פרייזן אין ק"י גראסעריס

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צו געזונט האט געשריבן:עס קאן יא און נישט ארבעטן...
גפן, צ.ב.ש. איז די טייערסטע ווענדאר, איז אויב נעמסטו ביי הדר אדער משפחה פאר ביליג, וועט ער דיר נישט פארקויפן קיין קדם גרעיפ דזשוס.
נעמסטו א אפפ ברענד מילכיגע פראדוקט, וועט דיר מהדרין נישט געבן א פראדוקט וואס דער עולם קויפט נאר זייערס. א.א.וו.

ס'איז נישט לעגאל! און נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה ! אויב פאסירט דאס, דארפסטו אים רופן צו דין תורה און מפרסם זיין ברבים!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

lebediger berel האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:עס קאן יא און נישט ארבעטן...
גפן, צ.ב.ש. איז די טייערסטע ווענדאר, איז אויב נעמסטו ביי הדר אדער משפחה פאר ביליג, וועט ער דיר נישט פארקויפן קיין קדם גרעיפ דזשוס.
נעמסטו א אפפ ברענד מילכיגע פראדוקט, וועט דיר מהדרין נישט געבן א פראדוקט וואס דער עולם קויפט נאר זייערס. א.א.וו.

ס'איז נישט לעגאל! און נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה ! אויב פאסירט דאס, דארפסטו אים רופן צו דין תורה און מפרסם זיין ברבים!

די מאנאפעלי אין כשר מארקעט איז אן אלטע מעשה...מען האקט אונטער און נאכדעם קויפט מען אויס די קאמפעטישאנס.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אויסקויפן קאמפעטישאנס און געבן פאר ביליגער איז איין זאך, (אודאי נישט שיין)
אבער זאגן פאר יענעם איך פארקויף דיר נישט גרעיפ דזשוס פאר א רעגולער פרייז אויב דו נעמסט נישט מיין טשולענט בונדעל פאר א הויכע פרייז איז אומלעגאל, קעגן דעת תורה, קעגן מענטשהייט, און מ'דארף עס מפרסם זיין אויב סאיז אמת
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:זייער א גרויסע פראצענט אידן אין קר''י קויפן פעמפערס אין די ארומיגע געשעפטן ווי טארגעט/וואלמארט ווי ס'איז סך ביליגער ווי אין גראסערי אין אויך ווי די אינגערמאן וואס פארקויפט.

די געשעפטן קויפן אויך דארט
איך האב שוין מער ווי איינמאל געזעהן ווי די אידישע געשעפטן ברענגען זייער טראק צו BJ און פיקען אויף פעמפערס
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35423
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

lebediger berel האט געשריבן:אויב דו נעמסט נישט מיין טשולענט בונדעל פאר א הויכע פרייז


נ'אמת'ן אריין, זיייערע בונדלעך זענען אלע א בעסערע און צומאל גאר אן אנדערע פראדוקט ווי זייער קאמפעטישן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

derech eretz האט געשריבן:לויפט מיר שוין לאנג אין קאפ די פאלגענדע מחשבה, בינגא קען געבן ביליג פאר 2 סיבות, איינס ווייל זיי קויפן איין אסאאך קוואנטיטי טאקע, אבער נאך א סיבה איז ווייל זיי האבן נישט אן אויסוואל פון ברענדס פון יעדע זאך, און אז זיי קויפן נאר פון איין ברענד/פרייוועט לעיבעל קענען זיי מאכן א גוטן דיעל.

דארף מאכן פערפעקט סענס לענ"ד א סטאר זאל נאכמאכן די איידיע אין קליין, נעמען נאר איין ברענד קעטשאפ/ברויט/טישוס/וכו' און עס באקומען פאר א בעסערע פרייז, אסאך משפחות וועלן זיך מחי' זיין צו מאכן דארט דעם ארדער, וואס זאגט איר?

