טייערע אפסקעיל געשעפטן - מה לנו ולצרה הזאת?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

העי מר. רעסטאוראנט, פון וואו האסטו די שטאף. אין עווערסרין קומט דאס געפאקט איין שטיקעלע באקן אין איין פעקל. איך זוך ווען די סארט . גיב ארויס די סודות. זאפארט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

להודיע האט געשריבן:
הבדלה וויין האט געשריבן:לענ"ד איז עס אן עוולה דאס מאכן פענסי א קהילהישע בוטשער סטאר, וואס וועט כמעט נישט פארדינען דערפון.
חוץ אויב די באהערדע ווייסט אז עס איז דא א פלאן פון איינעם צי עפענען א נוטראלע בוטשער וואס זאל פארקויפן אלעס, דענמאלטס קען מען טענה'ן אז די מוסדות וועט שאדן האבן.

דאס גייט נאר צוברענגען אז די אנדערע קהילהישע פלייש געשעפטן זאלן אויך דארפן איבערבויען און מען וועט האלטן ווי מען האלט יעצט.

מען קען נישט ברענגען א ראי' פון אנדערע געגענטער ווי עס איז דא פריוואטע פלייש געשעפטן און טעיק אוטס.

אויב עפעס שטעל צי מער פלייש פאר ביליג וועט מען נישט זען קיינעם קראסן פארטיי ליניעס


אין וויליאמסבורג האבן ביידע סאטמארער בוטשער געשעפטן זיך שיין איבערגעבויעט פאר אסאך געלט. זעהט אויס אז עס ברענגט יא עפעס.

און אין קרית יואל איז גראדע אויך העכסט צייט אז ס'זאל געשען א קנאת סופרים און די 'אנדערע קהלישע' בוטשער געשעפט זאל זיך אביסעלע אפגרעיטן.

ס'האט נאך קיינער נישט איבערגעלאזט די פארטיי בוטשער וועגן פענסיקייט, אויב עפעס איז עס נאר ווען ס'איז נישטא קיין בשר תאוה וואס ס'שמעקט אים, און איך קען כמה אזעלכע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:העי מר. רעסטאוראנט, פון וואו האסטו די שטאף. אין עווערסרין קומט דאס געפאקט איין שטיקעלע באקן אין איין פעקל. איך זוך ווען די סארט . גיב ארויס די סודות. זאפארט


שטייט אויפן פעקעל די אדרעסע

עס איז רובאשקין פלייש געשעפט אין בארא פארק אויף פערצענטע עוועניו
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

רעסטאראנט האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ווען ״באקן״ דארף מען בעטן אין די ״בעק״ ווערט עס אפסקעיל אדער פענסי?

איך דארף אויך בעטן באקן אין די בעק, אבער וואס זאל מען טון אז א אקס האט צוויי אהאלב טויזנט פונט פלייש און נאר איין'ס אהאלב פונט באקן.
בזמן הבית האט מען געדארפט געבן די לחיים (באקן) פארן כהן, האט כאטש דער כהן געהאט א שיין שטיקל.


רבי ר' בערל א גוטן ערב שבת און במחילות כבודך שרייב איך אייך ,געטס א קוק ביי אייך און שטאט ביליג ווי בארשט, די מהודר'דיגסטע שחיטה פון סאלאמאן מיט שחיטה מונחת , ניקור ובדיקה בתכלית הכשרות און ווי באקאנט זענען אלע ארבעטערס נישט נאר די שוחטים זענען היימישע חסידישע ערליכע יונגעלייט, בעסטע קוואלעטי אן קיין פערטעקציע אויפן שעלף וויפעל באקן פלייש איר ברויכט נאר

איך ווייס אז די רבי זי"ע האט געהייסן קויפן בבית המקולין שלנו אבער וואס זאל איך טין,איך בין פארט א בעל תאווה, די שחיטה איז גאר גוט, ביליג און לכבוד שבת קודש האנדעל זעך מיר איין גענוג באקן פאר די נעקסטע פאר וואכן פארן טשולענט, איך מאך אייך נישט אוועק פארט זענט איר נאך פון די צייטן פון די רבינס יארן , אבער רייטן אויפן עולם האט א שיעור

געטס א קוק די פלאנקען פאר $7 א פונט ביליגער ווי ביי אונז און עס זעט אפילו אויס בעסערע סחורה

דא גאנצעטע אשכולות איבער בינגא פון זיך שפארן א פעני אדער 10 צענט אויף א אייטעם ,דא רעדט מען פון $7 א פונט ביליגער אין בארא פארק פון סאלאמאנס קנאקעדיג שחיטה מיט סקווירא הכשר

עס איז האר אויפשטעלענד

גיי מיר צו שטעלן די טשולענט

גוט שבת

יעצט אנגעקומען דא אין אשכול, דאס איז ביי ר' אברהם אהרן אין געשעפט? נא, קען מען טאקע איינקויפן!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14693
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אין וויליאמסבורג האט זיך שוין פארמאכט 2 קליינע גראסעריס (ערענפעלד און ביי בעדפארד קאר העווארד) מארסי גודס (אויף מארסי צווישען פען און ראדלידזש) האט שוין געלאזט וויסען אז ער שפארט צו
קוקט אויס אז מען זוכט יא אן אפסקעיל געשעפט
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הרב_שלום האט געשריבן:אין וויליאמסבורג האט זיך שוין פארמאכט 2 קליינע גראסעריס (ערענפעלד און ביי בעדפארד קאר העווארד) מארסי גודס (אויף מארסי צווישען פען און ראדלידזש) האט שוין געלאזט וויסען אז ער שפארט צו
קוקט אויס אז מען זוכט יא אן אפסקעיל געשעפט

דאס קומט אין די גראסערי אשכול
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אין וויליאמסבורג האט זיך שוין פארמאכט 2 קליינע גראסעריס (ערענפעלד און ביי בעדפארד קאר העווארד) מארסי גודס (אויף מארסי צווישען פען און ראדלידזש) האט שוין געלאזט וויסען אז ער שפארט צו
קוקט אויס אז מען זוכט יא אן אפסקעיל געשעפט

דאס קומט אין די גראסערי אשכול

דער אויף מארסי האט קיין שייכות מיט אפסקעיל, ער האט פארלוירן פוד סטעמפס, און רוב פון זיינע קאסטומערס זענען פוד סטעמפס קליענטן.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

איש האשכולות האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אין וויליאמסבורג האט זיך שוין פארמאכט 2 קליינע גראסעריס (ערענפעלד און ביי בעדפארד קאר העווארד) מארסי גודס (אויף מארסי צווישען פען און ראדלידזש) האט שוין געלאזט וויסען אז ער שפארט צו
קוקט אויס אז מען זוכט יא אן אפסקעיל געשעפט

דאס קומט אין די גראסערי אשכול

דער אויף מארסי האט קיין שייכות מיט אפסקעיל, ער האט פארלוירן פוד סטעמפס, און רוב פון זיינע קאסטומערס זענען פוד סטעמפס קליענטן.

עהרנפעלד האט אויך נישט געהאט קיין שייכות מיט די אפסקעיל עפאכע
איך זוך נאך אין יענע געגנט די אפסקעיל געשעפט. אנגעפאנגען ביי איין סטאפ. אין גענדיגט ביי ראזנפעלד'ס...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דער קאנקורענץ איז היינט גרויס. מיטצוהאלטן דערמיט, מוז מען זיך צושטעלן. מיט רייכע געשעפטן אין די דערנעבנדיגע מאנסי, ווערן קאסטומערס איבערגערדט פון פלייש וואס ליגן אויף באגילדעטע שעלווס און לייטס וואס שיינען און לייכטן.
*
דאס איז דער מצב אין 2019. באלד בייסט בינגאו אריין אין אפסטעיט, און אים אפצוהאלטן וועלן די מארקעטינג עקספערטן זיך מחי' זיין אויסצושארפן זייערע חושים...
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

רעסטאראנט האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:העי מר. רעסטאוראנט, פון וואו האסטו די שטאף. אין עווערסרין קומט דאס געפאקט איין שטיקעלע באקן אין איין פעקל. איך זוך ווען די סארט . גיב ארויס די סודות. זאפארט


שטייט אויפן פעקעל די אדרעסע

עס איז רובאשקין פלייש געשעפט אין בארא פארק אויף פערצענטע עוועניו

עני וואן די טעלעפאן נמבער פון רובאשקין פלייש געשעפט ביטע
איך פרעג נאר!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

קלמן הלוי האט געשריבן:עני וואן די טעלעפאן נמבער פון רובאשקין פלייש געשעפט ביטע


718-436-5511
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

רעסטאראנט האט געשריבן:דיסקלעימער : יא איך בין א בעל תאוה און גלייך גוטע בשר

אבער העולה על כולנה, פארוואס זאל קאסטן ביי אונז די שוואכסטע סחורה פלייש $5 טייערער א פונט ! און די אנדערע בוטשער קען קאסטען $5 ביליגער א פונט פאר די בעסטע סחורה בשר אויף די מארקעט

יעצט ענטפער מיר נישט אז וואל מארט און שאפרייט איז אויך ביליגער , עס איז געווען צייטן וואס די פלייש איז געקומען פון די זעלבע פלאץ גע'שחט'ן און דא קאסט עס $5 דאלאר א פונט טייערער יעצט און גאר שוואכע סחורה

אט האט איר בילדער פון א חודש צוריק, איך גלייב אז מען דארף נישט זיין קיין גרויסע מבין צו פארשטיין די חילוק פון די קוואלעטי

אנשטאט באכענכן מיליאנען אין די געשעפט , פרובירט צו פארקויפן פלייש פאר נאך ביליגער , לויט די קוואלעטי דארף ווען דאס זיין $8 ביליגער א פונט

אגב האב איך היינט געהערט אז הרב משה פריעדמאן דיין פון בארא פארק איז יעצט ביי די שחיטה ביי אגרי (רובאשקין )אין אייעווא און די סאטמארע בוטשערס גייען נאכאמאל אנהייבן באקומען פלייש פון דארט , אבער דאס אז עס קאסט $5 מער האט נישט קיין תירוץ אין די וועלט אפילו עס איז די זעלבע קוואלעטי.



נא וואס דען, $24.99 א פונט , ארויף די פרייז אין די נייע איבעגעבויעטע בוטשער, און געטס נאר א קוק די קוואלעטי, קאמענטארען זענען איבריג
אטעטשמענטס
$24.99 אין די נייע פענסי קרית יואל בוטשער אין שאפינג סענטער
$24.99 אין די נייע פענסי קרית יואל בוטשער אין שאפינג סענטער
IMG-20190205-WA0165.jpg (210.91 KiB) געזען 2090 מאל
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

נייע איבעגעבויעטע בוטשער
אטעטשמענטס
20190205_192927-1612x1209.jpg
20190205_192927-1612x1209.jpg (621.74 KiB) געזען 2082 מאל
20190205_193706-1612x1209.jpg
20190205_193706-1612x1209.jpg (686.55 KiB) געזען 2082 מאל
20190205_194512-2016x1512.jpg
20190205_194512-2016x1512.jpg (574.15 KiB) געזען 2082 מאל
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

נאך
אטעטשמענטס
20190205_200304-1920x1080.jpg
20190205_200304-1920x1080.jpg (498.42 KiB) געזען 2068 מאל
20190205_200327-1842x1080.jpg
20190205_200327-1842x1080.jpg (405.1 KiB) געזען 2068 מאל
20190205_200257-1920x1080.jpg
20190205_200257-1920x1080.jpg (491.16 KiB) געזען 2068 מאל
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

זעהנדיג די בילדער קען איך נישט כאפן וואס מען האט ראנג געטון דא מיטן איבערמאכן, זעהט בכלל נישט אויס מ'זאל האבן פארשווענדט צופיל איבריגע געלט פאר פענסי'קייט, פאר צוזאמשמעלצן צוויי געשפטן מיט איבערמאכן איז עס גאנץ נארמאל. אפשר האבן זיי געברויכט לייגן דראפסיעלינג?
סתם געמאכט א מצב
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די קרית יואל'ער אידן אידן זענען צוגעוואוינט צו א בוטשער וואס איז אלט, פאַרזעצט און מיט א שלעכטע גערוך. (געט א בליק אויף די אנדערע קהל'ישע בוטשער וואס איז נאכנישט איבערגעמאכט). דעריבער ווען ווען מען זעהט א נארמאלע געשעפט ווערט מען ווילד "הלמאי, ווער ברויך דאס ?", הוא הדבר אשר דברתי. צייט צו אויסטון די קינדער שיכלעך.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אויב א געשעפט רענאווירט און שפענדעט אביסל מער ווי די סטאנדארד עס זאל זיין שענער, למשל מען האט געצאלט 2-3 טויזנט מער פאר שענערע טיילס, אדער איינגעשטעלט א נייע עיר-קאנדישאן סיסטעם קען מען פארשטיין. אבער פילע מאל הערט מען ווי מען צאלט עפעס שווערע אלפים פאר א ברענד נעים דיזיינער אדער אימפארטירטע מעלעריי, צו וואס מען דארף זיין א גאנצער מבין צו פארשטיין וואספארא אומפארשטענדליכע דזשוס יענער האט געטרינקען בעת ער האט אויסגעפיגערט די גרויע בעקספלעש מיט צובראכענע גלאז. דאס איז אפשר פארשטענליך פאר א עקסלוסיווע דזשולערי שאו-רום אדער $300 פער פארציאן רעסטאראן, אבער איז אבסורד פאר א פוטער-ברויט עסן געשעפט וואס מאכט פעני-געלט אויף אונזער ביסן פון מויל.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
ר' יום טוב האט געשריבן:אויב א געשעפט רענאווירט און שפענדעט אביסל מער ווי די סטאנדארד עס זאל זיין שענער, למשל מען האט געצאלט 2-3 טויזנט מער פאר שענערע טיילס, אדער איינגעשטעלט א נייע עיר-קאנדישאן סיסטעם קען מען פארשטיין. אבער פילע מאל הערט מען ווי מען צאלט עפעס שווערע אלפים פאר א ברענד נעים דיזיינער אדער אימפארטירטע מעלעריי, צו וואס מען דארף זיין א גאנצער מבין צו פארשטיין וואספארא אומפארשטענדליכע דזשוס יענער האט געטרינקען בעת ער האט אויסגעפיגערט די גרויע בעקספלעש מיט צובראכענע גלאז. דאס איז אפשר פארשטענליך פאר א עקסלוסיווע דזשולערי שאו-רום אדער $300 פער פארציאן רעסטאראן, אבער איז אבסורד פאר א פוטער-ברויט עסן געשעפט וואס מאכט פעני-געלט אויף אונזער ביסן פון מויל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ר' יום טוב האט געשריבן:אויב א געשעפט רענאווירט און שפענדעט אביסל מער ווי די סטאנדארד עס זאל זיין שענער, למשל מען האט געצאלט 2-3 טויזנט מער פאר שענערע טיילס, אדער איינגעשטעלט א נייע עיר-קאנדישאן סיסטעם קען מען פארשטיין. אבער פילע מאל הערט מען ווי מען צאלט עפעס שווערע אלפים פאר א ברענד נעים דיזיינער אדער אימפארטירטע מעלעריי, צו וואס מען דארף זיין א גאנצער מבין צו פארשטיין וואספארא אומפארשטענדליכע דזשוס יענער האט געטרינקען בעת ער האט אויסגעפיגערט די גרויע בעקספלעש מיט צובראכענע גלאז. דאס איז אפשר פארשטענליך פאר א עקסלוסיווע דזשולערי שאו-רום אדער $300 פער פארציאן רעסטאראן, אבער איז אבסורד פאר א פוטער-ברויט עסן געשעפט וואס מאכט פעני-געלט אויף אונזער ביסן פון מויל.

צום פינטל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”