א בריוו צו מיינס א באקאנטן וואס האט פארשיקט זיין בחור

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

א בריוו צו מיינס א באקאנטן וואס האט פארשיקט זיין בחור

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:25 pm

לכבוד ידידי עוז הי"ו.

איך האב געהערט אז דו שיקסט אוועק דיין בכור אין א ישיבה ווייט אוועק אין דער פרעמד אויסצושטייגן א כלי. איך וואונטש דיר גרויס הצלחה. אבער איך מיין איך פארשטיי בערך דיין געדאנקען גאנג וואס האט דיך געברענגט צו טאן די שריט. עס לויפט בערך אזוי:

"איך וויל נישט מיין זון זאל לערנען אין אזא 'יאנטשי' ישיבה לאקאל ווי איך בין נעבעך אויפגעוואקסן. איך צייל מיך דאך פון די עליטע באלעבאטישע סביבה ווי עס איז לעצטנס די סטייל אוועקצושיקן זיך משלים זיין. איך מוז צייגן פאר מיינע חברים וואספארא טשאטשקע איך פארמאג און מיין גוטע ישיבה טעיסט. איך וויל אויך מיין זון זאל זיך באקענען אביסל מיט די רייפע אפערטוניטי'ס פון די ברייטע אידישע וועלט, זיין אפ-טו-דעיט, און נישט בלייבן אזוי מצומצם."

יעצט, ס'קען אמאל זיין אז ס'איז בכלל נישט ריכטיג און איך האב כלל נישט צוגעטראפן צו די סיבה פון דיין אוועקשיקן. ס'איז שטארק מעגליך אז ס'דא אמאל א פאל פון א ריכטיגע סיבה אין שטוב, אדער א סיטואציע מיטן בחור ביי וועלכע מ'האט נישט קיין ברירה און מ'מוז אים אוועקשיקן אין א ישיבה מחוץ לעיר. הגם איך פארשטיי נישט פארוואס ס'מוז זיין אין א ליטוויש געשטימטע ישיבה 'אווער-סיעס'.

אבער בפשטות קוקט מיר אויס אז מיין ערשטע הנחה איז ריכטיג. דעריבער וויל איך אייך איבערקלערן איר זאלט פארשטיין די פראבלעמען פון אוועקשיקן א בחור און ארויסהאבן די אחריות פון אייער שריט דורך די פאלגענדע פונקטן:

- עס איז שטארק געזונט בגשמיות - אין געווענליכע אומשטענדן - אז א קינד זאל זיין אונטער די רשות און נאענטע אבזערוואציע פון עלטערן ביז ער/זי ווערט אן ערוואקסענער ד.ה. 18 אדער 19 יאר אלט. עס איז קריטיש פאר די וואוילזיין פון זיין אנטווילונג אין די בליענדע יארן. זיין ווארימע היים איז עפעס וואס מען וועט קיינמאל נישט קענען משלים זיין.

- דו ווילסט אז דיין בחור זאל ווערן עטוואס 'אויפגעעפנט' (אויפגעקלערט בלע"ז). איז וואר? איך וויל אבער אז דו זאלסט וויסן, אז איינמאל ער ווערט אויפגעקלערט פארלירסטו די יכולת צו קאנטראלירן גענוי ביי וועלכע פונקט עס זאל זיך אפשטעלן. און אפילו ער אליין וועט דאס נישט קענען קאנטראלירן.

- דערמאן דיך צוריק אביסל ווען דו ביסט געווען א בחור. דו האסט דאך געקענט בחורים פון דיין עידזש וואס זענען אוועקגעפארן אין די מרחקים. טראכט א מינוט פון זיי. דערמאן דיך וואס מען האט דאן גערעדט וועגן דעם צווישן די בחורים. קיין איינע פון די תמימות'דיגע עלטערן האבן נישט געהאט אן אנונג פון די אלע פרטים. איך גיי דיר נישט זאגן דא קיין דעטאלען אדער נעמען פון ישיבות אבער דו ווייסט דאס גאנץ גוט. דו וואלסט געוואלט דארט שיקן דיין בחור אפילו נאר פאר איין טאג...??

