ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אלע ארטיקלען זענען צוערשט ארויסגעשטעלט געווארן אונטער מה פתאום???'ס נאמען, און הערשט נאכ'ן די וואלן האט מען זיי אריבערגעלייגט אויפ'ן שרייבער'ס אקאונט. כדי דער עולם זאל וועלן לויט די שרייבווערק, נישט לויט'ן שרייבער.

אזוי איז דער פלאן יעצט אויך בעז"ה.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א פאר געציילטע פונקטן פון פערזענליכע רעקאמענדאציעס פארן עולם שרייבערס, ספעציעל פרישע שרייבערס.

שרייב מיין קינד, שרייב!: מ'זעהט אפט ווי מכלומר'שטע נישט-שרייבערס באקלאגן זיך (שריפטליך...) אז זיי וואלטן ווען געשריבן, אבער "איך קען נישט שרייבן". רבי איד, הער זיך אויף אינטערצושאצן! נעם די קיבארד אין די האנט אריין און הויב אן שרייבן. ווערי סימפל!

וואס זאל איך שרייבן?: זעץ דיך אראפ אין א שטילע שטוב און טראכט פון 'גארנישט'. צוביסלעך, צוביסלעך וועט די מוח אנהויבן גיסן אינפארמאציע וואס האט זיך איינגעזאפט דארט במשך השנים; א משל, אן עובדא, א טיפע געדאנק, היסטאריע, וכו'. קלאפ צוזאם עפעס מענטשליך און שרייב עס אפ. דערנאך לייג צו, נעם אראפ, זיי עס מגיה, און שיק עס אריין. מ'ברויך נאר אביסל געדולד.

שטודיר די נושא: אין די וועלט פון שרייבער און רעדנער איז באקאנט די כלל אז מען שרייבט/זאגט בלויז 10% פון וואס מען ווייסט. צום ביישפיל. עמיצער וואס שטעלט זיך אויף רעדן איבער די היסטאריע פון די קרייץ ציגלער; דער עולם וועט זייער שנעל כאפן צו ער איז באמת אויסגעקאכט און די היסטאריע פון יענע תקופה, צו ער זאגט בלויז נאך עפעס וואס ער האט פארגעקוקט אין די טעג פארן שיעור. די זעלבע איז מיט א שיעור אין גמרא אדער הלכה, אדער א שריפטליכע מאמר איבער סיי וואספארא ענין. דער ציבור מוז שפירן אז מען ליינט/הערט איצט די רייד פון אן "עקספערט" אין דעם דאזיגן פעלד, און דאן וועט עס האבן א סאך א שטערקערע רושם.

איין, צוויי, דריי: די פראפעסיאנאלע וועג פון שרייבן איז 1) קודם אפשרייבן די גאנצע מעשה, עס מוז נישט זיין פערפעקט. 2) ארבעט איבער דעם ארטיקל. טויש ארום זאצן, לייג צו, נעם אראפ. 3) שארף אויס די שפראך.
עס איז זייער טעמפּטינג צו ארבעטן אױף נומערן 2 און 3 בעפאר מען האט געפערטיגט שלב 1. אבער פיל מאל אויב גייט מען נישט אין א געהעריגע סדר, קען מען בלייבן סטאָק מיט א האלב-געבראטענע מאמר אין מאגן. (איך רעדט פון עקספיריענס!)

זיי מגיה: געדענק אז דאס איז א פארמעסט, און דיין ציהל איז נישט בלויז ארויסצולייגן אן ארטיקל, נאר אויך צו קאנקורירן מיט אנדערע שטארקע שרייבער. אויב דו האסט געפערטיגט די סחורה היבש פארן דעדליין, שיק עס נאכנישט אריין!! ליין עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל. אויב דו ווילסט אז די ארטיקל זאל האבן די ריכטיגע קנאק, מאך זיכער אז די תוכן, מעזעדזש, שפראך, וכו' איז גוט, גוט, גוט, גוט, גוט אויסגעארבעט.


טייערע שרייבער, אויב איר האט וואס צוצולייגן, ביטע קומט אריין און טיילט עס מיט מיטן עולם.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

בלעכענער פנים האט געשריבן:לרבים השואלים ווילן מיר קלאר מאכן עטליכע פונקטן:

די ארטיקלען זאלן לכתחילה געשריבן ווערן אין א קלאסישע שפראך, נישט קרעטשמעריש.



פארוואס?
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

מיסטעיק
איך ווייס נישט וויאזוי מען מעקט א תגיבה
לעצט פארראכטן דורך קלמן יאסעלע אום זונטאג מאי 24, 2020 6:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

מונאוויטש האט געשריבן:א פאר געציילטע פונקטן פון פערזענליכע רעקאמענדאציעס פארן עולם שרייבערס, ספעציעל פרישע שרייבערס.

שרייב מיין קינד, שרייב!: מ'זעהט אפט ווי מכלומר'שטע נישט-שרייבערס באקלאגן זיך (שריפטליך...) אז זיי וואלטן ווען געשריבן, אבער "איך קען נישט שרייבן". רבי איד, הער זיך אויף אינטערצושאצן! נעם די קיבארד אין די האנט אריין און הויב אן שרייבן. ווערי סימפל!


איך וואלט ווען פרובירט צו שרייבן [איך האב אסאך אין מאגן...] נאר ס'נעמט מיר זייער לאנג צו טייפן, סוי וועל איך זיך מוצא זיין מיט די ערפארענע שרייבער!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:מיסטעיק
איך ווייס נישט וויאזוי מען מעקט א תגיבה

לאז איבער א פינטל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שלום עליכם @ר' בערל געוועזענער ראש הקהל פון קראקא און אפשר אויך דער קומענדיגער
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:לרבים השואלים ווילן מיר קלאר מאכן עטליכע פונקטן:

די ארטיקלען זאלן לכתחילה געשריבן ווערן אין א קלאסישע שפראך, נישט קרעטשמעריש.



פארוואס?

ווי אנגעגעבן אינעם קעפל, איז דאס א שרייבעריי פארמעסט, נישט א בדחנות פארמעסט... (מ'רעדט פארשטייט זיך נישט פון לייכטע הומאר וואס גיבט אסאך צו צו אן ארטיקל.)

אבער ארויפברענגען א שמייכל אויף יענעמ'ס ליפן שאדט קיינמאל נישט, און מ'קען דאס טון ווען און וואו אימער.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

מונאוויטש האט געשריבן:א פאר געציילטע פונקטן פון פערזענליכע רעקאמענדאציעס פארן עולם שרייבערס, ספעציעל פרישע שרייבערס.

שרייב מיין קינד, שרייב!: מ'זעהט אפט ווי מכלומר'שטע נישט-שרייבערס באקלאגן זיך (שריפטליך...) אז זיי וואלטן ווען געשריבן, אבער "איך קען נישט שרייבן". רבי איד, הער זיך אויף אינטערצושאצן! נעם די קיבארד אין די האנט אריין און הויב אן שרייבן. ווערי סימפל!

וואס זאל איך שרייבן?: זעץ דיך אראפ אין א שטילע שטוב און טראכט פון 'גארנישט'. צוביסלעך, צוביסלעך וועט די מוח אנהויבן גיסן אינפארמאציע וואס האט זיך איינגעזאפט דארט במשך השנים; א משל, אן עובדא, א טיפע געדאנק, היסטאריע, וכו'. קלאפ צוזאם עפעס מענטשליך און שרייב עס אפ. דערנאך לייג צו, נעם אראפ, זיי עס מגיה, און שיק עס אריין. מ'ברויך נאר אביסל געדולד.

שטודיר די נושא: אין די וועלט פון שרייבער און רעדנער איז באקאנט די כלל אז מען שרייבט/זאגט בלויז 10% פון וואס מען ווייסט. צום ביישפיל. עמיצער וואס שטעלט זיך אויף רעדן איבער די היסטאריע פון די קרייץ ציגלער; דער עולם וועט זייער שנעל כאפן צו ער איז באמת אויסגעקאכט און די היסטאריע פון יענע תקופה, צו ער זאגט בלויז נאך עפעס וואס ער האט פארגעקוקט אין די טעג פארן שיעור. די זעלבע איז מיט א שיעור אין גמרא אדער הלכה, אדער א שריפטליכע מאמר איבער סיי וואספארא ענין. דער ציבור מוז שפירן אז מען ליינט/הערט איצט די רייד פון אן "עקספערט" אין דעם דאזיגן פעלד, און דאן וועט עס האבן א סאך א שטערקערע רושם.

איין, צוויי, דריי: די פראפעסיאנאלע וועג פון שרייבן איז 1) קודם אפשרייבן די גאנצע מעשה, עס מוז נישט זיין פערפעקט. 2) ארבעט איבער דעם ארטיקל. טויש ארום זאצן, לייג צו, נעם אראפ. 3) שארף אויס די שפראך.
עס איז זייער טעמפּטינג צו ארבעטן אױף נומערן 2 און 3 בעפאר מען האט געפערטיגט שלב 1. אבער פיל מאל אויב גייט מען נישט אין א געהעריגע סדר, קען מען בלייבן סטאָק מיט א האלב-געבראטענע מאמר אין מאגן. (איך רעדט פון עקספיריענס!)

זיי מגיה: געדענק אז דאס איז א פארמעסט, און דיין ציהל איז נישט בלויז ארויסצולייגן אן ארטיקל, נאר אויך צו קאנקורירן מיט אנדערע שטארקע שרייבער. אויב דו האסט געפערטיגט די סחורה היבש פארן דעדליין, שיק עס נאכנישט אריין!! ליין עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל. אויב דו ווילסט אז די ארטיקל זאל האבן די ריכטיגע קנאק, מאך זיכער אז די תוכן, מעזעדזש, שפראך, וכו' איז גוט, גוט, גוט, גוט, גוט אויסגעארבעט.


טייערע שרייבער, אויב איר האט וואס צוצולייגן, ביטע קומט אריין און טיילט עס מיט מיטן עולם.

איך וואוט פארדעי ארטיקל,

אפס, מ'קען נאך נישט???, העלע כמיזען ווארטן אביסעלע
מיין לופי'לע........
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

בלעכענער פנים האט געשריבן:לרבים השואלים ווילן מיר קלאר מאכן עטליכע פונקטן:

די ארטיקלען זאלן לכתחילה געשריבן ווערן אין א קלאסישע שפראך, נישט קרעטשמעריש.


סעמע גוט...

שמארטיקל אוט
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

ווי שיקט מען אריין די פארטיגע ארבעט?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שמארטיקל האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:לרבים השואלים ווילן מיר קלאר מאכן עטליכע פונקטן:

די ארטיקלען זאלן לכתחילה געשריבן ווערן אין א קלאסישע שפראך, נישט קרעטשמעריש.


סעמע גוט...

שמארטיקל אוט

דיינע שמארטיקלען זענען וועלקאם אויף אייוועלט אנע פארמעסט אויך...

און אפשר קענסטו אידיש... שוין אמאל פראבירט?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שמארטי, דו האסט נישט וואס צו מורא האבן!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

ערלעדיגט, גיימער פרובירן צו שרייבן א נערמאלע שמארטיקל.. כ'וויל דאך נישט מען זאל וויסן ווער ס'שרייבט,

דאס וועט שוין טאקע זיין א טשעלענדש
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אחת ואחת האט געשריבן:ווי שיקט מען אריין די פארטיגע ארבעט?

צו בלעכענער פנים אדער צו מיר אין אישי/אימעיל.

[email protected]
[email protected]
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

בערל קראקאווער האט געשריבן:ההההםםם ההההההםםם

איינס, איינס

אייינס צוויי...

אה יא, לאמיר זעהן צו עס ארבעט נאך... איינגעשפאנט צו די עבודה בע״ה!

קוקטס נאר די ראש הקהל בכבודו בעצמו איז דא...
אפס זיי גרייט קען זיין מ'גייט דיר אראפווארפן פון די פאזיציע.. מאך זיכער צו אריינשיקן אזוינס און אזעלכעס אז דו זאלסט ווייטער בלייבן דארט.
אין פאקט די מאטי אין די וואלד ליגט מיר נאך אין קאפ....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

איך טראכט בדרך אפשר אז מען זאל מאכן דריי געווינער, אדער כאטש צוויי. די ראש הקהל, איינס אינטערדעם, און נאך איינס דערינטער. איינער איז זייער ווייניג. און יעדער זאל קענען שטימען פאר צוויי.
פארוואס נישט? מען באקומט נישט קיין געלט, סתם א טיטל, נו, פארגין עס פאר נאך איינעם.
און בכלל איז זייער שווער אסאך מאל צו וועלן, אז מען קען וועלן פאר צוויי איז עס גרינגער.

מיין מיינונג, זאל די עולם אריינקומען זאגן אויב מען איז מסכים.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א ראה"ק מיט א סגן ראה"ק
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דער געווינער באקומט נישט אפיציעל קיין שום טיטל, און מ'וועט אי"ה קענען וועלן דריי ארטיקלען.

אויך איז אין פלאן אז מ'זאל קענען רעיטן יעדע ארטיקל באזונדער.
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דער געווינער באקומט נישט אפיציעל קיין שום טיטל, און מ'וועט אי"ה קענען וועלן דריי ארטיקלען.

אויך איז אין פלאן אז מ'זאל קענען רעיטן יעדע ארטיקל באזונדער.

זייער גוטע פלענער!! ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ווען ליגט מען ארויס די ארטיקלען?
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

די פלאן איז דינסטאג בהעלותך בעז'''ה
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

בלעכענער פנים האט געשריבן:די פלאן איז דינסטאג בהעלותך בעז'''ה

באמת א ייש"כ פאר אפדעטן.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

לעכטל האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:די פלאן איז דינסטאג בהעלותך בעז'''ה

באמת א ייש"כ פאר אפדעטן.

מיט גרויס פארגענוגען.
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: ברעיקינג!! אייוועלט תש''פ שרייבעריי פארמעסט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

געדענק נאר אז דינסטאג בהעלותך מיינט צוויי וואכן ארום, נישט קומענדיגע וואך, עס איז דא צוויי נשא'ס.
און אפשר קען מען אפילו מאכן אז די עולם זאל זיך מעלדן צו מען גייט עפעס מאכן, און מען זאל פשוט אויסווארטן אויף יעדעם און ווען יעדער איז גענדיגט קען מען עס ארויסלייגן אפילו נאך פארדעם. אבער נישט נאכדעם.
נאר בדרך אפשר.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”