אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך פופציגער » זונטאג יוני 21, 2020 6:39 pm

געדענקעך אין ישיבה ווען מהאמיר אמאל דיסקוסירט די אלע מצבים ווען א מענטש האט א דורכפאל וואס רייסט שטיקער,

דער בעל הדורכפאל טרעפט זיך מיטאמאל אין א מצב וואס בייסן די נעגל און צומאכן די אויגן איז ווייט פון גענוג…. דער באטרעפנדער וויל זיך זאפארט באגראבן אין א לאך פון וואו עס איז נישט דא קיין וועג צוריק ארויס...

די צוקוקער מצדם זענען אויך אין א מצב וואס זיי ווייסן נישט פונקטליך וויאזוי צו רעספאנדן, זיי גיבן זיך אינסטיקטיוו א דריי אוועק נישט קענענדיג קוקן דעם לא יוצלח אין פנים, און מען פרובירט צו כאפן די אטענטשאן פון סיי וועלכער אביעקט אינעם געגנט צו פארמיידן די אייגענע בושות פון דארפן קוקן יענעם אין פנים,

סאיז זייער קאמפליצירט און אומבאקוועם אסאך מאל דאס צו זעהן, ווייל דער זיידע וואס האט זיך אויסגעגליטשט אין די שניי ווייסט אז יעדער האט געזען, און ווען דו דרייסט דיך אוועק אדער הייבסט אן רעדן הויעך וועגן עפעס א גרויסע פייגל אויף 'יענע בוים' ווייסט ער פונקטליך פארוואס דאס איז פלוצלינג געשעהן און פארוואס דו האט פלוצלינג באשלאסן צו קוקן אין יענע דירעקציע, אבער מיט דעם אלעם איז דאס וואס מען טוט, (אנשטאט העלפן יענעם זיך אויפשטעלן…), בקיצור - יענער ווייס אז דו ווייסט אז יענער ווייסט וכו' וכו' אז דו האסט געזעהן און מיטגעהאלטן פונקטליך וואס דא האט פאסירט...

לאמיר איבערגיין אביסל טייל פון די סיטואציעס;

    ווען א מגיד שיעור האט זיך אויסגעגליטשט מיט א קראפט אין מקוה אין ישיבה, - (יעדער ווערט מיטאמאל פארנומען זיך גוט אפווישן בחורין ובסדקין אזש מען קוקט נישט וואס טוט זיך ארום זיך…)

    ווען מיין מנהל האט געשריגן אינמיטן א דרשה אויף א בחור און געשריגן זיין ווייבס נאמען אנשטאט דעם בחורס, - (אויפאמאל זעה איך האלב עולם זיצן מיט פארמאכטע אויגן ווי כאילו מען שלאפט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה, און די איבריגע מאכן זיך ווי זיי זענען פארטיעפט אין א קריץ אויפן טיש וכדו')

    ווען מיין מגיד שיעור האט בטעות אויסגעגאסן זיין קאווע איבער די גמרות פון צוויי בחורים און געבליבן שטיין ווי א מצורע מיט א אפענעם מויל נישט וואוסענדיג וויאזוי צו רעספאנדען צום געשעעניש, - (גראדע געהאט א נצחון אין אים….)

    ווען מיין חברותא האט מיר פארציילט מיט עקסטאז ווי גוט ער האט אפגעטון דעם מגיד שיעור, און דער מגיד שיעור שטייט אונטער אים און הערט זיך צו... אוי, דער רגע ווען ער האט באמערקט דעם מגיד שיעור.... (איך האב מיך פונקט אויפגעהויבן און געגאנגען נעמען א טישו פאר מיין נאז…. שטייצעך)

    די זעלבע זאך ווען מיין משגיח האט גערעדט אין כתה איין פארטאגס סדר קעגן א מצב אין ישיבה וואס איך האב אנגעפירט, ער האט געהאלטן אז עס גייט זיך נישט אויסארבעטן און עס גייט נאר ברענגען בזיונות, און ער האט געבעטן די בחורים מען זאל זיך נישט צושטעלן און קיינער זאל מיר נישט איבערזאגן אז ער האט עס אנגעדרייט אזוי וועל איך זעהן אז ס'פשוט נישט געלונגען, און.... נאך זיין דרשה האט ער צו זיין גרויס איבערראשונג באמערקט אז איך בין געהעריג אין כתה און פאר סאם ריזען האט ער געמיינט אז נישט.... - (אאאאוטששש….!!!! האסט אים געמוזט זעהן אין יענע סעקונדע…. ער האט אפגעפוצט פון שטח…)

    ווען מיין שכן אין ביהמ"ד האט געשריגן פארפלאמטערהייט אמן יהא שמיה רבא אינמיטן קדיש, אדער ברוך הוא וברוך שמו אינמיטן הויכע שמונה עשרה, נישט אויפו ריכטיגן פלאץ, - (אקעי, איך מאך מיך ווי איך דאוון בבחינת כלות הנפש און איך כאפ נישט בכלל…)

    ווען דער משמש איז אריינגעקומען צום קידוש מיט א גאנצער טאץ מיט הערינג און... סשוףףףף.... אלעס אראפ אויפן פלאהר.... - (אוי האבן די קינדער געיובלט פאר פרייד….)

    ווען דער בעל תפלה זינגט א הערליכער ושמרו און אינמיטן פארט ער אריין אין די נוסח פון שוכן עד, - (כאטש איז ער אויסגעדרייט צום עמוד, נאכן דאווענען ברויך מען נאר שנעל אפפוצן צו פארמיידן א אומאיינגענעמע באגעגעניש מיט אים)

    ווען איינער רייסט איין אינמיטן א שמועס מיט א שטארקע טענה אויף זיין זייט, רויט און צארנדיג אויף דער וואס זאגט אנדערש, און נאכדעם ווערט ער געוואר אז נישט פון דעם האט מען גערעדט… - (נעקסטיים אביסעלע איינגעהאלטנקייט…)

    ווען דער בעל תפלה ציילט ספירה מיט א פלאקער די נעכטיגע טאג, - (בעיסיקלי איז די עצה אין אזא פאל צו שרייען נאא מיט א לשון קשיא - ווי צו זאגן 'איך בין אויך נישט זיכער, אבער כמיין אז איר זענט זיך טועה…')

    ווען דער גראבער אינגערמאן וואס דעליווערט די של"ס בילקעס האט זיך אראפגעבויגן אראפלייגן דעם באקס און זיין הויזן האט זיך צוטיילט אין צווייען לעיני כל הנאספים, - (יעדער הייבט מיטאמאל אן פרעגן שאלות צו די בילקעס זענען פריש וכדו'...)

    ווען דער גראדער מעכל שפאנצירט אריין אין בית מדרש מיטן שלאף קאפל באצירט מיטן פאם-פאם, - (קיינער קוקט נישט אהין און פארטיג, מ'מאכט א שווייג…)

    ווען דער געשמאקער בחור האט געגעבן א זעץ פאר זיין חבר אין רוקן און באמערקט אז דאס איז דער ראש ישיבה אליינס, - ( אוי, איימסארי…)

אזוי כהנה וכהנה, נאך אסאך אזאנע מעשיות, מעשיות וואס זענען געשעהן און אנדערע וואס וואלטן ווען געקענט געשעהן זענען אויסגעלייגט געווארן אויפן טיש,

פארוואס ברענג איך עס דא ארויף?
פשוט, כהאב נעכטן געהאט אזא עקספיריענס, און נאך יעצט בייס איך מיין ליפן… איך בין געווען דאס מאל פון די ביישויער וועלכע האבן מיטגעהאלטן ווי א בעל דרשן רעדט ווען אויף זיין בארד ליגט א גרויסע שטיקל צוויבל - ווארשיינליך שריים פון די פיקל סאלאט, און ער האט גערעדט מיט אזא אייפער מיינענדיג אז יעדער לאכט פון זיינע געזויגענע דזשאוקס, ביז ער האט געכאפט וואס דא טוציך, און שנעל פארענדיגט זיין דרשה…

זאל דער אויבערשטער העלפן מען זאל נאר הערן גוטע בושרות!

זייטס געזונט און שטארק!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג יוני 21, 2020 6:44 pm

יואוי האב איך געלאכט

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך מארגן » זונטאג יוני 21, 2020 6:46 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך האב נישט געקענט כאפן די אטעם פון געלעכטער
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך בלא בלא בלא » זונטאג יוני 21, 2020 6:53 pm

דער פופציגער איז א טאלאנט און כוכב וואס איז שוין לאנג נישט געזען געווארן צווישן די שפאלטנס פון "אידישן וועלט".

לעצטנס אנגעשטויסן אין עטליכע פון זיינע לענגערע תגובות, און די לעפצן טוען מיר ממש וויי פון מיינע שמייכלען און סתם גרימאסן וואס שפרייטן זיך אויס אויף מיין געזיכט בשעת איך ליין זיינע סחורה.

קיפ אן ;l;p- ;l;p- ;l;p- אזאנע ניקים ווי דיך האלטן דעם וועלטעל צום אויבערפלאך פון אונזער סוירטש באר.


(איך האב א חשד אז ער איז פון געי וואסשטייען אונטער 'טראמבאן' מאגאזין אויף אימעיל וואס האט אנגעהויבן לעצטנס ערשיינען, קוקט דעם תגובה)
העלא?

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך !want to be good » זונטאג יוני 21, 2020 7:08 pm

וואוףףףףףףףףףףףףףף
גוט!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיין שכן אין אפיס איז געקומען צו לויפן פון מיין געלעכטער....
אלקי, נשמה שנתת בי, טהורה היא! ! !

נימער ערגערס
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך נימער ערגערס » זונטאג יוני 21, 2020 7:12 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יוני 21, 2020 8:36 pm

פיינע ארטיקעל

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך א גוטן » זונטאג יוני 21, 2020 8:53 pm

;l;p- שכויעך רב פופציגער. שוין לאנג נישט אזוי געלאכט. פעלט אויס אין אזאליכע אנגעצויגענע זמנים.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך שמו » זונטאג יוני 21, 2020 8:54 pm

רייך געשריבן!!!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך nmi » זונטאג יוני 21, 2020 8:55 pm

מארגן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך האב נישט געקענט כאפן די אטעם פון געלעכטער
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך שרייב » זונטאג יוני 21, 2020 9:36 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך מארגן » זונטאג יוני 21, 2020 9:37 pm

פופציגער מיר דארפן נאך אזעלכע ארטיקלען
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך מארגן » זונטאג יוני 21, 2020 9:38 pm

איר האט נאך משלים אויף דעם?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג יוני 21, 2020 9:53 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדע גרינע קעגן די וואס כהאב געלאכט אויפן קול.
דיין ושמרו דערמאנט מיר א מעשה, געווען איז עס א שבת אין קעמפ ווען א בחור איז צוגעגאנגען צום עמוד און זיך אויסגעגארגלט ושמרו. בינו ובין בני ישראל אות הוא לעולם כי ששת ימים עשה האשעם, ער האט נישט ארויסגעזאגט די שם, האט מען אים מעורר געווען. נא, עשה השם; זאגט ער איבער די טעות נאכאמאל. וחוזר חלילה..
למעשה איז ארויסגעקומען אז ציליב וואס ער האט זייער אסאך מאל זיך איינגעחזרט די נוסח במשך די וואך האט ער געזינגען ביים עמוד אזויוואו סאיז שוין געווען שגור בפיו
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יוני 21, 2020 10:00 pm

יוי רבוש"ע, עפעס אויסנאם גוט אראפגעלייגט, אזאנס צוזאם געלאכט.

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re:

תגובהדורך מארגן » זונטאג יוני 21, 2020 10:40 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדע גרינע קעגן די וואס כהאב געלאכט אויפן קול.
דיין ושמרו דערמאנט מיר א מעשה, געווען איז עס א שבת אין קעמפ ווען א בחור איז צוגעגאנגען צום עמוד און זיך אויסגעגארגלט ושמרו. בינו ובין בני ישראל אות הוא לעולם כי ששת ימים עשה האשעם, ער האט נישט ארויסגעזאגט די שם, האט מען אים מעורר געווען. נא, עשה השם; זאגט ער איבער די טעות נאכאמאל. וחוזר חלילה..
למעשה איז ארויסגעקומען אז ציליב וואס ער האט זייער אסאך מאל זיך איינגעחזרט די נוסח במשך די וואך האט ער געזינגען ביים עמוד אזויוואו סאיז שוין געווען שגור בפיו

אויב אזוי דארף איך געבן
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: Re:

תגובהדורך שרייב-פעדער » זונטאג יוני 21, 2020 10:51 pm

מארגן האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדע גרינע קעגן די וואס כהאב געלאכט אויפן קול.
דיין ושמרו דערמאנט מיר א מעשה, געווען איז עס א שבת אין קעמפ ווען א בחור איז צוגעגאנגען צום עמוד און זיך אויסגעגארגלט ושמרו. בינו ובין בני ישראל אות הוא לעולם כי ששת ימים עשה האשעם, ער האט נישט ארויסגעזאגט די שם, האט מען אים מעורר געווען. נא, עשה השם; זאגט ער איבער די טעות נאכאמאל. וחוזר חלילה..
למעשה איז ארויסגעקומען אז ציליב וואס ער האט זייער אסאך מאל זיך איינגעחזרט די נוסח במשך די וואך האט ער געזינגען ביים עמוד אזויוואו סאיז שוין געווען שגור בפיו

אויב אזוי דארף איך געבן
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אזא מעשה ווערט פארציילט אויף א גרויסן רבי'ן וואס האט זיך גע'חזר'ט די נוסח פון: דרכך אלקינו.... יום כיפור ביינאכט, און געזאגט אלקינו מיט א קו"ף,
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג יוני 22, 2020 2:48 am

פופציגער האט געשריבן:
ווען מיין מנהל האט געשריגן אינמיטן א דרשה אויף א בחור און געשריגן זיין ווייבס נאמען אנשטאט דעם בחורס, - (אויפאמאל זעה איך האלב עולם זיצן מיט פארמאכטע אויגן ווי כאילו מען שלאפט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה, און די איבריגע מאכן זיך ווי זיי זענען פארטיעפט אין א קריץ אויפן טיש וכדו')



;l;p- ;l;p- ;l;p-

קענסט זיכער זיין אז איך וואלט ווען געלאכט אויפן קול.
נאר איך דארף ווען פארשעמט ווערן? יעצט איז זיין צייט......

