דער רבי אדער די פערד?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער רבי אדער די פערד?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א ידיעה איז אנגעקומען צו צוויי סאטשינער חסידים אז אין זייער שכינות וואוינט א איד, אן עלטערער מלחמה איבערלעבער, וואס האט מיטגעהאלטן א באזוך פון זייער רבי'ן הרה"ק ר' איציקל סטוטשינער זצ"ל אין זיין שטעטעלע וואו ער האט געוואונט אין דער אלטער היים.

זיי זענען נתרגש געווארן ביז גאר, א קלייניקייט?! זיי גייען זיך טרעפן מיט א איד וואס האט זוכה געווען צו זעהן צורת קדשו פונעם רבי'ן, אההה... וואויל זענען אויגן וואס האבן געזעהן אויגן...

נאך לענגערע הפצרות ביי די קינדער פונעם אלטן איד, - כ'מיין, ער איז דאך שוין נישט קיין אינגערמאנטשיקל, עס איז נישט לייכט פאר אין אויפצווויקלען אלטע זכרונות - איז ענדליך באשטימט געווארן א באגעגעניש ווי די צוויי חסידים וועלן קענען פון דער נאנט שמועסן מיט דעם בעל המעשה.

צום אנגעגעבענעם זמן, שטייען זיי גרייט ביים הויז פון דעם אלטן איד, זיי זענען פולקאם אויסגעשטאט מיט ריקארדערס און בילדער מאכער'ס, פענעס און פאפירן, עס קומט א פעסטע אינטערוויו...

מען רופט זיי אריין צום אינעווייניגסטן צימער, דער עלטערער איד ליגט אזוי אויפ'ן בעט, ער פרובירט זיך אויפצוזעצן, מיט גאנץ קנאפ ערפאלג, זיי בליקן זיך איבער צווישן זיך, ווער הייבט אן? מיט וועלכע פראגע עפענט מען דעם שמועס? דער פעסטערער פון זיי גארטעלט זיך אן מיט קוראזש, קלארט זיך אויס די שטימע, און ווארפט א שאלה.

"איז געווען אמאל א באזוך פונעם סטוטשינער רבי'ן ביי אייך אינדערהיים?"

דער אלטער איד הייבט ברעמען באטראכטענדיג דעם פרעגער דורכדריגטליך, "נעעע, איר אינגעלייט, וואס ווייסט איר צו זאגן, וואספארא צייטן מיר האבן מיטגעלעבט..." - ענטפערט ער נאךך א קורצע צייט אפשניט.

"נו! אפשר פארציילט איר פאר די היינטיגע דורות וואס עס האט באדייט א באזוך פונעם רבי'ן אין אייער שטעטל"

"אוי! צייטן, צייטן, ווי נעמט מען די צייטן..." -עס איז קענטיג געווען אז עס גייט דורך אויך אים א זכרון אויפשאקלונג - "איי איז דאס געווען א באזוך! אבער א באזוך!" קומט ער אביסל צו זיך און הייבט אן פארציילן נאך א לענגערע הפסקה.

"געווען איז עס ווען אין שטעטל האט געגרייכט א ידיעה אז אין זעקס חדשים גייט פארקומען א מסע הקודש, אבער איינס און אזעלעכס, נישט מער און נישט ווייניגער, דער סטוטשינער רבי בכבודו ובעצמו גייט זיך קומען אומקוקן אין שטאט, פארשטייט זיך אז דאס איז געווארן די געשפרעך פון שטאט, אנשטאט פרעגן 'וואס איז נייעס' האט מען געפרעגט 'האסט שוין געהערט די נייעס', מען האט גערעדט און גע'קופקעט דערפון אין יעדן הויף און הייזקע, בית מדרש און געשעפטל, מאנכע האבן אפגעווארפן דעם געדאנק אז עס איז פאלש און זיי האבן טריאומפירט אז זיי ווייסן פון קראנטע קוועלער אז די שמועות זענען פון פינגער - אויסגעזויגן האפט - לאז בלי דעקונג, צדדים האבן זיך פארמירט, יא-אמת נישט-אמת, עכ"פ די שטעטל איז געווען בגילופין"

"ביז איין העלן טאג, זעהט מען געסט אין שטאט, א סוויטע סטוטשינער שטאטסלייט פארשן אויס די איינוואוינער, א געערטע קבוצה פון די ראשי הקהילה ד'סטוטשין זענען ספעציעל אראפגעקומען באקוקן דאס פלאץ, אלע ספיקות זענען דאן פונאנדערגעבלאזן, עס איז ווירקליך א פאקט, דער סטוטשינער רב גייט אפשטאטן א ביקור בתוכינו, במשך עטליכע וואכן האבן די געסט דורכגעזיפט דעם געגנט, אפגעהאלטן זיצונגען מיט אלע קהילה פירער און עסקנים, ארויסגעגעבן פארארדענונגען וויאזוי צו צורישן דעם שטאט צום גרויסן ערווארטעטן באזוך אין א קנאפע 4 חדשים ארום"
די צוויי אידן שלינגען מיט דורשט יעדע ווארט פונעם בעל מספר און ווארפן אריין, "אפשר קענט איר צוקומען צום באזוך פון רב, אויב שייך"

"יא! אוודאי אוודאי!" ענטפערט דער בעל מספר מיט לעבהאפט, "צוויי חדשים פאר דער באזוך האט געזאלט פארקומען, איז ערשינען אין שטאט דער גבאי פונעם רב בכבודו ובעצמו, פארשטייט זיך ארומגענומען מיט יוצר משרתיו ואשר משרתיו, ער האט אויפגעטרעטן אין אלע בתי מדרשים מיט פלאקערדיגע רעדעס, אנצוווארעמען דעם געמיטער לקראת דעם נסיעה"

"נו" הייבן די אידן אן צו אינטעריאגן, וועלנדיג צוקומען צום עצם זאך.

"א קנאפע חודש צום באזוך האט מען אנגעהויבן אויפצושטעלן גאנצעטע בנינים און איינריכטונגען לקראת די געהויבענע מעמדים, ארכיטעקטן און ספעציאליסטן אין קאנסטראקשן האבן געארבעט רונדע דעם זייגער אלעס כדי אהערצושטעלן וואונדערשטיק, ממש מייסטערווערק, מיר איינוואוינער האבן געלעבט דערמיט טאג און נאכט, נאך א טויער, א פרישע אוישניצונג אויפן טאוול, טעכניקער האבן מיט זייער דעמאלטסדיגע פרימיטיווע מיטלען מסדר געווען לעמפלעך מיט פייפערלעך אויף מעכטיגע מאסנאמען."

"הכלל" הייבן זיי אן ווערן אומגעדולדיג "דעם יום הביקור אויב איר קענט שילדערן ביטע"

"אההה, דער טאג איז א טאג צום געדענקען, פון פרי פארטאגס בין איך שוין געשטאנען ביים טויער פון שטאט, אויסווארטענדעג דעם ספעקטאל, עסקנים לויפן אהער און אהין צו מסדר זיין די לעצט-מינוטיגע פאריכטונגען, און מיטאמאל א פארטייבענדע מוזיק געשריי ברעכט אויס, די קלעזמער יאמערן און ברעטשען, "די רבי קומט".

"מיר שפיצן אויס די אויגן און אויערן נישט צו פארפאסן קיין דעטאל, די גאנצע שטאט איז פארזאמעלט בלי שום יוצא מן הכלל, פונדערווייטענס זעהט מען שוין עפעס, די שיירא ווערט נענטער און נענטער, צום ערשט שפאנען וועגענער מיט חסידים, אהה, צענדליגער וועגענער, אן ערהאבן בילד, און אצינד, שענערע וועגענער געשפאנט צו ריטערישע פערד דערנענטערן זיך, דאס איז די סוויטע גבאים, פראכטפול און מייאסטעטיש. יעצט קומט עס, א וואגן גרויס ווי א הויז, קעניגלעך ווי דעם קיסר'ס אליינס, געשפאנט צו צוויי מעכטיגע ריזיגע גיגאנטישע ריטערישע פערד, פערד אזעלכע האט עטס נאך קיינמאל נישט געזעהן, אוי איז דאס געווען א איבערלעבעניש, איינמאל אין לעבן און מער נישט" פאלט ער צוריק אין בעט פארסאפעט נאך קענטיגע אנשטרענגונג.

"נו! דעם רבי'ן, דעם רבי'ן! וויאזוי האט דער רבי אויסגעזעהן?" באפאלן זיי אים כמעט.

"אה, דעם רבי'ן, דעם רבי'ן האב איך נישט געזעהן, ניין..."
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

איך רייב מיך די אויגן..
זאפטי?!
לעצט פארראכטן דורך איש האשכולות אום מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 9:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
קאקע קאלע
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקע קאלע »

זייער פאני :mrgreen:
איז דאס א קפ?
אייוועלט איז נישט געמאכט געווארן צו אנטלויפן און צוריקגעקומען נאר כדי צו באקומען אטענשאן.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אקעי
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

Wow!!
א מעסטער פיס, וועלקאם בעק שמעלקא, סטראנגער לייק נעווער ביפאר, תתחדש כנשר, קום אונז מהנה זיין אזוי ווי און די אלדען דעיס, און איך בין דיר נישט מוחל די מיסטריעזע טאשקע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

דער נמשל איז:
אט אזוי זעהן מיר אויס
ווען א יוד פרעגט וואס טוט זיך? וואס מאכסטו? איז די תירוץ, ב"ה מ'פלאגט זיך אויף פרנסה,
יא, אבער וואס טוט זיך? ב"ה די קינדערלעך זענען פיין,
אקעי, אמת'דיג וואס טוט זיך? ווייסט דאך דער קומט מיר געלט, און אז די פרעגסט שוין אזוי ווועל איך דיר אויך זאגן אז איך האלט גראדע לגבי וואקסינען אז...
נו? נו?
...מארגן האב איך אן אפוינטמענט מיט....
אבער "העולם הזה דומה לפרוזדור, איז עפעס נייעס אינעם טרקלין??????
אה... ניין... איך ווייס נישט......
The Divided States Of America
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

שמעלקא! וועלקאם! ווי אלל ריעלי מיסט יו!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:שמעלקא! וועלקאם! ווי אלל ריעלי מיסט יו!
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א ידיעה איז אנגעקומען צו צוויי ניקס אויף אייוועלט אז אין זייער שכינות וואוינט א איד, א מייסטערהאפטיגער שריפטשטעלער, וואס איז שוין לאנג נישט געווען בנמצא.

זיי זענען נתרגש געווארן ביז גאר, א קלייניקייט?! זיי גייען זיך טרעפן מיט א איד וואס האט זוכה געווען צו שרייבן הערליכע סחורה אמאל, אההה... וואויל זענען אויגן וואס האבן געזעהן זיינע ארטיקלן...

נאך לענגערע הפצרות ביי די חברים פונעם אלטן איד, - כ'מיין, ער איז דאך שוין נישט קיין גאסט, עס איז נישט לייכט פאר אין אויפצווויקלען אלטע זכרונות - איז ענדליך באשטימט געווארן א באגעגעניש ווי די צוויי ניקס וועלן קענען פון דער נאנט שמועסן מיט דעם בעל המעשה.

צום אנגעגעבענעם זמן, שטייען זיי גרייט ביים הויז פון דעם אלטן איד, זיי זענען פולקאם אויסגעשטאט מיט ריקארדערס און בילדער מאכער'ס, פענעס און פאפירן, עס קומט א פעסטע אינטערוויו...

מען רופט זיי אריין צום אינעווייניגסטן צימער, דער עלטערער איד ליגט אזוי אויפ'ן בעט, ער פרובירט זיך אויפצוזעצן, מיט גאנץ קנאפ ערפאלג, זיי בליקן זיך איבער צווישן זיך, ווער הייבט אן? מיט וועלכע פראגע עפענט מען דעם שמועס? דער פעסטערער פון זיי גארטעלט זיך אן מיט קוראזש, קלארט זיך אויס די שטימע, און ווארפט א שאלה.

"ווען פלאנט איר צוריקצוקומען קיין אייוועלט?"

דער אלטער ניק הייבט ברעמען באטראכטענדיג דעם פרעגער דורכדריגטליך, "נעעע, איר אינגעלייט, וואס ווייסט איר צו זאגן, וואספארא צייטן מיר האבן מיטגעלעבט..." - ענטפערט ער נאךך א קורצע צייט אפשניט.

"נו! אפשר פארציילט איר פאר די היינטיגע דורות וואס עס האט באדייט א באזוך פונעם ניק אין אייער קרעטשמע"

"אוי! צייטן, צייטן, ווי נעמט מען די צייטן..." -עס איז קענטיג געווען אז עס גייט דורך אויך אים א זכרון אויפשאקלונג - "איי איז דאס געווען א באזוך! אבער א באזוך!" קומט ער אביסל צו זיך און הייבט אן פארציילן נאך א לענגערע הפסקה.

"געווען איז עס ווען אויף אייוועלט האט געגרייכט א ידיעה אז אין זעקס חדשים גייט פארקומען א מסע הקודש, אבער איינס און אזעלעכס, נישט מער און נישט ווייניגער, דער אלעמען באקאנטער ניק שמעלקע זאפטיגער בכבודו ובעצמו גייט זיך קומען אומקוקן אין קרעטשמע, פארשטייט זיך אז דאס איז געווארן די געשפרעך פון שטאט, אנשטאט פרעגן 'וואס איז נייעס' האט מען געפרעגט 'האסט שוין געהערט די נייעס', מען האט גערעדט און גע'קופקעט דערפון אין יעדן הויף און הייזקע, בית מדרש און געשעפטל, מאנכע האבן אפגעווארפן דעם געדאנק אז עס איז פאלש און זיי האבן טריאומפירט אז זיי ווייסן פון קראנטע קוועלער אז די שמועות זענען פון פינגער - אויסגעזויגן האפט - לאז בלי דעקונג, צדדים האבן זיך פארמירט, יא-אמת נישט-אמת, עכ"פ די שטעטל איז געווען בגילופין"

"ביז איין העלן טאג, זעהט מען געסט אין קרעטשמע, א סוויטע זאפטיגע שטאטסלייט פארשן אויס די ניקס, א געערטע קבוצה פון מנהלים און אחראים זענען ספעציעל אראפגעקומען באקוקן דאס פלאץ, אלע ספיקות זענען דאן פונאנדערגעבלאזן, עס איז ווירקליך א פאקט, דער שמעלקע גייט אפשטאטן א ביקור בתוכינו, במשך עטליכע וואכן האבן די געסט דורכגעזיפט דעם געגנט, אפגעהאלטן זיצונגען מיט אלע קהילה מעקערס און חוסמים און עסקנים האבן ארויסגעגעבן פארארדענונגען וויאזוי צו צורישן דעם קרעטשמע צום גרויסן ערווארטעטן באזוך אין א קנאפע 4 חדשים ארום"
די צוויי אידן שלינגען מיט דורשט יעדע ווארט פונעם בעל מספר און ווארפן אריין, "אפשר קענט איר צוקומען צום באזוך פון שמעלקע, אויב שייך"

"יא! אוודאי אוודאי!" ענטפערט דער בעל מספר מיט לעבהאפט, "צוויי חדשים פאר דער באזוך האט געזאלט פארקומען, איז ערשינען אין שטאט דער צווייטער ניק פון שמעלקע בכבודו ובעצמו, פארשטייט זיך ארומגענומען מיט יוצר משרתיו ואשר משרתיו, ער האט אויפגעטרעטן אין אלע אשכולות מיט פלאקערדיגע תגובות, אנצוווארעמען דעם געמיטער לקראת דעם נסיעה"

"נו" הייבן די אידן אן צו אינטעריאגן, וועלנדיג צוקומען צום עצם זאך.

"א קנאפע חודש צום באזוך האט מען אנגעהויבן אויפצושטעלן גאנצעטע פארומס און איינריכטונגען לקראת די געהויבענע מעמדים, ארכיטעקטן און ספעציאליסטן אינעם סייט האבן געארבעט רונדע דעם זייגער אלעס כדי אהערצושטעלן וואונדערשטיק, ממש מייסטערווערק, מיר איינוואוינער האבן געלעבט דערמיט טאג און נאכט, נאך א טויער, א פרישע אוישניצונג אויפן טאוול, טעכניקער האבן מיט זייער דעמאלטסדיגע פרימיטיווע מיטלען מסדר געווען אדווערטייזמענטס אויף מעכטיגע מאסנאמען."

"הכלל" הייבן זיי אן ווערן אומגעדולדיג "דעם יום הביקור אויב איר קענט שילדערן ביטע"

"אההה, דער טאג איז א טאג צום געדענקען, פון פרי פארטאגס בין איך שוין געשטאנען ביים טויער פון שטאט - דער הויפט בלאט אריינגאנג, אויסווארטענדעג דעם ספעקטאל, עסקנים לויפן אהער און אהין צו מסדר זיין די לעצט-מינוטיגע פאריכטונגען, און מיטאמאל א פארטייבענדע מוזיק געשריי ברעכט אויס, די קלעזמער יאמערן און ברעטשען, "שמעלקע קומט".

"מיר שפיצן אויס די אויגן און אויערן נישט צו פארפאסן קיין דעטאל, די גאנצע שטאט איז פארזאמעלט בלי שום יוצא מן הכלל, פונדערווייטענס זעהט מען שוין עפעס, די שיירא ווערט נענטער און נענטער, צום ערשט שפאנען וועגענער מיט חסידים, אהה, צענדליגער וועגענער, אן ערהאבן בילד, און אצינד, שענערע וועגענער געשפאנט צו ריטערישע פערד דערנענטערן זיך, דאס איז די סוויטע גבאים, פראכטפול און מייאסטעטיש. יעצט קומט עס, א וואגן גרויס ווי א הויז, קעניגלעך ווי דעם קיסר'ס אליינס, געשפאנט צו צוויי מעכטיגע ריזיגע גיגאנטישע ריטערישע פערד, פערד אזעלכע האט עטס נאך קיינמאל נישט געזעהן, אוי איז דאס געווען א איבערלעבעניש, איינמאל אין לעבן און מער נישט" פאלט ער צוריק אין בעט פארסאפעט נאך קענטיגע אנשטרענגונג.

"נו! שמעלקע! שמעלקע! וואו איז ער?" באפאלן זיי אים כמעט.

"אה, שמעלקע איז שוין צוריק אהיימגעגאנגען פון דא..."
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שלום עליך הרב זאפטיגער. אייער צוריקקער זאל זייין צו ברכה!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

שלום עליכם, ווען קען מען באשטעלן אן אפוינטמענט ביי אייך? וויל איך הערן דער מעשה פון די פערד... אם ניין דער רבי אליינס.

וועלקאם בעק.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

@ אסדר, נעם דיר א גרינע פון מיר.....

אה, שיעור פארגעסן, זאפטי אויך שטייצעך..........
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
real estate
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך real estate »

;l;p- וויפיל אידן געדענקן ווי די רבי איז אריינגעקומען מיט די מאביל כא כיסלוו
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מיך געטראפן ציגעגלאט א געוואלדיגע פעדער @שמעלקא
@אסדר פיינע נייעס

יישר כח
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

קניידל פארעם האט געשריבן:@ אסדר, נעם דיר א גרינע פון מיר.....

אה, שיעור פארגעסן, זאפטי אויך שטייצעך..........
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

כ'געב א קוק, דעצעמבער 17 2018? שמעלקע זאפטיגער?
ווער ווייסט אפשר ברענגט ער מיט טריסקער.

עניוועי שטארק הנאה געהאט!
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Volunteer »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א ידיעה איז אנגעקומען צו צוויי סאטשינער חסידים אז אין זייער שכינות וואוינט א איד, אן עלטערער מלחמה איבערלעבער, וואס האט מיטגעהאלטן א באזוך פון זייער רבי'ן הרה"ק ר' איציקל סטוטשינער זצ"ל אין זיין שטעטעלע וואו ער האט געוואונט אין דער אלטער היים.

זיי זענען נתרגש געווארן ביז גאר, א קלייניקייט?! זיי גייען זיך טרעפן מיט א איד וואס האט זוכה געווען צו זעהן צורת קדשו פונעם רבי'ן, אההה... וואויל זענען אויגן וואס האבן געזעהן אויגן...

נאך לענגערע הפצרות ביי די קינדער פונעם אלטן איד, - כ'מיין, ער איז דאך שוין נישט קיין אינגערמאנטשיקל, עס איז נישט לייכט פאר אין אויפצווויקלען אלטע זכרונות - איז ענדליך באשטימט געווארן א באגעגעניש ווי די צוויי חסידים וועלן קענען פון דער נאנט שמועסן מיט דעם בעל המעשה.
Welcome back I hope you continue your novel די מיזטריעזע טאשקע
צום אנגעגעבענעם זמן, שטייען זיי גרייט ביים הויז פון דעם אלטן איד, זיי זענען פולקאם אויסגעשטאט מיט ריקארדערס און בילדער מאכער'ס, פענעס און פאפירן, עס קומט א פעסטע אינטערוויו...

מען רופט זיי אריין צום אינעווייניגסטן צימער, דער עלטערער איד ליגט אזוי אויפ'ן בעט, ער פרובירט זיך אויפצוזעצן, מיט גאנץ קנאפ ערפאלג, זיי בליקן זיך איבער צווישן זיך, ווער הייבט אן? מיט וועלכע פראגע עפענט מען דעם שמועס? דער פעסטערער פון זיי גארטעלט זיך אן מיט קוראזש, קלארט זיך אויס די שטימע, און ווארפט א שאלה.

"איז געווען אמאל א באזוך פונעם סטוטשינער רבי'ן ביי אייך אינדערהיים?"

דער אלטער איד הייבט ברעמען באטראכטענדיג דעם פרעגער דורכדריגטליך, "נעעע, איר אינגעלייט, וואס ווייסט איר צו זאגן, וואספארא צייטן מיר האבן מיטגעלעבט..." - ענטפערט ער נאךך א קורצע צייט אפשניט.

"נו! אפשר פארציילט איר פאר די היינטיגע דורות וואס עס האט באדייט א באזוך פונעם רבי'ן אין אייער שטעטל"

"אוי! צייטן, צייטן, ווי נעמט מען די צייטן..." -עס איז קענטיג געווען אז עס גייט דורך אויך אים א זכרון אויפשאקלונג - "איי איז דאס געווען א באזוך! אבער א באזוך!" קומט ער אביסל צו זיך און הייבט אן פארציילן נאך א לענגערע הפסקה.

"געווען איז עס ווען אין שטעטל האט געגרייכט א ידיעה אז אין זעקס חדשים גייט פארקומען א מסע הקודש, אבער איינס און אזעלעכס, נישט מער און נישט ווייניגער, דער סטוטשינער רבי בכבודו ובעצמו גייט זיך קומען אומקוקן אין שטאט, פארשטייט זיך אז דאס איז געווארן די געשפרעך פון שטאט, אנשטאט פרעגן 'וואס איז נייעס' האט מען געפרעגט 'האסט שוין געהערט די נייעס', מען האט גערעדט און גע'קופקעט דערפון אין יעדן הויף און הייזקע, בית מדרש און געשעפטל, מאנכע האבן אפגעווארפן דעם געדאנק אז עס איז פאלש און זיי האבן טריאומפירט אז זיי ווייסן פון קראנטע קוועלער אז די שמועות זענען פון פינגער - אויסגעזויגן האפט - לאז בלי דעקונג, צדדים האבן זיך פארמירט, יא-אמת נישט-אמת, עכ"פ די שטעטל איז געווען בגילופין"

"ביז איין העלן טאג, זעהט מען געסט אין שטאט, א סוויטע סטוטשינער שטאטסלייט פארשן אויס די איינוואוינער, א געערטע קבוצה פון די ראשי הקהילה ד'סטוטשין זענען ספעציעל אראפגעקומען באקוקן דאס פלאץ, אלע ספיקות זענען דאן פונאנדערגעבלאזן, עס איז ווירקליך א פאקט, דער סטוטשינער רב גייט אפשטאטן א ביקור בתוכינו, במשך עטליכע וואכן האבן די געסט דורכגעזיפט דעם געגנט, אפגעהאלטן זיצונגען מיט אלע קהילה פירער און עסקנים, ארויסגעגעבן פארארדענונגען וויאזוי צו צורישן דעם שטאט צום גרויסן ערווארטעטן באזוך אין א קנאפע 4 חדשים ארום"
די צוויי אידן שלינגען מיט דורשט יעדע ווארט פונעם בעל מספר און ווארפן אריין, "אפשר קענט איר צוקומען צום באזוך פון רב, אויב שייך"

"יא! אוודאי אוודאי!" ענטפערט דער בעל מספר מיט לעבהאפט, "צוויי חדשים פאר דער באזוך האט געזאלט פארקומען, איז ערשינען אין שטאט דער גבאי פונעם רב בכבודו ובעצמו, פארשטייט זיך ארומגענומען מיט יוצר משרתיו ואשר משרתיו, ער האט אויפגעטרעטן אין אלע בתי מדרשים מיט פלאקערדיגע רעדעס, אנצוווארעמען דעם געמיטער לקראת דעם נסיעה"

"נו" הייבן די אידן אן צו אינטעריאגן, וועלנדיג צוקומען צום עצם זאך.

"א קנאפע חודש צום באזוך האט מען אנגעהויבן אויפצושטעלן גאנצעטע בנינים און איינריכטונגען לקראת די געהויבענע מעמדים, ארכיטעקטן און ספעציאליסטן אין קאנסטראקשן האבן געארבעט רונדע דעם זייגער אלעס כדי אהערצושטעלן וואונדערשטיק, ממש מייסטערווערק, מיר איינוואוינער האבן געלעבט דערמיט טאג און נאכט, נאך א טויער, א פרישע אוישניצונג אויפן טאוול, טעכניקער האבן מיט זייער דעמאלטסדיגע פרימיטיווע מיטלען מסדר געווען לעמפלעך מיט פייפערלעך אויף מעכטיגע מאסנאמען."

"הכלל" הייבן זיי אן ווערן אומגעדולדיג "דעם יום הביקור אויב איר קענט שילדערן ביטע"

"אההה, דער טאג איז א טאג צום געדענקען, פון פרי פארטאגס בין איך שוין געשטאנען ביים טויער פון שטאט, אויסווארטענדעג דעם ספעקטאל, עסקנים לויפן אהער און אהין צו מסדר זיין די לעצט-מינוטיגע פאריכטונגען, און מיטאמאל א פארטייבענדע מוזיק געשריי ברעכט אויס, די קלעזמער יאמערן און ברעטשען, "די רבי קומט".

"מיר שפיצן אויס די אויגן און אויערן נישט צו פארפאסן קיין דעטאל, די גאנצע שטאט איז פארזאמעלט בלי שום יוצא מן הכלל, פונדערווייטענס זעהט מען שוין עפעס, די שיירא ווערט נענטער און נענטער, צום ערשט שפאנען וועגענער מיט חסידים, אהה, צענדליגער וועגענער, אן ערהאבן בילד, און אצינד, שענערע וועגענער געשפאנט צו ריטערישע פערד דערנענטערן זיך, דאס איז די סוויטע גבאים, פראכטפול און מייאסטעטיש. יעצט קומט עס, א וואגן גרויס ווי א הויז, קעניגלעך ווי דעם קיסר'ס אליינס, געשפאנט צו צוויי מעכטיגע ריזיגע גיגאנטישע ריטערישע פערד, פערד אזעלכע האט עטס נאך קיינמאל נישט געזעהן, אוי איז דאס געווען א איבערלעבעניש, איינמאל אין לעבן און מער נישט" פאלט ער צוריק אין בעט פארסאפעט נאך קענטיגע אנשטרענגונג.

"נו! דעם רבי'ן, דעם רבי'ן! וויאזוי האט דער רבי אויסגעזעהן?" באפאלן זיי אים כמעט.

"אה, דעם רבי'ן, דעם רבי'ן האב איך נישט געזעהן, ניין..."
יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בן זכאי »

שמעלקא זאפטיגער דו פרעגסט א גוטע שאלה, דער רבי אדער די פערד? אבער אין אמתן אריין האב איך שוין אסאך אזעלכע היינו הך רבי'לעך געזעהן..
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך זעה גוט???????
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:שמעלקא! וועלקאם! ווי אלל ריעלי מיסט יו!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בן זכאי »

נודה לך האט געשריבן:איך זעה גוט???????

וואס זעהסטו דער רבי אדער די פערד?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

א מין מעשה דאס... ער האט נישט געזען די רבי בכלל?
אויך די סארט מלכות איז נישט געווען אין די ראפשיצער חדר. עפעס מאכט נישט קיין סענס דא.
( כ'האב מורא די מעשה שטאַמט פון עפעס א לץ צי א משכיל. זיי פלעגן טוהן אזעלעכע זאכען צי חוזק מאכען פון חסידים)
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יוחנן בן זכאי האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:איך זעה גוט???????

וואס זעהסטו דער רבי אדער די פערד?

א פרישע אשכול פון אן אלטער חבר זיך אזוי געבענקט....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בן זכאי »

נודה לך האט געשריבן:
יוחנן בן זכאי האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:איך זעה גוט???????

וואס זעהסטו דער רבי אדער די פערד?

א פרישע אשכול פון אן אלטער חבר זיך אזוי געבענקט....

נו ווער איז דיין חבר דער רבי אדער די פערד?
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

ברוכים הבאים הרב רבי שמעלקא!!! א גרויסן טאג פאר אונזער וועלטל דיך צו זעהן אומקערן!!!

א דאנק פארן הערליכן ארטיקל, חדש ימינו כקדם!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”