בקיצור זאגסטו אז מען זאל מאכן מער פי אר און אויפווייזן אז אונז זעמיר בעסער ווי די גרועים שבאומות, און די הייליגע כולל יונגעלייט - כלשונך- זענען טאקע נישט אזוי מסודר אבער זיי פארטרעטן נישט כלל ישראל...
אונז האבן שיינע מסודר בעלי בתים, זיי דארפן די אנדערע זען מער, יא מיט די ציצית אינעווייניג, אין שיינע וויקעל, אין פאקט איז, מע זעט נאר נטורא פראטעסטן, אין בנציון ווידער האט אויך נישט מיטגעטראגן בעלי בתים.....
והראיה, אז אין דייטשלאנד האט דער מהלך גאר אסאך געהאלפן, פליז, דער גוי האט דיך פיינט אזוי צו אזוי, איז דער איד ארעם, איז ער א שמוציגער איד וואס לעבט ווי א פאראזיט פון דעם גוי'ס געלטער און ברענטג אלע מחלות וכו', איז דע ראיד רייך האט ער עס געג'גנב'עט ביים גוי, און די אידן קאנטראלירן די וועלט.
מ'דארף טון די מאקסימום השתדלות ווי אסאך תגובות אויבנדערמאנט, זיך אויפפירן איידל אויף די גאס, איידעלער ווי דעם גוי, ווייל דער גוי מעג אלעס און דו נישט, ווייל דו ביסט א דזשו, און זיך נישט אויפרייסן, הצפינו עצמכם, אא"וו. און דער עיקר בעטן ביין רבוש"ע זאל אונז אויסלייזן און אונז אפהיטן אויך די ביסל צייט וואס מיר דארפן נאך דא וויילן אין גלות.
בר דעת האט געשריבן:דאס איז גאר א ברענעדיגע נושא וואס דארף ווערן באהאנדעלט אחריותדיג דורך די מנהיגים וראשי העדה. איך בין זיכער אז רוב פון אונזערע רבנים זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם פראבלעם, ווען יא וואלט אויס געווען אויף די סאמע שפיץ פון די זאכן אויפן סדר היום.
דאס איז מסתמא איינע פון די גרעסטע סיבות פארן פראבלעם!!!!!! פארוואס ווייסען זיי נישט????? אויף וועלכע וועלט לעבן זיי????????????
בארואיגט-אייך האט געשריבן:דרייוון: טוט מיר א טובה, די וואס באשילדיגן אז שילדיג זענען די ווילדע דרייווער'ס, זיי דרייוון 10 מאל ווילדער ווי די איד.
התנהגות אדער מענערס: יא איך אגרי אביסל אויף דעם, די הייליגע כולל אינגערמאן מעג זיך אופירן שענער אין א באנק אין מאכן אביסל א בעסערע עקספרעשן.
צניעות סאמאטוכע: איך הער דיין מיינוג, אבער דאס לאז ביטע פאר א דעת תורה, אדער עפן א ריזיגע אשכול מיט די גרויסע בוכשטאבן "צניעות אין אינטערנעט ברענגט א פייער פון עמטיסעמעטיזן" צייכן צו א מקור.
הילף פראגראמען: ווער סע דארף עס האבן זאל בלייבן דערמיט, אונז זענען נישט ווייניגער ווי די מעקסיקען.
רייכטום: יא איך מיז דיר זאגן אז דער נישט איד זעט אלע אונזערע טייערע וואכנאכט, וועגן הייזער אין וויקעל סעפנדן זיי סך מער.
בר דעת האט געשריבן:דאס איז גאר א ברענעדיגע נושא וואס דארף ווערן באהאנדעלט אחריותדיג דורך די מנהיגים וראשי העדה. איך בין זיכער אז רוב פון אונזערע רבנים זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם פראבלעם, ווען יא וואלט אויס געווען אויף די סאמע שפיץ פון די זאכן אויפן סדר היום.
דאס איז מסתמא איינע פון די גרעסטע סיבות פארן פראבלעם!!!!!! פארוואס ווייסען זיי נישט????? אויף וועלכע וועלט לעבן זיי????????????
די וואס ווייסן נישט ווייסען נישט צוליב זיי ליינען נישט קיין ניו יארק טיימס אדער אנדערע נייעס קוועלער אויף דער אינטערנעט, און זעהן נישט די טויזענטער און מיליאנען קאמענטס קעגן אידן יעדן טאג. אבער אז מען איז זיי עס מסביר פארשיטייען זיי שוין גאר גוט. עס ליגט אויף די עסקנים צו דערציילן זיי די נייעס (אזוי ווי מען האט זיך אייביג געפירט).
שרייזשע האט געשריבן: איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!
ווער רעדט פון חילול השם? איך רעדט פון אינזער עקזיסטענס!
איך גלייב אז די דאגה פון אונזער עקזיסטענס איז צו א גרויסער הוט, עס פיט נישט פאר אן עסקן וכו' דאס אנצוטון. אין די היינטיגע סאושעל מידיע עפאכע ווען אלעס איז אפען אין פולן זין פון ווארט, אלע דריידלעך וכו', איז זייער שווער צו קאנטראלירן דעם גוי; וויפיל גוטס די PR קאמפיין וועט גיסן וועט אלץ זיין נעגעטיוועטי וואס וועט דאס פארדעקן.
האט דאך שוין שרייזע געזאגט אז פאר דער ערשטע קאטעגאריע האסער וועט PR נישט העלפן און צו זיי דארף מען אנדערע מיטלן. אבער צו די אנדערע צוויי קאטעגאריעס קען און וועט העלפן PR וכל המרבה מיט גוטע PR הרי זה משובח. יעדער איד דארף זיין א אמבעסאדאר אוו גוד וויל.
וויל וועלן האט געשריבן:איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!
אוודאי דארף מען עפעס טוהן, סור מרע ועשה טוב, אויב האט דער גוי א האלב גערעכטע טענה איז מאך זיכער אז ער זאל מער נישט האבן קיין טענות אויף דיר און כאטש קויף אים אינטער מיט גוטע רייד, בארואיג אים, טוה עפעס. און אויב איז דער טענה פון דער גוי א פאלשע און א אינטערגעהעצטע, איז דעמאלט עשה טוב און גיי שטעל זיך ארויס מיט א גוטע PR אים אויף צוקלערן און אים בארואיגן.
הערטס אויף צו באשילדיגן אידען אינעם גוי'ס שנאה צו אונז
ווי כאילו אונז האמיר א קאמען גראונד. אונז זעמער בעצם די זעלבע.נאר סאיז דא זייטיגע סיבות וואס סאיז מעורר די שנאה. און מסתמא בין איך שילדיג. אה סאיז דער כולל אינגערמאן וואס גייט אין באנק און קען נישט קיין ענגליש.( סקען זיין אז די איד שעמסט דיך מיט אים אבער נישט פארדעם האט דיך דער גוי פיינט)
וואינט דער איד צאמגעשטיפט וועט ער שרייען אווערדעוועלעפמענט.וואוינט ער צושפרייט שרייט ער ער דרייט זיך מיר אונטער די פיס. איך וויל אים נישט זע ן. איז ער ארעם שרייט ער ער סאקט אויס דעם סיסטעם איז ער רייך שרייט ער ער מאנופעלירט ער שפילט אויס דעם סיסטעם. אודאי מעגן מיר זיך אויפירען בעסער. אבער נישט ווייל דאס גייט אוועקנעמען די שנאה אויף א כלליותדיגע פארנעם. נאר דאס איז פשוט אונזער חיוב כלפי שמיא און כלפי בין אדם לחבירו.
די סבה פאר די שנאה איז ווייל מיר זענען אן אנדערע בריד. נאך בבטן עקב את אחיו. סאיז איינע פון די גרעסטע ניסים וויאזוי מיר קענען עקזיסטירען. און אונזער עקזיסטענץ איז תלוי אינגאנצען אינעם אייבירשטען. און ווילאנג אונז זעמער נאמן צום אייבירשטען.מיר פראבירען זיך נישט צו פארשענערען פאר די גוים און מיר פארגעסען נישט אז מאיז אין גלות דא איז נישט אונזער פלאץ. דארף מען זיך נישט דאגה'נען. דער פראבלעם איז אז אפילו חסידישע אידען באקומען א השקפה פון ככל הגוים בית ישראל. איך בין גארנישט אנדערש דא ווי דער גוי. איך האב מיינע רעכטען. אמת ווען די פייטסט פאר דיינע רעכטען דארף עס זיין לדורון לתפילה ולמלחמה ווי זיידי יעקב. אבער נישט ווי דעם אנדערן אמעריקאנער גוי. פארדעם ווערט מען אזוי צורודערט פונעם שנאה. אבער דער אייבירשטער מאכט עס כדי אונז זאלען נישט ווערן צו באקוועם אין ארצות גלותינו. און זעהן אז עפ''י שכל האבען אידען באמת נישט קיין געהעריג פיוטשער אין ערגעץ מיר דארפען משיח. אפילו אין איזריעל זענען חסידישע אידען נישט פארזיכערט זיי ווילען ענדערש זעהן אן עם חפשי ווי איידער מיליאנען אידען שומרי תורה ומצוות. אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים. כי אנו צאניך ואתה רועינו
ווען מ'זעהט איינעם פון זיי וויל זיך אריינרוקן פארנט פון דיר אויפן ראוד (אפי' ער איז געווען א אויבערחכם) צייג עם אז ער קען אריינקומען הארצן גערן, ס'איז א אינוועסטמענט פון מערסטענס 2 סעקונדעס אבער קען האבן א גאר ווייטע השפעה.
יא עס הייסט שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו, און ווי דער מעשה ווערט דערציילט אז דער נודע ביהודה האט אמאל א טובה געטון פאר א גויאיש קינד, און יארן שפעטער האט ער געראטעוועט אלע אידן אין פראג.
בר דעת האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך וואס יעדע יחיד דארף טוהן, איז זיך צו פארלייגן בכל כוחו נישט צו דארפן אנקומען צו סיי וועלכע בארעכטיגטע רעגירונגס פיניאנציעלע הילף. און ווער עס איז יא דערויף דארף פראבירן כל טצדקי שבעולם זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער. די טענה אז מען איז בארעכטיגט פאר געוויסע הילף מאכט עס נישט פאר קיין לכתחילה צו נהנה זיין דערפון. דאס איז א אליה וקוץ בה במלוא מובן המלה.
עס כאפט א פחד ווי געוויסע סטאטיסטיקס איבער די ארימקייט שטאפל פון עטליכע היימישע שטעט ווערט כסדר איבערגעקייט און די פרעסע. מי יתן אז קיין איין פון אונזערע היימישע געגענטער זאלן אפילו נישט זיין פון די ערשטע הונדערט.