געאגראפיע און נאך פון די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:06 pm

שלום עליכם ר' טוב. א ריזיגן יי"כ פארן פארזעצען אייער באשרייבונגען. מיר האבן זייער שטארק הנאה
Liberalism is a mental disorder

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אונגארן א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:37 am

טוריזעם אין אונגארן ווערט די לעצטע יארן מער און מער פאפולער און די צאל פון טוריסטן מערן זיך יערליך.
די הויפט טוריזעם צענטער איז די אלעמען באקאנטע אונגארישע הויפט שטאט - 'בודאפעסט', און רוב טוריסטן באזוכן נאר דארט און נישט מער, אבער עס איז דא נאך עטליכע פלעצער צו ווי מען גייט, וועלן מיר רעדן פון אלע.

אונגארן איז זייער באקאנט פאר אירע אייגנארטיגע סארט עסן...
וואס דאס איז דארף מען אייך נישט פארציילן, מעגליך גאר אז אייער מאגן איז יעצט פיל דערמיט... אבער בקיצור, עפעס צווישן גולאש און בונדאש...
און יא, אויך ביי די אלגעמיינע טוריסט איז פארהאן א אינטערעסע דערין. ווען זיי ווייסן נאר אז אין זייער בעיקיארד דא אין וויליאמסבורג קען מען דאס באקומען נאך בעסער ווי אין אונגארן אליין...

בודאפעסט - בודאפעסט ווערט גערעכנט אלץ איינע פון די שענסטע שטעט אין אייראפע.
בודאפעסט איז צוטיילט אין צוויי די טיילן, בודא און פעסט -
פעסט איז די מערסט באוואוינטע טייל פון שטאט, און דאס וויבאלד עס איז פלאך און געאייגענט דערפאר.
בודא איז אבער שיטער באוואוינט אין קאנטראסט צו פעסט און דאס וויבאלד עס איז בערגיג, און דערפאר איז עס טאקע מער באדעקט מיט ביימער און געוויקסן און רייכערע מענטשן וואוינען דארט.

דענאבע - איינס פון די גאר שיינע נאטורליכע אוצרות פון בודאפעסט איז די דענאבע וואס לויפט דורך אין צענטער פון שטאט און צוטיילט צווישן פעסט און בודא. דער טייך געט צו אסאך צום שטאט אין אלע הינזיכטן.
די דענאבע איז די צווייט גרעסטע טייך אין אייראפע, עס לויפט דורך צען אנדערע לענדער, און עס שניידט אריין אין פיר הויפט שטעט, איינע פון זיי אונזער בודאפעסט.
רוב טוריזעם לויפט ארום דער טייך, טויזנטער שיפלעך רייזן טעגליך דערויף אנגעפילט מיט ענטוזיאסטישע טוריסטן וואס באטראכטן די גאנצע ארום און גייען מיט דעם פון איין פלאץ צום צווייטן.
אין צענטער פון טייך געפינט זיך א קליינע באחנט'ע אינזל מיטן נאמען 'מארגיט', וואס איז א גאר שיינע ארט און איז שטענדיג פיל מיט טוריסטן.
איבערן טייך זענען פארהאן מערערע שיינע בריקן וואס באהעפטן די צוויי טיילן שטאט, און דאס איז נאך א באזוך ארט -
בעיקר איז עס די 'קייטן בריק' וואס איז די עלטסטע פון אלע, עס איז געבויט געווארן בערך הונדערט זעכציג יאר צוריק, עס איז דאן געווען די ערשטע בריק געבויט צו ווערן איבער דענאבע, און איז דאן געווען פון די גרעסטע אין די וועלט. באקאנט זענען די שטיינערנע לייבן וואס זענען ווי היטער'ס ביים אריינגאנג צום בריק פון ביידע זייטן.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:01 am

