קליינע אוצרות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 09, 2014 8:17 am

אנעים זמירות האט געשריבן:מיין דריי יעריגע איז נעכטען געוועהן ביי א חופה. שפעטער האט ער מיר פארציילט, "דער ווייסע מענטש האט געמאכט א בום."
---
לעצטע וואך ווען איך האב געשמועסט מיט איהם וועגען די פרשה, האב איך איהם געפרעגט, "אן אייזעל קען רעדען?"

"יא."

"וואס, האסטו שוין אמאל געזעהן א חיה רעדט? "

" ווייל ערשט דארף מען עס שלאגען... "

(גראדע האט ער א פוינט.. )


א למדן! אסאך אסאך נחת!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 11:48 am

...
צוגעלייגטע
IMG954468.jpg

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 11:55 am

derech eretz האט געשריבן:...

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 1:43 pm

משה יענקל האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:...

:lol: :lol: :lol:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 1:48 pm

;l;p- גוט..

פון ווי קימט דאס? וועלכע סקול? וועלכע שטאט??

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

אינטרעסאנטע געזאגעכצער פון קליינע קינדער

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג פאברואר 16, 2015 10:10 pm

איך ווייס נישט אויב ס'דא אזא אשכול אדער נישט. אויב שוין דא קען מען צאמשעלצען.

ס'איז ידוע אז יעדע קינד פארמירט זיך זיין אייגען וועלטעל וויאזוי ער טייטשט אפ און פארשטייט זאכן, וויאזוי די וועלט פונקציאנירט, אא"וו.

בדרך כלל לעבן דאס די קינדער אויס ווען זיי וואקסן אונטער. למשל, מיין נעפיו האט אמאל געזאגט פאר מיין אנדערע נעפיו (די עלטערע האט געזאגט פארן יונגערען - ביידע אין גאנג פון פינעף יאר), 'דו ווייסט, אז דו טארסט מיך נישט זאגען ניין, ווייל ס'איז ליגענט!' דאס הייסט אז ער לעבט קלאר, אז זאגען ליגענט מיינט, אז מזאגט ניין פאר איינעם וואס איז עלטער פון דיר, אפילו ער איז נאר עלטער מיט אפאר מינוט. ס'איז צום האפען אז ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער פון זיך אליין פארשטיין אז ליגענט מיינט גאר עפעס אנדערש.

אזוי אויך קענען מיר געדענקען זאכן וואס מיר האבן געמיינט אלטס קינד - אפילו א נארישקייט, און ווען מוואקסט אונטער כאפט מען אז, נע ס'מיינט עפעס אנדערש.

וואלט איך געוואלט עפענען דא אן אשכול ווי יעדער זאל משתף זיין פארן ציבור וואס זיי הערן פון זייער ליכטיגע צאן קדשים אונדערהיים. ס'איז ממש א נחת צו הערן וויאזוי די קליינע נשמות, פון גרויס תמימות, שטעלן צאם זאכן פון הוידעל בודעל, אבער מיינען עס זייער ערענסט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

טאטי האט גערעד לשון הרע!

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג פאברואר 16, 2015 10:15 pm

ובזה החלי.

מיין שיך האט זיך נעכטן צירוסען, און מיין יודענע האט מיר מעורר געווען אז ס'איז צייט צו קויפן נייע שיך. מיין קליין פינעף יעריגס האט זיך צוגעהערט צום שמועס, און ער האט אויפגעכאפט אז טאטיס שיך האט זיך 'צורייסט'.

שפעטער ווען איך בין שוין נישט געווען אינדערהיים, רופט זיך מיין קליינער אן צו מיין יודענע, 'טאטי האט גערעד לשון הרע! וועגן דעם דארף ער קויפן נייע שיך!'

עס האט זיך ארויסגעוויזן אז ער האט פארשטאנען פונעם שמועס, אז טאטי האט 'צרעת' אויף זיין שיך (צורייסט), און ער האט שוין געלערענט (איך ווייס נישט ווי, אדער געדענקט ער פון לעצטע יאר, אדער געזעהן אין עפעס א ביכל, און אפילו א הויז קען האבן צרעת, און מען דארף צוברעכן די הויז, איז פארוואס א שיך נישט?) אז צרעת קומט פון לשון הרע. היינט האב איך טאקע געקויפט נייע, און ער האט זיך בארוהיגט אז טאטי האט שוין תשובה געטון. סהאט מיר נישט אויסגעזעהן אז טיפע הסברים גייט יעצט טוישן זיין דיעה, האף איך אז במשך הזמן וועט זיך די זאך אויסגראדן אין זיין קעפל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג פאברואר 16, 2015 11:17 pm


אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דינסטאג פאברואר 17, 2015 10:11 pm

א מעשה שוין עטליכע אין צוואנציג יאר צוריק. איך אלטס א צוועלף יעריג קינד האב אמאל שבת נאכמיטאג זיך אראפגעלייגט און געכאפט א גוט נאפעצל לכבוד'ן שינה בשבת תענוג, ווען אינמיטן טיפסטן שלאף ווער איך ערוועקט דורך מיין אינגערע פינף יעריגער ברודער וואס האט זיך דערמאנט אביסל ארומצעוואויווען.

מיט אן אויפרעגעניש שריי איך צו אים "דו ווייסט נישט ווי הארב די עבירה פון גזל שינה איז? נאך סאך הארבער פון אלע גזילות, ווייל דאס קען מען דאך נישט צוריקצאלן!" שרייט צוריק מיין ברודער "נו וואס איז דער פראבלעם? פארקויף מיך פאר א קנעכט! מיין רבי האט געזאגט אז אויב מ'גנב'עט און מ'קען נישט באצאלן, ווערט מען פארקויפט פאר א קנעכט".

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג מארטש 22, 2015 4:25 pm

לעצטע וואך האט מיין 5 יעריגס געזען ווי איך לייגט תפלין דר"ת אינדערהיים.
רופט ער זיך אן, 'יעצט פארשטיי איך פארוואס מען לייגט די תפלין אויף די הענט, ווייל מ'איז ארויס פון מצרים מיט א 'שטארקע האנט'.
איך געב איהם א שטארקע קאמפלעמענט פארן טראכטן פון דעם גוטן טעם, און נאכדעם פרעג איך איהם, נו, איז פארוואס לייגט מען עס אויך אויפן קאפ?
ער טראכט א מינוט, און גיט א מערמעל אונטער, 'ווייל אפשר איז מען אויך ארויס מיט א 'שטארקע קאפ'.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 22, 2015 5:40 pm

מיטן ערשטן האלב האט ער פיין צוגעטראפן! "וצונו להניח על היד לזכרון זרוע הנטויה"
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 09, 2017 3:33 pm

מיינס א אינגעל (ווען ער איז געווען א קליינטשיגע איז אהיים געקומען פון חדר און געטייטש זרוע הנטויה, א אויסגעשטרעקטע אראנדזש.

#נישט געזעהן דעם אשכול ביז הייינט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 09, 2017 3:40 pm

מיינס א נעפיו, ווען ער איז געווען א איין יעריג קינד (אקעי, אפשר א פאר חדשים מער) איז געווען מיט זיין מאמע אויפען ווילימסבורג-בארא-פארק באס, און דאס באס איז געזיצען א לאנגע צייט אין טרעפיק אויפען הייוועי; א גרויסע עולם איז געשטאנען, און ס'געווען זייער אן געצויגען.

דאס קינד קוקט ארויס פון פענסטער און שרייט אויס מיט עקסייטמענט "אזוי באנטש קארס"!

דאס גאנצע עולם האט זיך צושמייכעלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:04 am

;l;p-
אנעים זמירות האט געשריבן:מיין דריי יעריגע איז נעכטען געוועהן ביי א חופה. שפעטער האט ער מיר פארציילט, "דער ווייסע מענטש האט געמאכט א בום."
---
לעצטע וואך ווען איך האב געשמועסט מיט איהם וועגען די פרשה, האב איך איהם געפרעגט, "אן אייזעל קען רעדען?"

"יא."

"וואס, האסטו שוין אמאל געזעהן א חיה רעדט? "

" ווייל ערשט דארף מען עס שלאגען... "

(גראדע האט ער א פוינט.. )
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט