בלאט 6 פון 8

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 5:05 am
דורך פומפדותא
שפיגליצקי האט געשריבן:קיין שום מוסד וואס האט א דעפיציט זוכט זיך נישט קיין איבריגע הוצאות מיטן חשבון אז מ'וועט דאס שוין אפבעטן פונעם עולם, און זיכער נישט א מוסד וואס באלאנגט פאר א קהלה וואס מוז אקצעפטירן די וואס באלאנגען צו יענע קהלה.

מ'רעדט דא פון קליינליכע הוצאות וואס וועלן אפשר פארמינערן די הוצאות מיט עטליכע הונדערט טויזנט דאללאר א יאר, צוטייל דאס צווישן אלע עלטערן וועט דאס אויסקומען ארום הונדערט דאללאר פער טאטע, אדער אפשר הונדערט פופציג, א יאר!

פאר דעם דארף מען ארימעלייט אין די הנהלה?

יא, פארדעם דארף זיין א הנהלה פון ארימעלייט.

ווייל אויב עס וועט זיין א הנהלה פון אידן וואס א צווייטנס דאלער האט חשיבות וועסטו אויסגעפונען אז מען קענען סעיווען הונדערט דאלער א חודש פער טאטע.

עס קענען לכאורה מעיד זיין גענוג אידן אז ווען געוויסע נגידים זענען געווארן א חלק פון זייער מוסד'ס הנהלה איז די שכ"ל פרייז געוועהן די ערשטע טארגעט.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 6:52 am
דורך דברים אלו
פומפדותא האט געשריבן:דער פותח האשכול האט ארויסגעברענגט זייער א שטארקע נקודה, און איך וויל דאס אויסשמועסן.

ליידער א גרויסן טייל פון אונזער ציבור זענען שווערע ארבייטערס, אינגעלייט וואס ארבייטען מן הבוקר עד הערב צו לייגן ברויט אויפן טיש.

די מענטשען פארגינען זיך נישט קיין מותרת, נישט קיין טשאקעלאדעס אויף שבת, נישט קיין רעסטעראנטען, נישט קיין סטעיק, זיי קוקען אויף די פרייז אין גראסערי פאר זיי קויפן א פראדוקט, זייערע קינדער ירשנן די קליידער נישט נאר פון די עלטערע געשוויסטער נאר פון די קאזינס אויך, די אידן וואוינען אין קליינע דירות און אזוי אויך מוטשענען זיי זיך דאס צו באצאלן, די אידן גייען קיינמאל אויף וואקאציע, די אידן קויפן נאר א שיך ווען עס איז צוריסן און מען קען עס נישט פארעכטן, כהנה וכהנה קען מען אויסרעכענען.

ס'איז זייער ווייטאגליך אבער ווען עס קומט צו שכ"ל רייסט מען לעבעדיג שטיקער פון אט די אינגעלייט, קיינער האט אויף זיי נישט קיין רחמנות, ער האט דאך א זשאב, יעדעס יאר קומט א פרישע העכערונג, ווען ער קומט פארהאנדלען גייט ער ארויס מער צוקלאפט וואו ווען ער האט אנגעפאנגען.

אויב זאל מען אויסרעכענען זיין חלק אין דעם מלמד, מנהל, און די לעקטער, (טראנספערטאציע צאלט ער עקסטער) וועסטו זעהן אז דער אינגערמאן האט איבערגעצאלט, איך רעד ניטאמאל פון תקנות ר' יהושע בן גמלא אז דער ארעמאן צאלט ווייניגער.

איי וועסטו פרעגן פארוואס קען די מוסד נישט דעקן, די תירוץ איז די מותרות.

דער אינגערמאן אין זיין פרייוואטער לעבן איז א מסתפק במועט, פארוואס רייסט מען שטיקער פון איהם, פאר מען העכערט שכ"ל דארף די הנהלה זיך פרעגן, אפשר דארף נישט זיין מארבעל פלארס אין מוסדות, אפשר דארף נישט זיין אזוי פיל סעקערעטעריס אין אפיס, אפשר דארף נישט זיין אזוי פיל סגן מנהל'ס, אפשר דארפן נישט די קינדער אהיים ברענגען יעדן שני וחמישי א גאנץ ביכל, כהנה, וכהנה.

דאס איז די סיבה פארוואס עב דארף זיך געפונען אין יעדע הנהלה אינגעלייט וואס א צווייטנס דאלער האט א חשיבות ביי זיי.

ניכרים דברי אמת און יעדע קלאס איז דא 25 קינדער און א מלמד מאכט ארום 600 דולר א וואך ....מאך אליין די חשבון

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 9:24 am
דורך קרייסלער
אויב איז דא טענות אויף די וועג וויאזוי א מוסד ספענד זייער געלט דארף מען ליבערשט א פארענזיקס אקאונטענט צו זעהן ווי מקען שפארן ממון הקדש
האבן צוואה צוואנציג עניים אינעם באורד וועט גארנישט העלפן

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 9:27 am
דורך farshlufen
כ'ליין און ליין דא, כ'האב איין איינדרוק אז לא פליגי, הא לן והא להו, יעדע מוסד איז אנדערש אוווקגעשטעלט און יעדער רעדט פון זיין הנהלה.

ועוד יש להאריך, אבער נישט ברבים.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 9:39 am
דורך א גוטן
געדענק מיר נאך כד הוינן טליא אין טרופ עוו אין די מ יארן איז געווען מנהל ר׳ משה פר״מ זז״ג אויף כיתות ו-ז-ח-ט. יעדע יארגאנג האט געהאט אין עווערעדש 5 קלאסן און ער איז געווען מנהל אליינס אויף אלע 20 קלאסן, נישט געווען קיין סגן מנהל. היינט איז דא אין יעדע ברענטש בערך 12 קלאסן און סאיז דא מנהל מיט א סגן מנהל. פעלט דאס באמת אויס?

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 9:52 am
דורך רודף שלום
וועלכער מענטש וואס ארבעט שווער אגאנצן טאג, און האט פרעשור און קאפוויי צו קענען דעקן דעם חודש ביי זיך אינדערהיים, איז אינטערסירט אין די קאפוויי פון מאכן דעסידזשענס און דעקן דעם בודזשעט פאר די מוסדות?? אפשר וועגן דעם זענען נישט דא קיין עמך אידן אין די הנהלה?

וויפיל פון די מענטשן וואס האבן טענות, זענען גרייט אריינצולייגן א פינגער אין קאלט וואסער? איך האלט אויך אז די מוסד וואו איך שיק מיינע קינדער פירט א אומאויסגעהאלטענע בודזשעט. אבער ווילאנג איך האלט מיך נישט ביים אראפזעצן צולייגן קאפ און מוח צו זעהן וואס מ'קען בעסער מאכן, האב איך נישט קיין טענות צו קיינעם.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 9:53 am
דורך צייט שטיפער
farshlufen האט געשריבן:צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.

הה"ד אז עס איז נישטא קיין באנק דארף מען נישט קיין טיש

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 10:11 am
דורך נעגלוואסער
א גוטן האט געשריבן:געדענק מיר נאך כד הוינן טליא אין טרופ עוו אין די מ יארן איז געווען מנהל ר׳ משה פר״מ זז״ג אויף כיתות ו-ז-ח-ט. יעדע יארגאנג האט געהאט אין עווערעדש 5 קלאסן און ער איז געווען מנהל אליינס אויף אלע 20 קלאסן, נישט געווען קיין סגן מנהל. היינט איז דא אין יעדע ברענטש בערך 12 קלאסן און סאיז דא מנהל מיט א סגן מנהל. פעלט דאס באמת אויס?

די אלטע און די מוסדות זענען נאר פאר די נאמען און דרשות מ'קען זיי נישט סתם ארויסווארפן ווייל זיי זענען אלט געווארן נעמט מען אויף יונגע כוחות וואס פירן באמת די חדר

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 10:20 am
דורך לאז געמאכט
רודף שלום האט געשריבן:וויפיל פון די מענטשן וואס האבן טענות, זענען גרייט אריינצולייגן א פינגער אין קאלט וואסער? איך האלט אויך אז די מוסד וואו איך שיק מיינע קינדער פירט א אומאויסגעהאלטענע בודזשעט. אבער ווילאנג איך האלט מיך נישט ביים אראפזעצן צולייגן קאפ און מוח צו זעהן וואס מ'קען בעסער מאכן, האב איך נישט קיין טענות צו קיינעם.

כ'האָב פאר אייך נייעס, אויב וועט איר זיך יא אראפזעצן און צולייגן קאפ און מח וועט איר זייער מעגליך אנקומען צו די זעלבע מסקנות ווי די וואס טון עס יעצט...


עס מיינט נישט אז 'אלעס' וואס איז יעצט מוז אזוי בלייבן אדער איז גוט, פוינט איז אז פון 'אינעווייניג' זעהן זאכן אויס גענצליך אנדערש ווי פונדערויסן. מען קען עס שטארק זעהן ביי די אלגעמיינע פאליטישע וועלט, מענטשן לויפן צום ציבור און רעדן ווי גרויסע צולייגער, ביז זיי דערזעהן זיך אינעווייניג טוישט זיך פלוצלינג די ניגונים ַַ

דאָס איז נישט ווייל זיי האבן געוואלט איינ'נער'ן דעם ציבור, ס'איז פשוט ווייל ווען מ'קומט אן אינעווייניג טרעפט מען אנאנדערע בילד. מען זעהט אז זאכן וואָס קוקן אויס זינלאז האט זייער גוטע סיבות, און אז זאכן וואס מוזן באמת געטוישט ווערן, טוישט זיך זייער נישט גרינג עס גייט האבן א דאמינאו עפעקט אויף צען אנדערע זאכן וכו'

דאָס איז אמת אויב דער נייער גייט צו מיט שכל, אז נישט טוט ער ווילדע שריט און זייט אן א חורבן לדורות, צען אנדערע האבן געדארפט פארעכטן וואס דער חכם האט אנגעווערטשאפט, עס איז גרינג צו נעמען א גרויסע מעסער און שניידן אן רחמנות, אבער אויב די אפעראציע איז געלונגען, דער פאציענט האט עס נאר נישט איבערגעלעבט איז מען חוזק

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 12:30 pm
דורך פומפדותא
איך בין יעצט געזיצן מיט א אינגערמאן, דערציילט ער מיר אז אין די מוסד וואו ער שיקט זיינע קינדער, איז א שטיק צייט צוריק אנגעקומען א נייע הנהלה וואס באשטייט פון גבירים, ווייזט מיר דער אינגערמאן אז זיין שכ"ל ביל איז ארויף געגאנגען מיט 40 פראצענט זייט די גבירים האבן אנגעהויבן זאגן דעות.

פירושים זענען איבריג!

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 1:55 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
די ענטפער אויף די עצם קשיא פונעם אשכול און איר קעפל איז זייער פשוט אין איין ווארט: נאטור!

די נאטור איז אז יעדער טוט וואס איז גוט פאר זיך, און דער וואס האט מער (און איבריג) געלט האט מער ריסאורסעס זיך צו פארזיכערן סוקסעס אין דעם הינזיכט.

די נאטור איז אז עשירים זענען עומד בראש, די נאטור איז אז די פשוט'ע המון עם ליידט דערפון, און די נאטור איז אז די פשוט'ע המון עם איז אנגעווייטאגט דערויף.

די איינציגסטע זאך וואס קען עס טוישן למוטב איז צו צוברעכן די נאטור און איינפירן תקנות (וואס נאטורליך איז די וועלט נישט באשאפן געווארן דערמיט) צו פארזיכערן אז זאכן גייען צום בעסערונג פאר די פשוט'ע המון עם.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 2:21 pm
דורך דממה דקה
נעגלוואסער האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:געדענק מיר נאך כד הוינן טליא אין טרופ עוו אין די מ יארן איז געווען מנהל ר׳ משה פר״מ זז״ג אויף כיתות ו-ז-ח-ט. יעדע יארגאנג האט געהאט אין עווערעדש 5 קלאסן און ער איז געווען מנהל אליינס אויף אלע 20 קלאסן, נישט געווען קיין סגן מנהל. היינט איז דא אין יעדע ברענטש בערך 12 קלאסן און סאיז דא מנהל מיט א סגן מנהל. פעלט דאס באמת אויס?

די אלטע און די מוסדות זענען נאר פאר די נאמען און דרשות מ'קען זיי נישט סתם ארויסווארפן ווייל זיי זענען אלט געווארן נעמט מען אויף יונגע כוחות וואס פירן באמת די חדר

די אינגע פרישע האבן אויך סגן'ס.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 2:59 pm
דורך היימישער הייקער
רובא דרובא עלטערן וועלן נישט זיין צופרידען אויב די מוסד וואלט צוגעשטעלט פאר די קינדער נאר וואס מען האט צוגעשטעלט פערציג יאר צוריק.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 3:41 pm
דורך דממה דקה
וויפיל עלטערן ווילן אז די קינדער זאל גיין אין קעמפס? ריכטיג די נושא דא איז נישט קעמפס נאר אלעס, באט קעמפס איז דעפינעטלי א זאך וואס מוסדות שטיפן אראפ בכח אויף עלטערן, און דאס איז מוכיח וויפיל פון די אנדערע זאכן איז נישט די רצון פון עלטערן.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 4:04 pm
דורך סאדאם חוסעין
כמעט יעדע הנהלה איז צוטיילט אין צוויי,
די עסקנים / אדמינעסטראטער'ס, וכד' וואס זיי טוען למעשה אנפירן די טעגליכע ווירטשאפט מאכן החלטות, וכדו', געווענליך נישט קיין עשירים,

עשירים וואס זייער ארבעט איז דעקן די בודשעט, און זיי באקומען דערפאר די כבוד פון הייסן הנהלת המוסדת, און זיצן ביי מוטינגען און שאקלען מיט די קאפ וואס די עסקנים פון די קאמיטע זאגן, עס מאכט זיך אסאך מאל וואס די עושר איז אויך בטבע אן עסקן, אבער רוב מאל זענען באזינדערע עסקנים וואס טוען.

סך הכל געווענליך אין אן הנהלה איז דא צוויי דריי עסקנים קליגע קעפ, וואס זיי האט מען גענומען אנצופירן די ווירטשאפט, און צוויי דריי עשירים וואס זיי האט מען גענומען צו דעקן די בוטשעט, וואס זיי וועלן געווענליך מסכים זיין מיט וואס די עסקנים פון די הנהלה זאגן, נאר מען הערט נאר פון די עשירים, ווייל די עסקנים געבן דעם עושר'ס נאמען כבוד כסדר משא"כ דעם עסקן טייפ מענטש וויל נישט געווענליך ניצען זיין נאמען אלץ בעל מחליט.

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 4:10 pm
דורך סאדאם חוסעין
לגבי ווער עס וועלט אויס די הנהלה, על פי הלכה אין שלחן ערוך דארף עס טאקע גיין מיט וואלן,
די סיבה פארוואס די מנהיגי ישראל האבן עס היינט גענצליך אויסגעראטן איז ווייל מיט די היינטיגע טעקנאלעדשי וואטס עפפ וכדו', איז עס איין שטיק, לשון הרע, הלבנות פנים, מחלוקת וכדו', האבן אלע מנהיגי ישראל כמעט יעדער ביי זיין קהילה אויסגעריסען די נושא פון וואלען, און אראפ געשטעלט א צווייטע מהלך יעדער ביי זיין חסידות אביסעל אנדערש ווער עס וועלט אויס פרישע הנהלה, אמאל איז עס די רבי אליין, אמאל האט מען געמאכט אז די אלטע ז' טובי העיר, זענען די וואס וואטען אויף די נייע נעמען, אנשטאט די גאנצע שטאט, יעדע פלאץ לויט זיין מנהיג,

אבער דאס איז קלאר אז די סיבה פון נישט מאכן וואלען האבן די רבנים אפגעשטעלט צוליב די נושא פון מחלוקת

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 5:18 pm
דורך ווייסעך וואס
עס איז דא א ווערטל אין די אלגעמיינע גאס איז צו זיין אויף א ארגענעזאציע באורד דארף מען האבן 3 "W" (דאבעליו'ס): Work, Wealth, Wisdom. אויב נישט אלע 3 כאטש איינס...

Work: עסקנות, זיין גרייט צו ארבעטן און דאגה'ן פאר דעם מוסד/ארגענעזאציע.
Wealth: עשירות, טיפע טאשן, זיין גרייט צו דעקן דעם דעפעציט.
Wisdom: קלוגשאפט, א קאפ אויף די פלייצע ארויס צו העלפן בעצה ותושי' ווען עס מאכט זיך א פראבלעם.

לאז געמאכט האט געשריבן: עס מיינט נישט אז 'אלעס' וואס איז יעצט מוז אזוי בלייבן אדער איז גוט, פוינט איז אז פון 'אינעווייניג' זעהן זאכן אויס גענצליך אנדערש ווי פונדערויסן. מען קען עס שטארק זעהן ביי די אלגעמיינע פאליטישע וועלט, מענטשן לויפן צום ציבור און רעדן ווי גרויסע צולייגער, ביז זיי דערזעהן זיך אינעווייניג טוישט זיך פלוצלינג די ניגונים ַַ

דאָס איז נישט ווייל זיי האבן געוואלט איינ'נער'ן דעם ציבור, ס'איז פשוט ווייל ווען מ'קומט אן אינעווייניג טרעפט מען אנאנדערע בילד. מען זעהט אז זאכן וואָס קוקן אויס זינלאז האט זייער גוטע סיבות, און אז זאכן וואס מוזן באמת געטוישט ווערן, טוישט זיך זייער נישט גרינג עס גייט האבן א דאמינאו עפעקט אויף צען אנדערע זאכן וכו'

דאָס איז אמת אויב דער נייער גייט צו מיט שכל, אז נישט טוט ער ווילדע שריט און זייט אן א חורבן לדורות, צען אנדערע האבן געדארפט פארעכטן וואס דער חכם האט אנגעווערטשאפט, עס איז גרינג צו נעמען א גרויסע מעסער און שניידן אן רחמנות, אבער אויב די אפעראציע איז געלונגען, דער פאציענט האט עס נאר נישט איבערגעלעבט איז מען חוזק

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אזוי אמת, און דער גרעסטער פראבלעם איז, אז די קענסט ניטעמאל מסביר זיין פאר א דרויסענדיגן די סיבות אונטער די החלטות, ווייל כל זמן ער איז נישט אינעווייניג וועטער עס נישט פארשטיין. Can't agree more

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 5:25 pm
דורך דממה דקה
סאדאם חוסעין האט געשריבן:לגבי ווער עס וועלט אויס די הנהלה, על פי הלכה אין שלחן ערוך דארף עס טאקע גיין מיט וואלן,
די סיבה פארוואס די מנהיגי ישראל האבן עס היינט גענצליך אויסגעראטן איז ווייל מיט די היינטיגע טעקנאלעדשי וואטס עפפ וכדו', איז עס איין שטיק, לשון הרע, הלבנות פנים, מחלוקת וכדו', האבן אלע מנהיגי ישראל כמעט יעדער ביי זיין קהילה אויסגעריסען די נושא פון וואלען, און אראפ געשטעלט א צווייטע מהלך יעדער ביי זיין חסידות אביסעל אנדערש ווער עס וועלט אויס פרישע הנהלה, אמאל איז עס די רבי אליין, אמאל האט מען געמאכט אז די אלטע ז' טובי העיר, זענען די וואס וואטען אויף די נייע נעמען, אנשטאט די גאנצע שטאט, יעדע פלאץ לויט זיין מנהיג,

אבער דאס איז קלאר אז די סיבה פון נישט מאכן וואלען האבן די רבנים אפגעשטעלט צוליב די נושא פון מחלוקת

ימ"ש דער וואס האט ערפינדן וואטסעפפ...

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 7:28 pm
דורך blue moon
סאדאם חוסעין האט געשריבן:לגבי ווער עס וועלט אויס די הנהלה, על פי הלכה אין שלחן ערוך דארף עס טאקע גיין מיט וואלן,
די סיבה פארוואס די מנהיגי ישראל האבן עס היינט גענצליך אויסגעראטן איז ווייל מיט די היינטיגע טעקנאלעדשי וואטס עפפ וכדו', איז עס איין שטיק, לשון הרע, הלבנות פנים, מחלוקת וכדו', האבן אלע מנהיגי ישראל כמעט יעדער ביי זיין קהילה אויסגעריסען די נושא פון וואלען, און אראפ געשטעלט א צווייטע מהלך יעדער ביי זיין חסידות אביסעל אנדערש ווער עס וועלט אויס פרישע הנהלה, אמאל איז עס די רבי אליין, אמאל האט מען געמאכט אז די אלטע ז' טובי העיר, זענען די וואס וואטען אויף די נייע נעמען, אנשטאט די גאנצע שטאט, יעדע פלאץ לויט זיין מנהיג,

אבער דאס איז קלאר אז די סיבה פון נישט מאכן וואלען האבן די רבנים אפגעשטעלט צוליב די נושא פון מחלוקת



איר קענט דורך לערנען די ערשטע תורה און ד"י פ' קרח מהודורא בתרא וועט איר קלאר זעהן פארוואס דער בעל ד"י האט נישט געמאכט קיין וואלן פאר זיינע טובים, ווילאנג ער האט געלעבט.

לאחר הסתלקותו איר געווארן פארשידנע מיינונגען אין די נושא. ואין כאן מקומו להאריך.


אויסער דעם טרעפט נישט און ערגעץ אז גדולי ישראל האבן מבטל געווען די קלארע הלכות פון וואלען.

עס איז נאך דא פילע קהילות וואס ווערען געפירט נאר דורך וואלען.

געשריבן: מוצ"ש יולי 06, 2019 11:43 pm
דורך קרייסלער
כוואלט מציע געווען אז אין יעדע קהילה זאל זיך געפינען א פאקוס גרופ וואס מנוצט להבדיל ביי פאליטישע קאמפיינס
די גרופע זאל באשטיין פון אלע שיכטן פון די קהילה אדער מוסד יונג-אלט, רייך-ארים, פרום-בעל בתיש וכו׳
און ביי יעדע וויכטיגע ענין זאל מען זיי צוזאמרופן און פארלייגן די צדדים און הערן זייערע מיינונג. די מעלה פון דעם איז פילפאכיג; ברויכסט נישט זיין א פול טיים חבר הנהלה און דיין מיינוג איז נישט מחייב אבער גיבט צו פרעספעקטיוו

געשריבן: מוצ"ש יולי 06, 2019 11:45 pm
דורך nmi
קרייסלער האט געשריבן:כוואלט מציע געווען אז אין יעדע קהילה זאל זיך געפינען א פאקוס גרופ וואס מנוצט להבדיל ביי פאליטישע קאמפיינס
די גרופע זאל באשטיין פון אלע שיכטן פון די קהילה אדער מוסד יונג-אלט, רייך-ארים, פרום-בעל בתיש וכו׳
און ביי יעדע וויכטיגע ענין זאל מען זיי צוזאמרופן און פארלייגן די צדדים און הערן זייערע מיינונג. די מעלה פון דעם איז פילפאכיג; ברויכסט נישט זיין א פול טיים חבר הנהלה און דיין מיינוג איז נישט מחייב אבער גיבט צו פרעספעקטיוו

רוב קהילת האבן שוין אזאנס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:15 am
דורך טישטוך
נאך זעקס פילע בלעטער פון תגובות לכאן ולכאן ערלויב איך זיך אריינצושטופן מיין נאז אין די שמועס איבער מאות און דעות...

עס איז באקאנט אז ווען דער חוזה פון לובלין זצ"ל איז אנגעקומען אויף א שבת אין א שטאט איז מוצאי שבת געווען א געדרענג אין שטוב ביים זיך געזעגענען, עס איז געווען גאר א לאנגע רייע און מענטשן האבן געווארט לאנגע שעות אריינצוגיין, אינמיטן האט דער עושר פון שטאט אריינשפאצירט און גלייך האט מען אים אריינגעפירט צום רבי'ן אן צופיל ארומפרעגן און לאזן ווארטן, ווען דער נעקסטער איז אריין האט ער געפרעגט דעם רבי'ן היתכן? מענטשן ווארטן דא שעות ע"ג שעות און דער רבי רעכנט זיך מיטן עושר'ס געלט?
האט אים דער רבי געפרעגט "ביסטו דא געווען שבת?" האט ער אים געענטפערט יא, האט אי דער רבי געפרעגט "האסט געגעסן און געטרונקען?" ואמר הן, האט דער רבי געזאגט אז עס איז גאר פארשטענדליך און אנגענומען אז דער וואס האט דיר דאס אלס צוגעשטעלט זאל אריינגיין פאר דיר.

די מעשה דא אבער איז אז עס רעדט זיך נישט פון אריינלאזן פריער און צימער, עס רעדט זיך דא פון מענטשן וואס זענען דייקא נישט קיין חכמים און דייקא נישט קיין אויסגערופענע יראי ה', פשוט אביסעלע מזל און אביסעלע גליק, און רוב מאל איז עס אויך פון פרנסות וואס זיי האבן געשאפן דורכן הייבן פרייזן וואס דער ציבור איז אנגעוויזן אויף, און זיי קומען און ווערן דעה זאגער אויף וויפיל מען זאל צאלן און וויפיל מען זאל געבן.

וואו איז די יושר? פארוואס זאל דער אנגעפאשעטער גביר זיצן אויבנאן און זאגן אויב מיין מיידעלע מעג גיין אין דעי קעמפ? פארוואס זאל ער מיר זאגן אז איך מוז צאלן הונדערט דאלער א חודש מער פאר שכר לימוד? ביי אים איז עס הונדערט דאלער מיט א וויש מיט די נאז און ביי מיר איז עס ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט ד-א-ל-ע-ר!!

עס איז נישט גערעכט אז דער עושר וואס בויעט זיך אויף מיין בלוט און שוויס זאל מיר אויך באקריוודען ווען עס קומט צו מוסדות שכר לימוד, נישט גענוג ער זייגט מיר אויס דעם פעי טשעק ווען עס קומט צו רענט זאל איך אים נאך אויך דארפן פאלגן ווען ער באצווינגט מיר מיט מינדערוויכטיגע שטייערן, און דאס ווערט נאך געשטופט פון די הויעכע פענסטער, פון די טיש וואס איך שטופ מיר צו זען ביים טיש!

און דאס איז דער חורבן פון אידישע קאפיטאליזם, אשרינו, מיר האבן דערגרייכט דעם חורבן.

אנשטאט צו עפענען קאסעס וואס זאלן צאלן שכל לימוד פאר נויטבאדערפטיגע, אנשטאט עפענען ארגענעזאציעס צו העלפן דעם אנגעוויזענעם אינדעווידואל, אנשטאט מאכן א אסיפה און זען וויאזוי מען קען די זאכן האנדלען, שטעלט מען שומרים ביים טיר.

בושה תכסה פניהם...

(ניין, איך שיק נישט אין די מוסדות און כ'האב נישט די אויבנדערמאנטע פראבלעמען, כ'רעד אין טעאריע)

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:47 am
דורך טובי' מאיר ניימאנן
[quote="טישטוך"]נאך זעקס פילע בלעטער פון תגובות לכאן ולכאן ערלויב איך זיך אריינצושטופן מיין נאז אין די שמועס איבער מאות און דעות...

עס איז באקאנט אז ווען דער חוזה פון לובלין זצ"ל איז אנגעקומען אויף א שבת אין א שטאט איז מוצאי שבת געווען א געדרענג אין שטוב ביים זיך געזעגענען, עס איז געווען גאר א לאנגע רייע און מענטשן האבן געווארט לאנגע שעות אריינצוגיין, אינמיטן האט דער עושר פון שטאט אריינשפאצירט און גלייך האט מען אים אריינגעפירט צום רבי'ן אן צופיל ארומפרעגן און לאזן ווארטן, ווען דער נעקסטער איז אריין האט ער געפרעגט דעם רבי'ן היתכן? מענטשן ווארטן דא שעות ע"ג שעות און דער רבי רעכנט זיך מיטן עושר'ס געלט?
האט אים דער רבי געפרעגט "ביסטו דא געווען שבת?" האט ער אים געענטפערט יא, האט אי דער רבי געפרעגט "האסט געגעסן און געטרונקען?" ואמר הן, האט דער רבי געזאגט אז עס איז גאר פארשטענדליך און אנגענומען אז דער וואס האט דיר דאס אלס צוגעשטעלט זאל אריינגיין פאר דיר.

די מעשה מיט'ן חוזה איז נישט תורת מסיני אויסער אז עס שטייט אין די ספה"ק, אבער עס ריכטיג צו האבען הכרת הטוב, און בדרך כלל פאר א צוגעלאזענעם נגיד געט יעדער גערען דעם אויבען אן,
הכלל האסט גוט געשריבען,

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 12:56 am
דורך סארקאזי
טישטוך גענאגעלט
קאפאטעליסטישע אידישקייט

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 1:12 am
דורך מצלמה
ביים טאהשער רבי׳ן זצ״ל איז געווען אזא מעשה.

א חשובער איד א גרויסער נצרך איז געקומען זיך געזעגענען ביים טאהשער רבי׳ן, און זיך געוואלט אויסוויינען ווי שווער עס גייט אים מיט חובות וכדומה.

שטייינדיג אין ליין, זעהט ער דעם גרויסן עושר אנקומען און גלייך אריין צום רבי׳ן און ער ווארט ווי א יאקעל. ער קלערט ביי זיך, יא אויך טאהש איז קארופטירט. איך שטיי אזוי לאנג און דעם פענסי חברה-מאן לאזט מען אריין פארוואס, ווייל ער האט א פאר טאלער.

עניוועי, דער איד גייט אריין און טאהשער רבי גיט אים אהין אן ענוועלאפ אנגעפולט מיט קעש. א קיימא לן פון עשרת אלפים ככר כסף.

דער נצרך גייט ארויס און לייגט עס אריין אין בוזעם טאש, און זיינע אויגן באגעגנען זיך מיט די שארפע אויגן פונעם פענסי עושר, וועלכער באמערקט אז דער רבי האט אהינגעגעבן ״זיין״ ענוועלאפ מיט הארטע מזומן.

דער עושר פלאצט און דער ארימאן כאפט שנעל וואס דא איז פארגעקומען...

כדי ער זאל קענען באקומען זיין ענוועלאפ, האט דער רבי קודם געמוזט אריינלאזן דעם עושר... אוודאי האט ער געמוזט ווארטן...


אויב קארופציע, שפירט עס יעצט דער עושר...

א מעשה שהיה.