אפהאנדלנוג און אנאליז; באזיגען טראמפ, וויאזוי?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

אפהאנדלנוג און אנאליז; באזיגען טראמפ, וויאזוי?

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:32 am

ווי אזוי - און מיט וועלכע נקודה, גייט מען געווינען קעגן טראמפ?

מען שטייט (שוין) נאך א יאר בעפאר די וואלען, אייוועלט האט שוין דערויף 170 בלעטער אין איין אשכול, אזוי אויך איז דא נאך צענדליגער בלעטער און טראמפ רעזיסטענס און אין אלגעמיינע וואלען אשכולות, אבער די א"ד טעמע האט מען נאך בכלל נישט אויסגעשמיעס דא, און אז מען וועט קלאר זיין מיט די נקודה וועט אויטעמאטיש זיין גרינגער אלע אשכולות,

טראמפ איז טראמפ, ער האט געווינען די רפובליקאנער פריימעריס קעגן זעכצען גוט פינאצירטע און שטארק פאליטישע קאנדידאטען, ער האט געווינען די אלגעמיינע וואלען קעגן א פרוי וואס איז געווען די סאמע בעסטע פאליטישע קאנדידאט.

ביז לעצטענס האבן זיך די דעמעקראטען בכל נישט געדארפט קימערן מיט די טעמע, זיי האבן זיך איינגערעדט און בטעות געמיינט אז מולער גייט זיי געבן די איינטריט קארד און שליסלן צום ווייסען הויז, שפעטער האבן זיי זיך איינגערעדט אז די אוקריינע סקאנדאל גייט עס געבן, אבער ווי א טאג גייט פארביי זעט נישט אויס אז דאס וועט זיין די קעיס,

הכלל, א סוקסעספול קאנדידאט דארף האבן א ציל, און וויזע פאר'ן לאנד ווי ער וויל פירען אמעריקע ווי נאר ער געווינט, און ער דארף האבן א גיטע סלאגן און טאלקינג פוינט צו פארקויפן זיין געדאנק.

אלע פרעזידענטען אין אונזערע צייטען האבן געהאט א קלארע פלאן, א סלאגאן, און א ציל ווי זיי ווילען אנקומען,

פרעזידענט טראמפ, אבאמא, בוש השני, קלינטאן, אלע פון זיי האבן געהאט א ציל, א וויזיע, א סלאגאן, און א קלארקייט וואס זיי ווילען, און אלע פון זיי האבן דאס שויו געהאט פון ווען זיי זענענן אריין אין די פריימערי סיזען, זיי זענענן געלאפן דערמיט לאורך כל הדרך, משא"כ מקעין און ראמני זיי ווייסען נאך יעצט נישט פארוואס זיי האבן בכלל געוואלט זיין פרעזידענט, און וואס זיי האבן געוואלט טיען מיט אמעריקע איינמאל זיי געווינען, (מיסיס קלינטאן געדענק איך שוין נישט וואס זי האט געוואלט און צו זי האט געהאט א פלאן, איינער געדענקט?)

ווי אזוי און מיט וואס איז די פלאן צו באזיגען טראמפ, מיט די עקאנעמי, זיכערהייט, מאראליש, כינע, עלטער, כאריזמע? איז די דעמעקראטישע האופ טאקע אז די עקאנעמי זאל גיין שלאפן כדי אזוי צו באזיגען טראמפ, אדער זיי האבן סיי וועלכע אנדערע פלאן מיט וואס אים צו באזיגען?

איינע פון אונז דא וויייסען ביידען'ס פלאן פאר אמעריקע? אדער העריס, בוקער און פיט פלאן?
קאנדידט ווארען האט א אמת'ע פלענער, אבער עס איז צו קאמפלעצירט, צו לינקס, עס פעלט קלארקייט און א סלאגאן, יענג האט אויך א פלאן אבער עס איז אפשר גוט פאר בראזיל אדער פאמאנא, (סארי ניק יענג).

איך וועל צוענדיגען מיין שאלה; אויף וועלכע נקודה בויעט מען אז מיט דעם גייט מען אראפברענגן טראמפ, און וועלכע פון די יעצטיגע דעמקראטישע קאנדידאטען האט די קוואלעפיקאציעס עס מסביר צו זיין פאר'ן פאלק?

