פארשטיין די סעזאנען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

פארשטיין די סעזאנען

תגובהדורך משק ביתי » זונטאג ינואר 19, 2020 10:27 pm

איל פרוביר צי פארשטיין די סיבה וואס מאכט זומער הייס און ווינטער קאלט ווי אויך וואס רש"י זאגט אז די וואסער אונטער די ערד איז זומער קאלט און ווינטער הייס ווייס איך נישט ווי צי עס טרעפן באשריבן שיין
ווי אויך איז דא א שיעור פון ר שרגא פאפלאנאש דערויף ווייס איך נישט ווי עס צי טרעפן
קען איינער בייהילפיג זיין?
וויאזוי גייט עס און דיין חדר - והנה און און אדער והנה און אט?

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג ינואר 20, 2020 4:07 pm

די סיזענ'ס ווערן געטוישט לויט וואו די זון געפינט זיך אויפן קו המזלות.
ווען די זין איז אויף די מזלות וואס איז נענטער צו דיין וואוינ-ארט, וועט דעמאלט זיין ביי דיר הייס, און ביי די אנדער זייט וועלט וועט זיין קאלט.
די זעלבע פארקערט.

אפשר אויב די צייט וועט ערלויבן צו האבן צייט, קען מען בעז"ה עפענען אן עקסטערן אשכול, וואס זאל דורכטוהן די נושא פאר מתחילים מיט א קלארקייט.

אוועטאר
גרשון
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 20, 2020 5:08 pm

ריכטיג. אביסל טיפער, זומער שיינט די זון אינמיטן הימל, און אירע שטראלן קומען אראפ גראד. דאס מאכט אז זיי זאלן זיך אנקלאפן דירעקט אויף דער ערד און זיך אפשפיגלען, אזוי אויך דארפן זיי דורכגיין א פיל קלענערן שיכט פון דער אטמאספער, און אזוי אויך שיינט די זון פיל לענגער יעדן טאג. דאס אלעס איז גורם אז ס'זאל זיין ווארעמער.

משא"כ ווינטער קומען די שטראלן שיף, וויבאלד די זון הייבט זיך נישט אויפ'ן הימל צו הויך, און ממילא קלאפן זיי זיך נישט אן אויף אונזער וועלטל. דערצו דארפן זיי דורכגיין א דיקערן שיכט פון דער אטמאספער, וויבאלד זיי שניידן איר דורך שיף, און דאס קילט אפ די זון שטראלן.

איך געדענק נישט קיין רש"י אז דאס וואסער אונטער דער ערד איז הייסער זומער, איך געדענק אבער יא אז ס'איז הייס ביינאכט. דאס איז אויך גע'פסק'נט להלכה ביי מים שלנו אז מ'דארף עס שעפן דווקא פארנאכטס, ווייל בייטאג שיינט דערויף די זון, און ביינאכט ווערן די קוועלער אנגעווארעמט דורך דער זון אונטער דער ערד. דאס איז לויט'ן פשטות מיט וואס די גמרא גייט אייביג אז די וועלט איז פלאך און די זון גייט אונטער איר ווען זי גייט אונטער (אזוי ווי די חכמי אומות העולם); איך ווייס נישט ווי אזוי מ'ערקלערט דאס לויט ווי מ'ווייסט אז די וועלט איז רינדריג און די זון קרייזט איר ארום 24 שעה.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט