטע קענטעניסן אין די הלכות אנבאלאנגט דאס עולה זיין, והמסתעף. ער איז געווען ביזי פרעגן יעדעס מאל וואס ער האט אונזער משפחה געגעבן אן עלי' צו מיר זענען ברידער, ווארום מען טאר נישט געבן אן עלי' פאר 2 געשוויסטער אויף א מאל…
ער ווייזט אויך די טראפן פאר'ן בעל קורא, אין אונזער פאל דער רב הרב בעקער. ווי אויך מאכט ער דעם מי שברך פאר הנשיא דאנאלד דזשאן טראמפ וסגאנאו (וסגנו..) מייקל ריטשארד פענס... נאכגעפאלגט מיט א מי שברך פאר די חיילי מדינת ישראל מיליטער. מדינת ישראל איז נישט ערשט, ווארשיינליך צוליב זיין אמעריקע פוירסט פאליסי….

ווי אויך איז דא דארט א טאטע מיט צוויי זוהן, קוקן אויס ווי פון בוכארישן אפשטאם, שטילע מענטשן.
די 2 זוהן זענען זייער תמימות'דיג און ערליך, און נעמען נישט ארויס די אויגן פון סידור פון אנהייב ביז סוף דאווענען, די שכינה רוהט אויף זיי.

נאך א לאקאלע סטודענט מיט שווארצע געראמטע ברילן, זייער פריינדליך מיט א שמייכל, קוקט אויס ווי ער האלט אנהויב פון זיין תשובה רייזע און ווייזט ארויס שטארקע אינטערעס און אידישקייט. ער גייט מיט א דאשיק, לכאורה פילט ער נאך אביסעלע אומבאקוועם צו גיין מיט א קאפל.

ועוד, ועוד...

הקיצור, יעדער מיט זיינע אייגענשאפטן פארפילט נאך א קאליר אין דעם רעגנבויגן, גערופן קאנגרעגעשן חפץ חיים אוו סאוט וועסט….
בילד
שול הויף פון חפץ חיים שול


כל עדת ישראל יעשו אותו...



אויפ'ן אנדערע זייט פון דער ישוב, א מייל אהינצו, געפונט זיך די יאנג איזראעל אוו טוסאן שול, אונטער די פירערשאפט פון הרב יוסף שם טוב חב"ד שליח אין טוסאן.
בילד
רב יוסף שם טוב שליח חב"ד אין טוסאן


זיין שול ווערט געפירט אויף דעם חב"ד'סקער קירוב שטייגער, וואו מען איז אלעמען מקרב, (עס איז מיר נאר אינטערעסאנט וואו ווייט די קירוב גייט. ווייל עס זענען פארהאן דארט אידן וואס זענען שוין יארן אין די קהילה, און עס האט אויף זיי נישט אויסגעמאכט קיין כי הוא זה אין זייער פארבעסערונג אין אידישקייט, עכ"פ איך האב נישט געזעהן.
דארף מען טאקע טאלערירן אלע עוולות אין נאמען פון קירוב? נו שוין... וועגן דעם בין איך נישט דער שליח נאר ער…)

נאטורליך שלעפט עס צו זיך גאר א שוואכע קאליבאר עולם, א שטארקע פראצענט זענען געקומען אין שול מיט די אויטאס.
א מנין שומרי שבת איז געווען פון דער רב מיט זיינע קינדער, אונז, און נאך א איד א מוהל פון מיזורי. אבער א חוץ דעם זענען אלע ליידער נישט קיין שומרי שבת גמורים.
פארשטייט זיך דארט האט זיך אפגעשפילט אן אויסוואל פון טשיקאווע עפיזאדן, איין טראגי-קאמישער בילד; אחרון של פסח שחל בשבת, איז געקומען א ריזן עולם, נעמליך, עס איז יזכור…. פארשטייט זיך מיט די אויטאס.. ליידער, ווען מיר האבן געווארט אינדרויסן, ווען מען האט געזאגט יזכור אינווייניג, האט דער עולם אויסגעניצט די פאר מינוט צו מאכן וויכטיגע פאן קאלס…. יענס געלעכטער….
נאכן דאווענען גריסט זיך דער עולם א הערצליכע גוט שבת, מען זעצט זיך אריין אין די אויטאס, און מען פארט אהיים…. אבער דעם גוט שבת האט קיינער פארגעסן….

מיר האבן זיך משתדל געווען צו דאווענען ביי רב בעקער, אבער מיר זענען אריינגעפאלן אין חב"ד אויך.

רב ווייס פון די אנדערע זייט, האט בשום אופן געוואלט דאווענען אין חב"ד!
ער האט זיך געשלעפט פאר יעדע תפילה, און געגאנגען 2 מייל אהין און 2 מייל צוריק!!
אונטער ברענעדיגע היצן, אנע פשרות,...
אה... ירבו כמותו בישראל, נאר אזעלכע אידן!!
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

הערליך!!!
WE WANT MORE
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

העי לאז אטעמען......
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ברכי נפשי הערליכע ארטיקלען וואס מיר פאסמאקעווען זיך (אוואו דער בארדיטשובער אין מעקס...)
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

@ברכי נפשי כאב זייער ליב דא צו לעזן, ס'האט עפעס א מוראדיגע געשמאק!
כ'קען עס נישט אריינלייגן אין ווערטער


א שטיקל נחמה אויף @שמחי'ס איבערלעבענישן....
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הערליך שיין סיי די שריפט און סיי די תוכן!

מיר קוקן ארויס פאר די ווייטערדיגע פון דעם סעריע
---
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט
מיר ווארטן אויף נאך
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

האסט עכט א געשמאקע פעדער הרב ברכו, זייער הנאה צו ליינען דא
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פאל איך אריין דא צום ערשטן מאל, איר האט א גאר געשמאקע פעדער! זיסע אויסדרוקן, טשיקאווע קרישקעלעך, געווען א אמת'ע הנאה צי ליינען!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

Wow שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון א אייוועלט ארטיקל, ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נ.ב
ווען איר פערטיגט מיט טוסאן קענט איר קענט שרייבן פון אייער באזוך און אייער לאקאלען ביהמ''ד אין דער עולם וועט זיך פאסמאקעווען פארשטייט זיך מיט בילדער
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:Wow שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון א אייוועלט ארטיקל, ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נ.ב
ווען איר פערטיגט מיט טוסאן קענט איר קענט שרייבן פון אייער באזוך און אייער לאקאלען ביהמ''ד אין דער עולם וועט זיך פאסמאקעווען פארשטייט זיך מיט בילדער

נו גילו
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

א גרויסן דאנק פאר אלע דאנקערס, קאמפלימענטירערס, איר פילט פשוט אן דעם טאנק געז אויף צו פארן ווייטער

איך פרוביר צו מהנה זיין דעם עולם, און איך האב הנאה אז איר האט הנאה

ווי מען זאגט i try my best
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

די ביסט גוט.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

בשבילי נברא האט געשריבן:הערליך שיין סיי די שריפט און סיי די תוכן!

מיר קוקן ארויס פאר די ווייטערדיגע פון דעם סעריע
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שיין און פיין.

טענק יו "פאר די ווארט".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
העד פירסט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העד פירסט »

הערליך הערליך!! זיי ממשיך ביטע

אלס איינער וואס האט שוין באזוכט דעם גן עדן אריזאנא איז עס מיר ספעציעל געשמאק, נאר איך פארשטיי נישט דיין אויסוואל און זיכער נישט דיינע ווערטער:

ברכי נפשי האט געשריבן:

פליגערס דירעקט קיין טוסאן איז שווער צו טרעפן. איז דא צוויי וועגן: אדער פליען דירעקט קיין פיניקס און דערנאך אראפדרייווען א וועג פון א שעה אנדערטהאלבן קיין טוסאן, אדער איז דא אן אפציע פון פארן מיט א סטאפ קיין טוסאן.

דאס ערשטע מאל האבן מיר גענומען די ערשטער אפציע, אבער ס'צווייטע מאל האבן מיר מחליט געווען אז עס איז פאר אונז גרינגער צו לאנדען אין טוסאן על אף עס קומט מיט א סטאפ. די מעלה איז אז מען לאנדעט 15 מינוט אוועק פון ווי מען שטייט איין, אבער עס קומט אויס די זעלבע צייט, ווייל אנשטאט פארברענגען אויפן וועג דרייווענדיג, פארברענגט מען די זעלבע איינס אהאלב שעה ביים סטאפ.


כ'מיין, דרייוון דעם הערליכן וועג פון פיניקס קיין טוסאן א שעה אהאלב איז די זעלבע ווי זיצן א שעה אהאלב אין עירפארט אין טעקסעס??!! און די ספיד לימיט איז 75, כ'מיין, וואס קען זיין שלעכט?? אתמהה!
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

העד פירסט האט געשריבן:הערליך הערליך!! זיי ממשיך ביטע

אלס איינער וואס האט שוין באזוכט דעם גן עדן אריזאנא איז עס מיר ספעציעל געשמאק, נאר איך פארשטיי נישט דיין אויסוואל און זיכער נישט דיינע ווערטער:

ברכי נפשי האט געשריבן:

פליגערס דירעקט קיין טוסאן איז שווער צו טרעפן. איז דא צוויי וועגן: אדער פליען דירעקט קיין פיניקס און דערנאך אראפדרייווען א וועג פון א שעה אנדערטהאלבן קיין טוסאן, אדער איז דא אן אפציע פון פארן מיט א סטאפ קיין טוסאן.

דאס ערשטע מאל האבן מיר גענומען די ערשטער אפציע, אבער ס'צווייטע מאל האבן מיר מחליט געווען אז עס איז פאר אונז גרינגער צו לאנדען אין טוסאן על אף עס קומט מיט א סטאפ. די מעלה איז אז מען לאנדעט 15 מינוט אוועק פון ווי מען שטייט איין, אבער עס קומט אויס די זעלבע צייט, ווייל אנשטאט פארברענגען אויפן וועג דרייווענדיג, פארברענגט מען די זעלבע איינס אהאלב שעה ביים סטאפ.


כ'מיין, דרייוון דעם הערליכן וועג פון פיניקס קיין טוסאן א שעה אהאלב איז די זעלבע ווי זיצן א שעה אהאלב אין עירפארט אין טעקסעס??!! און די ספיד לימיט איז 75, כ'מיין, וואס קען זיין שלעכט?? אתמהה!

דאס ערשטע יאר וואס מיר האבן געוויילט דארט האבן מיר גענומען די ערשטע אפציע, און מיר האבן נישט חרטה געהאט....

די וועג איז עפעס אויסנאם שיין, מיר האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג, פארברענגט וכו'

די חסרון מיט דעם איז: אז ווען מען קומט פון א וועג 5 שעה פליען, פלאס נאך א גוטע צוויי שעה אין עירפארט אין ניו יארק, פילט מען היבש אויסגעקנאקט און ערשעפט, בנוסף לזה האבן מיר געלאנדעט שפעט נאכמיטאג, וואס מיינט אז מען וואלט נישט געקענט צו שטארק הנאה פון דער וועג, היות עס וואלט געווארן טונקל, ממילא האבן מיר פרובירט די צווייטע אפציע.

אבער דאס איז קלאר נישט קיין רעקאמענדאציע... פארן דירעקט קיין פיניקס און אראפדרייוון דערנאך קיין טוסאן איז קלאר עפעס וואס מיר וואלטן געטוהן נאכאמאל
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

מיר ווארטטן אויף ווייטערדיגע באריכטן,
עס איז הערליך און געשמאק אראפ געלייגט
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: מיין פסח אין מדבר - פערזענליכע איבערלעבעניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זייער הנאה געהאט ביז אהער. מיר ווארטן אויף ווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”