אפאר פשוטע דיבורים פאר שטענדיג און בפרט פאר יעצט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפאר פשוטע דיבורים פאר שטענדיג און בפרט פאר יעצט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך וויל רעדן א מינוט איבער א נושא וואס אלע קענען, אבער ווילן צומאל נישט הערן דערפון, וויבאלד עס הערט זיך זייער שרעקעדיג, און איז ביי אונז איינגעקריצט אלץ א אומבאקוועמע זאך וואס מען האט נישט ליב צו רעדן דערפון.
אבער באמת, איז עס גאר געשמאק און לעכטיג, און עס איז נאר מעשה היצר עס צו אראפקלאפן, און בפרט אין אזא צייט ווי יעצט איז עס זייער כדאי צו דערמאנען, און פרובירן צו עס מקיים זיין וויפיל מען קען, און עס וועט נאר אויפהייבן די מענטש, און אים נענטער ברענגען צום אייבערשטן, און אים נאר פרייליך מאכן און ריינער מאכן, עס לוינט זיך.
דאס איז די ענין פון 'תשובה'.

תשובה דערמאנט אונז גלייך פון שרעקעדיגע מאמענטן, אלול מיט ראש השנה און די גאנצע ארום, אוי, איך האב נישט קיין כח, לאז מנוחה...
אבער באמת, איז עס נישט אזוי שווער, און עס איז בכלל נישט קיין אנגעזעצטע זאך. פונקט פארקערט, דאס איז דאך די גרעסטע חסד ה', דאס קומט דאך פון די גרעסטע רחמנות פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אזא מתנה נפלאה, און די יצר הרע האט א כח עס צו פארשווארצן און אונז צו דערווייטערן דערפון, אזוי זאלן מיר עס נישט טון און עס זאל ארויספאלן פון אונזערע הענט אזא מתנה טובה.
דער אייבערשטער ווייסט אז מיר זענען מענטשן, הוא ידע יצרינו, און ער ווייסט אז יעדער פאלט דורך יעדן טאג, און טאקע דערפאר, ווייל ער וויל נישט מיר זאלן זיך ארומדרייען אזוי שווארץ און מיט נישט גוטע זאכן אויפן פלייצע, דערפאר זאגט ער אונז אז מיר זאלן תשובה טון.
און עס קען נישט זיין אז עס זאל זיין צו א שווערע זאך אדער עפעס א מדריגה צו וואס מען דארף זוכה זיין, ווייל מען רעדט דאך דא צו יעדע איד, און דיקא צו די ווייטע מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן, אויב אזוי מוז עס זיין א דבר השוה לכל נפש, און דיקא טאקע פאר פשוטע און ווייטע מענטשן, און מען קען עס גאר גרינג מקיים זיין, כי קרוב הדבר אליך מאד.

און די עיקר נקודה דערפון איז, קום צום אייבערשטן און זאג אים אז דו ווייסט אז דו האסט נישט גוט געטון, און דו 'ווילסט' עס נישט, דיין רצון איז נישט דערצו, דו 'ווילסט' דעם אייבערשטן, דאס מיינט אז דו טוסט 'תשובה' – קערסט דיך צוריק.
ווייל די עיקר פגם פון א עבירה איז די רצון, אז דו זאגסט אז דו ווילסט דאס און נישט דעם אייבערשטן, וואס דעפאר טאקע איז פגם הברית גאר הארב וויבאלד מען פאלט אריין דערין מיט גאר א גרויסע רצון וכו' און מען רייסט זיך ממש אפ פונעם אייבערשטן רח''ל.
איז וויבאלד די עיקר פגם איז די רצון, אז דו האסט ממליך געווען דיין רצון און נישט דעם אייבערשטנ'ס רצון, ביסט אוועק פונעם אייבערשטן און זיין רצון וואס ווערט נתגלה אין די תורה, דערפאר איז די עיקר אז יעצט זאלסט דיך צוריקקערן, דורך קומען צום אייבערשטן און זאגן אז דו ווילסט אים יא, און די נישט גוטע זאך איז נישט באמת דיין רצון –
וואס דאס איז דאך די ריינע אמת, וועלכע איד וויל דען עבירות, אפילו בפשטות - וועלכע איד וויל עונשים ח''ו, נאר מען האט נסיונות צוליב די הסתרות און תאוות וכו', אבער באמת וויל דאס יעדע איד, נאר צו טון יעדע רגע די רצון ה', איז די עיקר, אז מען זאל עס קומען זאגן יעדן טאג פארן אייבערשטן מיט א תמימות און אמת.

פאריגע וואך איז צוגעקומען צו מיר א איד וואס איז מיר שולדיג א קליינע סכום געלט פאר אפאר וואכן, און ער זאגט מיר 'איך ווייס איך בין דיר שולדיג געלט, איך האב עס אינזין, איך וועל דיר עס באצאלן אי''ה'.
דער קליינער מעשה האט מיר זייער אויפגעוועקט צו די ענין פון תשובה, ווייל וואס איז אויב דער איד גייט מיר אריבער און זאגט מיר גארנישט, קען זיין איך וואלט שוין געווארן אויפגערעגט און אנגעהויבן צו טראכטן אז ער וויל מיר נישט צאלן, ער האט נישט קיין אחריות, און נאך און נאך.
אבער יעצט אז ער האט מיר געזאגט די פאר ווערטער אז ער ווייסט דערפון און ער וויל מיר באצאלן, איז אלעס געווארן מסודר, אפילו אויב ער האט מיר נאכנישט געצאלט.

דער אייבערשטער ווייסט אלעס, ער וויל אבער מיר זאלן זיך נעמען די מיה און קומען צו אים און אים זאגן די פאר ווערטער מיט אן אמת, אז מיר ווייסן מיר דארפן זיין בעסער, מיר ווילן ווען זיין בעסער, און מיר טוהען תשובה אויף די נישט גוטע זאכן, און מיר ווילן עס נישט.
דאן איז עס אינגאנצן אנדערש, ווייל אויב מיר גייען זיך אן מיטן לעבן, מען לערנט אביסל און מען דאווענט אביסל און מען פילט זיך שוין גוט כאילו מען איז אינגאנצן מסודר, אבער באמת לב יודע מרת נפשו ווי ער האלט אין כל מיני ענינים, דאן קען דאס זיין א חרון אף ח''ו.
אבער די רגע מיר מאכן זיך עכ''פ וויסנדיג, און מיר קומען עכ''פ צום אייבערשטן און זאגן אים אז מיר ווייסן אז מיר דארפן זיין בעסער און מיר ווילן עס, און מען בעט אים אז ער זאל אונז טאקע העלפן צו ווערן באמת אזוי ווי ער וויל פון אונז, דאן איז דאס גאר אסאך ממתיק, און מיר זענען פיל ריינער און הייליגער, ווייל מיר קערן זיך צוריק צום אייבערשטן פון ווי מיר זענען נאר.

און עס איז זייער כדאי זיך צו קובע זיין יעדן טאג א זמן קבוע, אפילו פינף צען מינוט ווי מען זיצט מיטן אייבערשטן, און מען פרובירט צו רעדן צו אים איבער די מצב ווי מען איז, און מען טוט תשובה מיט א תמימות, און מיט דעם פטר'ט מען פשוט אפ אזויפיל שמוץ און נישט גוטע זאכן וואס הויפענען זיך אן אויף אונז טאג טעגליך.
און פארשטייט זיך אז מען קען אויך בעטן אויף גשמיות דעמאלטס, און אלעס קען מען רעדן צו אונזער גוטע טאטע אין הימל, וואס ווארט אויף אונז אז מיר זאלן קומען צו אים רעדן, און ער קוקט אויף אונז מיט ליבליכע בליקן און ווערט אז מיר זאלן זיך דערמאנען פון אים און רעדן צו אים.
בפרט אין אזא צייט וואס מען דארף פיל רחמים, דארף מען פשוט טון וואס אונזערע זיידעס האבן געטון אלע יארן, תשובה טון! מען טוט אלע סגולות און עצות, אבער דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן זיך פשוט דערמאנען פון אים און תשובה טון, דאס אלעס.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: אפאר פשוטע דיבורים פאר שטענדיג און בפרט פאר יעצט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p-
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אפאר פשוטע דיבורים פאר שטענדיג און בפרט פאר יעצט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

געוואלדיגע רייד!! יישר כוח!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: אפאר פשוטע דיבורים פאר שטענדיג און בפרט פאר יעצט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

ייש"כ, זייער אויפריכטיג!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח אידישע קהילות און ספרים שטוב פארן מיר באדאנקן!
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

Re: אפאר פשוטע דיבורים פאר שטענדיג און בפרט פאר יעצט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

יישר כח פאר די אמת'ע דיבורים!!
מלך שהשלום שלו
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר ר' יאסל קעניג, און ברוינע באנאנע (נשכח בפעם הקודם, אמטושולדיגס), פארן באדאנקן!!
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

Re: אפאר פשוטע דיבורים פאר שטענדיג און בפרט פאר יעצט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי »

זייער קלאר
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”