געאגראפיע און נאך פון די וועלט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ דאמיניקא ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:45 pm

דאמיניקא איז א פיצקל לענדל אין צענטער פון די קאריבישע אינזלען.
עס וואוינען דארט 73 טויזענט מענטשן.
די הויפט שטאט איז ראזא, די איינציגסטע שטאט אין לאנד אויסער נאך א קליינע שטאט.
פון ניו יארק אהין מיט א פליגער איז דריי א האלב שעה.

קאלאמבוס האט עס געפונען ביי איינע פון זיינע רייזעס, אבער עס איז נישט אריבער געגאנגען פאר שפאניע. שפעטער האט עס פראנקרייך געהאט פאר א קורצע צייט, און דערנאך איז עס אריבער אינטער די ענגלישע הערשאפט וואו עס איז געווען אסאך יארן.
ערשט אין יאר תשל''ב האט עס באקומען זעלבסטשטענדיגקייט, און זינט דאן איז עס אריבער אסאך שווערע צייטן פון ארימקייט און פאליטישע אומקלארקייט אבער נישט קיין אומריען און בלוט פארגיסונגען ווי פילע אנדערע.
די אפיציעלע שפראך דארט איז ענגליש.

זייער עקאנאמיע איז כמעט גענצליך אנגעוואנדן אין אגריקולטור, בפרט באנאנעס און ענליכס, דאס ברענגט צומאל שווערע צייטן, ווען עס קומען נאטורליכע חורבנות אויפן לאנד וואס לייגן צוגרונד די געוויקסן און דאן איז די גאנצע עקאנאמיע אין די ערד.
זיי פרובירן אביסל צו אויפבויען די טוריזעם אבער עס גייט זיי נישט צופיל, און דאס איז צוליב א אינטערעסאנטע פאקט אז דער אינזל האט כמעט נישט קיין פלאכע זאמדיגע ים ברעגעס, וואס דאס איז א הויפט פריאריטעט פאר טוריסטן וואס קומען צו די טראפישע אינזלען, דעריבער איז כמעט נישט דא דארט קיין האטעלן פאר טוריסטן, א חידוש אין די קאריבישע אינזלען.

די לאנד איז צאמשטעל פון אפאר בערגיגע אינזלען איינס נישט ווייט פון צווייטן, אבער אויך נישט אזוי נאנט. די העכסטע שפיץ איז בערך פיר טויזענט פיס.
עס האט מערערע נאטורליכע הייסע וואסער פארזאמלונגען, איינס דערפון די צווייט גרעסטע אין די וועלט, און איז אנערקענט דורך די יונעסקא.
עס איז פון די מערסט פאררעגענטע ערטער אין די וועלט. דעריבער האט עס גאר אסאך הערליכע אריגינעלע אומבארירטע טראפישע רעגן וועלדער מיט פרעכטיגע שטורמישע וואסערפאלן באהאלטן דערין, שטעלטס ענק פאר - טיף אין די געדעכטע טראפישע רעגן וואלד ארומגענומען מיט ברייטע נאסע בלעטער און קאלירפולע פויגלען ציפקען העכער ענקער קאפ, און א שטראם פון וואסער פאלט אראפ פון דער הייעך גלייך אריין אין א קריסטעל קלארע קליינע וואסער פארזאמלונג ווען עס מאכט א אנגענעמע וואסער גערויש, און אזוי ווייטער כל אחד כפי דמיונו המבורך, והמברך תתברך בברכות עד בלי די...

וויבאלד עס קומען נישט אהין צופיל טוריסטן, בלייבט עס אזויווי עס איז אן קיין מענטשליכע אריינמישונג און טוישונגען, און דאס איז א זעלטענהייט צווישן די אנדערע ארומיגע אינזלען, און די ארטיגע איינוואוינער זאגן אז דאס איז די איינציגסטע אינזל וואס קאלאמבוס וואלט נאך דערקענט....
פון די אנדערע זייט קומען אהין דוקא אזעלכע טוריסטן וואס גלייכן די אריגענעלקייט וואס עס איז דא דארט און ווילן דוקא עס זאל בלייבן פרימיטיוו און אומבארירט.

אסאך האריקענס שטאטן דארט אפ ווילדע באזוכן, איבערלאזנדיג שווערע חורבנות אינטער זיך און דאן ווערן זיי פארשוואונדן נישט צום געפינען, און יעצט גיי פראווע דיך מיט עס...

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:48 pm

יעצט אינמיטן די פיבערהאפטיגע שטורמישע העפטיגע אינטענסיווע פייערליכע צוגרייטונגען צום בעפארשטייענדן יום טוב פסח וואס שטייט שוין אט אט ביים שוועל, כאפן מיר זיך אריבער נישט מער ווי דרייי א האלב שעה אוועק, צו א רוהיגן אינזל טיף אינמיטן ים, ווי מיר ריען זיך אפ אינטערן שאטן פון א קאקאנוס בוים ביים ברעג ים, מיר כאפן אביסל די אטעם און קלארן זיך אביסל אויס די מח און דאן קומען מיר שנעל צוריק ווייטער אויפטון וואס מען דארף אויפטון מיט פריש באנייטע כוחות.
א פרייליכן רוהיגע וואקאציע...
טוב ה' לכל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אפריל 07, 2020 1:38 am

צום ווידער זען! יישר כח.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:28 pm

עמער אנהייבן באשרייבן אי''ה די הויפט טוריזעם ערטער אין יעדע לאנד, און אראפברענגן בילדער דערפון צו קענען אויך טיילווייז דארט זיין און עס מיטלעבן.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

בעלגיע א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:30 pm

בעלגיע איז א באקאנטע לאנד אין צפון מערב אייראפע, נעבן דייטשלאנד פראנקרייך און האלאנד.
בעלגיע פארמאגט נישט צופיל נאטורליכע אוצרות, ווי בערג און היילן, ווי אויך איז האט עס נישט קיין פארוויילונגס צענטערן, אבער עס פארמאגט יא אסאך אייראפעאישע היסטארישע ערטער, ווי אויך היינטיגע אייראפעאישע ווערטפולע פלעצער, און דאס איז זייער עיקר טוריזעם ערטער.

ברוזש - די הויפט טוריזעם שטאט אין בעלגיע איז די שטאט ברוזש, א אור אלטע שטאט וואס געפינט זיך אין צפון פון לאנד און ליגט אויפן ים.
דער שטאט איז זייער א אלטע שטאט, אסאך בנינים דערין זענען שוין באלד טויזענט יאר אלט און שפיגלען אפ מערערע עלטערע תקופות פון אייראפע לעבעדיג.
און אלעס האט מיר די היסטאריע פון דער שטאט.

דער שטאט איז געווען פאר טויזענט יאר צוריק פון די וויכטיגסטע און פארנומענסטע שטעט אין אייראפע, און א גרויס טייל פון די האנדל וואנדל פון אייראפע איז דארט פארגעקומען זייענדיג אויפן ים און האבנדיג א גרויסע שיף פארט.
אבער פאר בערך פינף הונדערט יאר צוריק איז עס איינגעשלאפן און עס איז אינגאנצן פארגעסן געווארן, ווערנדיג איבערגענומען דורך אנדערע גרויסע שטעט, א שטייגער ווי די דערנעבנדיגע אנטווערפן, דעריבער איז עס אזוי געבליבן אומבארירט און אריגינעל ווי עס איז געווען פאר הונדערטער יארן צוריק ווען די ארטיגע איינוואוינער לעבן זיך אויס די טאג רואיג און שטיל.
ערשט פאר בערך הונדערט יאר צוריק האט די ארטיגע רעגירונג זיך דערמאנט דערפון און זיך געכאפט וואספארא פאטעניציאל עס געפינט זיך אין דער שטאט, עס איז א שטאט וואס קען ציען אסאך טוריסטן וואס ווילן זען א אור אלטע מיטל – תקופה שטאט אריגינעל ווי עס איז געווען דעמאלטס.
די רעגירונג האט דאן אריינגעלייגט גרויסע געלטער דערין און עס פרעזערווירט און צוגעגרייט פאר טוריסטן.

און עס האט זיך טאקע אויסגעארבעט. היינט צוטאגס איז עס פון די מערסט באזוכטע שטעט איבער גאנץ אייראפע און די מערסט באזוכטע אין בעלגיע.
אין יאר תש''ס האט די יונעסק''א עס אנערקענט אלץ וויכטיגע פלאץ וואס מען דארף אפהיטן צוליב איר היסטארישע ווערט, וואס דאס ברענגט אויך אנערקענונג ביי טוריסטן אז עס איז ווערט אהינצוגיין.
למעשה קען מען נישט אנווייזן אויף קיין שום ספעציעלע ארט וואס איז אינטערעסאנט צו זען, נאר די גאנצע אלט שטאט איז איין גרויסע מוזעאום און איז ממש ווי א לעבעדיגע היסטארישע קאפיטל.
רוב גאסן דארט זענען טאקע אפגעשפארט פאר פארקער און איז דעזיגנירט נאר פאר פיס גייער צו קענען ארומשפאצירן צווישן די אלטע גאסן און הייזער און הנאה האבן דערפון, און נישט כאפן אינדערמיט א פייף פון א קאר וואס קען געבן אזא שלעפ ארויס דעם מענטש פון פינף הונדערט יאר צוריק און א טראסקע אריין צום יארע צוויי טויזענט...

אויך איז דער שטאט באקאנט אלץ די וועניציע פון מערב אייראפע.
דאס איז וויבאלד עס געפינט זיך אויפן ים און מערערע צינגען פונעם ים שלענגלען זיך אריין צווישן די גאסן פונעם שטאט, אזויווי אמסטערדאם, וואס דאס געט עס א ענליכקייט צו וועניציע.
און דאס מאכט עס אויך מער אינטערעסאנט פאר באזוכער אהינצוקומען צו שפאצירן אזוי צווישן הייזער און טייכלעך וואס איז א איבערלעבעניש פאר זיך.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:32 pm

שייע בילדער פון ברוזש.
צוגעלייגטע
images (2).jpg
images (2).jpg (17.53 KiB) געזעהן 367 מאל
images (3).jpg
images (3).jpg (13.85 KiB) געזעהן 367 מאל
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:32 pm

נאך שיינע בילדער פון ברוזש:
צוגעלייגטע
download (1).jpg
download (1).jpg (9.31 KiB) געזעהן 367 מאל
download.jpg
download.jpg (14.97 KiB) געזעהן 367 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:33 pm

נאך א שיינע בילד:
צוגעלייגטע
download (2).jpg
download (2).jpg (11.7 KiB) געזעהן 366 מאל

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:25 pm

א ריזיגע שכויעך,

כגלייב אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט אזוי הנאה פון הרב @טוב, סיי דאהי און סיי וואו ער לאזט נאר אראפ זיין פעדער...

כה לחי

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

בעלגיע ב'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:39 pm

בריסל – די שטאט בריסל איז די הויפט שטאט פון די קליינע לענדל בעלגיע.
אבער עס איז נישט נאר די הויפט שטאט פון בעלגיע, נאר אין א געוויסע זין איז עס אויך די הויפט שטאט פון גאנץ אייראפע, וויבאלד דארט געפינען זיך די הויפטקווארטירן פון די פאראייניגטע אייראפע - די אי יו.
און אזוי איז עס שוין געווארן בכלל א וועלטליך - צענטראלע שטאט ווי עס געפינען זיך אפיסעס פון אסאך גרויסע אינטערנאציאנאלע ארגענעזאציעס און קאמפעני'ס.
דעריבער איז עס זייער א וויכטיגע שטאט אין אלגעמיין. און פון א טוריזעם שטאנדפונקט ציט עס גאר אסאך טוריסטן, כאטש מען קען זאגן אז עס האט נישט עפעס גאר ספעציעל.
אבער עס פארמאגט יא עטליכע שיינע זאכן וואס ציען אהין טוריסטן ווי מיר וועלן יעצט זען.

צום ערשט קען מען באזוכן די ארטיגע קעניגליכע פאלאץ, וואס באמת וואוינט נישט דארט היינט צוטאגס די קעניג, אבער דארט געפינט זיך יא זיין אפיס און נאך עטליכע וויכטיגע רעגירונג אפיסעס.
דערנאך איז באקאנט די צענטער פון שטאט, אזא גרויסע צענטער ווי מען קען זיך דרייען און פרייען, ארומגענומען מיט עטליכע מייעסטעטישע היסטארישע געביידעס, אריינגערעכענט די שטאטישע צענטער פון בריסל.
ווי אויך קומט דארט פאר עטליכע מאל א יאר א הערליכע בלומען פארשטעלונג וואס ציט צו זיך אסאך טוריסטן.

דערנאך איז ברייט באקאנט די ריזיגע וואונדערליכע געבוי אין פארעם פון א אטאם, וואס דאס איז ווי די סימבאל פונעם שטאט.
דאס איז געבויט געווארן פאר צוויי און זעכציג יאר צוריק אין בעפארברייטונג צום אלוועלטליכן צאמקומפט וואס איז פארגעקומען אין בריסל יענעם יאר.
און באמת איז געווען אין פלאן דאס צוצונעמען נאך די ענדע פונעם יאר. אבער למעשה איז דאס געווען אזוי שיין און סימבאליש אז מען האט עס געלאזט ביזן היינטיגן טאג, און עס האט זיך פיין געלוינט צוליב די פלייץ פון טוריסטן וואס דאס שלעפט צו זיך.
עס פארמאגט ניין גרויסע רינדעכיגע שטיקער - וואס זענען קעגן די ניין פראווינצן אין לאנד. אין דריי דערפון קען מען נישט אריינגיין וויבאלד עס איז צו שוואך און קען נישט דערהאלטן קיין גרויסע לאסט, אבער אין די איבריגע קען מען יא אריינגיין און מען קען זען פון דארט א הערליכע פאנאראמישע אויסבליק איבער די גאנצע שטאט פון אויבן.
ווי אויך געפינט זיך גלייך דערנעבן א גאר אינטערעסאנטע מוזעאום מיטן נאמען 'מיני אייראפע', וואס שטעלט פאר אלע הויפט טוריזעם ערטער צווישן אלע אייראפעאישע לענדער - אין א קליינע מיניאטור, אבער רעלאטיוו גאנץ גרויס. אזא געדאנק ווי מיני איזראעל.
דאס איז גאר א באקאנטע און ציענדע אטראקציע און עס באזוכן דארט יערליך דריי הונדערט טויזענט מענטשן!

אזוי אויך איז דא מערערע מוזעאום'ס און אלטע קירכעס וואס געבן פארן טוריסט וואס צו טון מיטן טאג און נאך ערטער ווי צו כאפן בילדער פון זיך.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:40 pm

בילדער פון די שטאט צענטער.
איינס דערפון מיט די בלומען פארשטעלונג.
צוגעלייגטע
images (2).jpg
images (2).jpg (14.15 KiB) געזעהן 331 מאל
download (1).jpg
download (1).jpg (11.87 KiB) געזעהן 331 מאל
download.jpg
download.jpg (9.46 KiB) געזעהן 331 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:41 pm

בילדער פון דעם אטאם טורעם.
צוגעלייגטע
download (2).jpg
download (2).jpg (7.3 KiB) געזעהן 330 מאל
images (9).jpg
images (9).jpg (10.76 KiB) געזעהן 330 מאל
images (5).jpg
images (5).jpg (10.44 KiB) געזעהן 330 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:42 pm

מערערע בילדער פון די מיני אייראפע.
צוגעלייגטע
images (3).jpg
images (3).jpg (12.67 KiB) געזעהן 330 מאל
download (5).jpg
download (5).jpg (17.03 KiB) געזעהן 330 מאל
download (4).jpg
download (4).jpg (9.78 KiB) געזעהן 330 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:43 pm

נאך פון די מיני אייראפע צופיסנס פון די אטאם טורעם:
צוגעלייגטע
images (14).jpg
images (14).jpg (11.36 KiB) געזעהן 328 מאל
images (10).jpg
images (10).jpg (12.35 KiB) געזעהן 328 מאל
images (11).jpg
images (11).jpg (11.55 KiB) געזעהן 328 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:46 pm

שכויעך שיעלע פארן באדאנקן.
מיין אלטע פריינט שיעלע, זכרנו ימים מקדם...

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 8:25 pm

וואו....!!!

מ'האמיר אהם צוריק דא מיט אונז!

יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן "עולם האיי"!
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

בעלגיע ג'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:25 pm

ארדענעס - כאטש בעלגיע איז נישט עפעס בארימט מיט אירע לאנדשאפט און מען קען נישט זאגן אז עס צייכנט זיך אויס עפעס ספעציעל דערמיט, איז דאך פארהאן דארט א גאר שיינע טייל ערד וואס איז יא הערליך און גאר באחנ'ט, און נאטור ליבהאבער קומען אהין פון איבעראל צו זיך דערקוויקן פון די ארטיגע לאנדשאפט.
דאס איז די ארדענעס פראווינץ אין די דרום טייל פון לאנד, דארט ווי עס גרעניצט זיך מיט לאקסעמבורג.
דער טייל לאנד איז זייער שוואך באוואוינט, און איז מער ווייניגער נאר באוואקסן מיט וועלדער און פעלדער און באצירט מיט קליינע קאלירפולע דערפלעך, און פיל מיט קיען און שעפעלעך וואס עסן זיך געמיטליך זייער מאלצייט פון די גראז און געוויקסן וואס איז דארט פארהאן בשפע.
די העכסטע בארג איז ווייניגער ווי צוויי טויזענט פיס, אבער דאך איז עס אויך שיין בערגיג.

וואס איז דארט טאקע יא ספעציעל?
צום ערשט דארט איז פארהאן אסאך שיינע טייכן וואס שלענגלען זיך צווישן די בערג, אויף וואס מען קען גיין אסאך קיאקינג, בעיקר אויפן הערליכן טייך 'מעז' וואס איז א גרויסע קאיאק צענטער.
ווי אויך איז דארט פארהאן עטליכע גאר אלטע פעסטונגען וואס זענען מעכטיג גרויס און פעלזן פעסט געבויט, און מען קען ארומשפאצירן אין די אלטע שטובער און אפטיילונגען דערפון צו נתפעל ווערן פון די מעכטיגע געבוי מיט וואס די פעסטונגען צייכענען זיך אויס, ווי אויך געפינען זיי זיך אויף שפיץ בערג פון ווי מען האט א פאנאראמישע אויסבליק אויפן ראיאן, דאס איז א ארט ווי טוריסטן קומען אין די מאסן.
דערנאך איז דארט פארהאן עטליכע טיפע היילן וואס מען קען באזוכן, אזעלכע מערות הנטיפים וואס זענען ממש אויג פארכאפנד און גאר שיין צו זען.
ווייטער איז דארט אויך פארגעקומען אסאך היסטאריע פון די צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה, דארט זענען פארגעקומען עטליכע גאר גרויסע שלאכטן צווישן די דייטשן און די אליאירטע, דעריבער האט מען דארט אויפגעשטעלט עטליכע גרויסע מאנומענטן לזכרם צו פאראייביגן די היסטארישע פאסירונגען צו ווי טוריסטן גייען באזוכן.


אנטווערפן - און יעצט צו אונזער באקאנטע אנטווערפן.
אנטווערפן איז די גרעסטע בעלגישע שטאט אין באפעלקערונג, און די צווייט גרעסטע אין שטח.
עס פארמאגט די צווייט גרעסטע פארט אין אייראפע, אין די פיפט גרעסטע אין די גאנצע וועלט.
ווי אויך איז עס די צענטער פון די אייראפעאישע דיימאנטן האנדל, ווי באקאנט.
און ביי אונז אידעלעך איז עס גאר באקאנט אלץ איינע פון די גרעסטע היימישע אידישע צענטערן איבער די וועלט.

אבער פון א טוריזעם שטאנדפונקט איז עס באקאנט מער אלץ צוויי זאכן וואס איז נישט צופיל נוגע פאר אונז.
דאס ערשטע איז עפעס א גאר אלטע קירכע, גיי קראך.
און די צווייטע איז, צוליב א געוויסע וועלט בארימטע מעלער וואס האט דארט געוואוינט א שטיק צייט און דארט געשטארבן, און היינט איז זיין הויז א מוזעאום.
דערפאר וואלט איך שוין ענדערש געפארן קיין אנטווערפן צו זיין אין פשעווארסקער בית המדרש...

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:27 pm

עטליכע בילדער פון די שיינע לאנדשאפט אין די אנדערעס:
צוגעלייגטע
85af1e7d-ff9e-4e03-8245-59a4533c8e96.jpg
85af1e7d-ff9e-4e03-8245-59a4533c8e96.jpg (90.47 KiB) געזעהן 265 מאל
13901316_10209858411757612_822802008808926974_n.jpg
13901316_10209858411757612_822802008808926974_n.jpg (113.58 KiB) געזעהן 265 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:34 pm

און דא קען מען זען א טייל פון די פעסטונגען דארט:
צוגעלייגטע
ardennes-04.jpg
ardennes-04.jpg (234.07 KiB) געזעהן 262 מאל
ardennes1.jpg
ardennes1.jpg (53.85 KiB) געזעהן 262 מאל
ardennes5.jpg
ardennes5.jpg (69.52 KiB) געזעהן 262 מאל

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:36 pm

יישר כח אלעקסיי פאר די באגריסונג.
שוין נישט די ערשטע...
זכרנו ימים מקדם...

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:04 pm

א געוואלדיגע יישר כח, זאגן מיר אלע היועך, פאר הטוב לכל, וואס בטוב לבבו וגלילות ידו איז ער מהנה דעם עולם דא, מיט "ארוי"ס פו"ן די וועל"ט אריינבליקן און די וועלט"!!!!

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:10 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:עמער אנהייבן באשרייבן אי''ה די הויפט טוריזעם ערטער אין יעדע לאנד, און אראפברענגן בילדער דערפון צו קענען אויך טיילווייז דארט זיין און עס מיטלעבן.

וואוו!! טוב איז דא צוריק פאל פאורס ב"ה! טוב מיר האבן קוים געקענט ווארטן און באלענקן זיך מיט דיין ארבעט, שכח!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:29 pm

Welcome back, my favorite subject

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 2:01 pm

הא, טוב איז שוין דא צוריק מיט די ערליכע באשרייבונגן.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 6:17 pm

אהא, האמיר דא אלע אלטע חברים און ידידים פול פאורס... זייער געשמאק צו זען.

עמער ממשיך זיין אי'''ה פול פאורס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי', צביירושלים און 13 געסט