לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:שאלה אחת קטנה, די וואס שפענדן פארן וואכנאכט, וויפיל שפענדן זיין פאר די ברית סעודה?
בערך 450 ווייל ס'א פליישיגע סעודה קאסט עס מער, און ס'אין ביהמ"ד קאסט די שמש וכו'
א שאלה פאר זיך, די אידן וואס מאכן די וואכנאכט אינדערהיים, וואס עפעס מאכן די ברית סעודה אין ביהמ"ד? די גערוך איז היימישער? אין דערהיים איז שוין סיי ווי אוייפגעווארפן, סיי ווי געברענגט טיש און בענקלעך מאך שוין דארט די ברית סעודה אויך, וכן אני נוהג
מיין לעצטע ברית האט נישט געקאסט קיין 450, ס'איז געווען פיינע איבערגעצויגענע פלייש, און ס'האט געקאסט אונטער 200 דאלער
בילקעלעך - געבאקן אליין, אבער אפילו ווען מ'קויפט וויפיל איז פאר א מנין + אונטער 20
געפילטע פיש - 30
זופ - אליין געקאכט
קוגל - נאך געווען פון וואכנאכט
פלייש באשטעלט, כ'מיין ס'איז געווען אונטער 100
וואס נאך? מזונות איז נאך געווען פון וואך נאכט, אזוי אויך ברוינפן
דער שמש האט באקומען א 20 נישט א 5
דער מוהל האט געקאסט מער ווי די גאנצע סעודה.....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.