אזוי ארבייט א מציאות סטאר און א באזאר
ער מוז נישט אלעס האבן ברענגט ער אריין נאר וואס ער קען געבן פאר ביליג
אמעזינג סעווינגס טוט די זעלבע
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14669
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:א גרויס חלק קרית יואל האבן נישט קיין אנונג וויפיל זייער גראסערי ביל איז
אזוי ווי איך בין אן אפיליעט האב איך געבעטען פון עטליכע באקאנטע אז ווען זיי קויפען פעמפערס ביי עמעזאן און דיטערדזענטס ביי וואל מארט אדער סיי וואס זאלן זיי קויפן דורך מיין לינק א טייל האבן גערן מסכים געווען אבער א גרויס טייל האבן מיר געזאגט אז זיי קויפן אלעס אין גראסערי

א גרויס עולם וועלן אריין לייגן יעדע וואך אין זייער ארדער א פעקל פעמפערס פאר $10 אינדערצייט וואס עמעזאן בעהט $30 https://amzn.to/2LxX9ig

א יונגערמאן אין קרית יואל פארקויפט פעמפערס ביליגע ווי די גראסעריס ער איז עדווערטייזט אין קרית יואל ווי אויך אין מאנסי, פון מאנסי האט ער קאסטומערס אבער פון קרית יואל האט ער באקומען אין די לעצטע 3 וואכען בלויז 6 קאללס
פאר איין סיבה ווייל אין גראסערי איז עס באקוועמער צו קויפען

זייער א גרויסע פראצענט אידן אין קר''י קויפן פעמפערס אין די ארומיגע געשעפטן ווי טארגעט/וואלמארט ווי ס'איז סך ביליגער ווי אין גראסערי אין אויך ווי די אינגערמאן וואס פארקויפט.


א גרויס עולם קויפט אין די ארומיגע געשעפטען און א גרויס עולם קויפט אין גראסערי (נעמט אין באטראכט אז נישט יעדע פארמאגט א קאר און נישט אייביג קען מען אנקומען צו לארקין)
בייגעלייגט איז זיינע פרייזען דאס איז שוין אינקלאדעט טעקס און דעליווערי

Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35423
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון אלגעמיינע נאציאנאלע ברענדס איז קיין קשיא בכלל.

ווער עס האט שוין אמאל געדיעלט מיט די זאכן ווייסט אז די גרויסע שאכטלען געשעפטן קריגן גאר גאר גוטע דיעלס אויף די אייטעמס דירעקט פון די סופלייערס, משא"כ די קליינע קויפן דורך גאר אן אנדערע סופליי טשעין און קענען שווערליך צוקומען נאענט צו די ריטעיל פרייזן פון די גרויסע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

פריינד האט געשריבן:אזוי ארבייט א מציאות סטאר און א באזאר
ער מוז נישט אלעס האבן ברענגט ער אריין נאר וואס ער קען געבן פאר ביליג
אמעזינג סעווינגס טוט די זעלבע

ראזנער'ס אין בארא פארק ברענגט נאר אריין וואס זיי קענען באקומען פאר ביליג. אמאל פרעגט מען די גוי פארוואס זיי האבן נישט אן אייטעם זאגט ער נאו טשיפ.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

איינער ווייסט ווען ריפרעש דארף זיך צו עפענען?
אוועטאר
טאקע?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע? »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:איינער ווייסט ווען ריפרעש דארף זיך צו עפענען?

ר"ח אלול
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איך זעה נישט וואס די אישו מיט די איחוד הגראסעריס, סאיז די בעסטע זאך פאר די קאנסומער, און די חשבון איז פשוט, אז מענטשן וועלן זעהן אז גראסעריס איז א גאלד גריב וועלן מער אינוועסטערס זיך אריינלייגן אין די ביזנעס, וועט אוטומאטיש ווערן א קאמפעטישן און סוועט צוהאקן די מאנאפאלי, אפשר וועט זיין אביסל שווער צו עפענן אין די גרעניצן פון פאלם טרי, אבער עכ"פ אזא געשעפטל ערגעץ אינדרויסן מיט א גוטע דעליווערי סיסטעם וועט צושמעטערן די גאנצע גראסערי קורופציע.

עס וועט עניוועיס געשעהן היינט אדער מארגן מער געשעפטן אינדרויסן פון די תקנות גרעניצן...
#בשיטה נישט
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

בינגא האט שוין געהאלטן ביים סייענן קאנטראקט מיט א לאקאציע אין ק"י און די באהערדע האבן געסטראשעט די בעל הפלאץ עס צו קענסלען
(א מעשה פון איבער א יאר צוריק)
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

קאץ און מויז האט געשריבן:בינגא האט שוין געהאלטן ביים סייענן קאנטראקט מיט א לאקאציע אין ק"י און די באהערדע האבן געסטראשעט די בעל הפלאץ עס צו קענסלען
(א מעשה פון איבער א יאר צוריק)


פון וואו נעמסטו דאס?
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:בינגא האט שוין געהאלטן ביים סייענן קאנטראקט מיט א לאקאציע אין ק"י און די באהערדע האבן געסטראשעט די בעל הפלאץ עס צו קענסלען
(א מעשה פון איבער א יאר צוריק)


פון וואו נעמסטו דאס?

פוונעם בעל הפלאץ!!
א נאנטע משפחה מיינע!
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

נו שוין האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די אישו מיט די איחוד הגראסעריס, סאיז די בעסטע זאך פאר די קאנסומער, און די חשבון איז פשוט, אז מענטשן וועלן זעהן אז גראסעריס איז א גאלד גריב וועלן מער אינוועסטערס זיך אריינלייגן אין די ביזנעס, וועט אוטומאטיש ווערן א קאמפעטישן און סוועט צוהאקן די מאנאפאלי, אפשר וועט זיין אביסל שווער צו עפענן אין די גרעניצן פון פאלם טרי, אבער עכ"פ אזא געשעפטל ערגעץ אינדרויסן מיט א גוטע דעליווערי סיסטעם וועט צושמעטערן די גאנצע גראסערי קורופציע.

עס וועט עניוועיס געשעהן היינט אדער מארגן מער געשעפטן אינדרויסן פון די תקנות גרעניצן...

רינגא איז אינדרויסען פון שטעטעל, און עס קוקט נישט אויס ער זאל זיין אזוי שטארק ווי די אנדערע גראסערי'ס
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קאץ און מויז האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:בינגא האט שוין געהאלטן ביים סייענן קאנטראקט מיט א לאקאציע אין ק"י און די באהערדע האבן געסטראשעט די בעל הפלאץ עס צו קענסלען
(א מעשה פון איבער א יאר צוריק)


פון וואו נעמסטו דאס?

פוונעם בעל הפלאץ!!
א נאנטע משפחה מיינע!

היינו טעמא דביזנעס סענטער והיינו טעמא דריפרעש, איך זאל מאכן דאס מערסטע און דער פשוטער ארבעטער זאל דערשטיקט ווערן ח"ו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אחת ואחת האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די אישו מיט די איחוד הגראסעריס, סאיז די בעסטע זאך פאר די קאנסומער, און די חשבון איז פשוט, אז מענטשן וועלן זעהן אז גראסעריס איז א גאלד גריב וועלן מער אינוועסטערס זיך אריינלייגן אין די ביזנעס, וועט אוטומאטיש ווערן א קאמפעטישן און סוועט צוהאקן די מאנאפאלי, אפשר וועט זיין אביסל שווער צו עפענן אין די גרעניצן פון פאלם טרי, אבער עכ"פ אזא געשעפטל ערגעץ אינדרויסן מיט א גוטע דעליווערי סיסטעם וועט צושמעטערן די גאנצע גראסערי קורופציע.

עס וועט עניוועיס געשעהן היינט אדער מארגן מער געשעפטן אינדרויסן פון די תקנות גרעניצן...

רינגא איז אינדרויסען פון שטעטעל, און עס קוקט נישט אויס ער זאל זיין אזוי שטארק ווי די אנדערע גראסערי'ס

מ'דארף וויסן ווי אזוי צו ברענדן, קודם כל דאס אליין אויב בינגא וועט אנהייבן אינדרויסן פון שטעטל וועט זיין גרינגער דערנאך אריינצוקומען אין שטעטל, זיי דארפן אנהייבן נאנט צו די נייע גרעניצן, ועוד אז ער האט אביסעלע שכל שמירט ער ווי מ'דארף
איך קען איינעם אין קרית יואל וואס האט לעצטענס געטון זאכן פאר זיין פרנסה וואס האט נישט געשמעקט פאר די באהערדע, ס'האט גערירט זייער טאש (און ס'איז נאך בנוסף געווען א חי'שקייט וואס האט בארירט דעם ציבור), ער האט אראפגעלייגט א מאה אלף פאר איין מוסד, און א מאה אלף פאר נאך א מוסד וואס איז נאנט צום הארצן פון מנהל האבאהערדע, און אלעס איז פיין און וואויל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אחת ואחת האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די אישו מיט די איחוד הגראסעריס, סאיז די בעסטע זאך פאר די קאנסומער, און די חשבון איז פשוט, אז מענטשן וועלן זעהן אז גראסעריס איז א גאלד גריב וועלן מער אינוועסטערס זיך אריינלייגן אין די ביזנעס, וועט אוטומאטיש ווערן א קאמפעטישן און סוועט צוהאקן די מאנאפאלי, אפשר וועט זיין אביסל שווער צו עפענן אין די גרעניצן פון פאלם טרי, אבער עכ"פ אזא געשעפטל ערגעץ אינדרויסן מיט א גוטע דעליווערי סיסטעם וועט צושמעטערן די גאנצע גראסערי קורופציע.

עס וועט עניוועיס געשעהן היינט אדער מארגן מער געשעפטן אינדרויסן פון די תקנות גרעניצן...

רינגא איז אינדרויסען פון שטעטעל, און עס קוקט נישט אויס ער זאל זיין אזוי שטארק ווי די אנדערע גראסערי'ס


רינגא איז נישט קיין לאקאלע גראסערי, מ׳קען לכאורה ניטאמאל אריינגיין
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

קאץ און מויז האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:בינגא האט שוין געהאלטן ביים סייענן קאנטראקט מיט א לאקאציע אין ק"י און די באהערדע האבן געסטראשעט די בעל הפלאץ עס צו קענסלען
(א מעשה פון איבער א יאר צוריק)


פון וואו נעמסטו דאס?

פוונעם בעל הפלאץ!!
א נאנטע משפחה מיינע!

כ'האב געהערט גאנץ ענליך פון א נאנטע מיינע, אז בינגא האט לעצטנס געזוכט צו סיינען קאנטראקט אויף א שטח אינדרויסן פון קרית יואל, און די באהערדע פונעם אפיס און ביזנעס צענטער אויפ'ן 208 האבן אים געסטראשעט עס צו קענסלען.
אוועטאר
עס וועט זיין גיט
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גיט »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
האט אזוי נאר דעיס וועט ארבייטען
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7073
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מי יודע האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די אישו מיט די איחוד הגראסעריס, סאיז די בעסטע זאך פאר די קאנסומער, און די חשבון איז פשוט, אז מענטשן וועלן זעהן אז גראסעריס איז א גאלד גריב וועלן מער אינוועסטערס זיך אריינלייגן אין די ביזנעס, וועט אוטומאטיש ווערן א קאמפעטישן און סוועט צוהאקן די מאנאפאלי, אפשר וועט זיין אביסל שווער צו עפענן אין די גרעניצן פון פאלם טרי, אבער עכ"פ אזא געשעפטל ערגעץ אינדרויסן מיט א גוטע דעליווערי סיסטעם וועט צושמעטערן די גאנצע גראסערי קורופציע.

עס וועט עניוועיס געשעהן היינט אדער מארגן מער געשעפטן אינדרויסן פון די תקנות גרעניצן...

רינגא איז אינדרויסען פון שטעטעל, און עס קוקט נישט אויס ער זאל זיין אזוי שטארק ווי די אנדערע גראסערי'ס

מ'דארף וויסן ווי אזוי צו ברענדן, קודם כל דאס אליין אויב בינגא וועט אנהייבן אינדרויסן פון שטעטל וועט זיין גרינגער דערנאך אריינצוקומען אין שטעטל, זיי דארפן אנהייבן נאנט צו די נייע גרעניצן, ועוד אז ער האט אביסעלע שכל שמירט ער ווי מ'דארף
איך קען איינעם אין קרית יואל וואס האט לעצטענס געטון זאכן פאר זיין פרנסה וואס האט נישט געשמעקט פאר די באהערדע, ס'האט גערירט זייער טאש (און ס'איז נאך בנוסף געווען א חי'שקייט וואס האט בארירט דעם ציבור), ער האט אראפגעלייגט א מאה אלף פאר איין מוסד, און א מאה אלף פאר נאך א מוסד וואס איז נאנט צום הארצן פון מנהל האבאהערדע, און אלעס איז פיין און וואויל

יא יא. און ארומקעפויקט די נתינה מיט בילדער...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

לא לנו האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:בינגא האט שוין געהאלטן ביים סייענן קאנטראקט מיט א לאקאציע אין ק"י און די באהערדע האבן געסטראשעט די בעל הפלאץ עס צו קענסלען
(א מעשה פון איבער א יאר צוריק)


פון וואו נעמסטו דאס?

פוונעם בעל הפלאץ!!
א נאנטע משפחה מיינע!

כ'האב געהערט גאנץ ענליך פון א נאנטע מיינע, אז בינגא האט לעצטנס געזוכט צו סיינען קאנטראקט אויף א שטח אינדרויסן פון קרית יואל, און די באהערדע פונעם אפיס און ביזנעס צענטער אויפ'ן 208 האבן אים געסטראשעט עס צו קענסלען.

גוט גוט!
ועם עקש תתפתל...
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

מי יודע האט געשריבן:מ'דארף וויסן ווי אזוי צו ברענדן, קודם כל דאס אליין אויב בינגא וועט אנהייבן אינדרויסן פון שטעטל וועט זיין גרינגער דערנאך אריינצוקומען אין שטעטל, זיי דארפן אנהייבן נאנט צו די נייע גרעניצן, ועוד אז ער האט אביסעלע שכל שמירט ער ווי מ'דארף
איך קען איינעם אין קרית יואל וואס האט לעצטענס געטון זאכן פאר זיין פרנסה וואס האט נישט געשמעקט פאר די באהערדע, ס'האט גערירט זייער טאש (און ס'איז נאך בנוסף געווען א חי'שקייט וואס האט בארירט דעם ציבור), ער האט אראפגעלייגט א מאה אלף פאר איין מוסד, און א מאה אלף פאר נאך א מוסד וואס איז נאנט צום הארצן פון מנהל האבאהערדע, און אלעס איז פיין און וואויל

כ'הער גוט? דער דעפיוטי ראה"ק (בינגאו) דארף שמירן פאר וועם?
איין הויעך ווארט און ס'נישטא קיין שמח"ת פארענטשעס און קיין קוטשער'ס קומענדיגע יאר...

אין אמת'ן גערעדט איז דאס אויך איינע פון די סיבות פארוואס בינגאו וועט לכאורה נישט עפענען אין קרית יואל
אבער אז בינגאו וועט עפענען אפילו אין טשעסטער וועט די 17 כסדר זיין אנגעלייגט... מ'וועט מוזן נוצן וועיז!
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

מ'טענהט זיך אז עס גייט א רויעך

געדענק איך נישט ווער עס האט עס געפרעגט אנהייב פונעם אשכול.

''פארוואס קויפן די אלע גראסערי סטארס דירות יעדע יאהר, און פארוואס פארפיגט זייערע נעמען אלס נדבנים???''

דאס מיינט אז די יעצטיגע סיסטעים ארבייט זייער גוט און מען מאכט א באנטש געלט. אוודאי וועט אלס זיין קליינע גראסעריס וואס וועלן נישט מאכען קיין געלט, אדער ווייל זיי לאזן אויפשרייבען פאר זייער לאנג, אדער עס איז פשוט נישט גוט אויסגערעכנט
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”