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: Re:

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג יוני 22, 2020 2:50 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:
מארגן האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדע גרינע קעגן די וואס כהאב געלאכט אויפן קול.
דיין ושמרו דערמאנט מיר א מעשה, געווען איז עס א שבת אין קעמפ ווען א בחור איז צוגעגאנגען צום עמוד און זיך אויסגעגארגלט ושמרו. בינו ובין בני ישראל אות הוא לעולם כי ששת ימים עשה האשעם, ער האט נישט ארויסגעזאגט די שם, האט מען אים מעורר געווען. נא, עשה השם; זאגט ער איבער די טעות נאכאמאל. וחוזר חלילה..
למעשה איז ארויסגעקומען אז ציליב וואס ער האט זייער אסאך מאל זיך איינגעחזרט די נוסח במשך די וואך האט ער געזינגען ביים עמוד אזויוואו סאיז שוין געווען שגור בפיו

אויב אזוי דארף איך געבן
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אזא מעשה ווערט פארציילט אויף א גרויסן רבי'ן וואס האט זיך גע'חזר'ט די נוסח פון: דרכך אלקינו.... יום כיפור ביינאכט, און געזאגט אלקינו מיט א קו"ף,


אוי ... דערמאן מיר נישט.
דאס ערשטער מאל איך האב געליינט און ישיבה...... אלס שיעור אלף בחור.
שוין. איך זאג נישט וואס ......

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג יוני 22, 2020 9:06 am

א ריזיגע שכוח

עס קומט אפשר אין די אשכול אומבא'טעמ'טע סיטואציעס

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך אלטער » מאנטאג יוני 22, 2020 9:20 am

;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
פלצתי עטליכע מאל!!!

דו ביסט פיינע נייעס!
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג יוני 22, 2020 9:50 am

וויאזוי קומט אן פון ושמרו צו שוכן עד?? אזא טעות ברויך מען זיין א מומחה צו מאכן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: Re:

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יוני 22, 2020 9:56 am

שרייב-פעדער האט געשריבן:
מארגן האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדע גרינע קעגן די וואס כהאב געלאכט אויפן קול.
דיין ושמרו דערמאנט מיר א מעשה, געווען איז עס א שבת אין קעמפ ווען א בחור איז צוגעגאנגען צום עמוד און זיך אויסגעגארגלט ושמרו. בינו ובין בני ישראל אות הוא לעולם כי ששת ימים עשה האשעם, ער האט נישט ארויסגעזאגט די שם, האט מען אים מעורר געווען. נא, עשה השם; זאגט ער איבער די טעות נאכאמאל. וחוזר חלילה..
למעשה איז ארויסגעקומען אז ציליב וואס ער האט זייער אסאך מאל זיך איינגעחזרט די נוסח במשך די וואך האט ער געזינגען ביים עמוד אזויוואו סאיז שוין געווען שגור בפיו

אויב אזוי דארף איך געבן
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אזא מעשה ווערט פארציילט אויף א גרויסן רבי'ן וואס האט זיך גע'חזר'ט די נוסח פון: דרכך אלקינו.... יום כיפור ביינאכט, און געזאגט אלקינו מיט א קו"ף,

השיבנו ה' אלוקיך ונשובה...
פארוואס שטייט א געדאפלטע לשון: טוב לי, טוב לי תורת פיך

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יוני 22, 2020 10:00 am

גאר גוט אראפגעלייגט, פארשטיי איך נאר נישט וואו דו זוכסט צו אנטלויפן פונעם נארוואס באטעמטן געשאפענעם סיטואציע, איך העט אויסגעשאסן אין א הילכיגן.

אגב, דאס איז באקאנט ווען מען טרעפט זיך שבת ביי מנחה קלאפן סלח לנו, און עפעס נעמט זיך קראצן אינעם בוזעם, אזוי צו פארווישן דעם שטן.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

Re: אאאאוטששש...!!!!! פלאאאפפ!!!!!

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג יוני 22, 2020 10:35 am

פלאפ איט איז
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט