אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

יישר כח ברוך יושע פאר'ן עפענען דעם אשכול עס איז גאר א וויכטיגע זאך און לאמיר האפן אז ס'וועט ברענגען א אויפוואכונג

איך האב עס יעצט געליינט און עס איז גאר גוט און זאפטיג באשריבן און צום אלעם איז עס 100% אמת אויך

איך בין אויך געווען אביסל אין דיין סיטואציע און איך בין שוין ב"ה געהאלפן אבער איין זיין קען איך באשטעטיגן אז אלעס וואס דו שרייבסט איז אקוראט
און די וואס זאגן אז די קוואטער מעשה "מאכט נישט קיין סענס" באשטעטיגט עס אז זיי זענען ב"ה נישט אדורך אזא סיטואציע אבער עטס זאלטס וויסן אז
ס'איז אמת ויציב ביי פילע פארפעלקער
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די צער פון א קינעדלאזע פארפאלק איז גענוג גרויס אבער צו דעם קומט נאך צו די אומבאקוועמלעכקייט וואס מ'שפירט ווען מ'ווייסט אז מ'ווערט אנגעקוקט אלץ רחמנות און די פרעשור וואס קומט דערמיט. יעדעס מאל מ'דארף ערגעץ גיין ווי מ'טרעפט זיך מיט אנדערע מאכט מען טויזענט חשבונות, וואס פון דעם אליין קען מען צעקראכט ווערן.
ס'זייער שווער אבער מ'דארף זיין ווי מער אפען מיט די ארומיגע, זיך שטארקן און אויסרעדן פאר אנדערע, זאגן ווי שטארק ס'טיט וויי ווען מ'טיט אדער זאגט געוויסע זאכן. זיכער איז עס שווער אבער ס'ליידער נישטא קיין גרינגע וועג ארויס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נישטאמת האט געשריבן:ברוך יושע אין פראקטיש האבן זיך ביידע איינגעשריבן אין די זעלבע טאג. כגלייב נישט סאיז די זעלבע מענטש - ער וואלט עס נישט געמאכט אזוי אבוויעס

מיין חשבון איז אז פראקטיש האט זיך איינגעשריבען, נאר כדי צו קענען ענפערען און מיטיילען זיין עקספירענעס, ממילא איז עס אויף די זעלבע טאג.

איך מיין אז ברוך יושע איז נישט דער איינציגסטער וואס האט נישט קיין קינדער.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ברוך יושע האט געשריבן:פון מיין אישי קעסטל:

אישי האט געשריבן:קודם כל זייער הארציג געשריבן, השי"ת זאל אייך במהרה העלפן!

צווייטנס, וויל איך אייך פרעגן א שאלה, און איך בעט טויזנט מאל איבער אויב איך גיי אייך וויי טוהן, איך ערלויב מיך עס צו פרעגן וייל איך קען אייך נישט, איר קענט מיר נישט, אין פארשטייטזיך זענט איר מיר גארנישט שולדיג און מוזט מיר נישט ענטפערן, אבער איך וועל מיך פרייען אז איר וועט מיר העלפן:

איך האב ב"ה צוויי קינדער, און מיין רעבצינ'ס עלטערע שוועסטער ווארט נאך אויף רחמי שמיים (5 יאר), פרשטייט זיך אז די מצב איז נישט אנגענעם און פארווייטאגט.
מיין שוואגער אין שוועגערן פון זייער זייט טוהן אלעס (און מער פון דעם) אז איך זאל זיך פיהלן באקוועם מיט דעם, ביים ערשטן קינד האט ער מיך אנגערופן און שיין קלארגעשטעלט אז מיין שמחה האט גארנישט מיט זיין צער וכו' וכדו' דברים המתקבלים על הלב, מיט א זעלטענע ברייט-הארציגקייט און ערנסקייט, און אין די ווייבער שוהל איז עס אויך געגאנען אויף דעם וועג,

זייט ס'איז ביי מיר ב"ה געבוירן מיין צווייט'ן קינד, פיהל איך אז ס'איז שויין נישט די זעלבע, פון זייער זייט האט זיך גארנישט געטוישט (אויפיציעל), אבער איך פיהל מיך זייער פארלוירן,
פון איין זייט, בין איך נישט בלינד, אין איך זעה ווי כמעט יעדנס מאל וואס אונז טרעף מיר זיך ביי די עלטערן, לויפט זי אריין אין צימער און פארשפארט זיך פאר א לענגערע צייט,
פון די אנדערע זייט, האב איך טאקע אנגעהויבן זיכער צו מאכן אז אונז זאל מיר נישט זיין צוזאמען אויף שבת. אבער זיי זענען אויך נישט קיין נער'נים, און איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן שוין פארשטאנען וואס גייט פאר, און ס'טוט זיי מסתמא וויי.
אוי לי מיוצרי אוי לי מיצרי!
(פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א דגמא אויף די גאנצע צוגאנג)

אפשר אלס איינער וואס איז פון יענע זייט סמבטיון, און אלס א קלוגער פארשטענדליכער ערוואקסענעם יונגערמאן (ווי ס'שפיגלט זיך פון אייר באשרייבונג), קענט איר מיר געבן דעם קלארן וועג ווויאזוי זיך צו באהנדלען מיט דעם, וד' יהיה עמנו.

בבקשת מחילה אלף פעמים והערכה רבה מאד.

נ"ב אז די וויליסט קענסטו עס ארויסלייגן ברבים


תשובה:

ישר כח פאר נעמען די צייט און פרעגן, איך גלייב ס'איז דא נאך אסאך וואס האבן די זעלבע קשיא.

די אמת איז אז די דארפסט עס אן קוקן אזוי ווי איינער אין די משפחה איז נישט געזונט ל״ע,
די חולה נעבעך ליידט די מערסטע, אבער אלע ארומיגע ליידן אויך,
מ׳דארף קעיר נעמען אין שפיטאל, אפוינטמענטס, און פארשטייט זיך אליינס,
די געפילישע חלק, יעדער איז צובראכן, און מ׳דאוונט פאר די ישועה.

ווען איינער אין די משפחה ווארט נאך אויף קינדער,
דארף יעדער ליידן, ס׳איז נישט נאר די קאפלס פראבלעם,
זיי ליידן די מערסטע, אבער אלע ארומיגע ליידן אויך, ס׳איז זייער נישט באקוועם.

די ביסט גארנישט שולדיג אז דיין שוואגער האט נאכנישט,
און די דארפסט ווייטער אנגיין מיט׳ן לעבן, נאטורליך,
ס׳איז זייער אומבאקוועם, אבער דאס איז יעצט די ווייטאגליכע מציאות,
מ׳קען נאר מתפלל זיין, און ווארטן אויף די ישועה.

יעצט בנוגע דיין שוואגער, קען איך דיר זאגן איין ווארט,
זיי נאטורליך, ווייז נישט ארויס דיינע געפילן, און זיכער דריי זיך נישט ארויס פון אים,
ס׳איז אזוי ווי א שפיגל, ווי מער די גייסט האבן א פרעשור,
אלץ מער גייען זיי זיין אומבאקוועם, דארפסט נישט אלעס זעהן און באמערקן.

הצלחה רבה!
ברוך יושע

זיך פארשפארען און א צימער קען זיין צוליב פיל סיבות ס'קען זיין אז זי האלט נישט אויס דעם טומעל וואס עס ווערט און זי האט העדעק'ס עכ"פ סקען זיין פיל סיבות, און ס'מוז נישט זיין "ווייל זי האט דאן מער רחמנות אויף זיך אליינ'ס". פארשטייט זיך ווען איר טראכט פון דעם וועט איר זעהן זאכען, ווייל יעדער זעהט וואס ער וויל, און וויבאלד איר האט מורא און אייער קשר פארלירט די נאטירלעכקייט זעהט איר זאכען.

זייט נאטירליכע גוטע ברודער [מעגסט אים פרעגען פאר בעביסיטינג ווען ספעלט אויס].
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

טרערן רינען פון מיינע אויגן נאכן ליינען דא תגובה נאך תגובה, און האבענדיג אליינס געווען אין מצב, פארשטיי איך די ווייטאג, אבער איך פארשטיי שוין נישט די ווייטאג, ואסביר:

הקדמה קצרה: מזאל נאך א מעשה פון א גדול, וואס האט אמאל געזאגט פאר איינער וואס האט געווארט פאר קינדער 10 יאר, דער גדול אליינס האט געווארט 8 יאר, זאגט דער גדול פאר'ן אינגערמאן: "ביז 8 יאר קען איך דיר פארשטיין, נאכדעם נישט", ארויסצוברענגן אז יעדע סיטאציע איז אנדערש, ואינו דומה זה לזה, אזוי אויך איז פאר א דרויסנדיגער וואס האט דאס נישט מיטגעמאכט מוראדיג שווער צו פארשטיין וואס אזא אינגערמאן מאכט מיט, סאיז שווער, סאיז אויכעט שווער פאר איינער וואס מאכט עס שוין נישט מיט אויך.

ב"ה אין מיינע שווערע יארן האט השי"ת צוגעפירט אז סיי איך און סיי מיין ב"ב זענען געווען (און זענען נאך אלטס) פארנומענע מענטשן, וואס דאס מוזן ארבעטן כסדר האט אביסל פארגרינגערט די אנזעץ, אבער כמובן די אלע צייטן וואס מען ארבעט נישט שבת ויו"ט, ווען מגייט צו משפחה איז טאקע געווען ביטער שווער, ספעציעל ווען מיינע אינגערע געשוויסטער האבן אנגעהויבן געבוירן קינדער איינס נאכן אנדערן, איך געדענק נאך די מאמענט ווען די שאק כוואליע האט מיר באגאסן, ווען די די דאקטער איז אריינגעקומען אין ציממער זאגן זיינע געפינסן...... כהאב געמיינט די וועלט ענדיגט זיך, דאס איז שוין געווען נאך חדשים לאנג ארום לויפן פון איין דאקטער צום צווייטן ביז אונז זעמער אנגעקומען צו דעם גרויסן דאקטער,

מיר האבן זיך געדאפט מחזק זיין מיט עמערס חיזוק, געקאנטעקט איטליכע וואס האבן מיטגעמאכט ענדליך (יעדער איז שוין געהאלפן ב"ה), א טשיקאווע חיזוק'ל האב איך לעצטענס באגעגנט אין שופלאד, דאס איז א צעטל וואס כהאב ארויסגעפרינט מיט א רייייזיגע סמיילי :lol: :lol: :lol: :lol: העכער דעם שטייט די ווערטער "טראכט גוט ווען זיין גוט" און ענדליגע לאזינגען (אפשר וועל איך עס ארויפשטעלן דא שפעטער), דאס איז געהאנגען אויפן פרידש פאר לאנגע חדשים...

אבער הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, נאך די אלע מיטמאכענישן, נאך ריזיגע עגמת נפשן, און די שווערע טויזענטער דאלער'ס (וואס כצאל נאך געוויסע בילס עד היום הזה.... ב"ה!) האלט איך שוין היינט דא און די שטוב טוט זיך לעבעדיג און פרייליך ב"ה. ממילא קען איך מער נישט אריינרעדן אין די עצם צער נושא ווייל איך פארשטיי איהם שוין 'עכט' נישט... כקען נאר זאגן איך בין 'דארט געווען'...

איך קען מיך אבער יא ערלויבן צו זאגן אפאר חיזוק ווערטער פאר אלע מצפים לישועה בקרוב.

קודם כל, זאלסטו וויסן זייער קלאר! אין די היינטיגע וועלט ווען די דאקטורישע מעגליכקייטן און ידיעות איז זייער אהערגעשטעלט קען מען זאגן בפה מלא אז 99.9% אינגעלייט ווערן צום סוף געהאלפן! דאס איז א פאקט! מיט השי"ת הילף מיט אסאך תפילות וברכות הצדיקים וועסטו אי"ה געהאלפן ווערן צום סוף! סאיז כמעט נישט מעגליך אז פונקט די זאלסט זיין פון די קליינע פראצענט וואס ווערט נישט געהאלפן, סאיז זייער זייער זעלטן, פאר עטליכע יאר צירוק האב איך געקענט צענדליגע אינגעלייט וואס האבן מיטגעמאכט IF און געווען מצפים לישועה, היינט קען איך נאר איינער! און זיי קעיס איז זייער זייער זעלטן! זיי דיך מחזק עס וועט אריבער גיין! ביודעי ומכירי!

און די נחת דערנאך.... אה עס איז נישט מעגליך פאר א מענטש וואס האט א (מעדיקעיד) קינד יעדע יאר צו פארשטיין די תענוג ונחת וואס מען שפירט פון די קינדער יעדע סקונדע פון טאג!! פאר יארן יארן לאנג!! מען שפירט די הכרת הטוב פארן רבוש"ע פאר די מתנה, דאס קינד'ס נפש איז א שוויות! ס'איז דאך ווערד בפועל צענדליגע טויזענטער דאלער! דאס לאזט מען נישט אראפלויפן אויפן גאדער אפילו פאר א סקונדע!!! אלע אלע עגנ"פ צאלט זיך אויס כפל כפליים (אוודאי כוואונטש נישט פאר קיינער אין פירסט פלעיס)!!!

ממילא אחי חזק ואמץ קוק אויפן עתיד אויף די לעכטיגע צייטן פון הנאה וקורת רוח וואס ווארט דיך זיכער אפ! קיין ספק! און השי"ת וועט דיך געבן די כוחות אויסצוהאלטן די שוועריגקייטן זאלסטיך קענען ארויסדערזעהן בקרוב ממש מאפילה לאורה, בב"א!!

נ.ב. אז איך שרייב שוין פון די נושא אין פאבליק ס'ערשטע מאל, וויל איך מיר באדאנקען פאר די הייליגע ארג. 'בוני עולם' פאר די געוואלדיגע הילף, אמאציענאל און פינאנציענאל, וואס זיי האבן מיר געגעבן בספ"י, זאל זיי השי"ת באצאלן מיט אלעס גוט'ס.
על "טעם וריח" אין להתווכח
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך האב מיך איינגעשריבען די זעלבע טאג ווי ברוך יושע פשוט ווייל כ'האב נאך קיינמאל נישט געפאוסט אויף אייוועלט. טייפן אין אידיש איז זייער זעלטן פאר מיר, אין ביזנעס קומט מיר נאר אויס צו שרייבן ענגליש.

זעהנדיג די אשכול פון ברוך יושע האט זיך מיר אנגעצינדן א שטויס-קראפט און א געפיל מיטצוטיילן מיין ערפארונג און געהאפט ס'וועט העלפן.

וויפיל מאל איך האב שפעקולירט בעבר יא אדער נישט זיך איינצושרייבן דא. אבער די וואס האבן דאס מיטגעמאכט ווייסן וואס דאס מיינט, און האבן א דראנג צו העלפן אין דעם תחום. (און לאו דוקא צו העלפן אנליין, נפל בגורלי לעזור לחשוכי בנים ב"ה IN REAL LIFE)

טעם וריח, דיין נקודה אז א קינד האט גאר א אנדערע שוויות נאכדעם וואס ס'קומט אן שווער איז אזוי אמת ויציב אז ס'לאזט זיך נישט זאגן. מקען רעדן וועגן דעם שעות. IT'S SOMETHING ELSE. איך האב הנאה די האסט עס ארויסגעברענגט.

ברוך יושע, נישט לאנג ארום וועסטו דיך זעהן אויפן אנדערע זייט פלויט אי"ה. מיר וואונטשן דאס זאל זיין בקרוב און אז די זאלסט צי קיינעם נישט דארפן טוהן וואס טעם וריח און איך טוען איצט. אבער טאמער יא ח"ו, זאלסטו ארויסגיין פין דיין קאמפארט זאון און נוצן דיין ערפארונג צו העלפן די פארפעלקער וואס ווארטן אויף א ישועה, נאר באטראפענע קענען זיך העלפן איינער דעם צווייטן.

מ'טאר עס נישט זאגן הויך אבער פון די שטערקסטע מעלות פון ב"ע איז נעבעך די מצב פון איר מייסד ומנהל ר' שלמה. ווי עמאציאנעל און קאנעקטעט ער ווערט צו יעדע איינציגע קעיס ווי כאילו ער הייבט איצט אן די ארגענאזאציע. וויפיל ממיינט אז ער איז א ווארימע רעדנער אין פובליק אבער ווען מרעדט מיט אים פריוואט און מזעהט ווי די נושא איז נוגע לליבו זעהט מען גאר א נייע ר' שלמה, ישלם ה' פעלו ותהי משכרתו "שלמה". פשוט ווייל די וואס זענען אדער גייען דאס דורך, קוקן דאס מיט אן אנדערע בליק אינגאנצן.

אין בן דוד בא עד שיוכלו כל הנשמות שבגוף, במהרה דידן אמן
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

איין זאך נאר... מען קען זען פון דא ווער סהאט זיך געמוטשעט פאר קינדער און ווער נישט. און ווער טאקע נישט הייבט נישט אן צו פארשטיין וואס מען מאכט דורך... ווייטאגליך.
ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

א גוטן @פראקטיש,
יישר כח פאר'ן זיך נעמען די מיה צו שרייבן אזא לאנגע תגובה , איך בין איינשטימיג מיט אייך אז מען דארף ארבעטן אויף זיך און עס זאל נישט אנגיין וואס יענער זאגט. אבער דאס איז א מדריגה וואס רוב מענטשן האלטן נישט ביי דעם עכ''פ לויט ווי אזוי איך האב געהערט פון אנדערע און מיין מצב, ווי אויך קענט איר דאס זעהן פון די פילע תגובות פון אידן וואס זענען געווען אין דער זעלבער פעקל, האבן דא געשריבן. איך בין אייך זיייער מקנא אז איר האלט דארט, אבער וויסן זאלט איר אז ווייניג זענען אין די מדריגה.

פראקטיש האט געשריבן:די עצם פאקט אז איך האב "איצט" נישט קיין קינדער איז נאכנישט אזוי שטארקע פראבלעם .ס'טייטש אין רוב פעלער אויב ווייסט ווען דאס פארפאלק פאר א פאקט א דעם און דעם טאג וועט זיין די ישועה און איך רעדט אין א היכי תמצא אז מ'קען ווען דעס וויסן בודאית וואלטן זיי געווען פרייליך אין צופרידן עס איז נישטא קיין שום נאטורליכע דראנג צו וועלן איצט די מינוט האבן קינדער .דאס איז מציאות אין רוב פעלער.

איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט דאס,(לויט ווי ווייט איך ווייסט איז עס נישט אזוי, און זיכער נישט די רוב) גייסטו מיר זאגן אז א אינגערמאן וואס האלט 5 יאר נאך די חתונה האט נישט קייין דראנג צו וועלן האבן די מינוט קינדער??

און ווען די פראבלעם איז נאר ביי איינעם, און ער/זי שפירט אז צוליב אים האט זי אדער ער נישט קיין קינדער, האבן זיי דען נישט קיין דראנג צו וועלן האבן איצט די מינוט צו האבן קינדער?

אבער לאמיר זאגן אז איר זענט גערעכט, נעמט עס דען אוועק די אנטוישינג און צובראכנקייט דורכגיין די פיזיקל און עמאשענל דורכגאנג פון טריטמענטס און צאלן די אפגעשפארטע אדער געבארטע געלט און זיין פיל מיט האפענונג און דערנאך באקומען די ידיעה פון דאקטער אז עס איז דורכגעפאלן,האט אזא פארפאלק דען נישט די דראנג צו האבן קינדער אויפן מינוט?

(חוץ מזה איז דא אידן דאס איז טאקע נישט די רוב, אבער עס זענען פארט דא וואס די דאקטאר האט זיי געזאגט אז בדרך הטבע קענען זיי נישט האבן, וואס וועט איר זאגן פאר די אידן? זיי זאלן ארבעטן אויף זיך, נישט צו זיין צובראכן? אוודאי דארפן זיי דאס טוהן אבער עס איז ביטער שווער)

און אפילו דער וואס ווייסט יא אז מיט די היינטיגע מעגליכקייטן ווען ער מיט'ן אויבערשטנס הילף האבן קינדער, האט אויך נישט קיין גערענטי אז ער וועט ווערן אופגעראכן ביז א קורצע צייט, און זארגט זיך צו ער וועט נישט דארפן ווארטן 10 יאר, און ציטערט אויך צו ער וועט נישט זיין אזוי ווי אנדערע וואס ער קען וואס האבן נישט קיין קינדער פאר 20 יאר.

פראקטיש האט געשריבן:בשום אופן זעה איך נישט וויאזוי מקען דורך א אשכול אדער דורך סיי וועלכע מיטל אויפקלערן שוטים צו האבן שכל ווי זיך אומצוגיין מיט מענטשן אין סענסיטיווע פעלער ,ס'איז ענדלאז .ענדערש זעה וויאזוי דער באטראפאנער קען זיך אנגארטלען וויאזוי צו פראצעסירן די מצבים וואס טרעפט אים אן אין לעבן ספעציעל דא ווי ער שיינט צו זיין אן ערליכע פארשטענדליכע אינגערמאן.

אוודאי ווייס איך אז מען קען נישט אויפקלערן שוטים, נישט דאס איז געווען מיין מטרה, מיין מטרה איז געווען

1) אז דער נארמאלע קלוגער אינגערמאן וואס ליינט דער ארטיקל, און האט אויך אין פלאן צו אנטראגן א סגולה צו זיין חבר/קרוב וואס ווארט אויף קינדער, זאל וויסן וואס דאס מיינט פאר'ן חבר. און לויט וויפיל מענטשן האבן עס געזעהן וועט עס פארשפארן אסאך ווייטאג פאר די פארפעלקער וואס גייען דאס דורך, (אפילו איך זאל נאר פארשפארן פאר 1 אינגערמאן וואס גייט דאס דורך 1 ציפעדיגע קאמענט האט זיך מיר שוין אלעס געלוינט)

2) צו הערן פון אנדערע אז מיין פילונג איז גערעכט, און ביי זיי איז דאס אויך געווען אזוי,און זיי האבן דאס אויך געשפירט, וואס דאס האב איך טאקע באקומען סיי מיינע חברים אין מיין מצב וואס האבן איבערגעקוקט די ארטיקל און סיי פון די אידן וואס האבן דא געשריבן אז פאר זיי אדער פאר זייער באקאנטע האבן די קאמענטס פון אנדערע אויך שטארק געבאדערט

חוץ מזה אויב מעגליך שרייבט וויפיל יאר איר האט געווארט, וויבאלד איך האב אסאך געזעהן אז די אידן וואס האבן געווארט 2 יאר רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען, וואס דער וואס ווארט לענגער גייט דורך (איך מאך ח''ו נישט אוועק די שווערעקייט פון ווארטן 2 יאר אבער עס איז פארט נישט קיין פארגלייך צו דער וואס ווארט היפש לענגער)

און אפילו איר האט יא געווארט לענגער , ווייס איך נישט וואס איר האט מיטגעמאכט משך אייער ווארטן אויף קינדער, און דאס אז איר האט געהאט די כוחות זיך אויסצולאכן פון די קאמענטס, מוז נישט זיין אז איר וואלט דאס אויך געקענט טוהן און א צוויינטס מצב, אדער מיט א צווייטנס כוחות הנפש ווי עס פאדערט זיך מער שטארקקייט זיך אויסצולאכן.

נאכאמאל יישר כח פאר'ן אראפנעמען פון אייער צייט צו העלפן אידן המצפים לישועה, איך גלייב אז אסאך האבן זיך מחזק געווען מיט אייער תגובה.
זאל דער אויבערשטער דיר באצאלן מיט אלעם גוטן.
מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

אחת ואחת האט געשריבן:תהילים מוחלק לזכות פותח האשכול און אלע אידען וואס דארפען געהאלפען ווערן מיט זש"ק

איך מיין אונז זאל מיר עס זאגן היינט
דייקן האט געשריבן:א-נ

ב"ה געזאגט.

פאר די וואס טראכטען צו זיך, עס זענען דאך ליידער פארהאנען אזויפיל אידען וואס דארפען ישועות, סיי אין דעם ענין פון קינדער און סיי אין אנדערע ענינים, איז פארוואס זאל איך זאגען תהלים פונקט פאר דער איד, נאר ווייל ער האט געשריבען זיין מעשה אויף אייוועלט.

איז די תירוץ צו דעם ע"פ וואס איך האב אמאל געהערט א מעשה וואס איז געווען ביי הגרא"ז מעלצער זצ"ל, אז איינמאל בשעת'ן זיצען אינדערהיים מיט זיינע תלמידים האט מען געזען פון די פענסטער אז א איד קומט צו גיין פונדערווייטענס, און ר' איסר זלמן האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אנטקעגען געגאנגען די איד און עם מכבד געווען אא"וו כאילו ס'רעדט זיך פון איינע פון די גדולים, איז נאך וואס דער איד איז ארויסגעגאנגען האבען די תלמידים געפרעגט זייער רבי, ילמדינו רבינו, בשלמא אויב דו פירסט זיך אזוי אויף צו יעדע איד שתקנו, אבער בדר"כ פירסטו זיך דאך נישט אויף אזוי מיט יעדער פשוטע איד (כאטש אודאי מיט א סבר פנים יפות, אבער נישט אויף אזא עקסטרעמע אופן), איז מאי שנא הכא, האט זיי ר' איסר זלמן געזאגט אז בשעת ער האט געזען דער איד פונדערווייטענס האט זיך עם געדאכט אז עס איז די בריסקער רב, האט ער זיך געגרייט (בדעתו) עם צו ענטפאנגען ווי ס'פאסט פאר די בריסקער רב, און כאטש אז ווען יענער איז נענטער געקומען האט ער טאקע געזען אז ס'איז נישט די בריסקער רב, דאך, האט ר' איסר זלמן געזאגט א גרויסע יסוד, אז באמת'ן אריין וואלט ער געדארפט ענטפאנגען יעדער איד אזויווי מען ענטפאנגט א גדול, נאר במציאות איז עס דאך נישט מעגליך (צו ווייל ער וועט ווערען ערשעפט און אויסגעמוטשעט, צו פאר אנדערע סיבות), ממילא ענטפאנגט ער אזוי נאר גדולים, אבער דא ווי ער האט זיך שוין סייווי געגרייט עם צו מקבל פנים זיין ווי א גדול האט ער נישט די געווענליכע סיבות פארוואס עס נישט צו טאן (ווייל גארנישט וועט פאסירען אויב ער וועט אזוי ענטפאנגען יעדער איד וואס ער האט ערשט געמיינט אז ער איז א גדול, וואס פאסירט כמעט נישט), איז ממילא האט ער עם טאקע אזוי מקבל פנים געווען.

איז די זעלבע זאך דא, בעצם קומט זיך אז מען זאל זאגען תהלים פאר יעדע איד וואס דארף א ישועה, נאר בדר"כ איז ליידער צרכי ישראל מרובים, און עס איז נישט מעגליך צו זאגען תהלים, ווער רעדט נאך פון 10 קאפיטלעך אדער מער, פאר יעדע איד וואס דארף א ישועה, אבער דא ווי מען איז (האפענטליך) נתעורר געווארען איבער די מצב פון די פותח האשכול קומט זיך אז מען זאל זאגען תהלים פאר עם, און גארנישט וועט פאסירען אויב יעדע מאל מ'ווערט אזוי נתעורר (וואס פאסירט לכאו' נישט צו אפט) וועט מען זאגען עטליכע קאפיטלעך תהלים.

ווי אויך קען מען דא צושטעלען א מעשה וואס איז געווען ביי די בית אהרן פון קארלין זצ"ל, אז איינמאל איז געקומען צו עם א ארימע אלמנה וואס האט געדארפט חתונה מאכען און זיך אויסגעוויינט אז זי האט נישט קיין געלט צו חתונה מאכען, האט ער זי געגעבען געלט, האט זי ווייטער געזאגט אז זי האט נישט א שיינע קלייד אנצוטאן ביי די חתונה, האט די רבי גענומען א קלייד פון די רעבעצין און עס זי אוועקגעשענקט, שפעטער האט די רעבעצין געפרעגט די רבי אז ער וואלט דאך געקענט פארקויפען די קלייד און געבען די געלט פאר וויכטיגערע צוועקען ווי פאר א חתונה קלייד, אזויווי פאר עסען פאר ארימעלייט אד"ג, האט איר די רבי געזאגט אז עם איז דאס אויך איינגעפאלען בשעת ער איז געגאנגען אוועקגעבען די קלייד, אבער גלייך האט ער געטראכט צו זיך, פארוואס איז דאס מיר נישט איינגעפאלען ביז יעצט, צו פארקויפען די קלייד און געבען די געלט פאר צדקה, נאר פונקט יעצט ווען איך וויל עס געבען פאר די אלמנה איז עס מיר איינגעפאלען, אלא מאי, דאס איז עצת היצר, און דערפאר האט ער איר געגעבען די קלייד.

איז די זעלבע זאך דא, אויב האט איינעם פונקט יעצט איינגעפאלען, איז דען נישט דא קיין נענטערע און/אדער וויכטיגערע צוועקען צו זאגען תהלים פאר זיי, זאל ער טראכטען צו זיך פארוואס איז עס עם פונקט יעצט איינגעפאלען.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ברוך יושע האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:די עצם פאקט אז איך האב "איצט" נישט קיין קינדער איז נאכנישט אזוי שטארקע פראבלעם .ס'טייטש אין רוב פעלער אויב ווייסט ווען דאס פארפאלק פאר א פאקט א דעם און דעם טאג וועט זיין די ישועה און איך רעדט אין א היכי תמצא אז מ'קען ווען דעס וויסן בודאית וואלטן זיי געווען פרייליך אין צופרידן עס איז נישטא קיין שום נאטורליכע דראנג צו וועלן איצט די מינוט האבן קינדער .דאס איז מציאות אין רוב פעלער.

איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט דאס,(לויט ווי ווייט איך ווייסט איז עס נישט אזוי, און זיכער נישט די רוב) גייסטו מיר זאגן אז א אינגערמאן וואס האלט 5 יאר נאך די חתונה האט נישט קייין דראנג צו וועלן האבן די מינוט קינדער??

און ווען די פראבלעם איז נאר ביי איינעם, און ער/זי שפירט אז צוליב אים האט זי אדער ער נישט קיין קינדער, האבן זיי דען נישט קיין דראנג צו וועלן האבן איצט די מינוט צו האבן קינדער?

אבער לאמיר זאגן אז איר זענט גערעכט, נעמט עס דען אוועק די אנטוישינג און צובראכנקייט דורכגיין די פיזיקל און עמאשענל דורכגאנג פון טריטמענטס און צאלן די אפגעשפארטע אדער געבארטע געלט און זיין פיל מיט האפענונג און דערנאך באקומען די ידיעה פון דאקטער אז עס איז דורכגעפאלן,האט אזא פארפאלק דען נישט די דראנג צו האבן קינדער אויפן מינוט?


איך קען נישט אריינרעדען ספעציפיש צו דיין מצב, ווייל ערשטענס כ'בין ב"ה קיינמאל געוועהן אין גענוי דעם מצב. און צווייטענס, אפילו ווען יא, איז יעדענס תכונת הנפש אנדערש, און יעדער באפאסט זיך אויף אן אנדערע אופן מיט דעם זעלבען שוועריגקייט.

עכ"ז, דאס וועל איך יא זאגען, אז א גרויסע טייל פונ'ם צרה איז דאס נישט וויסען ווען עס וועט זיך ענדיגען. נישט בחנם איז דער לשון צפית לישועה, נישט קוית לישועה.

דער אונטערשיד פון א מצפה ביז א מקווה, איז דער מצפה ווייסט אז דער ערווארטערטע זאך דארף אנקומען, און ער קוקט בלויז ארויס מיט בענקשאפט די צייט זאל זיך רוקען און עס זאל אנקומען. משא"כ איינער וואס איז מקווה, ווייסט נישט אז ער וועט געהאלפען ווערען, און ער האפט בלויז דערויף.

קענסט זעהן אפילו ביי דער וואס ווארט יארען לאנג, און ענדליך ווערט ער אויפגעראכטען. כאטש עס זענען נאך פארבליבען 4-5 חדשים ביז ער האלט דאס קינד אין די הענט, איז ער שויניש קיין מקווה נאר א מצפה, און זיין גאנצע שטימונג איז אנדערש. אצינד האפט מען נישט אויף די ישועה, נאר מען קוקט ארויס דערויף.

איך אליין בין עטליכע מאל אין מיין לעבען געוועהן אין מצבים וואס כ'האב געהאפט און געווארט אויפגעראכטען צו ווערען, און ווי פראקטיש האט געשריבען, איז גאר א גרויסע חלק פונ'ם שוועריגקייט געוועהן דאס נישט וויסען אויב און ווען.

טאמער וואלט איך געהאט א גילוי פון א בעל רוח הקודש אז למשל אין פינעף יאר ארום ווער איך געהאלפען, וואלט טאקע נישט געוועהן אזוי גרינג דורכצושטופען די פינעף יאר. אבער עס וואלט געוועהן פיהל גרינגער פון ווארטען אהן בכלל זעהן דעם ליכטיגקייט ביים ענדע טונעל.

זאל השי"ת דיך אויפרעכטען בקרוב בתוך שאר בנ"י המצפים לישועה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אגב בענין לענין באותו ענין האב איך אמאל געהערט, ווען איז די ערשטע ivf אדורך סוקסעספול? גענוי 41 יאר צירוק! תשל"ט! די יאר ווען סאיז געווען נסתם המאורות די צדיק הדורות רביה"ק סאטמאר איז נסתלק געווארן!
ווייל דער אייבערשטער פארלאזט נישט אידישע קינדער באורך הגלות!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

:-e;/ :-e;/

טרערן
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

טעם וריח האט געשריבן:אגב בענין לענין באותו ענין האב איך אמאל געהערט, ווען איז די ערשטע ivf אדורך סוקסעספול? גענוי 41 יאר צירוק! תשל"ט! די יאר ווען סאיז געווען נסתם המאורות די צדיק הדורות רביה"ק סאטמאר איז נסתלק געווארן!
ווייל דער אייבערשטער פארלאזט נישט אידישע קינדער באורך הגלות!


דער ערשטער אייוויעף קינד איז געבוירען פונקט א יאר פריער, יולי תשל"ח.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@ברוך יושע

איך זעה וואס די שרייבסט און ס'איז בכלל נישט שייך צו ענטפערען פאר די פאלגענגע סיבות:

1) "מיין" צוגאנג צו מענטשן, מענטשהייט און אוממענטשן אז בכלליות אנדערש ווי דאס רוב אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז נישט ריכטיג. לו יצויר אז איך בין א מיעוט, קען זיין אז דיין מצב פארלאגט זאלס'ט דזוינען די חבורה. דו מוזט נישט, אבער איך ראט דיר. מי יודע אם לעת כזאת.... ווער ווייסט צו די סיבה וואס איך בין דאס דורכגעגאנגען איז טאקע געווען אויפצובויען דיקע הויט פאר שפעטער'דיגע CHALLENGES אין לעבן. דעס אז מיין ב"ב האט מיטשפאצירט אויף דעם וועג צייגט אז נישט נאר איך האב געקענט, זי איז גאר אנדערש אין דעם געביט פון נאטוראויס אבער פארט מצליח געווען בעז"ה. עכ"פ די נקודה איז, אויב די ווילסט איז דא א וועג, אויב די שפירסט אז טוישן די וועלט איז לייכטער פאר דיר, בכבוד גדול. איך האב דאך אנגעהויבן מיין ערשטע תגובה אז יעדער איז אנדערש.

2) שווער צו וויסן וואס דער כלל איז און בכלל עפן מיר אויף א נושא וואס איך ווייס נישט צו ס'באלאנגט אין די עפענטליכטיקייט, ליבערשט פארבינד דיך אין אישי. אבער אזויפיל וועל איך יא פרעגן, די "נאטירליכע" דראנג צו וועלן איצט, די רגע האבן א קינד, אבער שוין!. דעס הייבט זיך אן ביי די בר מצוה? אין ישיבה? ביי די 18? ביי די חתונה? א יאר נאך די חתונה? 5 יאר? ווענד זיך צו די חברים/שוואגערס/פרענדס האבן? איך מיין, די פארשטייסט אליין אז דעס איז א געמישעכטס פון די סאציאלע געברויכן (STATUS) וואס מיר פארמאגן און די נאטירליכע. איך האב עס פרובירט אפצוטיילן כדי מ'זאל זיך קענען גרינגער באפאסן מיט דעם. אבער ביזט בארעכטיגט צו האלטן - און זיכער "פילן" - אנדערש.

3) דאס אז די פרעגסט אויב די פראבלעם איז נאר ביי איינעם פונעם פארפאלק, שיינט אביסל ליכטיקייט אויפן מצב, און פארוואס ס'איז ענק אזוי שווער צו דילן מיט די ארומיגע. איך בעט דיך נאכאמאל לטובתכם (ביידע), לאז מיר דאס אויסשמיסן אין אישי.

4) די אנטוישינג און צובראכנקייט דורכגיין די פיזיקל און עמאשענל דורכגאנג פון טריטמענטס און צאלן די אפגעשפארטע אדער געבארטע געלט און זיין פיל מיט האפענונג און דערנאך באקומען די ידיעה פון דאקטער אז עס איז דורכגעפאלן,האט אזא פארפאלק דען נישט די דראנג צו האבן קינדער אויפן מינוט? - דעס האב איך אגריעט פון אנפאנג אן, אז ס'גייט אריין אין #1, כ'האב נאר געזאגט אז די צער וואס מ'שפירט רוב טאג איז פין #2.

5) מיטצוטיילן געפילן און באקומען VALIDATION פון אנדערע וואס שפירן מיט איז א ווערדפולע ציל כשלעצמו. איך בין מיט דיר 100%.

6) וויפיל יאר איך האב געווארט און נאך פרטים, אין אישי אי"ה. איך האב געשריבן איך וועל דיר געבן די וועלט'ס צייט בל"נ. מיין OFFER בלייבט.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6331
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

לדעתי איז די ארטיקל די געווינער פון די שרייבעריי פארמעסט
און בדרך אגב איך האלט אז יעדע ווארט איז אמת!!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אנעים זמירות האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:אגב בענין לענין באותו ענין האב איך אמאל געהערט, ווען איז די ערשטע ivf אדורך סוקסעספול? גענוי 41 יאר צירוק! תשל"ט! די יאר ווען סאיז געווען נסתם המאורות די צדיק הדורות רביה"ק סאטמאר איז נסתלק געווארן!
ווייל דער אייבערשטער פארלאזט נישט אידישע קינדער באורך הגלות!


דער ערשטער אייוויעף קינד איז געבוירען פונקט א יאר פריער, יולי תשל"ח.

יעצט נאכגעטשעקט און איר זענט גערעכט. אין ענגלאנד.. איא? :lol: כ' תמוז תשל"ח. השי"ת האט אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה.
על "טעם וריח" אין להתווכח
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

האבענדיג געווען אויך און דעם מצב, האב איך זייער הנאה געהאט פונעם שרייבער, גוט ארויסגעברענגט, אויף וויפיל א דרויסענדיגער קען פארשטיין, כאטש סאיז דא פיל מער צו פארציילען , אבער נישט האבען'דיג קיין געדילד צו מאריך זיין, וויל איך נאר ארויסברענגען מייינע צווי (צענט).

לכבוד ברוך יהושע און בעיקר פראקטיש
איר זענט ביידע גערעכט, וועונד זיך ווי און וואס.

גלייך נאך די חתונה ווען מען איז קינדערלאז [למשל די ערשטע דריי חדשים נאך די חתונה] איז כולי עלמא מודי אז פראקטיש איז גערעכט, און אפי' ביז דריי יאהר פיר יאהר נאך די חתונה קען זיין אויכעט, און אזוי האבען מיר געזעהן ביי חברים.

אפילו שפעטער איז אויך דא א מיעוטא דמיעוטא ווייניגער פון איין פראצענט, די וואס לעבען נאר פאר יענעם, און נישט פאר זיך בכלל, וואס סיי זיי איז פראקטיש גערעכט. אבער 99 פראצענט מענטשען, ביי פינעף און כל שכן בייי זעקס ביז ניין יאהר נאך די חתונה אויף וויפיל איך האב גערעדט מיט פילע צענדליגע חברים, וואס זענען געווען און אוונזער מצב, מיר האבען דן געווען אויף די נושא בארוכה, מיר ווילען נישט האבען קינדער פאר יענעם, ניין, ניין ניין... מיר ווילען האבען קינדער צו האבען א תכלית און די וועלט. און נאך פארשידערארטיגע אינרעליכע סיבות ואכהמ"ל ברבים ווייל ווער עס פארשטייט נישט וועט קיינמאל נישט פארשטיין.

נאך ניין יאהר האט נאך קיין איינער נישט געטראכט ווי אייך ר' פראקטיש, ס'קען זיין איר זענט א חידוש און די בריאה רופט אראפ דעם גינעס ווארלד רעקארדס.

די טענה אז וואס ברענט דיר יעצט, צו האבען קינדער קענסט האבען שפעטער וכו', איז ווי צו זאגען וואס ברענט דיר צו לערנענען די יאהר וועסט דאך קענען לערנען ביי די אכציג. וויפיל קינדער מגייט קענען האבען איז אויכעט א חילוק אויב מהאט דאס ערשטע ביי די 20 און אפי' ביי 24 אבער נישט ווען מען האט די ערשטע ביי 32.

יא מיר האבען געטראפען איין חבר וואס כל כולו איז זיין לעבען פאר יענעם, און ער האט גערעדט ווי פראקטיש.

שורה אחרונה אדער זענט איר פון די איין פראצענט, אדער ברוך השם האט איר נאר געמיינט, אז איר זענעט געווען קינדערלאז, און זיך איינגערעדט אז איר זענט און אונזערע שיך, איי עם סארי טוט זיך אויס די שיך, סאיז אונזערס נישט אייערס.

זייט מוחל און זייט אונז מגלה ווי לאנג איר האט געווארט
ביי ביי.
ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

באקומען און אישי

אישי האט געשריבן:יא, כ׳האב אסאאאך צו פארציילן, אבער די מעשה איז זיכער די געווינער,
די העלד פון די געשיכטע, דינט אלס א שטארקע סעמפל פון הארצלאזיגקייט און טפשות .

איז אזוי,
בערך א יאר א האלב נאך מיין חתונה, זעמיר געשטאנען ביי די חופה פון מיין אינגערע ברודער, אין א מזל׳דיגע שעה,
שוין דעמאלטס האב איך ריעלייזד אז ס׳דא שטארקע שאנסן אז מיין ברודער וועט זיין דער וואס וועט מזכה מיין טאטע מיט די זיידי טיטל.

ווי אזוי פונקטליך ס׳צוגעגאנגען יענע טעלעפאון קאלל געדענק איך שוין נישט פונקט, אבער כ׳געדענק אז עס האט זיך גאר שטארק געשפירט
אין זיינע ווערטער די אלע עדווייס וואס מ׳האט אים געגעבן, וויאזוי פונקטליך ער זאל מודיע פאר זיין ברודער די רחמנות, די ביטער/זיסע נייעס.

און אנהייב האט מיר עס געגעבן א ציפ, אבער אין משך פון די פאר חדשים האב איך מיך ארייגענומען אין קאפ מיט א שטארקייט,
אז קיינער קען נישט צונעמען מיין קינד, אין מיין ברודער מעג און דארף זיך ריקן ווייטער, כ׳האב מיך אפילו געפרייט פאר אים.

די איינציגסטע דאגה איז געווען, וויאזוי איך גיי קענען פעיסן די עולם, איך באלאנג צו א קהילה ווי יעדער קען יעדעם,
אזוי אויך איז מיין טאטע א זייער פאפולערע פערזענליכקייט, וואס האט שייכות מיט יעדן אין ביהמ״ד,
וויאזוי גייען מענטשן רעאגירן, גיי איך זיין די רחמנות פון שטאט, וויאזוי גייען מענטשן קאמענטן?

יענע פרייטאג צופרי האט זיך די עולם אויפגעוועגט מיט די נייעס, יאפ, מיין טאטע איז געווארן א זיידע,
מיין ברודער האט געהאט א אינגעלע למז״ט, פאר מיר איז שווארץ געווארן כאפנדיג אז איך גיי דינען היינט נאכט אין ביהמ״ד,
אלס קרבן עולה ויורד, פאר יעדנ׳ס בליקן, קאמענטארן, און אי״ה ביי דיר בעכאאאארעוו מאמעש.

לכתחילה האב איך געטראכט אפשר זאל איך דאווענען אין א צווייטע ביהמ״ד,
אבער למעשה האב איך מחליט געוועהן אז איך דארף פעיסן די מציאות און נישט פרובירן צו אנטלויפן דערפון,
און וואס ס׳וועט זיין וועט זיין, אז יענער האט נישט קיין שכל, איז עס נישט מיין פראבלעם.

מיט א ריזיגע פלעסטיק שמייכל ארויפגעצויגן אויף מיינע בעקעלעך, שפאן איך אריין אין ביהמ״ד מיט פעסטע טריט,
איך בין גראדע געווען היפש סורפרייזד, איין צוויי קלוגע אידן האבן מיר טאקע אויסגעפרעגט פונקטליך
ווער ס׳איז עלטער, און נאכן זיכער מאכן אז איך בין טאקע עלטער איז געקומען אזא לאנגע אהאאא,
אבער רוב עולם איז געווען עמפינדליך און מיר געמאכט פילן נאטורליך.

אזוי איז אויך אדורך די שלום זכור, ס׳איז געווען אביסל אומאיינגנעמע מאמענטן דא דארט,
אבער כ׳האב געפילט אז די שווערסטע איז שוין דורך, די עולם האט מיך שוין אפגעגען מז״ט,
ווער סהאט געהאט א קאמענט האט שוין אפגעזאגט זיין דברי פי חכם חן,
און מיט א גוטע געפיל האב איך מיך געגרייט צו גיין אין ביהמ״ד שבת צופרי כ׳האב מיך שוין אפילו געוואונדערט פון וואס כ׳האב אזוי מורא געהאט.

שטיי מיר שבת צופרי פארן דאווענען מיט די נאסע פיאות און א פיל געפאקטע קאווע שטיבל,
כ׳נעם אנטייל און איינע פון די קופקעס, און מיט געשמאק שמועסט מען על דא ועל הא, כדרך ישראל קדושים, חאסידישע אידן,
אינמיטן קומט צו גיין א איד מיט א ווייסע בארד, זיינע אויגן זענען אנגעשטעלט אויף מיר,
זיינע אינטערציפטע שמייכל זאגט מיר נישט אן קיין גוטס, ער שטופט זיך אריין צווישן די גרופע אינגעלייט פון אונזער קופקע
אין מיט א שטימע וואס הערט זיך איבערן גאנצע קאווע שטיבל, ווענדט ער זיך צו מיר,
זאג נאר, ביסט דזשעלוס אז דיין ברודער האט געהאט פאר דיר???

..........

א טויט שטילקייט האט באהערשט די קאווע שטיבל, די קאווע האט זיך מיר כמעט ארויסגעגליטשט פון די האנט,
אוי האב איך אין יענע מינוט׳ן מקנא געווען קרח וכל עדתו, אמער, אז ס׳איז שוין געווען א ויפתח את פי האתון
קען דאך ווערן ויפתה הארץ את פיה פונקט אזוי, די נס האט למעשה נישט פאסירט, אנשטאט האבן מיינע באקן געפלאקערט ווי קיינמאל בעפאר.

מיט א פלינקע באוועגונג האב איך ארויסגעפיצט פון קאווע שטיבל, כאפנדיג א בליק אויף צוריק איז געווען א אינטרעסאנט צו זעהן
ווי אזוי איינער קוקט אויפן דאך און איינער אויפן ערד יעדער מיט זיין געשמאק, אבער דער איד איז נאכנישט פארטיג,
זעהט אויס ער האט געכאפט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ער שפאנט נאך מיר,און ער פרעגט מיר אזוי שטילערהייט,
מיט א האניג טריפענדע שטימע, וואס איז געשען? ביסט סענסעטיוו?

רבותי,יא דאס איז א מעשה שהי׳....
מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

איך וויל מיר באדאנקען פאר אלע וואס האבן מיר געשריבן און אישי אדער דורך אימעיל סיי חיזוק און סיי אייגענע עקספיריענס אדער קאמענטארן ארום די די אשכול.

ווי אויך וויל איך נאכאמאל בעטן צו ניקס (אדער סתם ליינער'ס) וואס זענען און די זעלבע מצב ווי מיר, אדער זענען אמאל געווען און די מצב:

אויב וויליסט ארויפלייגן דיינע אייגענע עקספיריענס ארום די גאנצע נושא, און די וויליסט עס נישט לייגן מיט דיין אייגענע ניק (אדער די האסט נישט קיין ניק), ווי אויך טאמער האבטו סיי וואספארא העורת אדער עצות ווי אזוי צו פארשפרייט די "אויפוואכונג"
קענסטו דיך פארבינדן מיט מיר דורך אישי אדער דורך אימעיל אויף [email protected] און איך וועל עס בעז"ה ארויפלייגן.

ווי אויך טאמער איינער האט סיי וואספארא הערות אדער עצות ווי אזוי צו פארשטערקער די "אויפוואכונג" ביטע זיך פארבינדען מיט מיר
מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ברוך יושע האט געשריבן:באקומען און אישי

אישי האט געשריבן:יא, כ׳האב אסאאאך צו פארציילן, אבער די מעשה איז זיכער די געווינער,
די העלד פון די געשיכטע, דינט אלס א שטארקע סעמפל פון הארצלאזיגקייט און טפשות .

איז אזוי,
בערך א יאר א האלב נאך מיין חתונה, זעמיר געשטאנען ביי די חופה פון מיין אינגערע ברודער, אין א מזל׳דיגע שעה,
שוין דעמאלטס האב איך ריעלייזד אז ס׳דא שטארקע שאנסן אז מיין ברודער וועט זיין דער וואס וועט מזכה מיין טאטע מיט די זיידי טיטל.

ווי אזוי פונקטליך ס׳צוגעגאנגען יענע טעלעפאון קאלל געדענק איך שוין נישט פונקט, אבער כ׳געדענק אז עס האט זיך גאר שטארק געשפירט
אין זיינע ווערטער די אלע עדווייס וואס מ׳האט אים געגעבן, וויאזוי פונקטליך ער זאל מודיע פאר זיין ברודער די רחמנות, די ביטער/זיסע נייעס.

און אנהייב האט מיר עס געגעבן א ציפ, אבער אין משך פון די פאר חדשים האב איך מיך ארייגענומען אין קאפ מיט א שטארקייט,
אז קיינער קען נישט צונעמען מיין קינד, אין מיין ברודער מעג און דארף זיך ריקן ווייטער, כ׳האב מיך אפילו געפרייט פאר אים.

די איינציגסטע דאגה איז געווען, וויאזוי איך גיי קענען פעיסן די עולם, איך באלאנג צו א קהילה ווי יעדער קען יעדעם,
אזוי אויך איז מיין טאטע א זייער פאפולערע פערזענליכקייט, וואס האט שייכות מיט יעדן אין ביהמ״ד,
וויאזוי גייען מענטשן רעאגירן, גיי איך זיין די רחמנות פון שטאט, וויאזוי גייען מענטשן קאמענטן?

יענע פרייטאג צופרי האט זיך די עולם אויפגעוועגט מיט די נייעס, יאפ, מיין טאטע איז געווארן א זיידע,
מיין ברודער האט געהאט א אינגעלע למז״ט, פאר מיר איז שווארץ געווארן כאפנדיג אז איך גיי דינען היינט נאכט אין ביהמ״ד,
אלס קרבן עולה ויורד, פאר יעדנ׳ס בליקן, קאמענטארן, און אי״ה ביי דיר בעכאאאארעוו מאמעש.

לכתחילה האב איך געטראכט אפשר זאל איך דאווענען אין א צווייטע ביהמ״ד,
אבער למעשה האב איך מחליט געוועהן אז איך דארף פעיסן די מציאות און נישט פרובירן צו אנטלויפן דערפון,
און וואס ס׳וועט זיין וועט זיין, אז יענער האט נישט קיין שכל, איז עס נישט מיין פראבלעם.

מיט א ריזיגע פלעסטיק שמייכל ארויפגעצויגן אויף מיינע בעקעלעך, שפאן איך אריין אין ביהמ״ד מיט פעסטע טריט,
איך בין גראדע געווען היפש סורפרייזד, איין צוויי קלוגע אידן האבן מיר טאקע אויסגעפרעגט פונקטליך
ווער ס׳איז עלטער, און נאכן זיכער מאכן אז איך בין טאקע עלטער איז געקומען אזא לאנגע אהאאא,
אבער רוב עולם איז געווען עמפינדליך און מיר געמאכט פילן נאטורליך.

אזוי איז אויך אדורך די שלום זכור, ס׳איז געווען אביסל אומאיינגנעמע מאמענטן דא דארט,
אבער כ׳האב געפילט אז די שווערסטע איז שוין דורך, די עולם האט מיך שוין אפגעגען מז״ט,
ווער סהאט געהאט א קאמענט האט שוין אפגעזאגט זיין דברי פי חכם חן,
און מיט א גוטע געפיל האב איך מיך געגרייט צו גיין אין ביהמ״ד שבת צופרי כ׳האב מיך שוין אפילו געוואונדערט פון וואס כ׳האב אזוי מורא געהאט.

שטיי מיר שבת צופרי פארן דאווענען מיט די נאסע פיאות און א פיל געפאקטע קאווע שטיבל,
כ׳נעם אנטייל און איינע פון די קופקעס, און מיט געשמאק שמועסט מען על דא ועל הא, כדרך ישראל קדושים, חאסידישע אידן,
אינמיטן קומט צו גיין א איד מיט א ווייסע בארד, זיינע אויגן זענען אנגעשטעלט אויף מיר,
זיינע אינטערציפטע שמייכל זאגט מיר נישט אן קיין גוטס, ער שטופט זיך אריין צווישן די גרופע אינגעלייט פון אונזער קופקע
אין מיט א שטימע וואס הערט זיך איבערן גאנצע קאווע שטיבל, ווענדט ער זיך צו מיר,
זאג נאר, ביסט דזשעלוס אז דיין ברודער האט געהאט פאר דיר???

..........

א טויט שטילקייט האט באהערשט די קאווע שטיבל, די קאווע האט זיך מיר כמעט ארויסגעגליטשט פון די האנט,
אוי האב איך אין יענע מינוט׳ן מקנא געווען קרח וכל עדתו, אמער, אז ס׳איז שוין געווען א ויפתח את פי האתון
קען דאך ווערן ויפתה הארץ את פיה פונקט אזוי, די נס האט למעשה נישט פאסירט, אנשטאט האבן מיינע באקן געפלאקערט ווי קיינמאל בעפאר.

מיט א פלינקע באוועגונג האב איך ארויסגעפיצט פון קאווע שטיבל, כאפנדיג א בליק אויף צוריק איז געווען א אינטרעסאנט צו זעהן
ווי אזוי איינער קוקט אויפן דאך און איינער אויפן ערד יעדער מיט זיין געשמאק, אבער דער איד איז נאכנישט פארטיג,
זעהט אויס ער האט געכאפט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ער שפאנט נאך מיר,און ער פרעגט מיר אזוי שטילערהייט,
מיט א האניג טריפענדע שטימע, וואס איז געשען? ביסט סענסעטיוו?

רבותי,יא דאס איז א מעשה שהי׳....

טשילס!!!
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער אשכול קען רואיג אריינגיין די קאטעגאריע פון "זאכן וואס מאכן מיך וויינען" אשכול
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

לכאורה האט געשריבן:דער אשכול קען רואיג אריינגיין די קאטעגאריע פון "זאכן וואס מאכן מיך וויינען" אשכול

כאטש דאס איז נישט די ציעל דערפון.
די ציל פון דעם אשכול ווי איך פארשטיי איז אז עס זאל אריינגיין אינעם קאטאגאריע פון "זאכען וואס איך האב אויפגעהערט/זיך צוריקגעהאלטן פון טוען"
די וואס גייען דאס דורך, מאכען מיט גענוג אן די קאמענטארן און סגולות פון ארומיגע, און עס פעלט נישט אויס צוצולייגן נאך, ס"ה ברויך מען נוצן אביסל מחשבה פאר מען וויל "העלפן"
און פאר די וואס פארשטייען נישט זאלן וויסן א זיי האבן אסאאאאך אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטען פארן נישט פארשטיין.

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

הייליג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דער אשכול קען רואיג אריינגיין די קאטעגאריע פון "זאכן וואס מאכן מיך וויינען" אשכול

כאטש דאס איז נישט די ציעל דערפון.
די ציל פון דעם אשכול ווי איך פארשטיי איז אז עס זאל אריינגיין אינעם קאטאגאריע פון "זאכען וואס איך האב אויפגעהערט/זיך צוריקגעהאלטן פון טוען"
די וואס גייען דאס דורך, מאכען מיט גענוג אן די קאמענטארן און סגולות פון ארומיגע, און עס פעלט נישט אויס צוצולייגן נאך, ס"ה ברויך מען נוצן אביסל מחשבה פאר מען וויל "העלפן"
און פאר די וואס פארשטייען נישט זאלן וויסן א זיי האבן אסאאאאך אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטען פארן נישט פארשטיין.

@הייליג, זייער גוט ארויסגעברענגט,

כדי די אשכול זאל האבן די ריכטיגע אפקלאנג, און די ליינער'ס זאלן זיך קענען אביסל אריינלייגן און אונזער מצב (אויב ס'איז בכלל שייך) האב איך קודם געדארפט ארויסברענגן די שווערעקייטן וואס איך/אונז וואס ווארטן אויף קינדער גיין דורך, (וואס ווי פארשטענדליך ברענגט עס ארויף טרערן ביי יעדן נארמאלע מענטש)

אבער די עיקר ציל פון די אשכול איז די צווייטע חלק, וואס דעיס איז און אמת'ן די קעפל פון די אשכול:

דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!! פינטל.

איך האף בעז"ה און די קומענדיגע טעג און וואכן צו ברענגן נאך אסאך מעשיות וואס יונגעלייט זענען אלס דורך (איך האב יעצט און מיין אישי קעסטל נאך 8 מעשיות), אבער ווי פארשטענדליך איז די ציל דערפון נישט צו מאכן וויינען די ליינער'ס, נאר צו ברענגען "אויפוואכונג" אז מ'זאל נישט דארפן נאכאמאל וויינען...
מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
ברוך יושע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 10:55 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך יושע »

איינער האט מיר אריינגעשיקט און אישי א אלטע פרעזענטאציע דורך בוני עולם. (קוקט שוין אויס א 10 יאר צוריק אדער מער)

https://drive.google.com/file/d/1lz_SwX ... sp=sharing
מקען זיך פארבינדן מיט מיר און אישי אדער דורך אימעיל [email protected]
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ברוך יושע האט געשריבן:איינער האט מיר אריינגעשיקט און אישי א אלטע פרעזענטאציע דורך בוני עולם. (קוקט שוין אויס א 10 יאר צוריק אדער מער)

https://drive.google.com/file/d/1lz_SwX ... sp=sharing


1 זאך וויל איך וויסן, ר' יענקל האט שוין קינדער? איך האלט עס נישט אויס פאר אים!!!
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”