ויהי אחרי המגפה - אין שאטן פון שרעק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

ויהי אחרי המגפה - אין שאטן פון שרעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

איך שפיר אביסל מאדנע איבער די מחשבות וואס בוזשעווען מיר אין קאפ. איך ווייס אז ס'איז נישט מיין טיפ צו ווערן אזוי איבערגענומען מיט פחד נאך א טראגעדיע. פארקערט גאר, איך בין געווענליך דער וואס לאכט אפ פון די וואס דערמאנען זיך נאך א שריפה צו בודק זיין די באטעריעס פון די סמאוק אלארם אלס שרעק אז אויב איז עס יעצט געשען צו יענעם קען עס באלד געשען צו מיר. איך זאג אלס אז מען דארף סתם אזוי טשעקן די סמאוק אלארם, און אלעמאל זיין אויסגעשטאטעט מיט פייער און לייף אינשורענס. אוודאי איז א טראגעדיע א דערמאנונג פאר די פארנאכלעסיגע, אבער מען דארף נישט איבערטרייבן מיטן פחד אז ווייל ס'איז יעצט געשען מוז איך תיכף נעמען עקשאן.

יעצט שפיר איך אבער אז דא איז עפעס אנדערש. עס רעדט זיך נישט פון א פשוט'ע באנק רויבעריי וואס איז פערצופאל געגאנגען זויער. אזא מעשה למשל וואלט געווען גענוג אויפטרייסלענד פארן פרייז וואס א האט נעבעך געקאסט, אבער וואלט נישט געווען גענוג צו איינזייען א פחד אויף דערנאך. וואס איז געווען איז געווען, ס'האט זיך געמאכט...

אבער למעשה שטעלט זיך דא ארויס אז ס'איז געווען א לכתחילה'דיגן פלאן צו מארדן אידן ה"י. דאס מיינט אז זיי האבן זאגאר עס געוואלט אויספירן אויף א מאסיווע פארנעם, נאר צוליב סיבות איז עס געבליבן שטיין אינעם קליינעם גראסערי וואס האט נעבעך געקאסט דאס לעבן פון צוויי קדושים הי"ד. און לויט וואס מען האט אלס געטראפן אין זייער ווען, שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען געווען באמת גרייט פאר א מאסן שחיטה ר"ל.

איז יעצט פרעגט זיך די פראגע; צו זענען מיר יעצט פריש אויסגעשטעלט כצאן לטבח, הפקר פאר יעדן טעראר גרופע? איך ווייס די שאלה קוקט אויס נאריש און איבערגעטריבן, אבער רעאליסטיש גערעדט, יעצט נאך אזא מעשה, צו גייען נישט נאך פיינטליכע גרופעס זיך אפלערנען דערפון און פרובירן נאכצומאכן אזאנס ח"ו? אדער אפשר פארקערט, יעצט גייען זיי זען אז מען קען נישט גיין צו ווייט דערמיט ווייל פאליציי קומען אין רגעים און לייגן אוועק די מערדער איידער זיי האבן א שאנס? אבער אזוי צו אזוי, די פחד איז נאך אלס בארעכטיגט. אולי דארף מען פארמערן וואך און שמירה ביי די גרויסע שולן עס זאל נישט זיין אזוי אפן פאר יעדן פארשוין מיט בייזוויליגע כוונות? טון נארמאלע השתדלות איז נישט קיין חסרון אמונה. דער באשעפער אליין האט אונז באפוילן אויף אזעלכע זאכן, ועשית מעקה לגגך כי יפול הנופל ממנו. ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, וכו'. קען זיין אז מען דארף נישט טאקע שוין יעצט שפרינגען דערצו ווייל עס קען אויסקוקן ווי מיר לייקענען ח"ו אין די הימלישע אויפוואכונג און קוקן עס אן ווי א פארנעכלעסונג וואס אויב וכו'... וואלט עס נישט געשען... וואס כמובן איז דאס אלעס שטותים. ווייל וואס עס איז געשען איז זיכער געווען אנגעשריבן פון אויבן. אבער פארט, קען מען דען נישט עפעס מער טאן זיך צו באשיצן אויף להבא פון בעלי בחירה?

אנדערע וועלן מיר ענטפערן, טרייב נישט איבער מיט די נארישקייטן... מאכט עס דען סענס אז עס זאל געשען א מאסן מארד אזוי? איז לאמיר נישט פארגעסן. מיט א קארגע 75 יאר צוריק, אין די מקוה נייעס אין בודאפעסט, האט מען געלאכט פונעם פוילישן אנטלאפענעם וואס האט געשריגן אז די נאציס זענען דא בלויז צו מארדן אידן. ווייל עס קען דאך נישט זיין אזא זאך. איי היטלער האט דאך געשריגן אין זיינע רעדעס און ס'איז קיין סוד נישט געווען וואס ער פלאנירט, אבער פארט האט דאס געוויסן עס דערשטיקט מיטן אויסרייד אז ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס אז עס זאל פאסירן, און צו גייט דען די וועלט עס צולאזן?

יעצט מיט א בליק אויף צוריק, האט די האלאקאסט דען געמאכט סענס? קיין טראפ נישט! אבער פאקטיש האט עס פאסירט!

יעצט, טראכט נישט פאר א סעקונדע אז איך גלייך דא עפעס צו אפס קצהו צום האלאקאסט... ס'איז נאר די פוינט אז מען קען נישט נוצן די "עס קען נישט פאסירן" קארטל אלס אינשורענס פאליסי צו דינייען אן אמת'ע זארג.

און וואס דארף איך צוריקגיין ביז צום האלאקאסט. די נעכטיגע מעשה האט דען יא געמאכט סענס? און די פיטסבורג שיסעריי אין א ביהמ"ד? צו מיינט דאס אז עס גייט ח"ו ווערן א טרענד צווישן טעראריסטן צו צילן אידישע שולן? דער באשעפער זאל אונז באהיטן אויב אנדערע גרופעס וועלן גלוסטן דאס נאכצומאכן. אונז זענען אין ערגעץ נישט פארזיכערט, איין שטאט מער ווי דער צווייטער. אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר. נאר דער באשעפער קען אונז שיצן.

אוודאי מאכט אויך נישט קיין סענס צו גיין עקסטרעם משוגע מיטן מורא האבן זיך צו דרייען אין פובליק אידישע צענטערן... אבער די ביסל מורא וועט האלטן א שטיק צייט ווארשיינליך. איז וויאזוי בארואיגט מען זיך? כי גדול כים שבריך מי ירפא לך...

נאר, כאטש עטליכע נקודות טובות וואס איך לערן אפ פון די געשעעניש:

1. אז ס'איז באשערט צו לעבן. דער נס מיט דעם יונגערמאן לאקס וואס איז אנטלאפן ביים טיר ווען ער איז געווען פנים אל פנים מיטן ביקס. דער נס מיטן אינגל וואס איז געגאנגען צום גראסערי און געבליבן שטיין פארן טיר ווען די מערדער האבן זיך אריינגעריסן, וואס ווען ער קומט אן אין גראסערי דריי סעקונדעס פריער וואלט ער בפשטות נישט ארויס. אויך דער אנטלאפענער יונגערמאן פונעם הונטערשטען טיר. אזוי אויך פארקערט, אז ס'איז באשערט צו אומקומען גייט דער באשעפער צופירן אז א בחור פון וויליאמסבורג זאל פונקט אנקומען אין דזשערסי סיטי און אריינגיין פונקט דעמאלטס אין גראסערי צו זיין לעצטע וועג. אין אדם נוקף אצבעו למטה עד שמכריזין עליו מלמעלה.

2. מי כעמך ישראל. וויפיל חסד גיסט זיך דא. גראסערי אייגנטומער פון ברוקלין שיקן פרישטאג און נאך עסנווארג צו אונזערע ברודער אין גרינוויל. א יונגערמאן פון קרית יואל איז מנדב מתנות פאר די דערשראקענע קינדער. אידן ליידן צאם בזיונות און העיט קאמענטארן צווישן די גוים אצינד, און מען ליידט און שווייגט. באשעפער, איך ווייס מיר האבן געזינדיגט פאר דיר, די פעטש איז זיך אונז געקומען ליבער טאטע. אבער געב א קוק. וואו וועסטו נאך טרעפן אזא שיין פאלק ווי דיינע קינדער? וועסט נישט טרעפן! נישט אויף דעם פלאנעט. סיי וועלכע אנדערע פאלק וואלט געמאכט ראיאטן ווען דער קרבן איז א זייעריגע. געפלינדערט און גערויבט, אלעס צו נקמה נעמען פארן בלוט פון זייערס א מענטש. אבער אונז? לא די דאס וואס זיי האבן געטאן מיט אונז, אבער מיר זענען נאך ללעג ולקלס, נחשבנו כצאן לטבח, למכה ולחרפה. די ארטיגע גוים שעלטן זאגאר די אידן אז בלויז צוליב זיי קומען פאר די אטאקעס (דורך וועמען?!) און יעצט קענען זיי נישט אהיים נעמען זייערע קינדער פון סקול און אלעס זענען די אידן שולדיג (!) ווייל ווען נישט זיי וואלט די אטאקע נישט פארגעקומען אין די געגנט... ובכל זאת שמך לא שכחנו...

3. מיר זענען אין גלות. צומאל פארגעסן מיר, טא קומט דער גוי אונז דערמאנען.

4. מען דארף זיך שטארקן אין אמונה ובטחון. הגם ס'איז זייער שווער צו פארדייען, דאך גלייבן מיר אז אלעס פון אויבן האט א חשבון און איז לטובה. ווי דער הייליגער תניא שרייבט, 'אין רע יורד מלמעלה, והכל טוב'. מיר דארפן זיך אריינלייגן מיט פארמאכטע אויגן אינגאנצן אין באשעפער'ס הענט, מיט די גאנצע טראסט נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט נאר. מיר זאגן צוויי מאל א טאג, ואהבת, ובכל נפשך, אפילו הוא נוטל את נפשך. אונז פארשטייען נישט גארנישט און אונז ווילן נישט פארשטיין, אבער אז דער באשעפער פירט אזוי איז זיכער דאס בעסטע. אבער מיר בעטן דעם באשעפער זאל געבן כח צו זיך שטארקן ווייל מיר זענען אפגעשוואכט מרוב התלאה. נאר דו באשעפער קענסט שיקן א נחמה צו די צובראכענע פאמיליעס. שיק שוין א גאנצע רפואה מיטן גאולה שלימה בב"א.

בשורות טובות!
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער שיין און צום זאך.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

זייער שיין געשריבן
אבער עס איז צייט זיך אויפציוועקן פון חלום דא אין אמעריקע און שטעלן סקיוריטי ביי יעדע בית המדרש און ביי יעדע מוסד אזוי ווי עס איז דא אין אייראפע און אין ארץ ישראל עס לוינט זיך צו האבן פופציג יאר סעקיוריטי פאר גארנישט אבי צו ראטעווען איין איד עס איז שוין געוועהן די שיסעריי און פיטסבורג און אין חב''ד און יעצט דא האבן זיי געוואלט אריין גיין צו די חדר מען דארף טוען השתדלות און די אייבערשטער וועט היטן אלע יודן
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”