וועלכע לימוד/ים פעלט אין אונזערע ישיבות?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

וואס פאר א תיקון ווילט איר זעהן אין די לימודים פון אונזערע ישיבות?

שיעורי השקפה, עניני אמונה
114
26%
מער בקיאות אין גמרא רש"י
33
8%
מער לומדיש ווי אין די ליטווישע וועלט
9
2%
מער לימוד שולחן ערוך
26
6%
חומש רש"י ומפרשים
30
7%
נ"ך
36
8%
מער הלכה למעשה (אביסל ווי אין די מיידל סקולס)
89
20%
חסידות - חסידישע ספרים וסיפורי צדיקים
58
13%
היסטאריע
43
10%
 
סך הכל שטימען: 438

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

וועלכע לימוד/ים פעלט אין אונזערע ישיבות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פארשטייטזיך אז יעדע ישיבה איז אנדערש. איך פרעג פון אייער עקספיריענס פון אייער אדער אייערע קרובים אין ישיבה, וואס האלט איר איז די וויכטיגסטע לימוד וועלכע מ'וואלט ווען ג'דארפט לייגן א גרעסערע דגוש?

מ'קען אויסקלויבן ביז דריי אויסוואלן.
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום פרייטאג יוני 14, 2019 5:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געוועלט פאר נ"ך און [אידישע] היסטאריע (און אוודאי אויך השקפה ואמונה). ס'איז בזיונות ווען מ'ווייסט נישט א חילוק צווישן רבינו תם און ברוך טעם...
אבער דאס באלאנגט נישט אין ישיבה, נאר אין חדר.
אין ישיבה דארף מען שוין זיין געוואוינט דערין, און פאוקוסן נאר אויף די פליישיגע לימודים, כנהוג בישיבות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך זע נישט די פשוט'ע שיעור אין מוסר אין די ליסטע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:איך זע נישט די פשוט'ע שיעור אין מוסר אין די ליסטע.

לכאורה איז השקפה אין אמונה בכלל זה
אביסעלע אמונה, אביסעלע וויסן חובת האדם בעולמו מה הוא, פארוואס בין איך דא אויף די וועלט, א"ב פון אידישקייט, נישט אז יעדע נסיון וואס קומט אונטער זאל דיר צוטראסקענען
און אוודאי פעלט אויס לימוד הלכות הלכה למעשה, וואס איז שוין היינט אין א געוויסן זין בעסער אין די ישיבות (עכ"פ וואו מיינע קינדער לערנען), אין מיינע צייטן איז מען געווען ביזי צו לערנען "הוראה" בו בזמן וואס מ'האט יעדע שבת מחלל שבת געווען בלא יודעים, מ'קען זיין א איד פון 40 50 יאר און נישט וויסן קיין פשוטע הלכות פון הלכות תפלה וואס איז נוגע דבר יום ביומו, אבער ער האט א "יורה יורה"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

הלכה למעשה בפועל ממש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

עס איז א גאר גרויסע חלל אז מען לערנט הלכות נאר פון א שו"ע וואס איז געדרוקט אין שווארצע אותיות, אבער מען זעהט נישט און מען פארשטייט נישט וויאזוי זיך צו פירן ווען עס קומט למעשה, און איז נוגע אין פראקטיק.

שטייט און משנה מסכת יומא ביים כהן גדול פאר יום כיפור מעבירין לפניו אילים וכבשים כדי שיהא רגיל ומכיר בעבודה. מען רעדט פון די כהן גדול וואס האט זיך געדרייט און בית המקדש יעדן טאג און האט אליינס מקריב געווען תמידין, און האט געזעהן וויאזוי מען איז מקריב אלע ערליי בהמות יעדן טאג, מיט דעים אלעם ווען עס קומט פאר יום כיפור ווען די כהן גדול דארף אליינס מקריב זיין די קרבנות, גייט ער איבער למעשה וויאזוי איעדע בהמה זעהט אויס, און ער זאל נישט חלילה ווערן צומישט בשעתן טוהן די עבודה.

לאמיר נעמען א משל פון אונזער ענין, מען לערנט און שולחן ערוך וועגן עפענען און צוברעכן כלים שבת, וויאזוי מען עפענט א חבית וכו.
איז קודם וויפיל בחורים האבן שוין געזעהן א פאס און ווייסן וויאזוי עס איז פארמאכט, וויאזוי מען נעמט ארויס דערפון און וויאזוי מען מאכט עס צוריק צו? וויאזוי קען מען לערנען הלכות איבער א זאך וואס מען ווייסט נישט געהעריג פון וואס מען רעדט?
אבער די עיקר פראבלעם איז, אז די שו"ע רעדט נאר פון די כלים וואס איז אמאל געווען וואס פון דעים דארף מען פארשטיין די יסוד הדברים און דערנאך עס נוצן אויף למעשה אויף די היינטיגע מציאות.
עס איז דא היינט צענדליגע אויב נישט הונדרעטער ערליי באטלען, קענס, קאנטעינערס, בעגס, וכו וואס מען באגעגענט זיך דערמיט איעדע שבת און מען דארף וויסן אויב און וויאזוי מען מעג עס עפענען שבת.

ווען מען לערענט די הלכות אין שולחן ערוך וואלט געדארפט זיין אויף געשטעלט אויף דיספלעי אלע מינע באטלען פון עסנווארג און געטראנקן און מען זאל קענען זעהן און פארשטיין וועלכע הלכה און מציאות איז גלייך צו וואס. וואס מען מעג אויפרייסן, אויפשניידן, אויפקלעבן, צוברעכן וכו. צו מען דארף אוועקווארפן די האלטער אדער מען מעג עס ווייטער נוצן אום שבת, וכו, וכו אלע הלכות וואס איז נוגע צו עפענען כלים שבת.

די זעלבע זאך איז מיט אנדערע הלכות, בורר, בישול וכו, מען דארף אויפשטעלן אויף דיספלעי א גרויס קאך וכדומה מיט אלעס פון וואס מען רעדט און שולחן ערוך (א ריזן חלק פון די זאכן האט מען זיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט) און בעיקר דארף מען ווייזן די זאכן וויאזוי עס איז נוגע אויף למעשה ביי די זאכן וואס אונז שטויסן זיך אן דערמיט מדי שבת בשבתו.

די מהלך פון אהערשטעלן און ווייזן די מציאות וועט אויך העלפן פאר אסאך אנדערע פראבלעמן אין ישיבה, און בעיקר קען עס שטארק ארויסהעלפן פאר די נישט אזעלכע מצוינים זאלן קענען זיין אקופירט מיט די זאכן און נישט אנקומען צו די בטלה המביאה לידי שעמום.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:איך זע נישט די פשוט'ע שיעור אין מוסר אין די ליסטע.

איך האב ג'קלערט דערפון.
פשוט מוסר איז אוודאי נכלל צווישן השקפה און חסידישע ספרים.
מוסר ספעציפיש אויף בין אדם לחבירו מיין איך איז ווייניגער א לימוד זאך, עס איז מער אין פראקטיק און אין געוואוינהייט. אפשר דארף זיין מער שמועסן און דרשות מעורר זיין אויף דעם, אבער עס איז נישט א געוויסער לימוד וואס מ'קען צולייגן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בר דעת האט געשריבן:עס איז א גאר גרויסע חלל אז מען לערנט הלכות נאר פון א שו"ע וואס איז געדרוקט אין שווארצע אותיות, אבער מען זעהט נישט און מען פארשטייט נישט וויאזוי זיך צו פירן ווען עס קומט למעשה, און איז נוגע אין פראקטיק.

שטייט און משנה מסכת יומא ביים כהן גדול פאר יום כיפור מעבירין לפניו אילים וכבשים כדי שיהא רגיל ומכיר בעבודה. מען רעדט פון די כהן גדול וואס האט זיך געדרייט און בית המקדש יעדן טאג און האט אליינס מקריב געווען תמידין, און האט געזעהן וויאזוי מען איז מקריב אלע ערליי בהמות יעדן טאג, מיט דעים אלעם ווען עס קומט פאר יום כיפור ווען די כהן גדול דארף אליינס מקריב זיין די קרבנות, גייט ער איבער למעשה וויאזוי איעדע בהמה זעהט אויס, און ער זאל נישט חלילה ווערן צומישט בשעתן טוהן די עבודה.

לאמיר נעמען א משל פון אונזער ענין, מען לערנט און שולחן ערוך וועגן עפענען און צוברעכן כלים שבת, וויאזוי מען עפענט א חבית וכו.
איז קודם וויפיל בחורים האבן שוין געזעהן א פאס און ווייסן וויאזוי עס איז פארמאכט, וויאזוי מען נעמט ארויס דערפון און וויאזוי מען מאכט עס צוריק צו? וויאזוי קען מען לערנען הלכות איבער א זאך וואס מען ווייסט נישט געהעריג פון וואס מען רעדט?
אבער די עיקר פראבלעם איז, אז די שו"ע רעדט נאר פון די כלים וואס איז אמאל געווען וואס פון דעים דארף מען פארשטיין די יסוד הדברים און דערנאך עס נוצן אויף למעשה אויף די היינטיגע מציאות.
עס איז דא היינט צענדליגע אויב נישט הונדרעטער ערליי באטלען, קענס, קאנטעינערס, בעגס, וכו וואס מען באגעגענט זיך דערמיט איעדע שבת און מען דארף וויסן אויב און וויאזוי מען מעג עס עפענען שבת.

ווען מען לערענט די הלכות אין שולחן ערוך וואלט געדארפט זיין אויף געשטעלט אויף דיספלעי אלע מינע באטלען פון עסנווארג און געטראנקן און מען זאל קענען זעהן און פארשטיין וועלכע הלכה און מציאות איז גלייך צו וואס. וואס מען מעג אויפרייסן, אויפשניידן, אויפקלעבן, צוברעכן וכו. צו מען דארף אוועקווארפן די האלטער אדער מען מעג עס ווייטער נוצן אום שבת, וכו, וכו אלע הלכות וואס איז נוגע צו עפענען כלים שבת.

די זעלבע זאך איז מיט אנדערע הלכות, בורר, בישול וכו, מען דארף אויפשטעלן אויף דיספלעי א גרויס קאך וכדומה מיט אלעס פון וואס מען רעדט און שולחן ערוך (א ריזן חלק פון די זאכן האט מען זיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט) און בעיקר דארף מען ווייזן די זאכן וויאזוי עס איז נוגע אויף למעשה ביי די זאכן וואס אונז שטויסן זיך אן דערמיט מדי שבת בשבתו.

די מהלך פון אהערשטעלן און ווייזן די מציאות וועט אויך העלפן פאר אסאך אנדערע פראבלעמן אין ישיבה, און בעיקר קען עס שטארק ארויסהעלפן פאר די נישט אזעלכע מצוינים זאלן קענען זיין אקופירט מיט די זאכן און נישט אנקומען צו די בטלה המביאה לידי שעמום.

100% גערעכט!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

חידוש איז אז די צוויי זאכן וועלכע האבן - דערווייל - די מערסטע שטימען, שיעורי השקפה און שיעורי הלכה למעשה, זענען די צוויי לימודים וואס אין רוב ישיבות לערנט מען די ווייניגסטע!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יידישע קהילות האט געשריבן:חידוש איז אז די צוויי זאכן וועלכע האבן - דערווייל - די מערסטע שטימען, שיעורי השקפה און שיעורי הלכה למעשה, זענען די צוויי לימודים וואס אין רוב ישיבות לערנט מען די ווייניגסטע!

כ'האב מורא אז דא דרייען זיך צו פול פוילע חברה... א יוד ברויך זיך פלאגן אויף תורה דאס איז די ציל פון לעבן. מ'דארף לערנען זאכן אפילו וואס גייען נישט אן היינטיגע צייטן און לויט געוויסע איז עס נאך חשוב'ער פון לערנען הלכה למעשה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

חסידות איז גאר וויכטיג בימינו אלה! נומער 1!!
חומש רש"י און שיעורים הלכה למעשה ברויך אויך א תיקון,
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

nmi האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:חידוש איז אז די צוויי זאכן וועלכע האבן - דערווייל - די מערסטע שטימען, שיעורי השקפה און שיעורי הלכה למעשה, זענען די צוויי לימודים וואס אין רוב ישיבות לערנט מען די ווייניגסטע!

כ'האב מורא אז דא דרייען זיך צו פול פוילע חברה... א יוד ברויך זיך פלאגן אויף תורה דאס איז די ציל פון לעבן. מ'דארף לערנען זאכן אפילו וואס גייען נישט אן היינטיגע צייטן און לויט געוויסע איז עס נאך חשוב'ער פון לערנען הלכה למעשה.

תורת החן איז לויט געוויסע אויך חשובער פון אלעס, פונדעסטוועגן טוט קיינער נישט פארשלאגן אז מען זאל עס לערנען און ישיבה, יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ און צייט, דארף זיין מילא כריסו ש"ס ופוסקים, העכער פערציג, וכו

אוודאי דארף מען זיך פלאגן אין לערנען, אין אויך לערנען זאכן וואס איז נאר הלכתא למשיחא, כידוע מהחפץ חיים, דא רעדט מען אבער פון וועלכע לימודים מען לערנט כעת נישט גענוג אין די ישיבה'ס, אדער מען לערנט עס נישט ווי עס ברויך צו זיין. אויב רוב בחורים קומען ארויס פון ישיבה נישט קענענדיג הלכה למעשה וויכטיגע הלכות וואס זענען נוגע יעדן טעג אדער מדי שבת בשבתו איז עס גאר א גרויסע פראבלעם.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

לעבן מיר פלעגט זיצן אין ישיבה א בחור'ל וואס האט געהאט א שיעור קבוע יעדן טאג בערך א שעה צוויי אין ספרי אוצר הלכות.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@ אידישע קהילות
שרייב צו אינעם ערשטן תגובה אז מען קען וועלן עטליכע
אסאך ווייסן נישט און וועלן איינס
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

זייער אסאך פון אונזערע נשים קענען בעסער הלכות יחוד, הלכות בשר וחלב און אפילו הלכות שבת ווי זייערע מענער. ביג פראבלעם
Car Rental Expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Car Rental Expert »

דעפרעסט האט געשריבן:זייער אסאך פון אונזערע נשים קענען בעסער הלכות יחוד, הלכות בשר וחלב און אפילו הלכות שבת ווי זייערע מענער. ביג פראבלעם

יא 100% גערעכט
מען מיז לערנען מער הלכה למעשה אין נישט זאכן וואס גייען נישט העלפען שפעטער אין לעבען
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דעפרעסט האט געשריבן:זייער אסאך פון אונזערע נשים קענען בעסער הלכות יחוד, הלכות בשר וחלב און אפילו הלכות שבת ווי זייערע מענער. ביג פראבלעם

ביג פראבלעם??
ברוך השם!
נאך א מזל!
ווייסט וויפיל מאל מ'איז אפגעהיטן געווארן פון חילול שבת ווייל די יידענע האט געזאגט אז מ'טאר נישט?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

יידישע קהילות האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:זייער אסאך פון אונזערע נשים קענען בעסער הלכות יחוד, הלכות בשר וחלב און אפילו הלכות שבת ווי זייערע מענער. ביג פראבלעם

ביג פראבלעם??
ברוך השם!
נאך א מזל!
ווייסט וויפיל מאל מ'איז אפגעהיטן געווארן פון חילול שבת ווייל די יידענע האט געזאגט אז מ'טאר נישט?

איך קלער אז ער מיינט ביג פראבלעם דערמיט וואס מען לערנט עס נישט מיט די בחורים אין ישיבות, נישט אז מען לערנט עס יא אין סקול, זיכער איז ברוך השם אז זיי קענען.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דערווייל איז לומדות די פארלירער. און בקיאות איז נישט קיין סך בעסער.
איז טאקע די לעוול פון לומדות אדער בקיאות ווי עס דארף צו זיין?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
Williamsburg
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Williamsburg »

געוועלט פאר חומש רשי.
ווייל א בחור/אינגערמאן וואס איז אויסגעקאכט דערין זעהט דעם אייבערשטען אויף טריט און שריט.
די הייליגע רמב"ן איז דאך פיל מיט אמונה און בטחון און אז מען לייגט נאך צו אור החיים הקדוש הרי זה משובח!!!
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

זופ מיט קניידל האט געשריבן:חסידות איז גאר וויכטיג בימינו אלה! נומער 1!!
חומש רש"י און שיעורים הלכה למעשה ברויך אויך א תיקון,

וואס מיינט לערנען חסידות? מ׳זאל פארלערנען יעדן טאג א שטיקל מאור ושמש אדער נועם אלימלך?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

זיין א מענטש !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

לערנען צו זיין א מענטש:

(נישט דוקא מוסר, מענטשהייט).

1) פרעס נישט ווען דו זעהסט א טאץ ביים דינער.
2) לויף נישט אריין צום קידוש שבת נאכן דאווענען, ווי א מטורף.
3) ווען דו שטייסט ביים היטש פלאץ, נישט ווערן צעווילדעוועט און לויפן ס׳ערשטע צום קאר.
4) די באס קומט אן, שטופ זיך נישט ארויפצוגיין. לאז א צווייטן.
5) דאס פעלט ליידער זיייער שטארק און דערקענט זיך שטארק ט גאנץ לעבן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קיסריה האט געשריבן:לערנען צו זיין א מענטש:

#teen ager... קענסט גארנישט טון דערצו. יעדער וואקסט עס אויס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
Williamsburg האט געשריבן:געוועלט פאר חומש רשי.
ווייל א בחור/אינגערמאן וואס איז אויסגעקאכט דערין זעהט דעם אייבערשטען אויף טריט און שריט.
די הייליגע רמב"ן איז דאך פיל מיט אמונה און בטחון און אז מען לייגט נאך צו אור החיים הקדוש הרי זה משובח!!!

אמת. חומש רש"י איז די יסוד שביסודות פון א יוד.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

nmi האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:לערנען צו זיין א מענטש:

(נישט דוקא מוסר, מענטשהייט).

1) פרעס נישט ווען דו זעהסט א טאץ ביים דינער.
2) לויף נישט אריין צום קידוש שבת נאכן דאווענען, ווי א מטורף.
3) ווען דו שטייסט ביים היטש פלאץ, נישט ווערן צעווילדעוועט און לויפן ס׳ערשטע צום קאר.
4) די באס קומט אן, שטופ זיך נישט ארויפצוגיין. לאז א צווייטן.
5) דאס פעלט ליידער זיייער שטארק און דערקענט זיך שטארק ט גאנץ לעבן.

#teen ager... קענסט גארנישט טון דערצו. כמעט יעדער וואקסט עס אויס.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

הלכה למעשה פון שפעטיגע מחברים. איך האב געלערנט אין ישיבה קטנה נאר משנה ברורה. און רוב הלכות האבען מיך באגלייט צענדליגע יארען שפעטער.

היינט לערנט מען שו"ע ונו"כ, און בחורים קומען נישט ארויס מיט קיין קלארקייט הלכה למעשה. עס קען זיין א סדר שו"ע, אבער גלייכצייטיג דארף זיין א סדר 'הלכה', נעמליך משנ"ב אדער אפילו קיצור.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”