אנאנימע משלוח מנות פראבלעם

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

אנאנימע משלוח מנות פראבלעם

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג מארטש 10, 2020 6:10 pm

דאס געשעהט איעדעס יאהר, און עס אוז געקומען די צייט צו מעורר זיין!

איעדעס יאר, לאט מען איבער ביי מיין טיהר, שיינע הערליכע משלוח מנות. נו.. אלעס פיין סאו פאר. אבער... אפאר, טאקע נאר אפאר, ממש איינצילנע, אבער עס געשעהט מיט כאטש אפאר שטיק, אז מען לאט איבער אהן א נאמען... נו...

פון ווי דארף איך וויסען ווער עס האט עס געשיקט??!!
purim basket.jpg
purim basket.jpg (9.71 KiB) געזעהן 1120 מאל


לאז מיך ענק זאגן א מעשה. איך בין נישט זיכער אז אזוי איז געוועהן די מעשה. ווייל איך ווייס דאך נישט ווער עס איז, ווייל מען האט דאך נישט געלייגט קיין לעיבעל אויפן "שמחת פורים" טעג. אבער איך שטעל זיך פאהר אז אזוי בערך גייט עס. אויב נישט פונטקליך אזוי, איז עס עפעס בערך...

מרס. שמעקאוויטש (נישט איהר עכטע נאמען, אבער עס איז נישט שיין צו שרייבן מרס. שטי...קאוויטש), האט אהנגעגרייט גאר א שיינע פערזענליכע משלוח מנות פאר מרס. פיינשמעקער. וואס האט מרס. שטי..... סארי, מרס. שמעקאוויטש מיט מרס. פיינשמעקער? נישט קיין סך. בעיקר, זיי זענען געוועהן קלעס מעיטס מיט פופצען יאהר צירוק. אבער נישט קיין סך מער. למעשה, מרס. פיינשמעקער איז געוועהן זייער פאפולער אין סקול. מרס. שטינ.... נישט. ביידע האבן זיך געצויגן פון בארא פארק קיין מאנסי. מרס. שמעקאוויטש, ווייל איהר לענדלאר האט געהעכערט די רענט פאר דריי טויזענט דולר א חודש, און זי האט פשוט מער נישט געקענט. האט זי נישט געהאט קיין ברירה, און געמופט קיין מאנסי (נישט מאנצי).

מרס. פיינשמעקער, האט געהאט א דירה, באקומען ביי די חתונה א מתנה פון די עלטערן, אבער די געזונדעל איז פארמערט געווארן, און הגם, זיי האבן נאך געפוט אין די ליפטיגע 4 בעדרום אפארטמענט אויפן דריטן שטאק, האט איהר שוין נישט גאפאסט צו האבן איהר וואשער-דרייען אין א וואק אין קלאזעט, האט זי געמופט קיין מאנצי. און הגם זי האט נישט געהאט צופיהל פרענדס, אבער זי האט שנעל געמאכט פרענדס. אוואדאי, מיט א גרויסע פאקעט בוק, האט זי געטיילט פאר אלע לעידיס עקזילערי, געמאכט די יערליכע פארטי אין איהר הויז, וכו'.

אבער... זי האט דאך נישט געהאט פון די אלטע פרונדס, האט זי זייער מקרב געוועהן מרס. שמעקאווטיש. זי איז דאך געוועהן א בעל חסד אייביג, און זי האט זייער געגליכן די אמת'ע שמייכל פון איהר אלטע פריינדין, מרס. שמעקאווטיש.... עס גייט דורך אפאר יאהר, ווען שמעקאוויטש איז טייט, פיינשמעקער העלפט, איידל, מיט א שמייכל און בדרך כבוד.... נו...

איצטער איז ערב פורים. מרס. שמעק איז א קומפעטארין... אבער... זי שפיהרט אז מען מוז געבען א שיינע משלוח מנות פאר מרס. פיין. זי גרייט אהן אלעס הערליך... אפילו זי איז א קימפעטארין. צו צווינגט איהר מאן איהר צו דרייווען פון מאנסי קיין מאנצי. זיי פארן איבער א שעה אין די מאנסי פורים טרעפיק... און.... מען קומט אהן צו פיינשמעקער און זיי זענען נישט אינדערהיים. זיי זענען דאך ביי די עלטערן אין בארא פארק. נו... לאזט מען איבער די משלוח מנות ביים טיהר. עס זענען שוין דא אסאך אנדערע משלוח מנות ביים טיהר. אבער מרס. שמעק האט פארגעסן צו שרייבן איהר נאמען אויפן שמחת פורים טעג... ווער קען האבן טענות אויף איהר? זי איז דאך א פאריאגטע קומפערטארן...

אבער... זי האט געהאפט אז כאטשיג וועט מרס. פיינשמעקער איהר רופן און געבן א גיטע קאמפלימענט... אבער מיטאמאהל איז דאס געקומען... ווייל, ווען מרס. פיינשמעקער איז אהיימגעקומען 2 פארטאגס, האט זיך שנעל אריינגענומען די אלע משלוח מנות ביי די טיהר. שפעטער, שושן פורים, האט זי איעדען אהנגערופן און געגעבן קאפלימענטס לרחצה... זי האט געטראפן איין הערליכע משלוח מנות, אבער נישט געוויסט ווער האט עס געשיקט. און זי האט נישט געקענט רופן געבן קאמפלימענטס. זי האט זיך גראדע געווינדערט פארוואס מרס. שמעק האט נישט געברענגט משלוח מנות די יאהר. אבער מען קען דאך נישט האבן טענות, ווייל זי איז דאך א קימפעטארן...

און וואס איז מיט מרס. שמעקאוויטש?

זי ווארט גאנץ שושן פורים אויף די קאמפלימענט, איז עס קומט נישט. זיי פארשטייט נישט??? איך האב דאך אזוי שווער געארבייט אויף די משלוח מנות, און די פיין שמעקער, מרס. פיינשמעקער קען מיטאמאהל רופן זאגן ישר כח??? איז זי געווארן אין א שלעכטע גיסטע, און אויסגעגעבן איהר כעס אויף איהר אומשילדגע מאן...

דעריבער, מיינע טייערע ידידים, מאכט זיכער אז איהר לייגט ארויף אייער נאמען אויף די "שמחת פורים" טעג, און זייט נישט גורם שלום בית פראבלעמען אין די פרייליכע-הייליגע טאג ביום הפורים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע: בתוך כללות עם ישראל

תגובהדורך מגיני ארץ » מיטוואך מארטש 11, 2020 11:43 am

די מעשה גייט אביסל אנדערש. מרת ש. האט באקומען די משלוח מנות פון איינעם, עס איז געווען זייער שיין, זי האט געקלערט אז זי וועט עס שיקן ווייטער, האט זי אראפגענומען די לעיבל, און זי האט נישט געהאט א אייגענע לעיבל ארויפצולייגן,

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מיטוואך מארטש 11, 2020 11:54 am

איי איז דאס גוט!
האסט מיר געמאכט שמייכלען!
נאדיר א ;l;p-
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך מארטש 11, 2020 1:25 pm

שיין אראפגעלייגט ר' קאושער...
כ'זע אבער אז די בייגעלייגטע משלוח מנות האט א מאסקע. וואס איר דארפט טון איז בלויז אראפנעמען די מאסקע און זען דעם פרעכן פנים פון ווער ס'שטייט דערונטער...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

מגיני ארץ האט געשריבן:די מעשה גייט אביסל אנדערש. מרת ש. האט באקומען די משלוח מנות פון איינעם, עס איז געווען זייער שיין, זי האט געקלערט אז זי וועט עס שיקן ווייטער, האט זי אראפגענומען די לעיבל, און זי האט נישט געהאט א אייגענע לעיבל ארויפצולייגן,

יאפ. איך האב גלייך חושד געווען אזוי
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:19 am

מגיני ארץ האט געשריבן:די מעשה גייט אביסל אנדערש. מרת ש. האט באקומען די משלוח מנות פון איינעם, עס איז געווען זייער שיין, זי האט געקלערט אז זי וועט עס שיקן ווייטער, האט זי אראפגענומען די לעיבל, און זי האט נישט געהאט א אייגענע לעיבל ארויפצולייגן,

און זי האט נישט געהאט א אייגענע לעיבל וואס "מעטשט" מיט די משלוח מנות,
איז שוין בעסער צו שיקען אן א נאמען ווי לייגן א געלע סטיקער אויף א ברוינע משלוח מנות.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 11:34 am

איינער צייגט מיר דעם פורים א שלאכמאנעס וואס ער האט באקומען פון עמיצן מיט א ליידיגע ווייסע לעיבל, זאגט ער מיר אז יענער האט אים געזאגט אז ער האט ספעציעל געלייגט א ליידיגע ווייסע לעבל כדי מען זאל עס תיכף קענען ווייטער שיקן אן קיינע פראבלעמען...
עס איז אים פשוט נישט בייגעפאלן אז דער פעקל האלט שוין אצינד ביי כלי רביעי אדער חמישי...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט