סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:09 am

fiena nieas האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.

גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.

דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.

דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.

בכלל נישט איבערגעטריבן איך האלט אז ס'ברענגט עס גאר גיט ארויס . די זעלבע ווי די נאציס האבן פארשפראכן אז ארבעט מאכט פריי די זעלבע פארשפרעכט די סמארט פאן כאילו זאכן ווערן גרינגער דערווייל פירט עס אריין אין בארד

איך וועל איבערשרייבן דעתי הקטנה... נאכאמאהל, נישט דעת תורה, נאר דעת בעל הבית.
די טעמע ארבייט מאכט פריי, איז זייער סענסיטיוו פאר מלחמה איבערלעבער. און ווער עס ניצט עס פאר אנדערע זאכן ווייסט נישט וואס אוישוויץ איז געוועהן. האט נישט קיין אנונג וואס אוישוויץ איז געוועהן.

- ניין, איך האלט נישט אז סמארטפאונס איז מותר
- איך אליינס האב איך ב"ה אויפגעגעבן מיין סמארטפאון, הגם, איך האב עס יא געדארפט לצורך פרנסה
- יא, איך האלט אז סמארטפאונס איז א גרויסע פראבלעם

אבער איך האלט אז צו ניצן די סיין, איז איבערגעטריבן. איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז די פרייע פרעסע וואלטן זיך ציגעכאפט צו דעהם ווי צי א געבראטענס.

מוחה זיין דארף מען אויך קענען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:11 am

איך טראכט יעצט, אפשר זאל מען מאכן א קארד אז סמארטפאון איז פונקט ווי גיוס? די בילד וועט זיין פון איינעם אנגעטון אין מונדירן מיט א סמארטפאון אין האנט...

אוי גייט סאטמאר מאכן קולות.... אבער פון אוישוויץ מעג מען יא...

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:20 am

Borough Park האט געשריבן:
E24FA171-67BD-40B6-96BB-04ADCEEE2D77.jpeg

וויאזוי דארף מען אריינלערנען פשט? יא?נישט?

אוועטאר
קענדי'ס
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:36 am

שקויעך moishy56 פאר'ן אהער לינקען
איימעניט האט געשריבן:געפערליך וואו איז הייקינד ווען מ'דארף אים???

דאס איז די בעסטע תגובה וואס איך האב געטראפן דא

יעקב צוקערמאן זאגט גוט אפי' די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ס'מ פאונס אבער דארט שטעקט היינט די פראבלעם נישט און די קאמפיוטער
די ס'מ פאון'ס האבן געמאכט אז מען קען זיצען און בהמ'ד און קוקן קליפס און ארום לאכן און קיינער זאגט גארנישט און אפי' יא לאכט מען פון אים

אזוי ווי מען האט שוין געשמיסט אז די וואס פארשטייען נישט אדער דארפן זיי נאך קארטלעך אדער האבן זיי נישט קיין ס'מ פאון
נאך די פאריגע טענה'ריי וואס איך האב געהאט און שומרים אשכול בין איך געקומען צי די מסקנה אזוי
אז אויף אייוועלט דרייען זיך באמת גרויסע צדיקים וואס ווייסען נישט וואס גייט ליידער היינט פאר אויף די וועלט
באמת וואוילע אידן
פאר די וואס ווילן וויסן
ליידער היינט ציטאגס וויפול בחורים האבן ס'מ פאונס? וויפול קויפן היינט א טאג נאך די שבע ברכות? און די האבן נישט קיין פילטער וועגען זיי ווילן נישט מען זאל וויסן אז זיי האבן
וויפול אינגעלייט גייען היינט ציטאגס און א גויעשע לייבערי צי קוקען ווידיאוס?
(גלייבטס מיר נישט פרעגס ענק נאך ביי די וואס טוען ביי די פארפאלענע אדער ביי די ענקערע רבי'ס וואס די קיעסעס קומען אן צי זיי)
די מצב איז היינט געפערלעך סאך ערגער ווי עטץ מיינטס
איז ווי געפערליך מען זאל עס מאכן רירט עס נאך נישט א פינטל ווי ס'האלט ליידער

יענקי פיש האט געשריבן:אזא סארט בילד ווייזט אויף די מציאות אז רוב פון די עקסטרעמע קאמפיינס און רעטאריק קעגען סמארטפאון'ס ווערען געפירט דורך קטני דעת און ביליגע מענטשען,

און די עקסטרעמקייט און די ווילדקייט פון די סארט קאמפיינס נעמט אוועק פון די לגיטימיטעט דערפון, איך אליינס קען מענטשען וואס וואלטען נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט א פילטער, אבער דעי סארט פויערישע ווילדע רעטאריק נעמט זיי אוועק דעם אפעטיט צו בכלל הערען דערפון, די קאמפיינס טראגען א פנים פון א באנדע ווילדע באשעפענישען אנע שכל הישר,

אלעס וואס זיי האבען נישט ליב ווערט גלייך אוישוויץ, אויף אלעס באניצט מען זיך מיט די געמיינסטע לשונות, דאס ברענגט אז נארמאלע מענטשען זאגען "געט דע העלל אוט אוף מיי לייף" דרייטס א קאפ פאר א צווייטען,

זיכער מאכט זיך פראבלעמען מיט סמארטפאוןס, אבער ווייט נישט די בילד וואס זיי פרובירען אהערשטעלען, לויט זיי איז די סמארטפאון שולדיג און אלעס... ס'איז א פאלנע ליגענט, סתם שקרים וכזבים, נישט יעדע שלום בית קעיס איז וועגען א סמארטפאון, אין נישט יעדע אנדערע פראבלעם איז וועגען א סמארטפאון,

ס'וועלט געדארפט זיין א נארמאלע ריף פון רבנים אז ס'איז וויכטיג צו לייגען א פילטער אויף א סמארטפאון און דעטס איט, אן קיין טעראר אן קיין זיך אריינשטעקען די נאז און יענעםס לעבען, אן דרייען א קאפ צו מען דארף עס יא אדער נישט פאר פרנסה..., ס'איז קיינעם'ס נישט ביזנעס,
מען ברויך מאטיוועיטען מענטשען צו לייגען א פילטער, און דעטס איט, אלעס מער פון דעם איז לויטער סטרא אחרא !
די גאנצע ווילדקייט פון דעי קאמפיין איז מעשה בעל דבר, וואס ציהט אלץ צו עקסטרים אויב נישט לינקס דאן רעכט עד הסוף.... אבי נישט נארמאל...

ביסט דיר אביסל סותר איז ער א נארמעלע מענטש פארוואס לייגט ער נישט קיין פילטער אפי' מען מאכט משוגע די רבנים האבן געהייסן ניין? (אויב זיי גייען משוגע מאכן לייגן א שטערקערע פילטער קען ער גיין צי די אנדערע מוסד פילטער קאמפעני ווי מען קען אים נישט)

איז אלע מאי מענטשען פאלגען נישט די רבנים
פארוואס איז דא פליז אפיסער וואס טיילען ספידינג טיקעטס? מען קען שרייבן בפוקדת כקאדמ'ר איז אסור צי ספידן
פארוואס איז דא ספיד באמס? מען קען שרייבן בפוקדת כקאדמ'ר איז אסור צי ספידן
פארוואס איז דא מקוה געיט? מען קען שרייבן בפוקדת כקאדמ'ר מיז מען צאלן מקוה געלט
פארוואס האבן די שואערס אזא קנעפל וואס מאכט צי די שאוערס יעדע מינוט מען קען שרייבן בפוקדת כקאדמ'ר מיז מען צי מאכן די שאוער ווען מען גייט ארויס
איך קען פרעגן נאך צענדילגע משלים
איז אלע מאי מענטשען פאלגען נישט די רבנים
מדברי שי''ר
א נארמעלע מענטש זאגט נישט געט דע העלל אוט אוף מיי לייף נאר ער פאלגט וואס מען הייסט אים
די מערסטע האב איך הנאה ווי די אלע וואס האקן אויף די פאר איינצעלע אידן נאר זיי זענען די אייניצעגעסטע וואס טוען אז ס'איז מעשה בעל דבר
זאג האסט אמאל געטראכט אז די וואס רוב אינגעלייט האבן היינט ס'מ פאון האט עפעס מיטן בעל דבר?
זיי זענען די אייניצגעסט וואס טוען און זיי מיינען עס אינגאצען לשם שמים

און פאר די אלע וואס האלטן אז די מצב איז נאך אלס נישט אזוי געפערליך ביז אושוויץ
איז די תירץ ס'איז לצורך פרנסה און מתוך שהותרה לפרנסה הותרה לכל דבר ווי אזוי מען וויל ווי אזוי יעדער אליינס מאכט אפ(פונקט ווי די ס'מ פאון)

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך טראכט יעצט, אפשר זאל מען מאכן א קארד אז סמארטפאון איז פונקט ווי גיוס? די בילד וועט זיין פון איינעם אנגעטון אין מונדירן מיט א סמארטפאון אין האנט...

אוי גייט סאטמאר מאכן קולות.... אבער פון אוישוויץ מעג מען יא...

ניין סאטמער גייט נישט מאכן קולות אבער די אנדערע קהילות וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט די גיוס וועלן זאגן אז מען מעג האבן א ס'מ פאון
און אושוויץ רעד צי יעדע איד

נאכמאל ארויס ברענגען די מעלה פון די אייוועלט אז דא דרייען זיך וואוילע אידן וואס ווייסן באמת נישט וואס גייט ליידער פאר אויף די וועלט וואויל איז ענק (דאס איז נישט קיין היתר דא צי זיין)

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:01 am

כלל ישראל'ס היסטאריע האט זיך "נישט" אנגעהויבן תרצ"ט און נישט געענדיט ביי די "דאזיגע" שומרים קאטל
ווער עס פארשטייט וואס אוישוויץ איז - קומט נישט מסתמא אויף איי-וועלט....
ווער עס ווייסט פארוואס אוישוויץ איז געקומען אויף כלל ישראל - מסתמא ביי אים איז די שומרים קארטל נישט קיין טעמא בכלל
כלל ישראל באשטייט פון אביסל מער פון אפאר הונדערט ניק'ס בני בלי שם
די נושא פון מאכן א מצב פונעם HOLOCOST און שרייען דערוועגן קומט פון אזעלכע וואס גדולי ישראל האבן געזאגט אז זיי זענען שולדיג דערויף
פון די ערשטע וואס האבן מוחל געווען די וואס האבן געמאכט דעם HOLOCOST און האבן געמאכן ביזנעס מיט יענעם לאנד זענען געווען די וואס שרייען די מערסטע ווען זיי קענען אויף אנדערע דערוועגן

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:37 pm

נו שוין האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:
E24FA171-67BD-40B6-96BB-04ADCEEE2D77.jpeg

וויאזוי דארף מען אריינלערנען פשט? יא?נישט?

פשוט איך האב געהערט שמועסן אז די סקווירא רבי האט געגעבן ברכת קודש פאר די השומרים ארגענזאציע אבער נישט פאר די קארטלעך
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:40 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.

גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.

דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.

דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.

בכלל נישט איבערגעטריבן איך האלט אז ס'ברענגט עס גאר גיט ארויס . די זעלבע ווי די נאציס האבן פארשפראכן אז ארבעט מאכט פריי די זעלבע פארשפרעכט די סמארט פאן כאילו זאכן ווערן גרינגער דערווייל פירט עס אריין אין בארד

איך וועל איבערשרייבן דעתי הקטנה... נאכאמאהל, נישט דעת תורה, נאר דעת בעל הבית.
די טעמע ארבייט מאכט פריי, איז זייער סענסיטיוו פאר מלחמה איבערלעבער. און ווער עס ניצט עס פאר אנדערע זאכן ווייסט נישט וואס אוישוויץ איז געוועהן. האט נישט קיין אנונג וואס אוישוויץ איז געוועהן.

- ניין, איך האלט נישט אז סמארטפאונס איז מותר
- איך אליינס האב איך ב"ה אויפגעגעבן מיין סמארטפאון, הגם, איך האב עס יא געדארפט לצורך פרנסה
- יא, איך האלט אז סמארטפאונס איז א גרויסע פראבלעם

אבער איך האלט אז צו ניצן די סיין, איז איבערגעטריבן. איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז די פרייע פרעסע וואלטן זיך ציגעכאפט צו דעהם ווי צי א געבראטענס.

מוחה זיין דארף מען אויך קענען.


נישט זיי גייען זיי האבן זיך שוין ציגעכאפט צו דעהם
צוגעלייגטע
D0k3x82WkAA_-vR.jpg
D0k3x82WkAA_-vR.jpg (129.38 KiB) געזעהן 3310 מאל

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:49 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.

גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.

דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.

דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.

בכלל נישט איבערגעטריבן איך האלט אז ס'ברענגט עס גאר גיט ארויס . די זעלבע ווי די נאציס האבן פארשפראכן אז ארבעט מאכט פריי די זעלבע פארשפרעכט די סמארט פאן כאילו זאכן ווערן גרינגער דערווייל פירט עס אריין אין בארד

איך וועל איבערשרייבן דעתי הקטנה... נאכאמאהל, נישט דעת תורה, נאר דעת בעל הבית.
די טעמע ארבייט מאכט פריי, איז זייער סענסיטיוו פאר מלחמה איבערלעבער. און ווער עס ניצט עס פאר אנדערע זאכן ווייסט נישט וואס אוישוויץ איז געוועהן. האט נישט קיין אנונג וואס אוישוויץ איז געוועהן.

- ניין, איך האלט נישט אז סמארטפאונס איז מותר
- איך אליינס האב איך ב"ה אויפגעגעבן מיין סמארטפאון, הגם, איך האב עס יא געדארפט לצורך פרנסה
- יא, איך האלט אז סמארטפאונס איז א גרויסע פראבלעם

אבער איך האלט אז צו ניצן די סיין, איז איבערגעטריבן. איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז די פרייע פרעסע וואלטן זיך ציגעכאפט צו דעהם ווי צי א געבראטענס.

מוחה זיין דארף מען אויך קענען.


נישט זיי גייען זיי האבן זיך שוין ציגעכאפט צו דעהם

די גאנצע אשכול האט זיך געפענט מיט די טוויט... עס איז נאר געווארן געמעקט. שיין זעמיר אויס אז דער בחור איז אונזערע מחנך, וואס איז עקסטרעם און וואס נישט...

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:51 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נשמה'לע קוק אהער. נישט יעדער איז ווארעם צום קאמף קעגן סמארטפאונס. בפרט א היינטיגער אינגערמאן, וועלכער האט נישט געזען די וועלט בעפאר סמארטפאונס. ער האט בכלל נישט דעם פיקטשער פון ביפאור ענד עפטער, זעט נישט וואס עס איז שלעכט דערמיט. בפרט ווען מען האלט נאך בעפאר דאס ערנסטקייט און באזעצנקייט וואס קומט ווען מען איז שוין א טאטע פון ערוואקסענע קינדער און מען קוקט ארויס אויף ערליכע אידישע דורות בשעת מען וואקעלט זיך דא אין די כוואליעס. איז דאן, ווען מען איז נאך א אינגערמאן, און מען שפירט שלום עלי נפשי. ווערט מען נערוועז פון דעם קאמף קעגן סמארטפאונס.

כאטשיג, אפילו דער פותח האשכול, און מענטשן וואס זענען נישט ווארעם פאר'ן קאמף, צי צוליב חוסר ידיעה, צי צוליב חוסר התבננות, צי ווייל זיי האבן אליינס סמארטפאונס און עס איז זיי א געשמאקער אינטערטעינמענט געצייג. זענען דאך שטילערהייט צופרידן אז עס איז דא א מלחמה. ווייל זיי אליינס ווילן נישט קיין געהעריגע אפענע וועלט, ווי אין די מאדערנע קרייזן, וואו עס איז פערפעקטלי אקעי צו גיין אין די געציילטע אינטשעס פון אפענע ווייערס מיט 640 וואלטס וואו מען קען עלעקטעריזירט ווערן צום טויט (רוחניות'יג און גשמיות'דיג) אין א סעקונדע. כ'מיין אז אפילו דער פותח האשכול, וויל אויך נישט לעבן אין אזא געזעלשאפט, ערגעץ וואו האט ער אויך גדרים.

יעצט נאכאמאל, לאמיך געבן דעם בעפאר ענד עפטער פיקטשער פון מיין קוק-ווינקל, און איך בין סך הכל 40 יאר אלט.

איך געדענק נאך אמאל, און אלע פון מיין יארגאנג וועלן געדענקען, אז אמאליגע צייטן, קוקן ווידיא, קליפס וכדומה, האט געהייסן דאס גרעסטע שגץ שטיק. ביים אנהויב פונעם אינטערנעט עפאכע, אין די סוף נ'ן יארן, אויב האט עמיצער געקוקט א קליפ, האט ער דאס פאר קיינעם נישט פארציילט, פונקט ווי קיינער וועט נישט ארומווייזן אין ביהמ"ד שטיקער פונעם טיים מאגאזין, צי דעם ניו יארק פאוסט, אפילו אויב עס האט עפעס גאר אן אינטערסאנטן בילד מיט זיך.

צוביסליך איז ווידיא געווארן נארמאל. ליידער. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען דזשידזשיטעל קאמעראס זענען געווארן גאנגבאר, און היינט איז דאס מיט סמארטפאונס. היינט צוטאגס, איז ליידער, איז דא עוורידזש אינגעלייט, פון היימישע חסידישע שטובער, וואס דער סמארטפאון איז ביי זיי א לכתחלה און מען אינטערטעינט זיך כסדר דערמיט.

פרעגט איר וואס איז שלעכט, וואס איז שלעכט מיט ווידיא, נו וואס איז שלעכט מיט טעלעוויזשאן, און פארוואס האבן רבנים אזויפיל איינגעריסן דערויף. וועט אפילו א בארא פארקער מאדערנער צי א פלעטבושער האבן א טעלעוויזיע אין שטוב. דוכט זיך אז נישט. און די טעלעוויזיע איז אפשר נאך בעסער ווי דעם סמארטפאון.

ממילא, איך בין נאך סענסיטיוו דערצו, ביי מיר איז ווידיא טרייף, איך וועל נישט גערן קוקן א קליפ.

כ'וויל נאר געבן א שטיקל בליק וויאזוי עס איז היינט. איך ארבעט דא מיט א נייעם אינגערמאן, זיין טאטע א חסידישער איד, זיין זיידע א חסידישער איד. ער האט א סמארטפאון. ער רוקט זיך צו צו מיר היינט און צייגט מיר אזא קליפ, אזא קליפ, כ'האב אים נישט געוואלט אומבאקוועם מאכן. כ'האב געזען אז ער איז נאך רוי אין דעם גאנצן סוגיא, און אז איך זאל אים מסביר זיין וועט ער מיך אנקוקן ווי א גוי וואס פארשטייט נישט פארוואס א איד קען נישט רוקן א סוויטש אין שבת.

עס האט מיך אבער וויי געטאן צו זען דעם ירידת הדורות. עס טוט באמת וויי, בפרט, ווען דער זיידע פון דעם אינגערמאן יאז ארויסגעקומען פון אוישוויץ, אן גארנישט, ער האט געהאט אזעלכע נסיונות אין אידישקייט, אז נאר, מען רעדט נישט פון ווערן א גוי, מען רעדט פון בלייבן א מאדערנער איד. דער זיידע זיינער, האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי אידישקייט, נאר פשוט, ער איז נישט געווען דער בעל דרשן איבערצוגעבן זיינע וועליוס מיט א פלאקער אויף ווייטער. דער פאטער פון דעם אינגערמאן איז אויך גאר א היימישער חסידישער איד, איז טוט דאס וויי צוצוקוקן.

דער פוינט איז, בעפאר דער פותח האשכול רעגט זיך איבער עקסטרעמקייטן, אינעם מלחמה קעגן סמארטפאונס, וואס באמת האט ער דערפון הנאה ווייל מען ראטעוועט אים און זיינע דורות. עס וועט אפשר דויערן 10 יאר ער זאל עס פארשטיין, זאל ער פארשטיין, אז סמארטפאונס האבן געמאכט אן עקסטרעמען דראסטישן טויש ביי היימישע אידן. וואס איך קען דערויף שרייבן אגאנצע נאכט. סאו כביטע זאל דער פותח האשכול זיך אביסעלע בארואיגן און מאכן אביסל ריסוירטש ווי מען זאגט

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:54 pm

סאו אושוויץ איז נישט געווען אזוי געפערלעך. ס'איז נישט מער ווי סארט פאון... וואס האקט מען אין טשייניק אזויפיל יארן וועגן האלאקאסט? דאס איז דאס גאנצע?

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:59 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.

דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.

בכלל נישט איבערגעטריבן איך האלט אז ס'ברענגט עס גאר גיט ארויס . די זעלבע ווי די נאציס האבן פארשפראכן אז ארבעט מאכט פריי די זעלבע פארשפרעכט די סמארט פאן כאילו זאכן ווערן גרינגער דערווייל פירט עס אריין אין בארד

איך וועל איבערשרייבן דעתי הקטנה... נאכאמאהל, נישט דעת תורה, נאר דעת בעל הבית.
די טעמע ארבייט מאכט פריי, איז זייער סענסיטיוו פאר מלחמה איבערלעבער. און ווער עס ניצט עס פאר אנדערע זאכן ווייסט נישט וואס אוישוויץ איז געוועהן. האט נישט קיין אנונג וואס אוישוויץ איז געוועהן.

- ניין, איך האלט נישט אז סמארטפאונס איז מותר
- איך אליינס האב איך ב"ה אויפגעגעבן מיין סמארטפאון, הגם, איך האב עס יא געדארפט לצורך פרנסה
- יא, איך האלט אז סמארטפאונס איז א גרויסע פראבלעם

אבער איך האלט אז צו ניצן די סיין, איז איבערגעטריבן. איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז די פרייע פרעסע וואלטן זיך ציגעכאפט צו דעהם ווי צי א געבראטענס.

מוחה זיין דארף מען אויך קענען.


נישט זיי גייען זיי האבן זיך שוין ציגעכאפט צו דעהם

די גאנצע אשכול האט זיך געפענט מיט די טוויט... עס איז נאר געווארן געמעקט. שיין זעמיר אויס אז דער בחור איז אונזערע מחנך, וואס איז עקסטרעם און וואס נישט...


ווער האט דא געזאגט אז דער בחור איז אונזער מחנך? ער איז אונזער מסור!
און יא, מען דארף זיך דעריבער (און סייווי) היטן וואס מ'שרייבט!

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג מארטש 01, 2019 1:57 pm

איך פארשטיי די שרעקליכע חרבן פןן סמארט פאון'ס איך מאך דאס ח"ו נישט אוועק
נאר די מערכה אזויווי אלע אנדרערע מערכות און כלל ישראל ווערן געפירט דורך קליינע מוחות.
און מען שלעפט אראפ יידישקייט לויט זייער קליינע קינדערישע פארשטאנד, און דאס איז א גרויס חלק פון די גורם אז מען נעמט נישט ערענסט קיין מערכות וואס וואלטן ווען יא געדארפט גענימען ווערן ערענסט
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

תגובהדורך yankelshister » פרייטאג מארטש 01, 2019 1:57 pm

קענדי'ס האט געשריבן:ליידער היינט ציטאגס וויפול בחורים האבן ס'מ פאונס? וויפול קויפן היינט א טאג נאך די שבע ברכות? און די האבן נישט קיין פילטער וועגען זיי ווילן נישט מען זאל וויסן אז זיי האבן
וויפול אינגעלייט גייען היינט ציטאגס און א גויעשע לייבערי צי קוקען ווידיאוס?
(גלייבטס מיר נישט פרעגס ענק נאך ביי די וואס טוען ביי די פארפאלענע אדער ביי די ענקערע רבי'ס וואס די קיעסעס קומען אן צי זיי)
די מצב איז היינט געפערלעך סאך ערגער ווי עטץ מיינטס
איז ווי געפערליך מען זאל עס מאכן רירט עס נאך נישט א פינטל ווי ס'האלט ליידער

איז דא א מעגליכקייט אז דאס איז דירעקט א תוצאה פון די סגנון המערכה/שומרים קארטלעך?
יאנקל שיסטער איז גערעכט...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מארטש 01, 2019 2:03 pm

איך זעה אז אסאך קלוגע אידן דא כאפן נישט די נושא פון וואס מען רעדט.

אויב איינער האלט אז דאס איז "איבערגעטריבן", קומט נאך נישט מען זאל איהם באשייגעצען אז ער ווייסט נישט וואס א סמארטפאון איז.

איך ווייס יא וואס איז א סמארטפאון. און כאטש איך האב געהאט אן אויסגעצאלטע סמארטפאון פון מיין קאמפאני, און כאטש איך האב באקומען די לעצטע מאדעל איעדעס יאר, און כאטש וואס איך האב עס יא געדארפט פאר מיין פרנסה, און כאטש איך האב יא באקומען גרויס heat פון מיינע מיטארבייטער (co workers) פארן עס אויפגעבען, דאך האב איך עס געטוהן. טאקע דערפאר ווייל איך ווייס יא וואס א סמארטפאון איז. און דאס איז שוין נאכן האבן א גאר גיטע פילטער.

נאכן מאכן די הקדמה, וועל איך איבערחזרן מיין דעתי הקטנה אז איך מיין אז רוב אינגעלייט פארשטייען נישט וואס אוישוויץ איז געוועהן. ווער עס איז דארט געוועהן פאר בלויז איין וואך, האט זיך קיינמאהל נישט ערהוילט. די נושא (איך מיין) פון די פותח האשכול, איז צו ניצן "ארבייט מאכט פריי" איז אפשר איבערגעטריבן. און איך מיין אז יא.

מען דארף קענען מוחה זיין אויך.

איך שרייב איבער (פשוט מען זאל נישט גיין אין סורקעלס): סמארטפאונס איז א גרויסע פראבלעם. גאר א גרויסע פראבלעם. ברוחניות, און אויך בגשמיות. אבער ווען מיהר האבן נאך מלחמה איבערלעבער, אפשר דארף מען נישט ניצן די ארבייט מאכט פריי סימבאל. ענדערשט נוץ פייער פון גיהנום.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום פרייטאג מארטש 01, 2019 2:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:06 am

תגובהדורך טלה ונעשה איל » פרייטאג מארטש 01, 2019 2:11 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך ווייס יא וואס איז א סמארטפאון. און כאטש איך האב געהאט אן אויסגעצאלטע סמארטפאון פון מיין קאמפאני, און כאטש איך האב באקומען די לעצטע מאדעל איעדעס יאר, און כאטש וואס איך האב עס יא געדארפט פאר מיין פרנסה, און כאטש איך האב יא באקומען גרויס heat פון מיינע מיטארבייטער (co workers) פארן עס אויפגעבען, דאך האב איך עס געטוהן. טאקע דערפאר ווייל איך ווייס יא וואס א סמארטפאון איז. און דאס איז שוין נאכן האבן א גאר גיטע פילטער.

wow!

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » פרייטאג מארטש 01, 2019 4:32 pm

קודאס קאשער טרעוועל פארן טון צום זאך, מדארף מיר זיך אפלערנען פון אייך.

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » פרייטאג מארטש 01, 2019 4:34 pm

דער אייבערשטער זאל אונז שענקען די כוחות עס אויפצוגעבן, אונז שיקן א רוח טהרה
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש מארטש 02, 2019 8:47 pm

אז מען רעדט שוין פון סמארטפאונס... איך זאג אייביג, איך האב נאר דעת בעל הבית, און איך קען נישט אריינרעדן וויאזוי די רבנים זאלן פירן די מערכה.

איך וויל נאר שרייבן פון מיין עקספיריענס. איך בין נישט קיין פארפרומטער אינגערמאן.
מען קען מיך כאפן און סופערמארקעט אהן א היט (אויך אהן א רעקל...).
מען קען מיך כאפן אין רעסטוראנטען (אבער נישט אין פרעמדע קאווע שטיבער, וד"ל).
מען קען מיך כאפן שרייבן אויף איי וועלט ווען איך דארף אביסעלע זיך אויסרוען די נערווען.

בקיצור, מען קען מיך נישט ריפן א פארפרומטער.

איך האב אויפגעגעבן מיין סמארטפאון, פשוט ווייל מיין רב שליט"א האלט און איין רעדן דערוועגן. איך בין געוועהן זייער אהנגעוויזן דערויף "לצורך פרנסה" לכל הדיעות! איך בין דורכגעגאנגען א שווערע תקופה בעניני פרנסה, האב איך עס דעמאלטס אויפגעגעבן. און ב"ה, די יאהר דערויף האבן זיך גאר אסאך זאכן זיך אויסגעארבייט בעסער ווי געראכטן. גענוג צו זאגן אז מיין W2 איז געוועהן היבש בעסער... עס האט מיהר נישט געשאדט פאר פרנסה! איך בין נישט אין הימל, און איך ווייס נישט וואס טוט זיך דארטן. איך האב אויך געדאווענט בעסער. אויך געטוהן אנדערע זאכן. מיין בני בית, וואס איז אסאך פרומער פון מיהר, האט אויך געוואלט אויפגעבען איהר סמארט פאון. אבער אונזער רב (דער וואס האלט און איין רעדן פון די כלים), האט איהר געזאגט, כאפ נישט, קויף קודם א פליפ פאון, און זעה אויב די קענסט. (דיסקלעימער: זי דארף עס אויך לצורך פרנסה). איך גיב גאר אסאך קרעדיט פאר אזא קלוגער רב, אז ער האט נישט געכאפט הייסע לאקשען. פארשטייט זיך אז איעדער זאל פרעגן זיין רב. ב"ה, אפאר וואכן צירוק האט זי אויך אויפגעגעבן איהר סמארטפאון.

פארוואס שרייב איך דאס אלעס? פשוט מען זאל וויסן אז מען קען. איך האלט נאך נישט אז איעדער אינגערמאן וואס האט עס איז א שגץ. אבער מען קען אויב מען וויל. אבער טייערע אינגעלייט, קומען און שוהל און רעדן פון וואטסעפ, דאס איז א שטיקעלע חוצפה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש מארטש 02, 2019 8:56 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך טראכט יעצט, אפשר זאל מען מאכן א קארד אז סמארטפאון איז פונקט ווי גיוס? די בילד וועט זיין פון איינעם אנגעטון אין מונדירן מיט א סמארטפאון אין האנט...

אוי גייט סאטמאר מאכן קולות.... אבער פון אוישוויץ מעג מען יא...

ניין סאטמער גייט נישט מאכן קולות

איך געדענק ווי מ'האט פארשריגן ראבינאוויטש זצ"ל פארן זיך דערוואגן צו זאגן אז סמארטפאונס איז ערגער ווי ציונות... ער איז געווען ביזי צו רעדן די נעקסטע האלבע יאר איבער די מחאה "זיי זאגן מיר אז איך מאך קאלט ציונות ווען איך זאג אזוי, זיי כאפן נישט אז סמארטפאונס מאכט אסאך מער קאלט ציונות..." עכל"ק.

אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

תגובהדורך משה'לע » מוצ"ש מארטש 02, 2019 9:52 pm

איך ווייס נישט צו איך מעג אריינרעדן דא אין די נושא, איך ווייס ליידער זייער זייער גוט וואס א סמארטפאון איז, און איך פארברענג כסדר מיט אידן וואס ווייסן שוין איינמאל וואס א סמארטפאון איז, צו מאכן דעם שטריך פון סמארטפאון ביז אוישוויץ איז לדעתי העני'ה זייער זייער נישט ריכטיג מפני כמה טעמים.

1) לשיטת די וואס האלטן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, קומט דאך אויס אז אוישוויץ האט מען נאר גע'הארגעט די גופים, א סמארטפאון הארגעט דאך די נשמה, נו ווי מעג מען אזוי אראפברענגען די הארבקייט פון סמארטפאון, עס איז דאך אסאך הארבער פון אוישוויץ?

2) ווי אנדערע האבן שוין געשריבן דא, פאר די גויאישע גאס אויב איינער זאל עס נאר ארויסטראגן עס וועט זיין זייער נישט בע'טעמט אויף לעתיד וד''ל.

3) עס ברענגט זייער א נישט גוטע מעסעדזש דייקא פאר אונזער יוגענט ווען זיי וועלן אויפוואקסן, ליידער ווייס איך פון עטליכע פעלער ווי אזאלאכע מעסעדזשעס האט געהאט פונקט דאס פארקערטע ריאקציע, איבער געטריבענע נעגאטיווקייט צו סיי וועלעכע נושא, ברענגט אז א מענטש וואס פאלט איינמאל אדורך דערמיט צו טראכטן, אה סאעז נישט אזוי געפערליך, לאז געמאכט, שטותים דאס גאנצע וד''ל.

4) אוישוויץ וועלעכע איד עס איז דארטן אריין, אויב האט ער געוואלט איבערלעבן איז נאר געווען דורך א נס מן השמים, רצון אליינס האט נישט געהאלפן, א סמארטפאון ווייס איך פון דער נאנט אסאך אידן וואס זענען געווען טיף טיף, און ב''ה זיי זענען היינט פריי פון די פראבלעמען, געוויסע דורכן פשוט אויפגעבן די סמארטפאון, און געוויסע האבן געמוזט צוקומען צו א שטארקע פראגראם, אבער די אונטערשטע שורה, ס'איז דא א וועג ארויס ב''ה, די צוזאמשטעלן אוישוויץ צו סמארטפאון קען חלילה אריינברענגען יאוש געפילן אין די אידן וואס וואלטן געוואלט זיך ארויסדערזעהן פונעם פראבלעם, אבער אויב שרייבט מען אז סאיז דערנאך סאיז אוישוויץ, נו פארוואס זיך מוטשענען, זאל שוין זיין געמאכט.



5) רעד נאר צו א מלחמה איבערלעבער וואס האט פארלוירן זיין ווייב און קינדער, און זאג אים אז א סמארטפאון איז אוישוויץ, ברענג מיר נאך זיין רעאקציע דערצו.



*************


לסיכום הדבר, איך בין נישט דא אויף די וועלט יענעם איבערצומאכן, איך בין דא אויף די וועלט צו ארבייטן אויף ''מיר'' אויב מיין עבודה וועט האבן א השפעה אויף מיין ארומיגע איז דאס שוין עקסטער קרעדיט.

און פאר די וואס האבן סמארטפאונס און ווייסן זייער גוט וואס דאס איז, אדער פאר די וואס האבן שוין נישט אבער זיי מוטשענען זיך נאך זייער אויף די קאנסעקווענצן דערפון, אדער פאר די וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין סמארטפאון אבער ווייסן זייער גוט וואס דאס איז ווייל זיי האבן א קאמפיוטער ביי די ארבייט, איך בין דא צו שעירן מיט אייך א מעסעדזש, איך בין אויך דארט געווען אמאל, ס'איז דא א וועג ארויס. איך ווייס פערזענליך פון אן א שיעור אידן וואס זענען היינט פריי פון די קאנסעקווענצן, עס איז נישט אוישוויץ, מען קען ארויסקריכן דערפון, סאיז דא א קהילה גערופן 'היט דיינע אויגן' און מען קען בלייבן אנאנים אן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן ווער דו בוזט, און מען טרעפט דעם וועג צוריק.
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מארטש 03, 2019 12:50 am

קענדי'ס האט געשריבן:יעקב צוקערמאן זאגט גוט אפי' די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט די ס'מ פאונס אבער דארט שטעקט היינט די פראבלעם נישט און די קאמפיוטער




קודאס פארן אזוי קלאר ארויסברענגען די חורבן פון די מערכה בלי דעת געפירט דורך בני בלי דעת

קיפאיטאפ. מאך צו די אויגן שריי הויעך. נישט אינטערנעט. נאר די סמארטפאון. נישט די חזיר. נאר די גאפל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » זונטאג מארטש 03, 2019 1:16 am

Kosher Travel האט געשריבן:.

אויב איינער האלט אז דאס איז "איבערגעטריבן", קומט נאך נישט מען זאל איהם באשייגעצען אז ער ווייסט נישט וואס א סמארטפאון איז.
.

אין ביהמ''ד בלא חידוש....
מ'דארף זיין א שגץ נישט צו וויסן וואס א סמארטפאון איז...?

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » זונטאג מארטש 03, 2019 5:40 am

טוט זיך...? האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:.

אויב איינער האלט אז דאס איז "איבערגעטריבן", קומט נאך נישט מען זאל איהם באשייגעצען אז ער ווייסט נישט וואס א סמארטפאון איז.
.

אין ביהמ''ד בלא חידוש....
מ'דארף זיין א שגץ נישט צו וויסן וואס א סמארטפאון איז...?

איך דיסעגרי מיט דיר איך קען א סאך חשובה יונגערלייט וואס וויסען בכלל נישט וואס א סמארטפאון איז!
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

מחאה
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » זונטאג מארטש 03, 2019 1:05 pm

איך האב ב"ה נאך קיינמאל נישט געקוקט אין א סמארטפאון (לצורך סמארטפאון הגם איך קען ניצן א סמארטפאון פאר א פאון קאלל...) און איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אוישוויץ... ממילא קען איך נישט צופיל רעדן... אבער מפי השמועה איז אוישוויץ געווען א פלאץ ווי מען האט אויסגעהארגעט מענטשן, און א סמארטפאון איז א זאך וואס הארגעט מענטשן... פון אוישוויץ האב איך געהערט פון איבערלעבער און געליינט פון עסקנים (עי' מן המיצר ועוד) און פון סמארטפאון האב איך געהערט פון איבערלעבער און אזוי אויך געהערט פון עסקנים... (דרך אגב די עסקנים זענען נישט די וואס קומען ארויס ברבים ווי מען מאכט זאכן ערגער ווי עס איז, נאר פון די וואס רעדן נישט ברבים...) ממילא קוקט מיר נישט אויס ווי עס איז אזא גרויסע עבירה (אויב בכלל)
כן נראה לדעתי הגדולה והרחבה
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג מארטש 03, 2019 1:36 pm

לאחר העיון בזה נראה לי:
רוב איבערלעבער פון אוישוויץ זענען שוין בעלמא דקשוט - שטעל איך מיר פאר אז פון אויבן קוקן זיי אנדערש אן די בילד ווי אונז קליינע מענטשעלעך
(במאמר המוסגר: מען האט יעדן פון אונז גענומען אין חשבון ווען מען האט דן געווען צו מען זאל לאזן לעבן אונזערע זיידעס און באבעס - אולי ווערן מיר אלע גערעכנט אלס איבערלעבער פון אוישוויץ, און מיר זענען דא אויפן (איי)וועלט עפעס אויפצוטוהן למען כבוד שמו ית')
*
פון די וואס לעבן נאך יא עמו"ש - ווייס איך נישט וויפיל פון זיי ווייסן וואס דאס איז א סמארט-פאון...
וואס איך האב יא געזען איז אז זיי וויינען ביי די תהלים'לעך אז זייערע דורות זאלן בלייבן ערליכע אידן און נישט אוועקפאלן פונעם דרך התורה
וואויל איז פאר די וואס האלטן זיך שטארק - יעדער אויף זיין דרגא (צו מיט א פילטער - צו בכלל נישט קיין סמארטפאון)
***
בדרך אגב. געדענקט זיך נאך ווי אזוי די ביהמ"ד האט אויסגעזען אפאר יאר צוריק פאר די מערכה דערויף - ווי יעדע נארישע קליפ איז געווארן געוויזן אין ביהמ"ד דורכן געפילטערטע סמארט-פאון און מען האט מורא'דיג הנאה געהאט פון יעדע דזשאוק וואס האט זיך ארומגעדרייט - און דאס איז געטוהן געווארן דורך יראים ושלמים אנשים מכבודים וכו' ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען דעם פראבלעם דערפון - ס'איז דאך גע'כשר'ט געווארן וואס איז שלעכט אא"וו.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הולך בדרכי אבות, יונגרייז, נפשי חמדה און 7 געסט