שמולי'ס נייע סוכה.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

שמולי'ס נייע סוכה.

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:15 pm

שמולי איז שוין א טאטע, שמולי האלט יעצט א האלבע יאר נאך זיין ערשטע מיידעלע למזל טוב, און ער איז שוין א "טאטע"... און ער האט שוין אינדערהיים צוויי בעבי'ס, איין קליינע בעבי, און איין מאמע בעבי.

ס'איז נאוי דאניק"י ביזנעס, דע יאר מוז איך האבן א אייגענע סוכה..!! מ'קען מער נישט גיין אזוי צום שווער'ן יעדע סעודה, יעדע פרישטאג, סאפיער לאנטש, און ביינאכט נאשע'ן..
נאָ ? !
האבן זיך די צוויי צוזאם גענומען איין מיטוואך באנאכט, און נאך א העפטיגע דיסקשאען, איז געבליבען אז מ'גייט זיך נאכאמל אראפ זעצען מארגן, און זעהן וואס מ'קען דא טהון. והך קאווע, אויף צומארגענס תיכך נאך מעריב איז ער מיט'ן צווייטע חכמה'לע זיך אראפ געזעצט דן זיין בכובד ראש וואס מקען דא טהון , שיגע מעטראע.. זי שלעפען יעדע מניט צו די שווערס דריצקי סוכה ?! ווער רעדט נאך פון שלאפן ? דארט, פלאץ איז נישט די אישא.. מ'וועט נאך זיין מיין פאני נאכט העמעד, און די האר אויף מיין פיס!! נאוי וועי! נישט שמאלי... ! שוין נאך א גרינטליכע איבעטראכטונג און מ'איז צוגעקומען צו א גראנדיעזא החלטה אז די יאר גייט מען בויען א סוכה, וואנס פאר אלל, עני וועי מוז מען איינמאל עס בויען, זאל עס שוין זיין די יאר.
אקעי, מיט'ן פעסטע פלאן, איז שוין שמולי העפי ווי א העליפארט, זיין פיצקי מוח איז פאלי-לאוטעד מיט פלענער, על אידי לייטס בליצען אלל אווער, וואטער פאולס, שטרענס, הצתיינות'ער, עפעלך, אטרוגים, פענטינגסט, קערטענס, פידלעך, קראצעך מענטשלעך, און וואס נישט.

יענע נאכט האט שוין שמולי נישט געקענט געהריג שלאפן פאר גרויס עקסייטמענט. די נעקסטע צופרי האט שוין די האלבע בית מדרש געוויסט אז שמולי פלאנט צו מאכן א סוכה די יאר, די אנדערע האלב איז שוין געהאט אהיים געאנגען פאר ער איז אנגעקומען.
ווער ס'האט זיך אפגעשטעלט אין די האל וועי פאר א סעקענדע האט שמולי באפאלען יענעם מיט די זעלבע פינף קשיות, וואס איז די בעסטע סוכה ללייטערס אדער דיפא אדער פלענע פענעלס ?

שוין, יעצט איז געקומען מיין רייע, שמואלי פרעגט מיר זיינע פינף מה נשתנה קשיות, די האסט אפי' א פארטש פרעג איך עם ?!
אאאהההה...!!!! ניין, אבער איך האב אביסל פלאץ דארט אינדערזייט, אויף אזא קליינע האלבע שיפע סייד-וואלק און אביסל א שיפע גראזיגע בערגעל ..
איך האב שוין געזען די בראך פאר די אויגען, דא גייט קיין סוכה נישט זיין, קיינמאל, אפשר א דופן עקומה..
נישט וועלעני'דג אים אפ-פאטשן זאג איך אים, די גייסט דארפס'ן בויען א סטעדזש, מיט א שלאק, ס'איז נישט אזא גרינגע מעשה..!
יע, ס'איז נאוי פראבלעם.. איך בין אקעי, איך קען פיין דרילן, און מיין ווייב'ס טאטע האט א דזיקסאוי, און מיין שוואגער האט א לופט-פאמפער-נעלער, איך בין פאלי מסודר.

שוין ס'איז א' סליחות ווי נאר מ'פארעדיגט סליחות מיטן שחרית. שמולי שמעטערט אהיים, און וועקט אויף זיין קאטשקע'לע שטילערהייט..... פשששש.... פססססס... ריההההיייזזזיייייי רייזי, איך דארף העלפ! יעצט ?! יא ! זיכער, וואס פרעגסטו אפי', מ'דארף יעצט אויסרעכענען די העלצער מיט די ווענט מיט די גאנצע זאך..
אקעי, ווי א פלינקע טשארעפאכע פליט זי ארויס פון בעט, די חברה גיין אין קאך, זיכט און שלעפט ארויס א פאק פעיפערס , פענס מארקערע'ס היילייטערס און קאלעקאליטעקס, מ'הייבט אן מאלווען, אקעי... דא גייט זיין די וואנט, דא, די אנדערע , ער ווי א בילדער שרייט מיט שפאטס מ'דארף נאר דריי ווענט, ווייל מקען ניצען די וואנט פון די בילדיניג, שטייסט ? כאפסט ? קוק דא איינס און דא איינס און דא איינס און דא נאך איינס אזוי...
אקעי, איך מיין מ'גייט מאכן די סוכה אזוי גרויס ווי די דיינוג רום, עה זאג זי, ביסט פארנארט ? זוי גרויס ס'איז נישט דא ווי ...
פארוואס זאגסטו אזוי ?

זיי גייען אלע דריי ארויס און מ'הייבט לייגען איין פיס אונטער די אנדערע און מ'ציילט די טריט, אקעי דא קען מען מאכו 8 טריט, און דא 4 טריט סאוי צווזאמען איז עס ????????
איך מיין ס'איז 48 ביי 12 אינטש, עני וועי וואס א חילק, דארט ווי די גייסט קויפן ווענט , זאג אים ווי גרויס די פלאץ איז, און ער וועט דיר שוין זאגן וואס די דארפסט.
אה א גיטע עצה. זעהסט כ'האב געוויסט כ'האב גוט חתונה געהאט! יא יא איך דענק נאך ווי יאנקי אין ישבה האט געזאגט איך גיי חתונה האבן מיט סלאוי, א נקמה אין אים....!!
מ'שרייבט אראפ די אלע מיסאינפארמאציע אויך א נעפקיען, און מ'גייט אנהייבן שאפינג.

אקעי איך גיי קאולן סאכי זאל מיר זאגן וואס מ'דארף אלץ האבן, ער האט שוין געמאכט דריי סוכת ווייל סאזי איינגעפאלען לעצטע צוויי מאל סאוי ער האט שוין עקספריענס.
טררר ... העלאוי,
סאכי ?
יא.
יא סע שמאלי, העלאוי, ווא טוטצעך ? ס'נייעס ?
לאהקטשען ביט פארדייעס..
עני וועי, איך וויל מאכן א סוכה , איך גיי מער נישט לויפן ווי א סקאנק צו מיין שווער יעדע ביניעוו בינהיט. עני וועי זאג מיר וואס דארף איך קויפן ?
פארדעם קאלסטו מיר יעצט זוי פרי ?! עני וועי, די דארפסט האבן טויזענט זאכן, איך קענידירנישט זאגן אזוי .
ניין אפאר זאכן האב איך שוין אויף מיין ליסט...
א גאן-סטעפלער, מיט א לעקאטערישע שלעפער ארויס צו נעמען, און האניג און מעל האב איך אינדרהיים וואס נאך ?
איך ווייס נישט קאל מיר ווען די האלטס ביים צוזאמשטעלן און די האסט שוין אלעס אקעי? ביי.
אקעי ביי.

נאכן זיך אנטרינען אביסל גייט מען אנהייבן צו בויען.
מברענגט ארויס די סאוינג באקס וואס איז אויך די טול- באקס, ס'האט א ווייכע מעסטער, מיט גרבע נאדלעך. און א גאון גלוי וועלקרוי וכו' וכו' אלע זאכן צו בויען א סוכה....
מ'הייבט איינפלאגען איין פיס'קג עקסטשענען ווייער אריין אין א צווייטע באר , דא קומט שוין א לאנגע 4 פיסגע ווייער, ס'זעט אויס ווי א שטריק וואס ארעסטאנטען האבן געמאכט מיט ליילעכער. ס'שטייצעך געווען פונקט גענוג לאנג אז ס'זאל זיך אויספלאגען יעדע צוויי מניט, ס'איז נאך נישט דא וואס איינצופלאגען.... חוץ די גאו גלוי, אבער די ווייער איז שוין גרייט.
ס'לויפט אדורך אפאר טעג און שמולי האט פארשאפט קאסטעם 2 פיסגע פענעלס און מ'הייבט אן בויען די בודקע הנקרא סוכה , ער הייבט אן שלעפען 2 ביי פירער'ס, ס'טוטצך לשם מצות סוכה, ס'גייט א רויך, די קינדער אינדערזייט האבן א פרייע פארשטלונג, מגייט מאכן די פלאויר, מדארף האבן א סטעזש, צו מאכן די קורצע זאך קערצער, ער דרילד אזוי איין ביעם צום צווייטען אין די לופטען , באט די סקראל ווי א עקשען טוט נישט גארנישט חוץ ווערן באלי'דיג, און מאכט א גרידער ווי א אימפעקטער דרילער, ער שוויצט נעבעך אריין זיין גאנע כוח דארט אינעם דרילער, ווי מער ער פאשט די דריל צושפרייטען זיך די צוויי ביעמ'ס, און ווען ענדליך דרייט זיך עס שוין אביסל אריין, ווערט עס סטאק ווי עשו'ס ציין אין יעקב'ס האלדז, ער דריקט שטערקער און די ספיד הייבט זיך, און וואאםםםם... ס'נעמסט זיך דרייען אזוי בררררררררררר...הוי, מ'טוישט ביט און ס'קראל יעדע צוויי מניוט, שוין ענדליך איז עס אריין געפארן איין סקרוי אזוי האלב וועגס אין ביידע ביעמס, און יעצט איז נישט מעגליך עס צו מאכן טייטער אפי' ווייל די ערשטע סקרול איז שוין דארט סטאק, ס'הענגט דארט ווי א זאקן אין ארץ ישראל אונטער די זין זיך צו טרוקענען.

בקיצער שוין דא פיר ביעמס ארום און ארום פאר די די פלאר , יעצט דארפן מען לייגען אינדערמיט, וויפיל ? די ווייניגסטע מעגליך, איז שוין נאכן לייגען נאך צוויי טא-ביי-פארס איז די פלאר כמו גרייט צו נעמען איף זיך די פלייוואדץ

שמאולי האט געקויפט די די דיקסטע פלייוואט וואס ס'איז נאר נישט דא, ווייל סאכי האט געזאגט אזוי, שטייצעך די סקראלס זען נישט געווען די גיטע סייז ס'זעט אויס ווי גע'גט'ע הויזן
בקיצער נאכן זיך מיטשענען מיט'ן פלאר פאר דריי טעג, האבן די קינדער געהאט אויף וואס צו טאנצען און מאכן פלעיס, ס'האט גאנץ קנאפ געהאלפן די אלע סטראשעס, און ביים 4'דן טאג האט מען שיין געדארפט לייגען קאונס ווי נישט צו וואקן אויב מ'וויל זיך נישט טרעפן די פיס צווישן צוויי פלייוואטץ

נעקסט די ווענט, מ'הייבט אן בויען די ווענט דא האט שוין שמואלי געהאט העלפ, סאכי איז געקומען געבען א האנט, סאכי האט אויך געבערנגט זיין 12 וואלט דרעק&בלעקער בעטערי דריל....
סאכי איז שוין געווען די פראוי, סאוי איך ער גייט עס דרילען די כאפ אן די פענעל און ... יא שיין מ'הייבט אן ביים קארנער.. אקעי שטופ אביסל, נאך ... אקעי סטאפ סטאפ סטאפ סטאפ !!!!! אזוי...!

ס'שטייט שוין צוויי פענעלס, ביי די פערדע האט שוין סאכי שיער איינגעטראסקעט די וואנט און מלייגט צו נאך איינס און נאך איינס, אבער אינצווישען איז געווארן שפעט און סאכי דארף שוין גיין, אבער די ווענט האט נאך נישט גיין געהעריגע סופארט האט סאכי געלייגט א האלץ פון די פלאר צו די וואנט, (א עכטע פרעמער ניין ?) וואס איז נעבעך געשען איז, אז שאלי איז אריין אין די סוכה ביינאכט און ס'געוון לעכטיג ווי חושך ביי די מצרים, און דער האט זיך מיוס איבערגעקאצקעט, און ס'גפלויגען בימעס און די גאנצע סוכה האט זיך שיער צוזאמעגלייגט ווי די טווין טאווער'ס אויף אים.

די נעקסטע טאג האט האט ער מיט עבודת הפרך געפערטיג די ווענט, יעצט איז געקומען די צייט צו מאכן די טיר, ווען שמאולי וואלט געוויען א גוי, וואלט ער געדארפו א קאלעידזש דעגרי צו מאכן די טיר, ווי לייגט מען ערשט די אינזש אויפן סוכה וואנט אדער אויפן טיר ?
שוין בקיצער די טיר ליגט שוין פיינעלי און מאכט זיך כמעט צו, וואס איז?! מ'דארף סך הכל זשאסט געבען א הייב אינטער די טיר מיט די וואנט א האלבע אינטש און שטיפען די וואנט לינקס אפאר מאל, און ס'ווערט גוט...!

שוין די טיר איז שוין דא יעצט דארף מען לייגען טאבייפאר'ס ארום און ארום פון אויבן אויף וואס די סכך גייט ליגען, שטייט ער דארט ווי הבל וואס האט געוואלט הארגענען קין, און ווייסט נישט ווי מ'הייבט אן, מ'שלעפט ארויס די קאך בענקעל זאל דינען ווי א לייטער, ער ציעט זיך אויס די העכסטע משלעפט זיך מיט די אויסגעצויגענע "עקסטענשטען ווייער'ססס און די סקראל טראקעסעט יעדע מניט אראפ ווי נאר מהייבט אן סקראלן, מיט איין הענט די דרילער און מיט די אנדערע די האלץ שטייענ'יג אויף זיינע איגראנטאנעל פינגערס, און ס'גייט נעבעך נישט
אקעי, מ'מוז שאפן א לייטער! עומר ושוטה מ'הייבט אן קלאפן אויף די טירן ווער ס'קען בארגען א לייטער, שוין כהא באים גערען געבראגט מיינע, ער שלעפט עס אריין אין זיין סוכה ער שטעלט עס אויף, ס'האט זיך געוואקעלט ווי א געשאכטענע כפרה צוליב די גראדקייט פון די פלאר ..

ער שלפט זיך ארויף אויפן לייטער מיטן לאנגען האלץ אין איין האנט און אין די אנדערע זיין גאנגלוי, אפס, סארי דרילער, ווי א פראוי לייגט ער אריין די דרילער אין די לאך פון אויבן אין די לייטער, אזוי אז די ביט זאל ארויספאלן, ער קריכט ארויף אבער אז מ'קענישט דרילען העלפט נישט קיין לייטער, און די סקראל'ס זענען געפלויגען ווי א כאמאס ציל שיסער, ענדליך נאכן לייגען איין סקרל אינדערמיט איז די בים ענדליך אויבן, ס'דרייט זיך ווי פראפלערס פון א פליגער, אויף אראפ, אקעי, מ'דארף פשוט לייגען נאך א סקרל די אנדערע זייט.... ער בעקט אראפ פונעם לייטער, און פאפס... איינס פאר די לעצטע סטעפ האט ער זיך דערמאנט עפעס, און ער האט געמיינט אז ער איז שוין ביי די לעצטע סטעפ און און טראסקע.... כמו שכתוב.

שוין ס'ליגט שוין פירע ביעמס ארום און ארום יעדע אין אנדערע הייט , און גראד שיעף, מ'גייט ארויף לייגען אינמיטען צוויי העלטצער, אזוי וועט מען קענען אויסשפרייטען די סכך, אקעי אבער ס'פיט נישט..... אקעי מגייט עס מוזען צושניידען, נאך א געשיקטע 5 מינט האט ער געזעהן אז מיט א דזשילעט וועט עס נישט גיין, ער רייסט אריבער צו זיין שווער'ס הויז, שמאלי טרעפט זיין שוואגער'ל מנחם שלומה יצחק זאב, די ווייסט ווי דזיקסאוי ליגט ?!
ניין, מיין טאטע לאזט קיינעם נישט עס טאשען... און ער לייגט עס אליין אוועק.
אקעי שמאולי קאלט אן דעם שווער, טרררר... יא שווער ס'איז שמאול מאטכע, די שווער קען מיר בארגן די דזשיקסאוי ?
יא שמאלקי'ל, זיכער, גיב נאר אכטונג, ס'איז א גרויסע סכנה.
(ער מיינט איך בין געבערוין פאריגע פאך ?))))
ס'ליגט לעבען די פסח זאכן אין בעסמענט דארט ביי די דריטע שעלף באדעקט מיט א האנטוך, אין א קליינע באקס נעם עס און לייג דארט צוריק.
אקעי זיי געזונט.

אמן די אויך, געב אכטונג!
שמאולי גייט אהיים מיט די דזישקסאוי , איינמאל פאר אלעמאל מסדר זיין די זאך דא.
שוין מעפלאגט איין די זיקסאוי מ'שנייד די הענט טאנצט אים נאך יעצט פון די געשניידערייי, און מ'לייגט עס ארויף, ס'פיט ...... אבער די וואנט איז מוקצה ווייל ס'קען אריין טראסקענען...
שוין נאכן אנגרייטען די בעמבא סכך, שלעפט מען עס אריין אין די סוכה, און אויף עפעס א מעדזיק וועג דארף עס אנקומען אויבן.... אקעי ניין מ'דארף עס לייגען פון אינדרויסן , מ'בארגט נאכאמאל די לייטער, און דער לייגט ארויף די סכך נאכן ארויף לייגען האלב פון די פעקעל איז ער שוין געווען זייער אפגעמוטשעט, און די איבריגע וועט שוין זיין מארגען.
צומארגענס שטייט ער אויף און זעט אז ס'געוון א מלחמה צושטאנד און אויף עפעס א מסטריעזע וועג ליגט אלע בעמבוס אין די סוכה אויף אלע זייטען ארויף און אראפ,שוין מ'וועט עס מסדר זיין א צווייט מאל
יעצט גייט מען מאכן די שלאק! אקעי! אקעי די שלאק איז טאקע שווער איך מוז מודה זיין, אבער א מ'קען א מקען....
מ'דארף נאר גיין אין האום דיפאוי קויפן א ראול פייפ און שלאק פלעסטיק, וועלעכע ? הממ...! מ'וועט פרעגען די ארבטער, מ'טראכט נישט קיין פיר און מ'איז אין האם-דיפא, ווי נאר מ'זעט די ערשטע גוי, העי עקסיאזמי ווטאס דאינג,
גאוד.
יע, איי ניד די פייפ פאר די ראול!
איים סארי, וואט ?
ווער איז די פייפס פאר די ?
אעוי, סארי איי עם נאט ווארקינק הער, איי דאנט ווארק פאר האום דיפא.
אהוי, טענעק יא, העעוו נייס נייט.

עקסיאשמי, יא ווארק היער ?
יעס, האוי קען איי העלפ יא סער.
איי ניד א ביג פייפ פאר די ראלינג פראסעס טא קאווער זעעעהה ... יא נאוי וואט איי מין ?
נאוי, נאט ראילי , אר יא לאנקינק פאר פלאמבינג? די פלאפינג סעקשען איז רייט א העד, גיי 4 איילס איענד עסק דעם .
אקעי טענק יא.
איין ניד א ביג פייפ...
אקעי, וואט קיינד, פי ווי סי ? קאפער ? יא ניד א געז פייפ ?
נאוי, איי ניד לייג דיס סייז, (ווייזט מיט זיין הענט ווי די יונגעל מיט די בעקעלע אין גראסערי) אקעי לעט מיט שאוי יא.
אהוי יעי ע דיס, אקעי איי גאט איט, טענק יא.
ער האט אריין געלייגט אין זיין וואגן צוויי גרינע 10 פיסיגע דרעניטדזש פייפס, (פארוואס 2? ! אהה ביז דא שטומט יא ?)
אלע ארומיגע אין די סטאר האבן הנאה געהאט און אביסל זיך געפארכטען וויאזוי דער פארט ארום מיט זיינע ראקעט לאנטשערס
יעצט דארפ מען א פלעסטיג, אהה ער זעט אזא אויסוואל פון קאלערס און סייזעס, ער מאכט איני ביני איקסאדיני און נעמט איין גרינע און איין ברוינע.
וויאוילע מפארט אהיים מיט די סחורה.

אקעי ס'איז געווארן שפעט... אין איך בין נישט צו געקומען צו די עיקר זאך וואס כהאב געוואלט ארויס ברענעגן, אבער סוועט מוזן זיין גוט אזוי, איך האב געוואלט שרייבן אפאר זאכן וואס העלפט ארויס, די וועלט זאגט בעד ווארקערס בלעם דיר טולס, ס'איז אמת .. אבער מדארף האבן א גיטע טולס צו בויען און נאך אפאר זאכן באט סשוין שפעט אקעי ארויף. נא סווערט נאר פריער צו פארטאגס.
(ניטמאל מגיה געווען... איי וויי)

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:05 pm

וויי וויי וויי האמער צאמגעלאלאלאכט. פיין געשריבן
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:08 pm

:lol:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:45 am

פיין!
פארוואס נישט אין קרעטשמע?

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 7:12 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פיינע נייעס.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 8:08 am

:P פיין!

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:09 am

;1@ ;1@

נישט פשוט נישט פשוט....

איי ביסטו גוט.. געוואלדיגע אויסדריקן, דיינע "ווי א'ס" זענען דאך נורא'דיג!

קריגסט א מעדאַל פון מיך...

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:09 pm

ש'פשוט, פארוואס אין פארברענגען? רוב עולם גייט גלייך צו אקטיווע, קומט אויס א גרויסע עולם זעהטעס נישט.

פארבינד זיך מיט די מנהלים מע זאל עס אריבערפירן צום קרעטשמע

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:12 pm

הא הא. אוי שרייבסטו גוט. אפשר לייגסטו אראפ שמאלי'ס גאנצע צוגאנג צו די ימי אלול, ימים נוראים, עשי"ת, סוכות, חוה"מ האלטן, שמו"ע שמח"ת... וואס עפעס האסטו דיר אפגעשטעלט ביים בויען די סוכה???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:47 pm

ארום די זייגער האט געשריבן:פיין!
פארוואס נישט אין קרעטשמע?



שמארטיקל האט געשריבן:ש'פשוט, פארוואס אין פארברענגען? רוב עולם גייט גלייך צו אקטיווע, קומט אויס א גרויסע עולם זעהטעס נישט.

פארבינד זיך מיט די מנהלים מע זאל עס אריבערפירן צום קרעטשמע


מיינע געשרייבאכטץ גלייך איך אין פארברענגען, שוין ברייט אויסגעשמוסט אין אנדערע ארטיקלען.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:15 am

שמארטיקל האט געשריבן:ש'פשוט, פארוואס אין פארברענגען? רוב עולם גייט גלייך צו אקטיווע, קומט אויס א גרויסע עולם זעהטעס נישט.

פארבינד זיך מיט די מנהלים מע זאל עס אריבערפירן צום קרעטשמע

האמיר עס אריבערגערוקט קיין קרעטשמע וואו עס באלאנגט! צו זיס צו לאזן אין פארברענגען

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:27 am

יו וויזוי סקראלט מען צאם אזא ארטיקל?!!
איך האב געלאכט ווי א אימפעקטער דרילער!!!
א כפר"ה אויף אייוועלט...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:32 am

אז מ'טויגט אז מ'טויגט!
פיינע סחורה דא!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:42 am

אפגעליינט און געקוואלן! (דערמאנט אביסל 'נאטורליך'!)
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 8:46 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 9:13 am

יוא איז דאס גוט!
יעדע שורה מיט א פרישע חידוש.
קיפעראפ..טענקס
:lol: :wink: :P ;l;p- :o (וועל דיר אויס וועלעכע די ווילסט)
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 9:40 am

גוד דזאב!
געלאכט און געלאכט!
גוט צולייגט, מיט די הומאר אלץ די מעין דיש :lol: :lol:

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 9:51 am

Untitled document - Google Docs.pdf
(50.75 KiB) דאונלאודעד 188 מאל


PDF
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

תגובהדורך לעמאן סאדע » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:03 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:50 pm

לכאורה האט געשריבן:אפגעליינט און געקוואלן! (דערמאנט אביסל 'נאטורליך'!)


'נאטורליך' מיט 'אלטע בחור' ביינאזאם

נישט פשוט הנאה געהאט, איי האבן מיר געלאכט.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:39 am

העי העי וואס לאכסטו?

די סצענע שפילט זיך אפ ביי מיר מיטן גאנצן פראכט, ווען די צוויי טו ביי פאָר׳ס צושפרייטן זיך מער און מער און איך פליק מיר אויס דעם ביט און די סקרול ווערט פארהאקט ווי צווישן ציין און נעגל, נעוואדע האט קין געוואלט הארגענען הבל.

העניוועי דער איז מלא ודגוש מיט שוידערליכע עקספרעשנ׳ס!!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:02 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:העי העי וואס לאכסטו?

די סצענע שפילט זיך אפ ביי מיר מיטן גאנצן פראכט, ווען די צוויי טו ביי פאָר׳ס צושפרייטן זיך מער און מער און איך פליק מיר אויס דעם ביט און די סקרול ווערט פארהאקט ווי צווישן ציין און נעגל, נעוואדע האט קין געוואלט הארגענען הבל.

העניוועי דער איז מלא ודגוש מיט שוידערליכע עקספרעשנ׳ס!!


די האלטסט שוין ביי די טא ביי פארס? היפש ווייט כגעב מיך נישט קיין עצה צוזאמשטעלן 2 ברעטער זאלן שטיין איינס נעבן די אנדערע.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:15 pm

הויעך האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:העי העי וואס לאכסטו?

די סצענע שפילט זיך אפ ביי מיר מיטן גאנצן פראכט, ווען די צוויי טו ביי פאָר׳ס צושפרייטן זיך מער און מער און איך פליק מיר אויס דעם ביט און די סקרול ווערט פארהאקט ווי צווישן ציין און נעגל, נעוואדע האט קין געוואלט הארגענען הבל.

העניוועי דער איז מלא ודגוש מיט שוידערליכע עקספרעשנ׳ס!!


די האלטסט שוין ביי די טא ביי פארס? היפש ווייט כגעב מיך נישט קיין עצה צוזאמשטעלן 2 ברעטער זאלן שטיין איינס נעבן די אנדערע.

ס'הויעך יום טוב בציקור
טעיק איט איזי

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:14 pm

ס'דערמאנט מיר פון איינע פון די מעשיות פון יאסעלע אויף קול מבשר פורים אפטיילונג

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:00 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:


ווישוואש האט געשריבן::lol:



ארום די זייגער האט געשריבן:



א נייער האט געשריבן:


יש ברירה האט געשריבן:


שמארטיקל האט געשריבן:


nmi האט געשריבן:



געלעגער האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:ש'פשוט, פארוואס אין פארברענגען? רוב עולם גייט גלייך צו אקטיווע, קומט אויס א גרויסע עולם זעהטעס נישט.

פארבינד זיך מיט די מנהלים מע זאל עס אריבערפירן צום קרעטשמע

האמיר עס אריבערגערוקט קיין קרעטשמע וואו עס באלאנגט! צו זיס צו לאזן אין פארברענגען


(איך ווארף מיר אינטער, אבער איך גלייך זייער די היימישקייט אין פארברענגען, איך האב טאקע נישט געזעהן די תגובות פון די פארברענגען חברה דא....)
א דאנק אידער וועי.

פאקטען האט געשריבן:



ראפאט קראמפלי האט געשריבן:!!


לכאורה האט געשריבן: (דערמאנט אביסל 'נאטורליך'!

:roll:

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:



בשעה שיש האט געשריבן:


נאו נעים האט געשריבן:


אויפגעפרישט האט געשריבן:


yahoo האט געשריבן:


לעמאן סאדע האט געשריבן:;-



בערל קראקאווער האט געשריבן:!


זעקס און ניינציגער האט געשריבן:


שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:


א נאטעפיקאצישע דאנק פאר ענק אלע.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט