קריים.. ארויף אדער אראפ ? פארוואס זענען די פאליציי דא ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

קריים.. ארויף אדער אראפ ? פארוואס זענען די פאליציי דא ?

תגובהדורך eller » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:47 pm

ס'העכסט צייט צו עפענען א אשכול און ארויסקומען איבער די ברענענדע נושא וואס שפילט זיך ליידער אפ די לעצטע פאר יאר ווען די פאליציי טוען נישט זייער ארבעט ווי עס ברויך צו זיין... (שיין געזאגט)
צו דאס איז דוקא פאר אידן איז א שאלה, קען זיין דאס איז צוליב ווייל אויפן רעקארד מוז זיין ווייניג ארעסטן אדער צוליב וואס די פאליציי זענען בייז פארוואס מ'האט ארויסגעווארפען דער רוצח פון עריק גארנער... אבער ווי אזוי עס זאל נאר זיין פאלן אידן ליידער א קרבן צו דעם....
און בכלל די שלאבערישע ארבעט וואס די פאליציי טוט ווען עס געשעהנט ערענסטע פארברעכן דא אין די אידישע געגענטער... ווי די לעצטיגע 4 אדער מער איינברעכעריי אין וומס"ב וואו די פאליציי האט אפיציעל געמאכט לצנות פון די באטראפענע... נאך אזא שווערע איבערלעבעניש..
אזוי אויך איבער אנדערע פעלער וואו די פאליציי רעכן זיך נישט מיט די אידן ווי די פארגאנגענע שבת ווען די פאליציי אין ב"פ האט ארעסטירט א איד אין שבת,, ווען די פאליציי ווייסט לכאורה די אידישע הלכות אז אידן טארן נישט אריינגיין אין קארס....
איינער געדענקט נאך ווען די פאליציי האט מיט א רשעות איבערגעפאלן מיט א רשעות א עלטערע איד אין ב"פ, איז עפעס געווארן מיט יענע מעשה ?? (פערלשטיין פון די בארד 12 האט פארשפראכן אז ער גייט שטיין אין טאפ....)
און אזוי אויך נאך צענדליגע ענליכע מעשיות וואס כ'געדענקט נישט אויפן מינוט...
ס'איז צייט עס צו מאכן פאר א נושא וואס זאל שלאגן ווארצלען און האפענטליך ס'זאל ארויסקומען עפעס פון דעם...
ביטע נישט ארויסקומען קעגן מענטשן פערזענליך.. לאמיר עס לאזן אויף א פאזעטיווע טאן..
און אוודאי נישט פארגעסן אז מיר זענען אין גלות און מיר זאלן מתפלל זיין ותטה עלינו מלכות טובה....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט