נייע שטארקע סינגעל : please don't leave

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 1:59 am

מיילע א פרידן ארטיקל ספיעקס פאר איטס סעלוו, די חידוש פון די אשכול פאר מיר עכ"פ, ווי ווייניג קומען אריין מסביר זיין אז ס'איז נעגעטיוו, חוץ איינער, זעהט אויס זיי האבן איינגעזען בעבר אז ער צעקראצט זעך ווייניג פון דעם שלאגווארט 'ביסט נעגעטיוו' וואס ווערט גענוצט שטיל צו מאכן די וואס האלטן נישט פון די בשרירות לבי אלך מאוומענט

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:18 am

שכויעח פרידן פאר די איידיע, די מעסעדזש..., און דיין שפראך (אויך אן הגהות איז עס פיין...) וכו'.

און נאכמער וואס כ'האב הנאה געהאט פון אלעס, בין איך אוימעד ומישתומעם אז דו האסט נישט ארויסגעשריבן אפי' ברמז וועמען דו מיינסט, כ'א פראבירט כאפן פון וועמען דו טראכסט פרעזענליך און ס'פשוט נישט געלונגען...
און דעס ווייזט אז דו מיינסטעס אמת'דיג.

נ.ב. נאר אין די'ע צייט ברענג ארויס אביסל אויך די מעלות פון די הערליכע היימישע זינגער'ס, כ'מיין יששכר גוטמאן איז ווערד אן ארטיקל פאר זיך וכו' וכו'...
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג פאברואר 25, 2020 6:24 am

דער רבי ר' אלימלך זאגט אז ווען מוויל אויסרייסן א מידה זאל מען אראפבייגן דעם בוים אויף די פארקערטע זייט
דאס איז מיין לימוד זכות אויף די וואס זענען מעורר אויף ענינים און גייען אביסל צי עקסטריעם און דאס איז לכאורה דער מהלך פון דעם זיסער רייכער ארטיקל וואס כאטש סאיז אביסל צי נעגאטיוו איז עס אין פלאץ ווען די לעצטע אריבער 10 יאר זענען דא עכ"פ אסאך פון די צולאזטע זינגערס וואס מיינען אז זיי פירן כלל ישראל, מדארף אבער אויך וויסן אז עכ"פ חיזוק אויף גוטע זאכן דארף מען לאזן יעדן נעמען און געבן ומכל מלמדי השכלתי.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 11:16 am

ברוך השם אז איך בין נישט אינטערעסירט צו קוקן די אלע ערליי קליפס וואס יעדע שמויגער שיקט ארויס אויף וואטס עפפ, און אוודאי וועל איך נישט אננעמען יעדנ'ס בויך תורות ווי כאילו עס איז תורה מסיני.

און די זעלבע וועל איך נישט אפקויפן די מיינונג פון א ניק אויף א וועבזייטל ווען ער וויל מעורר זיין, אן דעם וואס איך זאל וויסן ווער דער מענטש איז און וואס זיין ציל איז, וואס זענען זיינע מאטיוון, און וועמענס תלמיד איז ער.

די גאנצע ארטיקל דא איז פונקט ווי איינער לייגט ארויס א קליפ אויף זיין וואטס עפפ סטאטוס און רעדט בויך תורות, איין גרויסע חילוק איז דא, אז אויף וואטס עפפ ווייס איך כאטש ווער עס איז, און איך ווייס אים נישט אויסצוהערן און אוודאי נישט אפקויפן זיינע ווערטער, און דא אויפ'ן וועלט'ל איז עס א ניק, און איך האב נישט קיין אנונג וואפסארא מין מענטש דאס איז.

פרידן, האסט א גוטע פעדער, שרייב ווייטער דיינע גוטע ארטיקלעך.
וואטס עפפ בעל דרשן, האסט א גוטע צונג, רעד ווייטער דיינע געדאנקן.

אונז וועל מיר אפמאכן וואס צו ליינען און הערן, וואס צו אפקויפן אדער איגנארירן.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 11:25 am

כזעה נישט די פראבלעם פון מקבל זיין די אמת ממי שאומרו ובפרט ווען די קענסט נישט אנצייגן דערין קיין שום שמץ פון ליצנות אדער סיי וועלכע אגענדעס קעגן סיי וועלכע ערליכע זאך..
איך מיין אז איך בין דא נישט געקומען מיט קיין שום אייגענע מיינונג.
סאו אבי אוועקמאכן?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 11:45 am

פרידן, דיין ארטיקעל איז זייער אקטועל, אבער לדעתי איז עס א געמיש פון אפאר עקסטערע געדאנקן א חלק ריכטיג אין א חלק נישט.

פרידן האט געשריבן:כלל ישראל האט צו דיר נישט קיין געדולט ביזט א פעיגער און קריך אראפ, קיינער איז נישט נייגעריג און דיינע וויכטיגע מעסעדשעס


מיינסט מסתמא אז א חלק כלל ישראל איז נישט אינטערסירט, ווייל עס איז קלאר דא א חלק פון כלל ישראל וואסיז יא אינטערסירט. עס דערמאנט מיר פון די פאלעטישענס פון ביידע זייטן וואס ביידע רעדן 'אין די נעים אוו די אמעריקען פיפעל.'

פרידן האט געשריבן:מענטשן וואס מסתמא אזא 20 יאר האבן זיי נישט געפענט קיין ספר בטעות ברענגען מעסעדשעס וועגן לערנען תורה


האסט זיי נאכגעגאנגן פאר 20 יאר און געטשעקט צו זיי האבן טאקע נישט געעפנט קיין ספר בטעות? איך גלייב אז רוב פון זיי האבן גראדע יא געעפנט א ספר בטעות אין די לעצטע צוואנציג יאר. נאר וואזשע דען, דו מיינסט צו זאגן אז זיי זענען נישט דוקא לערנערס, מילא ווי קומען זיי צו רעדן צום עולם וועגן לערנער.

מיין טאטע האט מיר אויסגעלערענט אז מען דארף זיין א היפאקריט. מען דארף רעדן אין לעכצן צו מדריגות פון תורה ותפלה אפי' מען האלט נאכניש דארט. איך זעה נישט די חסרון. אך און וויי וועט זיין ווען מען וועט רעדן ברבים פון די מכשולות וואס מען האט ביחידות.
דרך אגב, איך געדענק נישט אויף די מינוט א ניגון פון די נייע דור וואס זאל רעדן וועגן לערנען. לא ראיתי אינו ראי', ספעשעל פאר איינער וואס האלט נישט עכט מיט.

פרידן האט געשריבן:מענטשן וואס כלל ישראל ווייסט וואס זייער ליבשאפט מיינט, ברענגען אונז מעסדשעס וועגן ליב האבן די באשפער, יוי פליז ניין פליז באהבתם אל תחד כבודי


דאס דארף שוין א לענגערע אנאליז. עוד חזון למועד. איך מיין אז מען קען גיי גראד צום ברעסלעוון אשכול און מאכן א ס"ה פון די טענות אויף ביידע צדדים.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 11:46 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:כזעה נישט די פראבלעם פון מקבל זיין די אמת ממי שאומרו ובפרט ווען די קענסט נישט אנצייגן דערין קיין שום שמץ פון ליצנות אדער סיי וועלכע אגענדעס קעגן סיי וועלכע ערליכע זאך..
איך מיין אז איך בין דא נישט געקומען מיט קיין שום אייגענע מיינונג.
סאו אבי אוועקמאכן?


ער האט דאך נישט גערעדט פון 'וואס' מען זאגט, ער רעדט איבער 'ווער' עס זאגט, פונקט פארקערט פון דעם קבל את האמת ממי שאמרו.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 12:01 pm

גראמער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:כזעה נישט די פראבלעם פון מקבל זיין די אמת ממי שאומרו ובפרט ווען די קענסט נישט אנצייגן דערין קיין שום שמץ פון ליצנות אדער סיי וועלכע אגענדעס קעגן סיי וועלכע ערליכע זאך..
איך מיין אז איך בין דא נישט געקומען מיט קיין שום אייגענע מיינונג.
סאו אבי אוועקמאכן?


ער האט דאך נישט גערעדט פון 'וואס' מען זאגט, ער רעדט איבער 'ווער' עס זאגט, פונקט פארקערט פון דעם קבל את האמת ממי שאמרו.

האב איך אים געענטפערט אז "ווער" סזאגט איז אירעלעווענט... נאר די עיקר איז "וואס" מ'זאגט..


כמיין וואס.. דו ווילסט אפשפארן אייוועלט?

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג פאברואר 25, 2020 1:23 pm

אייזן יעדע אות!!
א גרויסע שכוח פארן שרייבן פון צייט צו צייט ברבים וואס א ריזיגע עולם טראכט די גאנצע צייט ביי זוך, און מ'ווינדערט זיך כמעט בינו לבין קונו בין איך שוין ממש דער איינציגסטער נארמאלער מענטש געבליבן אויפן פלאנעט?... איי געס זיי מאכן פשוט זייער א באנטש נויז נאכן עעענדליך באקומען א פלאטפארמע... איסתרא בלגינא קיש קיש קריא בבא מציעא דף מח ע''ב
אגב ווער קען זיך מנדב זיין מיט א פדף?
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:30 pm

wow wow wow


בדוו

ווער ס'קען הרב פרידן ווייסט אז נעגאטיוועטי איז ווייט פון אים כרחוק ...

ער'ז א שטיק שמחה

און פליז: ווי וואנט מאור

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:17 pm

דו האסט גוט ארויס די חברה!

קיפ איט אפ.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 10:06 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:פרידן, דיין ארטיקעל איז זייער אקטועל, אבער לדעתי איז עס א געמיש פון אפאר עקסטערע געדאנקן א חלק ריכטיג אין א חלק נישט.

פרידן האט געשריבן:כלל ישראל האט צו דיר נישט קיין געדולט ביזט א פעיגער און קריך אראפ, קיינער איז נישט נייגעריג און דיינע וויכטיגע מעסעדשעס


מיינסט מסתמא אז א חלק כלל ישראל איז נישט אינטערסירט, ווייל עס איז קלאר דא א חלק פון כלל ישראל וואסיז יא אינטערסירט. עס דערמאנט מיר פון די פאלעטישענס פון ביידע זייטן וואס ביידע רעדן 'אין די נעים אוו די אמעריקען פיפעל.'

פרידן האט געשריבן:מענטשן וואס מסתמא אזא 20 יאר האבן זיי נישט געפענט קיין ספר בטעות ברענגען מעסעדשעס וועגן לערנען תורה


האסט זיי נאכגעגאנגן פאר 20 יאר און געטשעקט צו זיי האבן טאקע נישט געעפנט קיין ספר בטעות? איך גלייב אז רוב פון זיי האבן גראדע יא געעפנט א ספר בטעות אין די לעצטע צוואנציג יאר. נאר וואזשע דען, דו מיינסט צו זאגן אז זיי זענען נישט דוקא לערנערס, מילא ווי קומען זיי צו רעדן צום עולם וועגן לערנער.

מיין טאטע האט מיר אויסגעלערענט אז מען דארף זיין א היפאקריט. מען דארף רעדן אין לעכצן צו מדריגות פון תורה ותפלה אפי' מען האלט נאכניש דארט. איך זעה נישט די חסרון. אך און וויי וועט זיין ווען מען וועט רעדן ברבים פון די מכשולות וואס מען האט ביחידות.
דרך אגב, איך געדענק נישט אויף די מינוט א ניגון פון די נייע דור וואס זאל רעדן וועגן לערנען. לא ראיתי אינו ראי', ספעשעל פאר איינער וואס האלט נישט עכט מיט.

פרידן האט געשריבן:מענטשן וואס כלל ישראל ווייסט וואס זייער ליבשאפט מיינט, ברענגען אונז מעסדשעס וועגן ליב האבן די באשפער, יוי פליז ניין פליז באהבתם אל תחד כבודי


דאס דארף שוין א לענגערע אנאליז. עוד חזון למועד. איך מיין אז מען קען גיי גראד צום ברעסלעוון אשכול און מאכן א ס"ה פון די טענות אויף ביידע צדדים.

קענסט די ווערטל זעהט אויס אז צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך געטראפן, נישט די מענטשן און נישט די ניגונים און דער עולם איז יא נייגעריג...
זעהט אויס אז ער רעדט פון מענטשען וואס האבן נישט געעפנט א אידיש ספר און דו רעדסט פון מענטשען וואס קוקן יא אריין אין א ספר, מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי...

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך פאברואר 26, 2020 12:55 am

דאס וואס די זאגסט אז מאנכע זענען יא אינטערסירט, די אינטערעסע איז נישט אינטערעסע, זיי קוקן מילא אלסדינג, והא ראי' אז טאמער פרידן וועט זיך אנטון סאן גלעסעס און שרייען טעינק יו ה' וועלן זיי אים אויך אויסהערן.

אין אנדערע ווערטער, זיי זענען נישט אינטערסירט אין דעם וואס זאגט עס, זיי זענען נאר אינטערסירט אין די אגענדע וואס זיי שטופן.

איך האב געשריבן אן אשכול בנוגע 'לאוולי דזשודעאיזם' וואו מען קען זיך אויסטענה'ן בנוגע די ברסלב און קרליבך הורוביץ פראנק סומעטאכע.

viewtopic.php?f=3&t=36714
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:13 am

גראמער האט געשריבן:ברוך השם אז איך בין נישט אינטערעסירט צו קוקן די אלע ערליי קליפס וואס יעדע שמויגער שיקט ארויס אויף וואטס עפפ, און אוודאי וועל איך נישט אננעמען יעדנ'ס בויך תורות ווי כאילו עס איז תורה מסיני.

און די זעלבע וועל איך נישט אפקויפן די מיינונג פון א ניק אויף א וועבזייטל ווען ער וויל מעורר זיין, אן דעם וואס איך זאל וויסן ווער דער מענטש איז און וואס זיין ציל איז, וואס זענען זיינע מאטיוון, און וועמענס תלמיד איז ער.

די גאנצע ארטיקל דא איז פונקט ווי איינער לייגט ארויס א קליפ אויף זיין וואטס עפפ סטאטוס און רעדט בויך תורות, איין גרויסע חילוק איז דא, אז אויף וואטס עפפ ווייס איך כאטש ווער עס איז, און איך ווייס אים נישט אויסצוהערן און אוודאי נישט אפקויפן זיינע ווערטער, און דא אויפ'ן וועלט'ל איז עס א ניק, און איך האב נישט קיין אנונג וואפסארא מין מענטש דאס איז.

פרידן, האסט א גוטע פעדער, שרייב ווייטער דיינע גוטע ארטיקלעך.
וואטס עפפ בעל דרשן, האסט א גוטע צונג, רעד ווייטער דיינע געדאנקן.

אונז וועל מיר אפמאכן וואס צו ליינען און הערן, וואס צו אפקויפן אדער איגנארירן.

גראמאר איך האב נישט דיר געמיינט איך האב גערעדט פין דיין קאמפעטישאן
און יא ביזט גערעכט ווילאנג די וואטס עפפ בעל דרשן פלאנט צו רעדן פלאן איך צו שרייבן

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:16 am

איך בין נישט דא געווען איבערן טאג איך וויל מיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן גענומען די מיה צו קאמפלעימענטן

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:29 am

היימישער הייקער האט געשריבן:פרידן, דיין ארטיקעל איז זייער אקטועל, אבער לדעתי איז עס א געמיש פון אפאר עקסטערע געדאנקן א חלק ריכטיג אין א חלק נישט.

פרידן האט געשריבן:כלל ישראל האט צו דיר נישט קיין געדולט ביזט א פעיגער און קריך אראפ, קיינער איז נישט נייגעריג און דיינע וויכטיגע מעסעדשעס


מיינסט מסתמא אז א חלק כלל ישראל איז נישט אינטערסירט, ווייל עס איז קלאר דא א חלק פון כלל ישראל וואסיז יא אינטערסירט. עס דערמאנט מיר פון די פאלעטישענס פון ביידע זייטן וואס ביידע רעדן 'אין די נעים אוו די אמעריקען פיפעל.'
יא זייער קלאר כלל ישראל איז נישט נייגעריג פיריאט עס איז דא מענטשן אין כלל ישראל וואס זענען נייגעריג עס איז דא א ריזיגע חלק פין כללישראל וואס זענען בכלל נישט שומר תורה ומצות אבער כלל ישראל איז נאך אלטץ שומרי תורה ומצות

פרידן האט געשריבן:מענטשן וואס מסתמא אזא 20 יאר האבן זיי נישט געפענט קיין ספר בטעות ברענגען מעסעדשעס וועגן לערנען תורה


האסט זיי נאכגעגאנגן פאר 20 יאר און געטשעקט צו זיי האבן טאקע נישט געעפנט קיין ספר בטעות? איך גלייב אז רוב פון זיי האבן גראדע יא געעפנט א ספר בטעות אין די לעצטע צוואנציג יאר. נאר וואזשע דען, דו מיינסט צו זאגן אז זיי זענען נישט דוקא לערנערס, מילא ווי קומען זיי צו רעדן צום עולם וועגן לערנער.

מיין טאטע האט מיר אויסגעלערענט אז מען דארף זיין א היפאקריט. מען דארף רעדן אין לעכצן צו מדריגות פון תורה ותפלה אפי' מען האלט נאכניש דארט. איך זעה נישט די חסרון. אך און וויי וועט זיין ווען מען וועט רעדן ברבים פון די מכשולות וואס מען האט ביחידות.
דרך אגב, איך געדענק נישט אויף די מינוט א ניגון פון די נייע דור וואס זאל רעדן וועגן לערנען. לא ראיתי אינו ראי', ספעשעל פאר איינער וואס האלט נישט עכט מיט.

ווילסט מסתמא איך זאל דיר זאגן וועם איך האב געמיינט איז קודם כל פרעג גראד נאכדעם עס איז נישט אין פלאן ווייל איך האב שטארק געטרייט אז עס זאל נישט זיין פרעזענדליך קעגן איינעם, אגב מען מיז נישט נאכקוקן איינעם צו וויסן צו ער האט געלערענט די לעצטע 20 יאר
און מיין אינגעל האט מיך אויסגעלערענט אז איינער וואס האט נישט געפענט א ספר פאר צוואציג יאר איז צום ווינגיסטענס מאדנע ווען ער שיקט מעסעדשעס פין תורה

פרידן האט געשריבן:מענטשן וואס כלל ישראל ווייסט וואס זייער ליבשאפט מיינט, ברענגען אונז מעסדשעס וועגן ליב האבן די באשפער, יוי פליז ניין פליז באהבתם אל תחד כבודי


דאס דארף שוין א לענגערע אנאליז. עוד חזון למועד. איך מיין אז מען קען גיי גראד צום ברעסלעוון אשכול און מאכן א ס"ה פון די טענות אויף ביידע צדדים.
האב איך נישט קיין אהנוג ווי ברעסלעוו מיט אנעליזאן קומט דא אריין לכאורה האסט נישט פארשטאנען בכלל וואס איך שרייב דא, נאטינג ראנד האסט מיך טאקע אפגעלערנט ווי א תוס' אבער איך בין נישט די גמרא

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:32 am

געוואלטיג האט געשריבן:דער רבי ר' אלימלך זאגט אז ווען מוויל אויסרייסן א מידה זאל מען אראפבייגן דעם בוים אויף די פארקערטע זייט
דאס איז מיין לימוד זכות אויף די וואס זענען מעורר אויף ענינים און גייען אביסל צי עקסטריעם און דאס איז לכאורה דער מהלך פון דעם זיסער רייכער ארטיקל וואס כאטש סאיז אביסל צי נעגאטיוו איז עס אין פלאץ ווען די לעצטע אריבער 10 יאר זענען דא עכ"פ אסאך פון די צולאזטע זינגערס וואס מיינען אז זיי פירן כלל ישראל, מדארף אבער אויך וויסן אז עכ"פ חיזוק אויף גוטע זאכן דארף מען לאזן יעדן נעמען און געבן ומכל מלמדי השכלתי.

סך הכל באקומען זיי חיזוק אויף זייער נישט גוטע זאכן און קיינער נעמט נישט פין זיי קיין חיזוק אויף גוטע זאכן והמציאות יוכיח און דאס איז וואס איך ברענג ארויס

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:47 am

פרידן אייזן גוט, מסכים מיט יעדע ווארט

נ.ב. דער אמרי חיים פון ויזניץ, האט אמאל געזאגט פאר דעם משגיח אין ישיבה: ווען דו זאגסט א מוסר ווארט פאר א בחור, אויב ענטפערט ער דיר צוריק מיט א אנדער שיינע ווארט, האסטו מער נישט וואס צו רעדן מיט אים, ער האט געמיסד"ט דעם פוינ"ט

והיינו טעמא ד'פרידן', די אלע וואס האבן געפילט פאר וויכטיג, זיך יא אנצונעמען פאר כלל ישראל, האבן פשוט געמיסדט די פוינט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך פאברואר 26, 2020 2:09 am

נייע סינגל פליז.pdf
(92.44 KiB) דאונלאודעד 76 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:09 am

אין קורצן וויזוי איך קוק עס אהן.

נגינה רעדט צום נשמה פונעם מענטש און פאטשקעט דארט ארום. וועגן דעם זוכן זונגערס צו רעדן וועגן געפילישע זאכן, אפילו אויב עס וועט נישט גארנישט ארויסברענגן. א גוטע דוגמא איז די ניגון פון די אלמנה וואס האט נישט געהאט קיין געלט פאר שכ"ל אזש זי האט געדארפט פארקויפן איר קידושין רינגל. עס מאכט נישט דוקא קיין סענס, עס ברענגט נישט עכט עפעס ארויס, אבער געפיליש??!! דאס איזעס שוין איינמאל!

אבער געפיל אליין, איז נאר גענוג פאר א חלק ציבור, און דער זינגער וויל דאך געפעלן פאר ווי מער מענטשן. דערפאר אויב נעמט ער א מעסעדזש וואס איז בעצם אויך תורה'דיג און אמת'דיג, וועט עס געפעלן פאר מער מענטשן. דערפאר לוינט זיך דאס זיי פראקטיש גערעדט, נישט קיין חילוק ווי זיי האלטן אליין ביי זייער אייגענע רוחניות.

ע"כ פונעם בליק פונעם זינגער

למעשה וועט זיך ביים זינגען אסאך מאל דורכשיינען די השגות פונעם זינגער. ווייל אסאך פון די ניגונים הייבן בעצם נישט אהן צו מאכן סענס עברי טייטש, עס ניצט נאר די סארט געפילישע ווערטער. די ביסעל ערענסטערע זינגערס וועלן זייער ניגונים האבן א שיינע שטארקע משמעות. כ'מיין אז גוטע דוגמא זענע רוב ניגונים אויף לב על הנשמה.

יעצט פון די זייט פונעם צוהערער.
אויב די ניגון שטימט, און ברענגט טאקע א גוטע געדאנק, קוק איך עס אהן ווי דער בחור וואס האט מיר געמוסר'ט ביים קבלת פנים. איך ווייס אז ער האלט נישט ביי דעם, אבער די ווערטער זענען אמת'דיג, איז לאמיר עס אריין נעמען אין מיר און זאל מיר עס העלפן שטייגן.

אויב די ניגון מאכט טאקע נישט קיין סענס, שמעקט מיר צו מאכן אן IQ טעסט אויף אלע וואס שאקלען זיך אריין דערביי.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:11 am

נאכדעם איז דא אן אנדערע פראבלעם, אז מאנכע מיינען אז אויב זיי ווייסן וויזוי צו זינגען, מיינט עס אז זיי ווייסן וויזוי צו טראכטן, און זייער דעה איז מאסנגעבנד.

זייט מוחל, פארמאכטס דאס פיסק און זינגטס!

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:36 am

איך מיין אונז רעד מער עפעס נישט אין די זעלבע נושא
די ארטיקל רעדט פין א געוויסע קאנטצעפט זעט אויס אז די האסט עס נישט געהעריג געכאפט איך נעם די בלעים אויף מיר לכאורה איז עס נישט גענוג קלאר אבער למען האמת האב איך נישט געעוואלט זיין קלארער וויל איך האב געוואלט עס זאל בלייבן קעגן די קאנצעפט נישט קעגן יחידים

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:30 am

שלום עליך ידידי עוז כבוד הרב פרידן הי"ו

דיינע ווערטער זענען ממש זיסער ווי האניג און אמת ליידער ליידער

בכלל די געדאנק ווי יעדער איינער איז געווארען א דעה זאגער און כלל ישראל און יעדע -איך וויל נישט זאגען וואס- געט אפילו שיעור כסדרן (אויף וואטס אפ) און מען ברענגט ארויס גאר טיפע... געדאנקען, וואס איך פארשטיי נישט וויאזוי מען שעמט זיך נישט אזוי צו רעדען, און איך רעדט שוין נישט פון די סינגעל'ס מיט די מעסיזש פאר כלל ישראל, עס גרוילט במלוא מובן, ממילה איז די ארטיקעל זייער זייער גוט צוגעפאסט, און ווי אמת עס איז קענסט דאך זעהן ווי עס רעגט אויף די באטראפענע

אונז וועלן זיך באציען אויף איין פונקט:
די קענעקשען מיט'ן אייבערשטען דורך די געטאר, פוי! פון ווי שעמט זיך נישט א אנגערמאן צו גיין צום ציון הק' פון גרויסען פועל ישעות פון הייליגען ריבניצע צדיק און זיך לאזען מאכען
א ווידיאוי (פרפעשענעל) זאג נאר בחיים חייתו וואלט די צדיק -כידוע מגודל קדשתו- נישט דיר געגעבען די האנט, ווי האסטו נישט מורה פון מאכען א גאנצע קעמוישען על ציון קודשו?? דו מייסט די צדיק שפירט נישט???? צדיקים איז עס נאך יותר מבחייהם... און דאס ווערט אנגעריפען קענעקשען מיט'ן אייבערשטען...

מען טועט זיך אהן טליתים מיט קיטלעך... צו מאכען א קליפ ווייל אזוי איז עס מער קענעקטעט צום אייבערשטען...!

די גאנצע פארען צו א צדיק האט געמיינט אמאל מיט זיך צוברעכען די גוף און מהרר זיין בלבו, און נאכען זיין ביים צדיק האט מען געשפירט אויסגעוואשען און מקושר למעלה, און היינט מיט די מעסיזשינג וועלט גייט מען ארויף צום ציון הק' מען כאפט א בילד ווי מען לאנדט זיך אהן על מציבת קודשו... פוי! ווי שעמסטיך נישט? שטייסט על אדמת קודש! נעמסט ארויס א קעמערע...?! מאכסט א שפיל?! זאג נאר ווען מען גייט אריין אל מול פני קודש הקדשים צום הייליגען ר"ר אלימלך מיט א קוויטל קענסט אזוןי נאריש מאכען? צו אין צאנז וואס כידוע בחיים חייתו איז געוועהן דא לדא נקשן.. [קוק אריין אין דרכי חיים ווי די ר' רפאל ברענגט דאס אראפ וויאזוי דאס האט אויסגעזעהן], איז מיט א וואס פאר א מאס חוצפה גייסטו צו א קדוש ה' און דו גראמ'סט? שפילסט מיט א געטאר? שטייסט דאך נעבען דעם הייליגען בעשה"ק זי"ע ותלמידיו!!!
איך בין געוועהן פאריאר שבת שירה במקום הקודש ביים הייליגען רבי ר' ישעי'לע זי"ע, מוצש"ק נאך מל"מ איז מען ארויף צום ציון הק' און אנגעהויבען אויסזאגען די ספר תהילים'ל אינמיטען קומען ארויף אפאר באמעלעך נעבעך, בלי גוזמא נאכען זיך דרייען פאר 5 מינוט געפענט א ספר געכאפט א בילד וכדומה, נעמט זיך צוזאם די גרופע און מען זינגט... וואס?!?! יא!! האסט גוט געהערט מען מאכט א קומזיץ, איך רעדט שוין נישט קומסט ארויף מיט א טי-שיערט אהן א היט וכדומה, וואס איז די קומזיץ דא??!! וואס דען? מען קענקט זיך מיט רעב שייעלע! פוי!!!! דו עקל וואס דו ביסט, דו שטייסט אויף א מקום קדוש, דא שטייען אידן און זאגען תהילים (מן הסתם 25-30) און נעמסט זיך זינגען? איך וואלט געוואלט אויסטשעקען דיין זינגען ביים מקבל שבת זיין ביי לכה דודו, אדער ליל שבת מיט "געהעריגע" זמירות א שטייגער קה אכסוף וכדומה
און די זעלבע סארט האב איך אמאל געטראפען אין א ביהמ"ד בערך 1 פארטאגס (פארן ארויספארען צום רבי'ן'ס ציון קיין ק"י) אין א מקוה אין בור שרייענדיג -אוי! ר' ישעי' ב"ר משה- דו קענסט מיר זאגען וואס דו ווילסט פון רבין? עס איז ארויס פון קינטרויל

טוה מיר אטובה נעם אראפ די הייליגע צורה פון דיי סטעטועס און פון דיין סקרין סיעווער, און זיי דיר מקשר דורך גיין אויף די דרך וואס איז נחרת על מציבת קודשו "שומר הברית והחסד אין חקר לחסידתו וקדשתו"

און איך וועל מסיים זיין זיך צו באדאנקען פאר דיין ארטיקעל כעין הפתיחה, מיט זיך ספעציעל באציען אויף וואס מען האט אויסגעפירט

אז ר' נחמן צי נישט אראפ און באד דיר נישט אינאיינעם מיט ר' ישעי'לע בשעת דו האסט געפילען
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

תגובהדורך אלטער » פרייטאג פאברואר 28, 2020 11:39 am

@חסיד אמיתי, יאה האסטו ארויס געברעמגט מיינע הרגישים צו מקומות הקדושים.... די קומסט אריין זייער קלאר וואס באדערט פאר יעדן בר דעת...
טאקע א חסיד 'אמיתי'
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מוצ"ש פאברואר 29, 2020 7:46 pm

צו חסיד אמיתי. אן אריינגיין אין די גאנצע נושא, דו טראכסט אז די צדיקים האבן די דאגות איבער׳ן גיטאר וואס דו האסט? דו ווייסט אפשר וויפול מאל א בחור אדער אינגערמאן האט זיך אפגעהאלטן פון עבירות חמורות ווייל די צדיק׳ס פנים איז אים געשטאנען פאר די אויגן נאכדעם וואס ער שוין געווען ביים צדיק׳ס ציון? אפילו ער איז דארט געווען מיטן גיטאר און געזינגען. (ס׳איז אגב דא א זיסע ווידיא פון הייליגען ריבניצער ביי א טיש און איינער שטייט און שפילט מיט א גיטאר, און די ריבניצער מיט א זיסן שמייכל שפילט זיך ארום מיט עס) די צדיקים זענען מתקן נשמות, זיי קימערען זיך נישט מיט חציונית׳דיגע פראבלעמען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט