לאמיר מיר זיך אויסשמועסן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איגערקע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

לאמיר מיר זיך אויסשמועסן

תגובהדורך איגערקע » מיטוואך מארטש 27, 2019 2:14 pm

זאגט די הייליגע גמרא...ת"ר כשנכנסו רבותינו לכרם ביבנה אמרו עתידה תורה שתשתכח מישראל שנאמר (עמוס ח, יא) הנה ימים באים נאם ה' אלהים והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה' וכתיב (עמוס ח, יב) ונעו מים עד ים ומצפון ועד מזרח ישוטטו לבקש את דבר ה' ולא ימצאו דבר ה' תניא רבי שמעון בן יוחי אומר חס ושלום שתשתכח תורה מישראל שנאמר (דברים לא, כא) כי לא תשכח מפי זרעו

איך האב געהאט די זכיה צו זיין ביי רבי שמעון אין מירון דעם ווינטער, מוצאי שבת האט רבי חיים יוסף בידערמאן שליט״א ארום גערעדט פון די דאזיגע גמרא. אונזערע רבי׳ס חכמינו ז״ל זענען אריין אין א וויין גארטן אין די שטאט יבנה, און האבן געזעהן ברוח הקודש אז די תורה וועט ח״ו פארגעסן ווערן פון אידן, ס׳וועט קומען אפנארמאלע נסיונית וואס אידן וועלן נישט קענען ביישטיין. בדרך הטבע האבן זיי נישט געקענט פאראויס זעהן, ווי אזוי דער פאלק ישראל וועט קענען בייקומען די שווערע און ביטערע סטראגעלס.

קומט דער תנאי האלוקי רבי שמעון בן יוחי, און זאגט זיי. איך זעה אויך וואס איר זעהט, ס׳איז טאקע נישט מעגליך, ס׳איז נישט קיין מציאות אויף דער וועלט אז אונזערע ברודער א פאר טויזענט יאר פון איצט, וועלן קענען זיך קעגן שטעלן דעם שמיציגען, פראסטע, און גוישע וועלט, ווי ס׳קומט אויס פון אונזער דרש און פסוק, און פון וואס מיר זעהן פאר מיט רוח הקודש. וועט חס ושלום זיך נישט האלטן קיין אידישקייט ביי כל ישראל.

אבער זאגט רבי שמעון, וואס זאל איך טאן אז דער אייבישטער האט צוגעזאגט מיט א שבועה, וואס דאס קען זיך נישט טוישן. אז כי לא תשכח מפי זרעו, כלל ישראל חי וקים לעד ולנצח נצחים. וואס העט נאר זיין, ווי שווער עס וועט ווערן, אפילו ס׳וועט הארט פאר משיח׳ס קומען, ארויסקומען א הימל שריידיגע ניסיון, וואס איז כולל אלע ניסיונות דהיינו ״סמארט פאון״ מיט דעם אלעס. לא תשכח מפי זרעו. ס׳וועט נאך אלס זיין ערליכע אידן, וואס זענען געטריי לשם ולתורתו.

וועגן דעם טענה׳ט רבי חיים יוסל שליט״א, קומט מען קיין מירון צו רבי שמעון מאכן פיאות פאר די קליינע קינדער, ווייל ווען נישט רבי שמעון וואלט נישט געווען קיין פיאות ח״ו, אידישקייט וואלט חס מלהזכיר אינטערגעגאנגן.

לגבי מה דברים אמורים, דאס אז אינגעלייט וואס האבן יעדע רעכט צו ליגן אין די גשם פונעם דור, וואס איז גריגער ווי קיינמאל בעפאר, צוקומען צו וואס פארא תאוה ווען וויל נאר. וואס א איד אינדערהיים האט געברויכט פארקויפן א מעשה אז ער פארט אין מארק קיין לייפציג, און פארברעגן טעג און וואכן דורך צופירן אן עבירה, קען מען היינט טוהן אין עטליכע מינוטן.

לאמיר נישט רעדן פון זינד. נאר בלויז פון תאוה פון פרעס און געלט, קען זיך יעדער ערלויבן, מיר האבן היינט כמעט די גאנצע גוישע וועלט מיט א פארלעסליכע הכשר. פענסי גרויסארטיגע סופרמארקטען , מיט יעדע מין עסן און טרינקען, אידישע מוזיקאנטן און ארטיסטן פון יעדע סארט, פארטי׳ס מיט גאנצען פראפיגאנדע, לייטס, סאנדנס, זינגער׳ס, שפילער׳ס און וואס נישט.

מיר זענען איינגעטינקען אין די פראסטע און נידריגע אמעריקע, דער פרעזידענט ירום הודו האט הייסט חסידים, מיר שטאלצירן מיט אמריקאנע פאטראטיזאם. מיר האבן שוין באלד פארגעסן אז מיר זענען נאר געסט דאהי און גלות, ביז אונזער אויסלייזער וועט זיך באווייזן בקרוב בימינו. מיר פארלאנגען גלייכע רעכט ווי יעדע בירגער דא אין לאנד, מען פארשטייט ניטאמאל דעם אונטערשייד, צווישן דעם איד און גוי. ביידע דארפן האבן די זעלבע רעכט, מיר קענען זיך מתחצף זיין צו א פאליטשען פונקט ווי דער גוי מעג.

אבער אם כל זאת, לא שכח מכתב עוז חביון, מיר האבן נישט פארגעסן פון די הייליגע, זיסע און געשמאקע תורה, וואס אונזער פאסטעך משה האט אונז געגעבן ביים בארג סיני. די בתי מדרשים זענען נאך פיל מיט נערים וזקנים. יום ולילה. אידן רייסן זיך אוועק און זענען קובע עיתים לתורה. חסד וצדקה איז אויפן שטערקעסטן פארנעם וואס איז נאר אמאל געווען. ס׳איז דא בעסערע מלמדים ווי אמאל. טאטע און מאמע גיבן זיך אפ מיט די קינדער צו ערציען אויפן אלטען אויסגעטרויטענע וועג.

עם השם חזקו והתחזקה. זייט נישט געפאלן און צובראכן פון צרות יגון ואנחה וואס מיר כלל ישראל גייט נעבעך דורך, קוקט אויף די פאזעטיווע זייט פון די מטבע. ווי אידישקייט וואקסט און בליעט אן קיין אפשטעל. ורוח הקודש אומר כן ירבו וכן יפרוץ. ביז מיר וועלן זוכה זיין גאר און גיכן צו דעם גרויסען טאג וואס וועט זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה בהתגלות כבוד שמים עלינו בב״א

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך מארטש 27, 2019 11:47 pm

שיינע שמועס יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 12:19 am

נודה לך האט געשריבן:שיינע שמועס יישר כח
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג מארטש 29, 2019 11:07 am

נודה לך האט געשריבן:שיינע שמועס יישר כח

נאך א מזל אז איר האט זיך אויסגעשמוסט און א גרויסן שכח פאר די חיזוק
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג מארטש 29, 2019 3:25 pm

זייער שיין זיך אויסגעשמועסט.
פון מיין זייט קענסטו יעדן טאג זיך אויסשמועסן דא, אונז וועלן עס אלע עפרישיעטן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג מארטש 29, 2019 3:31 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:זייער שיין זיך אויסגעשמועסט.
פון מיין זייט קענסטו יעדן טאג זיך אויסשמועסן דא, אונז וועלן עס אלע עפרישיעטן.


גא"מ
זייער גוט צו הערן אמאל אזעלכע אמת'ע ווערטער אינעם היינטיגן אזוי פאר'גשמיות'דיגטן אויר.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » פרייטאג מארטש 29, 2019 5:23 pm

זייער א שיינע שמועס אבער די סיבה פין שניידען די האר פין קינדער איז נישט ווייל די דערמאנטע מעשה .
לכתחילה האט זיך עס אנגעפאנגען ביי מענעטשן וואס האבען נישט געהאט קינדער האט מען ציגעזאגט אז איוב מוועט האבען ווען מען עס ברענגען שערען קיין מירון אין דווקא מאל דריי יאר אלטץ שלוש שנים יה' ערלים .
די סיבה פארוואס דע וואס האבען נישט קיין קינדער גייען דווקא צי ר' שמעון איז ווייל די גמרא זאגט אין מסכת מכות רבאזאגט אז דלידה אימיא כרבי שמעון תלד.
אויך די באוויסטע מעשה וואס די מדרש ברענגט געדענק נישט ווי. אז א זוג האט נישט געהאט קיין קינדער 10 יאר זענען זיי געקומען פאר ר שמעון האט ער זיך געהייסען מאכען א סעודה אזוי ווי ביי די חתונה אין די מאן האט געזאגט פאר די פרוי פאר זי גייט קען זי אהיים נעמען איין זאך ער איז איינגעשלאפ אין זי האט געהייסען די קענכט מזאל אים פירען צי איר הויז אין זי איז געהאלפען געווארען.
איוך וויסען די סאטמערע יודען אז מפארט נישט קיין ארץ ישראל סתם צי מאכען א get away .
איך וועל ענדיגען נאך שבת אי"ה..
Sorry for my misspellings

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » פרייטאג מארטש 29, 2019 5:34 pm

שכוח פאר די חיזוק אז ס'איז דא בעסערע מלמדים, אזוי וועט זיכער מיין קינד אויס קוקן שענער ווי מיין טאטע.

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » מוצ"ש מארטש 30, 2019 9:19 pm

זייער שיין!!!
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ר' יום טוב און 22 געסט