אנקעטע: ווער גייט געווינען דעם שאטדאון?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווער גייט אויספירן מיטן שאטדאון?

טראמפ, באקריגן די פארלאנגטע $5 ביליאן פארן וואנט
39
40%
דעמאקראטן, קיין ניקל מער פון די ארגינעלע $1.3 ביליאן
24
25%
פשרה, האלב פון די $5 ביליאן אין א דאקא אויסטויש
34
35%
 
סך הכול שטימען: 97

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אנקעטע: ווער גייט געווינען דעם שאטדאון?

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:34 pm

די שאטדאון ווערט גערופן "די וואנט שאודאון" און קומט צוליבן פארלאנג פון טראמפ צו פאנדן $5.7 ביליאן פאר זיין וואנט. דעמאקראטן ווילן אים נישט נאכגעבן און אלס רעזולטאט איז די רעגירונג פארשלאסן.

איז די שאלה: וועט דער פרעזידענט אין דער ענדע זיגן דורכן זיך האלטן פעלזן פעסט און לייגן גענוג דרוק אז דעמאקראטן וועלן אים צום סוף מוזן פאלן צו די פוס און דערלאנגען די געלט אדער וועט ער זיך ברעכן פון די פרעשור און אויפגעבן די פייט?

פערזענליך האביך געשטימט אז מ'וועט צום סוף קומען צו א פשרה פון בערך 2-3 ביליאן דאלאר פארן וואנט אין אויסטויש פאר דאקא פראעקשאנס. אויבן אויף קען דאס אויך אנגערופן ווערן א געווינס פארן פרעזידענט ווייל די פאזיציע פון די דעמאקראטן בעפארן שאטדאון איז דאך געווען בלויז $1.5 ביליאן פארן וואנט איז אז ער באקומט א העכערע נומער פון דעם איז פשט אז עפעס האט ער באקומען פון דעם שאטדאון.

איז פארוואס קלער איך אז דאס וועט זיין? פשוט פאר די סיבה ווייל די דעמאקראטן זענען שוואכע הערצער און קענען שווער צוקוקן צו מענטשנס פיין, ווידער רעפובליקאנער זענען מער הארטערע שטיינער וואס וועלן לענגער קענען אראפשלינגען די צרות וואס דאס לאנד גייט דורך, מיטן טענה "פרעוועזארישע ווייטאג פאר די לאנג טערם בענעפיט"... איז הגם פאליטיש, ווי מ'זעהט פון אלע אנקעטעס און פון קאממען סענס, איז נישטא קיין ברעקל פאליטישע בענעפיט פאר דעמאקראטן עניטינג נאכצוגעבן, דאך וועלן די שוואכלינגען זיך אלטעמיטלי בייגן עטוואס.

די ערשטע אפשען גלויב איך האט די נידעריגסטע שאנסן, די 2'טע אפשען וואלט איך געווען פלעסענטלי סורפרייזד אויב ס'וועט פאסירן, אבער שטייצעך מ'קען עס נישט ממש אויסשליסן לויט ווי מ'זעהט די דעמאקראטן פירערס ביז יעצטיגע טאן און די עאן פון לאנד און זייערע וויילער.

ביטע לאזט אייך הערן.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:53 pm

איך וואלט געוואוט פאר פשרה אבער נישט אפשען 3, ווייל כ'ווייס נישט וואס די דיעל וועט עווענטשעלי זיין.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:00 pm

ממה נפשך האט געשריבן:איך וואלט געוואוט פאר פשרה אבער נישט אפשען 3, ווייל כ'ווייס נישט וואס די דיעל וועט עווענטשעלי זיין.

כ'האב נאר געגעבן א משל, די נקודה איז פשרה

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:19 pm

געוואוט פשרה, אבער כ'האף אז ער וועט מאכן זיכער צו באקומען מער ווי 2-3 ביליאן...
און אפי' די 1.7 ביליאן וואס מ'האט געוואלט געבן איז דאכצעך נישט געווען פאר א נייע וואנט, נאר פאר רענאוואציע פון די אלטע ווענט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:20 pm

טראמפ גייט מוזן "געווינען" די קאנסעשאן פאר די דעמאקראטן וועט אויך מוזן זיין גענוג גרויס אז זיי זאלן אויך "געווינען".