- דו דארפט פארשטיין, נישט קיין חילוק וואס דיין שיטה און ברייטער אויסבליק אויף אידישקייט איז, ווילסטו אבער נישט אז דיין זון זאל אין פאקט פראקטיצירן א ליבעראלע פילאזאפיע אויף יסודות'דיגע ענינים און אפילו אויף פשוט'ע מנהגים. אפילו דיין בחור איז 'העפי' קענסטו קיינמאל נישט וויסן דעם אמת ביז עס איז שוין צו שפעט.

- אין דער פרעמד ווייסטו נישט ווער די חבירים פונעם בחור זענען, און דו קענסט נישט געהעריג די מגידי שיעור און משגיחים. אנדערש ווי דא ווי די קענסט גענוי די סיסטעם 'אין ענד אויט'. דארט איז אפשר דא א געוויסע גוטע שיעור זאגער, אבער דיין זון פארפאסט א קריטישע עקזעמפל פון אלטמאדישע יראי ד'.

- לאמיר דיך פארציילן נאך א קריטישע חילוק פון דא ביז דארט: לאמיר רעדן אביסל 'סיילענט לענגוויטש'. אויב פאסירט אמאל ס'זאל זיך נישט מאכן, א געוויסע פראבלעם אין געוויסע ענינים. דארט איז עס א 'לאסט קעיס'. דאס איז וויבאלד די ישיבה איז נישט צו א גרויסע, מען איז ווייט אוועק פונדעהיים, אלעס לעבט צוזאמען באידן חדוותא אין א גרופע, און די בחורים ווערט אויטאמאטיש אריינעשלעפט אין באד אריין אן דעם וואס איר זאלט האבן די מינדעסטע אנונג. משא"כ דא אפילו עפעס זאל נישט פאסירן, איז דאס פלאץ גענוג גרויס נאציאנאל בכמות ובאיכות אז דיין בחור זאל בלייבן זעלבסשטענדיג און אומבארירט. אין א זייטיגע נאטיץ: דיין נאענטע עיני פקיחא קען אויך פיל אויסמאכן אין די קריטישע צייט ווען יעדע מינוט ציילט.

- דו דארפסט אויך פארשטיין די עוולה וואס דו טוסט צו די חברים מיט וועם דיין בחור איז אויפגעוואקסן. נישט אז איך האלט אז דיין בחור איז דער אויסגערופענער מציון. אבער דאס עצם ארויסנעמען א וואוילער בחור וואס איז מיטגעוואקסן און געווען אריינגעפלאכטן אלע יארן אין די מסגרת צוברעכט די סטאביליטעט פון די לאקאלע ישיבות.

- א ישיבה איז ווי א רעצעפט. נישט דוקא ברוחניות, נאר אויך בגשמיות. עס איז צוזאמגעשטעלט פון אלע סארט שטובער, אלע מיני נאטורן. אויב פעלט א געוויסע גאטונג איז דא א חלל. און דעמאלטס פאלט די גאנצע ווערט פון די ישיבה. דאס איז וויבאלד עס צופארט די גאנצע סדר און אויסשטעל וויאזוי עס איז געווען אין ישיבה קטנה. מיט דעם וואס דו און דיינס גלייכן שיקן אוועק, בלייבט דא איבער: 1 - די וואוילע בחורים פון פשוט'ע שטובער. 2 - די שוואכע 'בינוני' בחורים. מ'קען אזוי נישט גיין צום טיש. עס איז ווי א סלייסד טאסטעד בייגל אן קיין טראפ טונא וואס זאל עס צוזאמהאלטן.

- ער איז די עלטסטע. דו האסט ב"ה נאך קינדער אין די רייע. אויב דו שיקסט אים אוועק באדייט דאס אז ער גייט צוריקקומען און האבן אן ראדיקאליזירטע השפעה אויף די גאנצע שטוב. עס באדייט אויך אז דו אינגערע וועלן באקומען די רייץ אוועקצופארן אפילו צו יענער צייט וועט דיר שוין בעסער באקאנט ווערן די שלעכטע תוצאות דערפון.

- טראץ די פארשידענע אייגנארטיקייטן פון צווישן די פארשידענע סארט משפחות צווישן אונז, זענען מיר אין א געוויסן זין אלע אויפגעוואקסן און מחונך געווארן אויף מער-ווייניגער די זעלבע יסודות און מדריגה אין אידישקייט ביי ענינים אין וועלכע מיר האבן א נאטורליכע צוים ארום די באזע. דאס אז אזויפיל בחורים גייען אין דער פרעמד באדייט אז עס שטראמט אריין א מאסע פון פרעמדע דיעות שונות און איידיעס אין אונזער קאמיוניטי. עס צוברעכט אונזער חומה בצורה.

איך האף אז דו אקצעפטירסט מיין זיך 'אריינמישן אין דיין ביזנעס'. ווייל עס איז נאך אלעמען יעדעם'ס ביזנעס און דיין טובה.

מעומק הלב.

---

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:31 pm

זייער ריכטיג

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:49 pm

יפה דברת לאיזה אחוז בחורים, אבל ליכא כלל בזה, כי הרבה בחורים עלו מאוד מאוד בתורה וביראה בארצינו הק', ארץ אשר מאבניה תחצוב יר''ש.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:04 pm

!want to be good האט געשריבן:יפה דברת לאיזה אחוז בחורים, אבל ליכא כלל בזה,
כי הרבה בחורים עלו מאוד מאוד בתורה וביראה בארצינו הק', ארץ אשר מאבניה תחצוב יר''ש.

עס איז נעבעך דא אסאך בחורים וואס האט נישט געטויגט
געווענליך ביי א ספק איז מען זיך מונע פון אריינגיין אין אזא ווינקל.
ווען א דאקטאר זאל זאגן פאר די עלטערן אז די אפעראציע אויפן קינד האט אזא פראצענט פון טויט ל"ע ווי וויפיל בחורים עס ווערן נעבעך קאליע ביים אוועקפארן וואלט קיין איינער נישט געלאזט דעם דאקטער מאכן אזא אפעראציע.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:11 pm

Let's just say, אז די בחורים פון די קרייזן וואס שיקן נישט אוועק בחורים קיין ארץ ישראל זעהן נישט אויס שענער פון די וואס יא. ודי בזה.

אוודאי, שיקן אויף די פאר הפקר ישיבות האט נישט קיין זין.

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:16 pm

משהלע האט געשריבן:אוודאי, שיקן אויף די ''פאר הפקר ישיבות'' האט נישט קיין זין.

גם אני מצטרף!!
אבער שיקן אין די ישיבות מיט א מסגרת האט שוין איינמאל א זין, אפשר אפילו 2-3 זין'ס.....
לעצט פאראכטן דורך !want to be good אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:17 pm

משהלע האט געשריבן:Let's just say, אז די בחורים פון די קרייזן וואס שיקן נישט אוועק בחורים קיין ארץ ישראל זעהן נישט אויס שענער פון די וואס יא. ודי בזה.

אוודאי, שיקן אויף די פאר הפקר ישיבות האט נישט קיין זין.

איר טראכט וואס איר ווייסט אדער איר שרייבט וואס איר וואלט געקענט באשטיין ס'זאל אזוי זיין?

אגב די לעצטע צוויי וואכן אין דער בלאט לויפט א ווייטאגליכער קאלום ביי, ביי מייר האט עס פאסירט
אינעם זעלבן נושא, אויב איינער האט צוטריט איז ער מכובד עס אהער צולייגן

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:24 pm

משהלע האט געשריבן:Let's just say, אז די בחורים פון די קרייזן וואס שיקן נישט אוועק בחורים קיין ארץ ישראל זעהן נישט אויס שענער פון די וואס יא. ודי בזה.

אוודאי, שיקן אויף די פאר הפקר ישיבות האט נישט קיין זין.

נארישע צושטעל היות אסאך פין די מקןמות וואס שיקן יא איז זייער קהלות עיקר באזע דארט סא עס איז בכלל נישט דומה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:29 pm

וואס מיינט אוועקשיקן? אנדערע שטאט, לאנד, קהלה?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:30 pm

לענ"ד דארף מען קענען דעם בחור און לויט דעם באשליסן. עס איז ממש נישט דא קיין כלל בזה.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:32 pm

פרידן האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:Let's just say, אז די בחורים ''פון די קרייזן'' וואס שיקן נישט אוועק בחורים קיין ארץ ישראל זעהן נישט אויס שענער פון די וואס יא. ודי בזה.

אוודאי, שיקן אויף די פאר הפקר ישיבות האט נישט קיין זין.

(נארישע?) צושטעל היות אסאך פין די מקןמות וואס שיקן יא איז זייער קהלות עיקר באזע דארט סא עס איז בכלל נישט דומה

ער רעדט כמדומה פון 11211 און 10950
ואין כאן לא נאריש ולא צושטעל!
לעצט פאראכטן דורך !want to be good אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:34 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:32 pm

פרידן האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:Let's just say, אז די בחורים פון די קרייזן וואס שיקן נישט אוועק בחורים קיין ארץ ישראל זעהן נישט אויס שענער פון די וואס יא. ודי בזה.

אוודאי, שיקן אויף די פאר הפקר ישיבות האט נישט קיין זין.

נארישע צושטעל היות אסאך פין די מקןמות וואס שיקן יא איז זייער קהלות עיקר באזע דארט סא עס איז בכלל נישט דומה


גא"מ לפרידן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:42 pm

שפתיים ישק!

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:29 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:לכבוד ידידי עוז הי"ו.
.

איך האף אז דו אקצעפטירסט מיין זיך 'אריינמישן אין דיין ביזנעס'. ווייל עס איז נאך אלעמען יעדעם'ס ביזנעס און דיין טובה.

מעומק הלב.

---


זייער גוט געשריבן

איך קען דיר שרייבן דעם "זעלבן" ארטיקל אויף טאטעס וואס "האבן נישט געוואלט" אוועק שיקן זייער בחור, מיט צענדליגע ווייטאגליכע בדידי הוה עובדא'ס, פארן נישט וועלן טוען אן עקסטער סטעפ פאר די וואוילזיין פון זייער קינד, ס'סאך געשמאקער די מאמע'ס פארטוך,

אלא מאי האסט אנגעכאפט א סיבה וואס איז גארנישט מסבב, פעמים אזוי ופעמים להיפך, ס'איז בעיקר געבויעט אויף אידיעלאגישע יסודות וואס האט מיט חינוך קיין שייכות.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:32 pm

די אנדערע זייט פון די מטבע:
א בחור אין א גרויסע, קהלישע ישיבה האט זייער א קטנות'דיגע יצר הרע. א בעיבישע יצר הרע. באהאלטן א סמארט פאון איז זייער א בעיבישע זאך לענ"ד. וואס איז זיין אויסקוק אויף די וועלט נאכן חתונה האבן? וואס זענען זיינע השגות? ווי שנעל נאכן חתונה מוועט שוין קענען ארומרייסן מיט די אדיסי? וויפל פראצענט פון די ישיבה וואקסן אויס בעלי השגה אז ער זאל האבן אויף וועם ארויפצוקוקן?
א בחור אין א פריוואטע נייטראלע ישיבה, האט א גדולדיגע יצר הרע. טראכטן אז אפשר איז רב קוק נישט געווען אזא שייגעץ. גיין צו שיעורים פון ר' יואל כהן. טוהן אביסל אין חקירה.
קינדישע זאכן איז דארט מאן דכר שמיה. עס פאסט פשוט נישט.
וואס זענען זיינע השגות אויפן עתיד? רוב פון די יוצאים וואקסן אויס בעלי השגה. צו זאל ער זיין א בן תורה אדער א בעה"ב, וואקסט ער נישט אויס קיין מח אטום ומטומטם.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער וועט קענען בעסער אפלערנען א בלאט גמרא, וואס דאס איז כו"ע מודי.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:44 pm

ישרן,
האסט גענאגלט דעם פראבלעם פון אוועק שיקן א בחור!

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:46 pm

ישרן האט געשריבן:די אנדערע זייט פון די מטבע:
א בחור אין א גרויסע, קהלישע ישיבה האט זייער א קטנות'דיגע יצר הרע. א בעיבישע יצר הרע. באהאלטן א סמארט פאון איז זייער א בעיבישע זאך לענ"ד. וואס איז זיין אויסקוק אויף די וועלט נאכן חתונה האבן? וואס זענען זיינע השגות? ווי שנעל נאכן חתונה מוועט שוין קענען ארומרייסן מיט די אדיסי? וויפל פראצענט פון די ישיבה וואקסן אויס בעלי השגה אז ער זאל האבן אויף וועם ארויפצוקוקן?
א בחור אין א פריוואטע נייטראלע ישיבה, האט א גדולדיגע יצר הרע. טראכטן אז אפשר איז רב קוק נישט געווען אזא שייגעץ. גיין צו שיעורים פון ר' יואל כהן. טוהן אביסל אין חקירה.
קינדישע זאכן איז דארט מאן דכר שמיה. עס פאסט פשוט נישט.
וואס זענען זיינע השגות אויפן עתיד? רוב פון די יוצאים וואקסן אויס בעלי השגה. צו זאל ער זיין א בן תורה אדער א בעה"ב, וואקסט ער נישט אויס קיין מח אטום ומטומטם.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער וועט קענען בעסער אפלערנען א בלאט גמרא, וואס דאס איז כו"ע מודי.


נער הייתי גם זקנתי, אמאל האב איך אויך אזוי געמיינט, אבער בליקנדיג אויף צוריק זעה איך אז
שכל טיילט מען נישט אין ערגעץ
וועמענס שכל איז בקטנות, וועט ער אזוי בלייבן אפילו וועסט עם שיקן צו די הרי אררט...
עס ווענד זיך יעדער בחור לפום דרגא דיליה...
און טאמער האלט ער נישט ביים לערנען, אפילו ער וועט כלומר'שט בעסער 'קענען' לערנען א בלאט גמרא, אויב האלט ער נישט ביים לערנען וועט ער עניוועי בלייבן ביי זיין ארטסקרול גמרא וואס וועט עם לערנען ווי אזוי צו לערנען....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:47 pm

ישרן האט געשריבן:די אנדערע זייט פון די מטבע:
א בחור אין א גרויסע, קהלישע ישיבה האט זייער א קטנות'דיגע יצר הרע. א בעיבישע יצר הרע. באהאלטן א סמארט פאון איז זייער א בעיבישע זאך לענ"ד. וואס איז זיין אויסקוק אויף די וועלט נאכן חתונה האבן? וואס זענען זיינע השגות? ווי שנעל נאכן חתונה מוועט שוין קענען ארומרייסן מיט די אדיסי? וויפל פראצענט פון די ישיבה וואקסן אויס בעלי השגה אז ער זאל האבן אויף וועם ארויפצוקוקן?
א בחור אין א פריוואטע נייטראלע ישיבה, האט א גדולדיגע יצר הרע. טראכטן אז אפשר איז רב קוק נישט געווען אזא שייגעץ. גיין צו שיעורים פון ר' יואל כהן. טוהן אביסל אין חקירה.
קינדישע זאכן איז דארט מאן דכר שמיה. עס פאסט פשוט נישט.
וואס זענען זיינע השגות אויפן עתיד? רוב פון די יוצאים וואקסן אויס בעלי השגה. צו זאל ער זיין א בן תורה אדער א בעה"ב, וואקסט ער נישט אויס קיין מח אטום ומטומטם.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער וועט קענען בעסער אפלערנען א בלאט גמרא, וואס דאס איז כו"ע מודי.


יא יא, די עליטע, פון דעם רעדט מען.

דער עיקר פראבלעם איז וואס מ'קען נישט דיסקוסירן, די 'סיילענט לענגוויטש' וואס ר' יום טוב רעדט.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:52 pm

איך געדענק ווען איך בין געוועזן א בחור'ל פאר ישיבה גדולה - נישט מער געדאכט, א 'גוטע' ישיבה האט אנגערופן מיין טאטן ער זאל דעם זון מנדב זיין, מיין פאטער זז"ג האט גראדע געהאט א שטיקל נטי' איך זאל אהינגיין, אבער נאך לענגערע דיסקוסיעס איז געבליבן אז מיר גייען בעז"ה אין א מער פשוט'ערע ישיבה.

וואס זאל איך אייך זאגן, נישט איך און נישט אאמו"ר שליט"א האבן חרטה, מיר ווייסן שוין היינט אביסל מער די 'מטמוניות' פון די 'גוטע' ישיבה, צוליב א וויסלבלויער...

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 17, 2019 3:56 pm

ישרן האט געשריבן:די אנדערע זייט פון די מטבע:
א בחור אין א גרויסע, קהלישע ישיבה האט זייער א קטנות'דיגע יצר הרע. א בעיבישע יצר הרע. באהאלטן א סמארט פאון איז זייער א בעיבישע זאך לענ"ד. וואס איז זיין אויסקוק אויף די וועלט נאכן חתונה האבן? וואס זענען זיינע השגות? ווי שנעל נאכן חתונה מוועט שוין קענען ארומרייסן מיט די אדיסי? וויפל פראצענט פון די ישיבה וואקסן אויס בעלי השגה אז ער זאל האבן אויף וועם ארויפצוקוקן?
א בחור אין א פריוואטע נייטראלע ישיבה, האט א גדולדיגע יצר הרע. טראכטן אז אפשר איז רב קוק נישט געווען אזא שייגעץ. גיין צו שיעורים פון ר' יואל כהן. טוהן אביסל אין חקירה.
קינדישע זאכן איז דארט מאן דכר שמיה. עס פאסט פשוט נישט.
וואס זענען זיינע השגות אויפן עתיד? רוב פון די יוצאים וואקסן אויס בעלי השגה. צו זאל ער זיין א בן תורה אדער א בעה"ב, וואקסט ער נישט אויס קיין מח אטום ומטומטם.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער וועט קענען בעסער אפלערנען א בלאט גמרא, וואס דאס איז כו"ע מודי.

יע יע, נער הייתי גם זקנתי
מיט א בליק אויף צוריק אויף מיינע חברים וואס זענען געפארן לערנען אווער סיעס צו גיין ארויס פון די באקס און גוט אפלערנען א שטיקל גמרא, און קוקנדיג היינט כמעט צוויי צענדליג יאר שפעטער זעט מען די גרויסע השגות וואס ס'איז דא ביי בעלי השגה
איך האב צווישן מיינע חברים פון מיין יארגאנג ביז 3-4 יאר יונגער פון מיר בערך 8 יונגעלייט וואס האבן שוין מסיים געווען ש"ס אין די 10 יאר פון זייער חתונה, אין גם אחד פון זיי וואס האט גלערענט אין די פרעמד, אלע האבן געלערנט אין די לאקאלע ישיבות
איך רעד שוין נישט פון ערליכקייט, דו בארירסט ס"פ, רובא פון די וואס זענען געפארן אין די נייטראלע ישיבות זענען אויפגעקלערט אויף אלעם, און מיר זאלן די רבנים נישט איינטיילן וכו' וכו'
#יענעם'ס גראז גרינער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

איישישאק
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:00 pm

מה אעשה אז ניו יארק און דער אומגעגענט האט נישט אזא תלמיד חכם ווי הרב אברהם גורביץ צו שיקען מיין קינד? פרעגסט פארוואס ליטווישע, עס האט נישט מיט אפשטאם, עס האט מיט זיין מדרגה.

און ארץ ישראל איז נישט גייטסעד, אבער עס דרייען זיך דארט עובדי ה' לרוב, אסאך מער ווי וויליאמסבורג. כן ראיתי במו עיני און יעדער וואס זוכט עס, ווייסט דערפון. מיין זון איז א נייגעריגע אין עבודת ה', זאל ער נישט זוכה זיין זיך צו דערקוויקען ביי די עובדי ה' און תלמידי חכמים אין א"י?

פון אסאך פון די התנגדות צום ארויספארען פון לאנד זעט זיך אויס א מין נאכגעבן די מצב, "פארוואס דארף איך בעסער? אידישקייט ווי אין ברוקלין איז מיר פונקט גוט, איך דארף גארנישט בעסער." און אזוי אויך לגבי לערנען, "מיין זון קען לערנען א שטיקל גמרא, און מיט 'מתיבתא' זיכער. קען ער גיין ארבעטן און לערנען א שיעור פאר דעם און נאך דעם. וואס דארף איך אז ער זאל זיצען ביי א גרויסע תלמיד חכם און באקומען נייע השגות אין לערנען? עס איז מיר (און אים) גענוג אזוי".

עליך אמר קרא, דער מסילת ישרים רעדט ממש ארום די טענה, און ער ברענגט דריי תירוצים דערצו.


והנה יש מהפתאים המבקשים רק להקל מעליהם, שיאמרו, למה נייגע עצמנו בכל כך חסידות ופרישות, הלא די לנו שלא נהיה מהרשעים הנידונים בגיהנם. אנחנו לא נדחוק עצמנו ליכנס בגן עדן לפני ולפנים. אם לא יהיה לנו חלק גדול, יהיה לנו חלק קטן. אנו די לנו בזה, ולא נכביד על משאנו בעבור זאת.

עיי'ש פרק ד' ווי ער פארענטפערט די אלע טענות.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:03 pm

עס זענען דא וואס רופן אן איינעם וואס טראכט אביסל ארויס פון וואס זיי טראכטן: 'אויפגעקלערט', און זענען ביזי שרייען די שרעקעדיגע ווארט: 'אויפגעקלערט', און מיט דעם אפגעוואנדן יענעם מרישא ועד גמירא און אין איינוועגס אים שוין אויך געמאכט פאר א בעל עבירה, כופר, וכו' וכו' וגו' ודו"ק וד"ל...

איך בין שוין נישט דא...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:06 pm

איישישאק האט געשריבן:מה אעשה אז ניו יארק און דער אומגעגענט האט נישט אזא תלמיד חכם ווי הרב אברהם גורביץ צו שיקען מיין קינד? פרעגסט פארוואס ליטווישע, עס האט נישט מיט אפשטאם, עס האט מיט זיין מדרגה.

און ארץ ישראל איז נישט גייטסעד, אבער עס דרייען זיך דארט עובדי ה' לרוב, אסאך מער ווי וויליאמסבורג. כן ראיתי במו עיני און יעדער וואס זוכט עס, ווייסט דערפון. מיין זון איז א נייגעריגע אין עבודת ה', זאל ער נישט זוכה זיין זיך צו דערקוויקען ביי די עובדי ה' און תלמידי חכמים אין א"י?

פון אסאך פון די התנגדות צום ארויספארען פון לאנד זעט זיך אויס א מין נאכגעבן די מצב, "פארוואס דארף איך בעסער? אידישקייט ווי אין ברוקלין איז מיר פונקט גוט, איך דארף גארנישט בעסער." און אזוי אויך לגבי לערנען, "מיין זון קען לערנען א שטיקל גמרא, און מיט 'מתיבתא' זיכער. קען ער גיין ארבעטן און לערנען א שיעור פאר דעם און נאך דעם. וואס דארף איך אז ער זאל זיצען ביי א גרויסע תלמיד חכם און באקומען נייע השגות אין לערנען? עס איז מיר (און אים) גענוג אזוי".

עליך אמר קרא, דער מסילת ישרים רעדט ממש ארום די טענה, און ער ברענגט דריי תירוצים דערצו.


והנה יש מהפתאים המבקשים רק להקל מעליהם, שיאמרו, למה נייגע עצמנו בכל כך חסידות ופרישות, הלא די לנו שלא נהיה מהרשעים הנידונים בגיהנם. אנחנו לא נדחוק עצמנו ליכנס בגן עדן לפני ולפנים. אם לא יהיה לנו חלק גדול, יהיה לנו חלק קטן. אנו די לנו בזה, ולא נכביד על משאנו בעבור זאת.

עיי'ש פרק ד' ווי ער פארענטפערט די אלע טענות.

די שאלה איז אבער, פארוואס די פאקט איז וואס מען זעהט, אז דייקא נישט דיע וועלכע זייערע עלטערן האבן זיי אויס געזוכט אין אויסלאנד דעם 'גרעסטן' תלמיד חכם בדור, בלייבן ביים לערנען
אדרבא, לאמיר גיין אין די כוללים, לאמיר זעהן פראצענטועל, וויפיל פון די יונגעלייט וועלכע זענען זיך ממית באהלה של תורה צען פופצן צוואנציג יאר נאך די חתונה, זענען פון דיע 'עליטע' וועלכע האבן זיך משלים געווען אין אויסלאנד...,
וויפיל פון דיע וועלכע זענען כהיום יושבים על מדין, און שם'ן אלס תלמידי חכמים גדולים, האבן געלערנט בבחרותם אין די פרעמד???
אדרבא, איך האב עס שוין אויסגעטשעקט, און איר קענט עס אויך אויסטשעקן...,
אויב איינער האט א תשובה לאמיר הערן....

אין מיין משפחה, איז פארהאן עטליכע וועלכע האבן געלערנט אין ארץ ישראל אין א גאר חשובע ישיבה, און האבן אפילו געלערנט דארט נאך די חתונה, עס איז פאריבער אפאר יאר, און זיי זענען צוריק אין אמעריקא, שקוע אין ביזנעס און ריעל עיסטעיט אין גרויסן....., זיי קענען נאך היינט רעדן מיט נאסטאלגיע פון זייערע יארן אין ארץ ישראל, זיך אויפטוהן ער האט געלערנט ביי הגאון פלוני און הגאון פלוני, ער האט אפילו געהאט א 'חברותא' מיט עם... אבער, דאס איז עס.... און מער נישט....

מאידך גיסא, האב איך עטליכע גאר נאנטע קרובים [יונגערע פון מיר..], תלמידי חכמים גדולים ומפורסמים, ש"ס אידן, דיינים וראשי כוללים, וועלכע האבן אלס בחור געלערנט דא אין די לאקאלע ישיבות...., און היינט איז פקיעי שמייהו בעולם התורה
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

איישישאק
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:15 pm

איך האב טאקע נישט געטראכט דערפון, און איך גלויב נישט אז עס איז דא א וועג דאס נאכצוגיין. א פאסטן אלס דיין אדער מגיד שיעור קומט נישט בלויז צוליעב קענטעניס, נאר אנדערע זאכען, און דער וואס שטעלט זיך צו צום קהלה מער ווי א צווייטען האט בעסערע אויסזיכטן אז מ'וועט אים אפצאלען מיט א פאסטן.
און איך בין נישט זיכער אז בלייבען אין כולל איז די באווייז אויף וויפיל אדער ווי גוט מען לערנט. ביי די ליטוואקעס איז עס אזוי, אבער ביי חסידים איז עס בכלל נישט אזוי.

עס איז גאנץ מעגליך אז מ'שיקט בלויז זיך צו קענען בארימען פאר א צווייטען, אבער דאס איז נאר די שפיצל, די ענדע פון די געשיכטע. פארוואס ווערט עס געשעצט ביים ארום און ארום פון דער טאטע? ווייל זיי טראכטען אז עס שטעקט עפעס דערין.

לדעתי וואלט מען געדארפט קלאר אויסשמועסן וואס זענען די מעלות פון לערנען אין ארץ ישראל און דערנאך קוקן צו עס איז כדאי צו שיקען בחורים דארט, ווי שטעקן די ריזיקירען, פאר וועלכע סארט בחור טויג עס, און וויאזוי קען מען פארמיידען די פראבלעמן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 4:20 pm

נישט יעדער 'גרויסער תלמיד חכם' מיינט אז דיין בחור'ל איז געאייגנט צו זיין יענעם'ס א תלמיד..., און טאמער די תכונת הנפש פון דיין בחור'ל איז נישט געאייגנט, זיך צו מדבק זיין אין תלמיד חכם פלוני, בבחינת תלמיד לרבו, איז זייער מעגליך אז מיטן שיקן דיין בחור'ל אהין, איז איידל גערעדט 'יצא שכרו בהפסדו'..

יאפס, איך האב אויך געלערנט אין די פרעמד ביי א גאון מפורסם זצ"ל, און איך קען עס מעיד זיין וואס עיני ראיתי.....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבקשה און 5 געסט