צוויי אידן - דריי מיינונגען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

צוויי אידן - דריי מיינונגען

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 16, 2019 1:22 pm

"אה דאס? דאס איז דער ביהמ"ד ווי איך טרעט נישט אריין!" - פארענדיגט ר' חיימ'ל מיט פאראיבל פאר זיין אומערווארטעטע גאסט, פארענדיגנדיג דערמיט זיין טור איבער'ן שטעטל.

* * *

אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א שיינע פאר יאר פריער.

געוועזן איז דאס נאך די ימים טובים סעזאן, ווען ר' חיים האט באשלאסן אז ס'איז שוין געקומען די צייט צו גיין וואנדלען און האנדלען צום בעפארשטייענדעם ווינטער, און זיך ארויסלאזן אויף די וועגן זוכן סחורה.

נאכן קויפן א טיקעט פארן שיף, האט ער זיך שוין נאך עטליכע טעג געטראפן זיצן אינעם ערשטן קלאס פאררייכערנדיג זיין ציגאר, מיט די פירשט אויפן וואקעלדיגן פיס בענקל, פארזינקען אין א אומרואיג דרימל, ווי די שטייגער אויף אזא לענגליכע נסיעה מיט א שיף און יענס צייטן.

מיט עקזעסטאז איז ער אויף געשפרינגען, ווען ער האט געהערט אויסרופן אויפן הויכהילכער דורך איינע פון די געהילפן צו קאפיטאן, אז נאכן זעהן פון דערווייטענס א זעלטענעם אינזל, וועט מען פרובירן דארט זיך אפשטעלן פאר א וויילע, אנקערן דעם שיף, און געבן א געלעגענהייט פאר די רייזענדע זיך דארט איבערציען די ביינער פאר עטליכע קורצע שטונדן.

גאר פרייליך איז ר' חיים געווארן דערהערנדיט דאס, ס'הייסט מען וועט שוין קענען שטעלן די פיס אביסל אויף יבשה נאכן זיצן צוויי און א האלב וואכן אויף א וואקעלדיגן שיף, אוי! הלואי! מי יתן.

נישט לאנג האט עס געדויערט, ביז ר' חיים האט זיך געטראפן באטרעטן די יבשה, תיכף איז ער זיך געגאנגען זוכן א באקוועם שטיל ארט, זיך אראפזעצן און הנאה האבן אביסל פון די פרישע לופט, נישט ווי די געזאלצענע לופט די לעצטע צוויי א האלב וואכן, פארשטייט זיך נישט איידער א מאטראז האט געווארנט זיך נישט צופיל צו דערווייטערן ווייל אין א קורצע צייט ציעט מען זיך ווייטער פון דאנעט.

ר' חיימ'ל מאכט זיך באקוועם אויפן ארט, און טרעפט זיך אין געציילטע סעקונדען אין א טיפן רואיגן שלאף.... פארגעסט פון די דאגה'ס, און שלאפט טיף... טיף.... נאך א שעה, און נאך א שעה...

פלוצלינג גיבט ער זיך אזא כאפ אויף, ווי 8:00 אינדערפריה א' דסליחות, איין מינוט! אוואו געפין איך זיך? ווי בין איך דא פארווארפן געווארן?! ער הייבט זיך אן כאפן ביים קאפ, די שיף האט - נישט מיר נישט דיר - מיר איבערגעלאזט דא אליינס! אפגעזינדערט פונעם וועלט! באשעפער איינער וואס טימער דא?

א לאנגע צייט האט אים גענומען, ביז ער איז געקומען צו זיך, און געמוזט משלים זיין מיטן מציאות, אז פה תשב! דא בלייבט מען, ושם תהא קבורתכם!

נו, אסאך צייט האט מען דאך דא, געכאפט אביסל פישלעך, צוזאמגעקלאפט די שטיינער, געבראטן אויף צונויפגעקלייבטע צווייגן, און מען כאפט א פרישן דרימל, מען כאפט זיך אויף צו מנחה מעריב, עס ווערט טונקל, מען הערט די ברוידזשענדע כוואליע'ס פון נישט דא ווייט, און די מחשבות נעמען זיך לויפן...

דא קען איך נישט בלייבן אזוי - טראכט ר' חיימ'ל צו זיך - מען קען דאך דא אזוי אויסגיין אינדרויסן אינטערן פרייען הימל, מארגן אי"ה, קומט ר' חיימ'ל צום מסקנא, וועלן מיר דא מוזן אויפבויען א שטיקל הייזקע.

די מארגן איז אנגעקומען לענגער ווי געראכטן, נאך א לאנגווייליגער שלאפלאזע נאכט, האט זיך ר' חיימ'ל געטראפן קלאפן העלצער און שטיינער, מישן זאמד מיט מאראסט, קענענדיג גוט די עבודה פון די ישיבה יארן, און צוביסלעך צוביסלעך, נאך עטליכע וואכן האט עס אנגעהויבן באקומען א שטיקל צורה.

נאך ארום א האלבן יאר, ווען די פרילינג שטורעמעס האבן אנגעהויבן צו שטורעמען, איז דאס שוין געווען א גאר גוט באפעסטיגטער פאלאץ, פיין ווארעם ארום גענומען.

נו, וואס טוט מען יעצט? נו וואס א פראגע?! א ביהמ"ד! גדול יהי' כבוד הבית הזה!

צומארגנס איז שוין געהאנגען א גרויס טעוועל "מעמד הנחת הפינה צום גרויסן ביהמ"ד שע"י קהילת איי הים", ווי ר' חיימ'ל אליינס איז מכובד געווארן צו גיסן דעם אבן הפינה פארן בעפארשטייענדעם גרויסן ביהמ"ד.

נאך עטליכע חדשים, איז שוין די ביהמ"ד פולשטענדיג אריין אין באניץ, באדינענדיג דעם מתפלל מיט אלע זיינע באדערפענישן, אנגעהויבן מיטן הערליכן רחבות'דיגן מקוה, שויער'ס, קאווע שטיבל, היכלי התפילה און היכל התורה, עזרת נשים און וואס נישט.

און יעצט? וואס ווייטער? אה! א שאפינג סענטער, מען דארף דאך האבן ווי איינצוקויפן! א שיך געשעפט, גראסערי, פיצא סטאר, פיש סטאר פארשטייט זיך.

אזוי איז עס געוואקסן דער יושב, פון א ת"ת צו א מיידל שולע, ביזנעס סענטער, באנק, ערדזשענט קעיר. אוואו א געהעריגע שטאט.

*

ליגט זיך ר'חיימ'ל אין בעט, און גיבט זיך פלוצלינג א כאפ אויף.

איך האב קלאר געהערט עמיצן, איינער האט קלאר יעצט געקלאפט אין טיר, ניין, דאס איז נישט סתם א בייזער חלום.

ר' חיימ'ל גיבט זיך תיכף א כאפ אויף, לויפט נעמען זיין אויבערראק, און שלעפט זיך צום טיר מיט לייכטע טריט, קוקט ארויס פון שליסל לאך, און ער גלייבט נישט וואס ער זעהט!...

א אידל! נאך א אידל האט אהערגעבלאנדזשעט, און ער האט די זכי' אז ער וויל לכאורה ביי אים איינשטיין.

ר' חיימ'ל גיבט תיכף א מאך אויף דעם טיר מיט איבעראשונג, שלום עליכם! פון ווי קומט א איד?!

נישט לאנג האט אים גאדויערט צו באגרייפן אז דער איד האט מיט געמאכט דעם זעלבן פעקל ווי אים, און טיילט מיט דעם זעלבן שיקזאל, ווי א שיף האט אים נאר וואס - אפגעטיילט מיט עטליכע שטונדן - איבערגעלאזט דא אליינס.

ר' חיימ'ל בארואיגט אים, זאגענדיג זארג דיך נישט, קודם קום דיר אביסל צולייגן אין מיין ברייטן הכנסת אורחים צימער, נאכדעם וועלן מיר כאפן א שפאציר, דיר צייגן דעם גאנצן שטעטל.