אלזא. ס'גייט זיין היבש נאנט צו די פארלאנגטע 5 ביליאן.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:42 pm

El Rushbo האט געשריבן:טראמפ גייט מוזן "געווינען" די קאנסעשאן פאר די דעמאקראטן וועט אויך מוזן זיין גענוג גרויס אז זיי זאלן אויך "געווינען".

אלזא. ס'גייט זיין היבש נאנט צו די פארלאנגטע 5 ביליאן.

דאס מיינט געווינען, די ערשטע אפשען

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:45 pm

כאפצעם האט געשריבן:פערזענליך האביך געשטימט אז מ'וועט צום סוף קומען צו א פשרה פון בערך 2-3 ביליאן דאלאר פארן וואנט אין אויסטויש פאר דאקא פראעקשאנס. אויבן אויף קען דאס אויך אנגערופן ווערן א געווינס פארן פרעזידענט ווייל די פאזיציע פון די דעמאקראטן בעפארן שאטדאון איז דאך געווען בלויז $1.5 ביליאן פארן וואנט איז אז ער באקומט א העכערע נומער פון דעם איז פשט אז עפעס האט ער באקומען פון דעם שאטדאון.

איז פארוואס קלער איך אז דאס וועט זיין? פשוט פאר די סיבה ווייל די דעמאקראטן זענען שוואכע הערצער און קענען שווער צוקוקן צו מענטשנס פיין, ווידער רעפובליקאנער זענען מער הארטערע שטיינער וואס וועלן לענגער קענען אראפשלינגען די צרות וואס דאס לאנד גייט דורך, מיטן טענה "פרעוועזארישע ווייטאג פאר די לאנג טערם בענעפיט"... איז הגם פאליטיש, ווי מ'זעהט פון אלע אנקעטעס און פון קאממען סענס, איז נישטא קיין ברעקל פאליטישע בענעפיט פאר דעמאקראטן עניטינג נאכצוגעבן, דאך וועלן די שוואכלינגען זיך אלטעמיטלי בייגן עטוואס.

כאפצי די ביסט פיין כהייב אן טראכטען אז עכט ביסטו א רופאבליקען נאר די האסט ליעב אויפצירעגען די טראמפיסטען.
ביז יעצט האב איך געהאלטען אז די ביסט א שטארקע דעמאקראט אין א שטארקע אנטי טראמפער.

אבער איך זעה אז יעדע זאך וואס מען זאגט אויף די רופאבליקענס לייגסטו ארויף אויף די דעמאקראטען אין די זעלבע פארקערט סאו איך מיין אז די סאיז סתם פאר טריטץ.
ווי למשל פין אנהייב שאוטדאון רעדט מען אז מ'וועט זען ווי לאנג די רופאבליקענס וועלען זיך האלטען אין זיך נישט ברעכען אבער אז די דעמאקראטען זאלען זיך ברעכען
איז פאר קיינעם נישט בייגעפאלען ווייל זיי האלטען סאך מער פארעקשנט אין דא קומסטו זאגען פונקט פארקערט.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך ינואר 23, 2019 2:00 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פערזענליך האביך געשטימט אז מ'וועט צום סוף קומען צו א פשרה פון בערך 2-3 ביליאן דאלאר פארן וואנט אין אויסטויש פאר דאקא פראעקשאנס. אויבן אויף קען דאס אויך אנגערופן ווערן א געווינס פארן פרעזידענט ווייל די פאזיציע פון די דעמאקראטן בעפארן שאטדאון איז דאך געווען בלויז $1.5 ביליאן פארן וואנט איז אז ער באקומט א העכערע נומער פון דעם איז פשט אז עפעס האט ער באקומען פון דעם שאטדאון.

איז פארוואס קלער איך אז דאס וועט זיין? פשוט פאר די סיבה ווייל די דעמאקראטן זענען שוואכע הערצער און קענען שווער צוקוקן צו מענטשנס פיין, ווידער רעפובליקאנער זענען מער הארטערע שטיינער וואס וועלן לענגער קענען אראפשלינגען די צרות וואס דאס לאנד גייט דורך, מיטן טענה "פרעוועזארישע ווייטאג פאר די לאנג טערם בענעפיט"... איז הגם פאליטיש, ווי מ'זעהט פון אלע אנקעטעס און פון קאממען סענס, איז נישטא קיין ברעקל פאליטישע בענעפיט פאר דעמאקראטן עניטינג נאכצוגעבן, דאך וועלן די שוואכלינגען זיך אלטעמיטלי בייגן עטוואס.

כאפצי די ביסט פיין כהייב אן טראכטען אז עכט ביסטו א רופאבליקען נאר די האסט ליעב אויפצירעגען די טראמפיסטען.
ביז יעצט האב איך געהאלטען אז די ביסט א שטארקע דעמאקראט אין א שטארקע אנטי טראמפער.

אבער איך זעה אז יעדע זאך וואס מען זאגט אויף די רופאבליקענס לייגסטו ארויף אויף די דעמאקראטען אין די זעלבע פארקערט סאו איך מיין אז די סאיז סתם פאר טריטץ.
ווי למשל פין אנהייב שאוטדאון רעדט מען אז מ'וועט זען ווי לאנג די רופאבליקענס וועלען זיך האלטען אין זיך נישט ברעכען אבער אז די דעמאקראטען זאלען זיך ברעכען
איז פאר קיינעם נישט בייגעפאלען ווייל זיי האלטען סאך מער פארעקשנט אין דא קומסטו זאגען פונקט פארקערט.


;l;p-
האסט מיר געשפארט א תגובה...
ווען זענען די דעמעקראטן געווארן 'שוואכלינגען'. ?
כאפצעם איך ווארט שוין אויפן טאג וואס עס וועט קומען...
אמעריקע וועט ווערן אסאך בעסער, שטערקער, רייכער, ווען דאס וועט פאסירן !
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 23, 2019 2:15 pm

כאפצעם האט געשריבן:איז פארוואס קלער איך אז דאס וועט זיין? פשוט פאר די סיבה ווייל די דעמאקראטן זענען שוואכע הערצער און קענען שווער צוקוקן צו 'מענטשנס' פיין, ווידער רעפובליקאנער זענען מער הארטערע שטיינער וואס וועלן לענגער קענען אראפשלינגען די צרות וואס דאס לאנד גייט דורך, מיטן טענה "פרעוועזארישע ווייטאג פאר די לאנג טערם בענעפיט"... איז הגם פאליטיש, ווי מ'זעהט פון אלע אנקעטעס און פון קאממען סענס, איז נישטא קיין ברעקל פאליטישע בענעפיט פאר דעמאקראטן עניטינג נאכצוגעבן, דאך וועלן די שוואכלינגען זיך אלטעמיטלי בייגן עטוואס.

כאפצי האסט נאר געמאכט איין טעות האסט אויסגעמישט צווישען מענטשען אין חיות בהמות אין אונזעקטען פאר דעם האבען די דעמעקראטען שוואכע הערצער
אבער פאר מענטשען מאן דכר שמיא

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך ינואר 23, 2019 2:21 pm

געשטימט פאר פשרה, ווייל נישט אלע סענאטערס וועלן קענען האלטן דעם דרוק, און טראמפ קען זיך נישט צופיל רייסן מיט די פארטיי.


זייטיגע נאטיץ
כאפצעם האט געשריבן:
איז פארוואס קלער איך אז דאס וועט זיין? פשוט פאר די סיבה ווייל די דעמאקראטן זענען שוואכע הערצער און קענען שווער צוקוקן צו מענטשנס פיין,


איך וואלט ליבערשט געזאגט אז די דעמס זארגן זיך נישט אזוי ווייט פאר מענטשן ווי פאר בעלי חיים, נאר היות בקרוב וועלן זיך פילע מענטשן מאדעפעצירן די דזשינס צו ווערן בעלי חיים [כנהוג אצלם צו מאדעפייען די דזשינס וכו'] ע"כ איז יעדע מענטש ביי זיי א פאטענשעל קאנדידאט צו ווערן א אומשולדיגע בעל חי ע"כ ברויך מען זיך זארגן פאר אים.

האקט

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 23, 2019 2:40 pm

צווייפעל האט געשריבן:
איך וואלט ליבערשט געזאגט אז די דעמס זארגן זיך נישט אזוי ווייט פאר מענטשן ווי פאר בעלי חיים, נאר היות בקרוב וועלן זיך פילע מענטשן מאדעפעצירן די דזשינס צו ווערן בעלי חיים [כנהוג אצלם צו מאדעפייען די דזשינס וכו'] ע"כ איז יעדע מענטש ביי זיי א פאטענשעל קאנדידאט צו ווערן א אומשולדיגע בעל חי ע"כ ברויך מען זיך זארגן פאר אים.

האקט

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:55 pm

עס איז קלאר אז די דעמאקראטן זענען די ליבערל פארטיי.

די שאלה ווער זאגט אז עס די גוטע וועג, אבער מיט א פאקט קען מען זיך נישט קריגן.

בנוגע די שאטדאון, איך האב קיין אנונג, אבער א שיטה האבעך יא, אז אויב טראמפ באקומט עניטינג פאר א וואנט, האט ער געווינען, חוץ אויב די דעמאקראטן קריגן גענוג אז די בעיס זאל עקספלאודן, וואס בלויז דאס הייסט ביי מיר א פשרה, וכן להיפך, אויב טראמפ באקומט נישט די וואנט, נישט קיין חילוק וואס יא, איז ער דער לוזער.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך ינואר 23, 2019 7:34 pm

געשטימט פאר איינס אבער איך האלט נישט אויף זיכער עס וועט גיין פאר א וואנט קען זיין סתם פאר שטרענגערע זיכערהייט אבער לענית דעתי וועט ער זיין געלט באקומען
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך ינואר 23, 2019 11:04 pm

וואס מיינט דאקא?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:42 am

זייער קלוג האט געשריבן:געשטימט פאר איינס אבער איך האלט נישט אויף זיכער עס וועט גיין פאר א וואנט קען זיין סתם פאר שטרענגערע זיכערהייט אבער לענית דעתי וועט ער זיין געלט באקומען

אויב באקומט ער נישט קיין וואנט האט ער פארלוירן. ביגלי.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:36 am

לע"ע האלט עס ביי %80 וואס האלטן אז טראמפ גייט זיגן למחצה ולשליש, דערפון באלד %50 וואס האלטן ער וועט פולי זיגן.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:42 am

איך מיין אז טראמפ וועט ארויסגיין היפש צו׳לוזער׳ט פון די גאנצע שאטדאון דא, איך גלייב נישט אז ער וועט עפעס באקומען פון שומער-פלאוסי, די העיט איז אזוי גרויס אז זיי גייען זיך נישט רירען מיט א אינטש.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:42 pm

די שאטדאון הייסט וואנט שאטדאון?

לדעתי האבן זיך די דעמעקראטן אריינגעשטעלט אין א ווינקל מיטן זינגן אז "אונז פארהאנדלמער נישט", קודם מאך אויף די גאווערמענט נאכדעם העמער רעדן... נאמבער איינס טראמפ קענזעך פאזישענען וויזוי ער וויל, און ער האט טאקע שבת ארויסגעלייגט א פראפאוזל און יעדער איז ביזי אז ער וויל קאמפרעמייזן, נאר דעמעקראטן ווילן נישט... שנית, סיי וואסערע אפער די דעמעקראטן גייען צוריקשיסן האבן זיי פארלוירן... זיי פארהאנדלן שוין... שטייצעך אז דאס איז ממש קליינעקייטן, די עיקר איז וואס ס'וועט ליגן אין די דיעל, אבער פאר די מאראל פון די הארטנעקיגע דעמעקראטן וואס זענען געווען צוגעוואוינט צו נעגאושיעיטן מיט מקקעין סטייל ריפאבליקענס, איזעס א זעץ...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 2:13 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די שאטדאון הייסט וואנט שאטדאון?

לדעתי האבן זיך די דעמעקראטן אריינגעשטעלט אין א ווינקל מיטן זינגן אז "אונז פארהאנדלמער נישט", קודם מאך אויף די גאווערמענט נאכדעם העמער רעדן... נאמבער איינס טראמפ קענזעך פאזישענען וויזוי ער וויל, און ער האט טאקע שבת ארויסגעלייגט א פראפאוזל און יעדער איז ביזי אז ער וויל קאמפרעמייזן, נאר דעמעקראטן ווילן נישט... שנית, סיי וואסערע אפער די דעמעקראטן גייען צוריקשיסן האבן זיי פארלוירן... זיי פארהאנדלן שוין... שטייצעך אז דאס איז ממש קליינעקייטן, די עיקר איז וואס ס'וועט ליגן אין די דיעל, אבער פאר די מאראל פון די הארטנעקיגע דעמעקראטן וואס זענען געווען צוגעוואוינט צו נעגאושיעיטן מיט מקקעין סטייל ריפאבליקענס, איזעס א זעץ...

זייער פרישע פארשלאג איז "בלויז נאכדעם וואס די גאווערמענט ווערט געעפענט" וועט מען קענען רעדן דערפון. סאו אויב ביזטו באזארגט וועגן דעם קענסטו רוהיג שלאפן.

אבער די עיקר קשיא דא איז געווען ווער ס'גייט געווינען. עני פרעדיקשען?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג ינואר 25, 2019 3:10 pm

ברעיקינג:

אפציע #2 געווינט, די %19 מינאריטעט האבן געוויסט וואס זיי רעדן.

קודאס צו פעלאוסי פארן דעפייען די אדדס מיטן האלטן די פייער ליניע אן קיין ריר! דערמיט האסטו געוויזן א לעסאן פאר די היסטאריע ביכער קבל עם ומלואו אז שאטדאונס זענען נישט קיין גאן צו האלטן האסטעדזעס.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » פרייטאג ינואר 25, 2019 4:00 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אפציע #2 געווינט, די %19 מינאריטעט האבן געוויסט וואס זיי רעדן.


מאמענטאל,נישואין דאס איז וואס די ערווארטס
העמיר זען נאך פעביאר דעם פופצנטאן

Haklal
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש ינואר 26, 2019 8:55 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אפציע #2 געווינט, די %19 מינאריטעט האבן געוויסט וואס זיי רעדן.


מאמענטאל,נישואין דאס איז וואס די ערווארטס
העמיר זען נאך פעביאר דעם פופצנטאן


וואס איז דעמאלטס?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש ינואר 26, 2019 9:01 pm

דעמאלטס קען מען עפענען נאך א אנקעטע... דערווייל האט אפציע צוויי געווינען...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:07 am

גם זה יעבור האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אפציע #2 געווינט, די %19 מינאריטעט האבן געוויסט וואס זיי רעדן.


מאמענטאל,נישואין דאס איז וואס די ערווארטס
העמיר זען נאך פעביאר דעם פופצנטאן

שוין, שטיימיר שוין דא און אפציע 2, וואס %80 דאהי האט נישט פארגעזעהן, האט געווינען.
צוגעלייגטע
20190214_110202.png
20190214_110202.png (39.68 KiB) געזעהן 1557 מאל

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:49 am

כאפצעם האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אפציע #2 געווינט, די %19 מינאריטעט האבן געוויסט וואס זיי רעדן.


מאמענטאל,נישואין דאס איז וואס די ערווארטס
העמיר זען נאך פעביאר דעם פופצנטאן

שוין, שטיימיר שוין דא און אפציע 2, וואס %80 דאהי האט נישט פארגעזעהן, האט געווינען.

גערעכט קיין ניקעל מער ווי $1.3 באט איין חילוק יעצט איז די $1.3 פאר א וואנט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט