בלאט 7 פון 8

בס"ד

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:18 am
דורך טובי' מאיר ניימאנן
אויך איז דא אסאך מעשות וויא ארימעלייט זענען געזעסען ביים רבין און די גבאים האבען געבעטען מען זאל זיך צואאיילען ווייל עפעס א פריץ וויל אריין און זיי האבען זיך נישט וואוסענדיג געמאכט,
דרך אגב וויל איך צוגעבען אז דער רבי אליינס האט קיינמאל נישט מכבד געוועהן אן עושר מער וויא סתם א איד, אין צימער פריוואט ווייס איך נישט אבער בגלוי האב איך געזעהן אז דער ארימאן האט באקומען דעם זעלבען לחיים און גוט שבת און שריים וכו' וויא דער וועלטס גביר,
פאר א בנש"ק און ווער רעדט נאך א תלמיד חכם, דארט האט מען געזעהן אן עקסטערע התקרבות און כיבודים,

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:24 am
דורך nmi
מצלמה האט געשריבן:ביים טאהשער רבי׳ן זצ״ל איז געווען אזא מעשה.

א חשובער איד א גרויסער נצרך איז געקומען זיך געזעגענען ביים טאהשער רבי׳ן, און זיך געוואלט אויסוויינען ווי שווער עס גייט אים מיט חובות וכדומה.

שטייינדיג אין ליין, זעהט ער דעם גרויסן עושר אנקומען און גלייך אריין צום רבי׳ן און ער ווארט ווי א יאקעל. ער קלערט ביי זיך, יא אויך טאהש איז קארופטירט. איך שטיי אזוי לאנג און דעם פענסי חברה-מאן לאזט מען אריין פארוואס, ווייל ער האט א פאר טאלער.

עניוועי, דער איד גייט אריין און טאהשער רבי גיט אים אהין אן ענוועלאפ אנגעפולט מיט קעש. א קיימא לן פון עשרת אלפים ככר כסף.

דער נצרך גייט ארויס און לייגט עס אריין אין בוזעם טאש, און זיינע אויגן באגעגנען זיך מיט די שארפע אויגן פונעם פענסי עושר, וועלכער באמערקט אז דער רבי האט אהינגעגעבן ״זיין״ ענוועלאפ מיט הארטע מזומן.

דער עושר פלאצט און דער ארימאן כאפט שנעל וואס דא איז פארגעקומען...

כדי ער זאל קענען באקומען זיין ענוועלאפ, האט דער רבי קודם געמוזט אריינלאזן דעם עושר... אוודאי האט ער געמוזט ווארטן...


אויב קארופציע, שפירט עס יעצט דער עושר...

א מעשה שהיה.

כפי ידיעתי גייט די מעשה א טראפקעלע אנדערש.

די רבי האט געזעהן ווי דער ארעמאן וויל אריין קומען און ער האט געוויסט וואס דער יוד וויל. ער האט געזעהן אז דארט שטייט אויך דער עושר האט ער געזאגט פארן ארעמאן אז ער זאל קודם אריין לאזן דעם עושר. דא האט ער שוין געפלאצט... וכו'

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:29 am
דורך צו געזונט
און דעם נאמען פון דעם עושר, ווי איך האב דאן געהערט איז געווען קאהן פון מאנטרעאל. דער קבצן האט געכאפט א היטש מיט אים קיין מאנטרעאל, און דערזעהן ביי יענעם זיין קאנווערט, אזוי ווי עס שטייט און גייט
עניוועיס. צוריק צו די קאפיטאליסטישע הגהות, לאז ארויס ערצעהלונגען אין פארזעצונגען

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:34 am
דורך חושב מחשבות...
ווי אנדערע האבן שוין ערווענט אז למעשה פעלט אויס אז דער בעל הדעה זאל האבן אביסל מאה.

אבער די עצה איז נישט אריינצושטעלן פארטרעטערס פון די עמך קלאס, ווייל זיי וועלן דיר נישט רעספעקטירן, ס'פעלט אויס א געוויסע מאס געטריישאפט און הקרבה צו אויפבויען אזא טיעם אין קהל, און רובא דרובא די וואס מאכן די החלטה וועם אריינצונעמען זענען אידן וואס האבן נאך צענדליגע אינטערעסן אין יעדע החלטה פון קהל וואס אפעקטירט אומדירעקט זייער פריוואטע לעבן, און ס'איז זיי באמת שווער צו אויפגעבן אויפן הנאה פון פירן א ציבור ככל העולה על רוחם... און רוב מאל די וועם זיי נעמען אריין אין קהל זענען זייערע אלעאירטע אין ביזנעס אדער אנדערע אינטערעסן..

די עצה איז בפשטות אז יעדע איד באשר הוא שם זאל זיך אליינס פראבירן אוועקצושטעלן אויפן דרך המלך אן דארפן זיין אנגעוויזן צו די טובות פון קהל, ווארט נישט ביז די סיסטעם וועט זיך טוישן, ווייל ס'וועט נישט אזוי שנעל געשען, אויב בכלל.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:44 am
דורך טישטוך
קיינער האט טאקע נישט געבעטן אריינצוגיין אין קהל'ס באורד, בסך הכל בעט מען זיך אז מען זאל זיך רעכענען מיטן ארעמער קלאס אביסעלע מער, ווייל נישט יעדער האט די פאר טויזענט דאלער וואס ווארט אריינצוקומען יעדע וואך און מאנכע לעבן אפילו אין מינוס.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:55 am
דורך שטארק זיך
עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:58 am
דורך nmi
; ;l;p-
שטארק זיך האט געשריבן:עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:59 am
דורך שרייזשע
שטארק זיך האט געשריבן:עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

:roll:

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:05 am
דורך שפיגליצקי
שטארק זיך האט געשריבן:עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

איך האף אז דאס איז נאר א וויץ.

אבער די האס וואס דא איז דא צו די עשירים איז נישט פשוט, יא פשוט, פשוט קאמוניזם!! יא יא! שיין דערלעבט!

דער גאנצער באגריף אז דער עושר איז רייך אויף מיין פעי טשעק איז ריין קאמוניזם! אפשר זאגסטו מיר וואו דער עושר האט דיר בא'גנב'עט אין זיינע פערזענליכע פארמעגנס? דו האסט אפשר א דירה אדער אפיס אין מאנהעטן צו וואס? אדער ווייסעך וואו אין אמעריקע, פון וואו די אלע נגידים שארן געלט ב"ה.

פארוואס טאר ער נישט זיין קיין מוצלח?? ווייל דו ביסט נישט??

איך רעד נישט יעצט לגבי זיינע החלטות אין די הנהלה, איך רעד לגבי זיין עשירות פערזענליך, ס'איז שטארק ניכר פון אסאך ניק'ס דא אז אלעס הייבצעך אן פון קנאה.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:12 am
דורך פעטער שמואל
שטארק זיך האט געשריבן:עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

איך קען נאר די אויסנאמס.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:13 am
דורך nmi
שפיגליצקי האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

איך האף אז דאס איז נאר א וויץ.
.

כ'בין נישטא צו פאמפן קיין עשירים אבער געווענטליך איז אן עושר א מענטש מיט היבש א קלארערע דעת און פארשטאנד אווי די המון עם. מיט אן עושר קען מען זיך אדורך שמועסן ענינים וואס סתם מענטשן וועלן דיר נישט וויסן וואס דו ווילסט בכלל אדער וועלן זיי האבן נגיעות וואס דער עושר האט נישט. דער עושר האט זיך זיינע נגיעות אבער אנדערע וואס שטערט נישט עפ"י רוב ווען מ'רעדט זיך אדורך מיט אים און ער קען זיך מער באהערשן דערמיט.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:17 am
דורך שפיגליצקי
nmi האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:כ'בין נישטא צו פאמפן קיין עשירים אבער געווענטליך איז אן עושר א מענטש מיט היבש א קלארערע דעת און פארשטאנד אווי די המון עם. מיט אן עושר קען מען זיך אדורך שמועסן ענינים וואס סתם מענטשן וועלן דיר נישט וויסן וואס דו ווילסט בכלל אדער וועלן זיי האבן נגיעות וואס דער עושר האט נישט. דער עושר האט זיך זיינע נגיעות אבער אנדערע וואס שטערט נישט עפ"י רוב ווען מ'רעדט זיך אדורך מיט אים און ער קען זיך מער באהערשן דערמיט.

איך בין נישטא זיך צו קריגן מיט דיר, אבער נאכן מאכן א ליסטע פון אלע עשירים אין מיין קהלה זעה איך אז ס'נישטא פון זיי קיין דריי קלוגע, ניין, נישט יעדער איז ממש א שוטה משוטה, אבער ווייט ווייט פון קלוג.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:19 am
דורך מצלמה
זיי זענען נישט קין קאמוניסטן. ניטאמאל סאושליסטן.

זיי האבן פשוט אלטמאדישע קנאה צום עושר וועלכער פארט פוירסט קלאס, שטענדיג עולה שלישי / מפטיר און באקומט די שענסטע הקפה וכו׳

איז ער נאך אין אלע הנהלות / באורדס / חברי הנהלה פון די ישיבה, נואם הכבוד / רודף צדקה וחסד אווארד וכו׳ וכו׳


יא. מ׳פארגינט אים נישט.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:22 am
דורך בבל
מצלמה האט געשריבן:זיי זענען נישט קין קאמוניסטן. ניטאמאל סאושליסטן.

זיי האבן פשוט אלטמאדישע קנאה צום עושר וועלכער פארט פוירסט קלאס, שטענדיג עולה שלישי / מפטיר און באקומט די שענסטע הקפה וכו׳

איז ער נאך אין אלע הנהלות / באורדס / חברי הנהלה פון די ישיבה, נואם הכבוד / רודף צדקה וחסד אווארד וכו׳ וכו׳


יא. מ׳פארגינט אים נישט.

אויך א שיינע בעל תפילה

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:26 am
דורך שפיגליצקי
מצלמה האט געשריבן:זיי זענען נישט קין קאמוניסטן. ניטאמאל סאושליסטן.

זיי האבן פשוט אלטמאדישע קנאה צום עושר וועלכער פארט פוירסט קלאס, שטענדיג עולה שלישי / מפטיר און באקומט די שענסטע הקפה וכו׳

איז ער נאך אין אלע הנהלות / באורדס / חברי הנהלה פון די ישיבה, נואם הכבוד / רודף צדקה וחסד אווארד וכו׳ וכו׳


יא. מ׳פארגינט אים נישט.

קנאה איז איין זאך, אבער זאגן אז ער איז רייך געווארן אויף מיין פעי טשעק איז יא קאמוניזם.

אייגנטליך, קאמוניזם האט נאר געהאט א פלאץ צוליב די אלטמאדישע איינגעגעסענע קנאה צום עושר.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:39 am
דורך מצלמה
געווען א היימישער באקאנטער מיליאנער, וועלכער האט אוועקגעגעבן מיליאנען פאר צדקה, יעדער ווייסט וועמען איך מיין...

דער מיליאנער איז ליידער געווארן א יורד. ר״ל. און אלע כיבודים, הנהלות, עצות, חברים, גוטע פריינט וכו׳ וכו׳ האבן זיך אויפגעהערט (ווי פארשטענדליך).

האט עא געפרעגט מיט איראניע:
ממילא מיין געלט האב איך פארלוירן.

אבער צי האב איך אויך פארלוירן מיין חכמה?
קיינער קומט מיר מער נישט פרעגן קיין עצות?
מיין לערנען האב איך אפשר אויך פארלוירן האט ער געפרעגט?

ווייל אמאל פלעגט מען אים רופן פארהערן די קינדער אין חדר...
ביז ביז ביז !!!

מעשה שהיה דאהי!

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 7:06 am
דורך ברוך מ'לאנדאן
שטארק זיך האט געשריבן:עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

איז צו וואס שרייבט די רבי ר'נחמן אין לקוטי מהר'ן א הסבר פארוואס די עשירים זענען טיפשים ציליב די שרש פון זייערער נשמות??

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 8:59 am
דורך ריטשמאנדער איד
אינטרעסאנט אז קיינער האט נאכנישט דערמאנט דעם נייעם ישוב אין סטעטן איילענד וואס האט זיך געבויעט דורך ״לאוער מידדל קלעסס״ משפחות. סהאלט אין איין וואקסען אויף א גרעסס ראאטס (grass roots) מהלך. דהיינו, אינדיווידועלע אידען מיט זייער משפחות ,נישט קיין ספיציפישע קהילה אפיס, ביזנעס, געלט הונגעריגע עשירים, אדער עסקנים שונים ומשונים, נעמען זייער לעבן אין די הענט אריין און ציען זיך צו א שיינעם, רוהיגען, עפארדעבל געגנד. נאך א שטיק צייט האבן ב״ה ארויס געשפראצט בתי מדרשים, מקוואות, פלעיגרופס, וכדו׳, ועוד ידם נטויה.
עס קוקט מיר טאקע אויס אז די גבירים און עסקנים פונעם אפפער קלעסס און רולינג (ruling) קלעסס אין אונזער סאססייעטי קרומען נאך אביסל מיט די נאז אויף אונזער הערליכע געגנד. אויך אסאך פון די גאר לאוער קלעסס מתוכנו ווייסן נאך נישט גענוי ווי אזוי מסביר צו זיין דער תופעה פון סטעטן איילענד. היתכן אז נישט עסקנים, צדיקים, רביס ומשמשים, האבען דאס געפיהרט, און זענען בראש פון דער פלאץ? אבער לענ״ד איז דאס נאר א מעטטער אוו טיים. קושטא קאי, נארמאלקייט און סעניטי (sanity) וועט איבערוועגען בעז״ה.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 9:19 am
דורך נעגלוואסער
ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:עשירים זענען בדרך כלל קלוג.
אויסנאמס פארהאן

איז צו וואס שרייבט די רבי ר'נחמן אין לקוטי מהר'ן א הסבר פארוואס די עשירים זענען טיפשים ציליב די שרש פון זייערער נשמות??

ווענד זיך צו וועם מ'רעדט איינער וואס איז נעבעך מקנא פאר די שרייבט ער און ליקוטי מוהר"ן אז די שורש נשמה..... וואטעווער.....
און פאר איינער וואס איז א פארגינער זעהט קלאר ווי עשירים האבן אסאך מאל א שכל הישר ווען מקומט זיי פרעגן ביזנעס שאלות

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 9:23 am
דורך נעגלוואסער
מצלמה האט געשריבן:געווען א היימישער באקאנטער מיליאנער, וועלכער האט אוועקגעגעבן מיליאנען פאר צדקה, יעדער ווייסט וועמען איך מיין...

דער מיליאנער איז ליידער געווארן א יורד. ר״ל. און אלע כיבודים, הנהלות, עצות, חברים, גוטע פריינט וכו׳ וכו׳ האבן זיך אויפגעהערט (ווי פארשטענדליך).

האט עא געפרעגט מיט איראניע:
ממילא מיין געלט האב איך פארלוירן.

אבער צי האב איך אויך פארלוירן מיין חכמה?
קיינער קומט מיר מער נישט פרעגן קיין עצות?
מיין לערנען האב איך אפשר אויך פארלוירן האט ער געפרעגט?

ווייל אמאל פלעגט מען אים רופן פארהערן די קינדער אין חדר...
ביז ביז ביז !!!

מעשה שהיה דאהי!

יא מיר קענען א איד ווען ער האט בר מצווה געמאכט א בחור זענען אלע רבנים פון שטאט געקומען
ביי די חתונה פון די בחור ליידער איז שוין געווען נאך די ירידה האט מען געדארפט רופן סעקאנד קאזינס זאלן זיצן מיט שטריימלעך ביי די חתונה ווייל סאיז געווען ליידיג און זאל

האט ער דעמאלטס געפרעגט די קשיא

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 9:29 am
דורך ר' יום טוב
עס איז דא גענוג אנדערע אשכולות וואס זענען געריכטעט קעגן די צווייפלהאפטיגע שאפן און לעבן פון היימישע עשירים.

אבער דא איז די נושא גאר א צווייטע.

קיינער האט נישט קיין טענות אויפן עושר. מען איז בלויז מציע אז יעדער זאל האבן א ווארט אויף זיין אייגענע געלט, גענוי ווי עס איז איינגעפירט אין די גאנצע קאפיטיליסטישע וועלט.

און ביטע נישט אדאפטירן קאפיטיליזם צו בארעכטיגן קאמיניזם....

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 10:04 am
דורך לב בשר
שפיגליצקי האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:כ'בין נישטא צו פאמפן קיין עשירים אבער געווענטליך איז אן עושר א מענטש מיט היבש א קלארערע דעת און פארשטאנד אווי די המון עם. מיט אן עושר קען מען זיך אדורך שמועסן ענינים וואס סתם מענטשן וועלן דיר נישט וויסן וואס דו ווילסט בכלל אדער וועלן זיי האבן נגיעות וואס דער עושר האט נישט. דער עושר האט זיך זיינע נגיעות אבער אנדערע וואס שטערט נישט עפ"י רוב ווען מ'רעדט זיך אדורך מיט אים און ער קען זיך מער באהערשן דערמיט.

איך בין נישטא זיך צו קריגן מיט דיר, אבער נאכן מאכן א ליסטע פון אלע עשירים אין מיין קהלה זעה איך אז ס'נישטא פון זיי קיין דריי קלוגע, ניין, נישט יעדער איז ממש א שוטה משוטה, אבער ווייט ווייט פון קלוג.

אין חכם כבעל נסיון... הגם דו קענסט דעם עושר פון ישיבה אלס נישט דער גרויסער חכם, איז ער געווארן אויסגעריבן אלס האנדלען... דער ארימאן קען נאך זיין גאר אסאך קלוגער אין חכמת הנפש וכו׳ וכו׳ אבער דער עושר האט עקספיריענס אין דער עולם עשי׳...

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:48 pm
דורך ריטשמאנדער איד
קעמפ איז וויכטיג פאר חינוך לכל הדיעות. עשירים זענען דאס נישט קובע בכלל.
חתונות און אללע רילעטעד עקספענסעס זענען נקבע געווארען פאר פופציג יאהר צוריק ווען מענשען האבען נישט געהאט אזעלכע גרויסע משפחות, און האבען פארדינט מער.
עסנווארג איז ארויס פון פראפארציע היינט. און יעדער איינער דארף טאקע שפארן און קויפמן לויט זיין עפארדיביליטי.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:04 pm
דורך פארווייטאגט
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:קעמפ איז וויכטיג פאר חינוך לכל הדיעות. עשירים זענען דאס נישט קובע בכלל.


איהר ווייסט וואס נאך איז וויכטיג לכל הדעות? וואס קיין איין מוסד כמעט האט נישט? הייב אן ביי קלענערע כיתות און גרעסערע שפיל פלעצער וכו'.

אבער אז עס איז נישטא ווער עס זאל באצאלן, טוט מען גארנישט דערוועגען.

די זעלבע זאך מיט אונזער הייליגער קעמפ, אז עלטערן קענען נישט באצאלן, זאל עס זיין ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין, מ'טאר נישט גנב'נן.

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 2:06 pm
דורך אונגארישע הייזער
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:קעמפ איז וויכטיג פאר חינוך לכל הדיעות.


מהיכי תיתי די הנחה?
ממילא אויף יונגלעך פארשטיי איך אפשר, אבער מיידלעך?! ווער עס האט א מיידל אין קעמפ קען אליין מעיד זיין צו מ'ווערט דארטן מחונך אדער להיפך...