אן עסקנות'דיגע איבערלעבעניש (מעשה שהיה)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

אן עסקנות'דיגע איבערלעבעניש (מעשה שהיה)

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אוקטובער 20, 2019 6:02 am

בס"ד

אנגעהויבן האט זיך עס בערך א וואך פאר ראש השנה, ווען איך האב עפעס געפרואווט צו ערלעדיגן און איך האב געמוזט צוקומען צו די הילף פון א געוויסן הויכגעשעצטע פערזענליכקייט.

איך האב זיך אנגעגארטלט מיט דרייסט, טראץ וואס עס איז נישט מיין נוסח צו גיין רעדן צו מענטשן און בעטן טובות, אבער וויבאלד איך האב געמוזט די זאך ערלעדיגן האב איך אלס געלייגט אין די זייט און געגאנגען אין יענעם איד'ס ביהמ"ד און אים אפגעווארט פארן דאווענען.

ווי נאר יענער איד האט מיר אריבערשפאצירט בין איך זיכערערהייט צוגעגאנגען צו אים און אנגעהויבן מיין דרשה, אבער דער איד שפאצירט ווייטער ווי כאילו איך וואלט ווען געווען לופט, איך הייב אן נאכאמאל שוין אביסל אומזיכער, אבער יענער גייט זיך ווייטער אין וועג ווי כאילו איך רעד נישט מיט אים בכלל, און ווען איך האב אנגעהויבן קלערן אז אפשר האט ער צו טון מיטן אויער און ער הערט מיר נישט, האב איך געזען זיינע צוויי אויגן דירעקט אריינקוקן אין מיין געזיכט.

איך בין געווארן אינערליך טיף באליידיגט.

עס אי אריבער ראש השנה און יום כיפור, עס איז מיר זייער שווער געווען מוחל צו זיין דעם איד, איך האב געשפירט ווי ער האט מיר דירעקט געוואלט באליידיגן און עס האט מיר גאר געבאדערט, איך האב אים טיף אינעווייניג געהאסט און פיינט געהאט גאר שטארק.

איך האב נישט דערציילט פאר קיינעם דערפון, נאר פאר עטליכע גאר נאנטע חברים וועלכע האבן אויך נישט פארשטאנען וויאזוי ער האט מיר דאס געקענט טון, זיי האבן אויך אנגעהויבן זייער שטארק אים נישט ליב צו האבן כאטש וואס ער האט גאר א גוטער נאמען אין די גאס.

הושענה רבה דאס יאר נאך משנה תורה שפאציר איך ארויס פון ביהמ"ד ווען דער איד ווארט מיר אפ אינדרויסן, עס איז מיר געווען א חידוש, ער שטייט קיינמאל נישט קיין איבריג מינוט אין שול, און דא ווארט ער מיר אפ ביים טיר ווי איך וואלט ווען געווען א וויכטיגער נגיד אדער איש ציבור, ער גייט גלייך צו צום נקןדה און זאגט מיר, איך הער אז דו טראגסט א שווער הארץ אויף מיר, איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן וואס האט דיר דאס גורם געווען צו שפירן אזוי און איך וויל דיר אויך איבערבעטן, האב איך אים געזאגט זייער קלאר, דו געדענקסט זייער גוט, דו ווייסט אז איך האב עפעס געוואלט פון דיר, האסט מיר איגנארירט ווי א פליג, און יא, אזוי שפירט יעדער מענטש ווען מען פאטשט אים אזוי אפ.

דער איד האט אנגעהויבן ממש צו ציטערן, ער זאגט מיר, זאלסט וויסן אז איך האב דיר באמת נישט באמערקט, איך טוה דאס קיינמאל נישט צו קיין שום מענטש און איך ווייס נישט וואס עס האט גורם געווען אז עס זאל אזוי אויסקלאפן די מעשה ביי דיר, ביטע זיי מיר מוחל.

איך האב אים מוחל געווען אויפן ארט זעענדיג זיין אויפריכטיגקייט און מיר האבן געשאקלט הענט.

און איך בין ארויס מיט א מורא'דיגער מוסר השכל אז ווילאנג איך האב נאכנישט קלאר געשטעלט וואס די מעשה איז געווען, אפילו ביי מיר אין די אויגן זעט עס אויס קלאר ווי דער טאג, טאר מען נישט שטעלן קיין הסכמות און מען טאר זיך נישט צוזאמרעגן פאר גארנישט.

און אויך האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פארן זיך איינהאלטן פון רעדן לשון הרע און אזוי האב איך פארשפארט מייט נשמה פון טראגן די זינד פון באשמוצן א איד על לא דבר.

ניין, די מעשה האט נישט קיין שטורעמישע ענדע… עס איז סתם א קרישקעלע פון א טאג טעגליכע ערשיינונג און א נקודה לעשייה.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

jay
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 20, 2017 9:50 am

תגובהדורך jay » זונטאג אוקטובער 20, 2019 10:10 am

למעשה האט ער דיר געטאן די טובה?

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 20, 2019 10:16 am

wow, א וויכטיגע לעקציע דאס!
ללמדך אז "הוי דן את כל האדם לכף זכות" גייט אויך אן כלפי הויכגעשעצטע מענטשן, נישט אלעמאל זענען זיי אזוינע שרי גאה-דעה-מאה ווי מיר מיינען...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אוקטובער 20, 2019 3:24 pm

jay האט געשריבן:למעשה האט ער דיר געטאן די טובה?

איך האב אים שוין מער נישט געדארפט האבן דערפאר, אבער עס איז נישט נוגע לעניננו...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט