אנדעקן אידישקייט, ווי הייבט מען אן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

אנדעקן אידישקייט, ווי הייבט מען אן?

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך יולי 24, 2019 1:34 am

מדברי ר' עזריאל טויבער זצ""ל.

ער איז נישט אפגעפארן, ער איז קיינמאל (נאך נישט) געווען א איד!. ודפח''ח.


די סטעיטמענט איז לעצטענס געווארען עקסטרעים פאפאלער, איך ווייס נישט צו ער האט עס געזאגט, אבער עס ברענגט ארויס א נקודה.

די אשכול איז א פאזאטיווע אשכול, און איך האב עס געפענט אדאנק די אשכול (שניידען די בארד ביי בחורים), ביטע האלטען די אשכול דא פאזאטיוו.

די נושא איז ווי פאלגענד; והיה אויב עס פאסירט אז א טאטע דערזעט זיך פלוצלינג מיט א פערצען יעריג בחור און דער טאטע כאפט זיך אז אמת זיין סטעטוס אויף וואטסאפ האט גענוג צפיות, ער איז א שר חמישים אויף אייוועלט, און ער האט אכציג נאכפאלגער אויף טוויטער, אבער דאך נישט ער און נישט זיין בחור ווייסען בכלל ווער און פארוואס מען האט אים געברענגט אויף די וועלט, פארוואס ער דארף יא אדער נישט גיין מיט א רעלזשוואקע פרייטיג צונאכטס אדער בכלל דאוואנען צום באשעפער, ער ווייסט נישט וואס ער ווייסט נישט און וואס איז די חילוק צווישען די פאלק וואס זינגט אתה בחרתנו און די פאלק די אנדערע.

ווי הייבט אזא טאטע אן, אמת יעדע נפש פון א בחור איז אנדערש, אבער א טאטע וואס וויל מאכען א דיפרענטץ, און ער וויל נישט אז טויבער'ס ווערטיל זאל אויף אים חל זיין, איז וועלכע ספר ענפענט ער וועלכע זייט?, וועלכע ענין גייט ער אדורוך, אין וואס דערגרינט ער זיך צו ווערן קאנעקטעט און באקומען ידיעות?

די שאלה בקיצור; יעדער פארפירט אז די מוסדות לערנען נישט יסודות האמונה, יסודות אין אידשקייט, און אויב דאס איז אמת, ווי און ווי אזוי הייבט א טאטע אן צו לערנען מיט זיך און זיין בחור?
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום מיטוואך יולי 24, 2019 1:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך יולי 24, 2019 1:39 am

די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך יולי 24, 2019 1:47 am

אז מען רעדט שוין יא, פאריגע וואך בלק אין אוחוה"ק איז געווען א שארפע בחינה,

בלעם האט געזאגט: תמות נפשי מות ישרים
זאגט ער בלעם האט געוואלט שטארבען ווי א איד, אבער זיינע תאוות האט ער געוולט בלייבען ווי א גוי א רשע איז גרייט צו שטארבען ווי א איד, אבער לעבן דאס וויל ער ווי א גוי.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 24, 2019 2:31 am

קאנסילמאן האט געשריבן:די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,

אט אזוי! איך האב דאס געוואלט שרייבן נאך דיין ערשטע תגובה, נאר צולייגן אז מ'מוז זיין גרייט צו שוויצן מיט געדולד, דאס גייט נישט געשען אין איין טאג, ס'נעמט צייט ביז דער גוף הייבט אן צו שפירן וואס די נשמה לערנט.

לגבי וואס דו זאגסט נאך פון אוה"ח הק', ס'איז נישט פונקטליך, ער זאגט אז בלעם האט געוואלט תשובה טון נאר די לעצטע רגע פארן שטארבן ווייל ער האט געוויסט אז ער וועט נאכאמאל דורכפאלן, ער האט זיך גוט געקענט, און ער זאגט נאך אז ער האט געהערט פון כמה רשעים שאמרו לי בפירוש אז אויב וואלטן זיי געוויסט אז זיי וועלן מער נישט צוריק פאלן וואלטן זיי שוין לאנג תשובה געטון. עכדה"ק.

איך פארשטיי אז ס'איז לאו דוקא ווייל ער 'וויל' לעבן ווי א גוי, נאר ווייל ער האט מורא פון זיין דורכפאל דערנאך הייבט ער נישט אן, און פארדעם איז ער א רשע!

עניוועיס, צוריק צום נושא האשכול.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 24, 2019 10:45 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
מדברי ר' עזריאל טויבער זצ""ל.

ער איז נישט אפגעפארן, ער איז קיינמאל (נאך נישט) געווען א איד!. ודפח''ח.


די סטעיטמענט איז לעצטענס געווארען עקסטרעים פאפאלער, איך ווייס נישט ער האט עס געזאגט אבער עס ברענגט ארויס א נקודה.

די אשכול איז א פאזאטיווע אשכול, און איך האב עס געפענט אדאנק די אשכול (שניידען די בארד ביי בחורים), ביטע האלטען די אשכול דא פאזאטיוו.

די נושא איז ווי פאלגענד; והיה אויב עס פאסירט אז א טאטע דערזעט זיך פלוצלינג מיט א פערצען יעריג בחור און דער טאטע כאפט זיך אז אמת זיין סטעטוס אויף וואטסאפ האט גענוג צפיות, ער איז א שר חמישים אויף אייוועלט, און ער האט אכציג נאכפאלגער אויף טוויטער, אבער דאך נישט ער און נישט זיין בחור ווייסען בכלל ווער און פארוואס מען האט אים געברענגט אויף די וועלט, פארוואס ער דארף יא אדער נישט גיין מיט א רעלזשוואקע פרייטיג צונאכטס אדער בכלל דאוואנען צום באשעפער, ער ווייסט נישט וואס ער ווייסט נישט און וואס איז די חילוק צווישען די פאלק וואס זינגט אתה בחרתנו און די פאלק די אנדערע.

ווי הייבט אזא טאטע אן, אמת יעדע נפש פון א בחור איז אנדערש, אבער א טאטע וואס וויל מאכען א דיפרענטץ, און ער וויל נישט אז טויבער'ס ווערטיל זאם אים חל זיין, איז וועלכע ספר ענפענט ער וועלכע זייט, וועלכע ענין גייט ער אדורוך, אין וואס דערגרינט ער זיך צו ווערן קאנעקטעט און באקומען ידיעות?

די שאלה בקיצור; יעדער פארפירט אז די מוסדות לערנען נישט יסודות האמונה, יסודות אין אידשקייט, און אויב דאס איז אמת, איז ווי און ווי אזוי הייבט א טאטע אן צו לערנען מיט זיך און זיין בחור?

דער בעל המימרא ר' עזריאל ז"ל האט נישט סתם געזאגט - ווי מ'רופט קריטקירט דעם סיסטעם - און געגאנגען ווייטער, ער האט עפעס געטון צו דעם למעשה
ר' עזריאל האט זיינע יסודות געשריבן אין זיינע ספרים פרקי מחשבה, און גארנישט איז נישט חידושים, אלעס איז געבויט אויף ספרי מהר"ל ורמח"ל ועוד.
די ערשטע סטעפ, קויף דיר איין דעם ספר פרקי מחשבה-מהותו של יהודי, ס'איז דא אין לה"ק און אין ענגליש (און לעצטענס ארבעט מען עס איבער אויף אידיש), לערן עס דורך בעיון, ס'וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, און נאכאמאל נישט קיין נייע דרכים, נאר דעם אלטן דרך שיין סערווירט כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם
https://tablet.otzar.org/he/pages/?&res ... book=60305
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 24, 2019 10:52 am

קאנסילמאן האט געשריבן:די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,

אוודאי אין די תורה טרעפט מען אלעס, אין ספרי חסידות וספרי מוסר טרעפט מען אלעס, אבער אין די היינטיגע וועלט וואס א מענטש האט ליב אלעס זאל גיין אינסטענט, פאלן זייער אסאך מענטשן ארויס אינמיטן וועג צו טרעפן דעם זיך

הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א האט אמאל געגעבן א שיינעם הסבר, די גמרא זאגט אז ציצית איז מציל מן העבירה, די באקאנטע מעשה אין מס' מנחות, למעשה זענען דא מענטשן וואס גייען מיט גרויסע וואלענע טלית קטן און קענען נישט מעיד זיין אז די ציצית האט זיי מציל געווען, וואס איז פשט? זאת התורה לא תהא מוחלפת

האט ער געגעבן א משל, ווען איינער וויל אויפשטיין אינדערפרי וואס טוט ער? ער שטעלט אן א וועקער זייגער, ס'איז דא שוואכערע און ס'איז דא בעסערע וועקער זייגערס, ס'איז דא באקאנט וועקער זייגערס וואס זענען בדוק ומנוסה אז ס'וועקט אויף מתים.

היכי תמצא אזא וועקער זייגער זאל קלינגען און קלינגען און נישט אויפוועקן דעם מענטש?

ווען דער מענטש ליגט נישט אין בעט...

אז איינער שטעלט אן דעם זייגער אין דעם שטוב, און לייגט זיך שלאפן אויף א אנדערע שטאק, קען דער זייגער קלינגען ביז מארגן, דער מענטש שלאפט ווייטער....

ציצית וועקט אויף א מענטש, ווען דער מענטש איז דא, אויב איז נישטא קיין מענטש אויב איז נישטא א איד איז נישטא וועם צו וועקן!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מקבל
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מיטוואך יולי 24, 2019 11:35 am

אינעם היינטיגן גליון שלהבת (אר"י)

קורא יקר: אני רוצה לשתף אותך בדו שיח מעניין שהיה לי עם ר' עזריאל זיע"א...
לפני חג הפסח הוצאתי חוברת שמדברת על עבודת קרבן פסח... תיארתי שם
כיד ה' הטובה עלי את הבהילות העצומה שהייתה במקדש סביב כל ההלכות
החמורות של קרבן פסח... )רק לשם השוואה, אם לנו יש כעת אפיית מצות,
וזהירות מחמץ, וכמה בהילות ולחץ יש סביב זה, אז עשיתי חשבון שההלכות
החמורות שיש בקרבן פסח, זה כפול עשר לפחות( שלחתי את החוברת לר'
עזריאל, והוא התלהב מאוד... אבל התגובה הראשונה שלו הייתה:
תקשיב... הכנסת אותי לפאניקה... אני לא יודע איך הם עמדו בזה... איך הם
הצליחו להקפיד על כל ענייני הטהרה וההקרבה, והבני חבורה, וכו' וכו'... אני לא
יודע איך הם הצליחו לשרוד את כל הדרישות התובעניות של סידור פסח ככל
הלכתו וסידורו!!!
לאחר כמה שעות... ר' עזריאל שוב חוזר אלי... ואז הוא אמר לי דבר מאוד מעניין:
תקשיב!!! חשבתי על זה... חשבתי על האנשים שהיו בבית המקדש... כשאני
מדמיין אותם אני מתפעל מהם... איך הם הצליחו לעמוד בכל תנאי מצות קרבן
פסח בכל פרטיו ודקדוקיו...
אני באמת לא מצליח להבין... כנראה שהם באמת היו אנשים מאוד גדולים...
אבל!!!! אני עדיין חושב... שהם בעצמם!!! כשהם ניסו לדמיין אותי ואותך... את
הדור שלנו... הם אמרו את אותם משפטים בדיוק... בדיוק כמו שאנחנו מדמיינים
אותם... הם גם דמיינו אותנו... הם ישבו להם וניסו לדמיין יהודי בדור 2018 ...
שמתמודד עם כל הטינופת של הרחוב... שיש לו אפשרות בלחיצת כפתור אחת
להגיע לכל מקום... ואותו יהודי צריך לשמור על קשר יומיומי עם הקב"ה...
ולהישאר יהודי...
סיים ר' עזריאל ואמר לי בתקיפות: אני אומר לך שהיה להם מה להתפעל
מאיתנו!!! עוד יותר ממה שאנחנו צריכים להתפעל מהם!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 24, 2019 11:48 am

ספרי מוסר, מהר"ל רמח"ל, חסידות - בפרט חב"ד ותלמידו הגדול ר' אהרן מסטראשעלע, זענען זייער גוט אויף אויפצובויען "יסודות'דיגע" מושגים פון אידישקייט.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך יולי 24, 2019 11:54 am

פאר מיר פערזענליך, וואס גלייכט בטבע לאגיק און וועלן פארשטיין, האט געפאלן די דרשות פון הרב נח וויינבערג זצ"ל אויף ענגליש ווי ער רעדט צו בעיקר צו בעלי תשובה. מען קען באקומען זיינע דרשות אויף aishaudio.com.
ווי אויך קומט ארויס יעדע וואך תורת אביגדור פון ר' אביגדור מילער זצ"ל, ליידער אויך אויף ענגליש. ער לייגט זייער לאגיש אראפ פילע יסודות אין יידישקייט. די צוויי האבן געהאט א מורא'דיגע עפעקט אויף מיר. דרך אגב, פאר ווער עס ווייסט נישט, ר' אביגדור איז געווען א מורא'דיגע חסיד פון דעם חסידיש'ן לעבנסשטייגער, און ער ברענגט דאס כסדר ארויס לשבח.
לעצט פאראכטן דורך היימישער הייקער אום מיטוואך יולי 24, 2019 12:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
חאדאראם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:07 pm

תגובהדורך חאדאראם » מיטוואך יולי 24, 2019 12:08 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,

נכון להוסיף: להרבות בתפילה ותחנונים.
ס'איז נאר מיין אפיניען, ס'איז נישט איך.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 24, 2019 12:18 pm

ספרי מהר"ל און רמח"ל זענען זייער שווערע טיפע ספרים, איך האב ליידער נישט די זכי' צו פארשטיין ספרי מהר"ל, דאך האלט איך אז איך האב יא זייער שטארקע יסודות אין אידישקייט און אין השקפה.

דאס קומט פשוט פון לערנען ספרי חסידות, אוה"ח הק', חומש רש"י מיט רמב"ן, דאס איז פיל גרינגער צו טוהן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 24, 2019 12:22 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:ספרי מהר"ל און רמח"ל זענען זייער שווערע טיפע ספרים, איך האב ליידער נישט די זכי' צו פארשטיין ספרי מהר"ל, דאך האלט איך אז איך האב יא זייער שטארקע יסודות אין אידישקייט און אין השקפה.

דאס קומט פשוט פון לערנען ספרי חסידות, אוה"ח הק', חומש רש"י מיט רמב"ן, דאס איז פיל גרינגער צו טוהן.

זיכער אז מען קען האבן יסודות פון אידישקייט פון חומש רש"י מיט רמב"ן און אוה"ח הק' וספרי חסידות, אז מ'לערנט עס בעיון און מ'נעמט עס אריין אין קאפ אוודאי אזוי, ווי פריער דער מחבר איז אלס מער קאפ דארף מען צולייגן, ווי שפעטער דער מחבר איז אלס גרינגער האט ער עס געמאכט פארן דור
מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן, דער מהרש"א פרעגט א קשיא, רש"י צו תוס' איז נישט שווער געווען די קשיא? נאר ביי זיי איז דאס געווען א פשטות די קושיא מיטן תירוץ צוזאמען, ס'איז נישט געווען נישט קיין קשיא און נישט קיין תירוץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 24, 2019 12:30 pm

שווער צו ענטפערן על רגל אחת, עכ"פ ס'איז נישט קייין וואן סייז פיטס אלל.

אבער, פשוט תפילה [אדער תהלים] בכוונה עברי מיט טייטש איז א גוטע אנהויב, ס'גייט אויך נישט אויף איין פוס, אבער די עצה איז אז מ'הויבט אן מיט איין ברכה און מ'גייט צוביסלעך מעלה מעלה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 24, 2019 12:33 pm

farshlufen האט געשריבן:שווער צו ענטפערן על רגל אחת, עכ"פ ס'איז נישט קייין וואן סייז פיטס אלל.

אבער, פשוט תפילה [אדער תהלים] בכוונה עברי מיט טייטש איז א גוטע אנהויב, ס'גייט אויך נישט אויף איין פוס, אבער די עצה איז אז מ'הויבט אן מיט איין ברכה און מ'גייט צוביסלעך מעלה מעלה.

אמונה, גדלות הבורא, קרבות אלקים, יא
אבער שווער צו זאגן אז מ'וועט אנטדעקן דעם "ווער בין איך?" (קען זיין כ'האב נאכנישט גענוג געדאוונט....)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 24, 2019 12:39 pm

מיין איך אז אונז האבן מיר א פראבלעם

הראה הקב"ה למשה דודר דור ודורשיו, דור דור וגזלניו און דור דור וחמסניו.

יעדער דור דארף אנדערע דרשנים ווייל יעדן דור איז דא אנדערע גזלנים און דערפאר איז יפתח בדורו כשמואל בדורו, ווייל שמואל בדור יפתח וואלט נישט אויפגעטוען, די גזלנים און חמסנים פון יפתח'ס דור האבן געהאט אינגאנצן א אנדער שפראך פון די גזלנים וחמסנים פון שמואלס דור.
און אזוי איז יעדן דור די נסיונות טוישן זיך, און מצד שני זענען דא נייע דרשנים געקנויטן פון זעלבן טייג פון די גזלנים וואס זיי פארשטיין און ווייסן וואס דריקט און באדערט פארן דור.

די פראבלעם מיט אונזער דור אז אין איין דור האבן מיר צוויי אנדערע דורות: די עלטערע (לאו דוקא אזוי תלוי אין עידזש אבער על פי רוב), און מצד שני די אינגערע. [אפשר ריכטיגער צוטיילט אין די וואס וואקסן אויף מיטן אינטערנעט און די וואס זענען געוואקסן אן דעם].
די עלטערער האבן איין מין לעבן און איין וועג פון נסיונות על כל המשתמע מכך, און די אינגערע האבן גאר אנדערע זאכן וואס זיי דארפן זיך שלאגן מיט.
ווי רבי יאנקעלע גאלינסקי האט געזאגט "היינטיגן דור איז נישטא קיין עלטערע אידן" אויב איז ער א עלטערער איד איז ער פון פריערדיגן דור.

אויב פריערדיגן דור ווען מאיז געווען שוואך און אידישקייט האבן די דרשנים מחזק געווען מיט תורה תפלה, איז אויפגעשטאנען א דור וואס האלט גאר אין א אנדער פלאץ. אין פריערדיגן דור (20 יאהר צוירק אדער ווייניגער אפילו) זענען די שוואכע געעווען מער פויערן סטייל, זיי האבן געגלייבט אין באשעפער באמונה שלימה ופשוטה, געווען פעסט מיט זיך אז תורה ניתנה מאת הבורא בסיני, וכו' וכו' בכל עיקרי הדת. נאר וואס שאור שבעיסה איז דאך אלעמאל דא און מהאט זיך געוואלט לאזן וואויל גיין, אויף דעם האבן די דרשנים אפירגעברענגט דעם שלשה דברים הצריכים חיזוק און מהאט מחזק געעוען זיי מושך געווען צום בית מדרש און דער מנוול איז נעלם געווארן.
מה שאין כן היינטיגן דור איז דא זייער אסאך וואס זיי האבן ווייניג א פראבלעם צו לערנען אויב ער וועט טאקע וויסן אז דאס איז זיין תפקיד אויף די וועלט, ער וואלט זיך אריינגעשאקלט ביים דאווענען ווען ער ווייסט פאר 100% אז ער רעדט יעצט מיטן באשעפער, און וואלט (כמעט) קיינמאל געזינדיגט ווען דער ראשית חכמה ליגט אין גאס. נאר וואס ער איז קיינמאל קיין איד געווען, טא, וואס זאל ער דאווענען ווען ער (פילט אז ער) רעדט צום וואנט, פון וואו זאל ער באקומען חשק צום לערנען ווען ער גייט ארויס פון א דרשה וואס דער בעל דרשן האט מוראדיג ארויסגעברענגט די הייליגקייט פון תורה ווען ער האלט נאך גאר פריער און ווייסט בכלל נישט אז דאס איז גאר א הילייגקיייט,

אויב מיט דור דור וגזלניו וחמסניו זענע מיר געבענטש מיט גאר אנייער סטייל און נייער וועג פון פריערדיגן דור'ס גזלנין וחמסנים, איז אבער ביי די דור דור ודורשיו גאר א אנדער מעשה, היינטיגן דור איז נישטא (כמעט) קיין דרשנים, אויב איז ער פון די דורשיו איז ער פון פריערדיגן דור. קומען די דרשנים פון פריערדיגן דור און רעדן צו היינטיגן גנב די שפראך וואס דער גזלן פון פריערדיגן גדור וואלט פארשטאנען, און דער חמסן קוקוט איהם אן ווי פון לבנה אראפ געפאלן "וואס פונקטליך ווילסטו פון מיר?".

אין איין ווארט קען מען דאס מסכם זיין:
פריערדיגען דור זענען די גזלנין וחמסנים געווען אידן מהאט זיי געדארפט נאר אויפוועקן.
אויף דעם האבן די דרשנים געקומען און זיי אויפגעוועקט!
היינטיגן דור (ווי דער פותח האשכול האט געשריבן) זענען זיי אידן וואס זענען קיינמאל קיין אידן געווען.
אויף דעם קומען די דרשנים און וועקן זיי אויף!,
..אבער ווער דארף מזאל וועקן, אונז זענען קיינמאל שלאפן נישט געגאנגען! אונז האלן מיר נאך סאך פריער(=שפעטער)!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך יולי 24, 2019 1:45 pm

מי יודע האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:די פשוט'ע ענטפער איז: תורה, המאור שבה יחזירנה למוטב, חימוש רש"י מיט מפרשים רמב"ן און אוחה"ק, א קביעות אין חסידישע ספרים וספרי מוסר,


מי יודע האט געשריבן:דער בעל המימרא ר' עזריאל ז"ל האט נישט סתם געזאגט - ווי מ'רופט קריטקירט דעם סיסטעם - און געגאנגען ווייטער, ער האט עפעס געטון צו דעם למעשה
ר' עזריאל האט זיינע יסודות געשריבן אין זיינע ספרים פרקי מחשבה, און גארנישט איז נישט חידושים, אלעס איז געבויט אויף ספרי מהר"ל ורמח"ל ועוד.
די ערשטע סטעפ, קויף דיר איין דעם ספר פרקי מחשבה-מהותו של יהודי, ס'איז דא אין לה"ק און אין ענגליש (און לעצטענס ארבעט מען עס איבער אויף אידיש), לערן עס דורך בעיון, ס'וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, און נאכאמאל נישט קיין נייע דרכים, נאר דעם אלטן דרך שיין סערווירט כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם
https://tablet.otzar.org/he/pages/?&res ... book=60305


אוודאי אין די תורה טרעפט מען אלעס, אין ספרי חסידות וספרי מוסר טרעפט מען אלעס, אבער אין די היינטיגע וועלט וואס א מענטש האט ליב אלעס זאל גיין אינסטענט, פאלן זייער אסאך מענטשן ארויס אינמיטן וועג צו טרעפן דעם זיך

הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א האט אמאל געגעבן א שיינעם הסבר, די גמרא זאגט אז ציצית איז מציל מן העבירה, די באקאנטע מעשה אין מס' מנחות, למעשה זענען דא מענטשן וואס גייען מיט גרויסע וואלענע טלית קטן און קענען נישט מעיד זיין אז די ציצית האט זיי מציל געווען, וואס איז פשט? זאת התורה לא תהא מוחלפת

האט ער געגעבן א משל, ווען איינער וויל אויפשטיין אינדערפרי וואס טוט ער? ער שטעלט אן א וועקער זייגער, ס'איז דא שוואכערע און ס'איז דא בעסערע וועקער זייגערס, ס'איז דא באקאנט וועקער זייגערס וואס זענען בדוק ומנוסה אז ס'וועקט אויף מתים.

היכי תמצא אזא וועקער זייגער זאל קלינגען און קלינגען און נישט אויפוועקן דעם מענטש?

ווען דער מענטש ליגט נישט אין בעט...

אז איינער שטעלט אן דעם זייגער אין דעם שטוב, און לייגט זיך שלאפן אויף א אנדערע שטאק, קען דער זייגער קלינגען ביז מארגן, דער מענטש שלאפט ווייטער....

ציצית וועקט אויף א מענטש, ווען דער מענטש איז דא, אויב איז נישטא קיין מענטש אויב איז נישטא א איד איז נישטא וועם צו וועקן!


טאקע דאס איז געווען מיין פוינט {היפוך דיין נקודה} אז מען זאל נישט ווערן פארלוירען פון נישט וויסען וועלכע טויבער אדער רמח"ל ספר צו קויפן, נאר די א' ב' איז אנצוהייבען זיין א איד איז לערנען די תורה, לערנען חומש רש"י מיט די ראשונים און חסידישע ספרים בקביעות, און ערשט נאכדעם איז דא וואס צו זיכען העכערס, כנלענ"ד.

פארשלאפן האט א נקודה אז פירוש התפילה איז עפעס וואס ברענגט אמונה און א איד נאנט צום באשעפער.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 24, 2019 2:08 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די א' ב' איז אנצוהייבען זיין א איד איז לערנען די תורה, לערנען חומש רש"י מיט די ראשונים און חסידישע ספרים בקביעות, און ערשט נאכדעם איז דא וואס צו זיכען העכערס, כנלענ"ד.


נאר אביסל קלארער מאכן די אב צו זיין א איז איז י"ג עיקרים
נאר די האסט געמיינט צו זאגן אזוי: די י"ג עיקרים און תרי"ג מצוות איז דאך שוין פשוט און סאיז אין די בלוט, סא פון דעם רעדט מען בכלל נישט, און ממילא איז די א"ב (נאכדעם) צו לערנען תורה.

אבער...
דאס איז ריכטיג ווען מרעדט פון אונזערע זיידעס (אדער אפילו טאטעס), אבער פאר אונז און ווי סזעהט אויס כל שכן ביי אונזערע קינדער דארף מען צוריק גיין רעדן פון די ערשטע א"ב.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יולי 24, 2019 2:13 pm

אז איינער איז מוציא לאור, אדער אויב ס'איז שוין דא, אזא קורץ קליין ספר'ל מיט יסודות הדת, אזוי אז מ'לערנט דאס פאר ביים שבת טיש, יעדע וואך א שטיקל. דאס קען ווערן צאמגעקליבן מיט חכמה, ס'דארף נישט האבן "היי Vocabulary לשון קודש", מ'קען מיט איין גוט פשוט אויסזעענדן שטיקל נועם אלימלך, אדער אורחות צדיקים, פארענטפערן פילע טיפע קשיות און פראגעס, נאך פאר מ'פרעגט עס. און מפשט זיין עקמומיות שבלב. איז שוין דא אזא קליין ספר'ל?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 24, 2019 2:20 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ספרי מוסר, מהר"ל רמח"ל, חסידות - בפרט חב"ד ותלמידו הגדול ר' אהרן מסטראשעלע, זענען זייער גוט אויף אויפצובויען "יסודות'דיגע" מושגים פון אידישקייט.

די יסודות'דיגע מושגים ברענגט נישט באלד קיין געשמאק אין אידישקייט. פשוטע חומרש"י, רמב"ן און אוה"ח הק' זענען מורא'דיג ווארים און מסוגל פאר א געשמאקע אידישקייט און ערנסטע לעבן.

איבערהויפט די דברים פרשיות, וואס קומען שוין באלד אן. די גאנצע תורה אין איין סדר. דאס איז אויסער די ידיעות הש"ס וואס מ'איז קונה פון די דברים רש"י'ס און רמב"ן'ס.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך יולי 24, 2019 3:00 pm

א שיינער אשכול
אין איין ווארט.
יעדער איז היינט פארנומען אנצוהאלטען דעם סטאטוסקווא פון אידישקייט. (נישט חלילה משנה זיין)
די רביס. די עלטערן. די מוסדות. מאיז פארנומען מיט די גדרים וסייגים מנהגים (וואס איז זייער וויכטיג) אבער בויען דעם פנימיות איז זייער ווייניג דא.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יולי 24, 2019 3:39 pm

סארקאזי האט געשריבן:א שיינער אשכול
אין איין ווארט.
יעדער איז היינט פארנומען אנצוהאלטען דעם סטאטוסקווא פון אידישקייט. (נישט חלילה משנה זיין)
די רביס. די עלטערן. די מוסדות. מאיז פארנומען מיט די גדרים וסייגים מנהגים (וואס איז זייער וויכטיג) אבער בויען דעם פנימיות איז זייער ווייניג דא.

איך וואלט געזאגט טיפער קיינער איז ניטאמאל פארנומען, אויב איינער וואלט געווען פארנומען וואלט שוין בעסער געווען

[אקעי איך האב נישט געמיינט צו זאגן קיינער ממש]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך יולי 24, 2019 4:12 pm

סע איז דא א ספר נפש שמשון פון רבי שמשון פינקס

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך יולי 24, 2019 4:28 pm

רבותי כ'וואלט געזאגט אז ס'איז דא איין קליינע זאך, וואס קען שטארק בייהילפיג זיין אין דעם נושא, דאס איז און איין ווארט, טראכט וואס דו טוסט!!
א סעקונדע פאר דו טוסט סיי וועלכע מצוה, לייגן תפילין, ציצית, דאווענען, לערנען, עסן פרישטאג, שמייכלען צו יענעם, שבת, א ברכה, ארבייטן(עושה צדקה בכל עת) גריסן, וכו' וכו' גיב א טראכט איך גיי יעצט מקיים זיין א מצות עשה דאורייתא, דרבנן, אל תטוש, אדער ווען דו האסט נישט קיין אהנונג ווי וואס ווען, איז גענוג ווייל מיין טאטע האט אזוי געטון, לשם יחוד ווייל אזוי האט דער אויבשטער געהייסן, און איך גיי יעצט טון זיין ווילן.

אויף דעם אופן ווערט דער גאנצער געוויינדליכער לעבנסשטייגער, אויפגעהויבן מבירא עמיקתא לאיגרא רמה, און איבערגעדרייט מן הקצה אל הקצה, אן גארנישט עקסטער טון, סך הכל אביסל מחשבה, אויף זאכן וואס מ'טוט סייווי,
און דער טעם און געשמאק פון איין מינוט טראכטן, טוישט דעם גאנצן מציאות פון די זעלבע מעשה וואס דו האסט נעכטן געטון אן א סעקונדע זיך אפשטעלן און טראכטן .... איין מינוט וואס או איך דא...
. . . . . . .

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יולי 24, 2019 4:38 pm

וואלט געווען כדאי צו פארצייכענען די ספרים פון הג"ר לייבל מינצבערג זצ"ל (בן מלך), בפרט זיין מאנומענטאלע חיבור 'חכמה ומוסר'.
בויט אויף די יסודות מן המסד ועד הטפחות, און ס'דא מענטשן אויף וועם ס'האט א געוואלדיגע השפעה.

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך יולי 24, 2019 4:41 pm

א גאר וויכטיגע יסוד איז צו האבן א ערליכע מורה דרך


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מאן דכר שמיה און 33 געסט