אנגעקומען צוועלעף מיטאג ביי די ארבייט - בין איך א פוילער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

ר' יו"ט. צו דו ביסט א פוילער צו נישט ווייס איך נישט, אבער א גוטע פעדער האסטו זיכער.....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קעדילעק האט געשריבן:קוקט אויס ווי דער עולם דא איז נאך קיינמאל נישט געווען אין לאנדאן....

אינו דומה בכלל
דער עולם איז דארטן אנאימפלויעט....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ראיתי ערבוב דברים, מען רעדט דא פון לערנען, און גיין אין מקוה פאר 20 מינוט

דאס איז זיכער אז עס איז דא א מדה פון זריזות, און א מדה רעה פון עצלות, נאכדעם איז דא א זאך ווי לימוד התורה וואס דאס קומט נישט אריין אין די גאנצע שמועס, סאו לאמיר ארויסלאזן די חלק פון לערנען פון די בילד

דער הייליגער ר"ר אלימלך שרייבט אין צעטיל קטן
וֹ וְכֵן מִי שֶׁבְּטֶבַע עָצֵל יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ אַרְבָּעִים יוֹם רְצוּפִים לַעֲשׂוֹת כָּל דָבָר בִּזְרִיזוּת הֵן בְּהוֹלֵךְ לִשְׁכּוֹב עַל מִטָתוֹ הֵן לָקוּם בַּבּוֹקֶר מִמִשְׁכָּבוֹ הֵן בִּזְרִיזוּת לְבִישַׁת בְּגָדִים וּנְטִילַת יָדַיִם וּלְנַקוֹת אֶת גוּפוֹ וְלֵילֵךְ בִּזְרִיזוּת לְבֵּית הַכְּנֶסֶת תֵּיכֶּף אַחַר קוּמוֹ מֵהַסֵפֶר וְכַּיוֹצֵא בָּהֶן

דאס איז לכאורה אוט אף די קוועסטשאן, אז אויב דויערט פאר איינעם אזוי לאנג ארויסקריכן פון בעט און די מקוה, איז עס אן עצלות (בלבוש שלוות הנפש) דאס איז נישט קיין נפקא מינה צו מען ארבייט יא אדער נישט, בעל בית אדער ארבייטער איז דא די מדה פון זריזות, צו טון וואס מען האט צו טון בזריזות און די איבעריגע צייט לערנען

איך האב אמאל געהערט אז א איד האט געפרעגט קאשויער רב זצ"ל אויב ער זאל נעמען א אנדערע דזשאב וואס ער דארף ארבייטן ווייניגער שעות, אזוי וועט ער האבן מער צייט, האט אים קאשויער רב געענטפערט, צייט? דאס איז דאך די גרעסטע שונא פארן מענטש

א איד איז מחויב בלימוד התורה יעדע מינוט, און איינער וואס ארבייט האט אן 'עקזעמפשאן' אויף די צייט פונעם ארבייטן, די פאר'תכלעווען די צייט איז זיכער נישט א חלק פון די רעלידזשעס עקזעמפשאן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

קעדילעק האט געשריבן:קוקט אויס ווי דער עולם דא איז נאך קיינמאל נישט געווען אין לאנדאן....

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקיטשע »

ותיק וחסיד האט געשריבן:
למעשה, שטיי איך אויף 7:30, איך פעניע אוועק, דארף פארן צו שוהל (געדוירט נישט קיין 20 מינוט, איך וואוין נישט אין שטאט ב"ה וואו א האלבע לעבן גייט אוועק פאר טרעפן פארקינג און טרעפיק) כאפ אפ א דאווענען, לערן נישט קיין אות, איך מאך מיר אליין פרישטאג און לאנטש, קום אהן צו די ארבעט 11:00.

אבער פון מארגן אי"ה גייט אויסקוקן אזוי ווי א אידישע לעבן ברויך אויסצוזעהן.

לאז מיר וויסן ווען סאיז דיר למעשה געלונגען,
ווייל די לעצטע צען יאר מאך איך יעדן טאג אזא באשלוס, אבער אן ערפאלג, ליידער...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

בעקיטשע האט געשריבן:

בינעך חושש אז די סיבה איז ווייל דו גייסט אינדערוואכן אנגעטוהן מיט דיין ניק.....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקיטשע »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
בעקיטשע האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:
למעשה, שטיי איך אויף 7:30, איך פעניע אוועק, דארף פארן צו שוהל (געדוירט נישט קיין 20 מינוט, איך וואוין נישט אין שטאט ב"ה וואו א האלבע לעבן גייט אוועק פאר טרעפן פארקינג און טרעפיק) כאפ אפ א דאווענען, לערן נישט קיין אות, איך מאך מיר אליין פרישטאג און לאנטש, קום אהן צו די ארבעט 11:00.

אבער פון מארגן אי"ה גייט אויסקוקן אזוי ווי א אידישע לעבן ברויך אויסצוזעהן.

לאז מיר וויסן ווען סאיז דיר למעשה געלונגען,
ווייל די לעצטע צען יאר מאך איך יעדן טאג אזא באשלוס, אבער אן ערפאלג, ליידער...

בינעך חושש אז די סיבה איז ווייל דו גייסט אינדערוואכן אנגעטוהן מיט דיין ניק.....

סתם א נאסע ליילעך וויפיל אידן וואס גייען מיט רוקן עטרה'ס און האבן א נארמאלע סדר היום.....
דיסקלעמער, איך גיי נישט קיין רוקן עטרה, און נישט קיין בעקיטשע אינדערוואכן,
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

א גיטן
ביי מיר הייבט זיך אן די טאג 10 באנאכט, איך לייג מיך נישט שפעטער ווי 11:00
איך שטיי אויף 6:15 צופרי, איך זאג ברכות התורה מען נעמט א ( 2)קאווע, איך קיק שנעל 5 מינוט איבער די נייעס דא אויף אינזער וועלטל
דערנאך לערנט מען א מינימום פון 20 מניט, איך פאק זיך ציזאם פרישטאג און לאנטש 7:10 מאנטאג און דאנערשטיג שטיי איך אויף געווענטליך 15 מניט פריער אויב מעגליך, איך לויף איך ארויס מען נעמט מיט די גארביטש בעג( עפעס מיז מען העלפן אין שטיב )
איך טריי צי כאפן די 7:30 מנין אויב מעגליך, מיט א מקוה ביפאר
אויב שטייט מען אויף שפעט לערן איך באנאכט אבער סלערנט ציך נישט ווי ציפרי
פרישטאג עסט מען מיט די בלויע העמעד
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דוקטור האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:קוקט אויס ווי דער עולם דא איז נאך קיינמאל נישט געווען אין לאנדאן....

;l;p- ;l;p- ;l;p-

שוין געווען אין לאנדאן עטליכע יאר צוריק, מיין סדר איז אויפצושטיין געווענליך צווישן 5 און 6, נו אז מ'איז אין לאנדאן נעמט מען וויקאציע איך וועל אויפשטיין א טראפ שפעטער, איך קום אן אין ביהמ"ד עטוואס פאר 7, אין א ביהמ"ד פון א גרויסע קהלה, איך בין געווען פון די עשרה ראשונים, ס'איז געווען אדר צייט וואס די עלות איז נישט אזוי שפעט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מי יודע האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:קוקט אויס ווי דער עולם דא איז נאך קיינמאל נישט געווען אין לאנדאן....

;l;p- ;l;p- ;l;p-

שוין געווען אין לאנדאן עטליכע יאר צוריק, מיין סדר איז אויפצושטיין געווענליך צווישן 5 און 6, נו אז מ'איז אין לאנדאן נעמט מען וויקאציע איך וועל אויפשטיין א טראפ שפעטער, איך קום אן אין ביהמ"ד עטוואס פאר 7, אין א ביהמ"ד פון א גרויסע קהלה, איך בין געווען פון די עשרה ראשונים, ס'איז געווען אדר צייט וואס די עלות איז נישט אזוי שפעט

גא"מ
נאר מיט איין חילוק, איך בין שוין אנגעקומען נאך 7....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

גוט מארגן ר' יו"ט
מן הסתם האסטו יעצט אריינשפאצירט אין אפיס
(די זייגער אויף אייוועלט איז קעמפ זייגער)
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

עהעעם... צו דו ביזט א פוילער?... א זריז ביזטו זיכער נישט. אמת?

אקעי. איך ווייס אז אן עצל איז נישט אזא געשמאקע טיטול, דעריבער וועל איך דיר דיאגנאזירן מיט א 9'ער אין די ענעגראם סיסטעם. עיין שם ותמצא נחת.

מיר (די 9'ערס) האבן ליב צו זיין באקוועם, רואיג, און זוכט צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן אדער פרעשור. סאו וועלקאם טו דע קלאב. איך האב שוין לכתחילה אויסגעשטעלט מיין סדר היום (אדער הלילה...) אז די סדר הלימוד איז באשטימט צווישן 9 און 12 ביינאכט (און צומאל שפעטער) ווייל אז נישט לערנט מען גארנישט.

לויט די ענעגראם טעאריקער איז די "כיון התיקון" פונעם 9'ער, צו גיין אינעם דירעקציע פונעם 3'ער צו ווערן מער ענערגיש און אמביציעז. אויב זאלסטו טרייען זיך צו דיסציפלינירן און זיך אריינשטעלן אין א פעסטע באקס איז עס א לאסט-קעיס, ווי דו ווייסט מסתמא (אודאי דארף מען זיין אין א געוויסע מסגרת און סטרוקטשור, ווייל אז נישט איז טאקע צרות, אבער איך רעד פון ווערן דער פונקטליכער, דער 1'ער, איז נישט רעאליסטיש און ניטאמאל געזונט, ווייל עס וועט מאכן דעם 9'ער אנגעצויגן און שפירן טעריבל), נאר די תיקון איז צו ארבעטן אויף די חלק פון ענעריגע, זיך נעמען צו א פראיעקט, א פראגראם, איך וויל דאס אויפטון, יענץ דערגרייכן, וכד', וואס זאל געבן דעם דרייוו זיך אויפצושטעלן און זיך רוקן פאראויס, מיט געשמאק און צופרידנהייט.

איך רעדט נישט אלס אויסגעפריאווטער סוקסעס סטארי... נאר אלס אן עמו אנכי בצרה וואס זוכט דעם ריכטיגן מהלך.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

לויט ווי שנעל די דיאגנאזירסט ר' יום טוב אלס 'ניינער' (עפעס וואס ער איז זיכער נישט...), האב איך מורא אז דיין אייגענע דיאגנאז קען נוצן א סעקאנד אפיניאן...
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

מחשב האט געשריבן:לויט ווי שנעל די דיאגנאזירסט ר' יום טוב אלס 'ניינער' (עפעס וואס ער איז זיכער נישט...), האב איך מורא אז דיין אייגענע דיאגנאז קען נוצן א סעקאנד אפיניאן...

דו קענסט אים פערזענליך, אדער דו ביזט אים דן פון דעם ארטיקל?
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
שווערע ארבייטער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע ארבייטער »

ערעבּ יאמטעוו!
דו האסט געעפנט א אשכול וואס פרעימט איין 85% פון די מחשבות וואס דרייען זיך דורך מיין דשעלי במשך'ן טאג!!

מ'רעדט דא פון אויפשטיין 5:00 כדי צו קענען געהעריג מקוה'נען - קאווע'נען - לערנען - דאווענען - גריסן / געבן א ווארט פון די ווייב און קונדער - פת שחרית, און אנקומען צו די ארבייט בייצייטנס.

אוי! הלואי הלואי זאל איך האבן דעם מעגליכקייט דערצו!...

אויף מיר איז (דערווייל) נגזר געווארן צו זיין אוועק פון דערהיים פון 6:00AM ביז 6:30PM

אז ס'געלונגט מיר צו זיין אויף ביי 5:15 דאן קען איך געהעריג מקוה'נען - קאווע'נען - און א פיצי לערנען,

מיט יעדע 5 מינוט וואס עפעס פארשלעפט זיך מיז מען אראפרעכענען פון עפעס אנדערש...

צב"ש אויב נאך די מקווה דערזעה איך זיך אהן מיין לאנטש בעג, און איך מוז אהיים פליען עס אויפפיקן (אז נישט קען דאס מיינען צו לעבן אויף וואסער מיט קאפי אדער מילך...), וועל איך מוזן מוותר זיין אויף די פיצי צייט וואס כ'האב צו אריינקוקן אין א ספר,

און אז כ'דערוועק זיך הערשט 5:30,
העלעך זיך מוזן אויסיאגן די נשמה צו קענען כאטש נאכקומען די מקוה (טייל מאל ז'שוין נישטא קיין צייט פאר א שויער.. שמארטיקל אלערט!) - קאווע,

און שט'אויסגערעדט זיין, סאצעך שוין געמאכט אז כאמעך דערוועקט שפעטער פון 5:45, האבעך געקענט פארגעסן פון א מקוה יענעם טאג!

בקוצר,
מיין סקעדשעל איז א געיאגעניש פון ווען רוב עולם שלאפט נאך, א חלק עולם הייבט אן צו אויפשטיין, און א קליינע פראצענט פונעם עולם איז שוין אן סקעדשעל..
דאס נעמט אריין תעניתים, אסרו חג'ס, שושן פורים ווען די גאנצע ערד קוגל האלט נאך ביים 3טן חלום, חנוכה, און ערב יו"ט'ס.

יעצט ווען סקומט אזא צייט ווי למשל פאר סוכות,
איז מיר ממש א גיהנום!
אנקומען אהיים פון שווערע ארבייט 6:30 (פאר נאכטמאל, און 7:00 ווערט שוין טינקל), און זיך נעמען בויען א סוכה?...
די איינציגסטע אפשאן איז זונטאג - דער טאג וואס כ'דארף 'אלעס אלעס' ארלעדיגן..

בקוצר, די נושא איז א פארצווייגטע פארווייטאגעט נושא,
ס'קומט נאך אריין אז טאמער בין איך איין טאג שפעט זעהט זיך עס אן ענדע וואך אויף מיין פעיטשעק...
(דאס מיינט אז יעדע אפאוינטמענט איז א גאנצע מצב צו קענען טרעפן און א צייט וואס זאל נישט אינטערראפטן מיינע ווארק האוערס..
אזוי אויך יעדע שפעטע משפחה שמחה..
און איין ווארט "אויסגעשלאסן און אויסגעשפילט..")

און ועל כולם וואלט איך ווען כאטש געמאכט א לעבן, וואלט ווען מיין פעיטשעק געווען עפעס צום פארגיטיגן, נו.... וואלט כאטש א נחמה פורתא..

איז דאך אבער נישט אזוי די מעשה..

איך הער נישט אויף צו טראכטן פון די צייט וואס דער אייבירשטער וועט מיך באוויליגן אז כ'זאל קענען (אזוי לאנג ווי ס'מיך באשערט צו זיין א ארבייטער פאר א צווייטן) פון 5:15 ביז 8:45
אויפשטיין,
מקוה'נען,
קאווע'נען,
לערנען,
דאווענען,
זיצן מיט די ווייב און קינדער,
פת שחרית,
און אלעס מיט א רוהיגקייט!
און נאכמיטאג זיין אינדערהיים ביי 5:00, האבן די צייט פאר מיר, פאר מיין משפחה!!

שוין מ'טאר זיך נישט אפרעדן אויפן גלות,
זאל'ן מיר שוין זוכה זיין צו די צייטן וואס מ'וועט נישט דארפן מער ארבייטן, האבן אלס וואס מ'דארף, והסר ממנו "יגן", ובלע הסטרעס ופרעשער לנצח!
אמן!
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

שווערע ארבייטער האט געשריבן:ערעבּ יאמטעוו!

וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק.

דו גייסט נישט קיין רגע לבטלה, דו ביסט עוסק אין עבודת השם יעדן טאג מיט א געוואלדיגע יגיעה.

כמעט נישטא איינער וואס טוט רצון השם ממש יעדע מינוט אזוי ווי דו.

אשריך אשריך, פריי דיר מיט דאס וואס דער אויבערשטער איז דיר מזמין, ווייל דאס איז דיין תיקון הנשמה און תכלית, אזוי האט ער א נחת רוח פון דיר.
לעצט פארראכטן דורך ותיק וחסיד אום מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צ"ק:

צו דו ביזט פויל? יא! ס'איז א פראבלעם? ניין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

הייליג ריכטיג יעדעס ווארט! אבער ביטע ר' שווערע ארבייטער לאז מיר וויסן ווען דו האסט געסוויטשט צו א נייע דזשאב מיט מער מנוחת הנפש. איך האלט עס נישט אויס פאר דיר!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

קעדילעק האט געשריבן:קוקט אויס ווי דער עולם דא איז נאך קיינמאל נישט געווען אין לאנדאן....

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p-
טעיק איט איזי
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

צ.ק.
איך ווייס נישט אויב איר זענט פויל, אבער דער וואס פירט אזא סדר איז א סימן אז ער קען נישט גענוג אפשאצן די ווערט פון די קאמאדאטי וואס הייסט ״צייט״. און דאס איז דער סיבה פארוואס אונזערע זיידעס האבן אנדערש געלעבט. (נישט נאר ווייל זיי האבן געמוזט שווער ארבייטן)

איך האב זייער מקצר געווען, אפשר א צווייטע געלעגנהייט.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך ליין דא אלע תגובות

הנאה האבענדיג אז די עולם דא האט גוטע רצונות מחשבה טובה הקב''ה מצרף.

איז קודם כל א יעדער וואס ארבייט אפי' 9-6 האט כאטש א שיעור ביינאכט אזוי זעה איך און אזוי מיין איך.

און לגבי אויפשטיין פארטאגס-5 אזייגער, און לערנען פארטאגס, און זיין ביי די ארבייט 9 אזייגער ביז 6 (למשל), האלט איך שוין לאנג אז די מענטשען וואס טוהן דאס זענען געווענליך מענטשען וואס קענען שלאפן 5-6 שעה א נאכט טאג איין און טאג אויס און קענען געהעריג פאנקצענירען.

בכל אופן איך מיין אז א מענטש דארף זיך פרייען ווען ער לערענט די מערסטע וואס ער קען און זיך נישט אפרעדן ווען די ארבייט איז שווער ווייל דאס איז רצון השם, און בפרט ווען א מענטש קען דעקן זיין באדזשעט, דארף ער דאנקן דעם אייבערשטען, ער זאל אויך פראבירען צו פארמאגן א אייגענע הויז ווי שנעלער מעגליך כמו שהארכתי פה כמה פעמים און טאמער דאס קען ער אויכעט דארף זיין אין קץ ואין גבול מיט שבח והודאה צום אייבערשטען אפי' ס'איז זייער שווער די ארבייט די מציאות איז אז קיינער וויל נישט ארבייטען און יעדדער מיינט אז פאר יענעם איז עס גרינגער און געשמאקער וכל זה הבל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

קונדיטון האט געשריבן:צ.ק.
איך ווייס נישט אויב איר זענט פויל, אבער דער וואס פירט אזא סדר איז א סימן אז ער קען נישט גענוג אפשאצן די ווערט פון די קאמאדאטי וואס הייסט ״צייט״. און דאס איז דער סיבה פארוואס אונזערע זיידעס האבן אנדערש געלעבט. (נישט נאר ווייל זיי האבן געמוזט שווער ארבייטן)

איך האב זייער מקצר געווען, אפשר א צווייטע געלעגנהייט.

אדרבא, מיר ווארטן איר זאלט מאריך זיין.

און גערעכט זאלט איר זיין, לויט וויאזוי די יעצטיגע לעבנס-שטייגער סיסטעם לויפט טוט אזא סדר טאקע נישט גענוג אפשאצן די ווערט פון "צייט".

די פראגע איז אבער, ווער זאגט אז ריכטיג אויסגענוצט צייט הייסט לויפן מיט די נשמה צו דער ארבייט?
אפשר הייסט אמת'דיג אויסגענוצט צייט, צו נוצן די צייט פאר זיך זעלבסט, פארן אייגענעם לעבנס געברויך. זיין א נארמאלע מענטש. זיין אויסגעשלאפן, דאווענען און לערנען געהעריג, עסן געהעריג, פארברענגען מיט די משפחה אביסעלע, ערפילן אלע פערזענליכע פליכטן אויף א מעסיגע ראטע, און דאס ביסל צייט וואס מ'האט פארבליבן זאל נישט זיין פארמשכנ'ט פארן פארסאפעטען געיעג.

איי האסט די ברירה אויפצושטיין פינעווע פארטאגס? ס'זאגט זיך גאנץ שטרענג ישיבה-משגיח גערעדט, אבער דאס איז ווי פארשטענדליך נישט קיין סעלושען פארן כלל. שטעל דיך פאר מ'זאל פראווען א' סליחות יעדן טאג פון יאר. ס'נישט עפעס וואס רוב הציבור איז יכול לעמוד בה. ס'דא וואס קענען שווער איינשלאפן, מענטשן האלטן נאך א טאג שווערע ארבייט ווען מ'באגעגנט זיך מיט די ווירטשאפט פונדערהיים זיך אפצוגעבן, און די נאטור פון רוב מענטשן איז שווער אויפצושטיין ווען ס'איז נאך טונקל.

מיינע זיידעס זענען טאקע אויפגעשטאנען לעבודת הבורא גאר פרי פארטאגס, אבער געס וואט, זיי זענען אויך נישט אריין אין די ארבעט צופיל בעפאר חצות!
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

גלייכגילטיג האט געשריבן:עהעעם... צו דו ביזט א פוילער?... א זריז ביזטו זיכער נישט. אמת?

אקעי. איך ווייס אז אן עצל איז נישט אזא געשמאקע טיטול, דעריבער וועל איך דיר דיאגנאזירן מיט א 9'ער אין די ענעגראם סיסטעם. עיין שם ותמצא נחת.

מיר (די 9'ערס) האבן ליב צו זיין באקוועם, רואיג, און זוכט צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן אדער פרעשור. סאו וועלקאם טו דע קלאב. איך האב שוין לכתחילה אויסגעשטעלט מיין סדר היום (אדער הלילה...) אז די סדר הלימוד איז באשטימט צווישן 9 און 12 ביינאכט (און צומאל שפעטער) ווייל אז נישט לערנט מען גארנישט.

לויט די ענעגראם טעאריקער איז די "כיון התיקון" פונעם 9'ער, צו גיין אינעם דירעקציע פונעם 3'ער צו ווערן מער ענערגיש און אמביציעז. אויב זאלסטו טרייען זיך צו דיסציפלינירן און זיך אריינשטעלן אין א פעסטע באקס איז עס א לאסט-קעיס, ווי דו ווייסט מסתמא (אודאי דארף מען זיין אין א געוויסע מסגרת און סטרוקטשור, ווייל אז נישט איז טאקע צרות, אבער איך רעד פון ווערן דער פונקטליכער, דער 1'ער, איז נישט רעאליסטיש און ניטאמאל געזונט, ווייל עס וועט מאכן דעם 9'ער אנגעצויגן און שפירן טעריבל), נאר די תיקון איז צו ארבעטן אויף די חלק פון ענעריגע, זיך נעמען צו א פראיעקט, א פראגראם, איך וויל דאס אויפטון, יענץ דערגרייכן, וכד', וואס זאל געבן דעם דרייוו זיך אויפצושטעלן און זיך רוקן פאראויס, מיט געשמאק און צופרידנהייט.

איך רעדט נישט אלס אויסגעפריאווטער סוקסעס סטארי... נאר אלס אן עמו אנכי בצרה וואס זוכט דעם ריכטיגן מהלך.

קענסט דאך מיר מיט מיין סדר היום…

שטיי מיר אויף 8-9 אויף 12-1 בין איך שוין געווענליך און ארבעט.
און איך בין בלי ספק א שטארקע 3’ער.
איז גלייב איך נישט אז ענעגראם נאמבערס קומט דא אריין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט געלייענט ביז דא.

***

ר' יו"ט, ווענדט זיך וואס איר האט אויפגעטאן ביז דאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”