בלאט 1 פון 1

מאכט א לחיים!!!

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 1:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
נו קומט אריין, וואס הייסט ווער? איך געב א לחיים אה, פארוואס? אה וויל ער האט מעך געסטראשעט!!! יא האסט גוט געהערט ער האט מיך געסטראשעט!!!!!!! יעסס!! טודעי איז מיי דעי!!!

און אט הער די מעשה, העסטע שוין נישט פרעגן אזויפיל, לשמחה מה זו עושה?, און נאך קשיות,

ס'מעשה גייט צוריק מיט א יאר, בו ביום למספרם אפריל דעם ערשטן, דע זייגער קלאפט 9:31 און טרררררררררררר טרררררררררררר מיין טעלעפאון קלינגט, הייבעך אויף, אויף די אנדערע זייט איז, נישט קיין צווייטער ווי.......(כ'זאג נישט קיין נאמען) מר. "אינשורענס עידזשענט" און הערט אויס דעים געשפרעך..... (זייער בקיצר)

א"ע: (אינשורענס עידזשענט) העלאו, איז דעיס מרץ אםםאם מאכער? וויאזוי הייסטע נאר אויף דיין ערשטע נאמען. אםם אה ר' וויכטיג,
וו"מ: (וויכטיג מאכער) יא, ווער רעדט דא?
א"ע: יא איך הייס (כ'זאגנישט קיין נאמען)............. איך האב לעצטענס געדילט מיט דיין חבר..... און ער האט זייער הנאה געהאט פון מיר, האטערמער געזאגט אז די וואלסט ווען אויכעט הנאה געהאט מיט מיר צו רעדן,
וו"מ: רעדן וועגן וואס?
א"ע: איך טוה אין אינשורענס און אין פיינענשעל סערוויסעס (עפעס אזוי)
וו"מ: אה אנטשולדיגט, אבער איך האב שוין א בראוקער....
א"ע: כ'מיין נישט קיינעם אוועקצומאכען, אבער ער איז אבראוקער און איך א עידזשענט ס'איז דא א גרויסע חילוק.........
א"ע: כ'וועלדערעס מסביר זיין אין פערסאן, ווען קענעך ארויפקומען מארגן אדער איבערמארגן?
וו"מ: זאג פאר מיין חבר א גרויסן שכוח, אבער כ'האנישט קיין געלט יעצט דערפאר. (עכט האבעך יא)
א"ע: אקעי סאו מארגן וויפיל אזייגער????????????????? (וואסססססססס?????? ער הערט שווער?)
וו"מ: ניין נישט יעצט!!
א"ע: כ'מיין נאר דיין טובה, (כ'געדענק נאך ווען מיין רעבע פלעגט מער שלאגן, כ'מיין נאר דיין טובה, פלעגט ער זאגן,)
וו"מ: שכוח, אבער ס'פעלט נישט אויס,
א"ע: אקעי כ'וועלדעך צוריק רופן אי"ה אין זעקס חדשים,
וו"מ: נאו פראבלעים זיי געזונט,
א"ע: איטץ עי ביזנעס דואינג פלעשזער וויט יו,
וו"מ: חחחחחחחחחחח ביי!!!!!!!!!!!!!!!!
טראך..... אראפ מיטן טעלעפאון

אקטאובער דעים ערשטן, פונקט זעקס חדשים שפעטער ס'זייגער קלאפט אויף 9:31 און טטטרררררררררררררררררררררררררררר, דאס מאל איזעס שוין געווען מיין נייע פאון (בלעקבערי), כ'ווייס נישט פון וואו ער האט געהאט מיין נייע נומבער, נישט פון יענעם חבר, יענער האט שוין באקומען זיין פארדינטן פארציע,

א"ע: העלאו וויכטיג, וואס מאכסטע? (ער איז שוין מיין פרענד, ס'אימער גוט!)
וו"מ: ווערידאס?
א"ע: ווייסט נישט? דאס בין איך............................. וואס טיצעך? האסטמעך געבעטן (וואס???) כ'זאלדעך קאלן אין זעקס חדשים, געדענקסט? (די שקרן איינער!!)
וו"מ: אה יא, טימער אטובה קאלל א צווייטן כ'האנישט קיין געדילד צו דעים, נעכטן איז דא געווען מיין עידזשענט..
א"ע: וואס האסטע געקויפט? כ'מיין אז א סעקאנד אפיניון וועט נישט שאטן, סאו ווען קומעך מארגן?...................(אהא, ער קומט מארגן די שעלה איז נאר ווען, איר הערט)
וו"מ: שכועך אייך, איי רילי עפרישיעיט יור עפארד, אבער ס'פעלט נישט אויס. כ'האנישט קיין צייט פאר קיין סעקאנד אפיניון'ס (כ'דארפדעך גיין אין קרעטשמע, ניין?)
א"ע: אהא, סאו זאגסטע כ'זאלדעך צוריק קאלען און זעקס חדשים, כ'הער, (זאג נאר, די זיצט אפשר אויף דיין אויער? וואטס ראנג וויט יו?)
וו"מ: קענט פראבירן (באג אף!)
ער ענדיקט צו מיט אפאר גוטע וויצלעך, אבער כ'האק אראפ דעים פעלעפאון...................

היינט צופרי, יא איר האט צוגעטראפן, גענוי זעקס מאנאטן, טטטררררררררררררררררררררררררררר כ'קוק אויף מיין איידי, און, ס'איז ער, מיין פרענד, כ'מיין עידזשענט,
נו וואס טוט א יוד? מ'לאזט אים דבר'ן צום וואויסמעיל, ס'אידעך געמאכט געווארן פאר א ריזען, ניין?

אפאר מינוט שפעטער הערעך אויס זיין מעסעדזש, און איר הערט, לאמעך עס אנצינדען אויף ספיקער,

א גיטן דא רעדט .................... אינשורענס עידזשענט.. כ'זעה אז די האלט'סט נישט ביי גארנישט (אה, ער זעהט שוין)

און יעצט קומט עס:

"טאמער קאלסטעמעך נישט צוריק ביז מארגן, (האלט דעם אטעם) גייעכדעך מער נישט קאלן" וואאססססססס????????????????

ריפלעי. "טאמער קאלסטעמעך נישט צוריק ביז מארגן גייעכדעך מער נישט קאלן" (ער סטראשעט!!!) יעסססססס!!!!!!!!!!!!!!!!!,

נאכאמאל, "טאמער קאלסטעמעך נישט צוריק ביז מארגן גייעכדעך מער נישט קאלן"

מר. אינשורענס עידזשענט יו מעיד מיי דעי, קענסט אויך קומען דא טרינקען לחיים

(ס'איז נאר א שאד אז ער האט נישט געקאלט אלטער'ן, ווען יא, וואלטער ווען יעצט געשטאנען אין קארנער מיט רויטע באקן, און, יוי איך וואלט יעצט געלאכט א גוט'ס)

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 1:12 pm
דורך אנדי פעטיט
פאר די וואס האבן קיינמאל נאך נישט געדילט מיט די אינשורענס עידזשענס סלעש בראוקערס (פונט די אנדערע פון וואס דו האסט שוין), וואס קענען דיך פערזענליך ווייל דיין חבר'ס חבר'ס ברודער'ס באסע'ס מחותנת'טע האט אמאל געקלערט צו קויפן בייאיםא פאליסי, וויל איך דא מודיע זיין אז איך גלייב אז קיין איין ווארט דא אין וויכטיג'ס סיפור איז נישט מגוזם (חוץ די חלק אז ער האט יא געלט :wink: )

יישר כח און פיין אראפ געלייגט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 1:13 pm
דורך יגרסהדותא
לחיים טובים ולשלום. זייער שיין באשריבן.

יעצט לאמיר דיר פרעגן, דו האסט דאך שוין יא עקספיריענס. וויאזוי ערלעדיגט מען אז ער זאל נאך ביים ערשטן טעלעפאן קאל סטראשענען.. און פטור אן עסק?

הא?

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 3:03 pm
דורך איך_הער
וויכטיג, מעכטיג אראפ געלייגט, אקאראט וואס ס'האטצעך אפגעשפילט ביי מיר, מיט איין ענדערונג, ער האט געהערט שוואכער, און יא געמאכט א באזוך ביי מיר, אבער דארט האטצעכעס געענדיגט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 3:07 pm
דורך בני היכלא
איך האב אים/זיי, געזאגט אז דער מגן אברהם לאזט נישט טראכטן פון מארגן, און ס'איז אפיקורסות, זיי זעען מיט וואסערע קערל זיי בייסן דא אריין, און זיי מאכן פליטה...

אויב ס'העלפט נישט דערציילט מען די מעשה פון חזון איש, און ס'העלפט נישט קיין לייקענען.

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 3:09 pm
דורך farshlufen
בני: החייתנו

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 3:16 pm
דורך בני היכלא
ברוך השם, פאר די זכי'.

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 6:42 pm
דורך דארפסמאן
איך מיין אז יעדער מאכט מיט די זעלבע, איך האב געהאט אמאל איינער וואס האט מיך געריפען און איך האב נישט געקענט פטור ווערן פון אים. האב איך אוועק געדרייט די שמיס און געפרעגט וואסערע חסידות ביסטו ? האט ער מיר געזאגט וואסערע ! האבאיך אים געזאגט אז איך בין א חסיד פון דער רבי וואס דיין רבי האט אמאל גערעדט אויף אים אן איך קען מיט דיר נישט האנדלען , און וואס מיינט איר איך בין פטור געווארען פון אים

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 7:04 pm
דורך צייטליך
קיינער העט נישט מחולק זיין מיט מיר אז וויכטיגער האט עס אראפגעלייגט בעסער ווי דער "אינשורענס אגענט" אליין!

לולא התמהמ... נא, שאקס, ווי זאגט מען נאר, לולא דמיסתפ...אויך נישט, נאאאא, איך קען מיך נישט דערמאנען, איז נישט.

בקיצור, יעדער האט דאך שוין פארגעשריבן וואס איך גיי יעצט נאכשרייבן, ער האט אראפגעלייגט די מעשה פונקט וואס איך האב געהאט, מיסתמא האט ער געהאנדעלט מיטן זעלבן טרעועל אגענ.. נא, מיטן זעלבן אינשורענס אגענט ווי איך. ס'קוקט אויס ווי עס שטייט אין די ביכער ווי ער לערנט זיך (אויב ער לערנט זיך) אז אויב יענער זאגט אז ער האט שוין, זאל מען פרעגן אויב מ'קען צוריק קאלן אין זעקס חדשים, איך ווייס נישט פארווואס פונקט זעקס חדשים אבער זעהט אויס אז די אלע חברה פאלגן בלינדערהייט, און דאן נאכן אנריפן זאגט מען נאכאמאל זעקס חדשים און אזוי פארט א טרעין (נישט ממש, א טרעין האט דאך טרעקס מיט וועגענער, א גאנצע טרעין סטעישאן, אבער כעין זעה, דאס יא)

וואסי שייך צוציליייגן איז איין זאך, וויכטיגער האלט אן מיט אייער ארבייט, אויב קריגסטו פון קאן עדיסאן מארגן א בריוו אז איר זענט לעיט מיט פעימענט פון די חודש, טראכט נישט קיין צוויי, נאך פאר די טראכסט אפילו פון באצאלן (צווישן מיר און דיר, די האסטעך סייווי נישט פון וואנעט צו נעמען דאס געלט) שמיר ארויף אן ארטיקל אין קרעטשמע, גלייב מיר וועסט מחיה זיין מער אידן ווי עס ארבייטן אין גאנץ קאן עדיסאן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 8:01 pm
דורך קרעמער
איך האב יא אויסגעפאלגט די אינגעלייטלעך, און איך צאל היינט צוטאגס 3 אינשורענס פאלעסיס. פונקט נעכטן אויסגעלייגט 2,605.13 פאר מיין היי-יעריגע פאלעסי.

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2008 8:29 pm
דורך מאשקע
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו... (קרעדיט: ווישטיג)

דו לייגסט דאך אזוי גוט אראפ וויאזוי יענער קאלט דיך אויפ'ן בלעקבערי (דו האסט יא אדער נישט?), אז יעדער וואס איז שוין אמאל נאכגעלאפן געווארן פון יענע חברה, שפירט ווי איינער האט זיך אונטערגעהערט זיינע טעלעפאנישע שמועסן (ס'האט נישט גיהאט דאס רויטע לעמפאלע...) און געמאכט דערפון א לחיים ארטיקל.

לחיים! ביי דעם ארטיקל און ביי אלע ארטיקלן געזונטערהייט, שרייט אלע ער שרייבט, ער שרייבט, ער שרייבט. גוט שבת.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:28 pm
דורך 3x0
לחיים, און שכוח פארן עס באשרייבן.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:33 pm
דורך וויכטיג מאכער
טריאו, אזוי פלעין זאג עפעס, פארצייל פארן עולם דיין עקספיריענס,

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 12:40 pm
דורך 3x0
איך האב עס נישט געשריבן,ווייל איך האב געמיינט אז איך האב עס שוין דא געשריבן (אויך ווייל ווייסט דאך שוין וויזאוי איך שרייב...)

איך טריי שיינערהייט מיט יענעם אז ער זאל מיך אפלאזן, און אויב עס גייט נישט, פאנג איך אן צו רעדן שטותים מיט אים, אז יענער זאל וועלן אראפלייגן.

מער פרטים קען איך דיר נשיט זאגן, ווייל שוין לאנג נישט געווען ב"ה.

געשריבן: דינסטאג מאי 27, 2008 12:07 am
דורך salads
וויכטיג
כ'האב אויך גהאט א ענליכע מעשה, נאר ביי מיר האט ער אויך באזיכט צוויי מאל, אין ס'איז פארשטייט זיך גארנישט געווארן, נאכן צווייטן מאל, האב כ'אים געזאגט אז ווען ס'פעילט אים אויס א טרינק, צו ווען ער וויל פארברענגען אביסל, קען ער ארויפקומען..
ס'מאכט נישט אויס, קיין פאליסי וועל כ'ממילא נישט קויפן ביי דיר, אבער א באזיך? פרוואס נישט..

כ'ווארט נאך אויף אים..

אגב כ'האב שוין איין פאליסי, וואס די פעימענט לויפן אטאמאטיק יעדן חודש פון מיין באנק אקאונט.

געשריבן: דינסטאג מאי 27, 2008 1:12 pm
דורך דארפסמאן
סאלאט איך האב הנאה אז די האסט פארשטאנען וואס ער וויל