אויב וועט זיין קלארקייט אין די טעמע, וועט מען גרינגער קענען אויסוועלען א קאנדידאט, אדערוויייז איז מען נישט מער ווי א בלינדער ח"ו וואס פראבירט צו דערקענען א מענטש אין די טינקעל, ווייל מען ווייסט באמת נישט וואס מען זוכט.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:43 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:41 am

פיינעלי א פאליטישען דא וואס רעדט צום זאך!

איך טראכט אפשר בלומבערג: באלאנסד די דעם באזשעט, נאו מאור ביג דעפיציט, אינקריעס טעקסעס אן די 1%, עלימינעיט גאנס.

די פאר זאכען זענען נישט קיין קלייניקייטען פאר א קאנדידאט - איך בין נאר נישט זיכער מו ער גייט לויפען אויף די פלאטפארמע.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:43 am

דער געוועזענער טראמפ פריינט אוי היינט פיינט סקאראמוטשי האט עטליכע מאל געווארנט קריס קאומא אז די לינקע און דעמס האבן א פראבלעם אז זיי האבן נישט אקצעפטירט די פאקט אז טראמפ איז א משוגענער און איז פרעזידענט
די נאכנאנדע באמבשעלס און העדליינס גייט שוין פון די נאז. זיי דארפן ׳פעיסען ריעלעטי׳ און אזוי ארויס שטעלן א קאנדידאט קעגן אים

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:56 am

דערווייל גייען זאכן ווי געפלאנט גראדע. קודם כל איז די דעמ פארטיי אפציעל צעשניטן אויף צוויי, אפילו די רעזיסטענס גייען עס נישט אנערקענען. האסט א ווארען מיט א סענדערס וואס שטייען ביים שפיץ פונעם פריימערי. בעת וואס די מער צענטערישע, אפגערעדט די מעסיגע [ס׳איז נאך פארהאן אזא זאך בכלל?] האבן קאַקער ביידען וואס קאלעכט אויף תולה ארץ.

מצד שני שטייען די ריפאבליקענס יוניידעט לייק נעווער ביפאר. קוק א חילוק פון פיר יאר. אין 2016 האבן GOP פאלעטישענס געשריגן ״שטימט פאר מיר, איך שטיץ ׳נישט׳ טראמפ״. יעצט איז א מצב אז אפילו דזשעף סעשענס האט אינגאנצן פארגעסן צו אנקעגן קומען זיין צו זיין סטעיט מיט א מעסעדזש. אלטס וואס ער זאגט איז, ״איך שטיץ ׳יא׳ טראמפ״.

יעדע 2020 וואס לויפט פייגערט צו באקומען טראמפ רעקיגנישן, מיט ראמני האט זיך אריינגעשטיפט א נאסע האנטוך אין פיקס יעצט דורכאויס די גאנצע אוקריינע סומאטוכע, איר כאפט וואס דאס באדייט?

די ״נעווער טראמפ באוועגונג״. וואס, די יונגע דור ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז.

עניוועי, דער עיקר איז אז די דעמעקרעטס זעטיגן אן די אויסגעהונגערטע שעפעלעך מיט עפעס א ציקער׳ל, ז׳האבן קאנטראל אינעם קאנגרעס און זיי אימפיטשן טראמפ. אזוי האט כאטש דער חרון אפם ווי חל צו זיין נאך ביפאר זיי האבן א שאנס אים ארויסצושטויסן פון אפיס.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:01 am

טשאדעלע, איך בין אומפרעסד אז נאך די קנאקעדיגע בעק-טו-בעק לאסעס לאזטו נישט נאך פון דיין אפטימיזעם - קיעפ איט אפ.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:06 am


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:14 am

מטעמים האט געשריבן:טשאדעלע, איך בין אומפרעסד אז נאך די קנאקעדיגע בעק-טו-בעק לאסעס לאזטו נישט נאך פון דיין אפטימיזעם - קיעפ איט אפ.


בעק טו בעק לאסעס.. קיין שמץ עוועדענס אז טראמפיזם האט נאכגעלאזט אפילו איין אינטש. פארקערט גאר, ס׳האט זיך אויסגעברייטערט פי כמה, כמבואר לעיל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:53 am

מה היה הפלאן פון בוש השני? וואס איז געווען די וויזיע פון אבאמא? אז "מ'גייט צום ערשטן מאל אריינלייגן אן אפריקען-אמעריקען", דאס הייסט נישט א וויזיע.
דאס האבן אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן אויך, "מ'גייט צום ערשטן מאל ארויסשטופן א מענטעל דיסעיבלד מנובל פון אפיס"....
סיריעסלי טאלקינג, ווי שוין אגריעט טויזענט מאל, איז שוין כמעט נישטא אזא זאך ווי די "נעווער טראמפ באוועגונג", ווייל עפ"ר איז מען אריבערגעגאנגען צום דעמאקראטישן זייט פונעם אייל. סאו אנדערש ווי אין 16' ווי אחוץ רעפובליקאנער ווס. דעמאקראטן, האסטו געדארפט קוקן וויפיל רעפובליקאנער גייען אריבערגייען. דארפסטו שוין היינט נאר קוקן רעפובליקאנער ווס. דעמאקראטן, וואס דאס אליינס איז עי ביג פראבלעם פאר טראמפ.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:20 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:מה היה הפלאן פון בוש השני? וואס איז געווען די וויזיע פון אבאמא? אז "מ'גייט צום ערשטן מאל אריינלייגן אן אפריקען-אמעריקען", דאס הייסט נישט א וויזיע.
דאס האבן אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן אויך, "מ'גייט צום ערשטן מאל ארויסשטופן א מענטעל דיסעיבלד מנובל פון אפיס"....
סיריעסלי טאלקינג, ווי שוין אגריעט טויזענט מאל, איז שוין כמעט נישטא אזא זאך ווי די "נעווער טראמפ באוועגונג", ווייל עפ"ר איז מען אריבערגעגאנגען צום דעמאקראטישן זייט פונעם אייל. סאו אנדערש ווי אין 16' ווי אחוץ רעפובליקאנער ווס. דעמאקראטן, האסטו געדארפט קוקן וויפיל רעפובליקאנער גייען אריבערגייען. דארפסטו שוין היינט נאר קוקן רעפובליקאנער ווס. דעמאקראטן, וואס דאס אליינס איז עי ביג פראבלעם פאר טראמפ.

אבאמא איז געלאפון אויף יעס ווי קען, און טשענדזש, א מעסדזש וואס האט שטארק געקליקט נאך בוש און א קעגנער ווי מעקעין.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

עושר וכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:45 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:מה היה הפלאן פון בוש השני? וואס איז געווען די וויזיע פון אבאמא? אז "מ'גייט צום ערשטן מאל אריינלייגן אן אפריקען-אמעריקען", דאס הייסט נישט א וויזיע.
דאס האבן אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן אויך, "מ'גייט צום ערשטן מאל ארויסשטופן א מענטעל דיסעיבלד מנובל פון אפיס"....

דו מיינסט עס אמת'דיג?? דו געדענקסט נישט אבאמא'ס "טשעינדזש ראליס" וואס האט געראקט?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:54 am

עושר וכבוד האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:מה היה הפלאן פון בוש השני? וואס איז געווען די וויזיע פון אבאמא? אז "מ'גייט צום ערשטן מאל אריינלייגן אן אפריקען-אמעריקען", דאס הייסט נישט א וויזיע.
דאס האבן אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן אויך, "מ'גייט צום ערשטן מאל ארויסשטופן א מענטעל דיסעיבלד מנובל פון אפיס"....

דו מיינסט עס אמת'דיג?? דו געדענקסט נישט אבאמא'ס "טשעינדזש ראליס" וואס האט געראקט?

טעינדשן וואס? ספעציפישע זאכן?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:25 am

אבאמא האט געברענגט א מעסעדזש פון האפענונג און די חידוש איז געוועהן אז אפילו עס האט נישט געהאט קיין סאבסטענס און מיט דעם אלעם האט ער געהאט א היסטארישע פארלאנג און אמעריקע איז געגאנגען ניסלעך דערפאר.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:41 am

טראמפ אליינס
נאר א דוגמא ווי ער שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט
א טאג נאך מוללער שוין געווען אויפען פאון מיט אוקריינע פרעזידענט
די דעמקראטען האבען צופעליג זיך מיאוס פארעכענט זיי האבען געמיינט אז טראמפ גייט קאפערען אין שטויסען אין וויינען ווי א קליין אינגעל. אין ער וועט ווערען פארשעמט למעשה האט ער עפעס א קונץ ביי ביידע ער טוהט פאריקטע זאכען ביז פאר א שפיץ ער גייט צווישען די טראפען
ער איז גאר א גרויסע ריסק אינטערעמער סאו ער זאל זיך נאר איינמאל פארעכענען אביסעל קען עס עם אראפפירען

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7767
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:48 am

איידער מען קען פארגלייכן די יעצטיגע פארמעסט מיט פריערדיגע, אדער צו אנדערע קאנדידאטן, דארף מען נעמען אין באטראכט אז אנדערש ווי אין 2016 האט יעצט טראמפ אויך נישט קיין געהעריגע מעסעדזש. איינער ווייסט אויף וואס טראמפ לויפט יעצט? קען מען קלאר אנצייגן א מעסעדזש? א האפענונג אויף פאראויס וואס זאל ארויסברענגן זיינע שטיצער?

נאך א זאך, טראמפ'ס שטארקייט אין 2016 איז נישט עכט געווען זיינע פלענער אויף פאראויס, נאר זיין ארויסברענגן די שלעכטע זאכן פונעם עבר. אלע פראבלעמען אין די וועלט זענען געווען אויפן וואגשאל און אזוי האט ער אנגערייצט די מאסן אים צו שטיצן, דורך אפמאלן א גאר שווארצן בילד. יעצט זענען אלע פראבלעמען 'זיינע' פראבלעמען, און ער האט פארלוירן זיין שטערקסטע טול. לויפן אויף א רעקארד איז פיל שווערער ווי לויפן אויף יענעמ'ס פראבלעמען. נאכדערצו פאר אזא סארט קאנדידאט ווי טראמפ.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:50 am

מטעמים האט געשריבן:אבאמא האט געברענגט א מעסעדזש פון האפענונג און די חידוש איז געוועהן אז אפילו עס האט נישט געהאט קיין סאבסטענס און מיט דעם אלעם האט ער געהאט א היסטארישע פארלאנג און אמעריקע איז געגאנגען ניסלעך דערפאר.


די עקאנעמי איז דעלמאטס געווען אויף לייף סופארט, סאו זיין מעסדעזש איז געוועו קריסטאל קלאר,
ווער רעדט נאך אז מקעין האט אים צוגעהאלפן מיט בכלל נישט האבן קיין מעסעדזש, און מיט סוספענדען זיין קאמפיין פאר דריי טעג.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:55 am

יש ברירה האט געשריבן:איידער מען קען פארגלייכן די יעצטיגע פארמעסט מיט פריערדיגע, אדער צו אנדערע קאנדידאטן, דארף מען נעמען אין באטראכט אז אנדערש ווי אין 2016 האט יעצט טראמפ אויך נישט קיין געהעריגע מעסעדזש. איינער ווייסט אויף וואס טראמפ לויפט יעצט? קען מען קלאר אנצייגן א מעסעדזש? א האפענונג אויף פאראויס וואס זאל ארויסברענגן זיינע שטיצער?

נאך א זאך, טראמפ'ס שטארקייט אין 2016 איז נישט עכט געווען זיינע פלענער אויף פאראויס, נאר זיין ארויסברענגן די שלעכטע זאכן פונעם עבר. אלע פראבלעמען אין די וועלט זענען געווען אויפן וואגשאל און אזוי האט ער אנגערייצט די מאסן אים צו שטיצן, דורך אפמאלן א גאר שווארצן בילד. יעצט זענען אלע פראבלעמען 'זיינע' פראבלעמען, און ער האט פארלוירן זיין שטערקסטע טול. לויפן אויף א רעקארד איז פיל שווערער ווי לויפן אויף יענעמ'ס פראבלעמען. נאכדערצו פאר אזא סארט קאנדידאט ווי טראמפ.


טראמפ האט יעצט א ברייטע אויסוואל אויף וואס צו לויפן ער דארף נאר ווארטען אביסל צו זעען ווי אזוי זאכען גייען זיך שטעלן

ער קען נאכאמאל לויפן קעגען טשיינע - אויב האט ער א דיעל איז נאך בעסער.

ער קען לויפן קעגן פעלואסי און די דא-נאטינג-עקסעפט-אימפיטשמענט-קאנגרס.

ער קען לויפן מיט די גיטע עקאנעמי, מיט די דשאבס מארקעט - קיעפ אמעריק גרעיט אגעין.

בקיצור ער דארף פשוט אביסל צייט צו זיין קלאר וועלכע ריכטינג ער גייט גיין.
און פאר א צווייטע טערמין איז די מעסדזש וווייניגער וויכטיג ווי פאר'ן קאנדידאט וואס לויפט צום ערשטען טערמין, והדבר פשוט.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:04 am

יש ברירה האט געשריבן:איידער מען קען פארגלייכן די יעצטיגע פארמעסט מיט פריערדיגע, אדער צו אנדערע קאנדידאטן, דארף מען נעמען אין באטראכט אז אנדערש ווי אין 2016 האט יעצט טראמפ אויך נישט קיין געהעריגע מעסעדזש. איינער ווייסט אויף וואס טראמפ לויפט יעצט? קען מען קלאר אנצייגן א מעסעדזש? א האפענונג אויף פאראויס וואס זאל ארויסברענגן זיינע שטיצער?

נאך א זאך, טראמפ'ס שטארקייט אין 2016 איז נישט עכט געווען זיינע פלענער אויף פאראויס, נאר זיין ארויסברענגן די שלעכטע זאכן פונעם עבר. אלע פראבלעמען אין די וועלט זענען געווען אויפן וואגשאל און אזוי האט ער אנגערייצט די מאסן אים צו שטיצן, דורך אפמאלן א גאר שווארצן בילד. יעצט זענען אלע פראבלעמען 'זיינע' פראבלעמען, און ער האט פארלוירן זיין שטערקסטע טול. לויפן אויף א רעקארד איז פיל שווערער ווי לויפן אויף יענעמ'ס פראבלעמען. נאכדערצו פאר אזא סארט קאנדידאט ווי טראמפ.

דארף א פרעזיטענט פאר א צווייטע טערמין אויך א פרישע מעסידש ?
האט אבאמא געהאט א מעסידש אין 2012 ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:08 am

יש ברירה האט געשריבן:איידער מען קען פארגלייכן די יעצטיגע פארמעסט מיט פריערדיגע, אדער צו אנדערע קאנדידאטן, דארף מען נעמען אין באטראכט אז אנדערש ווי אין 2016 האט יעצט טראמפ אויך נישט קיין געהעריגע מעסעדזש. איינער ווייסט אויף וואס טראמפ לויפט יעצט? קען מען קלאר אנצייגן א מעסעדזש? א האפענונג אויף פאראויס וואס זאל ארויסברענגן זיינע שטיצער?

נאך א זאך, טראמפ'ס שטארקייט אין 2016 איז נישט עכט געווען זיינע פלענער אויף פאראויס, נאר זיין ארויסברענגן די שלעכטע זאכן פונעם עבר. אלע פראבלעמען אין די וועלט זענען געווען אויפן וואגשאל און אזוי האט ער אנגערייצט די מאסן אים צו שטיצן, דורך אפמאלן א גאר שווארצן בילד. יעצט זענען אלע פראבלעמען 'זיינע' פראבלעמען, און ער האט פארלוירן זיין שטערקסטע טול. לויפן אויף א רעקארד איז פיל שווערער ווי לויפן אויף יענעמ'ס פראבלעמען. נאכדערצו פאר אזא סארט קאנדידאט ווי טראמפ.



דו מיינסט עס ערענסט?

ער איז געלאפן אויף מעיק אמעריקא גרעיט עגען, ענדיגן איליגל אימיגרעישן, ארויסגיין פון סטופיד קליימעט פעק און טרעיד דיעלס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7767
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:09 am

איך קען די זעלבע זאך זאגן פאר'ן דעמעקראט, ער דארף ווארטן צו זעהן... ביי אזא צייט אין 2016 האט טראמפ געהאט א פיקס פארטיגע מעסעדזש, אצינד לויפט ער סתם אנצוהאלטן זיין מאכט. הגם פעס איז אמת אז עס איז וויכטיגער צו האבן א מעסעדזש ביים ערשטן טערמין.

קענסט זיך פארשטעלן ווי טראמפ קומט ארויף ביי זיינע ראליס מיט די זעלבע לאנדרי ליסט ווי אין 2016? כ'מיין מען האט דיר געגעבן פיר יאר זאג מיר נישט אז דו ברויכסט נאך פיר יאר צו דעליווערן א וואנט, טשיינע דיעל און העלטקעיר. אלעס בשעת ווען דיין סלאגאן איז צו האלטן די סטאטוס קוואו.

די איינציגסטע עכטע ארט פאר טראמפ איז די עקענאמיע. דאס איז אויב עס האלט טאקע אן פאר נאך 352 טעג, ווי אויך האבן די דעמעקראטן א גוטע פארקערטע מעסעדזש פון די טאפ 1%, בערך אויפן זעלבן שניט ווי טראמפ האט געהאט אין 2016 וועגן די 'פארגאטען פיפעל'. דא איז די רעגעניש אויף די צווייטע זייט.

האקט אוועק

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:17 am

יש ברירה האט געשריבן:איך קען די זעלבע זאך זאגן פאר'ן דעמעקראט, ער דארף ווארטן צו זעהן...


נאופס, ווייל א מעסעדזש דארף קלעבן צו קאנדידאט, א מעסדעזש איז די קאנדידאט'ס היסטאריע, זיין נאטור, זיין עבר עתיד והווה.

קענסט יעצט עפעס ארויפקלעבן אויף ביידען?!
אדער אויף סיי וועם אנדערש חוץ סאנדערס וואס האט עס טאקע אבער עס איז צו לינק?!

יש ברירה האט געשריבן:קענסט זיך פארשטעלן ווי טראמפ קומט ארויף ביי זיינע ראליס מיט די זעלבע לאנדרי ליסט ווי אין 2016? כ'מיין מען האט דיר געגעבן פיר יאר זאג מיר נישט אז דו ברויכסט נאך פיר יאר צו דעליווערן א וואנט, טשיינע דיעל און העלטקעיר. אלעס בשעת ווען דיין סלאגאן איז צו האלטן די סטאטוס קוואו.


א גרויס טייל פון זיין 16 לאנדרי ליסט האט ער שוין געטיען!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7767
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:27 am

ביידען קען גיין מיט די פאלקסישע עוורעדזש דזשאו עפראטש זיך אנעמען פאר די ליטעל גאי, ווארען מיט אירע פלענער, סאנדערס מיט זיינע.

א [קליין] טייל פון זיין לאנדרי ליסט האט ער שוין טאקע געטון, אבער לויפן אויף א רעקארד האט ווייט נישט די זעלבע עפעקט ווי לויפן אויף א טויש. וואס זאל אויפהייטערן זיינע שטיצער? א פאזיטיווע מעסעדזש האט נישט די זעלבע מאכט ווי א נעגעטיווע.

איך בין מסכים אז די דעמעקראטן דארפן האבן א בעסערע מעסעדזש. פון די אנדערע זייט דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז טראמפ איז היסטאריש אומפאפולער אין אמעריקע. אבאמא איז געווען נעט פאזיטיוו אין 2012, אין פארגלייך איז טראמפ מייניס 8-12%. ער דארף ארבעטן זיך אויסצוברייטערן נישט נאר אנצוהאלטן. די דעמעקראטן זענען פארקערט. זיי דארפן נישט אזוי ווייט אריינברענגען נאך שטיצער מיט א מעסעדזש נאר ענדערש אנהאלטן וואס זיי האבן.

עפרות זהב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:28 am

די בעסטע וועג צו באזיגען טראפ איז דורך טראפ
שפילען מיט אים אויג צו אויג
דהיינו אויפשפילען וואס פארא לוזער ער איז, ער איז נאגעלאפען קים יאנג אן ווי א הונטל אין קים האט געמאכט דאס גענאר פין אים, געפאלען פאר טערקיי, אריינגשפילט אין פוטין'ס הענט, וכו'
אמת די הייסע טראפשטיצער וועלען עס פרובירען אראפ צומאלען אין א פאזעטייווע בליק, אבער טראפ פארנעמט נישט קיין לוזער, אין זיין גאנצע מהלך וויאזוי ער פיטערט זיינע שטיצער'ס איז, ווי מעכטיג אין געלונגען ער איז,
ווען זיינע מענטשען הייבען אן צו פילען אז ער איז א לוזער טוען זיי זיך נישט אינדענטעפעצירען מיט אים
אויף מיין קאנדידאט איז נישט שייך צופרעגען קיין קשיות, אויב איז דא צופיל קשיות איז ער אויס מיין קאנדידאט
חידה: וואספארא זאך האט יעדער ליב ? ענטפער: מיין ניק...

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:35 am

יש ברירה האט געשריבן:פון די אנדערע זייט דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז טראמפ איז היסטאריש אומפאפולער אין אמעריקע. אבאמא איז געווען נעט פאזיטיוו אין 2012, אין פארגלייך איז טראמפ מייניס 8-12%. ער דארף ארבעטן זיך אויסצוברייטערן נישט נאר אנצוהאלטן. די דעמעקראטן זענען פארקערט. זיי דארפן נישט אזוי ווייט אריינברענגען נאך שטיצער מיט א מעסעדזש נאר ענדערש אנהאלטן וואס זיי האבן.


פון די אנדערע זייט דארף מען נעמען אין באטראכט אז איה"נ טראמפ פערזענליך איז נישט אזוי פאפולער, זענענן אבער זיינע פאלאסיס יא שטארק פאפולער, אין 16 האט מען אים אריינגעוועלט צילוב זיינע פאלאסיס און מעסדזש, נישט צילוב זיין כאראקטער אדער פערזענליכע אפראוועל, און די זעלבע וועט זיין אין 20.

די פאולס זענענן געווענליך איבער די מענטש, דארט איז איז טראמפ טאקע א היסטארישע לוזער,
די וואלען זענענן געווענליך איבער פאלאסי, דארט זענענן די דעמס היסטארישע לוזער'ס, מיט זייער לינקע אגענדע זענענן זיי פשוט נישט דאהי.

טראמפ קען זיך ערלויבען צו זיין אומפאפולער, און פארט מארשירען נאכאמאל צו זיין געווינס, זיינע פאלאסיס און זיין מעסעדזש רעדט צום פאלק.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7767
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:46 am

עס איז אמת אז עס קומט אויך אריין די מענטש, אבער מיר רעדן דאך נישט איבער פאזיטיוו/נעגעטיוו פון טראמפ. איך רעד פון זיין דזשאב אפראוועל.

ער קומט אריין אין פענסילוועניע אונטערן וואסער מיט 10% וויאזוי דרייט ער דאס ארום? מיט וועלכע מעסעדזש?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:52 am

זיין מיינוס דשאב אפראוואל אינקלאד אויך פון די רעכטע וואס זענען ברוגז צילוב נישט זיין גענוג רעכט, זיי גייען אים אבער נאכאמאל אריינוועלן אין אפיס, דערפאר זענענן די פאלוס זענענן אירעליווענט, ווייל אפילו פון די צען פארצענט מיינוס גייען אויך אינדעפענדענט לינקע און רעכטע וויילער - וואס זאגען אז זיי זענענן נישט צופרידען פון אים - אים אויסקלויבען איבער זיין קעגענער צילוב זיינע פאלאסיס.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט