די מוללער אינוועסטיגעישען אין א ניסל שאלאכץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

די מוללער אינוועסטיגעישען אין א ניסל שאלאכץ

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 6:46 pm

ס'האלט אין איין ארויסקימען פרישע באריכטען איבער דעם און יענעם טראמפ באאמטע וואס מ'האט/גייט/וויל איינזעצען. און כ'זעה ווי די אנטי טראמפ קרעפטען רייבן זיך שוין די בייכער... אט אט און מ'ברענגט אראפ דעם פרעזידענט (נישט געוויסט איר גלייכט אזוי שטארק וויצע פרעזידענט פענס אז איהר ווילט עם זעהן אויפ'ן בענקעל).
אבער עניוועי, וועגען די מולער אינוועסטיגעשאן. אהעם, איז אזוי.
ס'אידאך א מוראדיג סענסיטיווע טאפיק, ס'איז דא פייערדיגע קשיות אויף אלע זייטען, און דא פאלט צוזאם די גאנצע פרעזידענט'ס אינערליכע צירקעל ווי א קארטען שפיל...
ווילעך אייך פארציילען א משל.
געווען אמאל א איד ער האט געהייסן ר' פנחס, א קלוגע איד געוועזען.
אייגענטלעך וואס זאג איך געוועזען? ער לעבט דאך נאך לאורך ימים ושנים. זאל ער געזינט זיין.
אקיצור דער ר' פנחס האט געפירט א ביזנעס און געמאכט שיין פרנסה. ויהי היום אין ס'ריקען זיך אן א באנדע עף בי איי אגענטען מיט טרויערדיג בארימטע גרויסע בוכשטאבען עף בי איי אויסגעשריבן אויף זייערע דזשאקעטן.. איי ס'איז צרות ווי א בארג אבער ר' פנחס ווייסט נאכנישט וואס מ'וויל פון אים. ער בעט זיך מ'זאל עם זאגען אבער מ'לאכט פונ עם, ענדליך געט איינע פון די אגענטען א זאג, "מיר ווייסען גאנץ גיט אז איר פעלטשט דא דאלארן..."
ר' פנחס ווערט שלעכט פאר די אויגען, קיין דאלארן האט ער נישט געפעלטשט, דאס איז זיכער. פון וואנעט קימט די קלאגע? איז ר' פנחס חושד אז דאס האט זיין קאנקורענט אנגעווערטשאפט. אבער למעשה ווערט ער אינגאנצען פארלוירען. ערשטענס גייט עס עם קאסטען שווערע סכומים, פאר לויערס און אדוואקאטען. צווייטענס, מי יאמר זיכיתי לבי. יעדע ביזנעס קען מען טרעפן עפעס שלא כהוגן, אויב קומט דא א אויספארשונג וואס וועט דא זיין?
אקיצור, צו מאכען א לאנגע מעשה קורץ, ס'הייבט זיך אן א געריכט קלאגע. און די ערשטע זאך קלאגט מען אן א גאנצע רייע הויעכראנגיגע באאמטע אין ר' פנחס'נס קאמפאני. אידען מיט שיינע פרנסות ווערען אריינגעשליידערט אין פינצטערען בור, קוים וואס מ'נעמט זיי ארויס אויף בעיל און ס'באפאלט זיי שווערע לעגאלע פראבלעמען. ס'הייבט זיך אן א קאמפעין זיי צו ראטעווען... מ'רופט צאם א ריזיגע כינוס און מ'שאפט דריי מיליאן דאלאר. יעדער זאגט תהלים... אקיצור ס'איז צרות.

די געריכט דויערט בערך צוויי יאר, און צום סוף קימט ארויס די פאלגענדע פסקים:
ר' פנחס גייט זיצען צוויי יאר פאר'ן נישט פיילען טעקסעס אויף א געוויסע זייטיגע אינקאם (בנוסף צו א האלב מיליאן דאלאר קנס)
זיין שותף ר' גרונם גייט זיצען פאר'ן נעמען סעקשאן אכט בשעת ער פארדינט שיין פרנסה
ר' געציל די וויצע פרעזידענט באקומט אכט חדשים ווייל ער האט געפיצט די נאז אינמיטען גאס
די גויאשיע ארבעטער מארק ווערט אפגעשיקט צוריק קיין מעקסיקא

אה און וואס איז מיט די געלד פעלשעריי?
אויף דעם האט מען נישט געטראפען קיין עווידענס. אבער ואס ברויך מען נאך עווידענס אז מ'האנדעלט דא מיט א באנדע קרימינאלן? זיכער האבען זיי געפעלשט געלד. אז נישט האבען זיי מסתמא געטראכט אז זיי ווילען פעלשעווען געלד. והא ראיה אויף איין אימעיל האט איינער גערעדט וועגען פאלש אין נאכדעם האט די צווייטע גערעדט וועגען געלט איז דאך א ראיה.
דאס איז די גאנצע מוללער אינוועסטיגעשען אין א ניסעל שאלאכץ. באריכאשעם די קאקאש קעיק האט זיך געזעצט און מ'קען גיין עסען נאכטמאל.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 7:12 pm

העי די האסט נאך שריים פון הבל׳ס קאקאש?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 7:16 pm

א יונגעלע האט אוועקגעכאפט די לעצטע סלייס. כהאב געמאכט אזוינע קולות אויפ'נעם. אינגעלע האסט געפאסט??!!! לאז איבער פאר לאנדאנער!
האט ער געענטפערט אז אין לאנדאן האט מען שוין לאנג אויסגעפאסט

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 7:36 pm

זייער שיין און קלאר.
איין קליינע קריטיג, נוץ נישט די נעמען אפילו אלץ א משל, אל תפתח שה לפטן...
ס'גרילצט צו הערן אידן - תפיסה... נו שוין האמיר שוין קריטיג אויך.
גיי נאר אן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 7:41 pm

מיללער מיט ניסל שאלאכץ, עפעס א שלום זכר דא?
I won the Election

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 7:57 pm

דממה דקה האט געשריבן:מיללער מיט ניסל שאלאכץ, עפעס א שלום זכר דא?

אה קום אהער מאך א ברכה!
דקה? וועלכע דקה? א ערשטע נאמען האסטו נישט?
דמא? ווי דמא בן נתינה?
אה דממה? נאך רעב דממה?! פששש אזא זיידע! כהאף די גייסט אין זיינע דרכים
העי וואס לויפסטו אוועק!
די וויכטיגסטע שאלה: וועמענס איידעם ביסטו????

( די אינוועסטיגעישען גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:11 pm

ר' גולם, איר זענט אפשר ניכטער געווארן אויף א פלעשל אויספאסטן?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:19 pm

גולם, אז מען זעהט איינער וואס אפאר מענטשן פארשטייען זיך נישט מיט אים, איז ער די פראבלעם.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 18, 2018 1:06 pm

תגובהדורך מהרל פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:25 pm

הרב גולם. ;l;p- זייער שיין צולייגט די זאך.

הגם טראמפ גופא איז בעצם א גוי. אבער מייקל קאהן איז א איד און מסתמא זענען דא נאך אידן וואס קענען ווערן געפאנגען דורך די מכשפה געיעג,

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:31 pm

מזאגט אז זיין איידעם איז א יוד

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:34 pm

צל עובר האט געשריבן:גולם, אז מען זעהט איינער וואס אפאר מענטשן פארשטייען זיך נישט מיט אים, איז ער די פראבלעם.

פארוואס זאגט איר דאס אונז?
כדי מיר זאלען וויסען?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:39 pm

יא, און עס גייט ארויף אויף דיין תגובה וואס קוואויט @דממה דקה'ס תגובה.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:44 pm

צל עובר האט געשריבן:יא, און עס גייט ארויף אויף דיין תגובה וואס קוואויט @דממה דקה'ס תגובה.

אקעי. שכח פאר די הוספה
די באדייט פין אייער הערה קענט איר פילייכט מסביר'ן? ווער פארשטייט זיך נישט מיט וועמען? רעדט ארויס.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:45 pm

איך גלייך נישט צו גיין פערזענליך אויף אייוועלט, אין ריעל לייף גראדע אסאך מאל יא.

סוי וועט איר אדער כאפן וואס איך מיין, אדער נישט, און עס וועט גארנישט געשען.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:50 pm

אה סאיז פרעזענדליך, וואס זאגסטו נישט. יעצט כאפ איך שוין.... מיין קנעפעל איז שוין צוריק אפן אין מיר אקצעפטירן אטאקעס לעת עתה
ברוך השם איך פארשטיי מיך פיין מיט רעב דממה'ן און יאך האף ער פארמאגט א בעסערע סענס אוו יומער ווי אייך.
פאר די וואס כאפען נישט, רעב דממה האט מסביר געווען ווי די מיללער און ניסלעך קימען אן צום שלום זכר
אבער ווי קומט די אינוועסטיגיישען אריין?
האבען מיר ארויסגעהאלפן דאס ממחיש זיין פאר אזוינע אידען וואס ווילען זיך אויסלופטערען נאך א תענית אין קענען פארנעמען יומער
לעצט פאראכטן דורך גולם פון פראג אום דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 8:54 pm

שוין איך זעה פאליטיקע איז נישט מיין עקספערטיז....

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:04 pm

גראדע יא
העלאו? אין אמעריקא איז יעדער בארעכטיגט צו באשליסן אין וועלעכע וואנט מען וויל האקן דעם קאפ. (קרעדיט: טשאדי)

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:11 pm

געוואלדיג האט געשריבן:גראדע יא

גיט. לאמיר האפען אז אידען פארשטייען. אז נישט ווילען מיר זאגען די נמשל צי די משל.
שוין כוועל עס זאגען עניוועי. זאלען די שונאי ישראל פלאצען.
די נמשל איז אז מיט באלד צוויי יאר צוריק האט מען אנגעהויבן א גרויסע "קאלוזשען' אינוועסטיגיישען אז טראמפ האט קאנספירירט מיט פוטין צו באגנבען די עלעקשענס.
גייט אריבער צוויי יאר אין מהייבט אן ארעסטירען מענטשען אויף אלע מיני חטאים אויזער איין זאך : קאלאזשען פאר די 2016 עלעקשענס.
והמכין יכין.
וכבר היה לעולמים אין אינזערע צייטען, מהאט אנגעהויבן א אינוועסטיגיישען איבער קלינטאן אויף איין חטא און מהאט אנגעקלאגט מענטשען פאר אנדערע חטאים אינגאנצען. עיין ערך ווייט וואטער, אבער וואס א חילוק. די עיקר מזעצט איין מענטשען און ממאכט חרוב לעבענס. די אמת וועט מוזען בלייבען שימלען אין די ערד.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:13 pm

געוואלדיג גוט צעלייגט די מוללער אויספארשונג אין א ניסל שאלעכץ.

אנשטאט לאכן פון דעם מולער'ן און אים שיקן צו די שווארצע פעפער נאכן זעהן ווי ער מוטשעט זיך צו טרעפן א ליגנט דא און א אומרעגיסטרירטער לאביאיסט דארט איז נאך דא מענטשן וואס נעמען עס ערנסט... שוין דער אויבערשטער זאל העלפן זיי זאלן קיינמאל וויסן וואס מיינט ווען מ'זעצט זיך ארויף אויף איינעם.

--

האקט..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:22 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג גוט צעלייגט די מוללער אויספארשונג אין א ניסל שאלעכץ.

אנשטאט לאכן פון דעם מולער'ן און אים שיקן צו די שווארצע פעפער נאכן זעהן ווי ער מוטשעט זיך צו טרעפן א ליגנט דא און א אומרעגיסטרירטער לאביאיסט דארט איז נאך דא מענטשן וואס נעמען עס ערנסט... שוין דער אויבערשטער זאל העלפן זיי זאלן קיינמאל וויסן וואס מיינט ווען מ'זעצט זיך ארויף אויף איינעם.

--

האקט..

אקוראט אזוי. די וויץ פון "זאגען ליגענט פאר די עף בי איי" איז דאך עפעס איום ונורא
סטייטש ער איז דאך א ליגנער. ברויך מען עם איינזעצען, פשוט אזוי. נישט אומזינסט האט מען שוין געספענדט 25 מיליאן דאלער, צו כאפען דעם ליגנער.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:32 pm

מ'ברויך אים לייגן אין תפיסה אפגעזינדערט פון יעדעם, ווייל ער איז א מסוכנ'דיגער מענטש, נעמליך ער האט געזאגט ליגנט פאר די עף בי איי ווען זיי זענען אים געקומען אויספארשן אויף א זאך וואס ער האט נישט געטוען.........
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 12:01 pm

נאוואדע אפגעזינדערט.... ער זאל נישט האבן עמעצן וועם ליגנט צו זאגן.....

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 12:11 pm

מדבר שקר תרחק

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:08 pm

איז ניו יארק גענוג ווייט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:13 pm

צום פותח האשכול; איך גלייך אייער סטייל (מ'גייט זיך עס צו לערנען). מיר וואלטען אלע געדארפט רעדען מיט משלים (און נישט מיט די הענט און פיס), ושולעכץ על ישראל.

היון יבין, ואינה יון לא צריכה לבן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א ייד פון ארץ ישראל, סטיטשינער, פעטער ליפא און 12 געסט