היסטאריע פון קלימאטן טויש טעאריע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

היסטאריע פון קלימאטן טויש טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אריינפיר.
אזוי ווי א גרויסער עולם האט נישט צופיל קיין השגה איבער די נושא פון קלימאטן טויש, מיינסטענס וויבאלד ס'איז דאך אונז נישט נוגע, ווארום מען גלייבט נישט אין די פוסטע הבלים, און דעריבער קען צומאל אויסקומען אז מען ווערט גרינג אפגעשראקן ווען מען הערט עמיצן קייען די לאקשן מיט באק-ציין און ארויסווארפן שטיקער בקיאות מיט פרעמדע טערמינען, דערפאר האבן מיר גענומען די מיה און אראפגעשריבן בקיצור די כראנאלאגיע פון קלימאטן טויש היסטאריע, און די השתלשלות הדברים וויאזוי דאס האט זיך דעקייקלט כדי מען זאל האבן עטוואס א ידיעה איבער די דברים 'העומדים ברומו של עולם'. (דאס אלעס וועלן מיר אין א געוויסן זין רעדן לשיטתם, אבער דער ריכטיגער מציאות וועלן מיר איבערלאזן אייך צו באשליסן)

עס איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט, אז לויט אלע היינטיגע סייענטיסטן, איז די גאנצע נושא געקניפט און געפלאכטן מיט גלויבן אין עוואלועישאן וואס עס איז כפירה ממש און דברים שאסור לשומעם. עס איז קלאר אז אויב ווערט געשטעלט אונטער פראגע צייכן זייערע קאנטרעווערסיאלע טעאריעס איבער בריאות העולם, דאן ווערט אויטאמאטיש פילע פונקטן פון זייער גאנצע שטעלונג איבער קלימאטן טויש מופרך מעיקרא. מיר וועלן זיך דעריבער לעת עתה צוריקהאלטן פון באהאנדלען די חלק.

צום אלעמען ערשט וואס איז דער באגריף פון קלימאטן טויש. דער פשוטער באדייט איז, א לאנגע טערמין טויש אין די ערד-קוגל קלימאט און וועטער אויסשטעל, אנדערש ווי איר ארגינעלע נאטור און געזונטע גאנג.

אין די פריע 1800'טער יארן, האבן שוין צירקולירט געוויסע קאנספיראציעס אז די קארבאן דיאקסייד וואס מענטשן און בעלי חיים פראדוצירן נאטורליך ביים ארויסאטעמען און אנדערע גאזן זאמלען זיך אן און טוט שעדיגן די אטמאספערע. אבער אלע האבן געלאכט דערפון. אזוי שפעט ווי צום סוף פון די 1950'גער יארן, איז מען פיינעלי אויפגעקומען מיט אן אזויגערופענעם מעסטער'ל וואס האט פראדוצירט די ערשטע דאטא איבער די גלאבעל ווארעמונג טעאריע, וועלכע האט געפירט צו א לאנגע קייט פון שטודיעס און סייענס פיקציעס חדשים לבקרים אז נישט בלויז גלאבעל ווארעמונג עקזיסטירט, נאר עס ברענגט א געפאר פון שווערע קאנסעקווענצן.

אבער פאוואליע. לאמיר אביסל צוריקגיין און צולייגן די גאנצע היסטאריע פון אנהויב.

די גריכישע טעאריע
לויט היסטאריקער שטאמט די סאמע ערשטע קאנספיראציע איבער קלימאטן טויש פון די גריכישע אימפעריע. אזויווי איר הערט. אט די יוונים האבן געהאלטן אז דער מענטש האט די מעגליכקייט צו טוישן די טעמפעראטור און פאראורזאכן א רעגן וועטער דורכן אפשניידן ביימער און געוויקסן, אדער דורך באוואסערן מדבריות. און יארן לאנג, ביז טויזנטער יארן שפעטער, איז דאס פאקטיש געווען אנגענומען ביי די מענטשהייט.

די דאזיגע טעאריע איז אבער געקומען צו א הילכיגע שטילשטאנד אין די 1930'גער עפאכע, ווען די דעמאלס'דיגע אמעריקאנער פארמער - מיט די שטיצע פון די סייענטיסטן און הילף פון די רעגירונג - האבן אויספאלגט און פראקטיצירט די טעאריע און אויפגעאקערט נאקעט מיילן פון פעלדער צו קענען פלאנצן ווייץ, אבער קיין רעגן איז נישט געקומען. נאר אנשטאט האט פאסירט די ארגסטע נאטורליכע לאנד-קאטאסטראפעס פון זיינער צייט, די "דאסט באועל". פאר עטליכע יאר אין א ציה, זענען גאנצעטע ראיאנען געווען אויסגעשטעלט צו חורבן און דעמאליזאציע צוליב די לויזע אויבערשטע שיכט (טאפ-סויל) זאמד וועלכע האט ארומגעבושעוועט און גענצליך אפגעווישט און באגראבן נאענט צו 200 מיליאן אקער לאנד!

אבער ווי-ניש-ווי, זענען די אלע טעאריעס פון די מיטל-אלטער בלויז געווען באזירט אז דער מענטש קען האבן אן השפעה און מאניפולירן די וועטער אויף א געצוימטן לאקאלן פארנעם. די איידיע פון היינט צוטאגס, אז מיר קליינע באשעפענישן זאלן אויף א געוויסן אופן קענען פארדרייען די יצירה אויף א גלאבאלער פארנעם, איז קיינעם נישט בייגעפאלן פאר יארן לאנג.

די גרין הויז אפעקט
אין די 1820'גער, האט א פראנצויזישער פיליזאף מיטן נאמען 'דזשאסעף פאריער' אויסגעטראפן די 'גרין-האוז עפעקט', דאס איז די פענאמענאן אז סיי וועלכע ענערגיע וועלכע דערגרייכט צו אונזער פלאנעט, ווי למשל פון דער זון, ווערט באלאנסירט דורך ענערגיע וועלכע גייט צוריק ארויס צו ספעיס. דאס פאסירט וויבאלד די היץ פון די זון-אנגעווארימטע וועלט גיט ארויס רעדיאציע וועלכע פארשפרייט זיך צוריק אויף ארויס פון די וועלט. אבער א טייל פון די ענערגיע בלייבט דאך דאהי אין די אטמאספערע בכדי צו האלטן די וועלט ווארעם.

דער 'מר. פאריער' האט דאס דאן ערקלערט מיט א משל, אז די אטמאספערע ארום דעם ערד-קוגל איז ארומגענומען מיט א דינע שיכטע פון לופט, וועלכע ארבייט אזוי ווי א פארמאכטע גלאזערנע 'גרינהויז', אין וואס מען קען פלאנצן אין עקסטרעם קאלטע טעמפראטורן. זון-ענערגיע שיינט אריין דורך די גלאזערנע דאך און ווענט, אבער בלייבט הערמעטיש געשטראנדעט אינעווייניג און קען נישט ארויסגיין.

עקספערטן האבן אבער זינט דאן אנגעוויזן אז דער פארגלייך צו א גרינהויז איז נישט ממש אקוראט. דאס איז וויבאלד די וועלט ראדיאציע בלייבט נישט ממש שטעקן אין די היזיגע אטמאספערע, נאר עס בלאנדזשעט אויך עטוואס אינדרויסן אין די ספעיס.

אבער סיי וויאזוי איז דער כלל לויט די דאזיגע חכמים, אז ווי מער גרינהויז ענערגיע עס איז דא, אלס מער גאזן בלייבן שטעקן אין די ערד-קוגל אטמאספערע. דאס איז עפעס ווי א געהיימנוספולע ירושה וואס איז שוין פארבליבן פון די עלטער-עלטער זיידעס דורי דורות און אויף דעם טאר מען נישט פרעגן קיין פראגן.

גרינהויז גאזן
מיט 40 יאר שפעטער אין די 1860'יגער, האט אן איירישער סייענטיסט מיטן נאמען 'דשאן טיינדאל' עקספערימינירט וועלכע סארטן גאזן טוען די מערסטע איינזאפן זון-ראדיאציע צו די ערד-קוגל. זיינע לאבאטאריע טעסטן האבן געוויזן אז קוילן און אויל גאזן וועלכע אנהאלט קארבאן דיאקסייד (CO2) און מעטעין זענען די מערסטע אפעקטיוו אין איינזאפן ענערגיע און איינהאלטן די היץ צו די וועלט.

שפעטער, אין 1895 איז א שוועדישער כעמיסט 'אררהעניס' געווען דער ערשטער צו שפעקולירן אז די גרינהויז געזן קענען פאקטיש ברענגען קלימאטן טויש, אבער אין די פארקערטע דירעקציע. לויט זיין מיינונג האבן די דאמאלס'דיגע אפגעשוואכטע שטאפלען פון קארבאן דיאקסייד גאזן אין די אטמאספערע געקענט אפפרירן די וועלט פאר קעלט…! ער האט זיך אפן געוואונדערט צו דאס קומט נישט אין רעזולטאט פון שוואכערע אקטיווע וואלקאנען בערג אויסברוכן אין יענע תקופה, און ער האט געווארנט אז אויב די גאז שטאפלען וועלן רעדוצירט ווערן אין האלב, וועט די גלאבאלע טעמפראטור פאלן מיט גאנצע 9 פארנהייט דעגרי'ס…...

דערנאך איז מר. אררהעניס אויפגעקומען מיט א קאלקולאציע, (דא קומט א גמרא ניגון..) אז גענוי ווי נידריגע קארבאן דיאקסייד שטאפלען מאכט קעלטער די וועלט, קען דאך די זעלבע געשען אויף די פערקערטע ריכטונג. ער האט אויסגערענט מיט זיין מאטעמאטיק אז אין פאל קארבאן דיאקסייד שטאפלען דאפלען זיך, וועט די וועלט טעמפראטור ווערן מיט 9 דעגרי ווארימער.

אלע סייענטיסן אין די ווייטערדיגע יארן שפעטער באזירן זייער אקעדעמישע לערעס און שטודיעס אויף די מעטאדע פון אררהעניס און זיינע מאדעלן. און דא שטעקט איינע פון די הויפט לעכער, ווייל עס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. עס איז קיינמאל נישט איבערצייגנד אז א העכערונג פון קארבאן דיאקסייד ברענגט ווארימערע טעמפראטורן. די איינציגסטע זאך וואס האט די מעגליכקייט צו מאכן ווארעם די וועלט איז: די זון.

א ווארימערע וועלט
דאן, מיט אריבער 100 יאר צוריק האבן מענטשן געגלייבט אז דער קאנצעפט פון א ווארימערע וועלט איז א גוטע זאך. דער אויבדערמאנטער אררהעניס שרייבט זעלבסט אין זיינע מעמוארן, אז "דורך קוראזשירן צו פראדוצירן העכערע קארבאן דיאקסייד שטאפלען קענען מיר האפן צו עררייכן נייע צייטן פון געשמאקערע קלימאטן, ספעציעל אין קעלטערע ראיאנען פון די וועלט".

אין די 1930'גער איז א ענגלישער אינדשעניר מיטן נאמען 'גיי סטוארט-קאללאנדער' אויפגעקומען אז גלאבאלע אנווארעמונג איז שוין למעשה אריין אין קראפט. ער האט דאן אנגעוויזן אז די נארט-אטלאנטיק ראיאן האט זיך היבש אנגעווארעמט צוליב די אינדאסטריע רעוועלוציע אפעקט. לויט זיינע קאלקולאציעס וואלט א דאפלטע דאזע פון קארבאן דיאקסייד געשאפן א טעמפראטור הויב פון 3.6 דעגרי פארנהייט. ער איז אין די יארן דערויף ארויסגעקומען מיט א קאמפיין אז די גרינהויז גאז אפעקט פון אנווארימען דעם פלאנעט איז אין פולסטן קראפט.

רוב וועלט האט דאס אבער אויפגענומען מיט סקעפציזם. דאך האט זיין קאמפיין געברענגט גענוג אויפמערקזאמקייט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט אין די 1950'גער יארן געשפירט פאר וויכטיג צו פינאנצירן און אהערצושטעלן די ערשטע פראיעקטן צו מעסטן קלימאט און CO2 שטאפלען.

די 'קיעלינג' ליניע
די גרעסטע רעגירונגס פראיעקט אין יענע יארן צו מעסטן די גרינהויז גאזן איז געווען דאס איינשטעלן א אבזערוועטארי מאניטערינג סטאנציע אין האווייאי וועלכע געפינט זיך אין צענטער פונעם פאסיפיק אקאן און טוט נאך ביז היינט צוטאגס רעקארדירן די קאנצענטראציע פון די קארבאן דיאקסייד שטאפלען. עס ווערט גערופן אויפן נאמען פון א געוויסן מר. קיעלינג, וועלכער איז געווען גאר אינטסרומענטאל דאס אהערצושטעלן, און ער ווערט קרעדיטירט פאר איינע פון די מערסט ערפונדענע אויפטוען לטובת די קלימאט אין די לעצטע יאר-הונדערט.

די קיעלינג מעסטער ליניע האט אנגעהויבן אין 1958 צושטעלן דאטא וועלכע האט נאכאנאנד געוויזן אז קארבאן דיאקסייד שטייגט דראמאטיש, און הגם עס איז געלאפן ווי א טשארט אראפ און ארויף, ווייל זומער ווען די געוויקסן בליען ציען זיי אריין קארבאן דיאקסייד, איז אבער דער סך הכל געווען אז עס גייט ארויף. אין לויף פון די יארן איז עס געשטיגן צו אזא הויכקייט וואס עס איז נישט געווען זינט --- --- (שוין. אלעס האט א גבול! ביז פאנאטישע כפירה)

דאך האט קיינער נישט גענומען קיין ערנסטע שריט דערוועגן, עס איז געווען עפעס וואס האט באלאנגט פאר נאסא סייענטיסטן צו שטודירן, אבער נישט מער.


1970: די וועלט ווערט קעלטער!
אין די אנהויב 1970 און די נאכפאלגנדע יארן, איז אנטשטאנען א שרעק אז די וועלט ווערט אפגעקילט. דאס איז געווען וויבאלד די וואקסנדע פעקטארי אינדוסטרי האט אריינגעשאסן א מאסע פעלושען אין די אטמאספערע, און א צאל סייענטיסטן האבן געברענגט א טעאריע, אז אנדערש ווי מען האט געמיינט ביז דאן אז די אינדאסטריע רעוועלאציע מאכט ווארימער דורך פארברענען מער גאזן, טוט למעשה די רויך פארשטעלט די זון ליכטיגקייט פון גרייכן די ערד, און דעריבער ווערט די ערד-קוגל קעלטער.

עס איז פאראן א צאל צייטונג ארטיקלען פון יענע יארן ווי מען זעט אז די פחד פון א גלאבאלע פרירונג איז געווען א אינטעליגאנטע טייל פון דאס לעבן יענע צייט. מאנכע סייענטיסטן האבן געווארנט אז די גאנצע וועלט גייט ווערן איבערגעדעקט מיט 300 פוס הויך אייז, און די ים שטאפלען וועלן פאלן מיט 400 פוס אויב מען נעמט נישט קיין צייטליכע שריט. דאס ווערט אנגערופן אן 'אייז-עידש' עפעס האט לויט זיי פאסירט מיט ------ יאר צוריק…….(הער אויף!)

אנדערע חכמי חעלעם האבן אבער געהאלטן, אז פעלושען איז עפעס וואס צוגייט אין די לופט נאך א שטיק צייט. משא"כ קארבאן דיאקסייד גאזן בלייבט שטעקן אין די אטמאספערע פאר הונדערטער יארן. דעריבער איז מער ריכטיג צו קוקן אויפן ברייטן בילד, וועלכע האט טאקע אין די נאכפאלגענדע 1980'גער יארן זיך שטארק אנגעווארעמט.

1988: די וועלט ווערט אנגעהיצט.
לויט מערערע עקספערטן איז די יאר 1988 געווען א קריטישע 'טוירנינג פוינט' ווען פילע נאטורליכע דיזעסטער געשעענישן האבן געשטעלט די גלאבאלע-אנווארעמונג טעאריע אין ספאט-לייט. די זומער פון 1988 איז געוועזן די הייסטע אויפן רעקארד, און פילע טריקענישן און וואלדפייערן האבן דאן פאסירט אין אמעריקע.

דאס האט געפירט צו א מאסיווע אויפוואכונג איבער די עקזיסטענץ פון גלאבעל ווארעמונג, בעיקר וויבאלד די ליבעראלע אקטיוויסטן האבן זיך דאן ארויפגעכאפט אויפן וואגן זעענדיג דערין א גלענצענדע אפערטוניטי איינצושטעלן זייער דאמינירנדע דעמאגאגיע, און האבן סוקסעספול אויסגענוצט די געלעגנהייט איינצוקעשן די סיטואציע צו שטופן פאראויס זייערע סאציאלע אגענדעס. אין יוני פון 1988 האט א פירנדער נאסא סייענטיסט געגעבן עדות'שאפט פאר קאנגרעס ערקלערנדיגע אז ער איז "99 פראצענט" זיכער אז מיר געפינען זיך אין גלאבאלע אנווארעמונג טערעטאריע. זינט ער האט ערפונדן דעם טערמין פון "99 פראצענט" ווערט די אקוראטע ציפער 99 כסדר איבערגעחזר'ט מיט א קינדישע זיכערקייט דורך אלע פון די פרא-קלימאטן חדר קולטור.

מיט איין יאר דערויף, איז עטאבלירט געווארן מצד די יונייטעד נעישאנס די 'אינטערגאווערנמענטאל פאנעל אוו קלימעט טשענדזש' (IPCC) וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט די פאליטישע און עקאנאמישע אויסווירקונגען און איינגעשטעלט פול-טיים סייענס פארשונגען. די פרישע שטודיעס האבן געוויזן אז אין ליכט פון דעם וואס מאסיווע אייז-גלעטשער ביי די נארט און סאוט פאול ווערן צולאזט, קען מען ערווארטן אז די ים שטאפלען זאלן זיך הייבן צווישן 11 ביז 38 אינטשעס ביז יארע 2100 לספ'. וועלכע וועט פארשוועמען די גרויסע בארטן סיטי'ס אין אמעריקע.

די קיאטא פראטאקאל.
אין די קלינטאן יארן, איז פארגעשלאגן די קיאטא פראטאקאל מיטן ציהל צו איינצוימען די אלוועלטליכע באנוץ פון גרינהויז גאז עמישאנס, און עס איז אדאפטירט געווארן אין 1997. די פראטאקאל וועלכע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט קלינטאן, האט גערופן צו רעדוצירן די באנוץ פון 6 סארט גרינהאוז גאזן אין 41 לענדער אין צוגאב צו די אייראפעאישן יוניאן. די אפמאך האט געלויטעט צו רעדוצירן די גאזן מיט 5.2 פראצענט אונטער די 1990 שטאפלען ביז די פיריאד פון 2008 ביז 2012.

אבער אין 2001 האט דער פרישער פרעזידענט בוש זיך ארויסגעצויגן פונעם אפמאך נאכן דערקלערן אז די פראטאקאל איז "פונדאמענטאל פאטאל און דעפעקטיוו" און צוגאב וואס עס ברענגט אראפ די עקענאמיע.

אינעם זעלבן יאר האט די אויבנדערמאנטע IPCC ארויסגעגעבן איר דריטע באריכט, זאגנדיג אז "גלאבעל ווארמינג וואס האט נאכנישט פאסירט זינט די ענדע פון די לעצטע ------- (דברי הבאי וכפירה) איז שטארק מעגליך עס זאל געשען מיט שווערע שאדן פאר די קומענדיגע גענעראציעס". פינעף יאר שפעטער אין 2006 האט געוועזענער וויצע על גאור ארויסגעגעבן זיין באקאנטן פילם פראדוקציע וועלכע שאפט א פאניק און גיט דעם לעצט נויטיגן שטויס צו נויגן דעם נאציאנאלן דעת הקהל צו גלויבן די ווערסיעס.

עס זענען אלס געווען ניכטערע מענטשן וואס האבן געטענה'ט אז די IPCC באריכטן און גאור'ס פילם זענען איבערגעטריבן. פילע הויפט סייענטיסטן-אקטיוויסטן זענען געכאפט געווארן יארן לאנג 'קאכן די ביכער' צו פראדוצירן העכערע שטאפלען פון טעמפראטור ציפערן, עס זאל שטימען מיט זייערע אגענדעס. א גרויסע צאל ריכטיגע סייענטיסטן האבן זיך כסדר ארויסגעשטעלט קעגן די אפיציעלע טעאריעס, אבער אן קיין ערפאלג. עס איז געלונגען די טריק. די מעינסטריעם איז שוין געווען פארכאפט אין די לאפעס פון די גלאבאלע אנווארעמונג רעליגיע.

אין נאוועמבער 2012 האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט א מעסעדזש וועלכע לייענט זיך :"די קאנצעפט פון גלאבעל ווארמינג איז ערפונדן געווארן ביי די טשייניז מיטן ציל צו אנולירן קאמפיטישן פון אמעריקע'ס מאנופעקטשורינג אינדוסטרי'ס."

אין 2015 האט אמעריקע אונטער פרעזידענט אבאמא אונטערגעשריבן די "פאריז קליימעט אגרימענט" ביי וועלכע 195 לענדער האבן איינגעשטימט איינצוצוימען גרינהאוז גאזן, און כסדר באריכטן זייער פארשריט. אבער מיטן ערוויילונג פון טראמפ אין 2016, האט זיך אמעריקע ארויסגעצויגן דערפון ביים ערקלערן אז "די דיעל באשטראפט די יונייטעד סטעיטס".

דאס איז די אלף בית פון 'גלאבעל ווארמונג' אדער 'קלימאטן טויש'. תם ולא נשלם. מיר האפן צו גיבן מיט די צייט א באזונדערן אנאליז אפצושלאגן די לעכערליכע קלימאטן טויש טעאריע, און אויף די פראגע וואס איז די סיבה פארוואס עמיצער זאל וועלן פאלש קאנספירירן אז גלאבאלע אנווארעמונג איז ריכטיג, און וואס איז די ציהל דערינטער אז ליבעראלן שטופן אזוי שטארק דעם וואגן, וועלמיר איבערגעבן דאס ווארט פארן הויכגעשעצטן מרת. אלעקסאנדריע אקעסיא קארטעז וועלכע איז באמת געטריי און פינאט-באטער באזארגט פאר די צוקונפט פון אונזערע דזשענערעישאנס....

מרת קארטעז:
It’s not just possible that we will create jobs and economic activity by transitioning to renewable energy, but it’s inevitable that we are going to create" jobs, it’s inevitable that we are going to create industry, and it’s inevitable that we can use the transition to 100 percent renewable as the vehicle to truly deliver and establish economic, social and racial justice in the United States.”
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

זייער אינטרעסאנט, מיר ווארטן שוין אויפן נעקסטע חלק
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

wow wow wow

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

פשוט נישט דא די ווערטער, אזא ארבעט צו מאכן חד בעולם איז א אנדערסטעיטמענט, אזוי קלאר מיט אזויפיל אינפארמאציע אריין צולייגען דאס איז שוין משהו משהו,
א גרויסן יש'כ
אין וואס וויל יעדער צולייגן מען ווארט אויפן המשך
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

wow זייער אינטרעסאנט און קלאר באשריבן!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

וואו, מאסיווע דזשאב.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמערנאגל »

great!!!
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

סתם אזוי פאר אינטעראסנטקייט, איך קוק מיר דא אויף מיין וועטער זאגער

אין 1991 איז געווען גלאבעל ווארמינג און אין 2003 איז געועזען גלאבעל קאאלינג
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (15.58 KiB) געזען 2322 מאל
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

הה״ד קליימעט טשעינדזש
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

טענקס ר' יום טוב פארן אנווארעמען אונזער קלימאט דא מיט פיינע פרישע ווארע!!

א מאסיווע ארבעט געמאכט!
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

zibala האט געשריבן:סתם אזוי פאר אינטעראסנטקייט, איך קוק מיר דא אויף מיין וועטער זאגער

אין 1991 איז געווען גלאבעל ווארמינג און אין 2003 איז געועזען גלאבעל קאאלינג

ווי איך פארשטיי טענהן זיי אז די נארט פאול סיסטעם לאזט זיך אויף און עס ווערט ווערט ווארימער, און די קאלטע ווינטען פון דארט פארשפרייטען זיך אטיף די וועלט
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

באמת א גרויסן ישר כח ר' יום טוב א שיינע ארבייט.
איין זאך האסטו אפשר אויסגעלאזט, דאס עסן טשאלענט מיט קושקע יעדע ליל שישי ביי וואך נאכטס און מסיבות די לעצטע פאר יאר דאס היצט נישט אן די וועלט? עס איז דאך הימל שרייענד וויפיל קארבן דיאקסייד דאס געבט ארויס נאכדעם, די גאז עמישענס מיר ברויכן דאס איבערגעבן פאר די סייענטיסטן, זיי וויסן וואס מיר עסן אלץ צוזאם ביי א וואך נאכט?

וויפיל גאז אמישענס געבט ארויס זכר בונדלעך?
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הנאה געהאט
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

zibala האט געשריבן:סתם אזוי פאר אינטעראסנטקייט, איך קוק מיר דא אויף מיין וועטער זאגער

אין 1991 איז געווען גלאבעל ווארמינג און אין 2003 איז געועזען גלאבעל קאאלינג


קלימאטן טויש האט גארנישט מיט דער ספעציפישער וועטער פון א געוויסער געגנט. מ'דארף קוקן אויפן גרויסן בילד.
לייקענען אז די וועלט ווערט ווארעמער איז ווי לייקענען אז די וועלט איז רינדעכיג.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שבת פארטי האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:סתם אזוי פאר אינטעראסנטקייט, איך קוק מיר דא אויף מיין וועטער זאגער

אין 1991 איז געווען גלאבעל ווארמינג און אין 2003 איז געועזען גלאבעל קאאלינג


קלימאטן טויש האט גארנישט מיט דער ספעציפישער וועטער פון א געוויסער געגנט. מ'דארף קוקן אויפן גרויסן בילד.
לייקענען אז די וועלט ווערט ווארעמער איז ווי לייקענען אז די וועלט איז רינדעכיג.

און איינרעדן אז ס'איז קיינמאל נישט געווען אזוי, ווייל זיי האבן נישט געזען. איז אין בעסטן פאל טפשות
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שבת פארטי האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:סתם אזוי פאר אינטעראסנטקייט, איך קוק מיר דא אויף מיין וועטער זאגער

אין 1991 איז געווען גלאבעל ווארמינג און אין 2003 איז געועזען גלאבעל קאאלינג


קלימאטן טויש האט גארנישט מיט דער ספעציפישער וועטער פון א געוויסער געגנט. מ'דארף קוקן אויפן גרויסן בילד.
לייקענען אז די וועלט ווערט ווארעמער איז ווי לייקענען אז די וועלט איז רינדעכיג.

1) ריכטיג.
2) עס איז נישט אזוי פשוט. מיר וועלן עס אי"ה אויסשמועסן אין קומענדיגן שמועס.
אוועטאר
סענדעלע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 16, 2019 1:23 pm
לאקאציע: אויף די לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענדעלע »

איך האב נאר איין גרויסע פראגע אויף די קלימאטן טויש טעאריע, מ'האלט דאך נאר די רעקארדס אויף די קלימאט פון אומגעפער יארע 1880 (געוויסע טיילן פון די וועלט שוין פון 1850, אבער איך רעד פון מער ווייניגער די גאנצע וועלט). יעצט אונזער וועלטל שטייט דאך שוין 5779 יאר, אויב אזוי וואס ווילן די אלע סייענטיסטן אויפווייזן מיט דעם אז אין די פארגאנגענע 140 יאר איז די טעמפראטור ארויף מיט ארום א גראד אנדערהאלבן, כ'מיין 140 יאר איז איבערהויפט נישט גענוג צו באשטעטיגן אז 'דאס איז עס' די וועלט געפינט זיך אין א גאלאפ צו אומדערטרעגליכע און שעדליכע היצן, ווייל 140 פון 5779 איז 2.42 פראצענט, דאס איז ווירקליך א גארנישט ווען עס קומט צו באשטימען אויב די וועלט ווערט ווארימער אינעם טאטאל.
און בכלל, די לינקע גלייבן דאך אין די נארישע כפירה'דיגע עוועלוציע, אויב אזוי הערט זיך 140 יאר פיל מער קאמיש, דאס איז דאך 0.0000000001 פון וויפיל די כופרים האלטן אז די וועלט שטייט!
נאך א פונקט. עס לייגט זיך פיל מער אויפן פארשטאנד צו זאגן אז אפי' אונז וועלן מוזן זאגן אז די וועלט איז יא געווארן ווארימער אין די פארגאנגענע 140 יאר, דאן איז דאס וויבאלד אזוי איז די ארדענונג פון די וועלט: 200 יאר קאלט און 200 יאר הייס, אדער פונקטליך אין וויפיל יאר יעדער וויל עס צוטיילן.
נע, איך בין נישט אראפגעפאלן פון די לבנה. . .
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”