נאכן כאפן א גוטן דרימל, בשעת ר' חיים איז געשטאנען אין די זייט דערמאנענדיג זיך די ערשטע נאכט דא אויפן פארווארפענעם אינזל אינטער'ן פרייען הימל, איז דער גאסט געווען גרייט מיטצוקומען אויף א שפאציר מיטן פרייליכן ר' חיימ'ל.

ר' חיים צייגט אים, דא איז דער הערליכן ביהמ"ד, מקום תורה ומקום תפילה, איך בין דא דער רב, חזן, בעל קורא בעל מקריא, און אפי' די חברת תהלים רבי.

דא איז דער גראסערי, די גראסערי האט לעצטנס א נייע פאלאסי אז מען קען מער נישט אויפשרייבן.

דא איז דער בנין התלמיד תורה, ווי מען האט מיר אויפגענומען פאר די הנהלה גשמיות והנהלה רחניות, מיר האבן אויך לעצטנס אויפגענומען א נייע באס קאמפעני פאר די טראנספארטאציע, ווי איך בין דער אדמיניסטראטאר.

דא איז דער מיידל שולע, לעת עתה זענען זיי אין קעמפ.

און דא ביים עק איז דער צווייטער ביהמ"ד דא אין שטעטל קע"ה.

דער גאסט קוקט אים צוריק מיט שטוינוג, פארוואס דארף מען האבן צוויי בתי מדרשים אויב איך מעג פרעגן?!

"אה!" ענטפערט ר' חיימ'ל, "דאס? דאס איז דער ביהמ"ד ווי איך טרעט נישט אריין!" - פארענדיגט ר' חיימ'ל.

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דינסטאג יולי 16, 2019 1:30 pm

;l;p- ;l;p-
music helps your mood

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יולי 16, 2019 1:34 pm

גוטטטטטטטטטט!

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג יולי 16, 2019 1:40 pm

:lol: :lol:

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג יולי 16, 2019 1:45 pm

;l;p- ;l;p-

קעפל וואלט לכאורה געדארפט זיין
איין איד - צוויי מיינונגען

שוין! האמער נאך א מיינונג...

טראמבאן
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דינסטאג יולי 16, 2019 1:56 pm

:!: נישט מער ווי גערעכט דער איד ניין?
;l;p- קיפ אן צייט שטיפער אונז האף מיר אלע וועסט נישט טרעפן וואס צו טוהן, און וויטער שטיפען די צייטן...
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דינסטאג יולי 16, 2019 4:25 pm

אוי אוי....

קומט זיך א שטעכעדיגע סמיילי....

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג יולי 18, 2019 5:59 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ביסט פיינע נייעס
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » זונטאג יולי 21, 2019 1:08 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- דענק איך נישט ווען כ'האב לעצטענס אזוי גוט געלאכט....

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג יולי 21, 2019 1:17 am

געהערט א גוט ווארט פון א איד אז ער דרייט זיך אייביג מיט צוויי פאקערטע מיינונגען אין טאש צו זיין גרייט על כל טענה'ריי שלא תבא..!!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג יולי 21, 2019 1:59 am

נאר אזעלעכע צייט שטיפערס. איי האב איך געלאכט.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג יולי 21, 2019 2:10 am

פיין פיין
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג יולי 21, 2019 7:24 am

פליסיג פיינע פעדער. קיפיטאפ
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג יולי 21, 2019 10:03 am

טעם וריח האט געשריבן:גוטטטטטטטטטט!

אוועטאר
Greenwald Graphics
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 2:32 am
לאקאציע: אין מיין אופיס

תגובהדורך Greenwald Graphics » דאנארשטאג יולי 25, 2019 2:09 am

:P ;l;p-

פעסט!! גוט געשריבן!
-
גרינוואלד גראפיקס » אלע סארטן עדס ♦ WOW דעזיינס ♦ בעסטע סערוויס
קלאסישע עדס – נאר 150 $ ● ארטיסטיק / קריעטיוו עדס – נאר 200 $

greenwaldgraphics@gmail.com :Contact now



קליק דא צו זעהן סעמפלס און גאלעריע!!!


-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו, עטיש און 15 געסט