שיינע בילדער פונעם דענאבע ( מען קען זען די חילוק ווי רעכטס איז פלאך - פעסט, און לינקס איז בערגיג - בודא), און די קייטן בריק דערויף:
צוגעלייגטע
aerial-view-of-budapest-hungary.jpg
aerial-view-of-budapest-hungary.jpg (324.12 KiB) געזעהן 328 מאל
bigstock-Chain-bridge-on-Danube-river-i-167977469-e1505135849748-990x556.jpg
bigstock-Chain-bridge-on-Danube-river-i-167977469-e1505135849748-990x556.jpg (676.55 KiB) געזעהן 328 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:03 am

דא קען מען זען נאך א בילד פונעם קייטן בריק אין א פארנעפעלטע צופרי מיט די צוויי לייבן דערויף, און א בילד ווי א שיף שווימט אויפן דענאבע נעבן די פארלעמענט געביידע:
צוגעלייגטע
Budapest-Szechenyi-Chain-Bridge-evening-fog.jpg
Budapest-Szechenyi-Chain-Bridge-evening-fog.jpg (347.81 KiB) געזעהן 328 מאל
d7w0k3.jpg
d7w0k3.jpg (203.16 KiB) געזעהן 328 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:04 am

אונגארישע פארלאמענט - אבער די מערסט באזוכטע אטראקציע אינעם שטאט איז די פארלאמענט הויז.
עס איז די דריט גרעסטע פארלאמענט געביידע אין די וועלט און די גרעסטע געביידע אין אונגארן. עס ליגט אויפן דענאבע טייך ארויסקוקענדיג מיטן גאנצן פראכט און מייסטעטישקייט צום טייך, אבער די אריינגאנג איז אויפן אנדערן זייט.
דער בנין איז געבויט געווארן דורך א אידישע ארכיטעקטער. מען האט זיך באניצט מיט פערציג מיליאן שטיינער עס צו בויען! און א האלבע מיליאן טייערע סארט שטיינער! און פערציג קילאגראם גאלד.
בשעת'ן עס בויען איז עס געווען די טייערסטע בנין אין גאנץ אייראפע – פון דער געלט וואלט מען געקענט בויען א שטאט פאר ביז דרייסיג טויזענט מענטשן... יאפס, דוקא די צוריקגעשטאנענע אונגארישע האבן געבויט אזאנס...
היינט שטעלט מען צו ספעציעלע טור'ס וואס טראגן און ווייזן ארום דעם פרעכטיגן בנין מיט איר אייגנארטיגע געבוי, און אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס מען קען זען דערין.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:18 am

די פארלאמענט פון אינדרויסן:
צוגעלייגטע
Budapest moon city-4057914_1920.jpg
Budapest moon city-4057914_1920.jpg (86.16 KiB) געזעהן 324 מאל
95196114-hungarian-parliament-building-and-winter-danube-river-budapest-hungary.jpg
95196114-hungarian-parliament-building-and-winter-danube-river-budapest-hungary.jpg (134.4 KiB) געזעהן 324 מאל
Hungarian-Parliament-Building-Budapest-768x512.jpg
Hungarian-Parliament-Building-Budapest-768x512.jpg (66.33 KiB) געזעהן 324 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:20 am

און פון אינווייניג:
צוגעלייגטע
16896098-budapest-hungary-august-8-inside-famous-hungarian-parliament-in-gothic-revival-style-on-august-8-200.jpg
16896098-budapest-hungary-august-8-inside-famous-hungarian-parliament-in-gothic-revival-style-on-august-8-200.jpg (259.39 KiB) געזעהן 324 מאל
Upper+House+Lobby+Budapest+Parliament.jpg
Upper+House+Lobby+Budapest+Parliament.jpg (66.03 KiB) געזעהן 324 מאל
visit-budapest-parliament-inside.jpg
visit-budapest-parliament-inside.jpg (195.96 KiB) געזעהן 324 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:21 am

יישר כח אונגארישער פאר די שלום עליכם.


איך וואלט טאקע געוואלט פרעגן די עולם.
איך פלעג נישט לייגן קיין בילדער, אבער זעהענדיג ווי שטארק די עולם האט הנאה געהאט דערפון אין ארץ ישראל דורך הרב איינס, האב איך אנגעהויבן דא אויך עס צולייגן.

עס איז טאקע בעסער אזוי? אדער בעסער אנדעם?
וואס די עולם זאגט.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:29 am

טוב ה' לכל האט געשריבן:יישר כח אונגארישער פאר די שלום עליכם.


איך וואלט טאקע געוואלט פרעגן די עולם.
איך פלעג נישט לייגן קיין בילדער, אבער זעהענדיג ווי שטארק די עולם האט הנאה געהאט דערפון אין ארץ ישראל דורך הרב איינס, האב איך אנגעהויבן דא אויך עס צולייגן.

עס איז טאקע בעסער אזוי? אדער בעסער אנדעם?
וואס די עולם זאגט.

אויב איך מעג אריינרעדען אן זיך האבען באדאנקט, אמ ווייסטע וואס לאמיך אייך שוין באדאנקען זעמיר זיך מחיה.
די בילדער מאכט א געוואלד אויס.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 7:27 am

טוב ה' לכל האט געשריבן:יישר כח אונגארישער פאר די שלום עליכם.


איך וואלט טאקע געוואלט פרעגן די עולם.
איך פלעג נישט לייגן קיין בילדער, אבער זעהענדיג ווי שטארק די עולם האט הנאה געהאט דערפון אין ארץ ישראל דורך הרב איינס, האב איך אנגעהויבן דא אויך עס צולייגן.

עס איז טאקע בעסער אזוי? אדער בעסער אנדעם?
וואס די עולם זאגט.


זיכער האט דער עולם הנאה.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 7:28 am

די טייך הייסט נישט דונא?

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:59 pm

אוי האב איך הנאה
און יא מיט בילדער

די טייך דונא איז פארקערצירט פון דענאבע
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אלעס איבער לענדער

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך יודיש בלעטל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 12:11 am

א גרויסן ש'כח באמת זייער שיין און בפרט די בילדער (מען וואלט עס געקענט באשרייבן עקסטער) איר האט פארגעסן צו אויסשמועסן וועגן די שיך וואס מען האט געלייגט דארט.....לזכר די קדושים
די פארלאמענט האט מען געבויעט לכאורה ווען עס איז געווען צוזאמען די אימפריה פון פראנץ יוסף "עסטרייך אונגארן"
א עקסטערע נושא וויפל כח האט געהאט דער קייסער פראנץ יוסף און וויפל די פארלאמענט
די טיילונג
מן הסתם האט איר בדווקה נישט דערמאנט די אלע זאכן און נאך אסאך ווייל די אשכול איז קאנצעטרירט אויף געאגראפיע און טוריזם און נישט אויף היסטוריה
איך האב מיך פלעין נישט געקענט איינהאלטן פון ארויפברענגען

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 12:26 am

יישר כח פאר אלע וואס האבן באדאנקט!
און פארן זאגן אז עס זאל יא זיין מיט בילדער.

און הרב יודיש בלעטל, איך האלט נאך קוים ביים אנהייב פון אונגארן...
און גוט געזאגט, פונקט יעצט וועל איך טאקע אי''ה ארויסלייגן דעם שיך מאנומענט.

אוועטאר
זעקסער
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך זעקסער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 12:32 am

הערליך יעדע ארטיקל עקסטער
ביטע יא לייגן בילדער סאיז אינו דומה

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אונגארן ג'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 12:45 am

און יעצט וועט מען רעדן פון א אידישע באזוך ארט אין בודאפעסט וואס איז אויך פאפולער ביי די אלגעמיינע טוריסט להבדיל, און דאס איז די שיך מאנומענט אויפן דענאבע.
דער מאנומענט פאראייביגט אין זיך א ביטערע געשיכטע וואס איז זיך דארט פארלאפן מיט אונזערע עלטערן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה.
אין יאר תש''ד ווען סאלאשי ימ''ש האט איבערגענומען די רעגירונג אין אונגארן, האט ער געהייסן זיינע מענטשן זאלן אויסהרג'נען ווי מער אידן רח''ל.
זיינע מענטשן, די נילאשעס הידועים לשמצה,, האט עס געטון מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און מיטן גאנצן הארץ רח''ל, און אנגעהויבן צו נעמען אידן צום דענאבע און שיסן אויף זיי ביים ברעג טייך און דאן זענען זיי אטאמאטיש אריינגעפאלן אינעם טייך און געווארן פארשוועמט לעבעדיג אדער טויט רח''ל הי''ד.
גאר אסאך אידן זענען אזוי געהרג'ט געווארן, עס איז באקאנט א איין איינציגע מענטש וואס האט איבערגעלעבט דעם אכזריות'דיגן טאהט.

אין יאר תשס''ה, זעכציג יאר נאכן קריג, האבן עטליכע ארטיסטן באשלאסן צו פאראייביגן דעם שרעקליכן היסטארישן געשעעניש אויף אן אייגנארטיגן וועג, און דאס איז דורך לייגן שטיינערנע שיך אויפן ברעג פון טייך דארט ווי עס איז פארגעקומען דער געשעעניש, און אזוי זאל מען געדענקן וואס דא האט פאסירט.
און אזוי האבן זיי טאקע געטון דאן, און עס איז געפייערט געווארן מיט גרויס פאמפע צום אפצייכענונג פון זעכציג יאר זינט די ענדע פונעם קריג. און עס איז היינט א גרויסע טוריסטן פלאץ.
עס זענען פארהאן דארט אויסגעלייגט מערערע סארטן שיך, יעדע מיט זיין אייגנארטיגקייט וואס ברענגט ארויס נאך א געוויסע סארט מענטש וואס איז אויך געפאלן א קרבן דא. עס זענען פארהאן טייערע סארט שיך און פשוטע ארימע שיך, גרויסע שטיוול פון עלטערע מענטשן און קליינע קינדערישע שיך, און נאך, צו צייגן אז קיינער איז נישט אפגעשוינט געווארן פון די ביטערע רציחות.
דער מאנומענט געפינט זיך זייער נאנט צום אויבנדערמאנטן פארלאמענט, דעריבער קומען דארט אן די טוריסטן וואס באזוכן דעם פארלאמענט זייענדיג א קורצע מהלך צופיס אהין.

למעשה אבער איז עס נישט אזוי געוואלדיג ווי עס קוקט אויס און עס איז געמאכט געווארן אויף אזא אופן אז מען קען זייער שווער כאפן וואס דאס איז און וואס דא האט פאסירט און וואס פונקטליך דאס פאראייביגט.
אויפן וואנט דערנעבן געפינט זיך א אנאנימע אויפשריפט וואס דארף אפיציעל צו דערציילן וואס דער שיך באדייט, אבער עס שטייט דארט געשריבן נישט מער ווי דאס אז דא זענען געשאסן געווארן געוויסע מענטשן דורך די נילאשיס, און שוין, עס שטייט נישט ווער און פארוואס, ווי מען זאל ווען ווילן באהאלטן די איבריגע דעטאלן.
טובתם של רשעים אינם שלימות...

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 12:46 am

א בילד פון די שיך, מען קען אויך דארט ליינען דער פארפירישער אויפשריפט:
צוגעלייגטע
budapest-shoes1-1024x682.jpg
budapest-shoes1-1024x682.jpg (254.55 KiB) געזעהן 246 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 1:03 am

יישר כח הרב זעקסער פארן באדאנקן און געבן מוט צו גיין ווייטער.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 1:29 am

אידישע היסטאריע - מערערע אידישע היסטארישע ערטער זענען פארהאן אין בודאפעסט, אדער ענדערש – פעסט, ווי אונזערע זיידעס פלעגן עס רופן, וויבאלד אין די פעסט טייל איז די עיקר שטאט ווי שוין געשריבן.
אין אלגעמיין וואוינען דארט היינט אכציג טויזענט אידישע קינדער, און עס זענען פארהאן 23 אזוי גערופענע בתי מדרשים.

אבער צום באזוכן איז אזוי, צום ערשט איז פארהאן די נעאלאגישע סינאגאג, וואס איך ווייס נישט צו מען מעג עס בכלל אנרופן א בית המדרש און צו מען מעג דארט אריינגיין, אבער אזוי געזאגט פאררופן זיי זיך אלץ די דריט גרעסטע, נאך להבדיל בעלזא און גור, און אלץ די גרעסטע אין חוץ לארץ.
עס איז אלט בערך הונדערט פופציג יאר, און קען אריינעמען אין זיך ביז דריי טויזענט באטייליגערס.
ווי אויך געפינט זיך דארט דערנעבן א גרויסע אידישע מוזעאום וואס פאראייביגט די אידישע היסטאריע אין אונגארן.
היינט צוטאגס איז עס טאקע בעיקר א טוריזעם ארט ווי אסאך אלגעמיינע טוריסטן באזוכן, אבער די ארטיגע קהילה איז שוין זייער שוואך און ווערט נאר קלענער און קלענער, מצטמק וטוב לו...

אבער להבדיל, די היימישע ארטדאקסישע בית המדרש איז אויך א גאר שיינע ארט צו באזוכן, און דאס איז די קאזינצי בית המדרש.
דער בית המדרש איז אביסל מער ווי הונדערט יאר אלט, און איז געווען דאן די צענטער פונעם ארטאדאקסישן קהילה אין פעסט.
די רב דארט איז געווען די באקאנטע ר' יעקב קאפל רייך וואס איז אוועק צען יאר פארן קריג.
היינט צוטאגס דאווענט מען אין די גרויסן בית המדרש נאר ימים טובים, אבער טאג טעגליך קומען פאר די תפילות אין א זייטיגע שטיבל.
ווי אויך איז דארט פארהאן געהעריגע מוסדות און א כשר'ע רעסטוראנט, א מקוה, און נאך וויכטיגע זאכן פארן ארטיגן אידישן קהילה.
מען קען דארט אפיציעל באזוכן פאר אפאר יורא, מיט א טור גייד וואס איז מסביר אלעס ארום.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 1:34 am

און דא איז א פון די קאזינצי שול פון אינעווייניג:
צוגעלייגטע
1427325052_orig.jpg
1427325052_orig.jpg (170.39 KiB) געזעהן 234 מאל

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 6:36 am

יישר כח, הערליך אראפגעלייגט.
הגם איך ליין נישט אלע לענדער אבער אונגארן איז מיר ספעציעל חשוב, בית אבותי ורבותי, ווען נישט די קריג וואלט איך מן הסתם נאך געוואוינט דארט
איך האב חשק צו גיין דארט פאר א וויזיט און אויך צו די מקומות הק

אגב אז די רעדסט פון די טייך מיט די שיך וואס מען האט געשאסן אידן, אפאר וואכן צוריק איז אוועק ר יוסל רייך קעכער אין סאטמאר וויליאמסבורג וואס האט אריינגעטאצן אין טייך ווען ער האט געזען אז מען שיסט און ער האט געשווימען א לענגערע צייט און דערנאך ארויס לעבעדיג

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 6:40 am

ייש"כ פארן ממשיך זיין מיט די הערליכע באשרייבונגען!

זיי זענען דאך א שטיק פון די געאגראפיע פון אייוועלט!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 7:31 am

הערליך הערליך! זיכער זאלסטו לייגן ווי מער בילדער, דאס געט אן אנדערע באדייט צו דיינע ארטיקלען.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mee, נעכטיגן טאג און 20 געסט