שמעון ראלניצקי; פּרעזידענט טראָמפּ און די אויפפירונג פון אַ גלות-איד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מקץ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

שמעון ראלניצקי; פּרעזידענט טראָמפּ און די אויפפירונג פון אַ גלות-איד

תגובהדורך מקץ » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 2:17 pm

דורך: שמעון ראלניצקי

בס”ד

ס’טוט זיך יעצט אַ שטורעם אין אַמעריקע אַרום דעם וואָס דער דעמאָקראַטיש-קאָנטראָלירטער רעפּרעזענטאַטן הויז האָט אונטערגענומען (סימבאָלישע) צו פּרובירן אַרויסצושטעלן פון אַמט דעם אַמטירנדן פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן, דאָנעלד טראָמפּ.

מיט עטליכע וואָכן צוריק האָט איינער פון די גדולי ראשי ישיבות אין דער ליטווישער וועלט, הרה”ג ר’ אלי-הו ברודני שליט”א, ראש ישיבת מיר אין פלעטבוש, אָנגעוויזן אין אַ שמועס אַז דריי פון די הויפּט אָנפירער פון דער גאַנצער סומאַטאָכע קעגן דעם פּרעזידענט זענען דווקא מזרע ישראל, אַזעלכע וואָס פאַררופן זיך צו זיין אידן מיט אידישע נעמען. (אגב, נאָך עטליכע פון די וויכטיגסטע אַקטיאָרן אין דעם אַזויגערופענעם אימפּיטשמענט פּראָצעס זענען מזרע ישראל, דערונטער דער אַדוואָקאַט וועמען די דעמאָקראַטן האָבן אויפגענומען צו אָנפירן די “אויספאָרשונג” אויפ’ן פּרעזידענט.)

דער ראש ישיבה האָט זיך שטאַרק מתמרמר געווען דערויף און אָנגעוויזן אַז אַזעלכע פּעולות מצד מענטשן וועלכע פאַררופן זיך אַ טייל פון אידישן פאָלק, אין אַ צייט ווען מיר זענען אין גלות, ברענגט אָן אַ שרעקליכער אַנטיסעמיטיזם, ווי מען האָט טאַקע געזען אַז אַ געוויסער רעליגיעזער פירער, וועלכער פאַרמאָגט איבער דריי מיליאָן נאָכפאָלגערס, האָט אַטאַקירט דאָס “אידישע פאָלק”, אין אַלגעמיין אַז זיי ווילן אונטערברענגען אַמעריקע. דאָס אַלעס קומט אַלס רעזולטאַט פון אַזעלכע אומ’אחריות’דיגע מעשים.

“מיר דאַרפן זיך אַלע אָפּלערנען פון דעם,” האָט דער ראש ישיבה געזאָגט, “און מיר דאַרפן געדענקען אַז מיר זענען אין גלות. מיר דאַרפן זיין דאַנקבאַר פאר אַמעריקע אַז זי האָט אונז דאָ אַריינגעלאָזט, אַז זי וואַרפט אונז נישט אַרויס פון דאָ.”

“אונזער אָרט איז אין ארץ הקודש,” האָט דער ראש ישיבה ממשיך געווען, “אָבער מפּני חטאינו גלינו מארצינו — נישט נאָר צוויי טויזנט יאָר צוריק, נאר היינט, לעצטן סוכות ווען מיר האָבן געזאָגט מפּני חטאינו גלינו מארצינו האָבן מיר גערעדט פונעם היינטיגן טאָג. דערפאַר זענען מיר היינט אין גלות. צי געדענקען מיר אַז מיר זענען אין גלות, צי פירן מיר זיך אויף ווי גלות אידן?”

דער ראש ישיבה האָט אַרויסגעברענגט מיט ווייטאָג אַז ליידער די דאָזיגע אידן ווייסן אפילו נישט וואָס עס מיינט צו זיין אַ איד, און דערפאַר פאַרשטייען זיי נישט דאָס אחריות וואָס זיי טראָגן צוליב דעם. אָבער מיר ווייסן דאָך יאָ, מיר זאָגן דאָך מפּני חטאינו, איז, מאויבי תחכמני, מיר דאַרפן זיך לערנען פון די וועלכע זענען ליידער נישט שומרי תורה ומצוות, וויאַזוי זיך ‘נישט’ אויפצופירן.

די ווערטער פון איינעם פון די גדולי ראשי ישיבות, זענען געקומען כמים קרים על נפש עייפה, אין דער ריכטיגער צייט פאַר כלל ישראל בכל מקומות שהן.
*
מיר לערנען אין די יעצטיגע סדרות ווי יעקב אבינו האָט אָנגעזאָגט פאַר זיינע קינדער, למה תתראו, פאַרוואָס זאָלט איר זיך ווייזן פאר די גוים. אָט די הוראה פון למה תתראו האָבן אידן אין גלות אַלעמאָל געדענקט זייער גוט, און איינגעהאַלטן מיט אַלע חומרות; מען האָט געוואוסט אַז מיר לעבן ביי די פעלקער, אויף זייערע חסדים; מען האָט נישט געזוכט צו ווייזן וואָס מיר האָבן און וויפיל מיר האָבן. אפילו ווען מען האָט געהאַט האָט מען עס ע”פּ רוב באַהאַלטן, טאַקע ווייל מען האָט נישט געוואָלט אויפרייצן די גוים.

מען פאַרציילט אויף דעם הייליגן צאַנזער רב זי”ע, אַז ער איז אַמאָל געפארן ערגעץ אינטערוועגנס אויף אַ שיינעם וואָגן, געשפּאַנט צו צוויי קרעפטיגע פערד; אַן אָרעם גוי’איש יונגל, באָרוועס און מיט צעריסענע קליידער, האָט געזען אַ איד פאָרן אויף אַזאַ שיינעם וואָגן, האָט ער נאָכגעוואָרפן אַפּאָר שטיינער, האָט דער גבאי געוואָלט אַראָפּגיין מקיים פּסק זיין מיט דעם יונגל, אָבער דער צאַנזער רב האָט אים נישט געלאָזט זאָגנדיג: וואַרט נאָר, באַלד וועט משיח קומען וועט ער פאָרן אויף אַ שיינעם וואָגן און מיר וועלן זיך אַרומדרייען באָרוועס מיט צעריסענע קליידער און אויף אים וואַרפן שטיינער…

אַזוי האָט דער צאַנזער רב, מיט אַ ווערטל, דערמאַנט דעם גבאי’ן אַז מיר זענען אין גלות ביי אים, און אַז ער איז אַזוי אָרעם און אָפּגעריסן, זאָל ער כאָטש האָבן די הנאה פון אויף אונז וואַרפן אַפּאָר שטיינער.

דאָס איז אַלעמאָל געווען די מענטאַליטעט פון דעם גלות איד; איך בין נישט אינדערהיים, איך קען נישט טאָן וואָס איך וויל, אפילו אויב דאָס לאַנד וואו איך וואוין איז גוט צו מיר און גיבט מיר דאָס געפיל אַז איך בין אייניג מיט יעדן. אידישע קינדער זענען אַן עם נבון וחכם, מיר טאָרן זיך נישט לאָזן פאַרפירן פון אויסערליכן רייץ און זיך איינרעדן אַז מיר זענען ביי זיך אינדערהיים.
*
אָבער מיר דאַרפן זיך אָפּשטעלן אויף די ווערטער פון דעם ראש ישיבה און זיך מתבונן זיין; אויב דאַרפן מיר זיין באַזאָרגט איבער אַזעלכע אַקטיוויטעטן פון קאָנגרעסלייט און סענאַטאָרן מזרע ישראל, איז דאָך עס על אחת כמה וכמה ווען ס’קומט צו אונז אידן שומרי תורה ומצוות, אַז מיר דאַרפן זיך אויפפירן ווי גלות-אידן.

מען דאַרף קיינעם נישט זאָגן אַז דער יעצטיגער פּרעזידענט איז אַ אידן-פריינד, און ער נעמט די אַטאַקעס פון מענטשן מזרע ישראל זייער פּערזענליך. ס’איז באמת אַ שיינע זאַך אַז חרדי’שע אידן טוען וואָס זיי קענען צו לינדערן דעם חרון-אף און ווייזן אַרויס פאַר דעם פּרעזידענט הכרת הטוב. דער פּראָבלעם איז אַז מענטשן ווייסן נישט ווי איין און ווי אויס און זיי מאַכן דעם פּראָבלעם סאַך גרעסער.

רוב מנין ורוב בנין פון ערליכע אידן אין אַמעריקע וואוינען אין שטאַטן וועלכע זענען אונטער קאָנטראָל פון דער אָפּאָזיציע פּאַרטיי, די דעמאָקראַטן; די גוים צווישן וועלכע מיר וואוינען האַלטן אַן אויג אויף אונז און קוקן אונז כסדר נאָך מיט קרומע בליקן. נאָר צוליב אונזער אויסערליכן אויסזען זענען מיר שוין פאַרדעכטיגט ביי זיי, און זיי זוכן כסדר חסרונות אויף אונז, און עס איז אמת אַז זיי האָבן אונז סייווי נישט ליב; די הלכה בידוע גייט אָן אויף יעדן איינציגסטן גוי. אָבער מיר דאַרפן זיך נישט וואַרפן ביי זיי אין די אויגן און זיי געבן פרישע סיבות אויף אַ גאָלדענעם טאַץ.

יאָ, רוב פרומע אידן האָבן געשטימט פאר טראָמפּ, יעדער פאַר זיינע סיבות, און מיר האָבן דאָס רעכט צו וועלן פאַר די וועמען מיר האַלטן אַז זיי זענען גינסטיג צו אונזערע באַדערפענישן.
אָבער גלייכצייטיג דאַרפן מיר געדענקען אַז די אַרומיגע גוים ווייסן דערפון, זיי רעדן אָפן דערפון, און עס שמעקט זיי נישט, און דערפאַר איז וויכטיג צו געדענקען אַז כאָטש מיר מעגן אויסניצן אונזערע שטים-רעכטן וואָס דער באַשעפער האָט אונז געגעבן, ברוב טובו וחסדו, דאַרפן מיר זיין באַשיידן און זיך נישט רייצן איבער דעם מיט די גוי’אישע שכנים, צי דאָס איז אויף די עפענטליכע מידיע קאַנאַלן אָדער אויף אַנדערע אופנים.

*
דער אויבערשטער מיט זיין גרויס גענאַדע, האָט אונז לעצטנס געשיקט פּאָליטישע פאַרטרעטערס, וועלכע נעמען זיך אָן פאַר אונזערע רעכטן, די ריכטיגע שליחים צו באַקעמפן אַנטיסעמיטיזם; די אטוירניס דזשענעראַל פון ניו יאָרק און ניו דזשוירזי האָבן זיך אַרויסגעשטעלט קעגן שונאי ישראל מיט אַ שטאַרקער האַנט (זייענדיג אַליין מינאָריטעטן זענען זיי סענסיטיוו צו אונזערע ליידן). דער גאָווערנאָר פון ניו דזשוירזי האָט לעצטנס געהאַלטן אַ רעדע אין וועלכער ער האָט אָן מורא געטייטלט מיט די פינגער אויף די קעגנערס פון די חרדי’שע ישובים אין ניו יאָרק און ניו דזשוירזי און זיי באַצייכנט אַלס אַנטיסעמיטן. דער גאָווערנאָר פון ניו יאָרק האָט וועטאָאירט עטליכע געזעצן וועלכע די לעגיסלאַטור האָט פּרובירט דורכצופירן קעגן חרדי’שע געגנטער. דער מעיאָר פון ניו יאָרק האָט גענומען עטליכע אומפּאָפּולערע שטעלונגען לטובת אונזער געמיינדע, וועלכע האָבן אים געקאָסט אַ פּאָליטישן פּרייז.

דאָס איז די ברכה פון ה’ ילחם לכם, דורך זיינע שליחים, ואתם תחרישון.
וואָס ס’פאַראייניגט די פינף פּאָליטיקאַנטן איז אַז זיי באַלאַנגען אַלע צו דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי; זיי זענען נאָבעלע מענטשן און דעריבער פאַרקוקן זיי אויף די העצערישע סטעיטמענטס וועלכע קומען אַרויס פון געוויסע אין דער חרדי’שער געמיינדע, אָבער צום באַדויערן זענען רוב פּאָליטיקאַנטן נישט אַזוי — די לעגיסלאַטור קעגן וועלכער גאָווערנאָר קאָומאָ האָט זיך אַרויסגעשטעלט ווערט קאָנטראָלירט דורך זיין אייגענער פּאַרטיי.

עסקנים וועלכע דרייען זיך אין די פּאָליטישע קאָרידאָרן פון אָלבאַני רעדן איבער מורמלערייען צווישן די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פירערס וועלכע ווערן כסדר העכער, איבער’ן פאַקט אַז מיר חרדי’שע אידן אַגיטירן קעגן זיי — און מען רעדט פון אַ פּאַרטיי וואָס וועט ע”פּ דרך הטבע קאָנטראָלירן די סטעיטס וואו רוב חרדי’שע אידן וואוינען (ניו יאָרק, ניו דזשוירזי, קאַליפאָרניע און אילינאָי) פאַר נאָך פילע יאָרן.

ס’איז זייער נאָבל און זייער אידישליך אַרויסצואווייזן גלות-אונטערטעניגקייט און ספּעציעל הכרת הטוב פאַר אַ פּרעזידענט וועלכער איז גוט צו אונז, אָבער ביל קלינטאָן איז געווען אַ שטאַרקער אוהב ישראל, און פאַר וועלכער סיבה האָבן מיר עפּעס פאַרגעסן אַז מיר זענען אין גלות, און געווען כפויי טובה צו אים, און ספּעציעל צו זיין פרוי וואָס אַלס סענאַטאָר האָבן חרדי’שע אידן געהאַט אַן אָפענע טיר אין איר אָפיס — דאָרט האָבן מיר פאַרגעסן אַלעס וואָס די קלינטאָנס האָבן געטאָן, און וויאַזוי איר מאַן האָט אַרויסגעלאָזט חרדי’שע אידן פון תפיסה.
אינעם וואַל-טאָג, אין 016′ זענען אַרומגעפאָרן קאַרס און טראָקס אין די חרדי’שע געגנטער, שטאַרקע קלינטאָן באַזעס, און מיט גרויסע לאַוד ספּיקערס פּראָקלאַמירט אונזער שטיצע פאַר דאָנעלד טראָמפּ.

רוב חרדי’שע אידן האָבן באַשלאָסן צו שטימען פאַר טראָמפּ. דאָס איז געווען זייער באַשלוס. שטים פאַר וועמען דו ווילסט, אָבער וואָס פּשט זיך אַרויסצוגיין רייצן?!

אין די אָפיסעס פון יו-דזשעי-אָו אין וויליאַמסבורג איז במשך יענעם דינסטאָג אַריינגעקומען רופן פון דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פירערס; זיי זענען געווען אין אַ בהלה: וואָס טוט איר דאָ צו אונז? קלינטאָן איז דאָך געווען אייער סענאַטאָר און אייך שטענדיג געהאָלפן? וואָס איז געשען מיט אייך? די בזיונות זענען געווען עד לב השמים.

מיר דאַרפן דאַנקען דעם אויבערשטן אַז ער האָט אונז געגעבן אַ גוטער פריינד אין ווייסן הויז, וועלכער אַנערקענט אַז די ריכטיגע אידן זענען דווקא די מיט די בערד און פּיאות, דאַרפן מיר אָבער גלייכצייטיג האַלטן דעם קאָפּ אויפ’ן פּלאַץ און געדענקען אַז ‘מיר’, אַלס אידן, זענען נישט קיינע רעפּובליקאַנער און נישט קיינע דעמאָקראַטן; מיר זענען אידישע קינדער און מיר זענען געטריי דעם לאַנד אין וועלכן מיר וואוינען ווייל דאָס איז אונזער תפקיד אַלס אידן, אָבער נישט ווייל מיר זענען טייל פון אמעריקע.

די פינף אויבנדערמאַנטע באַאַמטע זענען נישט די איינציגסטע וואָס שטעלן זיך אַרויס קעגן אַנטיסעמיטיזם; דער רעפּובליקאַנער אַטוירני דזשענעראַל פונעם גאַנצן לאַנד, איז אַ גרויסער אידן-פריינד, שוין פאַר צענדליגער יאָרן, מיט אַ לאַנגען רעקאָרד פון קעמפן קעגן אַנטיסעמיטישע געזעצן.

איז עס ‘אונזער’ דאגה אַז ווען ס’קומט צו פּאָליטיק, וואָס האָט גאָרנישט מיט אונז, זעט ער נישט שווה בשווה מיט’ן דעמאָקראַטישן אַטוירני דזשענעראַל פון ניו יאָרק וואָס איז אויך אַ אידן-פריינד? אַבסאָלוט ניין! קענען מיר נישט אָנהאַלטן גוטע באַציאונגען מיט ביידן פון זיי? אַבסאָלוט יאָ!

*
איך האָב געהערט אַ ווערטל, אַז אַמאָל פלעגן אידן געבן כבוד פאר די פּאָליטיקאַנטן און דערפאַר האָבן זיי אונז געגעבן געלט; היינט אָבער האָט זיך דאָס געטוישט, מיר געבן זיי געלט און דערפאַר געבן זיי אונז כבוד.

און איך זאָג נישט אַז מען טאָר נישט אַמאָל שאַפן געלט פאַר’ן גוי’אישן פּאָליטיקאַנט, אויב מען זעט אַז דאָס קען בעתיד העלפן אידן, אָבער מיט דעם אַלעם גלייב איך, אַז ווען מען קען אפילו דאָס טאָן בהצנע לכת, וואָלט עס געברענגט מער ברכה און ווייניגער נעגאַטיוויטעט פון אונזערע נישט-אידישע שכנים.

חז”ל זאָגן אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין, ביי יעדער זאַך, און אוודאי ביי זאַכן וואָס די שתיקה איז יפה להן, ביי זאַכן וועלכע האָבן דירעקט אַ שייכות צו אונזער לעבן צווישן גוים אין גלות, ביי זיי אינדערהיים, ביי זיי אין לאַנד, און מיר ווילן דאָך לעבן בשלום מיט זיי.

טראָמפּ’ס אַכט יאָר אַלס פּרעזידענט וועלן עווענטועל אַריבערגיין. מיר ווילן אַז חרדי’שע אידן זאָלן האָבן אַן אָפענע טיר אינעם ווייסן הויז אפילו נאָכדעם; און אויף דער הווה, ווילן מיר נישט אַז די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי וועלכע קאָנטראָלירט אונזערע לאָקאַלע רעגירונגען זאָל ווערן העסליך צו אונז (שוין אָפּגערעדט פון אונזער חיוב אין גלות.) און אָנפאַנגען באַשטעטיגן געזעצן קעגן חרדי’שע אידן.

למה תתראו, אמר להם יעקב לבניו: בבקשה מכם, היו מצניעים את עצמכם.


גענומען פון: אידישע ווינקל.

https://yiddishevinkel.com/archives/84553

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 2:30 pm

זייער גערעכט.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 2:32 pm

זייער ריכטיג

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 2:38 pm

גוטע פוינטס. מיר זענען אין גלות גלות גלות! מען איז שטיל פאליטיש. מען ווייזט ארויס הכרת הטוב פאר טראמפ איבער רובאשקין און קלינטאן איבער סקווירא און מען איז שטיל אויסער ווען מען דארף שתדלנות פאר עפעס. מיר דארפן נישט ווערן אידענטיפיצירט מיט קיין איין פארטיי אמעריקא איז דאך נישט רוסלאנד און ביידע וועלן האבן מאכט אייביג. מיר דארפן זיין באוואוסט פאר געטרייע, דאנקבארע בירגער פאר ווער עס איז גוט צו אונז און שוין.
שויתי ה' לנגדי תמיד

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:10 pm

ער מאכט זייער א שטארקע פוינט אז אפילו מיר שטיצן טראמפ דארפן מיר אבער זיין געווארענט נישט צו שטויסן די דעמעקראטן ווייל מארגן קומט נאך א טאג און קען זיין זייערס א פרעזידענט. אויך מאכט ער א שטארקע פוינט אז די לאקאלע פירערס ביי אונז אין דער היים זענען מייסטענס דעמעקראטן, דערובער מוזען מיר זיין עקסטרע קערפול זיי נישט צו מאכן אונז (מער) פיינט האבן.

זייער שיין און זייער פיין, און עס איז שווער זיך צו דינגן מיט זיינע הויפט נקודות אין מיין ערשטן פאראגראף. אבער אויב אזוי, דעמאלט פארוואס האט מען אין וויליאמסבורג ארויס געקאפעט דער געוועזענער סענאטער אל דעמאטא? פארוואס האט מען נישט דעמאלט געטראכט אז ווי קען מען שטויסן א גוי וואס איז אלע יארן געווען גוט צו אונז?

וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי. אז מען קען צוליב די נקודות קומען צו א מסקנא צו טוהן אנדערש ווי עס וואלט אונז געשמעקט, און ניצען דער שטארקע טענה אז מיר מוזן זיך פירען ווי גלות אידען. אדער קען מען זאגן אז מען איז שוין פריער געקומען צום מסקנא פונעם ארטיקעל און מען ניצט נאר דער "גלות איד" טענה (דער שטערקסטע טענה) צו שטיפען א פריערדיגע באשלאסענעם מסקנא. מיר זענען עדות אויף דער פריוו מיט כל מיני אופנים (און לאגיק איז איינער פון די שטערקסטע אופנים) צו פרובירן אונז צו טוישן אונזער מיינונג וועגן טראמפ.

לאמיר עס שטעלן צום טעסט. אויב זענען מיר טאקע אויס געהאלטן, וואלטן מיר זיך אלע מאל געפירט ווי גלות אידן (נישט נאר פאר די נעקסטע עלעקשן) און דאס וואלט אויך געווען ווען אל דעאמאטא איז געלאפן פאר ווידערערוועלונג. אויב איז עס טאקע אויס געהאלטן, וואלטן מיר נישט געטוהן א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס רעגן אויף די גוים. א דוגמא איז אונזער התנהגות בשעת'ן דרייווען צו נעמען זיך אלע רעכטן פינקט ווי די גוים, נאך א דוגמא איז דאס בויען סוכות אויף די גאטערס, און נאך א ריי זאכן וואס מיר האבן די גוים אין באד בפומבי.

בקיצור, דער זאך איז נישט פשוט, און דאס איז איין מאל זיכער אז מען זאל וואס ווינציגער אויף רעגן די גוים קעגן אונז. אבער דאס דארף גיין "ביידע" וועגן

איינס) נישט אויף רעגן די לינקע (אונזערע פיינט אויף דער לינקס)
און צווייטס) נישט אויף רעגן די רעכטע (אונזערע פיינט אויף דער רעכטס)

אויב נעמט איינער אין באטראכט ביידע איז ער א אמת'ע גלות איד (און מען קען דעמאלט דעבאטירן ווי איין און ווי אויס), און אויב נישט, נישט. כנלע"ד.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:19 pm

זייער ריכטיגע דיבורים

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:27 pm

עטליכע פראגן.

די ארטיקל איז באזירט אויף ברוקלין, וואו די אלגעמיינע מאסן זענען דעמאקראטיש געשטימט.
וואס טוצעך אין אראנדזש קאונטי, ווי די רעפאבליקאנער זענען ביים רודער, צו וואלט דער שורות שרייבער אויך געווידמעט זיין צייט אויפצוקלערן אז שטימען דא פארן דעמאקראט אינעם פרעזידענט פארמעסט "איז עפעס וואס מיר דארפן גלייכצייטיג געדענקען אַז די אַרומיגע גוים ווייסן דערפון, זיי רעדן אָפן דערפון, און עס שמעקט זיי נישט, און דערפאַר איז וויכטיג צו געדענקען אַז כאָטש מיר מעגן אויסניצן אונזערע שטים-רעכטן וואָס דער באַשעפער האָט אונז געגעבן, ברוב טובו וחסדו, דאַרפן מיר זיין באַשיידן און זיך נישט רייצן איבער דעם מיט די גוי’אישע שכנים, צי דאָס איז אויף די עפענטליכע מידיע קאַנאַלן אָדער אויף אַנדערע אופנים."

אזוי אויך איז מיר אומפארשטענליך וואס ער שרייבט אז איז ארומגעפארן טראקס אין די היימישע געגנטער צו שטימען פאר טראמפ, און די העכסטע דעמאקראטישע שישקעס זענען ממש געווען אין בהלה (...) און די בזיוינות זענען געווען עד לב השמים...., איינער האט אמאל געחלומ'ט אז טראמפ גייט געווינען ניו יארק????......
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:33 pm

ר' יום טוב, אין אלבאני איז שוין היינט דיין רויטע אראנדזש קאונטי פארטרעטן אויך דורך די דעמאקראטן. חוץ פון דעם וואס אידן אין אראנדזש קאונטי האבן טאקע נישט געשטימט צו שטארק פאר איין פארטיי. און זייערע לאקאלע פאליטיקאנטן דרייען נישט איבער, און מישן זיך נישט אריין אין נאציאנאלע פאליטיק בכלל, סוי דער פראבלעם איז אין די סיטי.

זארג נישט טייערער, אויב אונז וועל מיר זיך גענוג לאנג איינרעדן אז ניו יארקער דעמאקראטן האבן אונז פיינט, קען עס ווערן אמת, ווי שמעון איז מסביר.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 4:58 pm

ריכטיג.

גראדע דאס וואס אין קרית יואל האט טראמפ געהאט בלויז %56, איז נאר געווען ווייל אסאך האבן געוואוט פאר קלינטאן.
יעצט אבער וועסטו זען אז טראמפ וועט אריינקומען מיט 70%.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:09 pm

איך מייו אז ר' צל פארענטפערט ר' יום טוב'ס קשיא, אז די בהלה איז געווען א איינגערעדטע און א שרעק אז עס גייט זיין, און אויב איך געדענק גוט איז דא פאר די עלעקשן געווען א ארטיקל מאכענדיג די זעלביגע פוינטס און די גרויסע סכנה פון וואוטען פאר טראמפ און ווי די פאליטיקאנטן קענען נאך ווערן בייז.

viewtopic.php?f=3&t=31819

בקיצור א שטורעם אין א טיי גלעזל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:17 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ריכטיג.

גראדע דאס וואס אין קרית יואל האט טראמפ געהאט בלויז %56, איז נאר געווען ווייל אסאך האבן געוואוט פאר קלינטאן.
יעצט אבער וועסטו זען אז טראמפ וועט אריינקומען מיט 70%.


ער האט געהאט אונטער 51, און דאס איז חוץ מזה וואס קרוב צו האלב וויילער האבן נישט געשטימט פאר פרעזידענט.

יעצט וועט ער מסתמא טאקע האבן 70-90 פראצענט.

אין אנדערע געגנטער, א שטייגער מאנסי און בארא פארק, האבן בערך 90 פראצענט געשטימט פאר טראמפ.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:23 pm

זארג נישט האט געשריבן:ער מאכט זייער א שטארקע פוינט אז אפילו מיר שטיצן טראמפ דארפן מיר אבער זיין געווארענט נישט צו שטויסן די דעמעקראטן ווייל מארגן קומט נאך א טאג און קען זיין זייערס א פרעזידענט. אויך מאכט ער א שטארקע פוינט אז די לאקאלע פירערס ביי אונז אין דער היים זענען מייסטענס דעמעקראטן, דערובער מוזען מיר זיין עקסטרע קערפול זיי נישט צו מאכן אונז (מער) פיינט האבן.

זייער שיין און זייער פיין, און עס איז שווער זיך צו דינגן מיט זיינע הויפט נקודות אין מיין ערשטן פאראגראף. אבער אויב אזוי, דעמאלט פארוואס האט מען אין וויליאמסבורג ארויס געקאפעט דער געוועזענער סענאטער אל דעמאטא? פארוואס האט מען נישט דעמאלט געטראכט אז ווי קען מען שטויסן א גוי וואס איז אלע יארן געווען גוט צו אונז?

וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי. אז מען קען צוליב די נקודות קומען צו א מסקנא צו טוהן אנדערש ווי עס וואלט אונז געשמעקט, און ניצען דער שטארקע טענה אז מיר מוזן זיך פירען ווי גלות אידען. אדער קען מען זאגן אז מען איז שוין פריער געקומען צום מסקנא פונעם ארטיקעל און מען ניצט נאר דער "גלות איד" טענה (דער שטערקסטע טענה) צו שטיפען א פריערדיגע באשלאסענעם מסקנא. מיר זענען עדות אויף דער פריוו מיט כל מיני אופנים (און לאגיק איז איינער פון די שטערקסטע אופנים) צו פרובירן אונז צו טוישן אונזער מיינונג וועגן טראמפ.

לאמיר עס שטעלן צום טעסט. אויב זענען מיר טאקע אויס געהאלטן, וואלטן מיר זיך אלע מאל געפירט ווי גלות אידן (נישט נאר פאר די נעקסטע עלעקשן) און דאס וואלט אויך געווען ווען אל דעאמאטא איז געלאפן פאר ווידערערוועלונג. אויב איז עס טאקע אויס געהאלטן, וואלטן מיר נישט געטוהן א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס רעגן אויף די גוים. א דוגמא איז אונזער התנהגות בשעת'ן דרייווען צו נעמען זיך אלע רעכטן פינקט ווי די גוים, נאך א דוגמא איז דאס בויען סוכות אויף די גאטערס, און נאך א ריי זאכן וואס מיר האבן די גוים אין באד בפומבי.

בקיצור, דער זאך איז נישט פשוט, און דאס איז איין מאל זיכער אז מען זאל וואס ווינציגער אויף רעגן די גוים קעגן אונז. אבער דאס דארף גיין "ביידע" וועגן

איינס) נישט אויף רעגן די לינקע (אונזערע פיינט אויף דער לינקס)
און צווייטס) נישט אויף רעגן די רעכטע (אונזערע פיינט אויף דער רעכטס)

אויב נעמט איינער אין באטראכט ביידע איז ער א אמת'ע גלות איד (און מען קען דעמאלט דעבאטירן ווי איין און ווי אויס), און אויב נישט, נישט. כנלע"ד.


איז וויליאמסבורג געווען קעגן דיאמאטא און ענדארסט שומער ?
איך דענק נאר דער שטורעם וואס האט זיך אפגעטון אז דיאמאטא האט גערופן שומער מיט א צונאמען ביים קאמפיין און דער שטורעם ארום.

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:26 pm

מזאגט און וויליאמסבורג און די בראשית יארען האט מען נישט גערעדט אין פרעזידענט וואלען, און עס געלאזט לויפען, קוים ביי סענעטאר האט מען גערעדט, ווען מהאט געהאט א טשענס האט מען עס איגנארירט, ווען א קאנדידאט האט געוואלט מזאל אים אויפנעמען האט מען עס געטון בלית ברירה בכבוד גדול מהאט קיינעם נישט אפגעזאגט,

אפי' ביי לאקאלע וואלען האט מען אמאל נישט איבערגעדרייט א שטאט יעדע שני וחמישי, נאר ווען סאיז געווען גאר וויכטיג אין ווען סאיז געווען א ריכטיגע הכרת הטוב,

שמעון האט א נקודה, לאמיר נעמען א משל, קאנגרעסמאן ענטאני ווינער איז געווען א ריכטיגע אוהב ישראל געהאלפען אידען און מוסדות יחידים אימעגרעישען האזינג קברי ישראל בעדפארד גארדענס, בקיצור א אפענע טיר יומם ולילה, ווען ער וואלט געקומען צי אידען אלטס הכרת הטוב וואלט מיר געמוזט שטימען פאר אים אפגעזען זיין גויאישע פאליטיקס אפגעזען זיין פריוואטע ביזנעס, קיינער פון די אלטע עסקנים וואלט נישט בייגעפאלען בודק צי זיין זיין ציצית, און יעדער וואלט עס פארשטאנען אין געשעצט.

דרך אגב זיך זארגען וואס גוים טון אין פריוואטע לעבען אדער פאר זייער קאמיונעטי קומט פון גואישקייט, מווערט פארגרעבט אין מווערט נאנט מיטען גוי אין מפילט זיך בעד אויב ער עסט נבילה אדער גייט געמבלען, דעס אן גיין וואס דער גוי טוט אין מוויל ראטעווען דאס לאנד מיינט אז די מחיצות אין הבדלה צווישען אונז אין דער גוי איז געפאלען אין מפילט זיך באדראעט , מוועט אייביג זעען אין די היסטאריע אז ווי נענטער יענע קרייז האט געלעבט מיט די גויאישע גאס אלטס מער האט זיך יענע קרייז געזארגט פארן גוי'ס עבירות, אסאך פון די אזויגעריפענע עבירות קומט פון קריסטליכע גאס אין פון זייערע פרעפלערייען און סהאט גארנישט קיין כי הו זה מיט די תורה,

חיוב עריבות גייט אן נאר פאר א איד פינטעל

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:33 pm

אז מען רעדט שוין, איז דער טיפיקל ענטפער ווען מען פרעגט איינעם פארוואס טוהסטו דעס און דעס ווען עס קען דאך אויף רעגן די גוים? ענטפערט מען אז "די גוים האבן אונז סיי ווי פיינט". איז ווען גילט דער כלל אז איך טוה נישט ווייל איך בין א גלות איד, און ווען זאג איך אז זיי וועלן אונז סיי ווי פיינט האבן?

מען קען אויך מאכן דער ארגומענט (די וואס דארפן זיך פארענטפערן פאר די דעמעקראטן), אז מען שטיצט נישט טראמפ ווייל ער איז א רעפאבליקאנער (ס'דא וואס האלטן אז ער בכלל נישט א רעפאבליקאנער), נאר ווייל דא איז א אויסנאם קעיס, ווייל ער איז ספעציעל גוט צו אונז. איך מיין זיי ווייסן דאס און וועלן פארשטיין דאס.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:42 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מים חיים אום דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:43 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:ער מאכט זייער א שטארקע פוינט אז אפילו מיר שטיצן טראמפ דארפן מיר אבער זיין געווארענט נישט צו שטויסן די דעמעקראטן ווייל מארגן קומט נאך א טאג און קען זיין זייערס א פרעזידענט. אויך מאכט ער א שטארקע פוינט אז די לאקאלע פירערס ביי אונז אין דער היים זענען מייסטענס דעמעקראטן, דערובער מוזען מיר זיין עקסטרע קערפול זיי נישט צו מאכן אונז (מער) פיינט האבן.

זייער שיין און זייער פיין, און עס איז שווער זיך צו דינגן מיט זיינע הויפט נקודות אין מיין ערשטן פאראגראף. אבער אויב אזוי, דעמאלט פארוואס האט מען אין וויליאמסבורג ארויס געקאפעט דער געוועזענער סענאטער אל דעמאטא? פארוואס האט מען נישט דעמאלט געטראכט אז ווי קען מען שטויסן א גוי וואס איז אלע יארן געווען גוט צו אונז?

וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי. אז מען קען צוליב די נקודות קומען צו א מסקנא צו טוהן אנדערש ווי עס וואלט אונז געשמעקט, און ניצען דער שטארקע טענה אז מיר מוזן זיך פירען ווי גלות אידען. אדער קען מען זאגן אז מען איז שוין פריער געקומען צום מסקנא פונעם ארטיקעל און מען ניצט נאר דער "גלות איד" טענה (דער שטערקסטע טענה) צו שטיפען א פריערדיגע באשלאסענעם מסקנא. מיר זענען עדות אויף דער פריוו מיט כל מיני אופנים (און לאגיק איז איינער פון די שטערקסטע אופנים) צו פרובירן אונז צו טוישן אונזער מיינונג וועגן טראמפ.

לאמיר עס שטעלן צום טעסט. אויב זענען מיר טאקע אויס געהאלטן, וואלטן מיר זיך אלע מאל געפירט ווי גלות אידן (נישט נאר פאר די נעקסטע עלעקשן) און דאס וואלט אויך געווען ווען אל דעאמאטא איז געלאפן פאר ווידערערוועלונג. אויב איז עס טאקע אויס געהאלטן, וואלטן מיר נישט געטוהן א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס רעגן אויף די גוים. א דוגמא איז אונזער התנהגות בשעת'ן דרייווען צו נעמען זיך אלע רעכטן פינקט ווי די גוים, נאך א דוגמא איז דאס בויען סוכות אויף די גאטערס, און נאך א ריי זאכן וואס מיר האבן די גוים אין באד בפומבי.

בקיצור, דער זאך איז נישט פשוט, און דאס איז איין מאל זיכער אז מען זאל וואס ווינציגער אויף רעגן די גוים קעגן אונז. אבער דאס דארף גיין "ביידע" וועגן

איינס) נישט אויף רעגן די לינקע (אונזערע פיינט אויף דער לינקס)
און צווייטס) נישט אויף רעגן די רעכטע (אונזערע פיינט אויף דער רעכטס)

אויב נעמט איינער אין באטראכט ביידע איז ער א אמת'ע גלות איד (און מען קען דעמאלט דעבאטירן ווי איין און ווי אויס), און אויב נישט, נישט. כנלע"ד.


איז וויליאמסבורג געווען קעגן דיאמאטא און ענדארסט שומער ?
איך דענק נאר דער שטורעם וואס האט זיך אפגעטון אז דיאמאטא האט גערופן שומער מיט א צונאמען ביים קאמפיין און דער שטורעם ארום.

יא, דאס איז געווען אין 1998 ווען שומער איז געלאפען דאס ערשטע מאל פאר סענאט, און דיאמאטא איז שוין געווען א דריי טערמיניגע סענאטאר און געהאט סיניאריטי און געווען גאנץ מאכטפול אין וואשינגטאן. האט מען אים אוועק געווארפן פאר א נייער סענאטאר וואס גייט אנהייבן פון דאס ניי.

https://en.wikipedia.org/wiki/Al_D%27Amato

עס איז דעמאלט אויך געווען א בהלה, די איטאליענער זענען געווען היפש ברוגז, און אלע פאליטישן'ס אין אפיס האבן געקוקט צו מען גייט אפשר נישט מיט זיי אויך אזוי טוהן.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:49 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:45 pm

די גלייכסטע ריעזן צו ערקלערן דעם גוי פארוואס מיר גייען מיטן רעפאבליקען - פארשטייט זיך ווען עס איז נישטא קיין לאקאלע סיבה צו גיין מיטן דעמאקראט - איז ווייל מיר זענען רעליגיעז.
אין אלע שטארק רעליגיעזע געגנטער איבערן לאנד, זענען די רעכטע זייער שטארק, אפילו ביי די ארימערע שיכטן.

און איך מיין אז דאס איז אויך דער אמת.
און הגם מען וועט אלץ קענען אנצייגן גענוג סיבות - אפילו ריכטיגע - פארוואס מיר זאלן יא גיין מיטן דעמאקראט, וועלן מיר זיך נישט אזוי שנעל אוועקרוקן פון אונזערע ווירדן, גענוי ווי דער געמיינער אויסווארף וועט וואטן דעמאקראט, אפילו עס לוינט זיך אים נישט מצד אנדערע אישוס.
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:47 pm

.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:57 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די גלייכסטע ריעזן צו ערקלערן דעם גוי פארוואס מיר גייען מיטן רעפאבליקען - פארשטייט זיך ווען עס איז נישטא קיין לאקאלע סיבה צו גיין מיטן דעמאקראט - איז ווייל מיר זענען רעליגיעז.
אין אלע שטארק רעליגיעזע געגנטער איבערן לאנד, זענען די רעכטע זייער שטארק, אפילו ביי די ארימערע שיכטן.

און איך מיין אז דאס איז אויך דער אמת.
און הגם מען וועט אלץ קענען אנצייגן גענוג סיבות - אפילו ריכטיגע - פארוואס מיר זאלן יא גיין מיטן דעמאקראט, וועלן מיר זיך נישט אזוי שנעל אוועקרוקן פון אונזערע ווירדן, גענוי ווי דער געמיינער אויסווארף וועט וואטן דעמאקראט, אפילו עס לוינט זיך אים נישט מצד אנדערע אישוס.

און ווער רעדט נאך ווען די דעמעקראטן גייען נאך מער לינקס ווי עס זעהט אויס, קענען זיי צו אונז נישט האבן קיין טענות. מיר וועלן אלע מאל מאכן א אויסנאם ביי פאליטישענס וואס זענען געווען ספעציעל גוט צו אונז ווי קאומא פרובירט יעצט צו זיין, און מיר וועלן פארקוקן זיינע אנדערע אגענדעס וואס שטערט אונז זייער. איך מיין אז זיי פארשטייען דאס, מיר האבן א רעקארד פון זיי שטיצן ווען זיי העלפן אונז, סקווירא יוכיח לגבי פרוי קלינטאן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 7:13 pm

ר שמעון.
נייס טריי זיך אריינצו וויקלען אין אזעלכע שיינע תמימודיגע דיבורים. אונז פארהאלטען היתכן מברויזט אויף די דעמאקראטען אז מוואויט פאר טראמפ.

רוב ציבור האט געוואויט פאר דיבלאזיאו און פאר קאומאו.אפילו זיי זענען שטארקע ליבעראלען...
ווייל ווען סקומט צו וועלען ווער ספארטרעט אונז פרעזענליך. וועט מען נישט קוקען לויט די פאליטישע אנשויאינגען..
נאר פאר וועמען אונז פיל מיר אז מהאט ביי אים אן אוזן קשבת.

סוי טאר איך נישט וואויטען פאר טראמפ ( און יא מיט פאמפע)
פארוואס ווייל דיבלאזיאו האט אים פיינט....

ווען איך וואויט פאר דיבלאזיאו אדער אלע אנדערע לאקאלע פאליטישענס.איז עס אויסדריקליך נישט. ווייל מיר זענען דעמאקראטיש גענויגט
ניין.
נאר ווייל מיר זענען גלות אידען און מיר ארבעטען מיט ווער עס פארטרעט אונז. און מיר האבען הכנעה..

אבער פאר דעם מוזען מיר ווערען דעמאקראטיש. כדי מיר זאלען זיין סימפאטיש ביי זיי. דאס מיינט מיר זענען געווארען אריינגעשלעפט אין זייער פאליטיק.
און סשיינט מיר מכותלי דבריך אז דארט צילט איר...

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 7:35 pm

בס"ד

ביי דיאמאטא האט מען אים נישט אוועקגעווארפן. עד היום בענקט מען זיך צו אזא חסיד אומות העולם, בפרט מיט זיין נאנטע שייכות מיט דאן-גאווערנאר פאטאקי.

נארוואס, דיאמאטא איז געווען שטארק קעגן קלינטאן - אלס טשעירמאן פון די סענאט באנק קאמיטע האט ער געצימבלט קלינטאן מיט דאקומענטן פארשונגען. נאך קלינטאנ'ס אימפיטשמענט האט די ליבעראלע ניו יארק עס אים נישט געוואלט מוחל זיין. שומער איז א וועלט'ס קאמפיינער, ווער ס'ווייסט. דיאמאטא איז געווען אויף א ראלי אין וויליאמסבורג אפאר טעג פאר די וואלן, און מען האט געשפירט אין די לופט אז ס'איז שוין לאנג דערנאך. דיאמאטא האט פארלוירן אין א ריזיגע לענדסלייד.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 9:11 pm

לויט ווי איך געדענק האבן די ראשי קהילות ומוסדות אלץ געשטיצט דעם אינקאמבענט פארשטייט זיך אויב ער געווען גוט צו יודן סיי אלץ הכרות הטוב און אויך ווייל היימישע יודן האבן זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק. די פראבלעם האט זיך אבער אנגעפאנגן מיט די תועבה אישו וואס מיט דעם ווערט שוין אן ערענסטע הלכה פראבלעם וויבאלד סאיז דא ראשונים וואס האלטן אז א יוד טאר נישט הייסן פאר קיין גוי עובר צו זיין אויף די שבע מצוות בני נח.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

קליגער מענטש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 29, 2019 5:01 pm

תגובהדורך קליגער מענטש » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 9:31 pm

שמעון ראלניצקי איז היינט צו טאגס פון די גרעסטע אין חסידישע שרייבער ער איז קראנט אין קלאר און זייער אויסגעהאלטן שמעון גיי אן די טוסט זייער גוט [גראדע דיין קאלעגער אויף קול מבשר פנחס גלויבער איז אויך זייער גוט אין קראנט אין אמתדיגט

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:02 am

כ'ווייס נישט וואס איר חלום'ט מיט דיאמאטא, כ'געדענק ווען מיר קינדער זענען געווען זייער דערשראקן צו הערן אז אונזער קאנדידאט דיאמאטא האט פארלוירן די וואלן. מ'האט זיך געטרייסט אז כאטש פיטער וואלאן האט פארלוירן צו אונזער פריינט פאטאקי

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:05 am

Can you imagine? Someone on ivelt outright claims that aaskunim supported schumer and dropped Damato. While i am still heizerig from screaming senator damato 6 more years


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], וימאןX3 און 26 געסט