זאל מען רעדן צו בחורים איבער נישט צורירען די בארד?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4102
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
זאל מען רעדן צו בחורים איבער נישט צורירען די בארד?
העמיר צוגיין גלייך צום פוינט
מען לעבט אין א דור וואו תמומית איז נישט א נחלת הכלל
מען זעהט וואו ס׳וואקסט אויף א דור פון אינגעלייט ריקים שבריקים און רוב פון די אינגע בחורים / אינגעלייט זענען פשוט נישט באקאנט מיט ענינים וואס פלעגט אמאל זיין בעיסיקס ביי חסידישע אינגעלייט
מען רעדט דא פון אינגעלייט וואס זייערע טאטעס האבן זיך מוסר נפש געווען על קיצו של יוד און געלעבט מיט א יעדער חסידישע מנהג, און היינט זעהן זיי בלויז די חלק פון די פרעסעריי וואס טייל חסידים האבן אדאפטירט
איז די שאלה איז צו מען זאל אנהייבן רעדן אין די ישיבות איבער אזעלכע ענינים וואס ביז היינט איז דאס געווען א דבר פשוט און מען האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו רעדן ?
די שם האשכול איז נאר א דוגמה , אדרבה זאל דער עולם ברענגן נאך דוגמאות

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am
נאך א דוגמא, טאקע נישט קיין פארגלייך צו די בארד, אבער עס ווייזט ווי מען האלט.
ווען אונז זעמיר געווען בחורים, איז נישט געווען אזא זאך אז מען זאל פארפאסן א מקוה, ווי אויך איז מען נישט געגאנגען אין שאוער נאכן מקוה.
בכלל די אלע וואס גייען אין שאוער נאכן מקוה און לכבוד דעם גייען זיי נישט אין שאוער פארן מקוה, איז א מין סעלפישקייט, און אוממענטשליכקייט, און די דארפן נאך צו הייסן בעסערע מענטשען.

- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
בעלי דרשנים פלעגן אייביג זאגן אז מען רעדט קעגן טעקסטן דעמאלטס וועט דער מיטן פאון אנע פילטער זיך ממש נישט טרעפן דאס פלאץ, ווייל סיז נישטאמאל קיין נושא, סיז אפגעפרעגט מכל ומכל.
די זעלבע דא, אז מען האקט קעגן דעם סקווער בעק, און אפקעצלן די בארד, דעמאלטס איז א סימן אז סיז שוין דא א מקום דורכציפאלן.
די מנהלים דארפן ווייטער פארפירן קעגן רייכערן, און קויפן בגניבה א אומבאטעמ'טע שטיקל פאסטראמי סענדאוויטש מיט א קאוק אנע הכשר ליל שישי, דעמאלטס וועט אפילו נישט בייפאלן פאר א בחור זיך צי שעיוון.

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
געריבענער סוחר האט געשריבן:בעלי דרשנים פלעגן אייביג זאגן אז מען רעדט קעגן טעקסטן דעמאלטס וועט דער מיטן פאון אנע פילטער זיך ממש נישט טרעפן דאס פלאץ, ווייל סיז נישטאמאל קיין נושא, סיז אפגעפרעגט מכל ומכל.
די זעלבע דא, אז מען האקט קעגן דעם סקווער בעק, און אפקעצלן די בארד, דעמאלטס איז א סימן אז סיז שוין דא א מקום דורכציפאלן.
די מנהלים דארפן ווייטער פארפירן קעגן רייכערן, און קויפן בגניבה א אומבאטעמ'טע שטיקל פאסטראמי סענדאוויטש מיט א קאוק אנע הכשר ליל שישי, דעמאלטס וועט אפילו נישט בייפאלן פאר א בחור זיך צי שעיוון.
דאס הייסט לעבן אין דענייעל ליידער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4102
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
רעסטאראנט האט געשריבן:געריבענער סוחר האט געשריבן:בעלי דרשנים פלעגן אייביג זאגן אז מען רעדט קעגן טעקסטן דעמאלטס וועט דער מיטן פאון אנע פילטער זיך ממש נישט טרעפן דאס פלאץ, ווייל סיז נישטאמאל קיין נושא, סיז אפגעפרעגט מכל ומכל.
די זעלבע דא, אז מען האקט קעגן דעם סקווער בעק, און אפקעצלן די בארד, דעמאלטס איז א סימן אז סיז שוין דא א מקום דורכציפאלן.
די מנהלים דארפן ווייטער פארפירן קעגן רייכערן, און קויפן בגניבה א אומבאטעמ'טע שטיקל פאסטראמי סענדאוויטש מיט א קאוק אנע הכשר ליל שישי, דעמאלטס וועט אפילו נישט בייפאלן פאר א בחור זיך צי שעיוון.
דאס הייסט לעבן אין דענייעל ליידער
איך לעב שוין גארנישט אין דינייעל. בעסער אז מען רעדט נישט דערפון.
יעדע זאך וואס מען רעדט אין ישיבה איז א סימן אז מען מעג בעצם, אזוי ווי אין מיינע צייטן האט מען נאך געהאקט קעגן רייכערן און דעאודרענד און סיז נישט געווען אין גם אחד וואס האט נישט גערייכערט אדער האט נישט גענוצט דעם געוויץ.
סאו יעצט זאל ר' נחמן שטויבער אדער ר' יענקל ווייס אנהייבן האלטן פייערדיגע דרשות אז א חסידישע בחור רירט נישט צי די בארד? סשטייט פשוט נישט גוט אויף זיי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
בעצם זענען ביידע צדדים גערעכט
הא לן והא להו..
מ'דארף צעטיילן דעם עולם אין צווייען, די צען פאנאטישע אידן וואס ווילן גייען בעקבי הצאן זאלן מאכן שבת פאר זעך און אוודאי נישט רעדן, און די איבעריגע מאסן וואס ציעט צום גוי אביסל אדער פארשטייט דא און דארט ער איז עטוואס קלוגער פון פאטער, ווער רעדט וויפיל זאכן ס'איז אכשיר דרא היינט, די זאלן יא רעדן און רעדן און נישט נאר פון דעם נאר פון נאך אזעלכע נושאים, און אויך זאל מען מאכן אנקעטעס צווישן עולם און דיסקוסירן אין מאגאזין וואס זיי האלטן איז עס יא אדער ניין וויכטיג. און נאך אפאר יאר משיח חלילה נאכנישט דאהי, וועט זיך סיי ווי זעצן די שטויב און מהלכים וועלן קלאר ווערן מיט ערפאלגן

- בעל דמיון
- שר האלף
- תגובות: 1754
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
- לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״
ליידער טאקע די צוויי זאכן באדערט זייער שטארק, איינס אז מ'קען היינט הייסן א חסידישע בחור/יונגערמאן אפי' מיט אן אפגעהאקטן בארד, און צווייטנס אז מ'זעהט יונגעלייט (יא איך רעד פון יונגעלייט... ודי) וואס זעהן נישט קיין מקוה מעיו"כ לעיו"כ.
מ'האט פשוט פארגעסן די פאנדימעטלס פון חסידישקייט (און פון יודישקייט בכלל) מ'איז יוצא היינט מיט פרעס לע"נ... און מיט קומזיצן און #טענק_יו_אשעם... און דערוואגען זאל זיך איינער זאגן א ווארט איז ער דעפרעסט, נישט פריילעך, סעלף העיטינג, וכו'
וואס די עצה איז ווייס איך נישט אבער אזוי ווי מ'האט ארומגעשמועסט אין אנדערע אשכולות "אז ס'טיט וויי שרייט מען"
אוי! משיח זאל שוין אוודאי קומען וואס שנעלער!

The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
HelpMe האט געשריבן:נישט דאס איז די סילושען
ענדערש ארבעט אויפן יסוד הדבר
וואס האט פאסירט אז דאס געשעט?
דאס דארף ווערן ברייטער אויסגעשמועסט, ס'איז אבער א ריכטיגע נקודה. ווען ס'שטעלט זיך אוועק אזא מציאות, דארף מען קוקן פון וואו ס'שטאמט ווי איידער פארשטערקערן דעם מהלך וואס מ'האט גענוצט ביז אהער.
ס'הערשט היינט א טרוקנקייט ווי קיינמאל בעפאר, חיצוניות דעקט אלעס איבער און פנימיות האט פארלוירן יעדעס ווינקל וואו זיך צו מאכן באקוועם. אידן יראים ושלמים (באמת), מדקדקים בקלה כבחמורה, ווייסן נישט אסאך סאמע יסודות און זענען צומישט מיט זאכן וואס דארפן זיין דער פונדאמענט. ווילאנג ס'פארט קוקט אלעס אויס גוט, אבער ווען אזויפיל צווייגן און בלעטלעך ווערן פארוועלקט, ווייסט מען אז דער בוים איז טרוקן פון אינעווייניג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4102
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
- חנוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 321
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
- לאקאציע: על גשר צר מאד
חסידישע לבוש, מקוה וכדומה איז זייער חשוב ביים מיטל עיזש און עלטערן דור אפילו אויב ס'איז נישט אונטערגעבעט מיט פנימיות. אפילו סתם א פשוטער איד שפירט אז ער באלאנגט דורך דעם וואס ער פירט זיך חסידיש.
ביים יונגערן דור איז חיצוניות אליינס אפגעפרעגט. אויב האט ער פנימיות איז ער א שטאלצע איד און ער איז מקפיד אויף חיצוניות. אויב האט מען נישט אריינגלייגט אין אים פנימיות זעט ער נישט די סיבה פאר ארגינעלע חסידישע חיצוניות.
נאכדעם איז דא א אנדערע סארט וואס האט פנימיות, א ווארימע נשמה, אבער טייל פון די פנימיות מ'האט אים געלערנט, זאגט אז חיצוניות איז גארנישט...

- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז א חלק פון די פראבלעם - אונזערע סעלעברעטיס/ אינפלאינסערס
האלב פון די זינגערס וואס זענען ליידער געווארן משפיעים פיצן זיך די בערד און ווען עס פארט ארום א גאנצע טאג קליפס פון די חברה און עמך אידן רופן זיי ביי שמחות ווערט עס די ״נארם״
אוי יו יו ביזטו גערעכט. און ווער רעדט נאך פון בכלל די היינטיגע משפיעים. א חורבן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
כרם האט געשריבן:אפשר מסביר זיין פארן בחור די חילוק פון אידישקייט און חסידישקייט, און קיעס ח"ו ער לאזט נאך אביסל זאל ער וויסן די חילוק און נישט מיינען אז רייכערען שבת איז די זעלבע ווי נישט קיין מיט א רעקל אויפן גאס. וכו.
כ'מיין אז דעס האט מער מיט די חינוך מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן. דו"ק וטישטעך
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 938
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
מדברי ר' עזריאל טויבער זצ""ל.
ער איז נישט אפגעפארן, ער איז קיינמאל (נאך נישט) געווען א איד!. ודפח''ח.
ואידך פירושא זיל גמור
עס איז נישט די בארד, נישט די סושי, נישט די פרעס לע''נ, און נישט די קמזיץ.
די מעינסטריעם ישיבות זענען בכלל נישט אויסגעשטעלט צו לערנען וואס מיינט זיין א איד. וכש''כ וואס מיינט א חסידישער איד. אויב די גאס (תאות עוה''ז) טוישט זיך יעדע פאר יאר און מ'שיקט ארויס דעם אומגעצייטיגטן פרי ביי די 18 יאר אויפ'ן רושיגן ים, וואס האט זיך געטוישט אין די קוריקולעם די לעצטע 50 יאר אים אנצוגרייטן קעגן די היינטיגע נסיונות? 0!
גיי רעדט מיט זיי, זיי זאלן טוישן זייער קוריקולעם און אנהייבן לערנען וואס אברהם אבינו האט געלערנט מיט אינז.

די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
אפענע וועלט האט געשריבן:די מעינסטריעם ישיבות זענען בכלל נישט אויסגעשטעלט צו לערנען וואס מיינט זיין א איד. וכש''כ וואס מיינט א חסידישער איד. אויב די גאס (תאות עוה''ז) טוישט זיך יעדע פאר יאר און מ'שיקט ארויס דעם אומגעצייטיגטן פרי ביי די 18 יאר אויפ'ן רושיגן ים, וואס האט זיך געטוישט אין די קוריקולעם די לעצטע 50 יאר אים אנצוגרייטן קעגן די היינטיגע נסיונות? 0!
גיי רעדט מיט זיי, זיי זאלן טוישן זייער קוריקולעם און אנהייבן לערנען וואס אברהם אבינו האט געלערנט מיט אינז.
קוק
מ'האט נעכטן געמאכט א יום תפלה אז אזוינע רייד זאל נישט מקוים ווערן, דער אייבערשטער וועט אוודאי העלפן אידישע תפלות וועלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און די אלע וואס וויל אונז טוישן וועלן געטוישט ווערן במהרה, מיר וועלן ווייטער שטרעבן האלטן אונזערע קינדער זיצן א גאנצע טאג אין חדר און ישיבה מבוקר ועד ערב נאר לערנען תורת ה', כלומר היום וקצת מהלילה, גארנישט אנדערש חלילה, אזוי ווי מיר האבן געטון פון משה רבינו ביז משיח'ס טאג במהרה דידן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm
הגם איך גיי נישט טענה'ען אז איך האב ארויס דעם נושא, אבער עס איז דא איין פשוט'ער זאך וואס איז סימפל און קלאר.
לערנען ספרי יראה. מוסר,חסידות און הלכה, פשוט.
חובות הלבבות, סידורו של שבת און וואס נישט. אויב מען לערנט דאס אויף א געהעריגע אופן, ווי עס איז אמאל געווען איינגעפירט (נישט דער מג''ש זאגט עס אפ און דער עולם געניצט), איז דאס א פשוט'ע זאך וואס וועט האבן א השפעה אויף אסאך בחורים.

mi a nagy ügy
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
גרויסע-גדולה האט געשריבן:הגם איך גיי נישט טענה'ען אז איך האב ארויס דעם נושא, אבער עס איז דא איין פשוט'ער זאך וואס איז סימפל און קלאר.
לערנען ספרי יראה. מוסר,חסידות און הלכה, פשוט.
חובות הלבבות, סידורו של שבת און וואס נישט. אויב מען לערנט דאס אויף א געהעריגע אופן, ווי עס איז אמאל געווען איינגעפירט (נישט דער מג''ש זאגט עס אפ און דער עולם געניצט), איז דאס א פשוט'ע זאך וואס וועט האבן א השפעה אויף אסאך בחורים.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר האלף
- תגובות: 1145
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
- לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן
nmi האט געשריבן:כרם האט געשריבן:אפשר מסביר זיין פארן בחור די חילוק פון אידישקייט און חסידישקייט, און קיעס ח"ו ער לאזט נאך אביסל זאל ער וויסן די חילוק און נישט מיינען אז רייכערען שבת איז די זעלבע ווי נישט קיין מיט א רעקל אויפן גאס. וכו.
כ'מיין אז דעס האט מער מיט די חינוך מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן. דו"ק וטישטעך
א גרויסע חלק טאטעס זענען ליידער נישט גענוג שטארק מיט זייער אייגענע יסוד, פארדעם דארף מען צוקומען צו די העלפ פין די ישיבות, איו ישיבה באקומט עס די בחור'ל אויך נישט.