קאנגרעס קאנטראל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דאס אז די דעמאקראטן קאנטראלן די האוז, איז?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך ינואר 30, 2019 11:22 pm

א גוטע זאך פאר טראמפ
10
26%
א שלעכטע זאך פאר טראמפ
24
63%
מאכט אים נישט אויס
4
11%
 
סך הכול שטימען: 38

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

קאנגרעס קאנטראל

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:22 pm

אזוי ווי איך בין גענוג אלט צו געדענקן ווען אסאך האבן געשריבן אז עס לוינט פאר טראמפ אז די דעמאקראטן זאלן האבן די האוז, אזוי האט ער קעגן וועם צו לויפן, און נאך בעסער אז פעלאוסי זאל זיין די ספיקער, מאך איך דא א אנקעטע, וואס האלט איר, עס לוינט זיך פאר טראמפ אז די דעמאקראטן האבן די האוז, עס מאכט אים נישט אויס פאר אים, אדער גאר עס איז נישט גוט פאר אים.

יאך האב געשטימט אויף די צווייטע.

ביטע מסביר'ן אין תגובות אייערע שטימען.

-----------------------

אודאי טראמפ פערזענליך.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:28 pm

די שאלה איז אויב ס'איז גוט פאר טראמפ פערסינעל אדער אויס ס'איז גוט פאר אונז?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:33 pm

ביזדערווייל מאכט אים עס נישט אויס חוץ אז די סלאו באבע האט אים אביסל געדרייט די קאפ מיט די סטעיט אוף דע יוניאון
דאס גייט אבער ווערן סטענדערד ווען די אנדערע פארטיי האט די ספיקערשאפט אז עס גייט קומען א אבאמא 2 און וועלען מאכען א דיעל מיט איראן אנשטאט ווארטען אז די FBI זאל עפענען אן איוועסטיגעשען צו ער איז אן עיטזשענט פאר איראן וועט מען פשוט נישט לאזען געבען די סטעיט אוף די יוניאון

אויב עס איז א גוטע זאך פאר אים איז נאך צו פרי צו וויסן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13490
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:38 pm

עס איז נישט שלעכט, ס'איז א נייטמעיר

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:39 pm

איך בין מסתמא אינגער פון צל צו געדענקן, ס'איז אבער זייער א כלליות'דיגע שאלה. וואוינען אין לינדן איז א מעלה אדער חיסרון? וויליאמסבורג איז א מעלה אדער חיסרון יש ויש.

פון איין זייט איז שווערער דורכצופירן זאכן, אבער אויב פירט ער יא אדורך, איז ער סאך א גרעסערע געווינער. און אפי' אויב נישט האט ער וועם צו בלעימען.

פאר מיך איז עס זיכער בעסער, אזוי איז דא אסאך מער נייעס און די טעג זענען ווייניגער לאנגווייליג. יעדן טאג פרישע סחורה, כן יעזור ה' הלאה.

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:42 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פון איין זייט איז שווערער דורכצופירן זאכן, אבער אויב פירט ער יא אדורך, איז ער סאך א גרעסערע געווינער. און אפי' אויב נישט האט ער וועם צו בלעימען.

וואס האט ער געקנט ביז יעצט דורכפירען וואס יעצט קען ער שוין נישט?
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:45 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פון איין זייט איז שווערער דורכצופירן זאכן, אבער אויב פירט ער יא אדורך, איז ער סאך א גרעסערע געווינער. און אפי' אויב נישט האט ער וועם צו בלעימען.

וואס האט ער געקנט ביז יעצט דורכפירען וואס יעצט קען ער שוין נישט?

א וואנט. אין סענאט וואלט ער געהאט היבשע קאפ-וויי, אבער אין קאנגרעס וואלט עס אדורך און צום סוף אויך אין סענאט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש ינואר 26, 2019 11:52 pm

כאפצעם האט געשריבן:עס איז נישט שלעכט, ס'איז א נייטמעיר

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג ינואר 27, 2019 2:58 am

ס'איז גוט, ער האט וועם צו בלעימען
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » זונטאג ינואר 27, 2019 8:33 am

אין מיינע אויגן איז דאס די בעסטע זאך פאר טראמפ, איך האב א קאנספיראציע אז טראמפ האט די לעצטע צוויי יאר נישט אדורך געפירט די וואנט אפשטימונג ווייל ער האט מורא געהאט אז ער האט נישט די רעפובליקאנער מיט איהם און עס וועט שאטן די רעפאבליקאנער מעסעדזש, יעצט ווען ער קען שוין בלעימען די דעמאקראטן, האט ער זיך גענומען דערצו.
#נרדף_סידראם
העלאו? אין אמעריקא איז יעדער בארעכטיגט צו באשליסן אין וועלעכע וואנט מען וויל האקן דעם קאפ. (קרעדיט: טשאדי)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט