זאלסט מיר זיין געבענטשט מיט אלע 'ברכות'! אבער אפשר מעג איך זאגן פון פארנט?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

זאלסט מיר זיין געבענטשט מיט אלע 'ברכות'! אבער אפשר מעג איך זאגן פון פארנט?!

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 10, 2019 12:02 pm

שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל ארויפברענגען דעם נושא אויפן טיש, אבער וויבאלד עס קען אויך אויסגעטייטשט ווערן שלעכט, ווי א זלזול אין אידן וואס זענען מקפיד און מהדר מקיים צו זיין מצוות בהידור האבעך מיר מונע געווען דערפון.
אבער אלעס איז געווען גוט ביז היינט....
לאמיר גיין צוביסלעך:
איך גיי נישט באשרייבן פונקטליך וויאזוי עס גייט צו די אויפשטיין און די מקוה, דאס קען מען ליינען אין אלע (צענדליגע?) מקוה אשכולות וואס וואלגערן זיך ארום אויפן וועלטל..
כ'האלט שוין נאכן מקוה, נאכן קאווע, נאכן לערנען אפאר שעה (עכ"פ דאס האב איך געוואלט..), איך לויף שוין אריין אין סמעדרעש מיטן טלית בייטל אין די הענט, ס'איז שוין פופצן מינוט פאר הודו, פונקט אין צייט צו קענען ענדיגן פארנט ביזן זמן, און זיך שטעלן הודו צוזאמען מיטן בעל תפלה, מיטן ציהל צו דאווענען שמו"ע בציבור.
מווארפט ארויף דאס טלית'ל אויפן פלייצע, און נאכן ברכי נפשי א הייב און ארויף אויפן גוף, משמייסט פון אלע זייטן (סאיז נאך ליידיג דעמאלט דאס ביהמ"ד, מדארף נאכנישט וואטשן...) מדעקט אויף ס'פנים, די זייטן פונעם טלית ארויף אויפן אקסל, ארויס מיטן תפלין בייטל, געזאגט דעם לשם יחוד, ארויפגעדרייעט די רצועות אויפן האנט, געלייגט דעם של ראש, בשכמל"ו, קדש והיה כי יביאך.
יעצט קומט עס, שטייטס געשפאנט...
איך פאנג אן מה טובו, און די טיר עפנט זיך, א עלטערע איד קומט אריין, ער איז שוין אויפגעשטאנען 4 אזייגער פארטאגס און אראפגעלייגט א הכנה לתפלה כדבעי, און ער האט שוין פאר 10 מינוט צוריק געלייגט טו"ת, יעצט קומט ער זוכן א מנין וואס גייט זיך שטעלן אין 15 מינוט, ער זאל קענען דאווענען שטייט פון פארנט (אזוי ווי א איד דארף באמת טוהן), ער לייגט אראפ זיין טלית בייטל אויפן פלאץ און וויל אנפאנגען צו זאגן ברכות, טראכט ער: געווענליך די היינטיגע יונגעלייט וואס טוען א טובה און גייען צו צום עמוד צען מינוט נאכן זמן פונעם צעטל זאגן דאך נישט קיין ברכות פארן עמוד, נו, דארף מען דאך זאגן ברכות פארן עמוד, וועט ער צוגיין און מזכה זיין דעם עולם מיט די אמן'ס, אומר ועושה, ער גייט צו צום עמוד, זאגט די ברכות, און גייט צוריק צו זיין פלאץ.
שוין, כהאב געענדיגט מיט די ברכות, כ'פאנג אן אלקינו וא"א וכו' ויהי אחר הדברים האלה וכו', כהאלט שוין סוף רבוש"ע כמו שכבש וכו', פלוצלינג פיהל איך א קלאפ אין רוקן, כדריי מיך אויס און א בנש"ק'ל פרעגט מיר צו כ'וויל איהם אויסהערן די ברכות, שוין קיין צוויי ברירות האבעך נישט, כשאקל מיטן קאפ אויף א וועג סזאל קענען מיינען סיי יא און סיי ניין, און ער נעמט זיך זאגן די ברכות מיטן גאנצן קראפט, און איך שטיי אומגעדולדיג, פארנט קען איך נישט זאגן ווייטער, און דא דערנענטערט זיך שוין די זמן פון הודו.
ענדליך ער איז שוין פארטיג געווארן (ברכות + הגומל חסדים טובים) און איך פאנג אן לעולם יהא אדם וכו' איך פאר אריין אין די קרבנות, מהאלט שוין פאר קח לך סמים, די זייגער ווייזט שוין 7 מינוט פאר הודו, און סקומט אריין א איד און קוקט זיך ארום, אויף זיינע גרויסע האר האב איך גלייך דערקענט אז ער איז אין יאר ל"ע, ער פרעגט ארום דעם עולם צו ס'דא א חיוב, און מען זאגט איהם אז ניין, אבער מווארנט איהם אן אז מהאלט שוין כמעט ביי הודו און ער זאל זיך צויאגן, פיין, ער קליידט זיך אן מיטן טלית און דרייעט ארויף די תפילין, אונטער צוויי מינוט שטייט ער שוין ביים עמוד, און.... פארשטייט זיך, ער איז דאך א חיוב, פאנגט ער אן ברכות (גיי פרעג פארוואס נאר ווען מען איז א חיוב פאנגט זיך אן די דאווענען פארן עמוד פון ברכות, און נישט סתם אזוי ווען מען גייט צו...).
איך האלט מיר איין דעם אטעם, און ענטפער אמן אויף יעדן ברכה, ענדליך גיי איך שוין ווייטער מיט פארנט, כ'האלט שוין אינמיטן פטום הקטורת, און דא האב איך געפלאצט:
ס'איז שוין דריי מינוט פאר הודו, און א אינגערמאנטשיקל, מיט נאסע פאה'לעך, קוקט אויס ער האט חתונה געהאט אין די לעצטע חודש, קומט אריין אין ביהמ"ד אנגעטוהן מיט טו"ת, און שטעלט זיך א טיש אונטער מיר, און הייבט אן דאווענען מיט א מתיקות און א רואיגקייט (וואו יאגט ער זיך דען?!), ער פאנגט אן מה טובו, אדון עולם, און ער הייבט אן צו זאגן ברכות הויעך אויפן קול מיט א התלהבות און מתיקות, ציעט אויס יעדעס ווארט (צוזאמען מיט מיינע נערוון...) כמונה מעות, און ב"ה אויף ווען דער בעל תפלה האט געזאגט קדיש האט ער שוין געהאט געענדיגט די ברכות, און איך שטיי נאך ווי א גולם אינמיטן פטום הקטורת....
דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז היינט קומט אי"ה אן ארטיקל דא אויפן וועלטל...
און איך וועל ענדיגן מעין הפתיחה:
זאלסט מיר זיין געבענטשט מיט אלע 'ברכות'! אבער אפשר מעג איך זאגן פון פארנט?!
נ.ב. איך האב נאך א גאנצע באשרייבונג צו שרייבן וויאזוי דער אינגערמאן אונטער מיר האט אראפגעלייגט דעם דאווענען... אבער עוד חזון למועד.
לעצט פאראכטן דורך אונגארישע הייזער אום מיטוואך יולי 10, 2019 2:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יולי 10, 2019 12:11 pm

ש'כח פארן מיך מעורר זיין צו זאגן פון פארנט. איך טראכט שוין לאנג אז אויב מ'זאגט פון פארנט; עקידה מיט'ן רבש"ע; קרבנות, דעס קען אראפברענגען רחמים גמורים וחסדים גלויים אויף כלל ישראל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 10, 2019 12:14 pm

איך האלט שוין לאנג מ'דארף עפענען א כולל אמן
ס'איז נישט בא'טעמ'ט ווען מ'איז אין סקעדזשול, מ'שטעלט זיך צייטליך מ'וויל דאווענען נארמאל, און מ'ווערט אינטעראפטעט עטליכע מאל
אונז ווארט מיר אויפן נעקסטן ארטיקל, איך מיין גראדער דער שנה ראשונה אינגערמאן האט אויך געדוואנט לעצטענס אין מיין מנין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך יולי 10, 2019 12:17 pm

הרב אונגארישער, איר זענט נישט מער ווי גערעכט.
די שאלה פאר די לומדים איז נאר ווי ארבעט מען דאס אויס ע"פ הלכה אז מ'זאל ברויכן ענטפערן אמן.
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:18 pm

מיינסט אוודאי
פאר'מוח'ט האט געשריבן:די שאלה פאר די לומדים איז נאר ווי ארבעט מען דאס אויס ע"פ הלכה אז מ'זאל נישט ברויכן ענטפערן אמן.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 10, 2019 1:20 pm

האט פאסירט אמאל אז הרה"ק ר' איציקל מ'פשעווארסק זצ"ל איז געשטאנען מיטן של יד תפילין שוין אויפן קיבורת גרייט צו מאכן דעם להניח, איז צוגעקומען א איד און געבעטן ער זאל ענטפערן אמן אויף זיינע ברכות, גוט, האט ער אויסגעווארט.

האט זיך יענער גענומען זאגן די ברכות מיט גרויס כוונה, ציילנדיג מלה במלה, האט ר' איציקל געזאגט פאר יענעם "קענסט דיר דינגען א גוי זאל דער ענטפערן אמן, ברוך אתה ה' אלקינו וכו' להניח תפילין....."
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:23 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:האט פאסירט אמאל אז הרה"ק ר' איציקל מ'פשעווארסק זצ"ל איז געשטאנען מיטן של יד תפילין שוין אויפן קיבורת גרייט צו מאכן דעם להניח, איז צוגעקומען א איד און געבעטן ער זאל ענטפערן אמן אויף זיינע ברכות, גוט, האט ער אויסגעווארט.

האט זיך יענער גענומען זאגן די ברכות מיט גרויס כוונה, ציילנדיג מלה במלה, האט ר' איציקל געזאגט פאר יענעם "קענסט דיר דינגען א גוי זאל דער ענטפערן אמן, ברוך אתה ה' אלקינו וכו' להניח תפילין....."


האלא, דו...!
כהאב געוואלט אנפאנגען דעם ארטיקל מיט דעם מעשה און לייגן אינעם קעפל די ווערטער פון ר' איציקל, כ'האב מיך נאר איינגעהאלטן כדי נישט אראפצורייסן די אידן עד הסוף......

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יולי 10, 2019 1:33 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:האט פאסירט אמאל אז הרה"ק ר' איציקל מ'פשעווארסק זצ"ל איז געשטאנען מיטן של יד תפילין שוין אויפן קיבורת גרייט צו מאכן דעם להניח, איז צוגעקומען א איד און געבעטן ער זאל ענטפערן אמן אויף זיינע ברכות, גוט, האט ער אויסגעווארט.

האט זיך יענער גענומען זאגן די ברכות מיט גרויס כוונה, ציילנדיג מלה במלה, האט ר' איציקל געזאגט פאר יענעם "קענסט דיר דינגען א גוי זאל דער ענטפערן אמן, ברוך אתה ה' אלקינו וכו' להניח תפילין....."

:lol: :lol: :lol: :lol:

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 10, 2019 1:41 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:מיינסט אוודאי
פאר'מוח'ט האט געשריבן:די שאלה פאר די לומדים איז נאר ווי ארבעט מען דאס אויס ע"פ הלכה אז מ'זאל נישט ברויכן ענטפערן אמן.

ניין ניין, ער האט גוט געשריבן, מיר ליגט אין קאפ אזא הלכה אז טאמער האלט מען אינמיטן דאווענען און איינער האקט אריין מיט ברכות וכדו' וואס מ'דארף ענטפערן אמן, איז מען נישט מחויב צו ענטפערן
ויבואו הלומדים ויציינו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יולי 10, 2019 1:44 pm

טעם וריח האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:האט פאסירט אמאל אז הרה"ק ר' איציקל מ'פשעווארסק זצ"ל איז געשטאנען מיטן של יד תפילין שוין אויפן קיבורת גרייט צו מאכן דעם להניח, איז צוגעקומען א איד און געבעטן ער זאל ענטפערן אמן אויף זיינע ברכות, גוט, האט ער אויסגעווארט.

האט זיך יענער גענומען זאגן די ברכות מיט גרויס כוונה, ציילנדיג מלה במלה, האט ר' איציקל געזאגט פאר יענעם "קענסט דיר דינגען א גוי זאל דער ענטפערן אמן, ברוך אתה ה' אלקינו וכו' להניח תפילין....."

:lol: :lol: :lol: :lol:

אויב די מעשה איז אמת, האט ער עס געזאגט ווייל ער האט געזעהן אז יענעמ'ס פאמעליכקייט קומט נישט פון צדקות.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:49 pm

נשמה האט געשריבן:ש'כח פארן מיך מעורר זיין צו זאגן פון פארנט. איך טראכט שוין לאנג אז אויב מ'זאגט פון פארנט; עקידה מיט'ן רבש"ע; קרבנות, דעס קען אראפברענגען רחמים גמורים וחסדים גלויים אויף כלל ישראל.


דערמאנסטו מיר, ווען איך האב בר מצוה געהאט האב איך געלייגט תפילין ביי איינע פון די גדולי ישראל שליט"א לרפו"ש, און נאכן מאריך זיין פארן לייגן תפלין מיט די חשיבות פון תפילין און נאך ענינים, האט ער מיר אויך געגעבן א גאנצע שמועס נאכן לייגן תפילין אויף די חיוב צו דאווענען אויפן סדר, און ער האט מיר מסביר געווען אז די סדר התפלה איז געבויעט אויף א ספעציעלן וועג [בפשטות, נישט נאר בקבלה], קודם איז מען מעורר די זכותים פון די עקידה וכו', נאכדעם פאנגט מען אן מיטן מקריב זיין דעם תמיד און די קטורת וכו', ממילא אויב דאווענט מען פון פארנט נאכן דאווענען פארלירט עס די גאנצע חשיבות.
אוי האט ער זיס געזאגט! און כמיין אז בזכותו טאקע ליגט עס מיר אין די ביינער צו זאגן אלעמאל פארנט פארן דאווענען. יעמוד לו לזכות לרפו"ש בקרוב ובמהרה.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:51 pm

מי יודע האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:מיינסט אוודאי
פאר'מוח'ט האט געשריבן:די שאלה פאר די לומדים איז נאר ווי ארבעט מען דאס אויס ע"פ הלכה אז מ'זאל נישט ברויכן ענטפערן אמן.

ניין ניין, ער האט גוט געשריבן, מיר ליגט אין קאפ אזא הלכה אז טאמער האלט מען אינמיטן דאווענען און איינער האקט אריין מיט ברכות וכדו' וואס מ'דארף ענטפערן אמן, איז מען נישט מחויב צו ענטפערן
ויבואו הלומדים ויציינו

נו, דאס מיין איך טאקע, אז ער האט געמיינט צו שרייבן אז מען דארף אויסארבעטן ע"פ הלכה אז מען זאל נישט דארפן ענטפערן אמן אינמיטן דאווענען.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יולי 10, 2019 2:10 pm

ווען דער אין בעק פון מיר נעמצעך זאגן ב-מ-ת-י-נ-ו-ת ברכות קען מען זאך אן עצה געבן. כ'קען דאך דאווענען העכער ווי אים, הערעך נישט וואס יענער זאגט אין שוין...

אבער דער בע"ת וואס קומצעך ווי א שיינער איד א מינוט פאר הודו, אין נעמצעך זאגן ברכות מיטן גאנצן אייפער ווי כאילו ער איז דער איינציגסטער יליד אשה דא, דאס דילד איך נישט!
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מיטוואך יולי 10, 2019 2:18 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:ענדליך ער איז שוין פארטיג געווארן (ברכות + הגומל חסדים טובים) און איך פאנג אן לעולם יהא אדם וכו' איך פאר אריין אין די קרבנות, מהאלט שוין פאר קח לך סמים, די זייגער ווייזט שוין 7 מינוט פאר הודו, און סקומט אריין א איד און קוקט זיך ארום, אויף זיינע גרויסע האר האב איך גלייך דערקענט אז ער איז אין יאר ל"ע, ער פרעגט ארום דעם עולם צו ס'דא א חיוב, און מען זאגט איהם אז ניין, אבער מווארנט איהם אן אז מהאלט שוין כמעט ביי הודו און ער זאל זיך צויאגן, פיין, ער קליידט זיך אן מיטן טלית און דרייעט ארויף די תפילין, אונטער צוויי מינוט שטייט ער שוין ביים עמוד, און.... פארשטייט זיך, ער איז דאך א חיוב, פאנגט ער אן ברכות (גיי פרעג פארוואס נאר ווען מען איז א חיוב פאנגט זיך אן די דאווענען פארן עמוד פון ברכות, און נישט סתם אזוי ווען מען גייט צו...).

ווען עס קומט אריין איינער ממש פאר הודו צו זאגן ברכות גייט מען צו צו אים און מען זאגט אים "אנטשולדיגט איינער האט שוין געזאגט ברכות פאר 10 מינוט צוריק..."
ער איז נאכנישט געווען דא דעמאלסט צו קענען וויסן צו עס איז אמת אדער...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 10, 2019 2:20 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:ענדליך ער איז שוין פארטיג געווארן (ברכות + הגומל חסדים טובים) און איך פאנג אן לעולם יהא אדם וכו' איך פאר אריין אין די קרבנות, מהאלט שוין פאר קח לך סמים, די זייגער ווייזט שוין 7 מינוט פאר הודו, און סקומט אריין א איד און קוקט זיך ארום, אויף זיינע גרויסע האר האב איך גלייך דערקענט אז ער איז אין יאר ל"ע, ער פרעגט ארום דעם עולם צו ס'דא א חיוב, און מען זאגט איהם אז ניין, אבער מווארנט איהם אן אז מהאלט שוין כמעט ביי הודו און ער זאל זיך צויאגן, פיין, ער קליידט זיך אן מיטן טלית און דרייעט ארויף די תפילין, אונטער צוויי מינוט שטייט ער שוין ביים עמוד, און.... פארשטייט זיך, ער איז דאך א חיוב, פאנגט ער אן ברכות (גיי פרעג פארוואס נאר ווען מען איז א חיוב פאנגט זיך אן די דאווענען פארן עמוד פון ברכות, און נישט סתם אזוי ווען מען גייט צו...).

ווען עס קומט אריין איינער ממש פאר הודו צו זאגן ברכות גייט מען צו צו אים און מען זאגט אים "אנטשולדיגט איינער האט שוין געזאגט ברכות פאר 10 מינוט צוריק..."
ער איז נאכנישט געווען דא דעמאלסט צו קענען וויסן צו עס איז אמת אדער...


אלעס פיין און וואויל ביז איינער וואס איז א חיוב, אזא איינער וועט געווענליך נאר האבן טענות אויפן פריערדיגן פארוואס ער האט געזאגט ברכות, אבער זיך נישט צוריקהאלטן פון זאגן נאכאמאל...

אוועטאר
רני פלט
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » מיטוואך יולי 10, 2019 2:45 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ש'כח פארן מיך מעורר זיין צו זאגן פון פארנט. איך טראכט שוין לאנג אז אויב מ'זאגט פון פארנט; עקידה מיט'ן רבש"ע; קרבנות, דעס קען אראפברענגען רחמים גמורים וחסדים גלויים אויף כלל ישראל.


דערמאנסטו מיר, ווען איך האב בר מצוה געהאט האב איך געלייגט תפילין ביי איינע פון די גדולי ישראל שליט"א לרפו"ש, און נאכן מאריך זיין פארן לייגן תפלין מיט די חשיבות פון תפילין און נאך ענינים, האט ער מיר אויך געגעבן א גאנצע שמועס נאכן לייגן תפילין אויף די חיוב צו דאווענען אויפן סדר, און ער האט מיר מסביר געווען אז די סדר התפלה איז געבויעט אויף א ספעציעלן וועג [בפשטות, נישט נאר בקבלה], קודם איז מען מעורר די זכותים פון די עקידה וכו', נאכדעם פאנגט מען אן מיטן מקריב זיין דעם תמיד און די קטורת וכו', ממילא אויב דאווענט מען פון פארנט נאכן דאווענען פארלירט עס די גאנצע חשיבות.
אוי האט ער זיס געזאגט! און כמיין אז בזכותו טאקע ליגט עס מיר אין די ביינער צו זאגן אלעמאל פארנט פארן דאווענען. יעמוד לו לזכות לרפו"ש בקרוב ובמהרה.

ענליכעס זאגט מען נאך אז צו משלים זיין דאס פון פארענט שפעטער, איז ווי אריין נעמען א ציגערעטל אין מויל פון דאס פארקערטע זייט. אלעס האט זיך זיין סדר און צייט און מען קען נישט "עכט" משלים זיין, בדרך כלל איז עס עבר זמנו בטל קרבנו. (עס מאכט נאר פילען גוט)

מען קען עס אנקוקן מיט א אנדערע בליק, אלס ענטפער צום קעפל איז אויב 15 מיניט ארבעט זיך נישט אויס איז א סימן אז מען דארף 20 אדער 25 מיניט. אויב הכנות האט נישט קיין שיעור, דענמאלט האט די הכנות פון דאווענען גופא אויך נישט א שיעור, נאר דער שיעור איז וויפיל מען דארף צו זיין מסודר בריווח.

און וויסן זאלסטו אז ווען איינער זאגט פאר דיר ברכות מלה במלה האט דאס דאווענען ביי אים (און אויך ביי דיר) א אנדערע פנים, און די האסט אים מזכה געווען און האסט דער זכי' געהאט דערצו.

און ועל כולם א יישר כח פאר עפענען דער אשכול און עס נאך אזוי פיין אראפ לייגן. שוין פון לאנג געוואלט אזא אשכול.
לעצט פאראכטן דורך רני פלט אום מיטוואך יולי 10, 2019 3:02 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

אוועטאר
רני פלט
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » מיטוואך יולי 10, 2019 2:50 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ש'כח פארן מיך מעורר זיין צו זאגן פון פארנט. איך טראכט שוין לאנג אז אויב מ'זאגט פון פארנט; עקידה מיט'ן רבש"ע; קרבנות, דעס קען אראפברענגען רחמים גמורים וחסדים גלויים אויף כלל ישראל.


דערמאנסטו מיר, ווען איך האב בר מצוה געהאט האב איך געלייגט תפילין ביי איינע פון די גדולי ישראל שליט"א לרפו"ש, און נאכן מאריך זיין פארן לייגן תפלין מיט די חשיבות פון תפילין און נאך ענינים, האט ער מיר אויך געגעבן א גאנצע שמועס נאכן לייגן תפילין אויף די חיוב צו דאווענען אויפן סדר, און ער האט מיר מסביר געווען אז די סדר התפלה איז געבויעט אויף א ספעציעלן וועג [בפשטות, נישט נאר בקבלה], קודם איז מען מעורר די זכותים פון די עקידה וכו', נאכדעם פאנגט מען אן מיטן מקריב זיין דעם תמיד און די קטורת וכו', ממילא אויב דאווענט מען פון פארנט נאכן דאווענען פארלירט עס די גאנצע חשיבות.
אוי האט ער זיס געזאגט! און כמיין אז בזכותו טאקע ליגט עס מיר אין די ביינער צו זאגן אלעמאל פארנט פארן דאווענען. יעמוד לו לזכות לרפו"ש בקרוב ובמהרה.

נישט נאר צו מעורר זיין די זכותים פון די עקידה, נאר אויך זעלבסט אליין צו זיין גרייט אויף קידוש ה' (פינקט ווי אברהם אבינו און יצחק אבינו), און נאכדעם האט שוין דער ואומרים פעמים באהבה שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד א גאנץ אנדערע פירוש.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 10, 2019 3:47 pm

נשמה האט געשריבן:אויב די מעשה איז אמת, האט ער עס געזאגט ווייל ער האט געזעהן אז יענעמ'ס פאמעליכקייט קומט נישט פון צדקות.

די מעשה איז הונדערט פראצענט אמת, און ס'איז טאקע נישט געקומען פון צדקות, נאר פון טפשות, אזוי ווי דער פאל פון וועלכע דער פוה"א רעדט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך יולי 10, 2019 4:00 pm

אמאל געהערט פון א איד, אז ווער ס'האט א נאמען געגעבן דאס שטיקל דאווענען פאר פסוקי דזמרה, "פארנט", וועט פון גיהנום קיינמאל ארויסגיין, ס'איז עפעס א שטיף קינד? ס'נאר עפעס פארנט, שיינע תפילות פארן דאווענען? ס'איז א געהעריגע חלק פונעם דאווענען. אין א ריזיגע טייל מענטשן זענען טאקע געשלאגן מיט דעם אז מ'קוקט עס אן ווי א שיינע זאך צוזאגן ווען מען האט אמאל איבריג צייט
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
רני פלט
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » מיטוואך יולי 10, 2019 4:04 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:אמאל געהערט פון א איד, אז ווער ס'האט א נאמען געגעבן דאס שטיקל דאווענען פאר פסוקי דזמרה, "פארנט", וועט פון גיהנום קיינמאל ארויסגיין, ס'איז עפעס א שטיף קינד? ס'נאר עפעס פארנט, שיינע תפילות פארן דאווענען? ס'איז א געהעריגע חלק פונעם דאווענען. אין א ריזיגע טייל מענטשן זענען טאקע געשלאגן מיט דעם אז מ'קוקט עס אן ווי א שיינע זאך צוזאגן ווען מען האט אמאל איבריג צייט

ענליכעס, איך האב אמאל געהערט אז מנחה הייבט זיך נישט אן מיט אשרי.

ס'דא א פארענט ביי מנחה אויך.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 10, 2019 4:07 pm

לענין האשכול, ווערט דערציילט, אויפן הייליגן חפץ חיים, ווען ער האט געהאלטן ביים ארויס גיין פון ביהמ"ד נאכן דאווענען, און א פרומיטשקער, האט זיך געשטעלט זאגן ברכות, וואס דער ח"ח האט נישט געקענט ווייטער גיין, נאר געבליבן אויסהערן עד גמירא, און געענטפערט אמן אויף יעדע ברכה.
נאכן ענדיגן, רופט זיך אן דער ח"ח צו אים, און זאגט אים, ר' איד, איר האט מיר געבינדן די הענט, טאקע מיט גאלדענע קייטן (אמן צו ענטפערן איז א גרויסע זאך) אבער דאך געבינדן.


אגב לגבי קרבנות קודם התפלה, שטייט פון דעם רבי'ן ר' מענדעלע רימאנוב'ער, אז ווען דער ציבור זאגט צוזאמען סדר הקטורת, וועט נישט שטערן קיין מחשבות זרות ביים דאווענען, (ויש עוד הרבה דברים חשובים על ענין זה, ואכהמ"ל, אפשר דארף מען מאכן א עקסטערע אשכול, 'לעורר חשיבות אמירת ה'פראנט').
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 10, 2019 4:08 pm

רני פלט האט געשריבן:
אחד מהחבורה האט געשריבן:אמאל געהערט פון א איד, אז ווער ס'האט א נאמען געגעבן דאס שטיקל דאווענען פאר פסוקי דזמרה, "פארנט", וועט פון גיהנום קיינמאל ארויסגיין, ס'איז עפעס א שטיף קינד? ס'נאר עפעס פארנט, שיינע תפילות פארן דאווענען? ס'איז א געהעריגע חלק פונעם דאווענען. אין א ריזיגע טייל מענטשן זענען טאקע געשלאגן מיט דעם אז מ'קוקט עס אן ווי א שיינע זאך צוזאגן ווען מען האט אמאל איבריג צייט

ענליכעס, איך האב אמאל געהערט אז מנחה הייבט זיך נישט אן מיט אשרי.

ס'דא א פארענט ביי מנחה אויך.

'רני פלט' זאגט מען דאך סיי ביי שחרית און סיי ביי מנחה פון פארנט. :lol:
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שלום הלוי
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 8:27 pm

תגובהדורך שלום הלוי » מיטוואך יולי 10, 2019 6:37 pm

מי יודע האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:מיינסט אוודאי
פאר'מוח'ט האט געשריבן:די שאלה פאר די לומדים איז נאר ווי ארבעט מען דאס אויס ע"פ הלכה אז מ'זאל נישט ברויכן ענטפערן אמן.

ניין ניין, ער האט גוט געשריבן, מיר ליגט אין קאפ אזא הלכה אז טאמער האלט מען אינמיטן דאווענען און איינער האקט אריין מיט ברכות וכדו' וואס מ'דארף ענטפערן אמן, איז מען נישט מחויב צו ענטפערן
ויבואו הלומדים ויציינו

דא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 9&pgnum=33 שרייבט די שבט הלוי אז אויב סשטערט פון דאווענען איז מען נישט מחיוב צו ענטפערען אמן

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 10, 2019 6:53 pm

אני בעניי האב מיר איינגעפירט אז איך ענטפער בלויז איינמאל אמן אויף ברכות, מער פון דעם שטאפ איך צו מיינע אויערן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג יולי 11, 2019 8:41 am

שפיגליצקי האט געשריבן:אני בעניי האב מיר איינגעפירט אז איך ענטפער בלויז איינמאל אמן אויף ברכות, מער פון דעם שטאפ איך צו מיינע אויערן.

דו ביזט פון דו מענטשן וואס שעמען זיך נישט צו פארשטאפן די אויערן ווען ס'קומט צו לשון הרע?... (כדאיתא בח"ח)
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט