מיין געזעגענונגס דרשה - בלייבט'ס געזונט און לעבט וואהל!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

כ׳האב עס ארויסגעפרינט און דורך געליינט מיט ישוב הדעת.
שטארקע קלארע און ריכטיגע דיבורים, איך בין אייך מקנא מיט אייער קוראזשפולע שריט.

לעבט וואהל מיין ליבער פריינט, זאל אייך אלדאס גוטס באגליקען!!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אין ליכט פון די ווארעמקייט איז אפשר כדי צו מאכן אז אייוועלט זאל זיין אפען נאר אין די ארבעט שעות פון טאג.
ווייל ווי איך פארשטיי איז די פראבלעם אז עס גייט טייערע צייט לטמיון, אנטשאט האבן א שיעור, אדער העלפן אין שטוב.

מ'קען אבער נישט אוועקנעמען די ארבעט פון די ארבעט שעות...

טייערע חברים! לאמיר ארויף נעמען אייוועלט (זיך אליינס) מיט נאך א שטאפל.
בשם השם נעשה ונצליח.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יעדער קען דאס אליינס איינשטעלן אין זיין פילטער אז עס זאל זיין אפען נאר געוויסע שעות.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אדער יא האט געשריבן:יעדער קען דאס אליינס איינשטעלן אין זיין פילטער אז עס זאל זיין אפען נאר געוויסע שעות.


איך אליין האב נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט אויסער די ארבעט שעות. און ווען כ'האב יא צוטריט איז ער נאר אימעיל, אייוועלט, גוגל דרייוו, דראפ-באקס, דזשאמבוי מעיל).

כ'טראכט פשוט א געדאנק וואס קען אפשר זיין לתועלת הכלל.
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

בין איך דער איינציגער וועמען עס גרילצט ווען איינער נעמט דעם מוסר זאגער היטל צום געזעגענען?
לך לשלום און לאז איבער א ברכה, העכסטנס א דבר הלכה ווי די גמרא זאגט היפטר מחבירו וכו'.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

לדעתי האט געשריבן:אין ליכט פון די ווארעמקייט איז אפשר כדי צו מאכן אז אייוועלט זאל זיין אפען נאר אין די ארבעט שעות פון טאג.

וואס זענעם די ארבייט שעות פונקטלעך?
איך ארבייט אסאך מאל פון 12 עי עם ביז 4 עי עם, און וואס טוטצעך מיט יוראפעיאישע אידן. סתם א סעלפישע תגובה.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
טאקע?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע? »

אדער יא האט געשריבן:יעדער קען דאס אליינס איינשטעלן אין זיין פילטער אז עס זאל זיין אפען נאר געוויסע שעות.

how?
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:אין ליכט פון די ווארעמקייט איז אפשר כדי צו מאכן אז אייוועלט זאל זיין אפען נאר אין די ארבעט שעות פון טאג.

און וואס טוטצעך מיט יוראפעיאישע אידן. סתם א סעלפישע תגובה.


קודם כל שלום עליכם א איד פון יוראפ.
אנטשוליגט פארן נישט טראכטן פון אייך בשעת'ן שרייבן מיינע שירות דא אין אמעריקא.

באט עניוועיס, ס'האט מיר געקאסט א שמייכל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיר וועלען אייך מיסען (ועכשיו אז מיר ווערען געוואויר אייער הארץ שטרינעס, איז ביותר; אזעליכע ווי אייך איז א ברכה דא), אבער איר טוהט דער ריכטיגע זאך און דער אייבערשטער זאל אייך באגליקען ובכל אשר תפנה תצליח.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

גרינע בוים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:זייער א תוכנדיגע תגובה

איך שעץ און רעספעקטיר דיין דעסיזשען

כנ"ל
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ממה נפשך; לאזט איר איבער ס׳גאנצע אינטערנעט... נו, זאג אזוי; און דאן ׳אשריך וטוב לך׳! אויב איזעס נאר איי-וועלט פון וואס גייסט זיך מונע זיין, דאן איזעס א ערענסטע שאלה....
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

זייער א תוכנדיגע ניק אלץ הנאה געהאט פון זיינע תגובות
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

גרינע בוים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:זייער א תוכנדיגע תגובה

איך שעץ און רעספעקטיר דיין דעסיזשען
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: מיין געזעגענונגס דרשה - בלייבט'ס געזונט און לעבט וואהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

אַבּערוואַס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:45 am
מיינע טייערע פריינט, הגיע הזמן! ס'איז געקומען די צייט צו מאכן דעם שריט. א איד דארף דאך שטענדיג זיין א הולך, מ'דארף האלטן אין איין גיין, אז נישט פאלט מען. מיר זענען יעצט אנגעקומען צו דעם שלב אז מ'גיימיר בע"ה איבערמישן דאס בלעטל, און איבערלאזן אייוועלט צו די פארגאנגענהייט, און פראבירן צו דינען דעם אויבערשטן מיט וואס מ'קען אינעם פרישן דרגה.

כ'האב ב"ה הנאה געהאט דא אויפ'ן וועלטל עידן ועידנים! מ'האמיר דא אין די לעצטע עטליכע יאר אסאך פארברענגט, געליינט, קאמענטירט און גע'טענה'ט, קאמפלימענטירט און אפי' מוחה געווען און מדווח געווען ווען ס'האט זיך געשפורט נויטיג... גענאשט וועלטליכע נייעס ווענגלייך תורה'דיגע חידושים און היסטארישע ווערק, און פארשטייט זיך זיך איינגעריבן און אויסגעלערנט פארשידענס, אבער ס'איז געקומען די צייט זיך צו געזעגענען..

ס'איז אן אינטערעסאנטע געפיל ווען פין איין זייט שפירט זיך א פארלייכטערונג אויפ'ן געמיט פאר'ן טון וואס ס'זעט אויס ריכטיג, וההכרח לא יגונה, אבער מצד אחר איז עס נישט גרינג. און כאטש מ'רעדט טאקע דא נאר פין א ווירטואלע פלאטפארמע, איז דאך פארט אזוי מקובל על הלב אז אונטער יעדע ניק קלאפט א הארץ פין אן לעבעדיגן מענטש אין ווירקליכן לעבן, און כאטש מ'קען זיך נישט ביים ריכטיגן אידענטיטעט, בויט זיך צוביסלעך אויף א געוויסע היימישקייט און געפיל איינער צום צווייטן, און מ'קוקט ארויס צו יענעמס אנטווארט, צומאל א קאמפלימענט און אנדערע פאלן קריטיק, אבער הצד השוה שבהן, מ'פארברענגט אינאיינעם.

מ'רעדט דא פארשטייט זיך פין אידן וואס מחמת איזה סיבה האבן זיי צוטריט צו די אינטערנעט (האפנטליך אויפן כשר'סטן אופן מעגליך) און זיי ווילן טאקע האבן א מקור פאר אביסל נייעס וכדו' אבער אין די זעלבע צייט זאל עס זיין די ריינסטע וואס ס'איז מעגליך. ווי נישט ווי ס'בויט זיך א געוויסע געפיל, ס'פארנעמט א געוויסע מקום אין הארץ, און דאס אלעס איז געקומען די צייט יעצט צו לאזן אונטער זיך... ס'איז נישט גרינג, בכלל נישט! און דעריבער וויל איך מיך אביסל אויסשמועסן מיט אייך טייערע חברים וידידים, און ארויסגעבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ.

אונז אלע ווייסן מיר אז א איד דארף שטענדיג זיך חזר'ן און געדענקן דעם 'מה חובתו בעולמו', אונז לעבן מיר אין א דור וואו מ'קען גאר גאר גרינג פארשוועמט ווערן אינעם הו-הא פינעם ארום, און זיך אינגאנצן פארגעסן. צדיקים פלעגן זאגן "וויאזוי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך" - פארשטייט זיך במידה מסיומת, אבער פארט, ס'דרינגט אריין די גאס. יעדער יחיד פארמאגט היינט אזויפיל צוטריט צו אינפארמאציע -זאל דאס זיין אפי' כשר'ע- וואס ס'איז לכאו' קיינמאל נישט געווען מאז אמר הקב"ה 'והי' העולם', און זייער אסאך דערפין איז וואס קומט אן צו א מענטש אפי' אן דעם וואס ער זאל באמת בוחר זיין אז ער וויל דאס, צווישן די אויסגאבעס און טעלעפאן ליניעס וכדו' וואס זענען אלס היינט פארהאן. די אונטערשטע שורה איז, אז אפי' אן נפגע צו ווערן פין דעות זרות, איז פשוט פראקטיש אסאך שווערער זיך אפצושטעלן און אריינטראכטן פאר זיך אליין און פרעגן די פשוט'ע אבער מרפסין איגרא'דיגע פראגע 'מה חובתי בעולמי'? אויף וואספארא צוועק און צו וואס בין איך אראפגעקומען דא זיך מוטשענען אויף די וועלט?

ס'איז נישט קיין סוד און די הייליגע חז"ל זאגן אונז קלאר אז 'אדם לעמל יולד', יעדער מוטשעט זיך מיט זיין פעקל, איינער מער איינער ווייניגער, און בפרט נאך רין אונזער דור וויאזוי דער רבוש"ע האט אונז דא אראפגעשטעלט דא אין דעם לעצטן פינסטערן גלות מיט אזא הסתר! אבער אונז גלייב מיר אז ס'איז נישט מעגליך אנדערש, ווייל דאס איז דער רצון ה', און ס'איז זיכער אז דאס האט א ציל פאר אונזער תכלית, ווייל דער רבוש"ע אונזער טאטע אין הימל איז דאך דער מקור הרחמים, 'ומאתו לא תצא הרעות'.

אונז ווייסן מיר אויך באשטימט אז יעדעס אידישע נשמה איז מקור מחצבתו מתחת כסא כבודו פין כביכול אליינס, וואו מיר האבן אלע נישט לאנג צוריק נהנה געווען מזיו השכינה, און די פשוט'ע טעם וואס אונז וויסן מיר פין רבותינו הק' פארוואס מיר זענען גרייט געווען אוועקצוגיין פין דארט אויבן און אראפקומען אויף אזא נידעריגע שווערע וועלט, איז (חוץ סוד הגלגול) פשוט ווייל מיר זאלן קענען פארדינען אונזער שכר מיט אונזערע מעשים און נישט זיין קיין נהנים מנהמי דכיסופא, אבער פארשטייט זיך דאס איז טאקע נאר אויב מיר וועלן צוריקקומען אהיים מיט מער ווי וואס מיר האבן אנגעהויבן, חלילה ווען נישט קומט דאך אויס אז מיר האבן ח"ו דערלייגט פין דעם געשעפט.

און חז"ל הק' לערנען אונז אז דאס האט מען אונז טאקע אין די זעלבע צייט באשוואוירן, אפצוהיטן די נשמה, אפצוהיטן די תורה, און נישט פארברענגן די יארן אויפ'ן עולם השפל און חלילה צוריקקומען שוואכער חלילה ווי פריער, און דעריבער האבן מיר אידן באקומען די תורה הק' מיט אירע מצוות וואס איז אונז מדריך און מחייב אויף יעדן טריט און שריט, אבער אין די זעלבע צייט ברענגט אונז שכר אויף זאכן וואס מיר טוען ממילא אויב נאר מיר טוען עס ריכטיג (וכידוע הפי' מא' מגדולי ישראל עה"פ 'ה' חפץ למען צדקו יגדיל תורה ויאדיר'), אזוי אויך לערנען אונז חז"ל אז 'לפום צערא אגרא' און 'לא עליך המלאכה לגמור' וואס דאס אלעס האט אונזער געטרייע טאטע אין הימל אוועקגעשטעלט אזוי אז יעדע אידישע נשמה אין יעדן דור און אין יעדן מצב זאל זיין ביכולת צו פארפילן איר תפקיד, אבער דאס האט אויך א תנאי 'ואין אתה בן חורין להיבטל הימנה', מ'דארף טון וואס מ'קען אז דער רבוש"ע דער יודע תעלומות זאל טאקע מעיד זיין אז מ'האט געטון לפי היכולת וואס מ'דארף, און דאס איז אונזער שווערע עבודה היינט אין אזא דור מיט אזעלכע נסיונות קשות אויף יעדן ריר.

ס'איז אודאי יעדן אויך קלאר און מקובל לנו מרבותינו חז"ל הקדושים אז 'אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו' און דערום זענען די כוחות הקדושה אויף דער וועלט אלעמאל גענוג שטארק אנטקעגן די פארקערטע כוחות, אז אויב נאר זאל א איד באמת וועלן, קען מען יעדער אויף זיין דרגא אנקומען צו וואו ער דארף - אפי' אויב מ'זעט עס נישט אויבנאויף, מ'דארף אבער דערצו טאקע וועלן, און אין אונזער דור ווען דאס גשמיות'דיגע לעבן איז אזוי באקוועם, הערשט א געוויסע עצלות, און די אמת'ע רצונות און כוחות פין א איד ווערן פשוט אונטערדרוקט פין גשם צומאל אזוי אומבאמערקט, און ס'איז דברים ידועים מרבותינו און ע"פ חז"ל אז די אלע שוועריקייטן און שרעקעדיגע צרות וואס קומען אויף די וועלט בכלליות און בפרטיות איז אויפצווועקן די אידן, און אריינצודרינגען אויסצוגלייכן די הערצער פין מענטשן, אראפשיילן אביסל דאס גשמיות דעם 'שאור שבעיסה' און ארויסברענגען דעם נקודה הפנימית פינעם נשמה וואס זאל אויסשרייען דעם ה' אחד ושמו אחד.

וואס אן אמת, דאס איז אלעס געשמועסט בכלליות, און זענען ענינים ידועים ומפורסמים. אבער וואס האט מיר פערזענליך מעורר געווען היום מיומים איז אזוי; יעדער האלט מיט און שפירט אז כלל ישראל גייט דורך די לעצטערע עטליכע יאר גאר שווערע תקופות ברוחניות און בגשמיות, און ווי ווייטאגליך ממש אין די זעלבע צייט פארלירן מיר אונזערע גענערעלער, די קדושי וגאוני ארץ, צדיקי אמת מדור הקודם וואס זענען געשטאנען אויפ'ן פראנט און זיך געשלאגן מיט מסי"נ און נישט געלאזט כלל ישראל בלייבן פאסיוו נאר לוחם געווען מבית און מבחוץ. און ניין כ'מיין ח"ו צו זאגן אז ס'איז נישטא מער קיין מנהיגי ישראל און ערליכע אידן וואס פירן ווייטער דעם דור, אבער ס'איז 'לב יודע מרת נפשו' יעדער ביי זיך קען אליינס אנווייזן אויף וועלכע צדיקים ער וואלט ווען געוואלט קענען ווייזן פאר זיינע קינדער און פאר זיך אליינס, אט זעט א איד מדור הקודם וואס האט נאך מיטגעלעבט א לעבן פין פשרה'לאזע אידישקייט פאר'ן ביטער'ן קריג און דאס מקבל געווען פין די קדושים וגאונים רבותינו הק' און האבן פראבירט בכל כוחותם עס איבערצוגעבן ווייטער דא פאר אונז, און זיי האבן זיך געשלאגן ווי לייבן אנטקעגן די גאס און באותו עת מחזק געווען ומעודד געווען אינעווייניג ווי געטרייע פאסטוכער, יעדער לפי מסורתו ותכונת נפשו, ס'איז עפעס צו וואס מיר זענען בעוה"ר ליידער ווייניגער און ווייניגער זוכה צו מיטלעבן אויף דעם פארנעם.

און כאטש ס'איז זיכער אז דער רצון ה' איז, זיך ווייטער צו קלאמערן מיט וואס מ'האמיר יא, אבער ס'פארשטייט יעדער וואס האט נאך מיטגעלעבט די סארט צדיקים, אז די חלל איז א מציאות, און ווי די יארן בלייבן נישט שטיין ווערט עס נאר גרעסער, און יעדער קען ליידער מעיד זיין מקרוב ומרחוק ווי ביטער שווער ס'איז היינט צו בלייבן ערליך בכלל ובפרט און בפרטי פרטיות נאך מחנך צו זיין א פרישן דור, און ווי גרויס און שטארק איז נעבעך די ווייטאג אויב אחרי כל התלאה ח"ו פאלט אוועק אן עפעלע פין בוים ה"י.

איז וואס וויל איך דא ארויסברענגען? כ'וויל צוקומען צו אן אבער! דער גרויסער אבער. אונז זעמיר דאך מאמין באמונה שלימה, אז אויב דער רבוש"ע האט אונז אראפגעשיקט דא אויף דעם עולם און דוקא אין דעם מצב, וויל ער - און ער האלט אז ס'איז מעגליך - מיר זאלן בעז"ה מחנך זיין א דור נאמנים לה' ולתורתו! דאס איז קלאר בלי שום ספק! איז וואסזשע טוט מען? וויאזוי איז דאס מעגליך?

נאכאמאל, כ'קען נישט רעדן פאר א צווייטן, כ'רעד צו מיר אליינס כ'רעד ארויס פין הארץ זאכן וואס זענען ביי מיר נאך אביסל בבחי' 'על לבביך' כדי ס'זאל טאקע ארייגיין אינעווייניג צו מיר אין הארץ, און ס'איז פונקט ווי פריער דברים פשוטים ומפורסמים און דעריבער שרייב איך נישט קיינע מראי מקומות נאר כ'שרייב ביני לבין עצמי און אפשר וועט א צווייטער אויך ארויסנעמען עפעס דערפין, והי' זה שכרי.

אין אמת'ן אריין האב איך שוין כמ"פ געקלערט, אפי' נניח אן קיין פראבלעם אלץ אינטערנעט, איז דאך עפעס דא אויך א פראבלעם אינעם ענין פין ביטול זמן?! יא, מיר האבן שוין באלד פארגעסן ווי די אידן פין פריערדיגן דור פלעגן זיך בייזערן אויף 'ביטול זמן', ווילסט נישט לערנען? איז ארבעט! אבער סתם פארברענגען צייט? לאמיר זיך נישט נער'ן, ס'גייען פאקטיש ביי יעדן שרייבער דא אוועק טייערע שעות ע"ג שעות אסאך פין זיי וואס ברענגען ממש נישט קיין תועלת פאר קיינעם, מ'טוט עס פאקטיש נאר ווייל "מ'איז שוין סייווי דא"..! איז דען דאס גענוג א תי'? און ווען ס'שטייט 'הרואה שיסורים באים עליו יתלה בביטול תורה' - לאמיר קוקן די פאקט אין פנים אריין, אן קיין פשעטליך, איז דען נישט דאס שרייבן דא רוב מאל אויך פשוט און פראסט ביטול תורה? און לאמיר זיך נישט נער'ן, ס'נעמט אויך אוועק פין א מענטש פשוט "קוואליטעט צייט"! דאס ביסל צייט וואס מ'וואלט ווען געקענט געבן פאר זיך אדער די ב"ב און די אייגענע קינדער!

און גייענדיג א טריט ווייטער, האט א ווירטואלע פארום נאך א גרויסע פראבלעם אז מ'קומט אין בארירונג מיט געוויסע מענטשן און השקפות וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט וואס מ'איז (יעדער לפי מצבו) אויפגעוואקסן, קען דען איינער זאגן אז ער ווערט נישט נשפע קיין האר? דער הייליגער רמב"ם שרייבט - און ס'איז פשוט אזוי - אז ס'איז דאך מטבע העולם אנדערש?!

אבער דאס איז אלץ נאר געשריבן אגב, אז מ'רעדט שוין. כ'וויל צוקומען צום עיקר נקודה, און צוליב וואס כ'האב זיך יעצט געזעצט שרייבן.

אונז שטיי מיר יעצט אין די פרשה ווי ס'האט זיך געענדיגט די תקופה פין יוסף הצדיק און די הייליגע שבטי י-ה, וואס זיי האבן דורכגעבראכן די קליפת מצרים אז אידן זאלן בכלל קענען האבן דארט א תקומה, אבער די דטערקסטע חלק די יסוד קדושתן של ישראל דאס האט יוסף הצדיק דארט אוועקגעשטעלט פאר כלל ישראל לדורות עולם, און ווי ס'ווערט געברענגט פין צדיקים, איז די גאנצע דורכברוך פינעם עמידה בנסיון געווען איין 'וימאן'! איינמאל אראפשטעלן א פוס און זאגן צו זיך אליינס אין דעם דעצידירנדן מאמענט, "כ'וויל נישט"! כ'וויל בלייבן ערליך! און ס'איז טאקע געווען א ביטערער מסי"נ, אבער ס'איז געווען דער דורכברוך! און דאס האט געראטעוועט כלל ישראל אויף שפעטער.

מ'דארף פארשטיין, אונז קוק מיר היינט צוריק און מיר זעהן ווי יוסף הצדיק איז געווארן דער שליט אויף גאנץ מצרים (און לויט געוויסע מפרשים עווענטועל גאר איבער די גאנצע וועלט), אבער מ'קען זיך פשוט מצייר זיין, אז ווען ער איז געווען אין דעם מצב הנסיון, האט ער די אלע זאכן נישט געוואוסט, פארקערט, אין פשוט'ן זין איז ער דעמאלטס געווען אין א מצב פין בלייבן מיט זיין "גוטן פאסטן מיט כבוד און געלט" אדער פארלירן אלעס, און אפשר קיינמאל מער נישט האבן קיין פרייע מינוט אויף די וועלט! און דאס אלעס און א לאנד פין שטיפי זימה ווי קיינער האט אים אפי' נישט געקענט (עכ"פ אלס היימישער באקאנטער איד), און ליתר שאת האט נאך אשת פוטיפר געמאכט מיט אים א גאנצן חשבון אז ס'איז גאר א הימל זאך אז זיי זאלן זיין צוזאמען כמבוא' בחז"ל, ואכמ"ל. אונז קליינע מענטשעלעך קענען זיך באמת נישט פארשטעלן וויאזוי א בו"ד זאל אזא לחץ קענען ביישטיין, אבער ווען ער האט געמאכט דעם דעצידירנדן 'לא אחד' איז דאס געווען וואס ס'האט אים געברענגט צו דעם גליקליכסטן שפיץ ברוחניות ובגשמיות, די צוויי שבטים צו וואס ער האט זוכה געווען וכו', די גשמיות'דיגע חלקים האט ער נאך טאקע נישט געזען ממש אויף די רגע דעמאלטס, אבער דאס איז אויך געווען פונקטליך אויסגערעכנט מן השמים, ווען נישט וואלט דאך קיין נסיון נישט געווען.

יעצט, כ'האב אמאל געהערט נאכברענגען אז דאס וואס שטייט אז בשעת הנסיון האט ער זיך דערמאנט 'דמות דיוקנו של אביו' באציט זיך אויף א נקודה פנימית, דהיינו אז ס'האט אים א בליץ געטון און ער האט איינגעזען ווי די 'מסלסל בשערו', זיין זיך צופוצן וכו' האט אים אריינגעשטעלט אין דעם נסיון (ווייל אז ער האט זיך אהערגעשטעלט שיין אנגעטון וכדו', האט אשת פוטיפר פין דעם - כאטש פאלש - געמיינט אז ער איז ח"ו דערביי צו זינדיגן) און מיט 'דמות דיוקנו של אביו' מיינט מען אז ער האט דענסמאל מחליט געווען דאס איז עס! מ'דארף נעמען דעם טאטנ'ס וועג, מ'קען נישט זיין קיין חכם ווען נסיונות פלאקערן ארום און ארום. אמת, מיר קענען נישט פארשטיין וואס די מעשה איז געווען אדער בכלל האבן אן השגה אין די הייליגע אבות און אין די שבטי י-ה, אבער די תורה הק' איז נצחיות, און אויב דאס איז וואס שטייט, איז דאס וואס מיר דארפן נעמען אלס לימוד פאר זיך און טאקע אויך אין תשע"ט.

לענינינו, ס'וואלט געווען אבסורד צו לייקענען אז מיט די טעכנאלאגיע היינט, און צפעציפיש די אינטערנעט, זאפט א מענטש אריין - ס'זאל אפי' זיין באונס ובשוגג ובעקיפין - אסאך מער ראיות אינן מותרות ווי ס'האט אמאל א ערליכער איד געקענט זען אין זיין גאנצן לעבן! אמת, מ'איז זיך מלמד זכות אז דאס איז עס, ס'איז שווער, ס'איז (כמעט) נישט מעגליך אנדערש סייווי, אבער דער מציאות קלאפט אין פנים! וויפיל מאל האב איך זיך געטראפן פשוט מקנה זיין דעם בן תורה וואס זיצט איבערגעבויגן איבער'ן גמרא ושו"ע, נאכנישט אפי' פאר די זכי' פין קענען זיצן און לערנען, נאר פשוט אז ער שעירט נישט און האט נישט קיין אמת'ע השגה אין די נסיונות פין די צווישן אונז וואס דארפן צוקומען צו די גרויסע נידעריגע וועלט - און צפעציפיש די אינטערנעט - אויף איין אופן אדער אנאנדערער צו מקיים זיין דעם קללה פין 'בזיעת אפיך תאכל לחם'!

לאמיר זיך נאר דערמאנען, מיר זענען אלע אמאל געווען אין חדר און אין ישיבה, מיר קענען זיך אלע ארויפגרענגן אין זכרון כאטש א געוויסע תקופה ווי מיר האבן געהאט א תמימות און חמימות אויף אידישקייט וואס איז בהכרח שוואכער געווארן ווען מ'האט אנגעהויבן פעיסן די נידעריגע וועלט יעדן טאג, און דאס שוין אויפ'ן בעסטן אופן, און ווער רעדט נאך ווי מיר רעדן דא פין א מצב פין ממש אפזיצן אויף די אינטערנעט א חלק ניכר פינעם טאג, וואס האט אין איר טונקעלערע זייט שוין אראפגעברענגט אזויפיל אידישע קינדער פין דרך הישר! ווי קענען מיר זיך אליינס דזשאסטיפייען? איז דען דאס אפי' אין חלום דער ציל פארוואס מיר זענען דא אויף די וועלט? יא! אויב מ'מוז, און וויפיל מ'מוז און מיט די ריכטיגע פילטער און מיט די ריכטיגע כובד ראש און דעת תורה, שוין! טוט מען עס כאטש 'כעבד ששפך עליו אדוניו קיתון של מים', אבער זיצן אויף די אינטערנעט לשם פארברענגן? יא איסור, נישט איסור, ס'מאכט דען אפי' סענס? אתמהה?!

און נעם נישט אויף מיינע רייד שלעכט חלילה, ווי געשמועסט איך מאך קיינעם נישט ח"ו אוועק, און איך בין דאך אליינס אויך דא געווען ביז היינט, אבער איך בין געקומען צו טראכטן, ס'האט מיר א בליץ געטון. ס'זענען לעצטנס אוועק פין די וועלט צוויי צדיקי הדור גרויסע לוחמים קעגן טעכנאלאגיע, ביידע -כאטש אנדערש אין פארשידענע אספעקטן- קען מען זאגן אז, נישט קיין נפק"מ וואס מ'האלט פערזענליך פין זיי און וויפיל מ'איז גרייט אנצונעמען זייער מהלך אינגאנצן, האבן עס געמיינט ערנסט בלתי לשם לבדו, און האבן געטון וואס זיי האבן געקענט במסירת נפש ממש! ס'האט זיי באמת וויי געטון עד דכדוכי נפשם, און זיי האבן זיך געשלאגן ווי לייבן בלתי לה' לבדו! כמעט אלעס וואס זיי האבן געקריגן דערפאר אויף דעם עולם איז געווען א צוזאמשטעל פין בזיונות און שונאים און אלעס ארום דעם, און מ'האמיר ליידער נישט זוכה געווען מער צו האבן דעם קאנטער באלאנס, מיר האבן דערלייגט.

ס'שטייט אין חז"ל אז דער 'בת קול יוצאת מהר חורב', גייט נאך אלץ אן יעדן טאג, פרעגן אלע ווי קען זיין אז קיינער עס נישט, ענטפערן די גדולי בעלי מוסר (אדער אפשר גאר ווער פין די ראשונים) אז מ'הערט עס יא! יעדער איד וואס קריגט אמאל א התעוררות, קומט דאס ווייל זיין נשמה האט דערהערט דעם בת קול!

דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז עפעס ארום די פטירה פין די צוויי צדיקים, איז געווען מיין בת קול, ס'האט מיך א שאקל געטון, און כ'האב אנגעהויבן טראכטן און אריינטראכטן, וויאזוי? רבוש"ע וויאזוי קען איך אויפציען מיינע קינדער ערליך?? אמת, קיינער איז נישט פארזיכערט, אבער וויאזוי קען איך אפי' פראבירן? איז דען מעגליך היינט עפעס צו טון? די קינדער זענען דאך היינטיגע, און די גאס איז אויך היינטיג, די אמאליגע ערליכע אידן זיך צו שלאגן פאר אונז שוין אויך נישט, איז וואס קען מען טון?

כ'האב געמאכט דעם באשלוס, אז כ'דארף טון מער! אפי' אויב מ'קען זאגן אז דאס גייט אריין אין די בחינה פין 'קדש עצמך במותר לך' (הלואי), מ'דארף עפענען דעם 'חודו של מחט', און דער ערשטער שריט אין דעם דירעקציע איז געפאלן אויף אייוועלט! יא, מ'איז טאקע ממילא אויפ'ן געוועב ווען און וויפיל מ'מוז, אבער "מוז" מען דען? מוז מען דען דערפאר אויך זיין אויף א פארום?יא! ס'איז געשמאק, ס'איז אפשר אפי' בענעפישעל אויף פארשידענע אופנים, אבער ס'איז פארט אויף די אינטערנעט! ס'איז פארט נישט קיין אבסעלוטע הכרח, און דעריבער דאס ביסל מסי"נ פאר אידישקייט מוז איך זיכער האבן, און אוודאי און אוודאי פראבירן!

אחכ"ז, כ'וויל מסיים זיין מעין הפתיחה. ווי פארשטענדליך האב איך דאך למעשה במשך די עטליכע יאר למעשה הנאה געהאט פין אלעס און פין יעדן דא, אמאל אויף איין אופן און אמאל אויף א צווייטע, אמאל ברבים און אמאל אין אישי, אבער הצד השוה מ'דארף אפגעבן א דאנק און רעספעקט פאר יעדן פאר'ן אריינלייגן דאס חיות דא! און בעיקר פאר די געטרייע חברי הנהלה כ"א בשמו הטוב יבורך וואס מאכן זיכער צו האלטן דעם ניווא דא מיט נישט ווייניג פלאג און מי, שלא אל מנת לקבל פרס, מ'רעדט דא פין א פלאץ, אפי' טאקע אויפ'ן געוועב, אבער דאך ריין ווי ווייט שייך פין אלע איבלען ארום און ארום, א פלאץ וואס אין תוכן קען זיך מן הסתם פארמעסטן מיט פילע היימישע קרעמלעך וואס שטעלט זיך פיזיש אוועק כאפן א שמועסל על דא ועל הא, ס'איז פארט א שטארקע חידוש אין די היינטיגע וועלט, ותשוחח"ל, ותהי משכורתם שלימה מעם ה'!

כ'וויל איבערבעטן יעדן, בטבע - אזוי צו זאגן - בין איך נישט קיין 'בלאגער', כ'האב טאקע דא געשריבן, אבער מיין מהות און חינוך איז נישט דער סארט כאראקטער (און כ'האב משום זה ממש אפשר נאר איינס אדער צוויי מאל אליינס געעפנט אן אשכול), און דעריבער קען אויך זיין אז כ'האב אמאל אויפגענומען געוויסע ענינים אויף א אנדערע אופן ווי ס'איז ערווארטעט אויף אזא פלאטפארמע, בעיקר צומאל אנבאלאנגט אידישקייט, איז כ'וויל מוסר מודעה זיין, אז איך האב גארנישט קעגן קיינעם פערזענליך, אין פאקט איך ווייס כמעט קיינעם נישט אין עכטן לעבן ווער זיי זענען, און ס'איז ממילא נישט שייך צו האבן באמת א טינה בלב אויף א ניק, אבער כ'וויל אודאי בעטן מחילה פין יעדן איינעם אויב כ'האב עמיצן אמאל וויי געטון. כ'קען זאגן כמעט בלי גוזמה אז פאר יעדע תגובה וואס כ'האב געשריבן האב איך בערך צוויי נישט געשריבן (אדער געשריבן און געלאזט לופטערן פאר'ן דרוקן שיק, און אזוי אויך איז נאך אפי' יעצט געבליבן ביי מיר אפגעשריבן עטליכע דרעפט'ס איבער אקטועלע ענינים וואס כ'האב אפגעשריבן במשך די צייט, און געהאט אין פלאן עווענטועל צו עפענען דערמיט אן אשכול, און ס'וועט ווארשינליך שוין נישט געשען..), און אפי' נאכ'ן שרייבן כמ"פ פארראכטן אויב כ'האב געשפירט אז ס'האלט נישט אויס כלפי עמיצן, אדער די נקודה קען קלארער פארשטאנען ווערן אביסל אנדערש. און איך בין אוודאי אויך מוחל יעדן אויב ס'איז עפעס וואס געווען, סוכ"ס זענען מיר נאר בו"ד און מ'מאכט אמאל טעותים.

לעבט וואהל מיינע ליבע פריינט, זאל אייך אלדאס גוטס באגליקען!! (קרעדיט: 'מנחם מענדל'), כ'וואונטש אייך אלע אסאך הצלחה אין אלע אייערע ענינים ברו"ג, און יעדער באזונדער זאל זוכה זיין צו זיין אליינס ערליך און אודאי מחנך זיין ערליכע אידישע דורות, און מיר זאלן אלע שוין זוכה זיין בקרוב ממש צו ביאת משיח בן דוד אמן!!
פונקט 5 יאר דעראויף
דורך אַבּערוואַס » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018
בטעות אריין געבלאנדזשעט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”