און וואס איז מיט וואך-נאכט תקנות?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך יולי 24, 2019 6:25 am

אילו זכינו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:ברוך השם, ביי אונז איז דא א שוש אשיש ארגאניזאציע און א וואך נאכט קאסט א שיבוש.


אפשר קומסטו אריין מער קלארער?
וואס איז דאס שוש אשיש?
משפחה קאסע?


א קהילה ארגאניזאציע וואס שטעלט צו שלום זכר, קידוש, וואך נאכט, ברית, (און שבת שבע ברכות אין עטליכע שטעט) פאר קאסט פרייז, לשם גמילות חסד.

שיין צו הערן!
וועלעכע קהילה האט די ארגענעזאציע?
און וואס מיינט "קאסט פרייז", וויפיל קאסט למעשה א וואך נאכט?


בעלזא.
געדענק שוין נישט, אבער קאסט פרייז מיינט קאסט האולסעיל פרייז. עכט ביליג.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יולי 24, 2019 11:34 am

שטארק זיך האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:בין איך דא! מיין ערשטע קינד איז א מיידל, די קידוש האט געקאסט א טאטעל פון ארום $30

איך בין נאכנישט אינגאנצן פאררוקט צו גלייבן די גערעדעכצער; אבער אפילו ווען דאס איז אמת; זינט ווען איז כיליות א בארימעריי... דו פארגינסט נישט דיין שכן א סליייס קוגל, און איך ברויך פון דעם כאפן התפעלות.

און זאג נאר, א שטיקל טשאקאלאד פאר די יולדות האסטו יא פארגינען?

אוי וויי, איר האט לכאורה געשריבן אייער תגובה בעפארן ליינען ווייטער.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 24, 2019 12:22 pm

איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע מדובר דא,

איז דען דא ביי א וואך נאכט חתן כלה אדער מחותנים וועם מען דארף זיך געפעלן? וואו קומט אריין תקנות ביי א וואכנאכט? ווילסט מאכן ביליג מאך ביליג! ווילסט מאכן טייער מאך טייער! ווילאנג מען בעט נישט פון מיר קיין געלט וואס גייט עס מיר אן?

אפשר דארף מען אויך מאכן פרישטאג תקנות?

איך פאר מיר מאך א וואכנאכט וויאזוי מיר געפעלט (וואס איז אין מיין פאל שוין ווי אויבן געברענגט אויפן ביליגסט'ן שטאפל), חזיר'יש, רייסעריש, נעבעכדיג, אויפגעריסן, די אלע ווערטער גייט ניטאמאל אריין אין מיר ווילאנג איך בעט נישט פון קיינעם קיין געלט!

מיינע צוויי סענט/צענט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יולי 24, 2019 12:49 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע מדובר דא,

איז דען דא ביי א וואך נאכט חתן כלה אדער מחותנים וועם מען דארף זיך געפעלן? וואו קומט אריין תקנות ביי א וואכנאכט? ווילסט מאכן ביליג מאך ביליג! ווילסט מאכן טייער מאך טייער! ווילאנג מען בעט נישט פון מיר קיין געלט וואס גייט עס מיר אן?

אפשר דארף מען אויך מאכן פרישטאג תקנות?

איך פאר מיר מאך א וואכנאכט וויאזוי מיר געפעלט (וואס איז אין מיין פאל שוין ווי אויבן געברענגט אויפן ביליגסט'ן שטאפל), חזיר'יש, רייסעריש, נעבעכדיג, אויפגעריסן, די אלע ווערטער גייט ניטאמאל אריין אין מיר ווילאנג איך בעט נישט פון קיינעם קיין געלט!

מיינע צוויי סענט/צענט

;l;p-
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 24, 2019 1:02 pm

כ'האב נישט געוואוסט אז אינגעלייט ווייסן שוין נישט ווי אזוי מ'באקט אפ א קוגל.

ערגעצוואו בין תנור לכיריים ליגט אזא ספר'ל מיט ענגלישע ווערטער אויפן רוקן, געווענליך זעהט עס אויס אזוי ווי אונזער ש"ס וואלט ווען געדארפט אויסזעהן, מ'קוקט אין מפתח, מ'טרעפט עפעס וואס זעהט אויס דיין טעיסט, נעם א ליסטע פון אינגרידיענטס מאך זיכער אז דו האסט אלעס ביי די האנט, און געגאנגען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בלומינגרויווער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

תגובהדורך בלומינגרויווער » מיטוואך יולי 24, 2019 1:04 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע מדובר דא,

איז דען דא ביי א וואך נאכט חתן כלה אדער מחותנים וועם מען דארף זיך געפעלן? וואו קומט אריין תקנות ביי א וואכנאכט? ווילסט מאכן ביליג מאך ביליג! ווילסט מאכן טייער מאך טייער! ווילאנג מען בעט נישט פון מיר קיין געלט וואס גייט עס מיר אן?

אפשר דארף מען אויך מאכן פרישטאג תקנות?

איך פאר מיר מאך א וואכנאכט וויאזוי מיר געפעלט (וואס איז אין מיין פאל שוין ווי אויבן געברענגט אויפן ביליגסט'ן שטאפל), חזיר'יש, רייסעריש, נעבעכדיג, אויפגעריסן, די אלע ווערטער גייט ניטאמאל אריין אין מיר ווילאנג איך בעט נישט פון קיינעם קיין געלט!

מיינע צוויי סענט/צענט



איז דא א אינגערמאן מיט אכט געשוויסטער
ברוך השם ביי איינעם און די משפחה איז געבוירען געווארען א בן זכר, און מאכט א וואך נאכט פאר צוויי דריי אלפים,

קומענדיגען וואך איז געבוירען געווארען א מיידיל ביים צווייטען און מאכט א קידוש פאר אכצען מאות אדער מער,

און אזוי ווייטער

יעצט ווערט געבוירען למזל טוב א קינד ביים פיפטע געשוויסטער וואס איז בכלל נישט בעל בתיש און מיטשעט זיך מיטען טאג טעגליכע בודשעט מצאת החמה עד צאת הנשמה, און דארף צושטעלן א וואך נאכט אדער קידוש מיז ער אטאמאטיש ג'יין בארגען צוויי דרייי טויזענט דאללער זיך צו קענען צו שטעלן און אויך מאכען א שיינע פשוטע שמחה פאר א פאר אלפים, ער קען דאך נישט זיין די לא יצלח פון די משפחה

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך יולי 24, 2019 1:13 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע מדובר דא,

איז דען דא ביי א וואך נאכט חתן כלה אדער מחותנים וועם מען דארף זיך געפעלן? וואו קומט אריין תקנות ביי א וואכנאכט? ווילסט מאכן ביליג מאך ביליג! ווילסט מאכן טייער מאך טייער! ווילאנג מען בעט נישט פון מיר קיין געלט וואס גייט עס מיר אן?

אפשר דארף מען אויך מאכן פרישטאג תקנות?

איך פאר מיר מאך א וואכנאכט וויאזוי מיר געפעלט (וואס איז אין מיין פאל שוין ווי אויבן געברענגט אויפן ביליגסט'ן שטאפל), חזיר'יש, רייסעריש, נעבעכדיג, אויפגעריסן, די אלע ווערטער גייט ניטאמאל אריין אין מיר ווילאנג איך בעט נישט פון קיינעם קיין געלט!

מיינע צוויי סענט/צענט

שווער פאר טייל מענשטען צו גיין קעגן א סטאנדארט, דאס עצם רעדן דערפון איז אויך גוט צו ברעכן די צודרייטע זאך, אז מען דארף זיך צושטעלן צו חברים און משפחה, צו ספענדען געלט, און אפי׳ מען האט עס אין באנק, און מען פארדינט 150 אלפים ריווח א יאר, זענען מיר מעשיגע רבי יוד (נישט אייך הרב צייט שטיפער מיין איך) איר האט שוין 500 אלפים אוועק געלייגט צו חתונה מאכן די קינדער?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 24, 2019 1:34 pm

בלומינגרויווער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל די גאנצע מדובר דא,

איז דען דא ביי א וואך נאכט חתן כלה אדער מחותנים וועם מען דארף זיך געפעלן? וואו קומט אריין תקנות ביי א וואכנאכט? ווילסט מאכן ביליג מאך ביליג! ווילסט מאכן טייער מאך טייער! ווילאנג מען בעט נישט פון מיר קיין געלט וואס גייט עס מיר אן?

אפשר דארף מען אויך מאכן פרישטאג תקנות?

איך פאר מיר מאך א וואכנאכט וויאזוי מיר געפעלט (וואס איז אין מיין פאל שוין ווי אויבן געברענגט אויפן ביליגסט'ן שטאפל), חזיר'יש, רייסעריש, נעבעכדיג, אויפגעריסן, די אלע ווערטער גייט ניטאמאל אריין אין מיר ווילאנג איך בעט נישט פון קיינעם קיין געלט!

מיינע צוויי סענט/צענט



איז דא א אינגערמאן מיט אכט געשוויסטער
ברוך השם ביי איינעם און די משפחה איז געבוירען געווארען א בן זכר, און מאכט א וואך נאכט פאר צוויי דריי אלפים,

קומענדיגען וואך איז געבוירען געווארען א מיידיל ביים צווייטען און מאכט א קידוש פאר אכצען מאות אדער מער,

און אזוי ווייטער

יעצט ווערט געבוירען למזל טוב א קינד ביים פיפטע געשוויסטער וואס איז בכלל נישט בעל בתיש און מיטשעט זיך מיטען טאג טעגליכע בודשעט מצאת החמה עד צאת הנשמה, און דארף צושטעלן א וואך נאכט אדער קידוש מיז ער אטאמאטיש ג'יין בארגען צוויי דרייי טויזענט דאללער זיך צו קענען צו שטעלן און אויך מאכען א שיינע פשוטע שמחה פאר א פאר אלפים, ער קען דאך נישט זיין די לא יצלח פון די משפחה


זיין ברודער דארף נישט מאכן ביליג, וויל ער האט - ווי דו רופסט עס - א לא יוצלח'דיגער ברודער.

דער - לא יוצלח'דיגער - ברודער איז דאס זיין אייגן פראבלעם, און ער ברויך זיך קענען ספראווען דערמיט, ער איז נישט געבוירן אלס א פרוי, און ער דארף זיין גענוג שטארק ביי זיך אז דאס האב איך, און דאס מאך איך, (ס'איז אסאך אסאך פארשעמענד ווען דער עולם ווייסט זיין מצב [ער זאל נישט טראכטן אז מען ווייסט נישט] און ער רייסט אויף)

אויב איז ער נישט גענוג שטארק, וועט רעדן אויף אייוועלט נישט העלפן, דער ברויך דריגנד א דאקטאר במחילת כבודו.

אני לכשעצמי האב ב"ה באלד דרייסיג שוואגער'ס/ברודער'ס, מער פארמעגליכע און ווייניג פארמעגליכע, עס גייט מיר גאנץ קנאפ אן וואס איינער גייט זאגן אויף מיין וואכנאכט, נאך דער צי ווען איך גיי שוויצן פאר דעם די קומענדיגע פאר וואכן אויב נישט חדשים דאס צו פינאנצירן (אלעס ווייל איך וויל נישט שלעפן בענק...)

א קיצור, איינעם וואס באדערט, זאל טוהן למעשה, אויב איז אוממעגליך, זאל ער גיין פאר העלפ (אפשר פרודוקטיוו איז גוט דערפאר?!..)

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך יולי 24, 2019 2:31 pm

איך דאווען אין א שול ווי סע איז דא אפאר בעל בתישע אידן, אין די קידשים זענען געווארן א סטאנדארט עס זאל קאסטן מינימום 5,000 ווי גארנישט.

געווען א איד אפאר וואכן ציריק וואס האט געהאט א בעיבי, ער קען זיך ערלויבן 50,000 אין יעדער איז געקומען אין שול ווי פרעסער'ס, וואס הייסט וואס משה פון די קאמפויטער'ס ווי סע ארבעטן 25 ארבייטער'ס מאכט קידוש היינט.

נאך מוסף האט מען אריין געברענגט עסטרייכער'ס ראגעלעך, מיט הייסט גרעיפ דזוש, שלמה וועצבערגער'ס עפל דזשוס, אין מע האט געווינטשן לחיים.

#די עולם האט געבלאזן, אבער באמת האט ער געטאן א געוואלדיגע זאך, די איידיע פון טאן וואס מיין הארץ באגערט!

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך יולי 24, 2019 2:57 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך דאווען אין א שול ווי סע איז דא אפאר בעל בתישע אידן, אין די קידשים זענען געווארן א סטאנדארט עס זאל קאסטן מינימום 5,000 ווי גארנישט.

געווען א איד אפאר וואכן ציריק וואס האט געהאט א בעיבי, ער קען זיך ערלויבן 50,000 אין יעדער איז געקומען אין שול ווי פרעסער'ס, וואס הייסט וואס משה פון די קאמפויטער'ס ווי סע ארבעטן 25 ארבייטער'ס מאכט קידוש היינט.

נאך מוסף האט מען אריין געברענגט עסטרייכער'ס ראגעלעך, מיט הייסט גרעיפ דזוש, שלמה וועצבערגער'ס עפל דזשוס, אין מע האט געווינטשן לחיים.

#די עולם האט געבלאזן, אבער באמת האט ער געטאן א געוואלדיגע זאך, די איידיע פון טאן וואס מיין הארץ באגערט!

צוליב וואס האט ער עס געטון?

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך יולי 24, 2019 3:06 pm

HelpMe האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:אבער באמת האט ער געטאן א געוואלדיגע זאך, די איידיע פון טאן וואס מיין הארץ באגערט!

צוליב וואס האט ער עס געטון?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 24, 2019 3:12 pm

ער מעג טון מיט זיין געלט וואס זיין הארץ באגערט,

נאך דער צו אויב ער האט א ברודער/שוואגער וואס וועט זיך שעמען פון זיינע קידושים (הגם ס'איז נישט זיין דאגה, אבער דאך איז עס שיין זיך צו רעכענען)

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך יולי 24, 2019 4:33 pm

אסאך מאך קומט עס אויך פו שלעכטיקייט

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 24, 2019 4:43 pm

HelpMe האט געשריבן:אסאך מאך קומט עס אויך פו שלעכטיקייט


איינער וואס גיבט א ברייטע קידוש אן עס קענען אליינס פינאנצירן איז אסאך א גרעסערע רחמנות ווי דער ברייטער וואס גיבט קארג (הגם ווער ווייסט וואס טוט זיך אין יענעם'ס קעשענע?)

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך יולי 24, 2019 4:50 pm

גערעכט

העלאו
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » דאנארשטאג יולי 25, 2019 9:05 am

אין רוב בתי מדרשים איז דא היינט תקנות אויף מאכען א קידוש ביי אונז אין ביהמ''ד איז דא א שטרענגע תקנה מען ברענגט נאר פשוט לעקעך און קאקאש קעיק מיט גרעיפ זוס און סאדא נישט קיין פענסי קעיקס און נישט קיין קוגל נישט קיין הערינג און נישט קיין גאלע מען דארף אזוי איינפירען איבעראל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 6:15 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.
נישט דינגען קיין טישן/בענק (מען וועט זיך שוין אן עצה געבן, בארגן, שלעפן וכו')
קוגל, נאר היימישע, אויב נישט מעגליך, וועט נישט זיין [בל"נ].
קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג
מינעמום טשיפ'ס, נאר פאפקארן פאטעיטא טשיפ'ס, מינומום סאדע (נאר פון דונדזשער-עיל [ס'גייט נישט אויס אזויפיל]) סעלצער, וואסער.
דיספאזעבל טישטעכער געקויפט אין דאלער סטאר
איינער ווייסט אויב ס'איז דא ענין צו געבן ביר, פיש? אויב נישט, קאט איך דאס אויך
איך גיי בפירוש זאגן פאראויס מען זאל קומען זאט
שיעור פארגעסן, פעקלעך, בלויז פאטעיטא טשיפ'ס.

וועגן די נשים רעד איך נישט אריין, איך האף זיי וועלן מיר נאכמאכן.
וואס יא, דעם מוהל וועל איך בלייבן נארמאל באצאלן


תהלה לקל יתברך, מיט לויב און דאנק צום בורא כל העולמים וויל איך מבשר זיין אז איך האב ב"ה געהאט די זכי' אריינצוברענגען מיין זוהן לבריתו של אברהם אבינו בשעטומ"צ, און אזוי ווי איך האב מיר מקבל געווען, האב איך טאקע אויסגעפירט מיין קבלה, און געמאכט א וואך נאכט/ברית אפקאסטנדיג ערגעץ אינצווישן 200-250 ריינוש.

ב"ה עס איז געווען א הערליכע וואך נאכט, גארנישט האט נישט געפעלט, עס איז געווען שיין צוגעשטעלט, אבער, ווי מען האט געקענט האט מען פרובירט צו שפארן.

איז לאמיר איבערגיין מיט אייך חברים די מעניו, און איך האף אז דאס וועט ברענגען א שטיקל קנאת סופרים, און עס וועלן געשפארט ווערן אביסל אידיש געלט, און אן אפי' שפירן אומבאטעמ'ט אז דאס איז חזרי'ש - ווי מען רופט דאס היינט.

בין איך אליינס געגאנגען אין גראסעריי, די ארדער האט גענומען ארום א שעה צייט.

און גראסערי האב איך אויך איינגעקויפט פאר די ברית סעודה (וואס מיינע שוויגער עלטערן האבן צוגעשטעלט [פארשטייט זיך פאר א טיפ {ווייט פון וויפיל עס קאסט א קעיטערער}]) די טאטאל פון די גראסערי ארדער איז געווען ארום 300$

געקויפט האב איך:
• קלער עסצייג, טעלער'ס אא"וו.
• 3 גרויסע פאטעיטא טשיפ'ס, פאפקארן סיט'ס (מען האט געמאכט היימישע פאפקארן אינדערהיים) צוויי קעיסעס (108 פעקלעך איטש) קליינע פאטעיט טשיפ'ס פאר פעקלעך (22$ א קעיס)
• צוויי קעיסעס סאודע, איין קעיס ספרינג וואסער (די שמאלע הויעכע [נישט VOSS]) צוויי באטלעך גרעיפ דזשוס.
• איין גרויסע פעקל פיסטעטשאס, איין פעקל קעשוס.
• פאר קוגל (אריינגערעכנט פאר ברית סעודה) = 7 פעקלעך פאטעיטאס, 6 דאזען אייער, א אויל.
• צוויי גרויסע קאנטעינער'ס טשאקלעט ראגעלעך, צוויי קאנטעינער'ס ווענילא.
• איין האנידאו, איין קענטעלאופ (אליינס אויפגעשניטן).
• פעקל דזשעלי בינ'ס, הויכע קאנטעינער טשאקלעט ראם באל'ס, צוויי קאנטעינער'ס עם-ענד-עם'ס, צווי קאנטעינער'ס נאך עפעס א טשאקלעט.

(שיעור נישט אויסגעלאזט, באקומען א ראבא קאל אינמיטן מאכן די ארדער...)

ברם יזכר לטוב מיין שוואגער וואס זייענדיג א זונטאג האט ער געשיילט די פאטעיטאס פאר די קוגל ותשחח"ל
-
פאר ברית סעודה
5 ראל'ס געפילטע פיש (אריינגערעכנט אויך פאר וואך נאכט)
חריין.
(אויך פון בוטשער א פעקל טשיקן באדעם'ס)
[פערפל מיט קאמפאט איז געגאנגען אויפן שווער'ס קאסע...]
-
טישן האב איך געדארפט צו בארגן א טיש פון א שכן, געבארגט בענק פון א צווייטן (אליינס געשלעפט).
געבארגט ברענער'ס פאר די קוגל.
-
אגב, די ב"ב זענעדיג ווי ערנסט איך מיין האט אויך פארשטאנען מיין פונקט און "גארנישט" צוגעשטעלט פאר פרויען חוץ פון א קאך טיש מיט בענקלעך.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:54 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:פארוואס דארף די שכן באצאלן פאר מיין קוגל?

ער דארף טאקע נישט, עס איז אבער א פשוט'ע חשבון.

בעצם וואלט ווען יעדע מענטש געברויכט אליינס צושטעלן די עטליכע קוגלען פאר זיין אייגענע שמחה ושלום על ישראל. נאר היות די פרוי איז א קימפעטארן קען זי דאך נישט באקן קיין קוגל, און אויב זאל מען בעטן די מאן צוצושטעלן דאס אכילה קען ער נאך ח"ו צורייבן די קארטאפל מיט די שאלאכץ דערויף "ווייל מענטשן האבן ליב די ברוינע חלק" פונעם קוגל. איז טאקע א געוואלדיגע איינפיר אז די שכנה זאך מאכן א קוגל, וביום שמחתם ישמח לבנו גם אנו און מיר וועלן זיי אפשיקן א קוגל.

כאפ איך נישט די אויפטו דערפין,
אויב דו האסט למשל 5 יונגלעך דארפסטו ס"ה באקן 5 קוגלעך אין לויף פון אלע יארן פון וואך נאכט שמחות
אבער אויב מאכסטו אלץ פאר אלע 9 שכינים וואס האבן 5 יונגלעך קומט דיר דאך אויס 9 מאל מער די חשבון, אניין???

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאך מוסף האט מען אריין געברענגט עסטרייכער'ס ראגעלעך,

עסטרייכער מאכט ראגעלעך ??? :roll:

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:02 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.
נישט דינגען קיין טישן/בענק (מען וועט זיך שוין אן עצה געבן, בארגן, שלעפן וכו')
קוגל, נאר היימישע, אויב נישט מעגליך, וועט נישט זיין [בל"נ].
קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג
מינעמום טשיפ'ס, נאר פאפקארן פאטעיטא טשיפ'ס, מינומום סאדע (נאר פון דונדזשער-עיל [ס'גייט נישט אויס אזויפיל]) סעלצער, וואסער.
דיספאזעבל טישטעכער געקויפט אין דאלער סטאר
איינער ווייסט אויב ס'איז דא ענין צו געבן ביר, פיש? אויב נישט, קאט איך דאס אויך
איך גיי בפירוש זאגן פאראויס מען זאל קומען זאט
שיעור פארגעסן, פעקלעך, בלויז פאטעיטא טשיפ'ס.

וועגן די נשים רעד איך נישט אריין, איך האף זיי וועלן מיר נאכמאכן.
וואס יא, דעם מוהל וועל איך בלייבן נארמאל באצאלן


תהלה לקל יתברך, מיט לויב און דאנק צום בורא כל העולמים וויל איך מבשר זיין אז איך האב ב"ה געהאט די זכי' אריינצוברענגען מיין זוהן לבריתו של אברהם אבינו בשעטומ"צ, און אזוי ווי איך האב מיר מקבל געווען, האב איך טאקע אויסגעפירט מיין קבלה, און געמאכט א וואך נאכט/ברית אפקאסטנדיג ערגעץ אינצווישן 200-250 ריינוש.

ב"ה עס איז געווען א הערליכע וואך נאכט, גארנישט האט נישט געפעלט, עס איז געווען שיין צוגעשטעלט, אבער, ווי מען האט געקענט האט מען פרובירט צו שפארן.

איז לאמיר איבערגיין מיט אייך חברים די מעניו, און איך האף אז דאס וועט ברענגען א שטיקל קנאת סופרים, און עס וועלן געשפארט ווערן אביסל אידיש געלט, און אן אפי' שפירן אומבאטעמ'ט אז דאס איז חזרי'ש - ווי מען רופט דאס היינט.

בין איך אליינס געגאנגען אין גראסעריי, די ארדער האט גענומען ארום א שעה צייט.

און גראסערי האב איך אויך איינגעקויפט פאר די ברית סעודה (וואס מיינע שוויגער עלטערן האבן צוגעשטעלט [פארשטייט זיך פאר א טיפ {ווייט פון וויפיל עס קאסט א קעיטערער}]) די טאטאל פון די גראסערי ארדער איז געווען ארום 300$

געקויפט האב איך:
• קלער עסצייג, טעלער'ס אא"וו.
• 3 גרויסע פאטעיטא טשיפ'ס, פאפקארן סיט'ס (מען האט געמאכט היימישע פאפקארן אינדערהיים) צוויי קעיסעס (108 פעקלעך איטש) קליינע פאטעיט טשיפ'ס פאר פעקלעך (22$ א קעיס)
• צוויי קעיסעס סאודע, איין קעיס ספרינג וואסער (די שמאלע הויעכע [נישט VOSS]) צוויי באטלעך גרעיפ דזשוס.
• איין גרויסע פעקל פיסטעטשאס, איין פעקל קעשוס.
• פאר קוגל (אריינגערעכנט פאר ברית סעודה) = 7 פעקלעך פאטעיטאס, 6 דאזען אייער, א אויל.
• צוויי גרויסע קאנטעינער'ס טשאקלעט ראגעלעך, צוויי קאנטעינער'ס ווענילא.
• איין האנידאו, איין קענטעלאופ (אליינס אויפגעשניטן).
• פעקל דזשעלי בינ'ס, הויכע קאנטעינער טשאקלעט ראם באל'ס, צוויי קאנטעינער'ס עם-ענד-עם'ס, צווי קאנטעינער'ס נאך עפעס א טשאקלעט.

(שיעור נישט אויסגעלאזט, באקומען א ראבא קאל אינמיטן מאכן די ארדער...)

ברם יזכר לטוב מיין שוואגער וואס זייענדיג א זונטאג האט ער געשיילט די פאטעיטאס פאר די קוגל ותשחח"ל
-
פאר ברית סעודה
5 ראל'ס געפילטע פיש (אריינגערעכנט אויך פאר וואך נאכט)
חריין.
(אויך פון בוטשער א פעקל טשיקן באדעם'ס)
[פערפל מיט קאמפאט איז געגאנגען אויפן שווער'ס קאסע...]
-
טישן האב איך געדארפט צו בארגן א טיש פון א שכן, געבארגט בענק פון א צווייטן (אליינס געשלעפט).
געבארגט ברענער'ס פאר די קוגל.
-
אגב, די ב"ב זענעדיג ווי ערנסט איך מיין האט אויך פארשטאנען מיין פונקט און "גארנישט" צוגעשטעלט פאר פרויען חוץ פון א קאך טיש מיט בענקלעך.

מזל טוב מזל טוב! דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט זען פון דאס קינד אסאך און אסאך תענוג און אידיש נחת געזונטערהייט מיט דאס גאנצע געזונדל, לעבעדיג געזונט און פריש אויף אלע באקן, ס'זאל זיך שלענגלען און שלענגלען לאנגע דורות ישרים ומבורכים.

איך בין אייך באמת מקנא אויף אייער נאבעלע שריט, הלואי מיין פשוט'ער ארדער זאל נאר קאסטן אזויפיל..., מיט אלעם קען איך אייך נאכמאכן בעזהשי"ת, פאקטיש האב איך שוין געמאכט אכט קוגלען פאר איין וואכנאכט מיינער, אבער ס'האט טאקע געהאט א טעם ווי ווען איך מאך דאס... קוים וואס איך קען מיר מכבד זיין מיט אזאנס, כ"ש א פרעמדן.

אבער די איינציגסטע זאך וואס זעט מיר באמת אויס אוממעגליך איז דאס שאפן אליינס טישן און בענק, ווי שאפט מען אויפאמאל דריי טישן מיט זעקס בענק??
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:53 am

ב"ה ביין מיין ערשטע קידיש פאר מיין טאכטער האב איך באשטעלט מכל טוב וטוב
געזאגט פארן קעטרע אלעס חוץ טשולנט, גברענגט האט ער לעבער יאפטשיק 3 סארטן קוגלען הערינג פון שווארץ אייער קיכלעך פון ... טרינקען פון... וויין... בראנפען.. וכו וכו וכו
בית מדרש איז א קליינע ארום 30 מתפללים + חברים אפגעקאסט איבער 3 אלפים!
זייער שיין געווען דער עולם האט קאמפלינט זונטאג אז איך האב נישט צו גשטעלט TUMS און זייער פיין!! גוט שבת.
ביים נעקסטען האב איך שוין געוויסט אז עס איז גארנישט ווערט דער גאנצע פרעסריי מיט דער גאנצע חזריי!
האב איך אלעס אליינס געמאכט געקויפט הערינג באשטעלט קוגל פון פרוינדס וכו וכו
אונטער א טויזענטע!! איך האב אסאך מער הנאה געהאט אזוי!
ב"ה זייער פיין געווען !! קיינער האט נישט אנגערופן עס האט געפעלט TUMS און אסאך ידיש נחת!!
נ.ב. איך האב עס נישט געטהון אלץ געלט!

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:05 am

יהלום האט געשריבן:האב איך אלעס אליינס געמאכט געקויפט הערינג באשטעלט קוגל פון פרוינדס וכו וכו
אונטער א טויזענטע!! איך האב אסאך מער הנאה געהאט אזוי!
ב"ה זייער פיין געווען !! קיינער האט נישט אנגערופן עס האט געפעלט TUMS און אסאך ידיש נחת!!
נ.ב. איך האב עס נישט געטהון אלץ געלט!

געמאכט אליינס? אדער געקויפט אליינס?,
אי"ה ביים קומענדיגע וועט איר געוואר ווערן אז מ'קען מאכן וואס מ'וויל (וואס מ'דארף)
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:28 am

מזל טוב הרב צייט שטיפער זאלסטו זען אסאך נחת און האבן א אסאך געלט
האסט גענוצט מיין צעטלעך?

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:53 am

שפיגליצקי האט געשריבן:אבער די איינציגסטע זאך וואס זעט מיר באמת אויס אוממעגליך איז דאס שאפן אליינס טישן און בענק, ווי שאפט מען אויפאמאל דריי טישן מיט זעקס בענק??

אסאך מאל האבן שכינים אז נישט כמעט אלע אידישע געגענטער האבן טישן און בענקלעך גמחים.

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:41 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:איך נעם מיר אונטער דא בשער בית רבים, אז ווען דער אייבערשטער וועט מיר אי"ה געבן די געלעגנהייט, און איך וועל האבן די זכי' צו מאכן א וואכנאכט, וועל איך שפארן די מערסטע וואס ס'מעגליך.
נישט דינגען קיין טישן/בענק (מען וועט זיך שוין אן עצה געבן, בארגן, שלעפן וכו')
קוגל, נאר היימישע, אויב נישט מעגליך, וועט נישט זיין [בל"נ].
קיין שום פראפעסיאנאלע איינליידענונג
מינעמום טשיפ'ס, נאר פאפקארן פאטעיטא טשיפ'ס, מינומום סאדע (נאר פון דונדזשער-עיל [ס'גייט נישט אויס אזויפיל]) סעלצער, וואסער.
דיספאזעבל טישטעכער געקויפט אין דאלער סטאר
איינער ווייסט אויב ס'איז דא ענין צו געבן ביר, פיש? אויב נישט, קאט איך דאס אויך
איך גיי בפירוש זאגן פאראויס מען זאל קומען זאט
שיעור פארגעסן, פעקלעך, בלויז פאטעיטא טשיפ'ס.

וועגן די נשים רעד איך נישט אריין, איך האף זיי וועלן מיר נאכמאכן.
וואס יא, דעם מוהל וועל איך בלייבן נארמאל באצאלן


תהלה לקל יתברך, מיט לויב און דאנק צום בורא כל העולמים וויל איך מבשר זיין אז איך האב ב"ה געהאט די זכי' אריינצוברענגען מיין זוהן לבריתו של אברהם אבינו בשעטומ"צ, און אזוי ווי איך האב מיר מקבל געווען, האב איך טאקע אויסגעפירט מיין קבלה, און געמאכט א וואך נאכט/ברית אפקאסטנדיג ערגעץ אינצווישן 200-250 ריינוש.

ב"ה עס איז געווען א הערליכע וואך נאכט, גארנישט האט נישט געפעלט, עס איז געווען שיין צוגעשטעלט, אבער, ווי מען האט געקענט האט מען פרובירט צו שפארן.

איז לאמיר איבערגיין מיט אייך חברים די מעניו, און איך האף אז דאס וועט ברענגען א שטיקל קנאת סופרים, און עס וועלן געשפארט ווערן אביסל אידיש געלט, און אן אפי' שפירן אומבאטעמ'ט אז דאס איז חזרי'ש - ווי מען רופט דאס היינט.

בין איך אליינס געגאנגען אין גראסעריי, די ארדער האט גענומען ארום א שעה צייט.

און גראסערי האב איך אויך איינגעקויפט פאר די ברית סעודה (וואס מיינע שוויגער עלטערן האבן צוגעשטעלט [פארשטייט זיך פאר א טיפ {ווייט פון וויפיל עס קאסט א קעיטערער}]) די טאטאל פון די גראסערי ארדער איז געווען ארום 300$

געקויפט האב איך:
• קלער עסצייג, טעלער'ס אא"וו.
• 3 גרויסע פאטעיטא טשיפ'ס, פאפקארן סיט'ס (מען האט געמאכט היימישע פאפקארן אינדערהיים) צוויי קעיסעס (108 פעקלעך איטש) קליינע פאטעיט טשיפ'ס פאר פעקלעך (22$ א קעיס)
• צוויי קעיסעס סאודע, איין קעיס ספרינג וואסער (די שמאלע הויעכע [נישט VOSS]) צוויי באטלעך גרעיפ דזשוס.
• איין גרויסע פעקל פיסטעטשאס, איין פעקל קעשוס.
• פאר קוגל (אריינגערעכנט פאר ברית סעודה) = 7 פעקלעך פאטעיטאס, 6 דאזען אייער, א אויל.
• צוויי גרויסע קאנטעינער'ס טשאקלעט ראגעלעך, צוויי קאנטעינער'ס ווענילא.
• איין האנידאו, איין קענטעלאופ (אליינס אויפגעשניטן).
• פעקל דזשעלי בינ'ס, הויכע קאנטעינער טשאקלעט ראם באל'ס, צוויי קאנטעינער'ס עם-ענד-עם'ס, צווי קאנטעינער'ס נאך עפעס א טשאקלעט.

(שיעור נישט אויסגעלאזט, באקומען א ראבא קאל אינמיטן מאכן די ארדער...)

ברם יזכר לטוב מיין שוואגער וואס זייענדיג א זונטאג האט ער געשיילט די פאטעיטאס פאר די קוגל ותשחח"ל
-
פאר ברית סעודה
5 ראל'ס געפילטע פיש (אריינגערעכנט אויך פאר וואך נאכט)
חריין.
(אויך פון בוטשער א פעקל טשיקן באדעם'ס)
[פערפל מיט קאמפאט איז געגאנגען אויפן שווער'ס קאסע...]
-
טישן האב איך געדארפט צו בארגן א טיש פון א שכן, געבארגט בענק פון א צווייטן (אליינס געשלעפט).
געבארגט ברענער'ס פאר די קוגל.
-
אגב, די ב"ב זענעדיג ווי ערנסט איך מיין האט אויך פארשטאנען מיין פונקט און "גארנישט" צוגעשטעלט פאר פרויען חוץ פון א קאך טיש מיט בענקלעך.

מזל טוב מזל טוב, זאל דער פון אויבן אייך בענטשען מיט א גרינגען קימפעט וד״ל.. און אסאך נחת צו ערציען דעם קינד און אלע גרינגערהייט לתורה ולחופה ולמעשים טובים.
האב איך לעצטענס אויך מיטגעהאלטן א וואכטנאכט/ברית ביי א קרוב משפחה וואס האט אויך געזיכט צו שפארן, ווי מער היימיש וכו׳ די גרעסטע הוצאה ( נאכן מוהל) איז געווען דינגען טיש און בענקלעך. יענער האט נישט די מעגליכקייט צו בארגען און שלעפען פון שכנים. עטוואס אינטער $200 בלויז פאר דעם.
די פראגע פאר אייך איז, האט דאס געקאסט 200-250 ? איר שרייבט אז די גראסערי אליינס האט געקאסט $300 .
וואס טוט זיך מיט די בילקעס, מזונות, לחיים ביים ברית, ברוינפען, וויין צום ברית, די קלאס וואס קומט קרי״ש ליינען, שמש געלט,
האט איר געגעבן חריין, מיט זאוערע אוגערקעס?
אגב, דארט ווי איך האב מיטגעהאלטן האט מען געגעבן פשוטע ווייסע פלעסטיק טעלערס וואס קאסט בערך א פערטעל די פרייז פון די קליער, אזוי אויך איז נישט געווען קיין טשאקלאט און עס איז געווען א הערליכע וואכטנאכט/ ברית וואס האט געקאסט ארום $800 הכל בכל. אריינגערעכנט די אויבענדערמאנטע זאכן און אויך אריינגערעכנט די קאסט פון אינגרידיענס פון אלעס היימיש

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:50 am

farshlufen האט געשריבן:כ'האב נישט געוואוסט אז אינגעלייט ווייסן שוין נישט ווי אזוי מ'באקט אפ א קוגל.

ערגעצוואו בין תנור לכיריים ליגט אזא ספר'ל מיט ענגלישע ווערטער אויפן רוקן, געווענליך זעהט עס אויס אזוי ווי אונזער ש"ס וואלט ווען געדארפט אויסזעהן, מ'קוקט אין מפתח, מ'טרעפט עפעס וואס זעהט אויס דיין טעיסט, נעם א ליסטע פון אינגרידיענטס מאך זיכער אז דו האסט אלעס ביי די האנט, און געגאנגען.


פיין געזאגט, ביינונז האט די מאמע זז"ג אויסגעלערנט די מינימום, קוגל, פערפל, לעבער, אבער די טשאלנט האט זי ח"ו נישט געלאזט צורירן, ב"ה נאך די חתונה האמיר זיך צוגעלערנט.

דער פראבלעם פון דעם ביכל איז, מ'ברויך עס לייענען, ס'איז נישט געמאכט פארן יוגנט, מ'ברויך קאמיקס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח און 15 געסט